דינסטאג מאי 08, 2018 9:03 am#401855
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט באגעגענען דער אוטסיידער וואס וואלט אזוי געטראכט נאכ'ן זען אזא בריוו
קוק מיך אן (האסטו אלע רעכטן צי האלטן אז איך בין באמת אן אינסיידער, אויב איז דיר גרינגער אזוי )
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט באגעגענען דער אוטסיידער וואס וואלט אזוי געטראכט נאכ'ן זען אזא בריוו
ברוך בער האט געשריבן:עס שטייט אין ספרים אז סדום איז געווען די מעשה אזוי געפערליך אז מען האט געמוזט איבערדרייען חאטש עס זענען נאך געווען שטעט פון רשעות ווי דארט, נאר סדום האט געמאכט די רשעות אלץ לאנד'ס געזעצן, אזא שטאט מוז ווערן אש און פארעך.
berlbalaguleh האט געשריבן:המלוכה והממשלה: און דאס איז גענוג. אונזער סיסטעם פון רעליגיע איז נישט געבויעט אויף דעמאקראטיע. מיט פארטייען, קאנדידאטן און וואלן. אויב ער איז דער יורש דאורייתא איז ער בעל הבית אין קרית יואל. א שטעיטל וואס זיין פעטער דער סאטמאר'ע רבי ר' יואל טייטלבוים האט געבויעט. אפילו אויב ער איז א קאר סערוויס דרייווער. און ער. דער יורש קען אריינשטעללן זיין יורש. ואין להשיב על דבר המלך. און פאר וועם ס'געפעלט נישט. דא איז נישט רוסלאנד אדער טשיינא. מ'צווינגט קיינעם נישט צו בלייבן וואוינען אין קרית יואל. ס'געפעלט דיר נישט. דו האסט נישט ליעב דעם רב. מכח איזה סיבה שהיא. זיי מוחל און הייב דיך אויף און באשטעל די מאווינג טראק. ושלום על ישראל. קענסט מאוון קיין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרוין הייטס, פלעטבוש, מאנסי, לעיקוואוד. אוואו דו ווילסט ככל אות נפשך. . אבער בלייבסט דו דא. פארמאך דיין פיסק. און זעץ זיך אראפ. און רודער נישט. און בונטעווע נישט. ווייל דו ביסט נישט קיין בעה"ב. דו און א פאר לצים, ווי יאסל בן מרים וואלדמאן קענען זיך איינרעדן אז עטץ זענטץ בעה"ב. אבער מ'האט ענק ב"ה געוויזן אז עטץ האטץ פאלטש געלערנט פשט אין פסוק. צוזאמען מיט ענקערע מרנן, רבנן ותלמידהון, וראשי קהילתא...קעיס קלאוז'ד...!
יעקב מענטש האט געשריבן:אינטערסאנט.
איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון די אלע 'פראבלעמען' מצה גזולה וכו'
דו גלויבסט אין קאאינסידענס?גאנצל האט געשריבן:קידושין איז א זאך וואס די ראשי קהלה דארפן שטיין על המשמר אז עס זאל געטאן ווערן ריכטיג זיי טארן זיך פון דעם ניט מעלים עין זיין עס איז נישט קיין קינדער שפיל
נקודת-אמת האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן:
ווען איך וואלט געוועהן מרא דאתרא אין א שטעטל וואס מיין עלטער פעטער וואלט געגרינדערט און ער וואלט מיר אוועקגעשטעלט אלטס רב
נקודת-אמת האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן:
ווען איך וואלט געוועהן מרא דאתרא אין א שטעטל וואס מיין עלטער פעטער וואלט געגרינדערט און ער וואלט מיר אוועקגעשטעלט אלטס רב,
און איך וואלט געהאט איינוואוינער אין שטאט וואס ווילן מיר נישט נעמען אלטס זייערע 'מסדר-חידושים',
און בעל כרחם מחמת ההלכה או המנהג או מורא הזט"ה וואלטן זיי געמוזט זיך בייגן און קומען צו מיר בעטן איך זאל מסדר-חידושין'נען ביי זיי,
וואלט איך געשריגן: לא-מיט-א-למ"ד. פארשטאנען?
מיין עפינייען איז: אוי לה לאותה בושה זיך ארויף צו צווינגען מכח ההלכה אויף יענעמ'ס חתונה כיבודים
סנדקאות מוז מען אויכעט געבן פאר'ן מרא דאתרא?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אהא. האסט געקענט זאגן 'איך ווייס נישט, איך האב גערעדט נארישקייטן'. למעשה האסטו אזוי געזאגט, נאר כדרככם מיט אנדערע ווערטער.
ביזדערווייל ווייסטו נישט פון קיין מכשול, צו א מעגליכע מכשול. אבער ביסט זיכער אז זיי מוזן 'עומד זיין על המשמר'.
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דער כח פון א מרא דאתרא גייט נישט אין נאמבערס. אזוי ווי דו ווילסט זאגן. אין א קליין שטעטל. לאמיר זאגן ביז 20 משפחות האט דער מרא דאתרא א כוח. און העכער 21 משפחות, נישט.
א מרא דאתרא האט א כוח וואס די תורה"ק האט איהם געגעבן. צי ווייל ער איז אריין געוועהלט געווארן. אדער ווייל ער האט געירשנ'ט דאס רבנות. אויב ער איז אן עיי"ן ה"א און ער איז נישט ראוי לאותה איצטלא. האט מען נישט קיין ברירה און מ'מוז זוכן א צווייטן. אבער אויב ער איז א ת"ח און ראוי צו זיין רב, איז ער קודם פאר אנדערע. יעצט. אויב דער רב פונ'ם צד שכנגד גייט לענגערע ר"ת גאטשעס. דאס מאכט איהם נאכנישט קוואליפיצירט צו זיין מרא דאתרא. אויב איז ער א ת"ח דארף מען נוהג זיין כבוד ת"ח ביי איהם. מיט אלע הידורים. אבער דאס מאכט איהם נאכנישט פאר קיין מרא דאתרא...!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט טוישסט צו ווידער. דו האסט געמאכט כאילו סידור קידושין איז ווי סידור גיטין, און עס איז מעגליך מכשולות דערין. דעריבער דארף נאר דער רב דאס טוהן. איך האב געפרעגט וועלכע מכשולות, ענטפערסטו אז די מכשול איז אז דער רב מאכט עס נישט!
(תקנת וועד ארבע הארצות הייסט תקנת רח"ש, וויפיהל געלט מ׳דארף געבען צו רב חזן און שוחט, וואס איז א פראצענט פון דער נדן. עס האט גארנישט צוטוהן מיט מכשולות, פשוט א געלט זאך).
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!
וואס מיינסטי צו זאגן?
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: דאס זעהט עפעס אויס ווי ביי א ניחום אבלים. בכל אופן איז עס נישט די ריכטיגע פלאץ אויפצוברענגען די עניינים...!
וואס מיינסטי צו זאגן?
דאס וואס כ'האב געזאגט. אז ביי א ניחום אבלים דארף מען נישט אויפברענגען קיין פאליטיק...!