Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סטעטן איילענד- נייע ישוב?

סטעטן איילענד- נייע ישוב?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
133 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 218 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6330
דינסטאג אפריל 29, 2014 9:22 pm#198042
סטעטן איילענד- נייע ישוב?
עס ווערט לעצטענס מער און מער די רעדט פון שטאט וועגן נאך און נאך אידן וועלכע האבן געקויפט דארטן דירות. די עמי מאגאזין (טפו) גייט מארגן האבן א לענגערע אפהאנלונג איבער די נייע געדאנק.

למעשה האבן שוין ארום 15 גורע משפחות און 10 סקעווערע משפחות געקויפט דארט דירות און מופן אריין שוין דארט.

יונג איזראעל שוהל האט שוין צוגעשטעלט א מנין פאר זיי שבת שפעטער אינדערפרי.

למעשה איז די פחד אזוי:
צו גייט עס נישט ווערן א נייע סיגעיט אדער בעיסוואטער?
אויב גייען זיך אהינרוקן די מער קולע אינגעלייט גייען די ערענסטע מער נישט דארט זיין, און יעדע שטאט דארף פון אלע סארט.

די וועג פאר די קינדער קיין בארא פארק גייט נעמען א קנאפע האלבע שעה אן טרעפיק, וואס דאס איז יענץ געשעפט פאר קליינע קינדער וועלכע דארפן א בית הכסא די מינוט וואס מ׳פארט ארויף אויפן הייוועי. און מיט אלע סטאפס גייט עס נעמען א שיינע 45-50 מינוט און א גוטע טאג. און א טאג וועלכע איז דא טרעפיק קען די וועג נעמען א פיינע שעה. אבער דאס איז נאר ביז ווען עס איז שוין דא ארום 100 משפחות פון א קרייז וועלכע וועט עפענען א מוסד.

די אלע ברוקלינע אידן וועלכע זענען צוגעוואוינט צו זיין אין ארבעט 10 מינוט פון דערהיים, זיין א שעה יעדן טאג ביז די ארבעט און אהיים איז נישט די געשמאקסטע זאך.

וואס האלט דער עולם דא?
דינסטאג אפריל 29, 2014 9:47 pm#198050
מיינע קינדער זענען אויפן באס יעדען טאג א גוטע האלבע שעה אפי איך וואין נישט ווארט פונעם חדר/שולע,
כ'מיין ס'נישט קיין נפק''מ צווישען א האלבע שעה קריכען די היימישע גאסן אין טרעפיק אדער א האלבע שעה אויפן הייוועי.
דינסטאג אפריל 29, 2014 10:58 pm#198066
פונקט האב איך אנגעהויבן טראכטען פון דעם. איינער ווייסט אפשר ווי אין סטעטען איילענד היימישע האבן שוין געקויפט? א גאס/אדרעס.
דינסטאג אפריל 29, 2014 11:38 pm#198083
נעבן יונג איזראעל
דינסטאג אפריל 29, 2014 11:45 pm#198084
Wow כ'האב זייער הנאה דערפון, ווען איך פלעג דארטן אהין פארן פלעג איך אייביג טראכטן אז הלוואי ווען איך קען דארט וואוינען, איך האף אז ס'וועט זיך אויסארבעטן
מיטוואך אפריל 30, 2014 12:17 am#198091
ממי, אויב איינער גיבט דיר 400k בתנאי אז דו דארפסט פארן אויף א באס איין שעה א טאג, צופרי און ביינאכט, וואס וואלסטו געטון?
מיטוואך אפריל 30, 2014 12:37 am#198093
אינצווישן דארף איך געבן הונדערט טויזענט דאלער פאר א חלום וואס קען זיך ענדיגן זייער שנעל זייער נישט גוט.
מיטוואך אפריל 30, 2014 12:46 am#198099
דאס איז שוין א טענה... אבער א יעדע ביזנעס דיעל האט זיך אירע ריסקס.
מיטוואך אפריל 30, 2014 1:07 am#198107
ממי_שאמרו האט געשריבן:נעבן יונג איזראעל


ווי קימט עס אויס? ווי טיף אריין אין ס''א? איך וויל טשעקען מיט גאגעל מעפס ווי ווייטער ס'איז פון ווילי און ב''פ
מיטוואך אפריל 30, 2014 1:17 am#198111
835 Forest Hill Rd
Staten Island, NY 10314
m http://goo.gl/maps/HI9Fi m
מיטוואך אפריל 30, 2014 1:26 am#198112
בערך וויפיל קאסט א דירה דארט?
מיטוואך אפריל 30, 2014 1:42 am#198114
400-600 פאר א מאנסי סטייל הויז
מיטוואך אפריל 30, 2014 1:53 am#198115
ממי_שאמרו האט געשריבן:835 Forest Hill Rd
Staten Island, NY 10314
http://goo.gl/maps/HI9Fi

לויט גאגעל קימט עס אויס (יעצט ביינאכט) 22 מינוט פון אינמיטען ב''פ און 39 מינוט פון אינמיטען ווילי.
מיין שאלה איז פארוואס גייט מען נישט מער רעכטס נענטער צו די וועריזאנא, וואס קען מאכן די וועג מיט 5-10 מינוט קערצער
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:03 am#198169
ככל שאני יודע, חסידי גור קנו בתים ליד בית הכנסת של הרב פולק

m https://maps.google.com/maps?q=93+ruper ... CAgQ_AUoAQ m
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:25 am#198173
בית הכנסת שלו ממוקם ב
98 Rupert Ave.
m https://maps.google.com/maps?q=98+Ruper ... CAgQ_AUoAQ m

היא קרובה לרחוב ראשי, שדרת ברדלי
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:53 am#198186
באקימען אין אימעיל


א גרויסע היימישע עולם גרייט זיך צו מופען אין די נעקסטע פאר חדשים אין א הערליכע געגענט אין ניו יארק סיטי. 20 מינוט פון וויליאמסבורג אין 10 מינוט פון בארא פארק. פאראינטערעסירטע- ביטע שיקט א email מיט אייער נאמען אין טעל # צו: e StatenIslandGroup@Gmail.com e רענטען אדער קויפען אוועלעבעל.
דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:59 pm#198555
איך בין זייער צופרידען דאס צו הערען, פיינעלי טוט מען צום זאך. איך האף אז עס וועט זיין א סאקסעס און דאס וועט געבען די קוראש פאר אנדערע נאכצוטוהן
איבער יו"ט האט מיר א חבר פארציילט אז אין וויליאמסבורג איז דא 10 חתונהגעהאטע קאפלס וואס וואינען ביי די עלטערן ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין דירות

ווייסט איינער צו דאס איז אמת?
דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:04 pm#198558
ביי עלטערן ווייס איך נישט, אבער בשעת איך שרייב די שורות זענען דא עטליכע פארפעלקער וואס וואוינען אין פוינט פלאזא האטעל.
פרייטאג מאי 02, 2014 9:56 am#198655
דאכט זיך מיר אז די עמי מעגאזי"ן רעדט דערוועגן דער וואך
מוצ"ש מאי 03, 2014 10:14 pm#198744
ס'איז שוין דא א ליסטע פון צוואנציג יונגעלייט פון סקווער אויפן ציל דארט זיך צו באזעצן
מוצ"ש מאי 03, 2014 10:26 pm#198746
נישט 20, נאר 11. און אויך 13 גורער יונגעלייט.
דינסטאג מאי 06, 2014 3:39 pm#199234
שלום עליכם טייערע אידן,

די אינטערעסע אין זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד וואקסט ב"ה יעדן טאג, און ס'איז כדאי צו אפדעיטן דעם עולם וואס ס'גייט פאר.
צום ערשטן דארף מען קלאר מאכן אז דא רעדט מען נישט פון קיין דעוועלאפמענט וואס מ'גייט יעצט בויען, נאר מ'רעדט פון זיך אריינציען אין דעם עקזיסטירנדן שטאט, און זיך באזעצן דארטן. סטעטען איילענד איז בערך 25 מינוט אוועק פון בארא פארק, אבער די פרייזן פון הייזער זענען בערך 40% ביליגער.

2.JPG
2.JPG (88.93 KiB) געזען געווארן 2934 מאל

די וועג פון וויליאמסבורג, ביז בארא פארק, ביז סטעטען איילענד

רוב הייזער זענען איין-פאמיליע הייזער, און שטייען אויף א לאט פון 40X100. עס זענען דא פארשידענע סארט הייזער פון אלע מיני פרייזן – פונקט ווי אין יעדע אנדערע באוואוינטע שטאט. א קלענערע הייזקע קען מען קויפן פאר אזוי ביליג ווי $350,000, און גרעסערע הייזער קענען גיין ביז $700,000. א נארמאלע הויז פון 2,100 סקווער פיס + א בעיסמענט קען לויפן פון $475,000 און ארויף. דאס איז אלעס איין פאמיליע הייזער, מיט א גרויסע לאט, פארשטייט זיך מיט א דרייוו-וועי.

פארשטייט זיך אז די פרייזן ווענדן זיך אויך אויף די קוואליטי פון די הייזער, ווי אלט די הויז איז, און צי עס איז געבויט פון ציגעל אדער נישט.
די הויפט מעלה פון סטעטען איילענד – חוץ דאס אז עס איז אזוי נאנט צו בארא פארק – איז אז עס איז שוין דא א שטארקע אידישע אינפראסטראקטשור, מיט בתי מדרשים, מקוה, הצלה, וכו'. פאלגענד איז א מאפע פון די אידישע געגענט.

1.jpg
1.jpg (201.71 KiB) געזען געווארן 2934 מאל


די בלויע ליניע ארום איז דער עירוב. די געגענט איז איינגעטיילט אין דריי חלקים. אין חלק A וואוינען די היימישע ליטווישע, א חרדישע תורה'דיגע עולם. עס וואוינען אויך אסאך יאנג איזראעל טייפ אידן. עס איז מסתמא בערך 75% אידיש. אין חלק B וואוינען בעיקר יאנג איזראעל אידן. אין חלק C וואוינען אויך בעיקר יאנג איזראעל אידן, אבער ס'איז דא אסאך מער גוים. די רויטע סימן אין חלק A איז וואו עס געפינט זיך דער ביהמ"ד פון הרב פאלאק שליט"א, חתן הגה"צ ר' יונתן בנימין גאלדבערגער שליט"א.

עס זענען שוין יעצט דא צוויי חסידישע גרופעס וואס ארבעטן פעסט אויף זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד. א גרופע פון איבער 10 סקווערע יונגעלייט, און 15 גערער יונגעלייט. כ"ק האדמו"רים מסקווער און גער שליט"א האבן שוין געגעבן ברכת קדשם אויף דעם פראיעקט, און טייל פון די יונגעלייט שליסן שוין אדער האלטן שוין ביים שליסן דעם מקח. אויך איז דא א גרופע פון וויזניצע יונגעלייט וואס טוען שטארק אין דעם ענין. די אלע קוקן בעיקר דירות אין די געגענטער פון A און B.

פארשטייט זיך אז דער פראיעקט איז נישט געבינדן דווקא צו גרופעס פון חסידים. יעדער מענטש קען זיך אויפהייבן און אריבערציען קיין סטעטען איילענד, און מ'דארף נישט קיינעמ'ס הסכמה. יעדער קען צאמנעמען דריי פיר חברים און מחליט זיין צוזאמען זיך אריבערצוציען, און עס זענען טאקע דא אסאך וואס טוען שטארק אין די נושא.

דער עולם איז מכובד צו פרעגן שאלות, און כ'וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.
דינסטאג מאי 06, 2014 3:48 pm#199237
א דאנק!
דאס הארץ וואקסט פון פרייד און גליק ווען מען זעהט עפעס פירות נאך יארן ליידיגע קאמפלעינטס און וויינערייען וואס האט געפירט אין ערגעץ נישט, און ענדליך זעהט מען עפעס זאכליך, די ישועה הייבט אן שפראצן, עס איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין.
מיר וואונטשן פאר די דעוועלאפער, עסקנים, און די משפחות וואס ציען זיך אריבער, רוב ברכות והצלחה בכל מעשי ידיהם בכל אשר יפנו.
דינסטאג מאי 06, 2014 3:56 pm#199241
ATUB @סטעטען איילענד ATUB , לויט ווי איך פארשטיי, וועט מען צוזאמענשטעלן א ווען צו א באס פאר די קינדער, זיי צו פירן קיין בארא פארק יעדער טאג.

דו קענסט אפשר מער מסביר זיין ווי אזוי דאס וועט ארבעטן, און אזוי אויך, אויב מען וועט צושטעלן א ווען פאר פרויען וואס דארפן פארן צו זייערע דזשאב אין ברוקלין?
דינסטאג מאי 06, 2014 4:02 pm#199242
און וואס איז די מעשה מיט די ריעל עסטעיט דארט, איז דא גענוג הייזער צום פארקויפן אז סזאל קענען ווערן א ישוב?
פרייטאג יולי 24, 2015 1:02 am#291486
לויט מיין מיינוג דארף אזא געגנט קענען פארנעמן לכה"פ 1000 משפחות (ווייניגער ווי קר"י און ניי סקווער) אויב נישט וועט עס בלייבן א קליין שטעטל און דער עולם וואס גייט אהינגיין וועט ווערן "קליין שטעטל עלמענט" און נאך מער קיין ענדגילטיגע סעלאשן איז עס נישט מיט אזוי ווייניג דירות (אינז געבען ארויס און צוויי יאר דער מספר פון פרישע שטריימלך)

די איינציגסטע טרייסט וואס איז יא דא איז אז מען וועט זעהן אז מען קען זיך אוועק ציהן פון בארא פארק וומ"ס פלייש פאבריק און מען וועט אויפבויען נאך אזאלכע געגנטע ווי עס וועט יא זיין די מעגלכקייט פון 5000 משפחות וואס דאס וואלט איך געוואלט

(דאס איז מיין פערזענליכע טעיסט אבער אנדערע וואס דארפן דאס נישט קוק איך גאר שטראק ארויף אויף די אינגערלייט וואס האבן גענימן די וואנדער שטעקן און געטיהן צו דער זאך איך בין פשוט מקנה זייער גאטס)
פרייטאג יולי 24, 2015 1:05 am#291488
די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
פרייטאג יולי 24, 2015 1:16 am#291490
ווי אזוי הייסט די געגענט וואס יודען גייען ?
פרייטאג יולי 24, 2015 1:17 am#291491
ווילעברוק
פרייטאג יולי 24, 2015 1:23 am#291494
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.

אזוי ווי אין ארץ ישראל איז דא הינדערטע פלעצער ווי יודן וואוינען אזוי דארף דא ווערן
פרייטאג יולי 24, 2015 2:01 am#291501
קאצקע ציקער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.

אזוי ווי אין ארץ ישראל איז דא הינדערטע פלעצער ווי יודן וואוינען אזוי דארף דא ווערן

דאס קענסטו נישט טון דא מיט אונזער אונגארישע עולם ווי די רבנים זענען אינגאנצען משועבד אינטער דעם דעת הקהל, אין דער עולם האלט פון זיי נאר וויפיל מען וויל.
אין ארץ ישראל האט עס געקענט געשען נאר ביי 1)גרויסע, 2)אגודה׳יסטישע קהילות ווי די רבי׳ס האבן די פאויער איבער זייערע חסידים, און אזוי ווערט ביתר, בית שמש, טבריה, צפת וכו׳ פון פרייע אויסגעלאסענע שטעט פול מיט היימישע שכונת, ביי די קנאים קען נישט, און וועט נישט אזא זאך געשען ע״פ דרך הטבע. (אבער פארשטייט זיך אז די קנאים ריקן זיך אן נאכדעם וואס עס ווערט שוין היימיש דורך די אגודאים,און פירן זיך אויף ווי די גאנצע בעלים)
אויב דארפסטו נאך א ראיה דערצו, קוק אויף סאטמאר׳ע קריה אין בלומינבערג (וואס אפילו אויב עס וועט זיך אויסארבעטן וועט עס גארנישט האבן מיט סאטמאר) און אויף די בעלזא געגענט אין לעיקוואד.
פרייטאג יולי 24, 2015 8:36 am#291514
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.

20000 איז שוין צו פול אבער אינטער 1000 איז צו קליין
איך רעד נישט פון אויפאיינמאל זיך אריינציען נאר עס זאל קענען ענדיגן מיט דעם מספר

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
פרייטאג יולי 24, 2015 11:19 am#291534
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:@שבת אחים וואס זענען די פרייזען פאר הייזער ביי אייך אין שטאט?

ס׳איז אסאך ביליגער ווי ברוקלין , און מ׳באקומט אסאך מעהר פאר די געלט ווי עני אנדערע פלאץ אין ניו יארק סיטי, א געוונטליכע איין פאמילע הויז ארום די אידישע געגענט אין סטעטן איילענד איז צווישן 450 און 600 פאר דעם באקומסטע געוונטליך -3500-3000 סקווער פיס מיט א דרייוועי און א בעיק יארד!

ווען ענק האבן אביסל שכל וואלט איר אלע אוועק געמופט פון די רוישיגע ברוקלין און געקויפט א הייזקע דא און געלעבט אסאך מעהר א ראוהיגע שטילע לעבן און ענקערע קינדער וואלטן זיך מחי׳ געוועהן , סטעטן איילענד האט די מערסטע פארקס און ביימער ווי עני אנדערע בארא און ס׳איז שטיל און ראוהיג דא , ס׳איז אייביג דא פארקינג ווי מגייט און ס׳האט אסאך מעלות, פאר מיר איז סטעטן איילענד ממש גן עדן!.
פרייטאג יולי 24, 2015 12:12 pm#291543
כהאב שוין געהערט אפאהר מאהל היימישע יודן ריפן דעם שטאט סטעטני איילענד מיט א חירוק נון ווייסט איינער פשט פון דעם? איז דאס א אינגערישע טעות?
דינסטאג יולי 28, 2015 12:18 pm#292358
מ׳האט מיך געהאט געפרעגט אין אישי אויב איך ווייס פון א גיטע ריעל עסטעיט בראוקער אין סטעטן איילענד

איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי צוויי פון מיינע חברים וואס האבן געקויפט לעצטענס הייזער אין ווילעברוק און זיי האבן זייער שטארק רעקאמענדירט ריעל עסטעיט אגענט Howard Spiegel ער איז א היימישער איד וואס וואיונט אין ווילעברוק און ער איז זייער מענטשליך און פארלעסליך, ער קען העלפן מיט רענטעלס און מיט קויפן הייזער


Howard Spiegel
Spiegel Realty LLC
2164 Victory Blvd.
Staten Island, NY 10314
718-356-4640
e familyspiegel@gmail.com e

מיט הצלחה
זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:49 am#293237
שבת אחים האט געשריבן:ברוכים הבאים צי אונזרע טייערע ברידער אין שוועסטער וואס פלאנירן זיך צי באזעצן אין אונזער קאָמינוטי

אני הקטן האָבֿ גענימען דעם וואַנדער שטעקן אַ קנאַפּע 3 יאָהר צוריק און אלײנס אַריבער געקראָסט די בּריטש און זיך בּאַזעצט מיט מײן פאמילע אין אַ שטילע ווינקל אין סטעטן אײלענד לעבּן די יודישע געגענט אין איך בּין הײנט צי טאָגס פין די אײנציגסטע (אדער טאַקע די אײנציגסטער) חסידישער יוד מיט אַ שטרײמל דא אין ס״א


ווען די האסט דאס געשריבן איז גיוועזן 2 שטריימליך אין S.I. רב פאללאק מיט זיין זין thats it וואס האקסטו אין קאפ אז די ביסט דער איינציגסטער, אז די ווייסט נישט פין רב פאללאק ביסטי נישט פין דארט.

יעצט זעי איך אז די ביסט גאר OTD נישטא ווער ס'זאל לאכן
זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:49 am#293243
ביסט נאך אלץ ביזי ציילן וויפל שטריימלך ס׳איז דא אין סטעטן איילענד? למעשה גיי איך נאך מיט א שטריימל אסאך מאל אויף שמחות און ווען איך גיי אין שול, און ווי לאנג איך האב נאך צוויי שווערע שווארצע רינדעכיגע באקסעס אין מיין הויז פארעכן איך מיר אלץ איינער וואס גייט מיט א שטריימל,

דערמאנסט מיך א מעשה(בערל אלערט) דער וויזניצער רבי דער ישיעות משה האט אמאל געפרעגט מיט יאהרן צוריק זיין חסיד פון קווינס הנגיד חיים שטערן, וויפל שטריימלך איז דא אין קווינס? האט ער גענטפערט צוויי, פרעגט די רבי ווער איז דער צווייטער, זאגט ער מיין געהריגע שטריימל מיט מיין רעגן שטריימל, :P

למעשה האסטו קודם געטענהט אז איך וואוין בכלל נישט אין סטעטן איילענד און איך בין גאר א וויליאמסבורגער (טאקע דארט געבוירן און אויפגעצויגן געווארן) אבער למעשה האסטו נישט געהאט די ביצים ווען איך האב דיך געאפפערט צו קומען צו מיין הויז, איך בין נאך אלץ גרייט אויפן דיעל,
זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:49 am#293244
אבער ער קען נאך ווערן א ATUB @BAL TSHIVA ATUB :lol: :lol:
זונטאג אוגוסט 02, 2015 7:59 am#293266
די קענסט מיר שיקן אין אישי דיין אדרעס, איך זעי נישט צי וואס מ'דארף האבן ביצים פאר דעים.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 8:01 am#293268
געוואלדיג האט געשריבן:אבער ער קען נאך ווערן א @BAL TSHIVA :lol: :lol:

איך מיין ס'איז נישטא אויף וואס.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:56 pm#293342
פארמעקט
זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:57 pm#293343
פארמעקט.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:15 pm#293347
שבת אחים איך האב דיר געבעטען אין אישי דיין אדרעס. האסט געזאגט די האסט נישט קיין פראבלעם צו געבען. און די מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג. אין הייב אהן צו טראכטען אז ס׳איז קרעפ. די וואוינסט נישט אין סטעטן איילענד. איך גלייבען שוין גארנישט וואס די שרייבסט.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:28 pm#293350
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:שבת אחים איך האב דיר געבעטען אין אישי דיין אדרעס. האסט געזאגט די האסט נישט קיין פראבלעם צו געבען. און די מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג. אין הייב אהן צו טראכטען אז ס׳איז קרעפ. די וואוינסט נישט אין סטעטן איילענד. איך גלייבען שוין גארנישט וואס די שרייבסט.


דו האסט מיר קיינמאל גארנישט געשיקט אין אישי, זאג נישט קיין ליגענט, ווילסט מיין אדרעס הארץ און גערן, אבער פאר דו קומסט אריין אין מיין הויז דארפסטו טוישן דיין ניק קודם און איבערבעטן פרעזידענט אבאמא יר״ה ווייל ער איז דו עכטע ״קעניג פין אמעריקע״ אדער לכה׳״פּ טוישן צו קעניג פין אמעריקע45 :lol:
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:46 am#298123
עס איז שוין דא א נייע שאטעל סערוויס קיין סטעטען איילענד און צירוק

בילד
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:53 am#298125
בילד
מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 11:46 pm#300417
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
בילד

Sent from my XT1254 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:43 am#302490
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
uploadfromtaptalk1443329026001.jpeg


Sent from my XT1254 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:49 am#302492
BAL TSHIVA האט געשריבן:
18885.jpeg


Sent from my XT1254 using Tapatalk

איך האב נישט געוויסט אז אין בעלזא גייט מען מיט ספאדיקס.
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:52 am#302498
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
שמידט איז א גער'ער חסיד

Sent from my XT1254 using Tapatalk