Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז אידיש בלוט הפקר?

איז אידיש בלוט הפקר?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
142 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 367 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6539
זונטאג יוני 01, 2014 3:11 pm#203815
איז אידיש בלוט הפקר?
חברים יקרים. איך בין נישט אויסן צו פארצימעסן און אויפהעצן פאליטישע געפילן נאר פשוט אויסדרוקן מענטשליכע און תורה'דיקע געפילן. וואיל איז אונז אז מיר האבן אזא טייער ווינקל קאווע שטיבל וואו מען קען הייבן א שטימע אויף אומרעכטן ביי אונזער געזעלשאפט און מאכן א חשבון הנפש ווען ס'פעלט זיך.

שויו איבער דריי יאר וואס אין שטעטל קרית יואל, דורך די אפיציעלע קהלה אין שטאט, ווערט פארגאסן אידיש בלוט אויף א מואס'ן און נידריק אויפן וואס איז שווער צו טרעפן א ביישפיל מאז היתה ישראל לגוי. פאר פאליטישע חשבונות ווערן ערליכע פאר פעלקער באשמוצט אז זיי וואינען אן חופה קידושין. קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא ווערן פארצייכנט וואו נישט כשרע קינדער און זייערע נעמען ווערט ארומגעשיקט אין אלע גאסן און זייערע יום הולדת'ן יערליך אפגעצייכנט מיט א כמו נאצישן פונקטליכקייט.

לאמיר לייגן די פאליטישע ברילן אין א זייט פאר א רגע. זענען אזאלכע מעשים נארמאל פון מענטשליכן און תורה'דיגן פערספעקטיוו? לו יצויר די פאר פעלקער לעבן טאקע אן חופה קידושן, האט מען אין היסטאריע פון כלל ישראל מפרסם געווען קינדער ברבים אלס נישט כשר? זייער גאנצער פנקס מושג איז א גרייזיגער, נישט דאס איז געווען א פנקס לא מיניה ולא מקצתיה. איז אבער דא ערנסטע מורה הוראות וואס זאגן קלאר עס איז דא קיין שום חשש דער גאנצער זאך איז ריין פאליטיש, נו וואס האסטו א רעכט יענעם צו פארגיסן בלוט?

רבותי אז דאס קען היינט געשען מדי יום ביומו לעיני השמש ואין פוצה פה די אלע כלל ישראל פארזארגער, האלטן מיר ביים אלף אונזער בלוט איז הפקר ווען עס קומט גוט די פירער פארפירער.
זונטאג יוני 01, 2014 3:14 pm#203816
יא אזוי דארף מען טון! אבער די קינדער קענען נאך תשובה טון, זיי קענען זיך אונטערנעמען צו עסן אריזאנע מצות און גיין צו די ל"ג בוימער קארניוועל וועלן זיי ווערן כשר'ע אידן,
ק/פ פון "גאלד"
זונטאג יוני 01, 2014 3:15 pm#203817
ניין, אידיש בלוט איז נישט הפקר, הדיין בערקאוויטש האט אזוי גע'פסק'נט. האסט דאס נישט ליב, געב אים א גרעסערע CHECK...
זונטאג יוני 01, 2014 3:16 pm#203818
אויב איז די קידושין נישט כדת משה וישראל אודאי דארף מען מפרסם זיין ברבים!
זונטאג יוני 01, 2014 3:17 pm#203819
און אויב איז די קידושין נישט כדת ר' אהרן אודאי דארף מען מפרסם זיין ברבים!
זונטאג יוני 01, 2014 3:19 pm#203821
מ'דארף דאס לייגען אין צימעס, ב''ה רוב סאטמאר האט זיך אפגעטיילט פון זיי פאר 15 יאר צירוק
זונטאג יוני 01, 2014 3:20 pm#203822
outspoken האט געשריבן:ניין, אידיש בלוט איז נישט הפקר, הדיין בערקאוויטש האט אזוי גע'פסק'נט. האסט דאס נישט ליב, געב אים א גרעסערע CHECK...


ליידער זאגט ער עס אליין, איך ארבעט פאר זיי, מיינע צען קינדער האבן פאסטנס און איך פאלג וואס מען הייסט.

פריוואט ביודעי ומכירי זאגט ער די גאנצע זאך איז א שפיל. אידיש בלוט איז ליידער א שפיל אין דעם שטעטל נישט פון היינט. איך וויל נישט פארפירן דעם אשכול. נעבעך אזוי זעמיר אויס.
זונטאג יוני 01, 2014 3:25 pm#203825
אין א זייטיגע נאטיץ, ווי איז געווען דער צעטל? אין ביהמ"ד האב איך עס נישט געזען, אויף די גאסן אויך נישט, האט עס עמיצער דא געזען מפורסם ערגעץ?
זונטאג יוני 01, 2014 3:26 pm#203827
המסדר ופורץ גדר- יואל מארגענשטערן

נעם דאס אראפ ס'איז דא א תקנה אז מ'מוז שרייבען אויף א רב 'הרב'
זונטאג יוני 01, 2014 3:30 pm#203830
גאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.

פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.
זונטאג יוני 01, 2014 3:32 pm#203831
א צעטיל מיט א נאמען ווער עס שרייבט דאס איז נישט א פאשקעוויל!!!
רוף עס וואס די ווילסט א פאשקעוויל איז עס נישט
זונטאג יוני 01, 2014 3:34 pm#203832
ATUB @קאווע טרינקער ATUB
וויינען זאלען נישט די אידן פון די מלחמה, היטלער האט געשריבען די בוך 'מיין קאמפ', זיי האבן געהאט אפאר יאר אוועקצוגיין.
זונטאג יוני 01, 2014 3:36 pm#203833
לית דין בר נש האט געשריבן:א צעטיל מיט א נאמען ווער עס שרייבט דאס איז נישט א פאשקעוויל!!!
רוף עס וואס די ווילסט א פאשקעוויל איז עס נישט


100% נישט קיין פאשקעוויל, ס'איז רשעות און טעראר לעיני השמש.
זונטאג יוני 01, 2014 3:43 pm#203834
קאווע טרינקער האט געשריבן:גאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.

פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.


הזאת קאווע? מיטן אפענעם קאפ? צו ווייסטו אז די אידן לאזט מען נישט חתונה מאכן אין קרית יואל איבער צוואנציג יאר? זיי וואינען אין שטעטל נאך פאר ר"אט איז געוארן רב בעל כרחם אנע וואלן. וואס איז אנדערש וואו יעדע אידישע שטאט וואו יעדער נעמט זיין רב אלס מסדר קידושין? ועל כולם דער נייער זאל איז פשוט נישט אין קרית יואל עס איז אין היילענד מילס ניו יארק. און פארקויפט די גלילות גללים פאר די חסירי דעת.
זונטאג יוני 01, 2014 3:44 pm#203835
דער יו"ט שבועות אין קר"י צירידערט נעבעך די זאליס אזוי שטארק,
אז זיי מוזן נעבעך זיך אראפלאזן צו אזאלעכע נידיריגע טאקטיקן צו פאבריצירן די צעטליך פאר נערוון פילן,
נישט אז די סידור קידושין האט נישט מעגליך קיין חששות,
אבער דער צעטיל האט די פינגער-פרינטס פון די זאליס אלל-אווער
זונטאג יוני 01, 2014 3:48 pm#203836
גאלד דו ווייסט בעסער! איך האב באקומען דאס צעטיל פערזענליך! איך באקום די צעטליך פערזענליך יעדן צווייטן טאג. צו ווייסטו טאקע נישט וואס טוט זיך?
זונטאג יוני 01, 2014 3:49 pm#203837
פון וועם האסטו עס באקומען, פונעם פאסט טרעגער?
זונטאג יוני 01, 2014 3:56 pm#203839
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:וואס איז אנדערש וואו יעדע אידישע שטאט וואו יעדער נעמט זיין רב אלס מסדר קידושין?

וועלכע אידישע שטאט (נישט בארא פארק און וויליאמסבורג וואס האבן נישט קיין רב) נעמט זיך יעדע זיין רב?
זונטאג יוני 01, 2014 3:57 pm#203840
גאלד האט געשריבן:אבער דער צעטיל האט די פינגער-פרינטס פון די זאליס אלל-אווער

:like :like :like :like :like :like :like

א גראדע ארוני גלייבט נישט אז (הרב) אהרן טייטעלבוים קען אזעלעכע זאכען טון.
זונטאג יוני 01, 2014 4:03 pm#203843
גאלד האט געשריבן:פון וועם האסטו עס באקומען, פונעם פאסט טרעגער?


פון איין זייט האב איך הנאה אז א מענטש מיט שכל הישר קען נישט גלייבן די צעטלין זענען אפיציעל סאנקציאנירט פון א קהלה ער שטיצט. זייט וויסן דו צעטליך, טעלעפאן קאלס און פיל ערגערס איז אפיציעל מטעם הקהלה. עס איז דא א אפיס מיט באצאלטע מענטשן. וואס איז שייך טעהנען גייט אינטערסירט זיך. קיינער אין שטעטל לייקנט עס.
זונטאג יוני 01, 2014 4:03 pm#203844
מזל טוב, הילד אברהם וואלווי ווייס, פאר דיין אפשערען און באקומען שיינע אידישע פיאות, זאלסט אויסוואקסען אן עהרליכע איד ווי דיינע עלטערן, זיי זאלען האבן אסאך נחת פון דיר.
זונטאג יוני 01, 2014 4:13 pm#203846
outspoken האט געשריבן:מזל טוב, הילד אברהם וואלווי ווייס, פאר דיין אפשערען און באקומען שיינע אידישע פיאות, זאלסט אויסוואקסען אן עהרליכע איד ווי דיינע עלטערן, זיי זאלען האבן אסאך נחת פון דיר.

אמן.

אבער זעה נישט אריינצופאלען ביטע אין דעם פלאנטער, זוך בעסערע מצוות ומע''ט.
זונטאג יוני 01, 2014 4:17 pm#203847
ATUB @גאלד ATUB , דו ווילסט לייקענען אז אזעלכע צעטלעך זענען אפיציעל געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" פאר לאנגע חדשים? זאל זיין אז דאס מאל איז עס פאלש.
זונטאג יוני 01, 2014 4:20 pm#203849
קאווע טרינקער האט געשריבן:גאר א גרויליגע צעטיל/פאשקעוויל מצד קהילת מהר"א.
אבער, וויינען זאל דער קאפיל נישט וויינען.. זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס וועט זיין די רעזאלטאטן, און אז זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף זייערע צוקויפטיגע קינדער, און פארקוקט די הוצאות לעז צוליב ווייזען שטאלצקייט און נעמען א נייע מסדר קידושין אין קרית יואל, דארפען זיי פארשטיין אז דער אנדערע זייט האט אויך דעם תאוות הנצחון.
האסט אנגעהויבן? לאז יענעם ענדיגען.

פארשטייט זיך, אז דער פאשקעוויל שרייבער וועט אוודאי נישט ארויסגיין פון גיהנום.

איר ווייסט גאנץ פיין אז די מחותנים האבן די עיקר דעה איבער וואו די חתונה זאל פארקומען. אפילו ווען חתן כלה טוען ביישטיין, זענען זיי דאך קינדער וועלכע ע"כ פארמאגן נישט קיין בליק אויפן צוקונפט, ווייל אויב יא וואלטן זיי דאך נישט חתונה געהאט אן קיין פאך אין די האנט כנהוג. אפילו ווען יא, וואס זענען די קינדערלעך שולדיג, ואלה הצאן מה חטאו.
בכלל, אייער הנחה איז גרייזיג. א מענטש האט א רעכט צו אנהענגן אין סיי וועלכע קהילה ער אדער זי וויל, אן קיין טשעפונגען פון א צווייטע קהילה. טענה'ן אז זיי וואלטן ווען געדארפט צו וויסן מ'גייט זיי רודפ'ן פאר זייערע רעליגיעזע אנשויונגען, שוואכט אפ דאס רשעות פון די רודפים.
יתכן אז פונקט דאס צעטל איז א זיוף, אבער מודעות גענוי אידענטיש צו דאס איז אין דער עבר פארשפרייט געווארן דורך קהל יטב לב, קרית יואל.
זונטאג יוני 01, 2014 4:22 pm#203850
מ'דארף פשוט זיין אין קרית יואל אויף שבועות צו פארשטיין וואס פירט נעבעך געוויסע זאליס צו אזאלכע עקסטרעמע שריט,
יעדעס יאר וואקסט דער עולם פי כמה, די שטאט ווירבעלט ווי א יריד,
ס'שטארק יתכן אז דער ציבור איז טאפעלט ווי און די שטערקסטע צייטן ביים ברך משה,
מ'דארף זיך פשוט איינשפארן אין קלאזעט אינדערהיים עס נישט צו באמערקן,
נו וויזוי פונקטליך ברויכן זיך נעבעך שפירן די פארפעלקער וואס מ'האט זיי נעבעך איינגעבראטן מיום הוולדם אז אהרן איז א אויסגעשפילטער משוגענער,
ס'שווער פאר זיי, איך בין זיי דן לכף זכות,
זונטאג יאנואר 31, 2016 11:13 pm#319697
אידיש בלוט איז נאך אלץ הפקר.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 1:20 am#319711
האט מען למעשה אויפגענומען א נייע וועד הפנקס נאכדעם וואס די פאריגע איז ל"ע נפטר געווארן יונגערהייט?
דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:31 pm#322457
און די בלוט-פארגיסונג גייט ווייטער אן
דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:52 pm#322459
Re: איז אידיש בלוט הפקר?
איך פארשטיי נישט וויאזוי "הנה אין לשער גודל המכשול בזה!" איז אזא שארפן לשון....
מיטוואך פעברואר 24, 2016 2:23 am#322478
ווי זאגט די בלאט? לא כן הורו רבותינו, מ'אטאקירט נישט קיין יחיד.....
מיטוואך פעברואר 24, 2016 1:25 pm#322510
דאס מאל האט מען חתונה געהאט אן א מסדר קידושין? שטייט דאך נישט אין דער בריוו דער בעל הפרצה, נאר די פארפאלק!
מיטוואך פעברואר 24, 2016 3:18 pm#322528
די בלאט האט גע'פסק'נט אז מ'אטאקירט נישט קיין יחידים. די חכמי מפעל קדושת הבית האבן אריינגעלערנט פשט אז דאס מיינט נאר א רב אבער חתן וכלה האבן אן אנדערע דין.
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:54 am#322616
בקשה
בקשה פאר די אלע פותחי אשכולות

ביטע ווען מען מאכט אויף א אשכול, געבן א נאמען פאר דעם אשכול אז מען זאל קענען גלייך זעען פון וואס עס רעדט זיך דא, זייער אסאך מאל דא מאכט מען אויף א אשכול וואס ווען מען קוקט פון דערויסן האט מען נישט קיין אהנונג פון וואס עס רעדט זיך

למשל דא דארף מען טוישן די קעפל אז מען זאל זען אויפ'ן קעפל אז דאס רעדט זיך פון סידור קידושין פון קרית יואל
די קעפל דארף זיין "איז אידיש בלוט הפקר - פרשת סידור קידושין ק"י"

יישר כח למפרע
דינסטאג מערץ 28, 2017 10:02 pm#367390
יעצט ווען אין קרית יואל איז געהערט געווארן די דרשה
וועט האפנטליך אידיש בלוט שוין נישט געטרינקן ווערן מער.
דינסטאג מערץ 28, 2017 10:12 pm#367391
עולם הפוך ראיתי

נארמאלע מחאות מ'טוט וואס מ'דארף פאר פורצי גדר דאס הייסט אידיש בלוט הפקר

ווען מ'שטעלט אפ ירושלימע גאסן גאבת ירושלים ליידט דעס רופסטו אן אנדערע סארט מחאות אתמהה
דינסטאג מערץ 28, 2017 10:43 pm#367396
איש את רעהו האט געשריבן:יעצט ווען אין קרית יואל איז געהערט געווארן די דרשה
וועט האפנטליך אידיש בלוט שוין נישט געטרינקן ווערן מער.

עס איז שוין געקומען צו אן אפשטעל עטליכע חדשים צוריק ווען א יונגעמאן א תלמיד ותושב קרית יואל איז אנגעקומען אין תפיסה מיט רציחה קלאגעס.
מיטוואך מערץ 29, 2017 12:13 am#367413
עמעזאן האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:יעצט ווען אין קרית יואל איז געהערט געווארן די דרשה
וועט האפנטליך אידיש בלוט שוין נישט געטרינקן ווערן מער.

עס איז שוין געקומען צו אן אפשטעל עטליכע חדשים צוריק ווען א יונגעמאן א תלמיד ותושב קרית יואל איז אנגעקומען אין תפיסה מיט רציחה קלאגעס.


גראדע נעכטן באקומען א פריש פעקל צעטלען איבער א חתונה פון לעצטן וואך. גייט יעצט אינטער א וועד קדושת הבית לעדער העד.
מיטוואך מערץ 29, 2017 12:15 am#367415
א סתירה צווישן ר' יוחנן און עמעזאן

וואס האסטו געטו ?ן עמעזאן האט זיך געוויגט אין אזא גוטע נצחון און דא נעמסטו אים אוועק זיין אפעטיט

עמעזאן ווייסט נישט אז דא דארף מען זינגען רשעים כשהן יורדין

זעהט אויס אז די נצחון און א אסיר איז דיר בעסער געפעלן
מיטוואך מערץ 29, 2017 12:55 am#367417
יוחנן הסנדלר האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:יעצט ווען אין קרית יואל איז געהערט געווארן די דרשה
וועט האפנטליך אידיש בלוט שוין נישט געטרינקן ווערן מער.

עס איז שוין געקומען צו אן אפשטעל עטליכע חדשים צוריק ווען א יונגעמאן א תלמיד ותושב קרית יואל איז אנגעקומען אין תפיסה מיט רציחה קלאגעס.


גראדע נעכטן באקומען א פריש פעקל צעטלען איבער א חתונה פון לעצטן וואך. גייט יעצט אינטער א וועד קדושת הבית לעדער העד.

דער וואס פלעגט רופען אויפן טעלעפוין אין די פריע פארטאגס שעות צו יונגע קאפל'ס איז היינט אין א שטרענגטע תפיסה אין ברוקלין פארשפארט אין א צימער 23 שעה אין טאג.
דינסטאג אקטאבער 10, 2017 2:46 pm#386391
ווען מ'לייגט אים אריין אין די ערד טויטערהייט איז ער דא
reb getzil.jpeg



אבער ווען מ'האט אים געוואלט באגראבען לעבעדיגערהייט, ווי איז ער געוועהן???
10262144_490453054419585_384246840113449673_n.jpg
דינסטאג אקטאבער 10, 2017 3:19 pm#386392
лпم iοوԴ האט געשריבן:ווען מ'לייגט אים אריין אין די ערד טויטערהייט איז ער דא
reb getzil.jpeg



אבער ווען מ'האט אים געוואלט באגראבען לעבעדיגערהייט, ווי איז ער געוועהן???
10262144_490453054419585_384246840113449673_n.jpg


וואס נאך ווילסטו פון רעב געצלען, ער איז עמפלויד ביי א קהילה און מיט דעם אלעם גייט ער אפגעבן כבוד אחרון פאר אפיציעלע קעגנערס סיי דא און סיי ביי רבי אברהם לייטנער, כגלייב אז פאר די באהערדע שמעקט עס בכלל נישט
דינסטאג אקטאבער 10, 2017 3:26 pm#386393
כ'זאג דיר צו אז ר' יואליש גייט נישט אהן קיין איין טראפ אויב ר' געציל איז ביי זיין לויה. ביים לעבן האט ער אים געדארפט אז מ'זאל אפשטעלען די טעראר וואס האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין פסק.
דינסטאג אקטאבער 10, 2017 3:48 pm#386394
עס איז דא א אלטע כלל: ביי שמחות און להבדיל ביי לויות פירט מען נישט קיין פאליטיק. דו ווייסט געוויס צו וואס סאטמאר איז מסוגל, סאו עט די ענד אויף די דעי איז עס שיין פון עם זיך צו באטייליגן.
דינסטאג אקטאבער 10, 2017 9:02 pm#386399
מענין לענין באותו אפיניען

דער שר התורה מגדולי ומזקני פוסקי דורינו הראב"ד ירושלים שליט"א וואס ליידט זיך אסאך אן פון די סיקריקים הטמאים וואס ביי זיי איז אידיש בלוט הפקר

האט זיך אמאל צוויצלט מיט ווייטאג

ווען איך וואלט געווען א גוי פאר 200 יאר צוריק וואלט מען מיך נאך יעצט ניט געטארט אויפגראבן אבער אזוי ווי איך בין א איד מעג מען מיך באגראבן לעבעדיגערהייט........... ודברי פי חכם אמת ועמוק
מיטוואך אקטאבער 11, 2017 6:02 am#386419
דער "שר התורה מגדולי ומזקני פוסקי דורינו",
טייטש אויף אידיש: איינער וואס איז יעצט פונקט אויף מיין זייט.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:33 pm#386532
הרב ר געצעל שליטא איז אפי" אריין אין ,קהל חרדים" דקהל "בני יואל" ביי די לווי פון הרב הגאון רבי "אברהם לייטנער" ז"ל. און געהאלטן דעם "בעסטן הספד" ער האט זיך פארגעשטעלט פארן עולם "כתלמדו הקרוב כבנו"!!! וגם אמר ""שהלכה כמותו בכל מקום""!!! "ותהום כל העיר" קרית יואל...ער האט געכפט יעדען און שאק! וכו. ער איז א סעפל פון א דיין שיש בו דעת!. ונועם המדות!. זאל ער זיין א סעמפל פאר יעדען איינעם וויאזוי אן ערלעכן איד פיר זיך. ער האט נישט ב"ה קיין איין שונה אין קרית יואל!!!!!!!!
זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:43 pm#386534
лпم iοوԴ האט געשריבן:כ'זאג דיר צו אז ר' יואליש גייט נישט אהן קיין איין טראפ אויב ר' געציל איז ביי זיין לויה. ביים לעבן האט ער אים געדארפט אז מ'זאל אפשטעלען די טעראר וואס האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין פסק.

זיי זענען אלע יארן קרב 65 יאר געוועהן ווי נאנטע ברידער פריינד !!!{ ר געצל האט גארנישט מיט די פאר קראנקע "יחידים המשלטים על הצבור" פון וואס אלע קרייזן ליידען זיך אן!!!!!} (יא אפי די ארונים)
זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:58 pm#386537
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער "שר התורה מגדולי ומזקני פוסקי דורינו",
טייטש אויף אידיש: איינער וואס איז יעצט פונקט אויף מיין זייט.

מיין טייטש איז! איר קענט נישט די חברה!!! זיי זיכן א "קרבן" בכל "שני וחמישי" זיי נישט אזוי תמימותדיק ווייל זיי קענען גיט די ארבייט... היינט יענעם מארגן דיך!!! עס ווערט אנגערופן "ירשלמי טהור"
זונטאג אקטאבער 15, 2017 11:41 pm#386578
лпم iοوԴ האט געשריבן:ווען מ'לייגט אים אריין אין די ערד טויטערהייט איז ער דא
הקובץ המצורף reb getzil.jpeg לא זמין יותר.



אבער ווען מ'האט אים געוואלט באגראבען לעבעדיגערהייט, ווי איז ער געוועהן???
]


IMG_20171015_233610.jpg
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 12:15 am#386588
лпم iοوԴ האט געשריבן:כ'זאג דיר צו אז ר' יואליש גייט נישט אהן קיין איין טראפ אויב ר' געציל איז ביי זיין לויה. ביים לעבן האט ער אים געדארפט אז מ'זאל אפשטעלען די טעראר וואס האט זיך אנגעהאנגען אויף זיין פסק.

נו, יעצט איז דאך שוין זיכער נישט קיין חילוק. נאר דאס ווייזט אויף די מענטשליכקייט פון ר' געציל...!