פארומס › קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
1,052 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יולי 20, 2016 2:56 pm#342991
צוויי הערות וואס איך האב אויף דעם וואכענדיגע מאמענט.
ערשטנס איז די ארטיקל פון ר' יואל אשר לאבין. ס'ארא ארטיקל. אזוי אמת און ווייטאגליך יעדעס ווארט.
פאר דעם ארטיקל אליינס איז עס שטארק רעקאמענדירט צו קויפן. דעם ארטיקל דארף יעדער איבערליינען מדי חודש בחדשו.
עס דערמאנט מיר אביסל פון בעזנשאמין פרענקלינ'ס חתימה, וואס זאגט עס אין איין שורה "מען שפייט בלוט, און מען רעדט פון נחת".
צווייטנס, וואונדערט מיר די דרייסטקייט פון ארויסשטעלן אזא ארטיקל פון A-TIME. אודאי איז ער מגלה טפח ומכסה טפחיים, אבער אפילו די טפח מגולה איז היבש געוואגט.
נישט אז עס איז נישט א וויכטיגע נושא, און עס איז כדאי צו רעדן דערפון. פארט טוט עס אדורכברעכן א געוויסע גדר וואס איז נישט געווען ביז היינט. מעגליך אז עס איז א גוטע זאך. כ'ווייס נישט.
ער שרייבט אז דער רעדאקטאר פון 'דער איד' האט בבראשית ימיו אריינגעשטעלט אן עד פאר A-TIME (בעת אנדערע צייטונגען האבן אים אפגעזאגט) זאגענדיג אז אונזערע אמהות זענען געווען עקרות, און יעדער חדר יונגל ווייסט דאס....

מיטוואך יולי 20, 2016 6:30 pm#343019
אפשר נעמט ער יעצט די גאטס ווייל ס'זימער און די קינדער זענען אין קעמפ...זיי ליינען נישט די מאמענט
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 11:30 am#346308
לכבוד שבת נחמו און די נייע אלבום פון שמואלי אונגאר וואס ערשיינט בקרוב
.
.
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 11:35 am#346309
יואל אשר לאבין'ס קראקס ארטיקל האט מיר געמאכט לאכן. ער איז גערעכט, אבער איך וואלט נישט געמאכט קיין ארטיקל דערפון, פונקט ווי יענער דארף נישט מאכן קיין עסק פון זיינע קראקס דארף ער נישט מאכן אן עסק פון יענעם'ס עסק מאכעריי, כנלענ"ד.
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 11:36 am#346311
דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 8:42 pm#346438
ליפא האט געשריבן:דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
ליפא: אויב דער טריביון מעג זיך ..."אויסבארגן"...ארטיקלען פון אנדערע צייטונגען און זשורנאלן, מעג דער מאמענט אויך...
ס'א בפירוש'ע גמרא אין מס' בבא מציעא...
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:24 pm#346446
ליפא האט געשריבן:דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
אויך לייטנערס האטעל (אין מאריענבאד) איז שוין געווען באשריבן אינעם טריביון, ערגעץ אינמיטן ווינטער
גם אני מצטרף לרוכב על העגלה סקיין שום פראבלעם, למעשה איז מאדנע אין איין וואך האבן אזויפיל זאכן איבערגעקייט
פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:14 am#346466
קורץ און שארף האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
אויך לייטנערס האטעל (אין מאריענבאד) איז שוין געווען באשריבן אינעם טריביון, ערגעץ אינמיטן ווינטער
גם אני מצטרף לרוכב על העגלה סקיין שום פראבלעם, למעשה איז מאדנע אין איין וואך האבן אזויפיל זאכן איבערגעקייט
קורץ און שארף: אמאל , אין די אלטע גוטע צייטן פלעגט זיין אז ס'איז געווען א פרענדלי קאמפעטישן (חוץ האקן אויף די ציונים, שטייצעך) צווישן דעם בלאט און דער איד איבער די העדליינס. צום סוף האטציך אויסגעשטעלט אז דער איד האט געהאט זיינע שפיאנען ביי די רעדאקציע פון בלאט און דער בלאט האט געהאט זיינע מענטשן ביי די אפיס פון איד. און זיי האבן איבערגעגעבן בשתיקה די לעצטע מינוט וואס די העדליין גייט זיין ביי די אנדערע אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע ארגאן. נאר דער בלאט, וועלכער איז בראשית דרכו געווען א נארמאלע, געשמאקע צייטונג האט אונטערגעריקט לכה"פ 2 שפיצלעך וואס איך ווייס פאר דעם איד. ווייל די רעדאקציע דארט איז דאך באשטאנען פון געשוואלענע עמי הארצים. און דער בלאט האט געהאט אינטעליגענטע מענטשן אזוי ווי ש. ראלניצקי,וכו'. ומעשה שהיה כך היה. (אויב איינער איז אינטרעסירט צו הערן). ווען דער בלאט האט געברענגט א סעריע פון אן אינטרעסאנטע מעשה מיט עפעס א שפיאן. האט דער איד איהם געוואלט נאכמאכן. און זיי האבן אויכעט אנגעהויבן צו ברענגען אן ענליכע מעשה. נאר אינמיטן. ביי איינס פון די פארזעצונגען האבן זיי געברענגט אזוי בתמימות א מעשה פון איינעם א פושע ישראל, אן אפיקורס וועלכער איז פארהייליגט געווען ביי אלע ציונים. א קינדער דאקטער מיט'ן נאמען יאן קארטשאק. וועלכער איז געווען אקטיוו אין ווארשעווער געטא. ער האט דארט אנגעפיהרט מיט א סקול, ווי מ'האט נישט געלערנט קיין שמע ישראל מיט די קינדער. אבער דער איד , ברוב תמימותו האט איהם אויסגערימט וואס פארא פיינער מענטש ער איז געווען. ס'איז פונקט אזוי ווי דער איד זאלל פארציילן פאר'ן סאטמאר'ע עולם וואספארא פיינער מענטש בן גוריון איז געווען. און פלוצלינג איז טאקע די מעשה מיט'ן שפיאן געשטארבן...!
די 2'טע מעשה איז געווען. איין יאר, אין די פורים אויסגאבע האט דער איד געברענגט א קאפיע פון א פעינטינג. און אונטער דעם איז געווען געשריבן..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...די פראבלעם איז געווען אז די פעינטינג איז א קריסטליכע טעמע, ווי די גויים שילדערן דעם ..."לעצטן סאפפער"... פון זייער יאשקע. און די געשוואלענע עמי הארצים האבן דאס נישט געוואוסט...
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:01 am#348055
פרשת ראה
טעג @שעפטל, @גאנצל, @גאלד, @קלאר, @היסטאריקער, @berlbalaguleh, ואתם עמם השאר (העיקר) ששכחתי.
.
טעג @שעפטל, @גאנצל, @גאלד, @קלאר, @היסטאריקער, @berlbalaguleh, ואתם עמם השאר (העיקר) ששכחתי.
.
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:31 am#348144
שמעקעדיג: ייש"כ. איין זאך זעה איך אז דו האלטסט פונקטליך חשבון. איך פריי מיך זייער שטארק צו זיין אין די חבריא קדישא...
כלשונך הטהור...אז איך האב א ..."סאפט ספאט"... פאר'ן מהר"א שליט"א. יא. איך שעהם מיך נישט דערמיט. איך האלט אז ער איז דער ריכטיגער מנהיג פאר'ן היינטיגן דור. (כ'האב נישט געזאגט מנהיג הדור.). ער טוט למעשה. (או.קעי. איך זאג נאכנישט קיין הספד אויף איהם) ער האט אויפגעבויעט עטליכע ריזיגע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג. ארגאניזירט חבורות לומדי תורה. אויפגעשטעלט פארשידענע ישיבות אויף פארשידענע דרגות לפי הצורך. זאכן וואס קיין איינער פון די הימל-פליערס האבן נישט געטון. ר'האט איינגעפיהרט אריזאנא ווייטץ. וואס איז זיכער א הידור. אויך אויפגעבויעט דעם גרויסן בית השחיטה אין קרית יואל. וואס שטעלט צו כשר'ע פלייש פאר די גאנצע געגנט וואו אידן וואוינען. פאר א נארמאלן פרייז. אויך געט עס פרנסה פאר א סאך היימישע יונגעלייט. און שחיטה מונחת. יא. דאס איז אויך א שיינע זאך אז מ'פארלייגט זיך אויף דעם הידור. אוודאי קען איינער זאגן. ס'מיר נישט קיין חילוק צו די בהמה איז געשאכטן געווארן הענגענדיג אדער ליגעדיג. אדער צו די ווייטץ קומט פון אריזאנא אדער אלאסקא. און די שטאט קרית יואל ווערט געפיהרט אויפ'ן שענסטן אופן. מיט א סאך חסד וואס גייט ארויס פון דארט.(קופת אבני חסד.). מיט די אלע דיינים און כוללים...איך שעם מיך אינגאנצן נישט מיט אזא רבי'ן...!

פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:07 pm#348195
גאנצל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון דעם ?
גאנצל: פון וואס?. ביטע זיי מפרש...!
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:23 pm#348198
שמעקעדיג: נאך א המשך פון מיין פריערדיגע תגובה..
און די בני יואל מיט יאסל וואלדמאן זאללן מיר נישט קומען וויינען אז מ'רודפ'ט זיי. זיי האבן אנגעפיהרט די מערכה אקעיגן דעם ברך משה און אקעיגן ר' אהרן. פערזענליך. און אלס מרא דאתרא וואס זיי האבן נישט געוואלט אנערקענען. יוסל וואלדמאן פלעגט נאכשרייען פאר דעם ברך משה אויפ'ן גאס ווי גלייך ער וואלט געווען עפעס א שיכור אין גאס.און די גאנצע גרופ האבן געפיהרט מלחמה אקעיגן ר' אהרן. און ווען זיי האבן פארלוירן וויינען זיי ווי בעיביס.
זיי (די בני יואל) קומען מיט א טענה אז זיי האבן געוואוינט אין קר"י פאר ר' אהרן און דעם ברך משה. אבער זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג פון דעם פאקט אז קרית יואל איז נישט סתם א שטעטל ווי מאנסי אדער ווילי. ס'איז א סאטמאר'ע שטעטל. נתייסד געווארן דורך סאטמאר'ע רבי זצ"ל. און דער ברך משה איז געווען זיין ממלא מקום. און ער האט ממנה געווען זיין זון ר' אהרן. מוזן זיי זיך אונטערווארפן אונטער זיין הנהגה. נישט נאר וואס זיי טוען עס נישט. נאר זיי גיסן די גרעסטע בזיונות אויף איהם און זיי רופן עהם מיט די ערגסטע נעמען. נאכדעם ווען זיי כאפן וויינען זיי. אין קיין שום אנדער חסידות וואלטן זיי נישט געקענט עקזיסטירן אזוי ווי אין קרית יואל. למשל, אין בעלז אדער וויזשניץ וואלט מען דען געלאזט די מורדים וואוינען במנוחה. אזוי ווי אין מאנרא...?!
איך בין געווען א שבת אין די עצי תמרים געגנט. דארט האט אויכעט געדאוונט א יונגערמאן (כ'וויל נישט פורש בשמו זיין) וואס זיין טאטע איז איינער פון די הויפט אנפיהרערס פון די בני יואל. אבער ער איז נישט. כ'האב מיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן וויאזוי דער גאנצער עולם רעדט צו איהם מיט'ן גרעסטן כבוד. דו ווילסט מיר זאגן אז אין בעלז אדער וויזניץ וואלט מען דען געלאזט אפילו דאווענען א זוהן פון די הויפט מורדים אין ביהמ"ד...?!

פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:35 pm#348200
ר' בערל, איך הער דיין שיטה, עס זענען פאראן אנדערע וואס האלטן אז יעדע ווארט פון דיין דרשה קען מען אפווענדן, אבער צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול אין צימעס, נישט פארברוינען דעם מאמענט אשכול, ווי דער רבי פלעגט אייביג אויספירן בלשון חיבה "ואכמ"ל" ודפח"ח.
פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:40 pm#348201
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל, איך הער דיין שיטה, עס זענען פאראן אנדערע וואס האלטן אז יעדע ווארט פון דיין דרשה קען מען אפווענדן, אבער צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול אין צימעס, נישט פארברוינען דעם מאמענט אשכול, ווי דער רבי פלעגט אייביג אויספירן בלשון חיבה "ואכמ"ל" ודפח"ח.
שמעקעדיג: איך בין מסכים מיט דיר אויף ביידע. איך האב דאך טאקע נישט מאריך געווען. שטעל דיר פאר ווען יא...
די צווייטע איז זיכער אמת...
בדוו: האסט שוין מברר געווען וועלכע נאווא לאקס איז בעסער. ביי מיר אין ביהמ"ד זומער געט מען עס ביי שלוש סעודות...!
מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 10:37 pm#348229
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט צו הערן. (און אפילו ווער ס'נישט אינטרעסירט): איך האב היינט נאכמיטאג (פאר פרקי אבות) געענדיגט ליינען דעם מאמענט פון די וואך. קודם די מעשה פון די לעדערמאן שוהל איז אויכעט זייער שיין. אבער די באשרייבונג פון א שבת אין קרית יואל איז דאך מתוק מדבש. איך בין געזיצן צוגענאגלט צום בענקל, און כ'האב אדורכגעליינט די גאנצע באשרייבונג בנשימה (אדער בישיבה) אחת. כ'האב ממש געשפיהרט ווי איך בין דארט אין קרית יואל און כ'האלט מיט דעם גאנצן שבת אזוי ווי דער חשוב'ער שרייבער לייגט עס אראפ. ביים פירות טיש האב איך טאקע געזוכט די טרויבן. ווייל א פירות טיש ביי אלע רעבעס היינטיגע צייטן סיי דאהי און סיי אין ארץ ישראל גייט נישט אן קיין טרויבן. ביי מיין אנדער'ן רעבי'ן (כ'עלל נישט זאגן וועלכער. משום חשש גילוי.) איז א מנהג קודש (מסתמא מבית אבותיו הק') אז נאר גבירים באקומען טרויבן. איין שבת, האביך (זעהט אויס, בטעות) באקומען טרויבן. ביניך אהיימגעגאנגען פון טיש טאנצנדיג. ווייל כ'האב געוואוסט אויף זיכער אז איך בין אן עושר. אזוי האביך מיר אונטערגעזינגען, ביז כ'האב באקומען דעם סטעיטמענט פון באנק מיט א חשבון פון אווערדרעפט. האביך מיך אויפגעוועקט פון מיין זיסן חלום.צוריק צום שבת אין מאנרא. א פאר קליינע טעותי הדפוס (מסתמא נישט קיין עמי הארצות, ח"ו) האט דער חשוב'ער שרייבער יא געמאכט. למשל. ווען ער האט באשריבן וויאזוי די רבי מהר"א שליט"א האטציך געוואשן די הענט אין די זילבערנע כלי נאך די פיש, האט ער געשריבן אז די רבי האטציך..."מפשפש"... געווען די הענט. ער האט זיכער געמיינט צו זאגן ..."משפשף"...געווען. נאך איין קליינע קשיא/שאלה האביך. (הגם אונז האמיר בקבלה פון אונזערע הייליגע רעבעס, אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה) ער פארציילט דארט אז די רבי מהר"א שליט"א האט פארגעלערנט פרק ה'. ביי מיר אין לוח שטייט אויף פ' עקב אז ס'גייט פרק ד'...!
ביים רבינ'ס הבדלה, האביך ממש געשפיהרט די הייסקייט פון די פלאמעדיגע הבדלה. א סאטמאר'ע שלוש סעודות דארף איך דאך נישט באשרייבן. ס'איז ידוע לכל...א גוטע וואך...
!
ביים רבינ'ס הבדלה, האביך ממש געשפיהרט די הייסקייט פון די פלאמעדיגע הבדלה. א סאטמאר'ע שלוש סעודות דארף איך דאך נישט באשרייבן. ס'איז ידוע לכל...א גוטע וואך...
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 12:28 am#348255
און דער טעות פון 'להניח בו' אנשטאט לנוח האסטו נישט באמערקט? (ביי כל מקדש)
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 12:38 am#348258
שמעקעדיג האט געשריבן:און דער טעות פון 'להניח בו' אנשטאט לנוח האסטו נישט באמערקט? (ביי כל מקדש)
שמעקעדיג: ייש"כ. איך מוז עפעס אלעס באמערקן. פון שבת נאכמיטאג ביז מ'זעצטציך צו צו די שרייב מאשינקע פליען א סאך זאכן ארויס פונ'ם זיכרון.
ועוד יש לומר. פארדעם ביסטו דאך דא...
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:36 pm#348326
פיין פיין אבער פארוואס זענט איר כסדר מצטט לבטלה?
זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 9:38 pm#348352
איך אויך האט געשריבן:פיין פיין אבער פארוואס זענט איר כסדר מצטט לבטלה?
איך אויך: ילמדנו רבינו.וואס פונקטליך מיינסטו...? ס'איז דא א סאך זאכן וואס טויגן נישט ווען זיי זענען לבטלה. אזוי ווי א ברכה לבטלה און...
אבער וואס מיינט מצטט זיין לבטלה...?
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:08 am#348390
מצטט זיין מיינט ציטירן.
זעה דא פאר מער.
l viewtopic.php?f=12&t=3068 l
וואס נאך איז נייעס אינעם מאמענט?
זעה דא פאר מער.
l viewtopic.php?f=12&t=3068 l
וואס נאך איז נייעס אינעם מאמענט?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:41 pm#348816
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:15 pm#348819
Wow
א גוטע טאפיק. כ'האף אז ער איז גוט באשריבען
א גוטע טאפיק. כ'האף אז ער איז גוט באשריבען
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:20 pm#348822
יעצט ערהאלטן א מעסידזש פון בערל'ס הארץ דאקטער, ער זאגט ס'גייט צום בעסערן ב"ה.
רבותי! מען קען ערווארטן נאך שבת א תגובה פון א האלב מיליאן קערעקטערס... יא בערל?
בערל אונז וויל מיר הערן דיין מיינונג איבער דעם ארטיקל בפרט און איבער דעם לעגענדארער שרייבער סענדער דייטש בכלל.
רבותי! מען קען ערווארטן נאך שבת א תגובה פון א האלב מיליאן קערעקטערס... יא בערל?
בערל אונז וויל מיר הערן דיין מיינונג איבער דעם ארטיקל בפרט און איבער דעם לעגענדארער שרייבער סענדער דייטש בכלל.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:09 am#348841
ליפא האט געשריבן:געזען א הצלה באס פראנט פון ר' בערל'ס הויז, נישט געוויסט פארוואס
l viewtopic.php?f=10&t=6667 l
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:11 am#348842
למעשה האט די מאמענט מקדים געווען די רפואה בעפאר די מכה.... קודם האבן זיי לעצטע וואך באשריבן מהר"א לשמחת לב ר' בערל, און די וואך באשרייבט מען דעם דויטש זכותו יגון.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 8:30 am#348850
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה האט די מאמענט מקדים געווען די רפואה בעפאר די מכה.... קודם האבן זיי לעצטע וואך באשריבן מהר"א לשמחת לב ר' בערל, און די וואך באשרייבט מען דעם דויטש זכותו יגון.
איך האף נאר אז די ר סענדר ארטיקל נעמט נישט אויף רוב פין די מאמענט א שטייגער ווי די פאריגע וואכעדיגע מהר״א ארטיקל.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:08 pm#348885
שמעקעדיג האט געשריבן:מצטט זיין מיינט ציטירן.
זעה דא פאר מער.
viewtopic.php?f=12&t=3068
וואס נאך איז נייעס אינעם מאמענט?
שמעקעדיג: יא. איך כאפ שוין וואס דער עולם האט געמיינט. און איך האב עס שוין אנגעהויבן מתקן צו זיין . נאר איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען פשט אין פסוק. אבער קיינער האט נישט געקענט געבן א פונקטליכן הסבר. עד שבא...והעמידו על אשכול אחד...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:15 pm#348886
דער געוואגטער יונגל: אוי וועללן מיר שרייבן, אי"ה. אז דער אייבישטער וועט געבן כח און ס'וועט זיין אינק אין מיין שרייב מאשין, עמיר איהם אי"ה באשרייבן במלוא עוזו והדרו. נאר נאכדעם האף איך אז דער מאמענט וועט אויכעט באשרייבן מיינע צוויי אנדערע קאנדידאטן. הרב ישראל מ. סופר/מנשה פליפ-פלאפ פון די צייטונג און הרב ש.ב. מרגליות/שמואל שלמה טעללער פונ'ם בלאט...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:30 pm#348889
אבער בערל ביטע נישט קליינע שטיקלעך צוטיילט אין צענדליגער אשכולות איבערן שטיבל. ביטע רעזערוויר איין (נייע) אשכול און דארט פאק ארויס דו גאנצע סחורה, ס'וועט גיין א רויעך אזש דער שטן וועט ספינען דאס יאר...
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:33 pm#348891
דער געוואגטער יונגל: בלי"נ, אי"ה...!
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:29 pm#349670
ATUB @berlbalaguleh ATUB
ביזט אונז נאך שולדיג א ביישרייבונג, מיר אלע קוקען ארויס דערויף, אויב דו וועסט נישט זיך אונטערגארטלען און ארויסקומען מיט אן הבהרת דברים און אן אויפקלערונג איבערן ארטיקעל וועט א צווייטער דיר נאך אויסכאפן!!!!... לאמיר צוענדיגען מיט דיינע באליבטע
![מגלגל עיניים :roll:]()

דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:29 am#350800
קאמענטירער האט געשריבן:@berlbalaguleh
ביזט אונז נאך שולדיג א ביישרייבונג, מיר אלע קוקען ארויס דערויף, אויב דו וועסט נישט זיך אונטערגארטלען און ארויסקומען מיט אן הבהרת דברים און אן אויפקלערונג איבערן ארטיקעל וועט א צווייטער דיר נאך אויסכאפן!!!!... לאמיר צוענדיגען מיט דיינע באליבטע![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
טייערע באלעגאלע שוין דורך אפאר וואכן, ווי לאנג לאזטו אונז ווארטן?
זונטאג אקטאבער 16, 2016 11:28 am#352585
דיקע "מעגא" סוכות אויסגאבע!
איך האב עס שוין געקויפט און אביסל אדורכעבלעטערט דעם שבת, איך זאג ענק רבותי עס לוינט יעדע פרוטה, טעמו וראו כי טוב!
די גאנצע אפטיילונג פון "רייך און ארעם", ווי עס ווערט ארויסגעברעגנט די שוועריגקייטן וואס די ארימע צווישן אונז גייען אדורך, איז מורא'דיג, און הארצרייסענד! כ'האב געשלונגען מיט דארשט יעדע ווארט.
הלואי ווען איך האב א עצה דערצו.

דינסטאג אקטאבער 18, 2016 9:05 pm#352606
כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 11:22 am#352761
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 11:52 am#352762
הוגה האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
א ק"ש מעמבער האט עס שוין אריינגעשיקט. יישר כח ותשח"ח לו.
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 1:09 pm#352770
הוגה האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב געלייענט דעם ארטיקל פון "א עני" און כ'האב מיך ממש געשטיקט פון טרערן. אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געלייענט.
קען מיר איינער שוקן א בילד אדער סקען פון דער ארטיקל? יישר כח למפרע.
א ק"ש מעמבער האט עס שוין אריינגעשיקט. יישר כח ותשח"ח לו.
פארוואס נישט ארויף לייגן ברבים נאך אידן זאלן הנאה האבן.
תודה למפרע
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 2:56 pm#352782
אדער קען מען פשוט קויפן די מאמענט פאר זעקס דאלער, ס'איז זייער א שיינע אויסגאבע דעי יום טוב זיי זענען נישט אין ביזנעס אז מ'זאל דא טיילן סקען'ס אין פידיעפס, ווער ס'וויל ליינען זאל צאלען און ס'נישט יושר אויך נישט.
(הוגה מעג אפשר ווייל ער גייט גרין און ניץ נישט פעיפער......)
(הוגה מעג אפשר ווייל ער גייט גרין און ניץ נישט פעיפער......)
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 3:05 pm#352786
ראשעקאל האט געשריבן:(הוגה מעג אפשר ווייל ער גייט גרין און ניץ נישט פעיפער..........)
אין אמת'ן האלט איך אויך אז מ'זאל עס נישט פאוסטן דא און איך האב עס טאקע נישט געפלאנט דא צו פאוסטן. כאטש אז מיר זעהט אויס אז להלכה און לעגאל מעג מען ווי אויך זעה איך נישט א מאראלישע פראבלעם דערמיט, דאך, אויב האט איר הנאה פון ליינען עפעס און איר באצאלט נישט דערפאר שיסט איר זיך אליינס אין די פוס, ספעציעל ביי היימישע פראדוקטן וואס א יעדע פעני מאכט אויס פאר זיי. איי, פארוואס האב איך דא געבעטן אז מ'זאל עס מיר שוקן? דער ענטפער איז אז איך האב נישט קיין שום אינטערעסע צו ליינען דער ארטיקל אדער עני ארטיקל (כמעט) אין היימישע אויסגאבעס. נאר איך האלט יעצט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל אויף דער נושא און איך האב געוואלט מאכן זיכער אז איך שרייב נישט גענוי די זעלבע ווי דער שרייבע אינעם מאמענט.
.
זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:50 am#352825
איך האב עס געקויפט, און קען זיך נישט געניג איבערווינדערן ווי נידריג די ארימע לייט בארעדען די עשירים אויף יעדע טריט און שריט, איך פארשטיי וואס זיי ווילן, הער אויף צי לעבען פאר יענעם גיי דיר דיין וועג, ער פרעסט זיך אן ביים עושר'ס קידוש, נאך איידער ער פיעט אויס ארויף צי ברענגען זיין גרעבעכץ איז ער שוין מלא חמה אז ער קען דאס נישט באווייזן מיט זיין מינאמום געהאלט, זייער מיעס סארי. איך דיסאגרי מיט זייער אגענדע וואס זיי מאכן פון 'ארעם און רייך'.
זונטאג אקטאבער 23, 2016 1:55 am#352832
פליקער זיסער, כ'האב מורא דו טרייבסט איבער.. ס'איז נישט אזוי ווי דו שרייבסט. ביודעי ומכירי קאמינא.
זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:21 am#352837
איך האב זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט, זיך ליידער היבש אידעטיפיצירט מיט דאס געשריבענע,
אבער איך מיין אז די פראיעקט איז נישט גאנץ, איך האב ערווארטעט צו ליינען דעם עושר׳ס פרעספעקטיוו זיין לעבן זיין הלוך ילך, איך וויל איהם פארשטיין.
אבער איך מיין אז די פראיעקט איז נישט גאנץ, איך האב ערווארטעט צו ליינען דעם עושר׳ס פרעספעקטיוו זיין לעבן זיין הלוך ילך, איך וויל איהם פארשטיין.
זונטאג אקטאבער 23, 2016 8:42 am#352846
איך האב נאר געשריבן און די שנעליקייט, איך האב חשק צי שרייבן א געהעריגע אפענטפער. נישט אז איך בין דער רייכער רייסער פון וועם זיי רעדן, איך אינדעטיפיציר זיך אלס א סאקסעספולער ארימאן, איינער וואס האט כל ימיו געלעבט שטארק אויסגערעכענט, נישט אויסגעגעבן קיין איבריגע צענט קיינמאל, ממילא קומט מיר דאס בליט ארויף ווען איך זעי די ארימע ביטשען ארים, קומט ביי מיר גלייך ארויף די שאלה ווי קען דאס זיין, און מיין תירוץ איז אז דאס זענען סתם גוזמות פון די טאבלויד שרייבער וואס אן קיין פארוואס האבן געמאכט א דיסידזשען אז מען גייט זיך א לאז געבען אויפן חשבון פונעם רייכען מאן. נישט אז איך נעם זיך איצט אן פארן פאריקטן רייכען וואס פליקט זיך אויף ביי א שבע ברכות פאר א ידיד מיט פרישע טישן און בעינק לכבודו, נאר איך לאך אים ענדעש אויס, ער איז ביי מיר ניטאמאל ווערט מיין שפייעכץ. די זענען סתם חולי נפש, נישט איך זאל ארים וויינען און שפירן דערפון דערנידערט. ענדערש וואלט געברויכט זיין געווידמעט פיל בלעטער ווי ארימע לייט געבען זיך יא פיין א עצה ווען מען לעבט מיט א חשבון, און עשירים וואס דרייען זיך ארים אן א קאפ ווען ער ווערט געוואויער ווי זיין חבר עושר פליינט צי קויפן א געצעלט און די בעהאמעס, אדער עס האט געפעלט אגידת איזוב ביי די שמחה. און איך זאג אייך אז איך קען פיל נארמאלע ארימע לייט וואס קומען גאנץ פיין אויס, אוודאי איז דא אויסנאמען, אבער וויפיל נאר איך האב געזען צדקה צוועקען וואס זענען מיר געווען באקאנט ווער עס איז, איז געווען איין צד השווה, נישט אויסגערעכענט און באצאלט דעם פרייז. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון די תלמןד חכם די גרויסע בעל חוב.
זונטאג אקטאבער 23, 2016 9:38 am#352848
בכלל האב איך עפעס וויכטיג געלערנט אין לעבן. מ'ווערט נישט רייך פון זיצן מיט די פענע אין דער האנט און אנפילען טעצלעך אש. אויך נישט פון זיך האלטן "אפדעיטעד" מיט די נייעס שלש פעמים ביום אדער פון זיין א מיטגליד אין יעדן וואטסעפ און טעלעגראם טשאנעל. יעדער עושר וואס האט אנגעהויבן האט שווער געארבעט. קודם שפיי בלוט און עס מכות מיט פעפער דערנאך זאלסטו מיר סאציאליזירן.
זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:02 pm#352851
ס'איז ריכטיג אז מהאט א טענה אויף גבירים המתעשרים על הציבור ע"י השתלטות עליהם און זיי זארגן נישט אויף זיי נאכדעם. די פראגע דארף אבער זיין, ווער זענען עס די וואס פארפירן? אויב זענען עס די וואס זענען פלעין אנלאקי, אזעלכע וואס האבן ערווארטעט נתעשר צו ווערן איבערנאכט מיט א רגל של זהב און זענען אצינד אנטוישט אז אומנתם נגזרה להיות מסופרי סת"ם ומלמדי תינוקות ברויך מען בודק זיין אם לא נזרקה רוח קנאה, גאווה ועצלות בהם..
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk