פארומס › קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

1,052 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אפריל 4, 2016 6:19 pm#327579
אז דו פארגלייכסט די צוויי צייטונגען
קען מען שוין פאר די געלט זיי ביידע פארגלייכן צום מאמענט.

לגבי מאמענט, ווען ס'וואלט כאטש געווען אינטערעסאנט באשריבן די א''ג קאנטרעווערסיאלע נושאים איז איין זאך. מגייט אבער אוועק דערפון שפירענדיג אז מ'האט פארלוירן 5$
באקומסט א שיינע קאווער וזה הוא
מאנטאג אפריל 4, 2016 6:22 pm#327581
לו יהא דו האסט א פוינט, איז נאך אלץ נישט אין פלאץ דער ביטערער וויץ אז מען אריינשיקן צום רעדאקציע נאך צרות...
מאנטאג אפריל 4, 2016 7:33 pm#327587
Says who?
דינסטאג אפריל 5, 2016 1:06 am#327629
די נקודה איז איינס צרות איז פאר זיי ווי א געבראטענע גאנז (איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם)

זיכער איז דא א חיליק און אסאך מער ווי איינס אבער ווען עס קומט צו א גלאבער פרשה וואלטן זיי גענימן די זעלבער וועג בערך (און נאכאמאל עס שטערט מיר איבערהויבט נישט)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 5, 2016 1:20 am#327630
יהושע חיים
ק/פ מודעה פון מאמענט רעדאקציע. היות מיר לויפן שוין כמעט אויס פון צרות וואס מיר זאלן קענען מאכן דערפון קאווער סטאריס, אפעלירן מיר צו אלע אונזערע ליינער, זיי זאלן אונז אריינשיקן סיי וועלכע פראלעמאטישע ענין, אזוי אז מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט אונזער ארבעט. א דאנק

פאר מער אינפארמאציע, ביטע פארבינדט אייך צום לאקאלן /אינטערנאציאנאלן אפיס פון תהילים כולל/כולל חצות...!
דינסטאג אפריל 5, 2016 1:47 am#327633
שמעקעדיג
יהושע חיים עס איז נישט ממש א פארגלייך, ווייל דער מאמענט האט די קוראזש צו רעדן פון ענינים וואס דער איד און בלאט וואלטן נישט גע'חלומ'ט ארויסצולייגן, די איד און בלאט לעבן אין עולם הדמיון ווי אלעס גייט גוט און אלע מוסדות האבן הצלחה ביי זייערע דינערס און אלע רבי'ס האבן כבוד מלכים אזש מ'קען נאר שטעלן בילדער פון טייל פונ'ם ציבור אויף אמאל, אידן האבן כמעט נישט קיין סמארטפאונ'ס און די פאר נידריגע יונגען וואס יא האבן זיכער גדר מיט משומר וכו' וכו', און כלל ישראל איז הערליך שיין מען זעהט און מען קוועלט ווי מען שטייגט כסדר און יעדער האלט מיט דעם דף הקהלה, ווער רעדט דען פון די פאר געציילטע אפגעפארענע יונגען רח"ל מחוץ למחנה די אויסוואורפן די ערב רב אליין, וואס אלעס איז דער סמארטפאון שולדיג אינאיינעם מיט די ציונים אא"וו........ (איך הער זיך אביסל ווי ר' בערל?... כ'ווער שוין אלט 😛 😠 😂 )

פארגלייכסט טאקע די 2 צייטונגען מיטן מאמענט?

שמעקעדיג: ייש"כ. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. ס'איז אלץ בעסער דער היינטיגער דרך פון ..."דער איד" און ..."דער בלאט"...ווי דער אמאליגער זיסער דרך פון הרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. (בלאט יונגעלע. צו דיר רעד איך נישט. נישט דיך האט מען דא געמיינט. ס'איז נאך פון פאר דו ביסט געבוירן געווארן) ווען ער האט זיך געווארפן מיט די לשונות...שר"י, ימ"ש, עפ"ל, וכו'...אדער האט ער געשריבן אין קאלום..."פון דא און דארט", אונטער'ן נאמען ..."אליעזר עפשטיין"... די גמרא זאגט דאך כל ליצנותא אסורה בר מליצנותא דעבודה זרה...והנה... דער ליובאוויטשער פיהרער האט געפיפן מיט'ן מויל ביי שלוש סעודות...און דער וויזשניצער אגודיסט, ביי וועמען ס'הענגט דער פאן פון די ציוניסטישע מדינה, און מ'רעדט נאר עברית און זיי גייען צו די בחירות הטמאות, האטציך פארשמירט מיט די שמאלץ פון קוגל...הא הא הא...און דער קלויזנבורגער ...האטציך געטראפן מיט בן גוריון שר"י...וכו' וכו'. אבער ביי אונז...איז דער קוגל און דער קאמפאט געווען זייער פיין. און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעות... און דאס האט געדארפט צו זיין ענטערטעינמענט. ...אוי בענק איך נאך יענע צייטן. הוי ר' סענדער, ר' סענדער. מי יתן לנו תמורתו...!
דינסטאג אפריל 5, 2016 7:00 pm#327777
פון אידישע ווינקל
גאסט-עדיטאריעל:
איי-וועלט האט זיך שוין ווייטער צעפירט די הענט

פון: יוסף הירש. עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

שוין ווידעראמאל האט איי-וועלט זיך צעלאזט די הענט און זיך גענומען מיט א געמיינע אטאקע אויף א לעגיטימע ביזנעס, א פאפולערע אויסגאבע, פאר זעלבסטזיכטיגע עקלהאפטיגע סיבות.

כ'וועל זאגן דעם אמת, כ'בין נישט קיין לייענער פון מאמענט. כ'בין נישט קיין שטיצער פון מאמענט אויף קיין שום אופן וואס זאל נאר זיין. כ'ווייס נישט וואס זיי האבן געשריבן די וואך אדער וועלכע אנדערע וואך. איין זאך וואס איך ווייס איז אז זייערע פראיעקטן האבן שוין אויפגעטאן גרויסע זאכן, אויפוועקנדיג דעם ציבור צו געוויסע אישוס וועלכע האבן געדארפט באקומען אויפמערקזאמקייט און פיינעלי אדרעסירט געווארן, פירנדיג צו גרויסע שינויים אויף אן אינדיווידועלן און קאלעקטיוון אופן.

יעצט האבן זיי געמאכט א פראיעקט פון יתומים, וואס דארף עפענען די אויגן פון מענטשן איבער די יוניק פראבלעמען פון יתומים, און 'דאס' האט ארויסגערופן דעם צארן פון איי-וועלט. איך ווייס אפילו נישט וואס דארט שטייט און כ'קען נישט קוואוטן דעם ארטיקל, נאר איין זאך, אין די לעצטע טעג איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט אפאר יתומים ביי שמחות וכדו', און אלע פון זיי האבן גערעדט מיט גרויס התפּעלות איבער'ן קאווער סטארי פונעם מאמענט די וואך.

בנוסף לזה: די מענטשן וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט דעם פראיעקט זענען אדער אליין געווען יונגע יתומים און געמוזט דורכגיין דעם שווערן קאשמאר, אדער זענען זיי געווען אזעלכע וואס האבן געהאנדלט מיט יתומים, עכ"פ אזוי קוקט אויס לויטן קאווער וואס פארט ארום אויף די וואצאספערע און טעלעגראמעספערע. איז ווער זענען די עליט חברה פון איי-וועלט וועמען ס'האט קיינמאל גארנישט געפעלט אין לעבן, וועלכע האבן קיינמאל נישט געוואוסט פון קיין שוועריגקייטן, צו רעדן אין נאמען פון די יתומים?

און יעצט א קורצן בליק איבער איי-וועלט: איי-וועלט איז א מקום פון בעלי דמיונות, מענטשן וועלכע רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט. איך בין דארט געווען א לאנגע צייט צוריק און זיך פארעקלט פון זייער קטנות. יעדע שטיק צייט געמאכט עלעקשאנס און ערוויילט באאמטע פאר יעדן פאזישאן, באגלייטעט מיט היציגע קאמפיינס, מיט קאמפיין ראליס, נצחונות און מפלות, באשולדיגונגען פון פראוד און אנגעצויגענע שטימונגען צווישן דעם געווינער און פארלירער.

דער סייט ווערט געפירט גאר דיקטאטוריש, אפאר ילדים מאכן אפ וואס ס'מעג יא ארויפגיין און וואס נישט. קענסט שרייבן עפעס וואס איז העכסט לעגיטים און זיי וועלן עס אויסמעקן, פשוט ווייל איך קען און דו קענסט נישט.

(בדרך אגב, די גרינדערס און אנפירערס פון איי-וועלט זענען עתיד ליתן את הדין פאר'ן פירן צו די גרינדונג פון קאווע שטיבל, וואו מען טאלערירט זאכן וואס א פרומער איד טאר נישט לייענען. די גרינדערס און אנפירערס פון קאווע שטיבל זענען באמת פיינע אידן וואס מיינען נאר גוטס. דער פראבלעם איז אז זיי זענען אפגעבריטע חברה, מענטשן וואס האבן זיך צוזאמגעליטן פון די טיפשות און דיקטאטורשאפט פון איי-וועלט און באשלאסן צו גיין ביז'ן אנדערן עקסטרעם פון טאלעראנץ.)

די קראנקהאפטע באנעמונג פון איי-וועלט מוז פארדאמט ווערן און אראפגעריסן ווערן. די גרופע רשעים דארפן דעמאסקירט ווערן. זאלן זיי זיך נישט באהאלטן אונטער ניקס און דאס ניצן צו וויי טאן אנדערע אידן און שעדיגן אנדערע אידנ'ס פרנסות, ווייל אויב יא וועט מען זיי דארפן געבן צו שפורן דעם טעם פון זייער אייגענעם מעדיצין.

נ"ב, דער שרייבער פון די שורות וועט אפן מודה זיין אז ער האט א בייעס. מיין בייעס איז נישט לטובת מאמענט וואס איך לייען נישט. מיין בייעס איז קעגן די קראנקהאפטע רשעות און טיפשות פון איי-וועלט.
מאנטאג מאי 02, 2016 3:24 pm#331343
בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!
מאנטאג מאי 02, 2016 3:38 pm#331348
און דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.

.
מאנטאג מאי 02, 2016 4:02 pm#331350
שמעקעדיג האט געשריבן:און דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.

.
וועלכע ארטיקול?
מאנטאג מאי 02, 2016 4:09 pm#331353
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!

איך האב עס נישט געקויפט אבער איך האב עס דוירך געליינט גארנישט ספעציעל
דער אינטערוויו מיט שאול קליין קוקט אויס גוט און מיט גיל לאקס נישקשה הגם עס קוקט אויס ווי סתם אויסצוגען פון זיין בוך נישט קיין פערזענליכע אינטערוויו
מאנטאג מאי 02, 2016 4:37 pm#331358
וואס למשל וואלט דיר יא אינטרעסירט?
ווען 'מאמענט' שטאב קומט זיך שואל עצה זיין מיט דיר וואס אריינצולייגן, וואס וואלסטו למשל אריינגעשטעלט?
מאנטאג מאי 02, 2016 4:38 pm#331359
מאמענט פסח איז געווען מעכטיג. שטארק הנאה געהאט.
מאנטאג מאי 02, 2016 5:39 pm#331367
mevakesh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!

איך האב עס נישט געקויפט אבער איך האב עס דוירך געליינט גארנישט ספעציעל
דער אינטערוויו מיט שאול קליין קוקט אויס גוט און מיט גיל לאקס נישקשה הגם עס קוקט אויס ווי סתם אויסצוגען פון זיין בוך נישט קיין פערזענליכע אינטערוויו



אלה ואלה דברי .........
די מאמענט איז זייער א שוואכע אויסגאבע בכלליות און יעצט יו"ט זענען זיי יא געווען בחסד מאכט מען א גרויסע מצב לאמיר זעהן אז די פסח'דיגע אויסגאבע זאל ווערן א התחלה און זיי זאלן ווערן בעסער/נארמאלער/בא'טעם'ער/געשמאקער.
מאנטאג מאי 02, 2016 5:45 pm#331371
זייער א פיינע אויסגאבע
איך האב א פאר איידיעס פארן מאמענט פארן קימענדיגן יום טוב זאל איך עס דא אויספראקן?
דינסטאג מאי 17, 2016 11:29 am#333339
פרשת אמור

.
מיטוואך מאי 18, 2016 3:00 pm#333599
פונקט זינגערס אין ספירה? זעהט אויס יעצט האבן זיין צייט.

איז בערקא מער נישט מיט זיי?
מיטוואך מאי 25, 2016 2:43 pm#334556
קומט עפעס אן אויפרייס די וואך סעלעברעטן די 100 אויסגאבע
מיטוואך מאי 25, 2016 5:19 pm#334577
גאנץ שוואך אויפן ערשטן בליק
מיטוואך מאי 25, 2016 5:24 pm#334578
ריבונא דעלמא כולא!!!

דאס איז גילוי אויפן ארגסטן פארנעם!
מיט בילדער נאך אויך!
מיטוואך מאי 25, 2016 6:28 pm#334582
שטארקע דעקל!!!!
מיטוואך מאי 25, 2016 7:11 pm#334587
נישט ממש גילוי, וועלכע פון די צעהן איך בין בלייבט נאך אלץ א ספק.
מיטוואך מאי 25, 2016 7:43 pm#334597
דו ביסט דאס דער צענטער פון וועמען עס איז נישטא קיין בילד?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מיטוואך מאי 25, 2016 9:08 pm#334621
איך דערקען ATUB @רויטע וואנצעס ATUB .
מיטוואך מאי 25, 2016 9:10 pm#334623
איך דערקען שמעלקא טויב
מיטוואך מאי 25, 2016 10:22 pm#334629
אגב די ווארט ''קאַנאָנעֶן'' האט אריינגעברענגט די ''קאַנאָן'' אין חסד ארג.-בוני עולם, ארדוועטייזינג אז עס וועלן זינגען ''קאַנאָנעֶן'' פון עולם הנגינה...
מיטוואך מאי 25, 2016 11:38 pm#334634
עטרת תפארת ישראל אויף א בשר וכסף?? וועלכע כלל ישראל מיינט מען דא?
דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:08 am#334636
זיי זאגן 10 שרייבער אבער איך זעה נאר 9 בילדער. איז דער צענטער א פרוי מיט א מאן פען נאמען?
דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:19 am#334652
פועל'ט ישועות ביים טלית לייגן...
דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:21 am#334653
I see the price is $6
דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:29 pm#334711
געטראפן דאס געהיימעניס.
אויסגערעכנט צען נעמען - בלויז ניין בילדער.

ווער פון די אויסגערעכנטע צען נעמען, איז נישט פאראן א בילד פון אים?
זונטאג מאי 29, 2016 1:05 am#334965
האב איך געליינט שבת נאכמיטאג די אלע אינטערוויוס מיט די טאלאנטפולע שרייבער, און רוב דעקלערן זיך אלטס תלמידים פון סענדר דייטש, איך האב אזוי געלאכט.. דאס זענען אונזערע קאנאנען??
זונטאג מאי 29, 2016 10:24 am#334984
סמבטיון האט געשריבן:האב איך געליינט שבת נאכמיטאג די אלע אינטערוויוס מיט די טאלאנטפולע שרייבער, און רוב דעקלערן זיך אלטס תלמידים פון סענדר דייטש, איך האב אזוי געלאכט.. דאס זענען אונזערע קאנאנען??


תלמידים פין סענדר דייטש כלפי זייער סטיל אין אידישע גראמאטיק
זונטאג מאי 29, 2016 5:49 pm#335069
קנאק-יענקל האט געשריבן:ווער פון די אויסגערעכנטע צען נעמען, איז נישט פאראן א בילד פון אים?

שניצלער.
דינסטאג מאי 31, 2016 8:07 am#335470
גראדע שטארק הנאה געהאט פון די אינטערוויאו מיט די שרייבער'ס. עס גיבט א נייע בליק פון הונטער די קוליסן.

די באבוב'ע שבת איז אביסל איבערגעטריבן לענ"ד.
מיטוואך יוני 08, 2016 1:41 pm#337210
לכבוד חג השבועות

.
מיטוואך יוני 08, 2016 1:49 pm#337214
שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען די קאווער פון מאמענט מאגאזין לחג השבועות. אונז ווארטן מיט איינגעהאלטענע אטעם צו הערן דיינע קאמענטארן. ווייל מיט דיינע באמערקונגען אויף די באבוב'ער שבת ביניך מסכים מיט דיר 150%. נאר וואס דען זאלל דער שרייבער שרייבן...נעגאטיוו...?! איך וואלט געקענט...נו, ביניך דאך נישט דער שרייבער פון ארטיקל... :lol: :roll:
מיטוואך יוני 08, 2016 2:23 pm#337225
שמעקעדיג האט געשריבן:די באבוב'ע שבת איז אביסל איבערגעטריבן לענ"ד.


נאר וואס דען? זאל מען אונטערטרייבן? אין פינף יאר ארים וועט מען ברענגן עדות אז סאיז דאך שוין געווען בפירוש אזוי געדריקט אין צייטינג
מיטוואך יוני 08, 2016 2:37 pm#337228
פון קוועלער - אנינימעטעווער - הערן טייל, און איבערגעבן עס מיר זיי האבן, דאס די אנטשטייענדע "שבת אין בלאזוב - ריבאטיטש" און "שבת אין סעליש" וועט צום ערשטע פונעם סעריע א בענק טון מאכן. העט-כאטשיק דארט - אינעם ערשטע - זיי זיך צו טלית אנטון געצוימט די וואונדער באווייז, ווידעראום אין די לעצטערע - לויט די קוועלער - קיין צייט צוימינג זיי האבן, וואונדערן אונטער די בענק - און טישן צו גלייך - עס וואלגערן זיך דורכאויס.
מיטוואך יוני 08, 2016 8:40 pm#337291
ס'האט טאקע לאנג גענומען, אבער צום סוף איז מיר געלונגען צו פארשטיין יעדעס ווארט פון בן נריהו'ס מאנאלאג. בראווא
דינסטאג יוני 14, 2016 12:04 am#337622
רוב ארטיקלען די וואך זענען געוועהן אדווערטייזמענט. זייער א מיאוס'ע זאך צו טוהן. די בוירדסבארא ארטיקל איז אויך געווען אין עמי מאגאזין און ס'איז דארט קלאר געשטאנען אז ס'איז א עדווערטייזמענט!! און מאמענט האט נאך די חוצפה צו בעטן 6 דאללער פאר די שבועות אויסגאבע ווייל ס'איז "דיק"....

די אייזענבערגער שבת ארטיקל איז געווען הערליך.
דינסטאג יוני 14, 2016 12:15 am#337624
מיר שטערט גראדע נישט די אדווערטייזמענט סטייל ארטיקלען ווי לאנג עס איז אינטערעסאנט מיט אינטערעסאנטע ידיעות, ווי די גדיא פארעם און טשאקלעד - ווייס,
ווידער די בוירסבארא ארטיקל איז א גרויל, די איינציגסטע זאך וואס ער שרייבט איז מיר זענען די בעסטע - שענסטע - קיינער נישט. ( טראמפ/קר"י סטייל )
דא וואלט יואל אשר לאבין געמעגט ניצען א פען נאמען.
דינסטאג יוני 14, 2016 7:33 pm#337751
בוירסבארא ארטיקל איז סתם געמאלן וואסער, די אייזנבערג ארטיקל איז אינטערסאנט אבער צופיל איבערגעקייט די זעלבע נקודות,


Sent from my iPhone using Tapatalk
מוצ"ש יוני 25, 2016 10:27 pm#339006
די וואך ארטיקל וועגן גבריאל סאנדערס סתם געמאלן וואסער. נאר אי טערסאנט ווייל ער הייסט ווי בערני סענדערס.

פארוואס רופט מען אים בעל תשובה? ס'איז משמע אז ער איז געפלויגן פון די קירכע -טאקע אזוי? ווי אזוי האט ער געקענט חתונה האבן אין די תקופה פון 9/11 און יעצט שוין זיין א זיידע? וואס איז פשט א פיקטשער ווי ער באקומט סמיכה אין תשמ"ו אויב ער איז נאך געוועהן א קריסט?
דינסטאג יוני 28, 2016 12:49 pm#339343
פר' שלח

אוי די זכרונות פון ר' יוסל רייך....
(כ'האב זיך געוואונדערט אז ער איז זוכה צו אזא אריכות ימים, אבער יעצט זעענדיג אים שטיין נעבן דעם מפעל 'עיני הישועה', איז שוין אלעס פארענטפערט. קיין עין הרע!!)

.
זונטאג יולי 10, 2016 12:35 am#341158
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט דעם היסטארישן און דראמאטישן קאווער סטארי פון דער פארגאנגענער וואך.
זונטאג יולי 10, 2016 12:46 am#341162
ראובן: ערשטנס. מיט וואס איז דער קאווער סטארי פון די וואך אזוי שטארק היסטאריש און דראמאטיש...?!
ועוד. די קאווער סטארי פון א וואך פריער איז נאכמער היסטאריש/היסטעריש און דראמאטיש. ווייל ער האט אראפגעברענגט די גאנצע סוגיא פון דעם יונגן בעל מקובל און זיין גבאי. און די וואך האט ער שוין געהאט 3 גאנצע פעידזשעס מיט אדווערטייזמענט פון דעם בעל מקוגל'ס אינסטיטוציע...עיני הישועה. מיט א געבארגטע פיקטשער פון א ..."שעווי"...קאמערשל... :lol:
זונטאג יולי 10, 2016 12:46 am#341163
שוין ס'צווייטע מאל ער פיגורירט אויפן דעקל זייערס
זונטאג יולי 10, 2016 12:50 am#341164
קל וחומר האט געשריבן:שוין ס'צווייטע מאל ער פיגורירט אויפן דעקל זייערס

קל וחומר: ווען ס'זאלל נאכפאלגן אז הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א זאלל האבן א קאלום אין מאמענט א יעדע וואך, מייניך אז דער עולם וואלט עס געליינט מיט גרויס אינטרעס...!
זונטאג יולי 10, 2016 10:23 am#341203
גראדע די טעמע איז אסאך אויסגעשמועסט געווארען און די מעוררים האבען לכאורה רעכט אז די עולם פירט זיך אין קעגנזאץ מיט די הלכה די וועג ווען די עולם בענטשט ביי די חתונת,

אבער פונעם דעקל כאפ איך נישט וויאזוי זיין פארשלאג זאל זיך אויסארבעטן ביים עולם אינמיטען טאנצען זאל מען זיך זעצן בענטשען? איך וואלט פארגעשלאגען אז ענדערש אז ווען די חתן קומט אריין אין זאל און די עולם זיצט נאך זאל מען דאן בענטשען און דערנאך זאל מען זיך הייבען אין טענצעריי, נישט אזוי?