Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סטעטן איילענד- נייע ישוב?

סטעטן איילענד- נייע ישוב?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
133 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 218 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6330
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:55 am#302502
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
א איד פין א צווייטע חסידות ווערט אין גור געריפען נישט קיין היימישע

Sent from my XT1254 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 6:10 am#302525
נאך א מזל מ׳ניצט דעם שטריימל/ספּאדיק און נישט די תחתונים אלץ א סימן אז דא וואוינט ״א היימישער״!

לכל מאן דבעי למידע, אויב וויל איינער זיך באַמוהען און איבערמאכן די מעפּ לויט די אינטערהויזן זאל ער וויסן אז איך פיר מיך צו גיין מיט גאָר לאנגע ווייסע ר״ת גאטשעס חוץ חאַלאַמויד ערלויב איך מיך צו גיין מיט די מאדערענע קליינע קורצע גר״א גאַטשעס,

פאר מעהר אינפאָ אין אישי....
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:07 am#302544
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
דו גייסו אן הויזן אויך? אדערווייז איז נישט א חילוק וואס דו טראגסט.
זונטאג מאי 15, 2016 4:12 pm#333069
פארציילט מיר א חבר אז ער האט א קרוב וואס האט געמופט קיין סטעטן איילענד. ער פלאנט שוין צוריק צו מופען קיין בארא פארק. ער וואוינט דארט שוין אפאר חדשים אין גיט זיך נישט א עצה מיט טראנפארטעשען פאר די קינדער אין די חדר. למעשה ווען די ריעל עסטעט אגענט האט איהם פארקויפט אז די לאקעל קאמיוניטי שטעלט צו טראנפארטעשען האט ער כס אפגעקויפט פאר פול פרייס. קומענדיג אהין זעהט ער אז סנישט געשטויגען אין נישט געפלויגען. ס טאקע דא טראספארטעשען פון די לאקעלס אבער זיי נעמען נישט אהן אזוי גרינג קיין new comers. בפרט ווען זיי גלייכען נישט דיין חסידות פון וואו די קומסט.
זונטאג מאי 15, 2016 7:03 pm#333094
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:פארציילט מיר א חבר אז ער האט א קרוב וואס האט געמופט קיין סטעטן איילענד. ער פלאנט שוין צוריק צו מופען קיין בארא פארק. ער וואוינט דארט שוין אפאר חדשים אין גיט זיך נישט א עצה מיט טראנפארטעשען פאר די קינדער אין די חדר. למעשה ווען די ריעל עסטעט אגענט האט איהם פארקויפט אז די לאקעל קאמיוניטי שטעלט צו טראנפארטעשען האט ער כס אפגעקויפט פאר פול פרייס. קומענדיג אהין זעהט ער אז סנישט געשטויגען אין נישט געפלויגען. ס טאקע דא טראספארטעשען פון די לאקעלס אבער זיי נעמען נישט אהן אזוי גרינג קיין new comers. בפרט ווען זיי גלייכען נישט דיין חסידות פון וואו די קומסט.


וואס ריפסטו לאקעל קאמיוניטי? די חסידישע חברה וואס וואוינען דארט זענען די וואס האבן צאמגעשטעלט די טראנספטעישן קיין בארא פארק אין זיי זענען אלע נייע אנוואוינער,
זונטאג מאי 15, 2016 11:00 pm#333126
קאסטנער האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:פארציילט מיר א חבר אז ער האט א קרוב וואס האט געמופט קיין סטעטן איילענד. ער פלאנט שוין צוריק צו מופען קיין בארא פארק. ער וואוינט דארט שוין אפאר חדשים אין גיט זיך נישט א עצה מיט טראנפארטעשען פאר די קינדער אין די חדר. למעשה ווען די ריעל עסטעט אגענט האט איהם פארקויפט אז די לאקעל קאמיוניטי שטעלט צו טראנפארטעשען האט ער כס אפגעקויפט פאר פול פרייס. קומענדיג אהין זעהט ער אז סנישט געשטויגען אין נישט געפלויגען. ס טאקע דא טראספארטעשען פון די לאקעלס אבער זיי נעמען נישט אהן אזוי גרינג קיין new comers. בפרט ווען זיי גלייכען נישט דיין חסידות פון וואו די קומסט.


וואס ריפסטו לאקעל קאמיוניטי? די חסידישע חברה וואס וואוינען דארט זענען די וואס האבן צאמגעשטעלט די טראנספטעישן קיין בארא פארק אין זיי זענען אלע נייע אנוואוינער,

קאסטנער: כ'האב מורא אז דער קעניג פון אמעריקע לעבט שוין נישט אויף קאווע שטיבל. אדער איז ער מגולגל געווארן אין אן אנדער ניק. אבער איך קען דיר זאגן ערשטהאנטיגע אנפארמאציע אז מ'דיסקרימינירט נישט אקעיגן קיינעם. ביי מיר אויפ'ן באס פאראייניגן זיך אלע חסידות'ן. אנגעהויבן פון סאטמאר (פארשטייצעך), בעלזא, וויזשניץ מאנסי, וויזשניץ ב"ב, קלויזנבורג, סקווירא, בית יצחק, באבוב, באבוב 45,דרכי חיים, חת"ן סופר, בית שרה, בית שמחה ועוד. א יעדע וואך קומען צו נייע משפחות, בליע"ה. די איינציגע פארלאנג איז אז מ'מוז צאללן. געז און טאללס, און אויפהאלטן 2 באסעס "דערווייל( און דרייווערס קאסט א הון רב.די יונגעלייט וואס האבן ארגאניזירט די טראנספארטאציע טוען עס בפירוש לשם שמים. פאר ביזנעס זיכער נישט ווייל זיי מאכן נישט קיין געלט. זיי האבן אנדערע ביזנעס און זיי געבן אוועק פון זייער טייערע צייט און זיי לייגן אריין דעם גאנצן כח און מח וויאזוי צו פארבעסערן די סערוויס און דינען דעם ציבור...!
זונטאג מאי 15, 2016 11:16 pm#333128
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי מיר אויפ'ן באס פאראייניגן זיך אלע חסידות'ן. אנגעהויבן פון סאטמאר (פארשטייצעך), בעלזא,...!

סאטמאר פארשטייט זיך? ווי ווייט איך ווייס האט סאטמאר ביזדערווייל די קלענסטע עולם דארט ווס. די אנדערע קהילות וואס גייען אהין
מאנטאג מאי 16, 2016 2:51 am#333147
קאסטנער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי מיר אויפ'ן באס פאראייניגן זיך אלע חסידות'ן. אנגעהויבן פון סאטמאר (פארשטייצעך), בעלזא,...!

סאטמאר פארשטייט זיך? ווי ווייט איך ווייס האט סאטמאר ביזדערווייל די קלענסטע עולם דארט ווס. די אנדערע קהילות וואס גייען אהין

קאסטנער: מ'רעדט נישט סטאטיסטיקס. אבער אז איינער קומט און באשולדיגט אז מ'דיסקרימינירט אקעיגן זיין חסידות. דאס איז זיכער פאלש. די איינציגע דיסקרימינאציע איז, ווער ס'צאלט נישט....יו קענ'ט העוו עי פרי רייד...!
מאנטאג מאי 16, 2016 8:04 am#333151
איך קען נישט קיין דיטעילס. איך האב נאר געהערט פון די משפחה וואס מופט צוריק קיין בארא פארק וועגען די טראנספארטעשען פראבלעם. וויל איך אויפמערקזאם מאכען אנדערע וואס טראכטען צו גיין אהין צו נעמען אין באטראכט די פראבלעם.
דינסטאג מאי 17, 2016 2:43 pm#333407
גראדע האב איך אויך געהערט פון די מעשה. עס איז שוין געסעטעלט. די חברה האבען שוין צוגעשטעלט.
פרייטאג מאי 27, 2016 5:56 pm#334946
איינער האט מיר געבעטען ארויף צו שטעלען דע פעטיציע בנוגע מאכען א בייק לעין פאר פעדעסטריענס/פיס גייער און בייקס איבער די ווערעזאנאו בריק צו די MTA

עס וועט בעז''ה זיין א שטארקע תועלת פאר אנ''ש אין סטעטען איילענד אז מזאל קענען אריינוואקען צופיס לעת הצורך בשבת ויו''ט (למשל אז איינער פון סטעטען איילענד האט א משפחה מיטגליד אין מעטאדיסט אדער מיימאנידעס שפיטאל איבער שבת וכדומה)

אזוי אויך איז עס א טובה פאר די ענווייראמענט

מבעט די עולם צו נעמען די דרייסיג סעקונדעס און סיינען די פעטיציע לטובת הכלל
m https://www.change.org/p/the-build-a-bi ... ows-bridge m

אביסעל היסטאריע איבער די בייקלעין פון וויקיפידיע
In 1993 the New York City Department of City Planning called for a footpath across the bridge as part of their "Greenway Plan for New York City". In 1997 the DCP released a feasibility study stating that two footpaths running between the suspender ropes along the upper level, separated for pedestrian and cyclist use, would cost a minimum of $26.5 million. The MTA at the time expressed concern about the "safety and liability inherent in any strategy that introduces pedestrian and bicycle access" to the bridge. Recently, residents living on both ends of the bridge have lobbied for pedestrian access. In October 2003, Mayor Michael Bloomberg promised to look into establishing the long-awaited pedestrian and bicycle access. The Harbor Ring Committee was formed in 2011 to advocate for the completion of the Harbor Ring route – a 50-mile path around New York Harbor, including a footpath across the Verrazano. In spring 2013 they began an on-line petition that generated more than 2,500 signatures, as well as an organizational sign-on letter with the support of 16 regional and local advocacy and planning organizations. On October 2, 2013 the MTA announced as part of its 2015–2034 Capital Needs Assessment that it would include a feasibility study for installing a pathway on the Verrazano

אבער זייט דעמאלטס רירט זיך עס נישט
פרייטאג מאי 27, 2016 6:42 pm#334949
די ערשטע זאך זאלסטו נעמען א ווארימע מכתב קודש פונ'ם רעבי'ן זאל געזונט זיין
פרייטאג מאי 27, 2016 7:11 pm#334953
בן אדם האט געשריבן:די ערשטע זאך זאלסטו נעמען א ווארימע מכתב קודש פונ'ם רעבי'ן זאל געזונט זיין


גערעכט,
די עיקר סיבה פארן פיס גייער בריק איז טאקע אז חסידי ויזניץ-סטעטען איילענד וואס וואוינען אין ב.פ. זאלען זיך קענען משתתף זיין בצוותא חדא ביים ATUB @שבת אחים ATUB [הנקרא באטע] אחר שולחנו הטהור פון כ''ק אדמו''ר מויזניץ-סטעטען איילענד, אזוי די רבי ז''ל אידען פלעגען אריבער וואקען די וויליאמסבורג בריק צום שולחן הטהור פון דברי יואל, אמרי חיים נבג''מ

בלייבט נאר איבער פאר כ''ק אדמו''ר שליט''א ובית דינו מברר צו זיין אויב סאיז דא א שאלה פון תחום שבת
זונטאג מאי 29, 2016 12:12 pm#334998
מור וקציעה האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:די ערשטע זאך זאלסטו נעמען א ווארימע מכתב קודש פונ'ם רעבי'ן זאל געזונט זיין


גערעכט,
די עיקר סיבה פארן פיס גייער בריק איז טאקע אז חסידי ויזניץ-סטעטען איילענד וואס וואוינען אין ב.פ. זאלען זיך קענען משתתף זיין בצוותא חדא ביים @שבת אחים [הנקרא באטע] אחר שולחנו הטהור פון כ''ק אדמו''ר מויזניץ-סטעטען איילענד, אזוי די רבי ז''ל אידען פלעגען אריבער וואקען די וויליאמסבורג בריק צום שולחן הטהור פון דברי יואל, אמרי חיים נבג''מ

בלייבט נאר איבער פאר כ''ק אדמו''ר שליט''א ובית דינו מברר צו זיין אויב סאיז דא א שאלה פון תחום שבת

מור וקציעה: קיין שאלה פון תחום שבת איז נישט דא. די איינציגע שאלה איז צו מ'מעג טראגן דעם איזי-פעס מיט'ן עירוב... :lol: :roll:
זונטאג מאי 29, 2016 1:20 pm#335017
אוודאי איז דא א שאלה וועגען תחום שבת, אפילו אויב מלייגט אן עירובי תחומין איז עס נאך אלס מער ווי פיר טויזענט אמות אפילו לשיטת הנו''ב,

דער מנחת יצחק, שבט הלוי און אנדערע האבען תשובות בנוגע תחום שבת איבער די וויליאסבורג בריק וואס איז אסאך אסאך לייכטער וועגען מאנהעטען איז מובלע בתוך ברוקלין [נאר סאיז איבער די וואסער] אויכעט די טונעל העלפט ארויס, און אפילו דארטען מוטשענען זיי זיך גאר שטארק ולא העלו דבר ברור, זיי דרייען זיך ארויס פון מתיר זיין
זונטאג מאי 29, 2016 1:41 pm#335026
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
איך האב אמאל געשמועסט מיט א נאנטער תלמיד פון הרב משה פיינשטיין. ער האט מיר פארציילט אז ער האט אמאל פראבירט צו שמועס'ן מיט ר' משה וועגען די וויליאמסבורג בריק. ר' משה האט עס נישט געוואלט האנדלען. מ'איז נישט מערער אויף א זאך וואס דער רבים טוט! איך ווייס אויך אז מענטשען פלעגען גייען צו פוס פון בענסאנהירסט צו הערען ר' משה'ס שבת הגדול דרשה. דער שמש אין ביהמ"ד פלעגט נעמען געלט פון ישיבה, בציווי ר' משה, פארטיילען ביי די מענטשען צו קענען נעמען דער באן אהיים
דער היתר איז געבויט אויף רבוע של עולם ועוד.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 9:36 am#347372
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:12 pm#350856
איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 6:57 pm#350859
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.


איז במציאות אז עס איז שוין דא פיר הינדערט קינדער אין זיי האבן נאך נישט קיין מוסדות אויפן פלאץ?
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:00 pm#350860
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.

עס איז נישט קיין שלעכטע פלאץ אבער עס איז נישט אזוי ביליג דאכט זיך אז א קליינע הויז הייבט זיך אהן די פריזן ביי 750k
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:09 pm#350861
תורה ומדע האט געשריבן:איך הער אז עס קומען אריין איבער טעגליך פיהר הונדערט קינדער פון סטעטען איילענד קיין בארא פארק. מיינס א נאנטער קלערט זיך צו ציען אהין פון ברוקלין. אפשר קעו עמיצער מציע זיין די פראןס און קאנס פונעם ארט.

תורה ומדע: 400 איז א שטיקל גוזמא. אפשר 200...!
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:24 pm#350863
אז ס'הייבט זיך אן ביי 750K א קליינע הויז איז אויך א גוזמא. ס'איז דא פיינע זאכן פאר ביליגער.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:23 am#350895
ירח בן יומו: נאר פאר די 700קעי. באקומסט דו א באנגעלאו מיט שפענדלעך. א בכבוד'דיגע, פול סייז בריק הויז גייט פאר איבער א מעלאנע אין דעם חשוב'ן סטעטן איילענד אויכעט...!
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:22 am#350905
איך האב היימט גערעדט מיט א דארטיגער. היינט קומען אריין בלי גוזמא 350 קינדערלעך פער טאג. ביז פסח רעכענט ער אז עס וועט זיין 500 קינדער. לדעתי איז דאס א שטיקעל סכנה.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:26 am#350906
תורה ומדע: ביטע זיי מסביר וואס איז די סכנה. זיי פארן נאר מיט אינספעקטעד, סערטיפייד באסעס און (אזוי האף איך) מיט באשטעטיגטע, לייסנס'ד דרייווערס. אזויפיהל יא. זיי געבן צו צו די עומס און פרעשור אויף די אזוי אויך אנגעשטרענגטע ראודס פון בארא פארק...!
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:37 am#350909
יא ער מיינט מן הסתם די באסעס.
איך קען נישט מחליט זיין אויב דו בוסט אן אלטע פלאטשיגע אידל, אדער סתם א לץ.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:40 am#350912
בת קול: איך וויל מיך נישט קריגן מיט א (פלאטשיגע) פרוי. ס'פאסט פשוט נישט. אבער ברוב חכמתך, (בלשון סגי נהור) כאפסט דו נישט אז איך בין אליינס א באס דרייווער שוין 41 יאר ב"ה. און איך ווייס א ביסל בעסער ווי א אידענע דעם מהלך פון די באסעס און טרענספארטעישן... :roll:
ווען איך וואלט געהאט א ביסל מער רעספעקט פאר דיין אינטעלידזשענס וואלט איך מיך מתווכח געווען מיט די סטאטיסטיקס אויך. איך בין דאך א טייל פון די ס.א. טרענספארטעישן סיסטעם... :roll:
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:48 am#350915
ווידער פארנומען מיט די טרענספארטעישאן.
you are always missing the point.
ווי א ריכטיג אלטע אידל.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:52 am#350919
:דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק:
בת קול האט געשריבן:ווידער פארנומען מיט די טרענספארטעישאן.
you are always missing the point.
ווי א ריכטיג אלטע אידל.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:16 am#350925
דער סכנה איז אז מען טראנספארטירט אזויפיל קליינווארג אויף אזא פארנעם קען דאך עפעס געשען ח"וץ די שאלה איז פארוואס גער למשל עפענט נישט א חדר דארטן אןיפען פלאץ.
מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 9:34 pm#350960
תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:41 am#351072
אין בארא פארק, מאנסי, און אין לייקבוד געפונען זיך צענדליגער ת"תס אןיף דעם מהלך. מען דארף נאר טרעפען א איד זאל זיך דאס אינטערנעמען. דאכטס זיך מיר אז דער דעברעצינער רב זצ"ל האט געעפענט אזא מאדע חדר אין די זיביציגער יאהרען אין ב"פ.
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:58 pm#351091
תורה ומדע: הוי, מי יתן לנו תמורתו. ער איז געווען פון אנ'אנדער וועלט. ליידער היינטיגע צייטן איז דאס כמעט נישט במציאות. איך בין דאך נישט מער ווי א זייטיגער אבזערווירער. אבער כ'האב א סך מאל שוין געטראכט זיך אריינצווארפן אין דעם ענין. פשוט לטובת די אידישע קינדער...!
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:49 pm#351152
אמאל איז בכלל געווען אן אנדערע מענטעלעטי. מענטשן זענען נישט געווען אזוי געספאילט אין אלעד הינזיכטן, האט מען געקענט אויך שיקן די קינדער אין א מוסד וואס איז נישט בנשיאות זיין אייגענע כ"ק מרן.
נעם למשל, הערינג. וויפול מינים הערינג איז אמאל געווען? מיט צוויי דריי סארטן איז יעדער געווען העכסט צופרידן. היינט איז דא צענדליגע מינים ועוד ידם נטוי'. אזא קאלער מיט אזא וועזשטעביל אריינגעשניטן, אביסול זיסער און אביסול מער געפעפערט. און אזוי איז עס מיט אלעמען. מ'וויל זיך נישט בייגן קיין כי הוא זה. והיינו טעמא אויף אזויפיל גיטין וואס קומען ליידער פאר.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:40 am#351172
במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש... עס קומט מיר אויס אז אין די נעקסטע פופציג יאהר אין אמעריקע ווועט מען צוריקגיין צום אלטען לעבענס שטייגער פון קלענערע שטעטליך כדוגמת סטעטען איילענד, בלומינגבערג, מאנטיסעלאו, און מען וועט מוזען ארויסנעמען די אינסטיטוציעס פון די הענט פון די אדמורים. די אדמורים וועלען משפיע זיין תורה און ירא"ש אהן קאנטראלירען די מוסדות אזוי ווי זייערע זיידעס.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:16 am#351178
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
תורה ומדע האט געשריבן:במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש... עס קומט מיר אויס אז אין די נעקסטע פופציג יאהר אין אמעריקע ווועט מען צוריקגיין צום אלטען לעבענס שטייגער פון קלענערע שטעטליך כדוגמת סטעטען איילענד, בלומינגבערג, מאנטיסעלאו, און מען וועט מוזען ארויסנעמען די אינסטיטוציעס פון די הענט פון די אדמורים. די אדמורים וועלען משפיע זיין תורה און ירא"ש אהן קאנטראלירען די מוסדות אזוי ווי זייערע זיידעס.

הלואי ביזטו גערעכט איך בין נאך היבש סקעפטיש
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:38 pm#351236
דער אמת וועט אייביג באזיגען
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:50 pm#351238
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
תורה ומדע האט געשריבן:דער אמת וועט אייביג באזיגען

אמת אבער מען קען נישט וויסן ווען דאס געשעהן הלואי ועלן מיר עס דערלעבן
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:51 pm#351239
טו עפעס דערצו...
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:52 pm#351240
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
תורה ומדע האט געשריבן:טו עפעס דערצו...

מיינסט איך זאל ארויסמאפן؟
עס איז אויף מיין ליסטע אבער נישט די ערשטע זאך
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:33 am#351323
מוזט נישט זיך ארויסציען, דיינע קינדער וועלען ביי דיפאלט וואינען אין א שטעטעל פון 1000 אידישע משפחות אזוי ווי אינדערהיים מיט א רב, מלמד, שמש און מקוה איד/ענע.
פרנסה וועט מען האבען פון עמעזאן וכדו" אדער מיט דעם וואס מען וועט גיין אין די לאקעל סיטי קאללעדשעס און לערנען א פראפעסיע.
חדר, ישיבה, און מיידל סקול וועט זיך פיהרען דורכען אב"ד ור"מ שליט"א וואס וועט אויפגענומען פון בעה"ב נישט געצוואונגען אויפן עולם וויל ער איז נושא חן ביי כ"ק אדמור.
כשרות וועט מען נוצען דער כשרסטער הכשר אין אמעריקא וואס רופט זיך OU.
לאקאלע און גרויסע רביס וועלען מוזען האבען וואס צו פארקויפען אז נישט וועלען מענטשען אנטלויפען קיין אומאן.
ואידך קענט איהר אליין דמיונ'ען
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:22 am#357589
איך האב געהערט אז סהאט זיך געפענט א נייע וויזניצער שטיבל אין סטעטן איילענד מיט דרייסיג וויזניצער אינגעלייט, והנה בין איך ״מוחה בכל תוקף״ (מיטן נוסח פונעם מאנסיער פעטער) איך בין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד- די עכטע וויזניץ מיט די ארגאנעילע ״אהבת ישראל״!

פון די אנדערע זייט, דערמאנט מיך א מעשה שהי׳ ווען סערט ויז'ניץ האט געפענט א תלמוד תורה אין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ האט דער ישיעות משה ז״ל מרוב חכמתו געפרעגט זיין קאזין דער סערט ויזניצער רבי ז״ל פארוואס האט איר געפענט א ת״ת נאנט צו מיר?, זאג דער סערטער מה נפשך אויב בין איך וויזניץ וואלט איר געדארפט זיין בשמחה אז ס׳עפענט זיך נאך א וויזניצער מוסדות אין ב״ב, ווידער אויב בין איך נישט וויזניץ וואס בין איך אנדערש פון אלע אנדערע מוסדות וואס עפענען זיך אין ב״ב?.

איך זאג קלאר יענע שטיבל איז נישט וויזניץ די עכטע וויזניץ בין איך!
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:52 am#357594
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:18 pm#357595
שלומי-ג: איז עס טאקע א חידוש. און ווערט צו באגריסן. מהם ילמדו וכן יעשו. אבער דער מציאות איז, ביי 99% פון די גרופירונגען, אז א יעדער וועט זיך וועללן האלטן צו זיין גרופ. נאך א מזל מ'דאוונט אין איין ביהמ"ד מכורח ההכרח. (גענוצט א מאדנע לשון)... :lol: :roll:
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:29 pm#357597
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
shlomyg האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom

ווייל כמעט קיינער איז נישט עכט חסידיש. וויפיהל בחורים אין לעיקוואוד גייען שטאפענע היטען? וכדו' פון די סימני האדיקות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 1:20 pm#357602
berlbalaguleh האט געשריבן:שלומי-ג: איז עס טאקע א חידוש. און ווערט צו באגריסן. מהם ילמדו וכן יעשו. אבער דער מציאות איז, ביי 99% פון די גרופירונגען, אז א יעדער וועט זיך וועללן האלטן צו זיין גרופ. נאך א מזל מ'דאוונט אין איין ביהמ"ד מכורח ההכרח. (גענוצט א מאדנע לשון)... :lol: :roll:


יעדע מעידשער חסידות האט היינט א שטיבל אין לעיקוואד און עס וועט לכאורה נישט נעמען לאנג ווילאנג יעדע חסידות וועט עפענען אייגענע מוסדות דארט, די רבנים וועלן נישט צולאזן אזא מין צומישעניש פון חסידות׳ן וואס איז ממש כעין די ׳דור הפלגה׳. יעדע חסידות וויל קענען געוועלטיגן אויף זייערע קעלבלעך און זיי קענען קאנטראלירן און האלטן ‏hostage די מענטשען מיטן סטראשענען אז מ׳וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 1:26 pm#357603
שבת אחים האט געשריבן:איך האב געהערט אז סהאט זיך געפענט א נייע וויזניצער שטיבל אין סטעטן איילענד מיט דרייסיג וויזניצער אינגעלייט, והנה בין איך ״מוחה בכל תוקף״ (מיטן נוסח פונעם מאנסיער פעטער) איך בין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד- די עכטע וויזניץ מיט די ארגאנעילע ״אהבת ישראל״!

פון די אנדערע זייט, דערמאנט מיך א מעשה שהי׳ ווען סערט ויז'ניץ האט געפענט א תלמוד תורה אין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ האט דער ישיעות משה ז״ל מרוב חכמתו געפרעגט זיין קאזין דער סערט ויזניצער רבי ז״ל פארוואס האט איר געפענט א ת״ת נאנט צו מיר?, זאג דער סערטער מה נפשך אויב בין איך וויזניץ וואלט איר געדארפט זיין בשמחה אז ס׳עפענט זיך נאך א וויזניצער מוסדות אין ב״ב, ווידער אויב בין איך נישט וויזניץ וואס בין איך אנדערש פון אלע אנדערע מוסדות וואס עפענען זיך אין ב״ב?.

איך זאג קלאר יענע שטיבל איז נישט וויזניץ די עכטע וויזניץ בין איך!

זארג דיך נישט, איך הער זיי רופן זיך וויזניץ-מאנסי בסטעטן איילענד.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:14 pm#357637
ס'קען נאך איין טאג ווערען וויזניץ מאנסי סטעטן איילענד גיבערס...
מיטוואך יאנואר 04, 2017 6:40 pm#358908
לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..
מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:22 pm#358923
תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..


לכתחילה מאי קסבר?, מעהר דיטעלס ביטע, Do tell.