Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

קאווע שטיבל • הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
113 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 136 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6093
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 2:07 pm#310957
צום ערטשן מאל מאל אין באבוב [לפנים 48], וואס דער רבי איז אין שטאט [בארא פארק], פירט טיש, אבער...
צום שטוינונג פון די פארזאמעלטע עולם איז דער רב דעם פארגאנגענעם ליל שב"ק וישלח אריין געקומען צו 'שירות ותשבחות' אנשטאט 'לערוך לפניו שלחן - הטהור', געטיילט משקה און זמירות. מהאי טעמא האט דער רב אויך נישט משמיע געוועהן מדברותיו - אמרי קודש, כנהוג.

געוויסע יודעי דבר אדער ספינערס ווייסען צו זאגען אז דער רב איז געוועהן פארקילט/הייזעריג. א דאקטער האט באזוכט ביים רב מוצ"ש...
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 5:12 pm#310984
דולה ומשקה האט געשריבן:צום ערטשן מאל מאל אין באבוב

איך האב זייער הנאה ווי די היטסט זיך ח"ו ארויס צוזאגן א ליגנט אבער דאך זאל יענע מיינען דער ליגנט
די האסט געשריבן ערטשן מאל אנשטא ערשטן מאל אז די האסט כאטש קיין ליגנט נישט געזאגט און דער וואס קען נישט באבוב זאל מיינען אז עס איז די ערשטע מאל.
הגם איך זעה נישט וואס איז א חילוק צו עס איז די ערשטע מאל צו דריי און צוואנציגסטע מאל עס איז א טריקענע נייעס
מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 3:19 pm#311590
ליל שבת קודש העבר (פ' וישב) איז דער רב שליט"א ווידער אריין געקומען צו 'כל מקדש'.

ובוך אמריו הקדושים האט דער רב געזאגט:
1) אז דאס טיילען חנוכה פרעסענטס איז חוקת הגוי.

2) פאר די וואס מאכען דאס, זאלען דאס אנרופען א ח'נוכה מסיבה', וואס איהר אינהאלט איז פון שירות ותשבחות און דברי תורה, אז נישט איז דאס א 'זבח משפחה'.

3) דער בית מדרש שטעלט צו גענונג און נאך קאווע, מ'ברויך נישט ארויסגיין אין די געשעפטן דאס קויפן, עס איז געווארען א מכת המדינה די אלע עס-געשעפטן. - דערביי האט דער רב דערציילט - אז קומענדיק קיין בארא פארק נאך איידער מ'איז אריין אין די נייע הויז, האט איהם זיין טאטע (מהר"ש) גענטמען צו 16עוו. קארנער 48 אין ווייזענדיק אויף דעם געשעפט אז "אין דעם געשעפט וויל איך נישט דו זאלסט איבער טרעטען דער שוועל". עכ"פ יעצט חנוכה צייט זאל מען זיך מונע זיין פון קויפן קאווע אין די געשעפטן.

אגב, יענעם געשעפט וואס דער רב האט דערמאנט, האט בשעתו געהאט געימס וכדו', עס איז געוועהן מער ווי א הענג-אוט ווי איידער א קאפי געשעפט, און אט דאס האט זיין טאטע געמיינט. זיין טאטע האט בכלל נישט אינזין געהאט סיי וועלעכע פראבלעם איבער א גלעזל קאווע. והשנית 'יא' דער היינטיגע רב האט זיך דארט אסאך געדרייט מדאי חודש בחודשו בתוך רוב פון די היינטיגע שיינע באבוב'ער חסידים.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 8:38 pm#311624
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
אויף די ערשטער צוויי נקודות איז ער נישט מער ווי גערעכט
אויף דריי צ"ע

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 12:00 pm#311686
נעכטן נאכט ליל ב' ד'חנוכה, כ"ו כסלו, האט דער רב שליט"א נאך אמאל דערמאנט אז 'א חנוכה פארטי איז א זבח משפחה', א חנוכה איז מסיבה וואס ווערט דעמאנט אין די פוסקים איז ווען מ'זיצט בדרך ארץ מיט שירות ותשבות הלל וזמרה און מיט דברי תורה, אנדערש זאל מען גארנישט מאכען.
מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:52 am#319173
הרבי ומשמשו...
פרייטאג פעברואר 26, 2016 4:41 pm#322756
ב"ה די מידות השחתה פין מלכות באבוב אכט אין פערציג האט שון א ממשיך,
אזא פאדוראבן קייט איז שון לאנג נישט געווען, די מעשה איז אזוי חיים שלום האלבערשטאם זון פין באבובע רב איז א שוואגער מיט זלמן לייב מייזליש, די וואך האט הרב זלמן לייב מייזליש חתונה געמאכט מיט הערשל ראבינוויטש איידעם פין הרה"ג ר' יושע רובין אבד"ק באבוב 45 , איז דער חיים שלום נישט געווען ביים חתונה , שעם אן הים
זונטאג פעברואר 28, 2016 10:55 am#322818
פארוואס ביסטי ברוגז אויף חיים שלום, אפשר האט זיין טאטע אים געזאגט נישט צו גיין?
זונטאג פעברואר 28, 2016 12:10 pm#322822
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
בעל הבית האט געשריבן:ב"ה די מידות השחתה פין מלכות באבוב אכט אין פערציג האט שון א ממשיך,
אזא פאדוראבן קייט איז שון לאנג נישט געווען, די מעשה איז אזוי חיים שלום האלבערשטאם זון פין באבובע רב איז א שוואגער מיט זלמן לייב מייזליש, די וואך האט הרב זלמן לייב מייזליש חתונה געמאכט מיט הערשל ראבינוויטש איידעם פין הרה"ג ר' יושע רובין אבד"ק באבוב 45 , איז דער חיים שלום נישט געווען ביים חתונה , שעם אן הים

טאקע נישט קיין שיינע זאך נישט אנטייל נעמען אין א שוואגערס שמחה צוליב פאליטיק אבער כבר היה לעולמים ביי די זעלבע משפחה.
ווען חיים שלום האט געמאכט א ברית ביים זיידן דעם ברך משה אין קווינס קעמפ, זלמן לייב מייזליש אין קיין איינע פון זיינע ברידערס זענען נישט געקומען צום שוואגערס שמחה צוליב די פאליטיק וואס זיי האבן געפירט מיט זייער אייגענע זיידע.
I guess now was payback time!
זונטאג פעברואר 28, 2016 1:12 pm#322836
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
ענבי הגפן בענבי הגפן.
אבער אונז 'פשוט'ער אידען' זענען שטארק מומלץ צו שטייען ווייט פון די סארט פארשוינען.
ס'פעלט נישט קיין עכט חשוב'ע אידען אין די וועלט אז מ'דארף אריינפאלען ביי די באנדע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 28, 2016 3:39 pm#322852
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ענבי הגפן בענבי הגפן.
אבער אונז 'פשוט'ער אידען' זענען שטארק מומלץ צו שטייען ווייט פון די סארט פארשוינען.
ס'פעלט נישט קיין עכט חשוב'ע אידען אין די וועלט אז מ'דארף אריינפאלען ביי די באנדע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

I'm completely with you on that, just wanted to set the record straight that they're both even partners in crime.
זונטאג פעברואר 28, 2016 5:19 pm#322858
מר. חיים שלום האלבערשטאם
(לפי התקנות ברויך מען שרייבען א טיטול)
זונטאג פעברואר 28, 2016 9:53 pm#322888
איז ער די עלצטער זין פון מרב"ץ 48?
זונטאג פעברואר 28, 2016 10:46 pm#322894
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
Yes
זונטאג פעברואר 28, 2016 11:03 pm#322895
IMG_20160228_220233.jpg
דינסטאג יוני 21, 2016 4:10 pm#338548
א נייע פיוט צו זאגן אינעם הייליגען יום טוב שבועות.
דינסטאג יוני 21, 2016 4:14 pm#338549
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
מ'זאגט עס ווען די ש"ץ האלט ביי ותחזינה עינינו בשובך ל(בנ)ציון.
דינסטאג יוני 21, 2016 7:25 pm#338573
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
קענסט לאכן, אבער אויב נישט קונסט, איז עס זיכער א קונץ.
דאנערשטאג יוני 30, 2016 5:51 pm#339744
ערגעץ געהערט אז באבוב 48 האט פאלוירען קרית באבוב בת ים, עני 45 מיט א אפדעיט פליז
דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:59 pm#339786
בעל הבית האט געשריבן:ערגעץ געהערט אז באבוב 48 האט פאלוירען קרית באבוב בת ים, עני 45 מיט א אפדעיט פליז

יא עס איז אמת
פרייטאג יולי 01, 2016 12:36 am#339790
פארוואס הערט מען גארנישט ? וואס מיינט דאס אז יעקב ישראל פליט פין דארט ?
פרייטאג יולי 01, 2016 10:34 am#339806
אביסעל מסביר זיין די עולם זאל וויסן וואס האנדעלט זיך.

דריי בנינים אין קרית באבוב זענען אונטער א LLC כמו וואס די באבובער רב ז״ל איז געווען די פריזדענט פונעם LLC.
דא האט האב ר' שיע רובין געטאנהעט אז קרית באבוב איז געווען א פריוואטע ביזנעס אינוועסטמענט פון די באבוב רב ז״ל אין זיין שווער איז דאך פונקט אזא זוהן ווי די היינטיגע באבובער רב ממילא קומט עיהם האלב.
ווי לעכערלעך אין מאדנע דאס הערט זיך, ( ביי יעדער דרשה ווא די רב ז״ל האט געוויינט ווי נאנט קרית באבוב איז צו עיהם אין סאיז כאילו זיין קראנק קינד וואס איז עיהם נאנט צום הארץ אין געבעהטן די עולם זאל זיך אנרופן ווארעם, ווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיר נעמען ווייל ער וויל אין ישראל אויפשטעלען א פלאץ פאר באבובער אידן.

די לעצטע זאך ווא די רב ז״ל האט געטראכט איז פערסענל ביזנעס, אלץ די וואס האבן געקענט דער איש קדוש, קיינמאל נישט נהנה געווען פון פדיונות אין אלץ געגעבן פאר צדקה, געלעבט א low standard לעבן וואס קיין רבי האט נשיט געלעבט אלץ געהאט די מינומעם,
סקאסט א לאך א ער האט געוואלט קרית באבוב פאר א פריוואטע אינוועסטמענט, ווען ער זיכט פריוואטע אינוועסטמענט וואלט ער גענומען בארא פארק אלץ א אינוועסטמענט איידער ווי קרית באבוב ווא איז דעמאלטס נישט געווען ווערד 3 א האלב דולר.

כוויל נישט פארקריכן, למעשה האבן די קינדער פון רנ״צ געזאגט אז זיי קומט האלב פון דע דריי בנינים, זייערע attorney האט זיי געראטען אז מזאל נאר בעהטן אויפ מכאן להבא, דאס הייסט טאמער מגייט פארקויפן, אדער מגייט ארויפ ציען אראפ שטאק אויף יענער בנינים.

ביי איינער פון די ערשטע זיצונג האבן די געלט הונגרי די חיות געבעהטן באבוב זאל סעטלען מיט זיי אויף 200 אלפים, פארשטייט זיך באבוב האט נישט מסכים געווען, מקען נישט פארהאנדלען מיט טערראריסטען, אין מאיז געזעצן.

חמישה מיט דריי וואכן צירוק האט די קאורט געפאסקענט אז משפחת רנ״צ איז בעה״ב אויפ 49 פראצענט פונעם עתיד אויפן בנינים,
דאס מיינט decisions קענען זיי נישט מאכן, אבער טאמער באבוב פארקויפט די בנינים אדער ציעט ארויפ שטאקן זענען זיי בארעכדיגט מיט 49 פראצענט.

קודם כל גיין זיי נישט זעהן א פיאסטער פון שרית באבוב, ווייל באבוב וועט קיינמאל גארנישט טוען מיט די בנינים טאמער וועלען זיי זעהן מער ווי א ניקל דערפון, והשנית טאמער זיין זיי יא זעהן געלט גייט עס פריוואט פאר משפחת רמ״ד אויפ צאלן גויטע אין די היים אין פארן ליעס פון די קאר.
(לאסט זיך שווער גלייבן ווי שי חיות שעמען זיך נישט צו שרייען נכסי פרטי נאכדעים וואס יעדער קינד ווייסט ווי שטארק דע פארקערטע סאיז געווען)

צו שלאס, קיין דולר גיין זיי נישט זעהן דא, אלץ בלייבט ביים אלטן, זיי האבן 49 פראצענט פון air rights אויפ דריי בנינים.
מוצ"ש יולי 02, 2016 10:05 pm#339871
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
בארא פארקער האט געשריבן: ווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיק נעמען


נחתום מעיד על עיסתו ...
מוצ"ש יולי 02, 2016 10:31 pm#339872
סוי 45 האט 49 פראצענט פון 48.
מוצ"ש יולי 02, 2016 10:32 pm#339874
בארא פארקער האט געשריבן:ווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיק נעמען.

וואס הייסט נעמען קעיק?
זונטאג יולי 03, 2016 11:52 am#339959
ליפא האט געשריבן:
בארא פארקער האט געשריבן:ווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיק נעמען.

וואס הייסט נעמען קעיק?

די ר אויפן קאמפיוטער איז א שכן מיטן ק, סאו אפשר מיינט ער גאר קעיר נעמען?
זונטאג יולי 03, 2016 12:13 pm#339964
אדער רעיק, אדער רעיר
מאנטאג יולי 04, 2016 1:03 am#340077
און וואס איז מיט די הבטחה פון אונזערע גבאים, אז לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! ???
מאנטאג יולי 04, 2016 1:50 am#340086
אמאל אמאל מעג מען זיך אפשר אביסל אויסלופטערן.
אגב דער בארא פארקער שרייבט ווי אן עזרעילי אביסל
מאנטאג יולי 04, 2016 10:22 pm#340259
ווי האלט די דין תורה?
דינסטאג יולי 05, 2016 10:23 am#340324
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
גיהערט א גיטס
אין אמריקה איין שעה נאך די וואלען ווייסט מען שוין ווער האט גיווינין
אין רוסלאנד איין טאג פאר די וואלען ווייסט מען ווער גייט גיווינן
אין באבוב איז גיוועהן אפענע וואלען אבער מע גייט קיינמאהל נישט וויסן ווער האט גיווינן....


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג יולי 05, 2016 5:40 pm#340419
מעשה שהיה אמת ויציב
צוויי וואכן צוריק האט געוויילט אויף שבת האדמו"ר מגארליץ פין ארצה"ק, געקומען דאווענען שבת בנאכט אין באבובע ביהמ"ד אין ב.פ. האט עם דעם אדמו"ר מבאבוב צוגעשיקט צו מנחה, האט ער געזאגט איך קען נישט איך בין זייער הייזריג, האט די רב געזאגט בכל זאת גייט צו , האט ער אנגעהויבן הודו מיט א הייזריגע שטומע , שון נאך שטילע שמו"ע גייט די רב צו האדמו"ר מגארליץ איר קענט טאקע נישט, עם אוועקגעשיקט פין עמוד
עד כאן המעשה
דינסטאג יולי 05, 2016 7:21 pm#340444
65th האט געשריבן:גיהערט א גיטס
אין אמריקה איין שעה נאך די וואלען ווייסט מען שוין ווער האט גיווינין
אין רוסלאנד איין טאג פאר די וואלען ווייסט מען ווער גייט גיווינן
אין באבוב איז גיוועהן אפענע וואלען אבער מע גייט קיינמאהל נישט וויסן ווער האט גיווינן....

מען ווייסט שוין זייער גוט ווער עס האט געוואנען באבעוו נאר די שאלה איז וועלכע באבאוו
דינסטאג יולי 05, 2016 8:27 pm#340457
בעל הבית האט געשריבן:מעשה שהיה אמת ויציב
צוויי וואכן צוריק האט געוויילט אויף שבת האדמו"ר מגארליץ פין ארצה"ק, געקומען דאווענען שבת בנאכט אין באבובע ביהמ"ד אין ב.פ. האט עם דעם אדמו"ר מבאבוב צוגעשיקט צו מנחה, האט ער געזאגט איך קען נישט איך בין זייער הייזריג, האט די רב געזאגט בכל זאת גייט צו , האט ער אנגעהויבן הודו מיט א הייזריגע שטומע , שון נאך שטילע שמו"ע גייט די רב צו האדמו"ר מגארליץ איר קענט טאקע נישט, עם אוועקגעשיקט פין עמוד
עד כאן המעשה


ער האט פשוט רחמנות געהאט אויף איהם ער האט געזעהן אז ער איז הייזעריג
מה כל הרעש הזה
מיטוואך יולי 06, 2016 8:15 am#340529
פון וועלכע באבעווע רבי רעדט מען דא ביטע?
מיטוואך יולי 06, 2016 9:06 am#340538
דער איין און איינציגסטע פון די דריי.
ערנסט גערעדט, סתם באבוב, ווי אויך סתם מעשה כזה, איז חזקתו באבוב 48, וואטעווער דעט מינס
מיטוואך יולי 06, 2016 10:26 am#340558
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:מעשה שהיה אמת ויציב
צוויי וואכן צוריק האט געוויילט אויף שבת האדמו"ר מגארליץ פין ארצה"ק, געקומען דאווענען שבת בנאכט אין באבובע ביהמ"ד אין ב.פ. האט עם דעם אדמו"ר מבאבוב צוגעשיקט צו מנחה, האט ער געזאגט איך קען נישט איך בין זייער הייזריג, האט די רב געזאגט בכל זאת גייט צו , האט ער אנגעהויבן הודו מיט א הייזריגע שטומע , שון נאך שטילע שמו"ע גייט די רב צו האדמו"ר מגארליץ איר קענט טאקע נישט, עם אוועקגעשיקט פין עמוד
עד כאן המעשה


ער האט פשוט רחמנות געהאט אויף איהם ער האט געזעהן אז ער איז הייזעריג
מה כל הרעש הזה


דער גארליצער האט עס בכלל נישט גענומען צום הארצען, והא ראי' שפעטער איז ער צוריק געקומען צום שלחן הטהור.
מיטוואך יולי 06, 2016 12:06 pm#340574
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
אי משום הא לא איריא, ער איז מן הסתם איינגעשטאנען ביי א באבובער איד, האט ער נישט געהאט קיין ברירה.
איך גלייב אויך אז מהרב"ץ האט נישט געמיינט גארנישט, ער האט מן הסתם געמיינט אז די הייזעריג איז א שוואכער תירוץ, און ווען ער האט געזעהן אז עס איז סיריעס ביזנעס, האט ער צוגעשיקט א צווייטן, איך גלייב נישט אז עס איז געווען בדרך ביזיון.
מען קען דאס ליינען אויף צוויי אופנים, כדרך טאטע שיק מיר הויזן.
מיטוואך יולי 06, 2016 6:15 pm#340660
דולה ומשקה האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:מעשה שהיה אמת ויציב
צוויי וואכן צוריק האט געוויילט אויף שבת האדמו"ר מגארליץ פין ארצה"ק, געקומען דאווענען שבת בנאכט אין באבובע ביהמ"ד אין ב.פ. האט עם דעם אדמו"ר מבאבוב צוגעשיקט צו מנחה, האט ער געזאגט איך קען נישט איך בין זייער הייזריג, האט די רב געזאגט בכל זאת גייט צו , האט ער אנגעהויבן הודו מיט א הייזריגע שטומע , שון נאך שטילע שמו"ע גייט די רב צו האדמו"ר מגארליץ איר קענט טאקע נישט, עם אוועקגעשיקט פין עמוד
עד כאן המעשה


ער האט פשוט רחמנות געהאט אויף איהם ער האט געזעהן אז ער איז הייזעריג
מה כל הרעש הזה


דער גארליצער האט עס בכלל נישט גענומען צום הארצען, והא ראי' שפעטער איז ער צוריק געקומען צום שלחן הטהור.
ה ט ה ו ר
מיטוואך יולי 06, 2016 8:21 pm#340684
ער האט נישט צוגעשיקט קיין צווייטער
נאר דער באבובער רב [נישט באבובער רבי.. ] איז אליין צוגעגאנגען צו הויכע שמונה עשרה.

אין פרייטיג צונאכט ביי די טיש האט ער געמאכט א שמיעס דעם, אין שיין מסביר געוועהן..
דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:44 am#340745
אויך מיר שיין, מסביר געווען א באבע מעשה כנהוג, אז גארליצע רב האט אויך געהאט א הייזריגע שטימע, בלא בלא
דאנערשטאג יולי 07, 2016 4:39 am#340760
איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון רבי בנציון שליט"א(אפשר וועגן דולה האט עם נאכנישט באשריבן) אבער דער מעשה מיט מנחה ווייזט אויף זיין מענטשליכקייט!
דינסטאג יולי 12, 2016 8:58 am#341601
בן אדם האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון רבי בנציון שליט"א(אפשר וועגן דולה האט עם נאכנישט באשריבן) אבער דער מעשה מיט מנחה ווייזט אויף זיין מענטשליכקייט!

זיי מיר מסביר זיין מענטשליכקייט מיט פארשעמן א יוד פאר 350 יודן!!!
דינסטאג יולי 12, 2016 9:08 am#341602
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
שלום עליכם, ווי זענט איר גלייך אריינגעפאלן אין דאמסטער?
דינסטאג יולי 12, 2016 9:38 am#341605
איך הייב אן צי קיקן דא אביסל אין אביסל דא אין וואס מיינסטי זעה איך..........???
דינסטאג יולי 12, 2016 9:56 am#341608
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
דאס איז מיין שאלה, ווי ביזטו אנגעקומען צו קוקן גלייך אין גארבעדזש?
הייבן אן פון אויבן אראפ, אדער פון אונטן ארויף.
עניוועי וועלקאם צו קאווע שטיבל, אס איז דא אסאך וואס צו קוקן און הנאה האבן.
דינסטאג יולי 12, 2016 10:00 am#341611
ארלעדיגט ביסט גערעכט. וואס זאל איך אריין גיין אין יענעמ'ס גארבידזש
זונטאג נאוועמבער 27, 2016 9:17 am#355520
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
שבת קודש איז אריין געקימן דער שמש פין 45 אויף א משפחה שמחה קיין 48
ער איז גאנץ א שטילע איידעלע חסידישע איד וואס יעדער קען
איז באלד ציגעלאפן איינער פין די שלעגערס אין מען האט עהם ציגענימן די ברילן, אראפ געווארפן דעהם שטריימל אין נאך אנדערע זאכן
ווייסט אפשר איינער וואס קוועטש די אחטען פערציגערס?
זיי האבען גיווינן די דין תורה!
זיי האבען שליטה אויף אלע נכסים!
זיי האבען אויס גערייניגט אללע שונאים!
אין טאמער ס׳קימט אמאהל א יוד אריין אויף א שמחה ווערן זיי ווילד!
איז דאס דער דרך הבעש״ט?
איז דאס דער דרך פין נועם אלימלך?
איז דאס דער ראפשיצער דרך?
אפשר איז דא זאכן וואס אינס וויסן נישט!
אדרבה ילמדינו רבינו!



Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 7:59 pm#355603
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
א איד א שיינער תלמיד חכם א ירא שמים ברבים א חסידישע אבער א שטיקל בטלן אין ער האט זיך אביסל גימיטשעט צי טוהן א שידוך
בעזרת השם איז איהם גילונגן צי באקימן א גיטע בחור אויך א תלמיד חכם אבער דער אונטערשיט איז גיוועהן אז דער מחותן גיהערט צי באבוב ( ער איז אפילו א נאנטטער משפחה מיטן באבובער רב שליטא) אבער דער חתן מיט זיין גאנצע פאמיליע באלאנגן צי באבוב 45
נו שוין וואס טיט מין נישט פאר א שידוך, זאל דאס זיין דער חסרון
פאר דע חתונה זענען די משפחה גיגאנגען בעטען די גבאים אז צי שבת שבע ברכות ווילן זיי ברענגן דעהם חתן וכלה אין שיהל כמנהג ביי יודען אין מען זאהל גיבען דעהם חתן אן עליה
די קהילה האט בשום אופן נישט מסכים גיוועהן
איך האב גיהערט די מעשה אין איך האב עס נישט גיגלייבט
איך האב מיך נאך געפרעגט אין איך שרייב זעהר איידל וואס האט פאסירט דארטן
טאמער עס איז דא איינער וואס קען מיר מסביר זיין צי עס איז ריכטיג ביטע ענפערט מיר


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 9:38 pm#355604
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
ווייזט אויס אז דער רעבע האט א נייעם 'דרך'...