מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:26 pm#358927
שבת אחים, הייסט אז דו בוסט פון די רבנים וואס פליען אין הימל. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין שטאט. ווי זענען דיינע גבאים?
בן אדם האט געשריבן:שבת אחים, הייסט אז דו בוסט פון די רבנים וואס פליען אין הימל. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין שטאט. ווי זענען דיינע גבאים?
shlomyg האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!
In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom
תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..
בן אדם האט געשריבן:דוכט זיך אז קיין סטעטן איילענד מופן אזעלכע וואס זענען אביסל אויפגעקלערט אונטערן טיש און זיי האבן קליינע געפילטערטע סמארטפאונ'ס, אדער גייען זיי באקומען, און א חלק פון זיי דרייען זיך שוין ארויף די פייעס ר"ל. זיי זענען לכאורה אינספערירט געווארן פון שבת אחים. אבער משא"כ קיין בלומענבערג, דזשערסי סיטי און לעיקוואד פאר'ן די מער פרומע עולם, די וואס די טאטעס דרייען זיך מיט די פליפ פאונ'ס און די קינדערלעך מיט די שומרים קארדס.
תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.
וואס איז די בילד? און ווער זענען די חברה. פאר וואס האט מען נישט געגעבן א גארטל פאר דיבלאזיאו אויך???
ארי נוהם האט געשריבן:
היימישע מוסדות זענען נישטא, און ס'איז א פעין אין די נעק ווייל מ'דארף צוקומען טרענספארטעישן קיין ב"פ, אבער פאר נעקסטע יאר זענען דא פלענער אז מענטשן ווילן עפענען א מוסד. כ'ווייס נישט ווי קראנט. מפי השמועה אז דאס יאר האט גער שוין כמעט געעפענט, און מ'האט זיי געסטראשעט פון די העכערע פענסטער, פון ב"פ, זיך אפצולאזען פון די פלענער. אפשר איז עס אויך אינוואלווד אין זייער ב"פ פאליטיק פון זייערע צוויי חדרים. כ'ווייס נישט מער פרטים.
מור וקציעה האט געשריבן:ארי נוהם האט געשריבן:
היימישע מוסדות זענען נישטא, און ס'איז א פעין אין די נעק ווייל מ'דארף צוקומען טרענספארטעישן קיין ב"פ, אבער פאר נעקסטע יאר זענען דא פלענער אז מענטשן ווילן עפענען א מוסד. כ'ווייס נישט ווי קראנט. מפי השמועה אז דאס יאר האט גער שוין כמעט געעפענט, און מ'האט זיי געסטראשעט פון די העכערע פענסטער, פון ב"פ, זיך אפצולאזען פון די פלענער. אפשר איז עס אויך אינוואלווד אין זייער ב"פ פאליטיק פון זייערע צוויי חדרים. כ'ווייס נישט מער פרטים.
הער איך אז נחום קליין (פון בית שרה/בעלז בארא פארק) וויל עפענען דארט א כלל חסידי מיידל סקול, וועט זיין א שטארקע הילף אויב ער וועט מצליח זיין
ארי נוהם האט געשריבן:די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.
קוקי האט געשריבן:ארי נוהם האט געשריבן:די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.
סטעטן איילענד איז היינט מיין וואוינארט, און ס'ווערט מער און מער חסידיש, וואס באיכות איז עס פון די שענסטע נייע ישובים, ממילא דריי נישט קיין קאפ מיט נייע פלעצער, 'סטעטן איילענד' איז די זאך
קוקי האט געשריבן:אוואו קען איך קויפן דער וועקער אין קאנאדע? איך האב נישט קיין אינטערנעט.
ארי נוהם האט געשריבן:די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.
תורה ומדע האט געשריבן:יעדער פלאץ האט זיך איהרע אייגנארטיגע מעלות און חסרונות. בארא פארק איז צו טייער פארן דורכשניטלכען פאמיליע, לעיקוואוד איז א שטאט מלא פראבלעמען סוציאל, עקאנאמיש, און חינוך׳דיג. סטעטן איילענד איז נאך קליין אהנע מוסדות, אבער ס׳האט ווארשיינליך א שיינעם צוקומפט. לינדן איז נאך אין איהר אינפענסי.
אדונינו האט געשריבן:לדעתי איז די גלילות פון מאנסי די בעסטע.
איסר האטלקי האט געשריבן:אדונינו האט געשריבן:לדעתי איז די גלילות פון מאנסי די בעסטע.
אין אוזבעקיסטאן ביסטו שוין געווען?
איסר האטלקי האט געשריבן:די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.
תורה ומדע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.
איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.
איסר האטלקי האט געשריבן:ארי נוהם האט געשריבן:די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.
עס מופן קיין סטעטן איילענד בערך צוויי מענטשן א חודש. קיין לינדאן מופט מען טאקע מער, אבער לע"ע איז דער שוואנג איבעראל טויט, יעדער וויל זען וואו ס'וועט זיך למעשה אויסקאכן א ישוב צווישן לעיקוואוד, לינדען און סטעטן איילענד אדער גאר ב"פ וואו מ'בויעט יעצט קרוב צו טויזנט קאנדאוס.
איסר האטלקי האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.
איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.
ריזיגע לאטס און פארקס ארום דאס יא, אבער די ס"ק פער הויז איז פונקט ווי אין ב"פ. מ'צאלט 8 מאות פאר 1500 סקווער פיס.