Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
421 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1131 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6218
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 10:34 am#415380
אין מאמענט פון פ' לך לך אין די בריוון אפטיילונג, אפקלאנגען ברענגט איינער א ר.ש. א בריוו וואו ער באשרייבט דעם פערזענליכקייט פון ר' ישעי' איצקאוויטש המכונה אליעזר קרויס. צווישן די אנדערע מעלות פון איהם רעכנט ער אויס אז ער באקט אליינס ערב פסח מצות ביי זיך אין שטוב. ער כשר'ט דעם אויוון ..."מיט איזי אףף":...! איז אזוי. הגם אונז האמיר א מסורה פון אונזער העיליגן רעבי'ן הרה"ק מ'יארמא שליט"א אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. איז אבער דאך שווער. אן אויוון וואו מ'באקט חלות און קאקאאש קעיק קענמען נישט כשר'ן מיט איזי אףף. מ'דארף עס גליען. מעגליך אז דער חשוב'ער ר' ר.ש. האט געהאט א טעות. אדער די מעשה איז בכלל נישט געשעהן.

איין זאך בעט איך אייך הרב ר.ש. איהר זאללט בשום אופן נישט צו לייגן אן עיי"ן צו די ר"ת פון אייער נאמען...יישר כח למפרע. הק' בערל בעל עגלה. פה ברוקלין, יצ"ו...!
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 1:37 pm#415391
ר' בערל, טוט אייך אן די ברילן ביטע. עס שטייט קלאר אז ער מאכט סעלף - קלין (אפשר ווייסט איר נישט וואס דאס איז ווייל אייער אויווען איז נאך פון די תש"כ יארן, איר צינדט מסתמא אן די געז מיט שוועבלעך, פרעגט אייערע חתונה-געהאטע קינדער).
פרייטאג אקטאבער 26, 2018 3:38 pm#415395
ר' ריכטיג: ייש"כ. איהר האט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך וועלל אי"ה אריינגיין אין שבת קודש באנפין נהירין אין אייער זכות. ולמצוה גדולה ייחשב.!

איז לאמיך אייך פרובירן צו ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט בערל בעל עגלה)...!

ס'איז מעגליך אז איך האב לפום ריהטא פארזעהן די שורה וואו דער בריוו שרייבער דערציילט אז הרה"ק ר' ישעיה איצקאוויטש שליט"א שטעלט איין דעם אויוון אויף סעלף קליענינג. אבער דאס האט נישט צו טון מיט מיינע נייע בריללן ואס איך דארף קויפן. והשלישית. דער אויגן דאקטער האט מיר קלאר געזאגט אז שטערקערע בריללן וועללן מיר נישט העלפן. והשלישית. (כבר אמרנו) איהר דארפט במחילת כבודכם טוישן דעם אימעדזש וואס איהר האט פון בערל בעל עגלה. אמת. לעת עתה דרייוו איך א באס מיט וואס מיין זיידע עליו השלום איז נאך געגאנגען אין חדר. אבער דאך. ס'איז שוין נישט צוגעשפאנט צו 2 סוסים. און דער געז רענטש ביי מיר אין שטוב איז ב"ה אויסגעשטאט מיט די מאדערנסטע טעכנאלאגיע וואס די דזשענעראל עלקטריק קא. שי' קענען באווייזן...!

נ.ב.: אויב וואוינט איהר אדער דרייטציך אין די עיר ה'טעירעה והחסידות בארא פארק. און איהר זעהט א פארצייטישן באס פון די תלמוד תורה --- ---- אריבערפארן. ביטע שטרענגט זיך אן און זאגט א גוטן טאג פאר דעם דרייווער. ווייל דאס ביניך. אני הקטן. בערל בעל עגלה...!
מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 10:54 pm#415415
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' ריכטיג: ייש"כ. איהר האט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך וועלל אי"ה אריינגיין אין שבת קודש באנפין נהירין אין אייער זכות. ולמצוה גדולה ייחשב.!

איז לאמיך אייך פרובירן צו ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר. (קרעדיט בערל בעל עגלה)...!

ס'איז מעגליך אז איך האב לפום ריהטא פארזעהן די שורה וואו דער בריוו שרייבער דערציילט אז הרה"ק ר' ישעיה איצקאוויטש שליט"א שטעלט איין דעם אויוון אויף סעלף קליענינג. אבער דאס האט נישט צו טון מיט מיינע נייע בריללן ואס איך דארף קויפן. והשלישית . דער אויגן דאקטער האט מיר קלאר געזאגט אז שטערקערע בריללן וועללן מיר נישט העלפן. והשלישית . (כבר אמרנו) איהר דארפט במחילת כבודכם טוישן דעם אימעדזש וואס איהר האט פון בערל בעל עגלה. אמת. לעת עתה דרייוו איך א באס מיט וואס מיין זיידע עליו השלום איז נאך געגאנגען אין חדר. אבער דאך. ס'איז שוין נישט צוגעשפאנט צו 2 סוסים. און דער געז רענטש ביי מיר אין שטוב איז ב"ה אויסגעשטאט מיט די מאדערנסטע טעכנאלאגיע וואס די דזשענעראל עלקטריק קא. שי' קענען באווייזן...!

נ.ב.: אויב וואוינט איהר אדער דרייטציך אין די עיר ה'טעירעה והחסידות בארא פארק. און איהר זעהט א פארצייטישן באס פון די תלמוד תורה --- ---- אריבערפארן. ביטע שטרענגט זיך אן און זאגט א גוטן טאג פאר דעם דרייווער. ווייל דאס ביניך. אני הקטן. בערל בעל עגלה...!

ר' בערל ס'איז צרות... כ'מוז זיך דינגען מיט אייער דאקטער... איר האט צוויי מאל געשריבן והשלישית...
זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:01 am#415430
ר' ריכטיג: איהר טראכט נישט אז איך האב עס בכוונה געשריבן. צו זעהן אויב דער עולם הערט אויס...לאל...!

און צו הרב שמעקעדיג שליט"א...טראץ אייערע פארענטפערונגען...(וועלכע זענען גענצליך איבריג)...ווייזט זיך אויס אז דער חשד וואס האטציך אריינגעגנב'עט ביי מיר איז יא באזירט אויף פאקטן... איהר זענט דא נאר להרע. און נישט להיטיב. במחילת כבודכם...!
זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:50 am#415436
איר זענט א חושד בכשרים, ר' בערל טייערער...
איך האב געלייקט ווייל עס האט מיר געקאסט א שמייכל... דאס טאר מען שוין אויך נישט?
זונטאג אקטאבער 28, 2018 3:12 am#415442
שמעקעדיג:כמו שאמרתי. די פארענטפערונגען זענען אינגאנצן איבריג. ווייל די פאקטן ווייזן אנדערש. אויך. מ'מעג אלעס. אבער זיך אליינס (נאכמער ווי א צווייטן) קענמען נישט. און מ'דארף נישט נארן...!
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:12 pm#415763
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
מאמענט - פרשת חיי שרהבילד
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:39 am#418800
How much does MOMENT charge to my put a organisation / company on their front page
as main article of the week

And how much do they charge to put a small 'rebbella' on their front page article
דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:09 pm#418930
איך גלייב אז זיי האבן זיכער אן אימעיל אדרעס ווי די פראגע ווערט גערן געענטפערט...
פרייטאג דעצעמבער 14, 2018 2:40 pm#418964
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
ויגש בילד
פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:05 pm#419500
א אינטערוויו מיט א פרוי אין א היימישע אויסגאבע ר"ל
פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 3:38 pm#419507
קאצקע ציקער: דו מאכסט נאר א ווערטל. אבער ס'זענען ב"ה דא גענוג משוגעים ליידיגגייערס וועלכע וועללן שוין מאכן מטעמים פון דעם און פרובירן צו נעמען חתימות פון רבנים צו אסר'ן דעם פארדארבענעם, רחמנא ליצלן מהאי דעתא, ציוניסטישע (דאס מוז מען אריינרוקן וויילל אן דעים איז גארנישט.), טמא'נעם אויסגאבע מאמענט...!
מיטוואך אפריל 17, 2019 1:29 pm#428703
אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער

4 ביכלעך


קדוש במלוכה - אן ערשטמאליגן גרינטליכן אריינבליק אין דעם געהויבענעם דמות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א \ הרב שמעון שלמה זילבער

סקולענער אורות - באקענט זיך מיט די געהויבענע אחים האדמורי"ם לבית סקולען מוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד \ הרב אליהו יואל גליק

פסח אין אידישע שטיבער - פראיעקט: 10 אידן פון 10 אנדערע קהלות דערציילן זייערע אייגנארטיגע פסח מנהגים און חומרות, און שילדערן וויאזוי זיי פראווען א סדר-נאכט
הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפישניץ, בארא פארק - קאפיטשניץ \ ר' יהושע העכט, קראון הייטס - ליובאוויטש \ ר' אברהם האלפערן, מאנטריאל - וויזשניץ \ ר' יואליש קרויס, ירושלים - ירושלימ'ער חסידיש \ ר' בערל איגל, בארא פארק - בעלזא \ ר' אברהם ר., וויליאמסבורג - קלויזנבורג \ ר' שמחה פרידמאן - לעיקוואד - ליטוויש \ ר' יואל אונגאר, שיכון סקווירא - סקווירא \ ר' זלמן גאלדשטיין, וויליאמסבורג (ראזענפעלד'ס גראסערי) - סאטמאר \ הרב עוזיאל אדמוני (ראטה), רב דקהל בני יוסף ומו"ץ בבי"ד תורה ומשפט, פלעטבוש - ספרדיש

דער ניין-פאכיגער יחץ אין וויזשניץ - די וויזשניצער ירושה חלוקה אנטהאלט הונדערטער היסטארישע חפיצים אין ווערד פון מיליאנען דאלארן. וויאזוי זענען צוגעגאנגען די פארהאנדלונגען צווישן די אחים האדמורי"ם און ווער האט למעשה באקומען וועלכן פעקל? ליינט אין דעם אינטערעסאנטן באריכט

מיין באזוך אין לינדען - און דער רעוואלוציאנערישער הייזער-פארקויף סיסטעם \ יואל אדלער

'הארץ' אין כאר - ערשטמאליגער אינטערוויו מיט'ן קאפעליע מייסטער ר' אבא בערקאוויטש פון "לב-וואויסעס", וועלכער האט איבערגעפרישט דעם באדייט פון קלאסישע חסידישע נגינה \ הרב אליעזר ראזען

יציאת ברוקלין - פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא

יחץ אָן לחץ - שמחה און חינוך ביים סדר נאכט \ הרב אליהו יואל גליק

א ישיבה ווי א היים - אויסשליסליכע אינטערוויוען מיט די רביים פון "ישיבת היכל התלמוד" וואס רעוואלוציאנירט דער עולם הישיבות \ חנוך גרינבערגער

מאמענטאל: מיזעלס און מידיע-העצע - ר' יאסי געשטעטנער /// א שיסעריי דריל אין קוויבעק - אהרן יהודה ווייזער /// אבזערוואציעס ביים כינוס אין ארטער עש - יודל הירש /// א רבי'שע חתונה ביים ראש הכולל ערב שבת - מנחם גאלד


<<ביכל ב'>>

צא ולמד - שיחת החג מיט'ן עילוי'שן גדול הגאון האדיר רבי יחיאל מיכל זילבער שליט"א, באקאנט אלס דער גרעסטער מגיד-שיעור אין דער וועלט \ הרב שמעון שלמה זילבער

הכוכב מלאָנדאָן - ענדלאזער קוואל פון אינטערעסאנטע געשיכטעס און זכרונות פון צדיקים אין אויסשליסליכן אינטערוויו מיט'ן וועלט-בארימטן בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד רבי ישראל שטערן \ הרב אליעזר ראזען
יוגנט בצל רבי יאנקעלע און רבי יהודה'לע - אלס סאטמארער תלמיד אין סענז סטריט - אלס בדחן אין בעלזא אויפ'ן טיש - שימוש ביי אמאליגע בדחנים - א שטערן וואס רייזט איבער דער גאנצער וועלט

פון אוזבעקיסטאן צו בארא פארק:
שטימע-מייסטער ר׳ אברהם יוסף איזראעל שילדערט זיין מסירת נפש'דיגע לעבנס-געשיכטע און ווי ער נוצט זיין טאלאנט צו שארפן די שטימעס פון די גרעסטע זינגערס \ אהרן יוסף שפילמאן

איש מפורסם היה - פראיעקט: די באהאלטענע זייטן פון דאס לעבן פון אן עושר, א פאפולערן מענטש און א בנש"ק וואס איר האט קיינמאל ביז היינט נישט געהערט

כל דכפין - ווען דער וואגשאל האט געוויזן "אזא" נומער און קיין שום דיעטע האט עס נישט באוויזן אראפצוברענגען, האב איך געוואוסט אז די איינציגסטע ברירה איז א "סליוו" אפעראציע. אט איז א דעטאלירטע שילדערונג וויאזוי איך האב דורכגעמאכט דעם פראצעדור און וויאזוי עס שפירט צו אראפגיין 7 סייזעס - דערווייל...

ויהי ממחרת הכינוס - הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק דאסקאל הי״ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סאטמאר, ענטפערט אלע שאלות איבער דעם מעמד אדיר \ מנחם גאלד

יציאת אינדיע -
מעשה שהיה: די דראמאטישע געשיכטע פון רונן דבש וועלכער איז אנטלאפן פון דער מערסטע באוואכטער תפיסה אין אינדיע \ ב. האניג

בליץ רעוואלוציע - ביזנעס גערעדט מיט ענערגישן און מאטיווירטן ר' דובי וואלטער פון 'בליץ', וויאזוי סוקסעספולע ביזנעסער בענעפיטירן פון טעכנאלאגישע פארשריט \ חנוך גרינבערגער
מיטוואך אפריל 17, 2019 3:38 pm#428709
ריכטיג האט געשריבן:ר' בערל, טוט אייך אן די ברילן ביטע. עס שטייט קלאר אז ער מאכט סעלף - קלין (אפשר ווייסט איר נישט וואס דאס איז ווייל אייער אויווען איז נאך פון די תש"כ יארן, איר צינדט מסתמא אן די געז מיט שוועבלעך, פרעגט אייערע חתונה-געהאטע קינדער).

ר' ריכטיג: איהר האט נישט קיין השגה ווי ווייט אףף (נישט איזי אףף) איהר זענט...!

איהר שטעלט זיך אוודאי פאר אז דער בערל בעל עגלה איז אן אלט צובראכן אידל מיט א לאנגע ווייסע בארד. דין ווי א שטעקעלע (אזוי ווי א סאך אלטע אידן פון 80 יאר. און ער גייט מיט א שטעקעלע. מיט א קראך הוט און א לאנג רעקל...!

אזויפיהל קען איך אייך זאגן. ווען איהר וועט איבערדרייען אלע זאכן וואס איך האב דא געשריבן איבער די פראפייל. און עס אויסטייטשן פארקערט, וועט איהר אפשר אנקומען צו דעם אמת...!

איין הינט (נישט קיין כלב, ח"ו) וועלל איך אייך יא געבן. איך בין א שטיקל בעל בכי...לאל...! נישט חלילה קיין עגיל ואשמח. אבער דאך. די אלע טעלערס פון פאטעיטא קוגל און די פעסער בראנפן וואס מיר האבן ב"ה בחסדי ה' ערלעדיגט האבן דאך איבערגעלאזט עפעס א שטיקל רושם...! א כשר'ן, פרייליכן פסח...!
מיטוואך אפריל 17, 2019 11:12 pm#428742
געקוקט דריי גראסערי׳ס. נישטא צו באקומען.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 9:50 am#438881
אין מאמענטאל
די קעפל איז ווערד א מיליאן דאללער....
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
פרייטאג מאי 01, 2020 1:30 am#447344
די גליק האט זיך ווייטער צולאזט אין זיין פענסטערלעך רובריק,
ר' אליהו יואל קריכט ווידער אריין אין דאס פריוואטע לעבן און וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט די שוואכע חלקים און פון רדיפות, לאוו דווקא מיט פסיכילאגישע הסבירים, - דווקא לאוו - נאר פשוט מיטן קוקען די מאנסטער אין פנים אריין און זאגן יא דאס איז עס איך האב די חסרון...

אבער נישט פון פארווע משלים'ליך פון - אנגעבליכע 'קליענטן' - וואס זענען יתומים מאב ואם נעמליךַ קיינמאל פאסירט ביי קיינעם, דער גליק נעמט זיך בכבודו ובעצמו אויף די צימבל און פראקט זיך אויס, און וויאזוי 'ער' דילט דערמיט, איזה גבורה!

ר' אליהו יואל (נאך סאטמאר רב? און? די נביא אליהו? וואט א צוזאמשטעל ) ווי נאקעט קען מען זיך דען נאך אויסטון??

זיינע שרייבעריי דערמאנט מיר פון @ראובן ס אשכול די יסורי הנפש פון די דיין, אז צוביסלעך רעדט מען ביי אונז די שפראך.

ר' שבתי המלמד איז אויך גאנץַ א נאטורליך שרייבער וואס צולייגט אזוי דאס חיי יומי מיט אייגענע נסיונות, ווייט נישט ווי דער גליק, די וואך גייט ער צופעליג מיט א טריט טיפער נעמט אונז אריין ביי עם אין שטוב, זייער באלערנדַ און ( דא וויל איך שרייבן די ווארט אינספירירענד, נאר איך קען עס ממש נישט ספעלן אפילו מיט א טעות.. ר' גליק איך טו שוין עקסערעסייז.. )

עני וועי לאמיר נישט מאריך וועגן ר' אליהו יואל איךַ האב מורא איך וועל זיך נאך פארטשעפענען מיט די סענסיטיווע געפילן... נאכדעם וועל איך דארפן אריבערגיין די מחילה פראצעדור... לוינט נישט פאר מיין עגא.

ר' אליהו יואל דו ביסט א וואן אף א קיינד, און דו עפענסט אויף באהאלטענע לעכער, און האפענטליך וועט נישט נאר די דיין נאר די בעה''ב און כולל יונגערמאן ארבייט'ס יונגערמאן זיך נישט דארפן ספראווענען מיט ראובן'ס יסורי הנפש פונעם דייןַ
פרייטאג מאי 01, 2020 2:07 am#447348
עמעזאן: איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון ראונ'ס דיין און זיינע יסורי הנפש. בגן עדן תהא מנוחתו. (פונ'ם דיין, ז"ל.) אבער ווען דו ליינסט די ארטיקלען פון חשבון הנפש אדער די באזוכן אין פארשידענע קהילות איבער שבתים פון ר' אליהו יואל גליק הי"ו, מיינסטו אז דו שוועבסט אין די עולמות. און דו ביסט אט דארט וואו ער איז. און די קהילות פון די פארשידענע שטעט באקומען א חיות און א לעבעדיגקייט ווי גלייך דו אליינס וואלסט דארט געווען...!

דאס איז איינס פון די סימנים פון א גוטן שרייבער. ער שילדערט א מצב אויף א מענטשליכן לעול. אז דו מיינסט אז דו ביסט דארט אין די סצענעס וואס ער באשרייבט.

איך האב שוין געליינט א שפאר ביסל ביכער. סיי אין אידיש. ענגליש און עברית.דער צד השוה פון די אלע איז אז ס'איז זייער ציענד. און ס'מישט זיך איין בלאט נאכ'ן צווייטן מיט א געשמאק. דאס זענען די מאמרים פון א.י.ג....!
מאנטאג יוני 22, 2020 6:28 pm#452547
ר' ניסים
מאנטאג יוני 22, 2020 9:18 pm#452584
חת"ם סופר: ווען די אנדערע מאגאזינען זענען ביזי מיט נארישקייטן האט מאמענט די בעסטע און אקטועלע אינטערוויוס און רעפארטס...!