פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 12:44 am#352742
דער דאס
א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור סוכות אינדערפרי, ס'איז שפעט מ'גייט שוין דאווענען, דאס קינד האלט נישט ביים ארויס קומען פון בעט, מיט'ן טענה אז שלאפן אין די סוכה איז א מצוה, און 'העוסק במצוה פטור מן המצוה' דארף ער נישט גיין דאווענען..

האט דער טאטע אים אראפגעלאזט צוויי קלינגעדיגע אויף ביידע זייטן, און געזאגט 'המצטער פטור מן הסוכה' זיי מוחל לויף אין שול..


מענין לענין...

א טאטע האט אויפגעוועקט זיין בחור 11 אזייגער סוכות אינדערפרי פון די סוכה אריינפארענדיג " די שגץ איינער, אפשר קולערסט זעך שוין ארויס פון בעט?" זאגט דער צדיק'ל "שינת רשעים נאה להם ונאה לעולם, נישטא א שענערע נוי סוכה ווי דעם"
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:12 am#352909
Re: מילתא דבדיחותא
געהערט פון ראביי דזשאנאטאן סאקס די יו"ט: וואס קומט ארויס ווען מ'שטעלט צוזאם א משיחיסט מיט א יעקע?
א משיח וואס קומט אין צייט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:16 am#352910
Re: מילתא דבדיחותא
נאך פון עם: וואס כאראקטאזירט א מתפלל אין א יעקע שוהל אויף א שמיני עצרת צופרי?
אז ער זאגט אהן זיין פרוי דאס ער וועט אהיימקומען שפעט היינט ווייל מען טוישט צו מוריד הגשם.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:02 pm#352911
Re: מילתא דבדיחותא
טאמבל סאס
געהערט פון ראביי דזשאנאטאן סאקס די יו"ט: וואס קומט ארויס ווען מ'שטעלט צוזאם א משיחיסט מיט א יעקע?
א משיח וואס קומט אין צייט.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ויש אומרים, א משיח וואס קומט גענוי צען מינוט שפעט אויף א קביעות.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 11:09 pm#353144
Re: מילתא דבדיחותא
ווי אזוי האט מען דערקענט אויף א בחור וואס פארט אפ פאר 20 יאר צוריק?

1) קורצע פיאו'לעך

2) פענסי אייזענע גלעזערנעם

3) באהאלט זיך די ציצית

4) רעדט פון פראסטע זאכן א גאנצן טאג

2016 אבער:

1) לאנגע פיאות

2) גרויסע לאנגע בלויע ציצית

3) קעצי גלעזער

4) רעדט פון באשעפער א גאנצן טאג.

Sent from my SM-G930T using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 7:15 pm#353359
אביסעלע שיריים פון סוכות..

וואס איז די חילוק צווישן א ליטוואק און א חבד'סקער?

א ליטוואק באקוקט זיין אתרוג אפאר הונדערט מאל, און ניצט עס קוים איין מאל..

א חבד'סקער באקוקט זיין אתרוג קוים איין מאל, און ניצט עס אפאר הונדערט מאל..
דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 7:17 pm#353360
פארוואס הייסט סוכות 'זמן שמחתינו'? וואס איז די גרויסע שמחה?

א גאנץ יאר טראכט מען, יעדער האט אזא שיינע שלום בית, איך בין דער איינציגער וואס קומט זיך נישט אויס מיט מיין ווייב, קומט סוכות, הערט מען אז ביי די שכנים איז גארנישט בעסער..
מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 12:32 pm#353409
א חסיד פון העלבראנס מיט די גאנצע משפחה (פארשטייט זיך אז זיי זענען אנגעטוהן ווי פיסלעמעינער) קומען אן אין JFK עיר פארט. דער TSA גארד קוקט אריין אין זיין פאספארט, און קוקט איהם אן, און פרעגט... טאליבאן?

ענטפערט ער ניין, טייטלבוים...
מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 2:19 pm#353421
דער דאס
פארוואס הייסט סוכות 'זמן שמחתינו'? וואס איז די גרויסע שמחה?

א גאנץ יאר טראכט מען, יעדער האט אזא שיינע שלום בית, איך בין דער איינציגער וואס קומט זיך נישט אויס מיט מיין ווייב, קומט סוכות, הערט מען אז ביי די שכנים איז גארנישט בעסער..


דאס איז דער רוז'ינער'ס ווארט...
זונטאג נאוועמבער 6, 2016 4:09 pm#353683
יעצט אז די שוועדישע רעגירונג איז אפיציעל ארויף געקומען אז ראול וואלענבערג איז אפיציעל טויט האט עס געגעבן האפענונג פאר חרדישע יודען אז מען וועט נאך אמאל קומען צי closure וועגען די פטירה פונ'ם לעצטען ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל.
מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 3:51 pm#353788
בכל אופן וועט דא זיין היסטארישע עלעקשאנס ווייל ס'גייט נישט זיין א first lady אין די ווייט האוז, אויב מעלאניע וועט זי זיין third lady און אויב ביל וועט ער זיין פירסט מען.
מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 10:10 pm#353849
מיינסט אוודאי צו זאגן, אדם הראשון.
מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 3:39 pm#354134
ר' משה קומט צום רב און זאגט איהם, רבי, עס איז ביטער, מיין ווייב וויל מיר פארסם'ן.

פרעגט דער רב, פארסם'ן? פארוואס זאגסטו דאס?

ענטפערט ער, רבי איך ווייס פאר א פאקט.

זאגט איהם דער רב, לאז מיר רעד'ן מיט דיין ווייב און איך וועל זעהן, און אונז וועל'ן שוין רעד'ן מארגען.

אויף מארגען קומט ער צוריק צום רב און דער רב זאגט איהם, ר' משה איך האב נעכטען גערעדט מיט דיין ווייב און עס איז נאר דא איין עצה פאר דיר... נעם איין די סם!
מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 5:03 pm#354152
געהערט:

נישט צו פארשטיין פארוואס די גלויביגע קריסטען הענגען צלמים, וואס וואלט יאשקע געזאגט צי דעם? שטעלט אייך פאר איינער גייט צי צי קענעדי'ס אלמנה און ווייזט איהר אז ער טראגט א שיינעם רייפעל פין אלס אנדענק פון איר מאן...
מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 5:07 pm#354153
וואס פארשטייסטו נישט? ס'איז צו אויפוועקן די שנאה.
----
דבר בעתו מה טוב.. (עי' ערך דוק ימ"ש)
מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 8:24 pm#354163
Re: מילתא דבדיחותא
פרעזידענט טראמפ
מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 8:27 pm#354164
פליקער
פרעזידענט טראמפ





חהחהחהחהח חחהחהחהח חחחהחהחהחה 😂 😂 😂 😂 😂 😂
שוין לאנג נישט געלאכט דאס וועט זיין דער ווערטל דער דזשאוק פאר די נעקסט הינדערט יאר
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:52 am#354212
וואלווי
געהערט:

נישט צו פארשטיין פארוואס די גלויביגע קריסטען הענגען צלמים, וואס וואלט יאשקע געזאגט צי דעם? שטעלט אייך פאר איינער גייט צי צי קענעדי'ס אלמנה און ווייזט איהר אז ער טראגט א שיינעם רייפעל פין אלס אנדענק פון איר מאן...


געהערט ווי א חבר מיינע פרעגט א מיסיאנער, אויב יאשקע וואלט ווען געהארגעט געווארען דורך ווערען אראפגעקלאפט דורך א טראק, וואלטען ענק אויפגעהאנגען א טראק?
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 2:56 pm#354255
יעצט געהערט אז סקווירא האט געאפערט פאר הילערי א צומער און די קימפעטארען היים
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:40 pm#354770
הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:47 pm#354774
ונבנתה העיר
הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.


שטימט טאקע, וואס דארף מען אפלערנען?
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:49 pm#354775
שטימט דאך יא?
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:50 pm#354776
ונבנתה העיר
שטימט דאך יא?

גערעכט, פארראכטען
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:28 am#354836
אויב אזוי גייט ער טאקע מכבד זיין דעם עולם ביים איינשווערען מיט פלאפל? אדער גייט סקווער און סאקמאר אסר'ן צו עסען פלאפל ווייל זיי האבען אינדארסירט די מכשיפה
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:01 am#354839
ליטוואק פון בודאפעסט
ונבנתה העיר
הרב שמואל אליהו במענה לשאלה האם יש להתייחס לעובדה שדונלד טראמפ בגימטריה 'משיח בן דוד' השיב: דונלד טראמפ בגימטריה גם 'חצי מנה פלאפל'.


שטימט טאקע, וואס דארף מען אפלערנען?


אז משיח בן דוד איז גימאטריא חצי מנה פלאפל
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:24 am#354840
אז numerarical value פון א ווארט קען מען נישט ציען קיין שום מסקנא
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:52 am#354844
דער גימטריא פון רשע גדול איז 613.




















וואס פערצופאל איז אויך דער גימטריא פון משה רבינו.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:58 am#354852
ונבנתה העיר: די גאנצע כאפ פון הרב שמואל אליהו'ס ענטפער איז אז גימטריאות אליינס מיינען גארנישט. אויב דער תוכן איז נישט ריכטיג.

פון דא איז אויכעט א לימוד אויף די אזוי-גערופענע תורה-קאודס (וואס דער מאמענט האט לעצטנס געברענגט באריכות.). זיי ברענגען כל מיני שטותים והבלים וועלכע זאללן אנגעבליך שטיין אין די תורה. אין די תורה איז טאקע מרומז אלע געשעענישן און פאסירונגען. אבער נישט דורך די גוי'אישע, און צומאל נארישע נעמען. און אויך נעמען פון עבודה זרה, וועלכע זאללן שטיין אין די תורה...!
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:35 pm#354970
Re: מילתא דבדיחותא
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:39 pm#355106
איינער גייט אריין אין א זייער טייערער רעסטאראנט און זעהט אז עס זיצען דארט טראפ מיט פענס און האלטען אין מיטען א ערענסטען שמועס... גייט ער צו און פרעגט זיי, אנטשולדיג מיר, אבער איך מעג אפשר פרעגן פון וואס מען רעדט דא?

זאגט טראמפ, זיכער, אונז מאכען יעצט פלענער אויפען דריטען וועלט מלחמה, דער פלאן איז אז אמעריקא גייט הארגענן 5 מיליון אראבער און איין דענטיסט, מען איז אבער נאך נישט זיכער ווער דער דענטיסט...

איין מאמענט, האקט יענער אריין, ג-ט אין הימען איין דענטיסט? פארוואס?

רןפט זיך אן טראמפ צו פענס... דו זעהסט? איך האב דיר געזאגט אז עס גייט קיינעם נישט אן וואס געשעהנט מיט די אראבער.
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 1:00 pm#355108
משה קומט צום דאקטער נאך א שווערען הארץ אטאקא און נאכ'ן ווערען אונטערזוכט רופט זי אן דער דאקטער צו זיין ווייב, איך מוז עפעס רעדען מיט דיר, זייער וויכטיג.

דיין מאן איז ערענסט קראנק, אויב דו גייסט נישט טוהן די פאר זאכען, גייט ער שטארבען.

איעדע צופרי דארפסטו איהם אויפ וועקען מיט א קוש, דו דארפסט פאר איהם קאכען א גוט'ן פרישטיג, די טארסט איהם נישט הייסען צו העלפען אינדערהיים און ח"ו זיך נישט אפרעדען און דערציילען דיינע פראבלעמען, עס וועט נאך מאכען דיר מצב אסאסך ערעגער.

אויב ער פאנגט אן צו שרייען, און שעלטען לאז איהם, עס איז גוט פאר איהם, דו דארפסט איהם געבן א מאסאדז' 3/4 מאהל א טאג און לאז איהם קוקן ספארטס אויף טעלעוויזיע וויפיהל ער וויל.

ווייז איהם אסאך ליעבשאפט, מער ווי אייביג, אויב דו וועסט דאס טוהן פאר 8 חדשים וועט ער זיין אינגאנצען געזונט.

אופ'ן וועג אהיים פרעגט משה זיין ווייב, נו? וואס זאגט דער דאקטער?

ענפערט זי... דער דאקטער האט געזאגט אז דו גייסט שטארבען...
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 10:27 am#355298
א איד קומט צום רב און זאגט איהם אז ער האט א גרויסע פראבלעם. ער האט צוויי פייגעלעך, פעראטס, וועלעכע קענען רעדן. אבער זיי האבען א זייער שמוציג מויל. ווען איינער קומט אריין צו איהם אין שטוב, רופען זיך אן די צוויי פייגעלעך...

האלו... אונז זענען זונות דו ווילסט אפשר מאכען א לעבען?

רופט זיך אן דער רב, איך קען דיר טאקע העלפען, איך האב אויך צוויי פעראט פייגעלעך און זיי שטייען אגאנצען טאג און זאגען תהלים. ברענג דיינע צוויי צו מיר אהיים און אז זיי וועלען זעהן ווי מיינע צוויי פירען זיך אויף, וועט דאס העלפען.

דער איד קומט צום רב מיט זיינע צוויי פייגעלעך און ער זעהט ווי דער רב'ס צוויי פייגעלעך שטייען טאקע און קוקען אריין אין קליינע תהילים'לך און זאגען תהילים מיט א מורא'דיגע מתיקות.

דער רב זאגט איהם, לייג אריין דיינע צוויי אין די זעלעבע קעידז' ווי מיינע.

ער גייט נאר צו און אזוי ווי זיינע פייגעלעך האבען נאר געזעהן דעם רב'ס צוויי האבען זיי אנגעפאנגען מיט'ן זעלבען פזמון... האלו... אונז זענען זונות דו ווילסט אפשר מאכען א לעבען?

אזוי ווי דער רב'ס צוויי פייגעלעך האבען נאר געגעבען א קוק אויף זיי, רופט זיך אן איינס צום אנדערען, לייג שוין אוועק די תהילים'ל אונזערע תפילות זענען גע'ענפערט געווארען
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:44 pm#355347
אן אלטס אבער א גוטס.

והנמשל, די אלע מיעסע פרויען וואס לויפן ארום אגאנצן טאג מוסרן אדערע איבער זייערע שייטל/סנוד/שיך/שפיצל/מעיקאופ/דאסטער זענען פרומע זונות.
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:55 pm#355350
איך אויך
.
והנמשל, די אלע מיעסע פרויען וואס לויפן ארום אגאנצן טאג מוסרן אדערע איבער זייערע שייטל/סנוד/שיך/שפיצל/מעיקאופ/דאסטער זענען פרומע זונות.

ס'גייט נאך אסאך ווייטער. נעמליך, זיי ניצן דאס אלס א סימן, ווען זיי ווילן מזנה זיין וועלן זיך נעמען פארפירן אויף די שייטל, שפיצל, דאסטער וכו' און די יעניגע מענער וועלן כאפן דעם רמז, און ס'איבריגע טאר מען נישט זאגן. וכן ידוע לכל הנודעים וכו' וכו'
מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:28 pm#355354
מענין לענין, נחום ראזענבערג פלעגט זאגן אז די מענער וואס שרייען און הערעסן די ווייבער וואס טראגן שבת האבן א געוויסע הנאה פון דעם און עס איז א פארעם פון זנות.
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:42 am#355372
אייז קריעם
מענין לענין, נחום ראזענבערג פלעגט זאגן אז די מענער וואס שרייען און הערעסן די ווייבער וואס טראגן שבת האבן א געוויסע הנאה פון דעם און עס איז א פארעם פון זנות.

און איך זאג אז די מענער וואס שרייען אויף די מענער וואס שרייען אויף די ווייבער האבן א געוויסע הנאה דערפון און עס איז א פארעם פון משכב זכור.
מוצ"ש דעצעמבער 3, 2016 7:04 pm#356098
א אינגעל קומט אהיים איין טאג און פרעגט זיין מאמע, היינט צופרי ווען איך בין געפארען אויפ'ן סיטי באס מיט טאטי איז ארויפגקומען א אינגע שיינע בלאנדע ווייבעל און אזוי ווי דער באס איז געוועהן געפאקט האט טאטי מיר גבעטען צו טאהן א מצוה און אויפגעבען מיין פלאץ.

איז דאס טאקע א מצוה?

האט זיין מאמע גע'ענטפערט, א וודאי, א וודאי, עס איז א גרויסע מצוה.

פרעגט דער אינגעל, אבער איך בין געזיצען אויף טאטי'ס שויס...
זונטאג דעצעמבער 4, 2016 12:03 am#356112
ס'איז מקוים געווארען די פסוק (במדבר י"א י"ב) כי תאמר אלי שאהו בחקיך כאשר ישא האומן את הינק...
זונטאג דעצעמבער 4, 2016 1:13 am#356115
זאגט מיר איינער, אז וואס ס'איז געווען ביי די שבתון בן ששים ל.. וועט מען קיינמאל נישט קענען וויסן, ווייל ביי מוצאי שבת געדענקט שוין קיינער גארנישט..
מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 11:09 pm#356531
Re: מילתא דבדיחותא
כידוע איז מונטאג פארגעקומען א אסיפה דחופה בקהילה קדושה פאפא זאגט מיר איינער אז א בעל דרשן האט זיך גרויס געהאלטן אז "ביי אונז און פאפא איז מען געוועין פון די ערשטע צו אויס רייסן אלע סמארט זאכן"
דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 11:42 am#356564
וואס איז די שטראף פון איינער וואס האט חתונה מיט צוויי ווייבער ?

צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)
דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 3:17 pm#356597
ציבעלע-קיגל
וואס איז די שטראף פון איינער וואס האט חתונה מיט צוויי ווייבער ?

צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)


אדרבה, ס'קען גאר זיין א גוטע פלאן. דעמאלטס וועלען זיך די צוויי שוויגערס רצח'נען צווישען זיך וועגען די טעכטער און לאזן דער איידעם ענזשויען א חיים טובים
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 7:18 pm#356732
Re: מילתא דבדיחותא
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 8:09 pm#356736
זיס געשריבן. איך האב אמאל געהערט פון ליאזנער רבי, ביי א באזוך אין זיין מוזעאם, אז מ'ווייסט פונקטליך וואו עס צו שחט'ן נאר מען עסט עס נישט ווייל עס קאסט הון תועפות. דאכציך א דרייסיג אלפים.
מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 9:13 pm#356739
Re: מילתא דבדיחותא
אוודאי ווייסט מען וואו צו שעכטן, מן הצאוור!
הרב קאפח איז מעיד אז מ'האט עס געשחטן און ס'איז נישט געווען געשמאק. והאריך בזה בספר שיחת חולין.

נ"ב. הרב גענוט פון לוח דבר בעתו האט געבעטן מעורר זיין די רבי'ס אין חדר אויסצומאלן נח'ס תיבה מיט זיבן גיראפעס.
זונטאג דעצעמבער 11, 2016 10:02 am#356755
איך געדענק פון אלס קינד אז קינדער האבען געזאגט אז מ'ווייסט נישט ווי צו שחט'ן און דער מלמד אדער מיין טאטע, איך געדענק נישט ווער, אדער ביידע, האבען געזאגט אז ס'מאכט נישט קיין סענס און די סבה איז א. ווייל די פלייש איז נישט גוט, ב. ווייל ס'איז קעגען די געזעץ.
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 10:26 am#356931
הוגה
זיס געשריבן. איך האב אמאל געהערט פון ליאזנער רבי, ביי א באזוך אין זיין מוזעאם, אז מ'ווייסט פונקטליך וואו עס צו שחט'ן נאר מען עסט עס נישט ווייל עס קאסט הון תועפות. דאכציך א דרייסיג אלפים.


דאכציך א דרייסיג אלפים
שוין! האסט אוסגעזאגט? דאס פעלט אונז אויס, יעצט ווייסען זיי אז מען קאן מאכען געלט דערפון און יעצט וועלען אונטערקומען די רעבנים וואס וועלען שוין זאגען אז עס איז א מצוה און אינדערהיים און פישפיקלאדיין האט מען דאס אויך געגעסען
דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 11:28 pm#357002
ארוני, א זאלי, א סקווירא'ער און א פאפאנער זענען צוזאמען ארויפגעקראכן א ריזיגן בארג.

די סקווירא'ער איז גלייך צוגעגאנגן צום שפיץ און זיך אנגערופן "דאס טו איך פאר סקווירא רבי" און געגעבן א טאנץ אראפ.

די פאפאנער האט מקנא געווען די פייערדיגע חסיד און נאכ'ן קווענקלען א מינוט איז ער געגאנגען צום שפיץ און זיך אנגערופן "דאס טו איך פאר פאפא רבי" און זיך געגעבן א ווארף אראפ.

דער ארוני זעהט וואס דא גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי מינוט און רופט זיך אן "דאס טו איך פאר סאטמארע רבי" און גיבט א שטופ אראפ דעם זאלי...
מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 9:16 pm#357286
וואלווי
ציבעלע-קיגל
וואס איז די שטראף פון איינער וואס האט חתונה מיט צוויי ווייבער ?

צוויי שוויגער'ס (אוי וויי)


אדרבה, ס'קען גאר זיין א גוטע פלאן. דעמאלטס וועלען זיך די צוויי שוויגערס רצח'נען צווישען זיך וועגען די טעכטער און לאזן דער איידעם ענזשויען א חיים טובים


ניין עס קאן נאך זיין אסאך ערגער, אזוי ווי ביי אברהם אבינו האבען די מלכים שלום געמאכט צו קענען מלחמה האלטען צוזאמען, שטעלסט דיר נאר פאר ווען די צוויי שוויגערס מאכען שלום אין נעמען זיך צוזאגען זיינע ביינער צוזאמען