פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2016 9:38 pm#349041
אין רוסלאנד האט מען ארעסטירט א דזשורנאליסט, אויפן קלאגע פון שרייבן אויף סטאלין דעם טיטל 'דוראק' (חולי נפש אויף רוסיש) דער שופט האט אים צוגעטיילט אכט און צוואנציג יאר צוואנגס ארבעט אין סיביר..

דריי יאר פאר די חטא פון פארשעמען די רעגירונג, און פינף און צוואנציג יאר פאר ארויסגיבן רעגירונג'ס סודות..
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:28 pm#349227
פארוואס גייען פרויען הערן שופר בלאזן, ס'איז דאך א מצות עשה שהזמן גרמא?
תירוץ: פרויען בלאזן א גאנץ יאר
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:17 pm#349480
שמעון וואלף
פארוואס גייען פרויען הערן שופר בלאזן, ס'איז דאך א מצות עשה שהזמן גרמא?
תירוץ: פרויען בלאזן א גאנץ יאר



נו פארוואס הערן זיי? וואלטען זיי געדארפט ווערן בעלת תוקעת?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 2:56 am#349600
א שדכן האט אנגעטראגן א שידוך פאר א באבובער חסיד, נאכן הערן פון וועם ס'רעדט זיך, זאגט ער צום שדכן איך בין פינף און פערציג און ער איז אכט און פערציג, די שידוך קען נישט געשען..

אינגאנצן צומישט פרעגט דער שדכן, דריי יאר אפגעריקט איז אזוי געפערליך? פארדעם זאגט מען אפ א שידוך??
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:25 am#349601
דער דאס
א שדכן האט אנגעטראגן א שידוך פאר א באבובער חסיד, נאכן הערן פון וועם ס'רעדט זיך, זאגט ער צום שדכן איך בין פינף און פערציג און ער איז אכט און פערציג, די שידוך קען נישט געשען...

אזוי איז בעסער, די לעצטע צוויי שורות פארהרג'ט דעם וויץ.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:33 am#349602
אונז זאג מיר פרייטאג צונאכטס ביי מנוחה ושמחה, במשנה לחם וקידוש רבה ברוב מטעמים ורוח נדיבה. איז פשט אזוי קודם קימט במשנה לחם וקידוש רבה נאכדעם ברוב מטעמים און נאכדעם קימט .... ורוח נדיבה...
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:39 am#349603
גוט, דו לץ... מ'זאגט עס נישט מ'זינגט עס....
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 6:00 am#349606
ליפא
דער דאס
א שדכן האט אנגעטראגן א שידוך פאר א באבובער חסיד, נאכן הערן פון וועם ס'רעדט זיך, זאגט ער צום שדכן איך בין פינף און פערציג און ער איז אכט און פערציג, די שידוך קען נישט געשען...

אזוי איז בעסער, די לעצטע צוויי שורות פארהרג'ט דעם וויץ.

נישט זיכער. איך מיין אז די תמימות'דיגע שאלה איז יא וויכטיג.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 9:30 am#349614
פאר די לעצטע 10 יאהר קומט ר' משה אין ארבעט און פונקט פאר זיין אפיס בילדינג שטייט אלעמאהל אן עלטערע אלמנה און פארקויפט בייגעל. און איעדען טאג פלעגט ער אריין לייגען .50 סענט און קיינמאהל נישט נעמען א בייגל. נאך 10 יאהא נאכען אריין לייגן די 50 סענט שטעלט זי איהם אפ... זי רופט זיך אן אנטשולדיגטס מיר, רב איד

זאגט ער, מסתמא ווילט איהר וויסען פארוואס פאר די לעצטע 10 יאהר לייג איך אריין 50 סענט און האב נאך קיינמאהל נישט גענומען א בייגל.

זאגט זי, ניין... איך האב אייך נאר געוועלט לאזען וויסען אז די בייגעל זענען שוין 75 סענט
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:56 am#349652
אין א ביהמ''ד האט מען געמאכט א קאמפיין פאר די הויכע קאווע קאסטן, ארומגייענדיג אין די מנינים פאר די מגבית, שרייט אויס אן עלטערע יוד הויך: רבותי איך דארף גארנישט צאלען פאר די קאווע קאמפיין, שוין יארן וואס איך נעם נאר אגאנצע קאפ מילעך...
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:42 am#350196
א משגיח אין ישיבה שטעלט אפ א בחור, איז אמת וואס איך הער, אז די נעמסט לעצטענס פון די סחורה (דראגס)?

בחור. פון ווי נעמסטו דאס?

משגיח. א פייגעלע האט מיך געזאגט..

בחור. שיין זען מיר אויס, צו דיך רעדן פייגעלעך, און איך בין אויף סחורה..
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:33 pm#350321
דער בחור קומט אריין שבת אינדערפרי צו מוסף, פרעגט אים דער משגיח היתכן די שטייסט אויף אזוי שפעט?

זאגט אים דער בחור, כ'בין שוין אויף א לאנגע צייט, כ'האב פשוט געהאט א שאלה איך ליג צווישן דעם ליילעך און די דאכענע, אויב קום איך ארויס פון בעט איז עס דאך בורר..

וואס האקסטו אין קאפ שרייט דער משגיח, די ווייסט די הלכה אוכל מתוך פסולת מעג מען.

יא יא, דאס איז נאר סמוך לסעודה..
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:39 pm#350324
דער דאס
'דער רבי' פלעגט שבת בשעת'ן עסן די טשאלנט, ביי יעדע בונדל זאגן, בנים אתם לה'.. בנים אתם לה'..

מוצאי שבת איז געווען, 'ויתרצצו הבנים בקרבו'...


ידוע מה שהיה אומר כ"ק אדמו"ר רבי הערשלי מקרעטשניף זצ"ל דאיתא מצדיקים אז "אויף יעדער בונדל פון די טשולנט איז דא א מלאך"

והיה מוסיף בקרעכץ הידוע מתחת לחוטמא קדישא "און ס'קומט מוצאי שבת און די מלאכים הייבן אן צו זינגען שירה"
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 10:41 pm#350325
כיוצא בזה היה אומר "שבת ווען מ'עסט די טשולנט האממיר דער נשמה יתירה, אבער ווען ס'קומט מוצאי שבת און דער נשמה יתירה גייט אוועק און לאזט אונז איבער אליין מיטן טשולנט, אוי וויי"
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 11:59 pm#350352
מענין לענין, ווערט געברענגט "מי שאכל בשבת יטרח במוצאי שבת"
😃
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:15 am#350355
Good! on this we can say Es iz fort a Git vort
😂 😂 😂
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:58 pm#350422
א ליטוואק איז צום ערשטן מאל געווען ביי א 'טיש' מ'האט אים מכבד געווען מיט 'שיריים' א גוט שטיקל קוגל, ער האט זיך באלעקט די פינגער, ווען ער ענדיגט דרייט ער זיך אויס און פרעג א חסיד וואס שטייט הונטער אים, ווי ווישט מען אפ די אויל פארשמירטע הענט? די חסיד זאגט אים וויש דיך אפ אין די בעקיטשע פון דער וואס שטייט פארנט פון דיך..

כ'פארשטיי נישט, פרעגט דער ליטאי, ער גייט נישט באמערקען ווי כ'וויש זיך אריין אין אים?

די האסט באמערקט? פרעגט דער חסיד..
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:52 am#350547
עס באלאנגט נישט ממש דא אבער איך ווייס נישט ווי עס צו לייגן
היינט גיזעהן א באמפער סטיקער
IF YOUR'E FOLLOWING ME... YOUR'E ALSO LOST
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:37 pm#351015
דעם שבת אין א שיינע גרויסע שוהל שטעלט זיך אויף דער רב פאר'ן לייענען און פאנגט אן זיין וועכענטליכע דרשה.

עס שטייט די וואך... אתם נצבים היום כלכם... ראשיכם זקניכם שבטיכם ומלכיכם...

איז זייער שווער, מילא ראשיכם, אלע שבטים האבען געהאט א ראש. זקניכם, עס זענען געוועהן אסאך אלטע. שבטיכם, עס זענען דא 12. אבער מלכיכם? פארוואס מער פון איין מלך?

שרייט אריין דער ראש הקהל, רבי עס שטייט דאך נישט ומלכיכם.

ענפערט דער רבי, איך האב שוין געהערט דער תירוץ, איך וויל אבער זאגען א בעסערע
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:55 pm#351019
האט געשריגן דער גבאי,
רבי עס גייט נאך כי תבא, אפילו די סדרה ווייסט נישט די רב?
ואמר כל העם אמן.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 6:14 pm#351020
א תמימות'דיגע אידל איז אמאל געווען אין מקוה, זעט ער דארט א איד וואס זיין גאנצע גוף איז געווען שיין ברוין אפגעברענט אחוץ דארטן ביים אחור וקדם וכו' וואו עס איז געווען ווייס נאטורליך.

פרעגט ער דעם איד ילמדנו רבינו פארוואס זענט איר טונקל איבעראל חוץ יענעם פלאץ? האט דער איד מסביר געווען זייער פשוט אז ער איז יעצט געווען אין מיאמי זיך בראהטן ביים ים אזוי איז ער געווארן אינגאנצן אפגעברענט חוץ פון דארט וואו עס איז געווען צוגעדעקט...

א וואך שפעטער טרעפט דער תמימות'דיגע איד א ספרדישע איד אין מקוה, און דער איז געווען אינגאנצן ברוין פון קאפ ביז פיס, דער איד געט אים א געזונטן פראק דארט אויפן אויבערדערמאנטן פלאץ און ער נעמט זיך שרייען "אזוי? נאקעטערהייט גייט מען צום וואסער?"
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:25 am#351054
Re: מילתא דבדיחותא
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:18 am#351077
דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:30 am#351081
I'm taking it as a compliment Thank you
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:31 am#351082
ציבעלע-קיגל
דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

מען קען מיינען. ס'איז א זיס ווערטל קאם אן
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:38 am#351163
מ'איז ביזי צו מ'מעג עסן כריין מיט די פיש פון ראש השנה ביז הושענה רבה, 'גאלדען טעיסט' פארקויפט כריין אן עסיג, אלעס פאר א סימן צו האבן א זיס יאר און ח"ו נישט א שארפע אדער א זויערע יאר.

זאגט מיר איינער, 'פיש מיט כריין איז געשמאק' ער עסט עס אלס א סימן פאר א 'געשמאקע' יאר..
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:52 am#351165
אז מ'רעדט שוין פון פיש.

א חשבון פון כמעט פערציג מאל וואס מ'עסט פיש אין די קומענדיגע פאר וואכן.

א וואונדער אז די פיש אין וואסער ציטערן ווען ס'קומט חודש אלול..
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:48 am#351173
מען קאן עסען שארפע ברענעדיגע כריין וואז איז געשמאק און אינזין האבען אז אלע אונזערע שואים זאלען פארברענט ווערען אבער פאר אונז זאל עס זיין געשמאק
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:24 pm#351520

Your browser does not support the audio element.

דזשעיקאבסאן.mp3
📎 דזשעיקאבסאן.mp3
דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:35 pm#351522
ונבנתה העיר: ייש"כ. וואונדערבאר. ס'איז דא אן ענליכער מאמר פון דר. פיל. אליינס געהערט מפה קדשו...!
Someone says...I love humanity. It's people that I can't stand... 😂
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:39 am#351547
Re: מילתא דבדיחותא
די נ נח'ס האבן אמאל פרובירט ארויף צו טראגן רבי נחמן מהאט זיי געכאפט בשעתן גראבן זאגט מיך איינער אז ווען זיי זענען קליג נעמען זיי קודם ארויף די נ דערנאך די נח נאכדעים די נחמ און צום סוף די נחמן וואלט מען זיי נישט געכאפט.
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:43 pm#351568
צוויי נ נחניקים זיצען און רעדן וועגן משיח, און פוקט קומט ער אן... משיח איז דא... רופט זיך אן איינער צום אנדערען... א שאד א שאד אונז האבען נישט גערעדט פון רבי'ן
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 4:05 pm#351581

Your browser does not support the audio element.

AUD-20160929-WA0238.mp3
📎 AUD-20160929-WA0238.mp3
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:22 pm#351584
ציבעלע-קיגל
דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

ציבעלע קוגל: דיין לימוד איז נישט קיין גוטער לימוד. ווייל איך קען רעבעס וואס אין א ביליגערע קאר ווי א קעדדי מיט אפישל פלעיטס זעצן זיי זיך נישט אריין...מה נאמר ומיינע ווייבער, אויף דעים...? איך מיין ח"ו נישט קיינעם. נאר איך פארגין פאר א יעדן צו זאגן וואספארא דזשאוקס זיי ווילן. איך לערן ארויס מצוות פון א פסוק. נישט פון א דזשאוק... 🙄
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:35 pm#351588
berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל
דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס סאקמר זעהט אזוי אויס. אז זיי קענען דערציילען אזעליכע מעשות אויף זייער רבי. צו עס איז אמת צו נישט איז שוין נישט קיין חילוק.

ציבעלע קוגל: דיין לימוד איז נישט קיין גוטער לימוד. ווייל איך קען רעבעס וואס אין א ביליגערע קאר ווי א קעדדי מיט אפישל פלעיטס זעצן זיי זיך נישט אריין...מה נאמר ומיינע ווייבער, אויף דעים...? איך מיין ח"ו נישט קיינעם. נאר איך פארגין פאר א יעדן צו זאגן וואספארא דזשאוקס זיי ווילן. איך לערן ארויס מצוות פון א פסוק. נישט פון א דזשאוק... 🙄


דו ביזט נישט גערעכט. ווייל ברענגען א ראי' פון אזעליכע וואס באנוצען זיך נאר מיט לייטס און סיירינעס און אפישעל פלעיטס.

דאכט זיך אבער אז דער אלטער סאקמרער רב איז נישט געוועהן אזוי.

וועגען זאגען דזאקס, ביזט גערעכט איעדער קאן זאגען וואס ער וויל אבער עס ווייזט אויף א מין מענטש וואס קאן זאגען אזא דזאק אויף זיין רבי... זאג עס כאטש אויף א צווייטען.
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:48 pm#351590
ציבעלע קוגל: אבער ביי מיר איז דער דזשאוק מורה אויף וועם מ'זאגט עס...! ס'דא א זיס ווערטל...מ'האט פארציילט פאר 3 חסידים א מימרא פון זייער רבי. א סקווירא'ער, א באבוב'ער און א סאטמער'ער. די רבי האט געהייסן אז דער חסיד זאלל אראפשרינגען פון דאך פון א הויכן בילדינג...דער באבוב'ער האט געזאגט..."ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...דער סקווירא'ער האטציך אנגעטון א גארטל און געגאנגען אראפשפרינגען...דער סאטמער'ער האט געזאגט (בימי הברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן)...איך זאלל דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן... 😂 🙄
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 7:30 pm#351591
berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: אבער ביי מיר איז דער דזשאוק מורה אויף וועם מ'זאגט עס...! ס'דא א זיס ווערטל...מ'האט פארציילט פאר 3 חסידים א מימרא פון זייער רבי. א סקווירא'ער, א באבוב'ער און א סאטמער'ער. די רבי האט געהייסן אז דער חסיד זאלל אראפשרינגען פון דאך פון א הויכן בילדינג...דער באבוב'ער האט געזאגט..."ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...דער סקווירא'ער האטציך אנגעטון א גארטל און געגאנגען אראפשפרינגען...דער סאטמער'ער האט געזאגט (בימי הברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן)...איך זאלל דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן... 😂 🙄


גוט, אבער עס ווייזט נאר אויף די היינטיגע חסידים
זונטאג אקטאבער 2, 2016 12:37 pm#351648
היינט איז א ענין צו קויפען א ביקס, צו שיסען א גוט יאר, און פאר א רמז אז מיר זענען אלע גוט צושאסן.
זונטאג אקטאבער 2, 2016 1:02 pm#351649
געזען מושב זקנים גיין אין מקוה
זונטאג אקטאבער 2, 2016 3:24 pm#351664
ער איז אזוי געגאנגען אין מקווה ווי זיין ווייב האט א שפיצל... 🙄
דינסטאג אקטאבער 4, 2016 6:34 pm#351671
א יונגערמאן אביסל צושאקלט, האט זיך מיר אויס גערעדט דאס הארץ, אגאנץ יאר שפילט אים נישט די מזל, וואס ער וויל גייט אים פארקערט, האט ער באשלאסן ער גייט כאפן א דרימל ראש השנה נאכמיטאג, אפשר וועט אים געלונגען צו פארשלאפן זיין מזל.. און פון יעצט און ווייטער וועט אים שוין גיין אביסל גרינגער.

כ'בין אזא שלימזל קרעכצט ער, כ'האב נישט געקענט איינשלאפן..
פרייטאג אקטאבער 7, 2016 5:40 pm#351931
ליצני הדור


Sent from my C6743 using Tapatalk
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:41 pm#352272
Re: מילתא דבדיחותא
מיין חבר פרעגט מיר יעצט ערב יוה"כ טאמער כ'בין שוין א כזית אנגעצויגן.
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 4:44 pm#352273
Re: מילתא דבדיחותא
יום כיפור דארף מען ככותבת
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 2:25 am#352314
Re: מילתא דבדיחותא
היינט געזען א איד זאגט וידוי און קלאפט זיך ס'בייכל.
זונטאג אקטאבער 16, 2016 12:51 am#352551
א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור סוכות אינדערפרי, ס'איז שפעט מ'גייט שוין דאווענען, דאס קינד האלט נישט ביים ארויס קומען פון בעט, מיט'ן טענה אז שלאפן אין די סוכה איז א מצוה, און 'העוסק במצוה פטור מן המצוה' דארף ער נישט גיין דאווענען..

האט דער טאטע אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע אויף ביידע זייטן, און געזאגט 'המצטער פטור מן הסוכה' זיי מוחל לויף אין שול..
זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:35 am#352559
Re: מילתא דבדיחותא
שלאפן אין סוכה איז מן התורה נוסח\זמן תפילה איז דרבנן
אבער דער עצה פון די טאטע וועט אויך העלפן
זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:25 am#352574
א בריסקער האט זיך געזעצט אין די סוכה אן הויזן וכו' און האט מסביר געווען, אז ער וויל מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין די סוכה אן א חציצה..
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 5:15 pm#352639
זייער אלט, אבער נאך אלס גוט..

כneייביp לכתlב בeיlJי בlnל הyiNד, Tה Nה eיiצk .k גul ד yiNד