Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

קאווע שטיבל • הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
113 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 136 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6093
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:36 pm#190600
הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
דער באבובער רב פון 48 איז באקאנט ביי די גאנצע וועלט אלץ א רבי וואס איז דא אסאך צי רעדען איבער זיין פרעזענדליכקייט,
ער מאכט "העדליינס" יעדע שני וחמישי, ער פארמאגט א פראכטפולער הדרת פנים, ממש ווי "פון די מחניים ביכלעך", אפילו זיין זיידע דער קדשות ציון האט דאס נישט געהאט, א גרויסער "קענער" אין חסידות און אין היסטערי, א שיינער בעל תפלה, א הערליכער בעל מנגן, א שיינער מגיד און א זיסער בעל מחדש,
אפילו ביי זיינע שונאים ווערט ער באטראכט אלץ "איש האשכולות" ווען אפילו זיינע שונאים האלטען אז ער "האט וואס צי פארקויפען",
עס איז קלאר אז ר' בנציון ("בנציונן'דל דער רב'ס" ווי איך געדענק עם אלע יארען) איז געווען און איז און וועט אייביג פארבלייבען אלץ א פיגור וואס איז א עסק א געשעפט צי שמיסען פון עם,
ס'האט מיר געזאגט אמאל א 45 באבובער איד, גיב א קיק אויף די היינטיגע בנשקלעך, ניטאמאל זענען זיי בכלל א מדובר אויף וואס מען קען רעדען כאטש אפילו שלעכטס, זיי זענען כאפס וכאין, משא"כ די אלטע געווארדיע ווי דער היינטיגער בעלזער רב אדער ר' בניציון באבובער און נאך זענען פארט "עפעס" ביי יעדעם, און זיי זענען נאכאלץ א "יש", משא"כ די אלע נייע, ניטאמאל זענען זיי ווערד אז מען זאל עפענען דאס מויל אויף זיי....
עס זענען טאקע דא וואס פארגלייכען עם היבש צי דער בעלזער רב, (ר' בנציוןנס מאמע איז גאר א נאנטער קרוב צי בעלזער רב) כאטש דער בעלזער רב האט געהאט די מעגליכקייט צי טין זיינע ווילדע שטיק אלץ יונגערמאן אזוי האט ער יעצט א "פתח תשובה" אז ער איז געווען יונג און אימערפארען,
משא"כ ר' בניציון איז קוים 9 יאר אין די ליין, און ווען ער וועט זיך כאפען אויף זיינע מיסטעיקס וועט ער שוין זיין צי אלט צי ציען דאס שטריקעל פארקערט

אזוי ווי עס איז דא אסאך צי רעדען וועגען דער ר' בנציון, וואלט איך מציע געווען אז ווער עס האט צי דערציילען פאקטען איבער דעם רב זאל זיך אנריפען
איך וויל אבער קלאר מאכען אז איך וויל נישט אז דאס זאל ווערען פאר'צימעסט, אזוי אויך זאל מען נישט רעדען פון גאר פרעזענליכע אישוס שהשתיקה יפה להם
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:50 pm#190604
וויאזוי איז רב"צ א נאנטע קרוב מיטן בעלזער? דריטע קאזינס?
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:54 pm#190605
טיט איך בעהט דיר די צוויי זענן לא קרוב זה אל זה כלל.
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 9:55 pm#190606
אוי עס בענקט זיך ביי אזעלכע מאמנטען
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 10:19 pm#190612
מ'זאגט אז זיין גדלות האט זיך ארויסגעוויזן גלייך ווען ער איז געווארן רבי. זיין איינציגסטע ברידער מנרנ"ץ איז נסתלק געווארן צוויי טעג פאר פורים אבער ווען עס איז געקומען פורים האט זיך גארנישט דערקענט אויף אים און מ'האט געפראוועט מיט די זעלבע שמחה ווי אלע יארן.
פרייטאג מערץ 14, 2014 1:22 am#190666
וואס איז אמת איז אמת, ער קען אסאך ער האט א געוואלט מיט ידיעות, אבער היות פאר סומ'ריזן טרעפט ער זיך קייממאל נישט מיט קיין רבנים קען ער נעשט ארויס ווייזן זיינע ידיעות פאר די גאס,
ער אליין איז א נערוועזע יונג אז אסאך מאל דארפן די גבאים עיהם ממש קאנטראלען, ער ממט געבט נישט קיין שיט וועגען קיינער, מה יאמרו הברית איז ביי עיהם גארנישט, ס'גייט עיהם נישט אן טאמער די סקולענע רבי אין נאך גדולי הדור זאלן עיהם בעטען עפעס אינטער שרייבען, אז ער וויל נישט טוט ער נישט,
מדות האט ער אין זיין לעבן נישט געהאט אפי' נישט באגעיגענט.
האט מער וויניגער די מאדערנע עולם פון באבוב נאכדעים וואס קרוב צו האלב אין בעסערע זענען געגאנגען צו צד השני,
פרייטאג מערץ 14, 2014 1:54 am#190675
איך האב גארנישט מיט רב"צ, איך קען אים נישט, אבער אז מ'האקט וויל איך דערמאנען אז די איינציגעסטע מאל איך האב מיך אנגעשטויסן אין אים איז ער גראדע געווען מענשטליך.

כך הוה, איך בין געווען באזוכן א פארם מיט מיינע קינדער אין א קאנטרי אפאר יאר צוריק. ביים אוועקפארן איז א קאר געווען האלב אויפן פריוואטן קאנטרי ראוד ווייל ס'איז נישט געווען ווי צו פארקן. האב איך געשיקט מיין אינגעל אריין אין די דערנעבעדיגע באנגעלוי רופן דעם בעל הבית. מיין אינגל קומט צוריק זאגן אז עפעס א רבי האט אים געפרעגט זיין נאמען מיט א שמייכעל, און געזאגט, זאג פאר דיין טאטע אנשולדיגס איך קום שוין. והנה רב"צ פאפט ארויס מיט'ן גבאי, ווינטשט מיר אנשולדיגס און פיצט אפ.
פרייטאג מערץ 14, 2014 2:16 pm#190736
ער ליידט פון א רייע פרעבלעמען אין געזונט מענטעל און כבוד
רמ"ד קעשט זיי גוט איין
פרייטאג מערץ 14, 2014 2:23 pm#190741
מ'עפנט א צימעס אשכול אין מ'בעט אז ס'זאל נישט אריינגעפירט ווערן אין צימעס....
מאנטאג מערץ 17, 2014 8:14 am#190877
בעל הבית האט געשריבן:אוי עס בענקט זיך נאך איהם ביי אזעלכע מאמנטען

אוודאי דער וואלט גיט געוויסט ווי צי שיפלען דעם טיטאניק שיף
מאנטאג מערץ 17, 2014 9:12 am#190879
פון די יחידים אין דור וואס העלפן דעם קאנקורענץ זיך בויען...
מאנטאג מערץ 17, 2014 10:50 am#190892
געפירט א יארצייט סעודה לע"נ אחיו י"ב אדר, ער האט קיין איינציגס מאהל אפילו עפ"י טעות דערמאנט א כי הוא זה עפעס א משהו אז די יעצטיגע סעודה איז א יארצייט פון דער ברודער.
אבער דאס יא, נאכ-אמאל פארלוירען זיין זיין סעלף-קאנטראל, געכאפט אן אטאק זיך גענומען שרייען איבער דאס רעדן ביים דאווענען. "
ער גייט שטעלן שומרים ער האט געשטעלט שומרים ער גייט שטעלן נאך שומרים, ער אליינס גיבט אכטונג ער גייט געבן נאך מער אכט מ'זאל נישט רעדן, ער וויל זיין שוואגערס זאלן ארויס העלפן ועל ראשם דער דיין שליט"א זאל זעהן צו האלטן קאנטראל".
א קיצור לויט ווי עס האט אויסגעזעהן איז דאס רעדן ביי איהם אין בית מדרש בפרט ביי זיין מנין אינגאנצען ארויס פון די ראמען, ס'איהם ארויף דער בלויט דרוק, די שוואכע נערווען האבען געפלאצט, ער איז אריין אין מלחמה קעגן די רעדנערס בלי שום יוצא מן הכלל.
אגב, נישט אלעמאל איז דאס וואס מ'זאגט, נאר ווי אזוי מ'זאגט דאס. אויך דא זענען די אויגען געוועהן אויף די בני וחתני האדמו"ר ומשמשיו...

נאך איבער איהם זעה דער אשכול:
l viewtopic.php?f=33&t=5642 l
דינסטאג מערץ 18, 2014 7:26 pm#191182
איינער קען מיר זאגן וואס ער האט אינזינען? ס'זעהט אויס ווי ער ווייסט די עולם די מאס פון עפעס.....
דינסטאג מערץ 18, 2014 7:37 pm#191185
רבי בנציון ה"ש איז א מענטש מיט שטארקע פירערשאפט קוואליפיקאציעס, אבער מיט זייער שטארקע פערסאנאליטי דיסארדער וואס מען קען זייער גוט פארשטיין ער איז אויפגעוואקסן ביי א עלטערע טאטע און געווען א בן יחיד פאר זיין מאמע, זיינע עלטערן זענען געווען קריגס איבערלעבער, און בנוסף לזה האט ער מיטגעמאכט א שווערע גט,
פון די אנדערע זייט איז ער א פענאמענאלע ידען, א אוצר בלום און דרוש און אין חסידות, זיינע תורה'ס זענען געוואלדיג קונצליך, ער פארשטייט צו נגינה, תולדות, אנטיק, כתבי יד, א ריכטיגע קענער און ווייסער, און א גוטע שמועסער, א הערליכע בעל תפלה.
ער איז א אינטרעסאנטע צוזאמשטעל, פון איין זייט א ריכטיגע בארא פארקע אינגל מיט'ן גאנצן קנאק, אבער האט אויך א ארגינעלע גאליציאנע חן און א טעם זקנים, דאס מאכט אז סיי די יונגע עולם גייט פאר אים, און די עלטערע עולם איז פארשיכור'ט אויף אים.
ער איז א מומחה אין זיך איינקויפן שונאים, אבער די זעלבע אויך פארקערט ער איז א מומחה אין זיך איינקויפן געשוואוירענע פריינט.
בקיצור א אינטרעסאנטע קאלירפולע פארשוין, א פילזייטיגע כאראקטער, דעריבער ווער ס'האט אים ליב קען זעהן אין אים געוואלדיגע מעלות, און ווער ס'האט אים נישט ליב קען זעהן אין אים געפערליכע חסרונות
והבוחר יבחר.
מיטוואך מערץ 19, 2014 12:11 pm#191292
נאך א בילד פון פורים ביים טיש פון באבוב (48)
דער עלטערע בחור זעהט אויס לפי דער 'באדי שפראך' אז ער איז אויף א מיסיע צו דערלאנגען איינעם א געזונץ, וואס לשיטתו פונעם קטנות המוחין פון דעם רויטער מיטן הוט האט זיך איינער מתחצף געוועהן צום רב.
ואולי טעיתי.
מיטוואך מערץ 19, 2014 1:28 pm#191302
קישט זיך מיט א גוי ברבים.
מיטוואך מערץ 19, 2014 3:59 pm#191354
ר' בן ציונ'ס אויף פירנונג קומט אין א געוויסן פין אויף געקומענע רבי'ס וואס האבן נישט קיין מוסדות קיין קהילה
זיי האבן בלויז א שול מיט א א נאמען פין זייער רעביסטווע אין אסאך צייט

די אלע רבי'ס וואס טראגן נישט קיין אחריות אויף קיין ציבור פשוט אין פראסט ווייל זיי האבן נישט קיין קהילה ( אפשר 30 יודען )

מאכן יעדן שני וחמישי מסיבות מיט פארזאמלנונגען שטעלן צי תקנות פארן ציבור מאכן אסיפות הרבנים וכו.
קודם פילט זיך ר' בן ציון ווי ער איז א רבי אין ער ווייסט ווי אזוי צי פירן זיין ציבור אין ער וויל נישט א צווייטער בענעשעק זאל אים איינטיילן וואס צי טיען

צווייטנס אנפאנג ווען ער איז געווארן רבי איז ער געגאענגען צי די מסיבות וואס מען מאכט א יעדן שני וחמישי פאר די אלע רעוועלעך וואס האבן נישט קיין ציבור קיין מוסדות די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן איז צייט אין מען האט אים געזעצט שלא בכבוד

ער איז געקומען צי די הכרה אז די אלע זאכן איז בלויז פאליטיק ווי מען זעצט דיך ווי דיין אינטערשריפט וועט זיין

האט ער געזאגט צי די אלע זאכן ביי ביי ס'איז נישט פאר מיר
איך וועל פירן מיין קהילה ווי אזוי מיר געפעלט אין קיינער האט מיר נישט וואס איינציטיילן נישט מיך אין נישט מיין קהילה

ס'קען זיין ער איז געגאנגען עקסטרעם אבער אין א געוויסן איז ער גערעכט
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:11 am#191482
דריידל האט געשריבן:מ'זאגט אז זיין גדלות האט זיך ארויסגעוויזן גלייך ווען ער איז געווארן רבי. זיין איינציגסטע ברידער מנרנ"ץ איז נסתלק געווארן צוויי טעג פאר פורים אבער ווען עס איז געקומען פורים האט זיך גארנישט דערקענט אויף אים און מ'האט געפראוועט מיט די זעלבע שמחה ווי אלע יארן.

ער האט מקבל געווען די יסורים ״באהבה״ די פראבלעם וואלט געווען אויב ר נפתלי זי״ע וואלט נסתלק געווארן אין תשעה באב
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:22 am#191485
איך בין א אפשטאמיגע פין חסידי באבוב אין ווי פארשטייט זיך אז די משפחה איז צי טיילט ממילא וויל איך נישט אריינגיין אין דעם אבער איין זאך שטערט מיר זייער איך האב געפרעגט א 48 חסיד וויפיל רבי׳ס זענען געווען זינט די גרינדונג פין חסידי באבוב ענפערט ער מיר וואס הייסט פיר

הרה״ק ר׳שלמה הראשון ר׳ בן ציון ר׳ שלמה און ר׳ בן ציון

איינער קען מיר אפשר זאגן ווי הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל איז ?
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:52 am#191506
זלמן זאפיר האט געשריבן:ר' בן ציונ'ס אויף פירנונג קומט אין א געוויסן פין אויף געקומענע רבי'ס וואס האבן נישט קיין מוסדות קיין קהילה
זיי האבן בלויז א שול מיט א א נאמען פין זייער רעביסטווע אין אסאך צייט

די אלע רבי'ס וואס טראגן נישט קיין אחריות אויף קיין ציבור פשוט אין פראסט ווייל זיי האבן נישט קיין קהילה ( אפשר 30 יודען )

מאכן יעדן שני וחמישי מסיבות מיט פארזאמלנונגען שטעלן צי תקנות פארן ציבור מאכן אסיפות הרבנים וכו.
קודם פילט זיך ר' בן ציון ווי ער איז א רבי אין ער ווייסט ווי אזוי צי פירן זיין ציבור אין ער וויל נישט א צווייטער בענעשעק זאל אים איינטיילן וואס צי טיען

צווייטנס אנפאנג ווען ער איז געווארן רבי איז ער געגאענגען צי די מסיבות וואס מען מאכט א יעדן שני וחמישי פאר די אלע רעוועלעך וואס האבן נישט קיין ציבור קיין מוסדות די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן איז צייט אין מען האט אים געזעצט שלא בכבוד

ער איז געקומען צי די הכרה אז די אלע זאכן איז בלויז פאליטיק ווי מען זעצט דיך ווי דיין אינטערשריפט וועט זיין

האט ער געזאגט צי די אלע זאכן ביי ביי ס'איז נישט פאר מיר
איך וועל פירן מיין קהילה ווי אזוי מיר געפעלט אין קיינער האט מיר נישט וואס איינציטיילן נישט מיך אין נישט מיין קהילה

ס'קען זיין ער איז געגאנגען עקסטרעם אבער אין א געוויסן איז ער גערעכט

זייער קלאר אין אמתדיג, די זעלבע פאר רבי'ליך לויפן צו יעדע עצרת פין יענע מאכערס אין באקומען דארט די הויפט אויבן אן אין די שונאים מאכט מען צונאר (בשעת, ווען עס קומט א גרויסע עצרת ווי גיוס אד''ג וואס איז נאך אזוי וויכטיג ווי די אלע אסיפות אין כינוסים זעהט מען נישט די מאכערס מיט זייערע רביס)
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:25 pm#191550
ציגלייכן ר בנציון צום בעלזער מנהיג , אין ווי איינער גלייכט צי, סקולענער רבי צום גערער
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:34 pm#191554
שטעל זיך אוועק אויף 15 עוו. קארנער 48 סט.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:34 pm#191572
אבער דאס יא, נאכ-אמאל פארלוירען זיין זיין סעלף-קאנטראל

גראדע גירעדט מיט א באבובער איד נעכטן גארנישט פארלוירן קיין סעלף קאנטראל גיוועהן א פאררופענע דרשה געלאזט וויסן אלע אינגעלייט א נאכט פריער אז ער גייט רעדן צום ציבור.
געכאפט אן אטאק זיך גענומען שרייען איבער דאס רעדן ביים דאווענען.

דער איד האט מיר גיגעבן די טעיפ צו הערן אף פעם אחד נישט געהויבן די שטימע.
איינער קען מיר זאגן וואס ער האט אינזינען? ס'זעהט אויס ווי ער ווייסט די עולם די מאס פון עפעס.....

דאס איז פורים נאכמיטאג דאס איז די מאס וויין וואס ער האט געטרינקען.
קישט זיך מיט א גוי ברבים.

זעהט מער אויס ווי א סוד שיח.
שטעל זיך אוועק אויף 15 עוו. קארנער 48 סט.

אין וואס זאל איך טוהן דוירט?
דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:03 pm#201823
ביים ל"ג בעומר טיש האט דער 'רב' ווידער געשאסען א באמבע,
אנטקעגן ווי דער רב זיץ איז אויפגעשטעלט פארעצעס פאר די קינדער, הארט פאר די 'תורה' האט דער רב געהייסען אלע קינדער ארויסגיין, וויבאלד זיי מאכן גרידער, אין געהייסען אפרים [בארענשטיין] "גיי בעשעפטיג זיך מיט זיי".

בכלל לעצטנס ווערט ער שטארק אנגעצויגען אויב רעדט מען בשעת ער רעדט.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:05 pm#201825
מסתמא האט ער געוואלט רעדן עפעס וואס נאר טאטעס מעגן הערן...
זונטאג פעברואר 01, 2015 7:36 pm#251142
סתם פאר אינטרעסאנקייט פונוואנעט וטייסים אז כבוד האט עם
עם פארעקעלט?
זונטאג פעברואר 01, 2015 7:54 pm#251144
אביסעל שכל האט געשריבן:סתם פאר אינטרעסאנקייט פונוואנעט וטייסים אז כבוד האט עם
עם פארעקעלט?

א פאקט וואס אלע באבאווער חסידים וועלן מודה זיין.
זונטאג פעברואר 01, 2015 8:33 pm#251157
מאיר הערש האט געשריבן:דער מהרנ"ץ זצוק"ל האט געהאט א good sense of humor, און איז געווען אן עניו גדול מאד, נישט געפאדערט כבוד, נישט געדארפט כבוד, נאר פארקערט, כבוד האט אים פארעקלט אין גרויסן. אוי, האבן די חסידים פארלוירן א רבי'ן. אזא רבי וועלן ביידע באבאווער קיינמאל מער נישט האבן.

פיין און וואיל, כ'גלייב דיר אויפן ווארט, זיי מיר נאר מסביר פשט אין דעם קליפ?
מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:56 am#251260
סאבסיטוט האט געשריבן:
מאיר הערש האט געשריבן:דער מהרנ"ץ זצוק"ל האט געהאט א good sense of humor, און איז געווען אן עניו גדול מאד, נישט געפאדערט כבוד, נישט געדארפט כבוד, נאר פארקערט, כבוד האט אים פארעקלט אין גרויסן. אוי, האבן די חסידים פארלוירן א רבי'ן. אזא רבי וועלן ביידע באבאווער קיינמאל מער נישט האבן.

פיין און וואיל, כ'גלייב דיר אויפן ווארט, זיי מיר נאר מסביר פשט אין דעם קליפ?

וועלכע קליפ?
מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:31 am#251275
איינער ווייסט וועלעכע שטיקעל איז דער הוספה פון ימי צעירתו אויף וואס דער טאטע האט געגעבען זיין הסכמה?

דאס טיילט מען און מ'לערנט אויס פאר כתה א' יונגעלעך. גארנישט ראנג...
דינסטאג פעברואר 03, 2015 6:25 am#251479
אביסעל שכל האט געשריבן:סתם פאר אינטרעסאנקייט פונוואנעט וטייסים אז כבוד האט עם
עם פארעקעלט?


ער איז געווען א אדם גדול מאוד, א אמת'ער צדיק. מען רעדט דא נישט פון קיין חדר אינגעל.
אינטערעסאנט ווי ער פלעגט שיקן מענטשן וואס זענען געקומען צו אים פאר א ישועה אז זיי זאלן גיין צו הרב (בני ח.י.??) האלברשטאם און 'ער' וועט פועל'ן. ער האט געוואלט מחזק זיין יענעם רב, האט ער געשיקט צו יענעם אזוי אז עס זאל אויסקוקן אז יענער האט געמאכט דעם מופת און יענעם דורעך דעם מחזק געווען.

ווען ער איז געווען רבי האט מען געזען ביי אים אפענע רוח הקודש.
זונטאג מערץ 08, 2015 4:37 pm#257442
דרייט זיך ארום א ווידעא ווי רב"ץ זעצט אריין אין פענסטער מיט זיין שטעקן ביז די גלאז צעברעכט זיך. איך האב עס באקומען אויף וואטסעפ און קען עס נישט אפלאודן אהער.
זונטאג מערץ 08, 2015 5:08 pm#257455
מנהג רומפלען.
זונטאג מערץ 08, 2015 9:02 pm#257534
וואס הייסט? די מנהג איז מ'זאל ברעכן פענסטער?
מאנטאג מערץ 09, 2015 9:46 am#257586
יא
מאנטאג מערץ 09, 2015 11:59 am#257599
דער אלטער רויטע בחור המפורסם דארט אין באבוב 48 האט האט מיט עקלקייט מבזה געוועהן א בחור דעם פארגאנגענעם פורים, דער פערצן יעריגע בחור האט געוואלט צו גיין צום רב שליט"א מזכיר זיין דעם פאטער וואס ראנגעלט זיך שוין מיטן מלאך המות פאר א לענגערע תקופה ליידענדיק אויף יענער מעשה ר"ל, נאך דעם וואס דער גבאי מ. צ. האט נישט צוגאלאזט דעם בחור וועלעכע האט זיך געבעטן ביי איהם מיט טרערען אין זיין אויגען אז אין די געהויבענע מינוטן וועל ער דערמאנטען לרפואה שלימה, אבער דער משוגעת הרושעת פון דעם מ. צ. האט געברענט ווי אחשורוש מלך טיפש, און נישט צוגעלאזט דעם בחור.
דער אומשולדיגע בחור וואס זעהט ר"ל ווי יעדע פארבייגייענדיגע טאג קען זיין דאס לעצטע מאל וואס יתכן ער גייט זיך שיידען מיט זיין טאטע, האט פרובירט א אנדערע מאל מיטל איבער קריכענדיק א טיש צו קענען צו גיין מיט א קוויטעל מזכיר זיין פאטער, וועלעכע אגב איז געוועהן א גאר א נאנטע בן בית ביים מהר"ש, שוין זייענדיק אויף דער טיש, איז געקומען דער אנדערע מוך דחוק דער אלוער רויטע ווילדער צאפ, א שטאלץ פון יענע קהלה, מיטן נאמען נ.מ.ב. אין מיט גרויס בזיונות און איינזאטיגע רשעות פארשיקט דעם בחור.
אבער פונקט דא האט זיך באוויזען דער אינערליכע הארציגע געפיל פון דער רב שליט"א, וועלעכע האט דאס באמערקט, ער האט שטארק פארדאמט דעם אקט, זאגענדיק "נעקסטע יאר ווען ער וועט זיין א יתום, ווען ער וועט זיין א רחמנות וועט דיר בעסער זיין?", בחדא מיתי האט ער אריין געפליקט דעם גבאי מ. צ. "פארוואס לאזט מען נישט אזא בחור צו מזכיר זיין בעידן חדוותא?, ביומא דפורים איז זייער גרינג צו משפיע זיין ישיעות און רפואות".
מאנטאג מערץ 09, 2015 12:18 pm#257600
איך האף דאס קינד האט נישט געהערט זיינע ווערטער וועגן נעקסטן יאר.
מאנטאג מערץ 09, 2015 4:07 pm#257631
דער רויטע גבאי האט זיך געלערנט פין דער פריערדיגע רויטע גבאי א. בצ. ב. דער אלטע האט עס נאר געטוהן מיט דער באבאווער חן משא'כ דער שור הבור.
מאנטאג מערץ 09, 2015 6:22 pm#257677
ATUB @דולה ומשקה ATUB מעשה גייט פאסירען אפשר תשע״ו, אבער היי יאר האט פאסירט אינגאנצן א אנדערע מעשה אין א חידוש אז אפאר פרטים זענען יא ענדליך צו דולה׳ס מעשה
מעשה שהיה כך היה א בחור וואס זיין טאטע ראנגעלט זיך מיטן מלאך המוות שוין א שטיקצייט איז געווען בגליפון אין ארויף אויפן שלחן הטהור פון רבינו אין געוואלט נעכו א ברכה נאכזעהן יערליך אז די רב טיילט גרויסע ישועות ביום הפורים.
די בחור אעז צוגעגאנגען צום רב איז טאקע באקומען א ברכה, נאכן באקומען די ברכה האט די בחור געטאנצט אויפן טיש אין דערנאך געוואלט נאכאמאל צו גיין צו רבינו דא האט הרב מענדיל ציטראנענבוים שליט״א געבעטן די בחור נישט צו קומען נאכאמאל אלץ געדרענג טאמער יעדער וועט ארויף קומען אין מדארף האלטן סדר, זעהטנדיג דא ארבייט נישט האט דער בחור וואס איז געווען אביסעל אנגעטרינקען פראבירט נאכאמאל אין דא האט הב׳ נ מ ב, שוין פארפירט אין געבעהטן אז דארף זיין סדר.
דינסטאג מערץ 10, 2015 8:21 am#257723
דער מעשה שטומט נישט מיט דער וואס קען זיך אויס א טראפ ווי ס'קוקט אויס פורים און באבוב, ווי יעדער פשוטע מענטש וואס דארף א ישועה קען זיך רואיגערהייט מזכיר זיין.

וועסטו פרעגן וואס ברענט זיי אויפצומאכען אזא מעשה, איז דער תירוץ אז נאכען קוקען די בילדער האבען זיי נישט געקענט צוקוקען און געדארפט ארויסצוען פונעם הוט א מעשה.

דא האט איר א לינק ווי איר קענט זען בילדער, און אויך איז מערקזאם וועליכע סארט מענטשן קענען צוגיין צום רב שליט"א פועל'ן א ישועה.

m http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=80841 m
דינסטאג מערץ 10, 2015 2:00 pm#257755
האט מען למעשה גע'פועלט ישועות?
דינסטאג מערץ 10, 2015 3:30 pm#257768
petergrifin האט געשריבן:האט מען למעשה גע'פועלט ישועות?

ימים ידברו
דינסטאג מערץ 10, 2015 10:35 pm#257859
@חסיד דו ביזט א באבאװער? אויב יא איז װי קומט צו דיר א פריזבי?
מאנטאג אפריל 13, 2015 7:51 am#265588
זאג נאר!!! אמת מיינע נעגלעך זענען שיין?!

1.JPG
1.JPG (216.13 KiB) געזען געווארן 3190 מאל
מיטוואך אפריל 15, 2015 3:43 pm#266310
איך וויל נישט אטאקירן דעם שרייבער פון די פריעדיגער תגובה
דערפאר זאג איך גארנישט
מען קען טרעפן די בילד ביי יעדע ערליכער איד וואס באקט מצות
וואס איז ער אזוי פאני?
אבער שוין
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:32 pm#266443
אויב די שפירסט אז די דארפסט עס פארענטפערן, זעהט זיך אויס אז די האסט א קאמפלעקס מיט דעם בילד, כאטשיג איך פארשטיי נישט פארוואס. פונקט ווי די בילד ווי מרב"ץ האט משתין געווען, דאס קען אויך פאסירן ביי יעדע ערליכע איד (אפשר נישט מיט'ן טיליפ)
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:33 pm#283575
אפילו זיינע אייגענע חסודים ווייסן וואס דער מענטש איז :like :D :D
דאנערשטאג יוני 18, 2015 10:57 pm#283705
׳שלום׳ 45 :like :D :D
זונטאג יוני 21, 2015 12:59 pm#283994
וואס עפענסטו אזוי שטארק דיין מויל...
עפן די א שלום 48
והכל על מקומו יבוא בשלו' :lol:
זונטאג יוני 21, 2015 1:04 pm#283996
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס עפענסטו אזוי שטארק דיין מויל...
עפן די א שלום 48
והכל על מקומו יבוא בשלו' :lol:

נישט בשלום ממש, אולי עפעס ענדליך דערצו........ :lol: :P :lol: