מיטוואך יולי 2, 2014 6:16 pm#209283
וויפיל צאלט מעני האפמאן פאר דעם?
מ גפניוויפיל צאלט מעני האפמאן פאר דעם?
כוכבאויב דא איז דעות כוזבות דעמאלט בלייב זיצן אין פעיסבוק און הענג ארום מיט אלע שקצים און נקיבות וואס לייקן דיך.
וואס קומסטו דא בכלל?
ישראל קאפקעדער מאמענט האט א בילד די וואך פון א פרא פאלעסטינער פראטעסט מיט א גרויסע פלאקאט "queers for Palestine" און "רעגן-בויגן" פענער,
איך גלייב אז נישט דער וואס האט געלייגט דאס בילד, און רוב ליינערס, האבן אן אנונג וואס queers און די רעגן-בויגן פענער מיינען,
אבער אזא בילד מעג נישט ערשיינען אין א היימישע אויסגאבע אויף קיין שום פאל!
ונבנתה העיריעצט געקויפט לכבוד דעם ארטיקל אויף די ספיד אוו לייט [עס רירט אויך אהן רעלאטיוויטי און E=MC2 אויפן שפיץ גאפל] און עס טאקע שוין אפגעלייענט, די שפראך איז געשמאק און רייך, די מאס אינפארמאציע איז פונקט די ריכטיגע אז מען נעמט עס אויף די ערשטע מאל שבת נאכ'ן טשולענט, בהתפשטות הגשמיות אויפן ריקליינער.
האפענטליך וועלן זיי ממשיך זיין מיט די סארט מאמרים, ווי צוגעזאגט סוף ארטיקל.
ישראל קאפקעהעי וואס איז דאס?
די זעלבע דעקל ווי צוויי וואכן צוריק, ניין?
שמעקעדיגפיינע נייעס לעצטע וואך, איך קען זיי נישט גענוג גראטולירן.
קודם כל די קוראזש פון א לאנגע ארטיקל אקעגן די מאנסי דעוועלאפערס, וואס איז אקעגן דעם אנגענומענעם דעת הקהל, און ברענגט ארויס דעם צד פון "פרעזערוו רעמעפא".
און דערנאך האבן זיי א שטיקל ווי זיי לייגן אראפ דעם שרעקליכן מצב הפרנסה, און ווי אזוי אונזער עולם לעבט אין עולם הדמיון און קיינער טוט גארנישט למעשה, מען מאכט אלעס אוועק כלאחר יד... מורא'דיגע דיבורים, קילורין לעינים.
נאר אזוי, מען וועט האקן און בראקן אויף די נושא פון פרנסה ביז דער עולם וועט זיך אויפוועקן פון דעם זיסן טיפן בערן שלאף און דערזעהן דעם ביטערן מציאות וואו מיר געפינען זיך. כה לחי!
כוכבאויב דא איז דעות כוזבות דעמאלט בלייב זיצן אין פעיסבוק און הענג ארום מיט אלע שקצים און נקיבות וואס לייקן דיך.
וואס קומסטו דא בכלל?
ישראל קאפקעזיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.
יין שרףישראל קאפקעזיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.
אמונה אין וואס???
I'm backיין שרףישראל קאפקעזיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.
אמונה אין וואס???
אללא
יין שרףישראל קאפקעזיי שרייבן וועכנטליך איבער הייקעלע טעמעס וואס קען אפשוואכן סובקאנשעסלי קינדער און יונגעלייט וואס זענען נישט קלאר אין אמונה זאכן, כנלע''ד.
אמונה אין וואס???
ונבנתה העירוואס איך קען נאר נישט פארשטיין איז פארוואס זיי לאזן זיך נישט אפ פון דעם נארישן 'א בליק', חוץ פון דעם וואס א בילדער העפט צום 'מאמענט' איז ווי דזשאו ביידן אין די ניין טעג [?], איז עס פול מיט אומבאלומפערטע, קרומע, נארישע, נישט-גוט-אויסגעלייגטע צושריפטן צו די בילדער.
אט איז א דוגמא פון די וואך, ער באשרייבט קריסטאל נאכט מיט אט דעם גרויסן בילד וואס יעדע הגיע לחינוך ווייסט אז דאס איז פונעם ווארשא'ער געטא.
אבי גערעדטהיינט געטוויט
@MagazineMoment: Some exciting announcements to come in this week's Moment. Who's ready? #MomentMagazine #Yiddish
m.twitter.com/MagazineMoment