Under maintenance
הויפט זייט » מיינע אבזערוואציעס איבער דעם פסק

מיינע אבזערוואציעס איבער דעם פסק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
146 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7021
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:07 am#218447
מיינע אבזערוואציעס איבער דעם פסק
דער היסטארישער פסק איבער די באבוב'ער סכסוך

כאילו איך בין דא עפעס דער וועלטס מומחה אין דעם ענין, אדער עניינים, האט מען מיך גע'טעג'ט אין דעם אשכול, און געשיקט מעסידשעס אין אישי, בייסיגע און רחמנות'דיגע, אז איך זאל מיך לאזן הערן. אבל מה יעשה הבן אז די בעסדין האט מיך נישט געפרעגט פארן ארויסלאזן דעם קאץ פון זאק צו איך בין רעדי פאר דעם, ווייל ווען יא וואלט איך זיי געבעטן ווארטן נאך א וואך. דעם וויקענד האב איך זיך פונקט זייער נישט גוט געפילט און צווישן זיצן ביים דאקטער, אין בית הכסא און טרייען זיך אויסצורוען אביסל, האב איך זיך כמעט נישט צוגעזעצט צום כלי און פשוט נישט געהאט קיין כח צו טראכטן, און אוודאי נישט צו שרייבן.

כרגע פיל איך זיך אביסל בעסער (נאך צוויי מעת לעת פון נעמען מעדיצין), און אזוי ווי מען בעט מיך (אההה, כ'פיל מיך גוט, איינער רעכנט זיך שוין ענדליך מיט מיין מיינונג), וועל איך אפשרייבן מיינע פאר שורות ארום דעם פסק.

סאו ראשית, מיר (צד 45) האבן געכאפט א הילכיגן פראסק. נאו טו וועיס אבאוט איט. איך שרייב דאס גלייך ביים אנהייב כדי קיינער זאל נישט זאגן איך לעב אין דינייעל. יא, עס איז א געזונטער, הילכיגער, קלינגעדיגער פראסק. געוויסע מענטשן האבן זיך געריבן די הענט גענוג לאנג אזוי אז דער פראסק זאל זיין איינס און אזעלכעכס, און עס איז זיי געלונגען.

ובכן, פיין, מען האט געכאפט א פראסק. נו וואס איז שוין יעצט. יעדער קלוגער איד ווייסט אז א פראסק איז נישט קיין ענד אלל, עס איז נישט קיין סוף פסוק און אוודאי נישט קיין עק וועלט. נאך א פראסק קען מען זיך אויפהייבן און גיין ווייטער, און זאגאר זיך זייער שיין צוריק שטעלן, דער רושם פון דעם פראסק בלייבט זייער א קורצע צייט.

איז אין קורצן איז אזוי. איך גלייב אז דינסטאג נאכט גייט מען הערן אז מען נעמט אן דעם פסק, פארשטייט זיך עס גייט קומען מיט א שטארקע חיזוק דרשה, אז דאס דוקא ווייזט אז מיר זענען יא די עכטע באבוב, ווייל מיר גייען אין די וועגן פון אונזערע רביס. אונזערע הייליגע רביס, הרה"ק מהר"ש ובנו הרה"ק מהרנ"ץ וואלטן זיכער אזוי געטאן, און דעריבער, מיר, זייערע תלמידים, חסידים און קינדער וועלן גיין אין זייערע וועגן און טאן וואס זיי וואלטן געטאן און אננעמען דעם פסק, על אף וואס עס איז קלאר גע'פסק'נט קעגן די תורה, פול מיט אייגענע אינטערעסן, אשר כל רואיו יכירון, וכל בר בי רב דחד יומא זעהט זייער קלאר, און נישט דוקא צווישן די שורות, אבער פונדעסטוועגן, מיר טוען וואס אונזערע רביס האבן אונז געלערנט און מיר זענען מקבל דעם פסק.

פון היינט אן הייסן מיר קהל באבוב45!!!

*

בערך דאס גלייב איך גייט זיין דער סגנון פון דעם אסיפה דעם קומענדיגן דינסטאג נאכט. פארשטייט זיך אז מען וועט זיך מן הסתם באציען צו אנדערע דעטאלן אויך, אבער דאס גייט זיין דער מהלך, לפי עניית דעתי הקלושה. (דיסקלעימער: דער אדמו"ר מ45 רעדט זיך נישט מיט מיר אדורך).

*

חוות דעתי העשירה

מער ווייניגער בין איך איינשטימיג מיט איינגעמיירעט און מיט גאלד (און אזוי אויך די אנדערע וואס האבן געשריבן באותו סגנון), מיט איינגעמיירעט לגבי דעם מהלך אויף ווייטער, אז רמ"ד דארף יעצט ווייזן לידערשיפ, עפעס וואס ער קען זייער גוט, און איך גלייב ער גייט עס טוהן, און זיך נעמען בויען זיין קהילה און חסידות אן קוקן אויף צוריק, וויפיל ער ארבעט יעצט אריין אין זיין עולם גייט ער ארבעטן נאך מער, אזוי אז אין אפאר יאר וועט קיינער נישט געדענקען ווער איז עכט און ווער איז פעיק, און איך בין נישט זיכער אז ער וועט נישט איבערוואקסן דעם אינגערן פעטער זיינעם פי כמה, דער פעטער קען טאקע שיין זינגען און טאנצן, פיל שענער פון דעם נעפיו, אבער דעצאל, דא ענדיגן זיך זיינע מעלות, אין אלל עלס - אין די זאכן וועלכע זענען פיל וויכטיגער פאר א חסידות ווי זינגען און טאנצן - שטייגט אים דער נעפיו איבער אן א שיעור מאל. עס איז ניטאמאל קיין פארגלייך. (זיסע חלומות? אפשר, אבער עס קען דאך פאסירן. איר האט זיך דאך געשוואוירן אז דאס וואס איז יעצט דא גייט אויך קיינמאל נישט זיין, און נאך יעצט לעבט איר - אין געוויסן טייל - אין דינייעל אז עס עקזיסטירט).

אזוי אויך לגבי דעם נאמען, גיי איך מיט גאלד'ס מהלך. איך זעה אין פסק אז די חברה שרייבן דארט אז זיי זענען מסכים א צונאמען פון א שטאט, אבער היות צד 45 וויל דוקא 45 זענען זיי מסכים. (בד"וו, עס האט מיר געקאסט א גוטן לאך ווען איך האב געליינט אין דעם פסק אז 48 מעג אויך צולייגן א נאמען אויב זיי ווילן, חחח...)

איך זעה אין דעם א גרויסע חכמה און גאליציאנע כיטרישקייט, (און איך זעה טאקע אז צד 48 שמעקט עס נישט, זיי ווילען ענדערש צאנז באבוב) ווייל חוץ פון דעם מציאות אז אזוי טוישט זיך גארנישט, ווייל ער וועט זיין 45 און דער אנדערער וועט בהכרח בלייבן 48, דאס איז אבער נאר די פירות הנושרין, דער עיקר איז, אז אזוי גייט דער נאמען קיינמאל נישט ווערן אויסגעפירט למעשה דארט ווי עס מאכט א נפק"מ.

לדוגמא, לאמיר זאגן אז כולל זיבענבירגן גייט נאכאמאל ברענגען דעם אדמו"ר מ45 אלס נואם הכבוד, פרוביר זיך פארשטעלן אז דער טשערמאן רופט אויס אזוי "און יעצט רבותי, וועלן מיר האבן די זכיה צו הערן דעם נואם הכבוד, כ"ק אדמו"ר מ'באבוב45"...

יעדער פארשטייט אז דאס גייט קיינמאל נישט פאסירן. אדער נאך א משל. רמ"ד איז א שוואגער מיט איינעם פון דעם רחמיסטריווקא רבי'נס קינדער, און ביי יעדען פון זיינע חתונות איז ער מכבד רמ"ד מיט א ברכה אונטער די חופה און א מצוה טאנץ. קלערט איר אפשר אז מען גייט אים אויסרופן אדמו"ר מ'באבוב45?

איר קלערט אפשר אז ווען ער גייט גיין באזוכן דעם סקווערער רבי גייט אים דער סקווערער אדרעסירן אלס באבוב45'ער רבי...

א באבוב'ער חסיד פון 45 וואס גייט דרוקן א ספר און גייט אריינלייגן א יישר כח פאר זיין רבין גייט ער שרייבן "מורי ורבי כ"ק אדמו"ר מ'באבוב45?

יא, איך ווייס אז די שופטים פון דעם פסק האבן אויך געקלערט פון דעם און האבן קליפ און קלאר אנגעזאגט און עס ארויסגעשריבן יאוונע ויאסנע אין דעם פורים צעטל זייערן, צושפרייט איבער כמה וכמה סעיפים, דעם הארבקייט איבער וויאזוי צד 45 מוז אלעמאל זיכער מאכן [באופן אז יענער זאל פארשטיין אז ער "מוז" אזוי טון] אז מען זאל אים נאר אזוי רופן און שרייבן זיין נאמען, ער און אלע זיינע חסידים און אלע אנדערע מענטשן פון די וועלט (הגם זיי האבן פארגעסן דארט מחייב צו די גרים שיתגיירו לעתיד, קען אבער זיין אז אין איינע פון די צוקונפטיגע דיונים וועלכע זיי האבן זיך דארט פארזיכערט, וועט מען איבער דעם אויך דן זיין).

אבער טאקע דאס ווייזט אז די שופטים-שרייבער פון דעם פסק לעבן ערגעץ אין לאלא-לענד, אז זיי חלומ'ען אז עס קען אפילו אזוינס פאסירן. ואין זה אלא מראה פנים אויף וואס האט זיי באמת געשטופט צו שרייבן אזא וואנזיניגן צעטעלע (כמבואר להלן בעז"ה).

אמת, עס וועלן זיכער זיין אומבאקוועמליכקייטן און אומאנגענעמליכקייטן (בארואיג זיך, איך מוז דאך אמאל שרייבן אזעלכע וויכטיג אויסזעענדע ווערטער אויך...) ווען עס וועט זיין אזעלכע מוסדות, ארגאניזאציעס אדער אויסגאבעס, וועלכע וועלן דוקא יא אים אזוי רופן אדער שרייבן, אין אזעלכע פעלער ווי עס וועט אפילו וויי טון, אבער ליסען, יעדער איינער גייט דורך אזעלכע זאכן. איך רעד פון דעם בדרך כלל, ווי אזוי די וועלט וועט עס אננעמען.

משא"כ אויב איז ער מסכים צו צאנז-באבוב וכדו', גייט דאס בלייבן זיין נאמען. און דערפאר זעה איך דאס דוקא אלס א געלונגענעם טריק פון צד 45, יא, מען גייט מן הסתם מאכן נייע לעטטערהעדס, "קהל באבוב 45", און אזוי אויך אויף די באסעס, די חוזק אבער גייט זיין יעדעס מאל באזונדער אויף דעם בעסדין און נישט אויף באבוב, יעדעס מאל וואס אזא באס וועט ארום פארן אין בארא פארק גייט עס דערמאנען פאר טויזענטער פרעמדע מענטשן דעם עוול ופשע וואס דא איז אפגעטוהן געווארן.

און צו דעם אלעם, קענט איר אלע זיין זיכער (יו קען מארק מיי ווארדס אן דיס וואן) אז דער ציפער 45 גייט אראפקומען. עס גייט נישט בלייבן. טריי עס יו מעי, פריער אדער שפעטער גייט עס אראפקומען. און דעמאלס וועט נישט זיין די מאמענטום צו שרייען מסרב אדער לא ציית דינא, עס וועט זיין אלטע אויסגעדראשענע נייעס.

ווען דאס גייט פאסירן גייט לכאורה צד 48 שרייען און בריקען, מן הסתם אויך ווארפן פאשקעווילן און אנפירקלען די באסעס (אזוי ווי זיי האבן שוין געוויזן אז זיי קענען, כיד רבם הטובה עליהם), אבער עס וועט האבן בערך אזא פנים ווי ווען דער איד פלעגט יעדע פאר וואכן אריינלייגן א הכחשה פון פארשידענע מוסדות אז זיי האבן עכט נישט אריינגעלייגט א מודעה אין דעם גע'אסר'טן בלאט...

ס"ה, גייט צד 45 ארויס פון אזא מהלך מיט סימפאטיע פון די וועלט אלס נרדפים, מיט רעספעקט פון די וועלט אלס גיבורים און ערליכע מענטשן וועלכע פאלגן א פסק כאטש עס איז קארופטירט פון אנהייב ביזן סוף, זייער רבי גייט ארויס אלס א מנהיג בעל שיעור קומה וועלכער קען זיך דערהייבן העכער די נידריגע פערזענליכע הרגשים (עכטער מ"מ פון די רביים לבית באבוב), און צו דעם אלעם גייען זיי נישט פארלירן קיין איין מענטש צוליב דעם גאנצן פרשה (אויב עפעס וועלן זיי צובאקומען מענטשן) ואחרי ככלות הכל גייט ער בלייבן באבוב.

[איך ווייס אז איר גייט זאגן אז איך טרייסט מיך מיט יאשערקעס, און א געוויסע פוינט האט איר מיט דעם, טוישט עס אבער נישט די אמת'ע ווערטער וואס איך האב געשריבן. ווייל כאטש מיינע מענטשליכע נטיות (איך בין דאך אויך א בשר ודם) נייגן מיך צו וועלן אז צד 45 זאל שטארק געווינען און דער פראסק זאך כאפן צד 48, איז דאך דאס אבער באמת נאר מענטשליכע נטיות פון מיין נפש הבהמית. ווייל צו עבודת ה', וואס דאס איז דאך סוכ"ס דער עיקר אויף וואס מיר זענען אראפגעקומען אויף דעם עולם השפל, מאכן די אלע זאכן קיין שום נפק"מ נישט. עס איז באמת ביליגע גשמיות'דיגע, בהמיות'דיגע רצונות. ווייל אלע אנדערע זאכן וואס מאכן יא אויס צו עבודת ה', און אפילו לגבי די גשמיות, גיבט דעם באשעפער וואס מען דארף און וויפיל עס איז באשערט, עס איז פשוט א ווילן זיך צו פילן גוט, "איך בין דער געוואונער". גארנישט מער פון דעם.

און כדי אייך צו איבערצייגן אז איך האב נאך אויך די סארט בהמיות'דיגע געפילן, און איך בין זיי נאך נישט אינגאנצן איבערגעקומען, ליינט ווייטער, איר וועט זיי טרעפן פיל מאל אין מיינע קומענדיגע פאראגראפן.]

*

דער בעסדין און אירע שופטים

איך האב עס שוין דערמאנט דא בעבר, אז צד 48 האט לכתחילה (מיט ניין יאר צוריק, ווען מען האט זיך געגרייט צום דין תורא) גע'פסל'ט א געוויסן רב פון זיצן אויף דעם בעסדין, מיטן טענה אז יענער איז א נוגע בדבר, ווייל יענעם'ס שווער (א געוויסער רבי) האט אויף גענומען ר' מרדכי דוד'ן און אים אדרעסירט אלס באבוב'ער רבי... איר הערט, דערפאר איז ער שוין א נוגע און ער טאר נישט פסק'ענען.

ווידער א רב וואס 95 פראצענט פון זיין און זיינע קינדער'ס פרנסה איז השגחות און ער האט עטליכע גרעסערע השגחות ביי דעם צד, און צו דעם זענען דא כמה עדים אז ער איז געווען (נאך פאר דעם דינטוירע) א שונא מובהק פאר רמ"ד'ן, ער פלעגט אים זייער מיאוס בארעדן און חוזק מאכן פון אים אפן און גראב (במשך דעם דינטוירע ווען מען האט געמאכט א שטיקל שטינק דערוועגן האט ער זיך אנגעהויבן צו וואטשן, אבער אפילו דעמאלס האט מען עס געקענט הערן פון אים), ער מעג יא, ער איז גארנישט קיין נוגע בדבר.

און אזוי אויך א רב, וואס אויסער וואס ער איז א מחותן, (דאס איז די קליינע טענה) ווייסט יעדער איינער ווי ער שטייט, ער האט עס קיינמאל נישט געלייקענט און נישט געמאכט קיין סוד דערפון, אדרבא ער ווייזט עס ארויס בכל עת מצוא. צו דעם האט אברהם אהרן לעזער אויפגעבויעט א דירה פאר זיין זוהן וועלכער איז חיים יענקל'ס איידעם (וואס דאס האט מען גראדע נישט געוויסט פאר דעם דינטוירע), ער איז אויך כשר וישר צו זיצן אויף דעם בעסדין.

איי וועסטו קומען מיט א טענה וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט, האסט דאס געדארפט שרייען מיט ניין יאר צוריק. אז גם אני אענה לך: ביסט הייליג גערעכט, איך וואלט טאקע געדארפט, איי פארוואס האב איך נישט? ווייל איך בין געווען נאאיוו, איך האב נישט געקענט גלייבן אז אידן וועלכע פארופן זיך רבנים בישראל וועלן מיט אזא פרעכהייט און בלעכענעם פנים גיין קעגן די תורה. איי פארוואס נישט, די תורה אליינס זאגט דאך אזוי? און דער מציאות דא אין ניו יארק פון די לעצטע צענדליגער יארן איז גלוי וידוע לכל מי שעמדו רגליו בשערי בתי הדין בניו יארק רבתי? איז דער תירוץ, תיקו. אבער דאס טוישט נאך נישט דעם ריכטיגקייט פון די טענה.

און דער טענה איז זועק עד לב השמים, אז - ווי מען האט שוין דא אויפגעברענגט - די נוגעים אליינס וואלטן זיך געדארפט אפזאגן פון דעם קעיס, אויב עס איז נאך געבליבן א וועסטידש, א שמיר, א ברעקעלע פון יראת שמים אין זיי. אבער וואס זאל איך טוהן, אז רוב ימיהם האבן זיי זיך געשפייזט פון שוחד, גזל, אונאה, רשעות, רציחה און שוואכע בדיעבד'דיגע השגחות, האט דאס א השפעה אויף דעם מענטש און מען פארלירט יעדעס ברעקל יראת שמים, מען ווערט א פלעינער מאנסטער, א נבל ברשות התורה (אך, וואס עפעס ברשות התורה, זיי דארפן נישט קיין רשות, זיי טוען סייווי וואס זיי ווילן, די תורה איז ביי זיי כחומר ביד היוצר, זיי קענען טוען דערמיט ככל העולה על רוחם).

[יעצט שריי הויך אז איך רעד ווי א לוזער. קען זיין, אבער גערעכט בין איך נאך אלץ מיט די נקודה, און איך האב עס שוין געשריבן דא אין אנדערע אשכולות לגבי דין טוירעס בכלליות, און אנדערע האבן עס שוין ערווענט דא לגבי דעם ענין אויך, אדרבא, גיי מאך אליינס אביסל ריסוירטש איבער וואס גייט פאר היינט ביי די בתי דינים].

*

דער דינטוירע און דער פסק

יעצט בנוגע צום עצם דינטוירע און דעם פסק. אבער א קליינע הקדמה'לע קודם, און דאס איז נישט קיין משל נאר א מעשה שהיה אין וועלכען איך בין געווען אינוואלווד נישט לאנג צוריק.

אין א סכסוך בין איש לאשתו, ווי עס איז ל"ע אנגעקומען צו א גט, האט מען זיך ארום געשלאגן בערכאות איבער די קינדער, און די מאמע האט געברענגט אין קאורט א בריוו פון די טעראפיסט פון די קינדער קעגן דעם טאטן.

דער שופט האט אפגעליינט דעם בריוו, און נישט נאר האט ער ארויסגעווארפן דעם בריוו און אים נישט אנגענומען, נאר ער האט זאפארט געהייסן טוישן טעראפיסט, דהיינו, אז די קינדער טארן מער נישט גיין צו דעם טעראפיסט. און פארוואס האט ער אזוי געטאן? ער האט עס זייער שיין מסביר געווען: "איך האב שוין געליינט אסאך בריוו פון פראפעשאנעלס ווי זיי זאגן זייער מיינונג לטובת איין צד איבער א צווייטע, אבער די בריוו איז אנדערש, די בריו איז געשריבן מיט שטארקע האס, עס לייענט זיך ארויס פון יעדע שורה א פערזענליכע שנאה און האס צו דעם טאטן. און וויבאלד די טעראפיסט האט א פערזענליכע אגענדע קעגן דעם טאטן, איז נישט נאר וואס איך נעם נישט אן דעם בריוו, נאר אזא טעראפיסט וועט נאר שאדן מאכן פאר די קינדער און מען מוז שוין טוישן צו אן אנדערן טעראפיסט".

הנוגע לענינינו. יעדער ישיבה קטנה בחור'ל וואס לייענט נאר דעם פסק-שאינה-כדין זעהט גלייך ווי עס שפריצט ארויס די שנאה און האס פון יעדן שורה און פון יעדן פאראגראף. דאס איז נישט סתם גע'פסק'ט "דאס איז דער פסק און הענג דיך דערמיט". דאס איז געשריבן מיט נגיעות ע"ג נגיעות. און טאקע ווי רא"ב ראזנבערג שרייבט אין זיינע רשימות אז ער זעהט אז דער נאמען איז אן ענין פון לעגיטימאציע, זעהט מען דא ארויס פון יעדע שורה אז די שרייבערס דא האבן דוקא געוואלט מאכן דעם איינדרוק אז צד 45 איז דוקא נישט לעגיטים.

אנצורופן דעם פסק א ליצנות איז באמת א ליצנות, ווייל בנקודת האמת איז דאס אסאך ערגער פון ליצנות. דער פסק איז מלא שלעכטקייט, מלא רשעות, שנאה כבושה, מידות רעות ומגונות וגו' וכו'. (יא איך בין א לוזער, אבער דאס איז דער מציאות, פוק חזי מאי עמא דבר). דער פסק גיין בלייבן חקוק בעט ברזל ועופרת לחרפה ולדראון עולם אויפן חשבון פון די רע-בנים וועלכע האבן אוועק געווארפן די תורה הק' וואס איז אונז געגעבן געווארן אין סיני און האבן אנשטאט גע'פסק'ט א "דין תורא" קעגן דעם דין און קעגן דעם תורה, נאר לויט זייערע אייגענע אינטערעסן און ביליגע נטיות נפשם הבהמית.

ווי ווייט זייער שנאה האט דא מקלקל געווען את השורה קען מען זעהן פון דעם מציאות אז זיי האבן זיך ניטאמאל געקימערט אריינצולייגן אין דעם פסק אן אינסענטיוו איר מקיים צו זיין.

וואס מיין איך צו זאגן? ווען זיי וואלטן באמת געהאלטן ע"פ הלכה ביי וואס זיי זאגן, אן קיינע אייגענע פיינטליכע אינטערעסן, וואלטן זיי געשריבן דעם גאנצן פסק אויף א פיל מער מכובד'דיגן אופן און בחדא מחתא צוגע'פסק'ט פאר צד 45 א שיינעם אפותיקי, כ'ווייס 25- 30- 35 מיליאן דאללער, וואס דאס איז א סכום וואס סיי מען וואלט דעם בעסדין נישט באשריגן אלס שקצים, יעדער וואלט עס געזעהן פאר ריכטיג, און סיי עס וואלט געלייגט צד 45 אין א שווערן דילעמא, 25-35 מיליאן דאללער קען מען זיך נישט אזוי גרינג ערלויבן צו לאזן פארפאלן גיין, דאס אליינס וואלט זיי געצוואונגען צו מאכן אן ערנסטן חשבון הנפש, און לכאורה וואלט דער סוף געווען א געהעריגען צונאמען ווי צאנז-באבוב וכדו'.

מיט אזא סכום וואלטן זיי זיך נישט געפילט אזוי אפגעפאטשט, די געלט וואלט פארווישט דעם לעגיטימאציע שאלה, (ווען ער איז נישט לעגיטים באקומט ער דאך נישט אזא סכום) און צד 45 וואלט אראפגעשלונגען דעם פיל פון דעם צונאמען און געגאנגען ווייטער, און עס וואלט באמת געווען א צד צו קלערן אז די מחלוקה און שנאה פון די צוויי צדדים זאל אמאל נעמען אן עק.

דא אבער האבן זיי אפגעשריבן אזא בייסיגן פסק, און ווי געזאגט האבן זיי דאס געשריבן אזוי מרמז צו זיין הונדערט אין איין מאל (ווי יענער חכם וואס פלעגט כאפן אויפן (זיבעטן) ווינק) אז צד 45 איז נישט לעגיטים, מיט תנאים ע"ג תנאים וועלכע זענען זייער שווער אויסצופירן און מאכט נאר דעם פאטש און פארשעמונג גרעסער, און צום סוף האסטו אים ניטאמאל געגעבן אן אינסענטיוו אים אויסצופירן.

יעדער פארשטייט אז אזא גרויסע קאמפאני ווי באבוב 45 דרייט אדורך אזעלכע סכומים יעדע חודש צוויי, און צו צוטיילן אזא סכום אין פינף יאר האט נאר איין מכוון, צו מאכן דעם פראסק נאך מער ווייטאגליך.

און כאטש אז די זאכן שרייען ארויס פון יעדן שורה פון דעם פסק, און ווען איך זאל וועלן צונעמען דעם פסק אויף קליפערלעך (וואס איך גיי נישט טון, כ'מיין, עפעס מעג איך דאך לאזן פאר אנדערע אויך) קען איך אנווייזן נאך פילע נקודות אונטער וועלכע עס ליגט פלעין און פשוט חוזק, טשעפע און פארביסענע ביליגע אינטערעסן זענען אבער די נקודות די שטערקסטע וועלכע ברענגען דאס ארויס (הע, איך לאך פון מיר אליינס, איינער דארף נאך ראיות?).

דער אומצוויידייטיגער אויספיר פון דעם אלעם איז, אז די שרייבערס זענען ניטאמאל אויסן באמת אז דער פסק זאל ווערן פולשטענדיג אויסגעפירט (אוודאי וואלטן זיי געקענט באשטיין אז יא, אבער דאס איז נאר דער זייטיגער ציל) דער עיקר וואס זיי האבן געוואלט דא איז וויי טון, טשעפען און פארשעמען יענעם לעיני כל ישראל.

*

די רעאקציע פון צד 45

זייער ריכטיג האט זיך אויסגעדרוקט האדמו"ר מ45 פאר איינעם פון זיינע גרויסע עסקנים (נאך אפאר יאר צוריק) ווען יענער האט אים געזאגט, דו זעסט דאך ווי מען קומט אן מיט דעם בית דין, דו זעסט דאך דעם עינוי הדין, וואס פארא פסק קען מען שוין פון זיי ערווארטן?

האט אים ר' מרדכי דוד אנגעצייגט א שטיקל בני יששכר ווי ער שרייבט אז ווען א איד גייט צו דין תורה, אויב די שופטים פסק'ענען קעגן אים שלא כדין, איז דער רבונו של עולם ערב צו באצאלן דעם שאדן, ווייל "דער איד איז נישט געקומען צו די שופטים אלס זייער פערזענליכקייט, נאר אלס די תורה וועמען זיי דארפן צו רעפרעזענטירן, און די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם אויבערשטן און האט זיין בעקינג און גאראנטי, און דעריבער, אויב האבן די שופטים בוגד געווען אין זייער תפקיד און גע'פסק'נט קעגן די תורה, דאן איז דער נותן התורה אחראי עס צו באצאלן".

דאס האט ר' מרדכי דוד יענעם געוויזן, און אויסגעפירט, דער בני יששכר איז מיר גענוג, איך דארף נישט מער פון דעם. איך האב געטון מיינס און דאס איבריגע לאז איך איבער אינגאנצן פאר דעם רבונו של עולם.

אט דאס הייסט א עכטע באבוב'ער רבי. (עס דערמאנט די מעשה פון צוויי שוויגערס וועלכע זענען געקומען צום רב צו א דין תורה איבער א אינגערמאן, יעדע פון די צוויי שוויגערס האט גע'טענה'ט אז ער איז איר איידעם, האט דער רב געזאגט, "מ'זאל נעמען דעם אינגערמאן און אים צושניידן אין צווייען און יעדן שוויגער גיבן א האלב". האט איינע אנגעהויבן שרייען, ניין, ח"ו, נישט צושניידן א אידיש קינד, אבער די אנדערע האט געזאגט, פארוואס נישט, דוקא יא צושניידן. האט דער רב אויסגעפירט, "אט די איז א ריכטיגע שוויגער". עד"ז זאג איך דא, ווער עס פירט זיך בדרך באבוב, אט דער איז א עכטע באבוב'ער רבי).

און דאס קען אפשר מסביר זיין אביסל דעם בטלנות מצד 45 פארוואס זיי האבן אזוי ווי שעפעלעך, כצאן לטבח, מסכים געווען צו אזעלכע שלישים וועלכע זענען אינגאנצן משוחד פאר צד 48 (הגם זיי האבן דעמאלס נישט געוואוסט אויף ווי ווייט די שוחד גייט. מען האט נישט געוואוסט דעמאלס איבער די דירה וואס אא"ל האט געבויעט פאר הרב איטשע זעלטענרייך'ס זוהן און אויך נישט איבער שרעקליכע שנאה כבושה פון הרב יחיאל באבאד צו האדמו"ר רמ"ד) אבער אז מען האט באמת בטחון אין דעם אויבערשטן און וואס מען טוט טוט מען נאר ווייל דאס איז דער בעיסיק השתדלות דאן איז נישט דא קיין קשיות.

און ווי געשריבן אויבן, איך גלייב אז דאס גייט זיין זיין מהלך אויף ווייטער אויך. איך שטעל אים אויף די חזקה.

*

קריאה של חיבה

ואליכם אישים אקרא, מיינע גוטע פריינט אין 45, פילט אייך נישט געפאלן, אל תיראו ואל תערצו, עס איז טאקע א פראסק, אבער עס איז ווייט נישט עק וועלט, אויב קען מען אביסעלע היסטאריע (און מען איז נישט צו א נערוועזער מענטש) קען מען דעם פסק אננעמען רואיג און מיט א שמייכעלע, גם זה יעבור, גלייבט מיר אז נאך אפאר יאר וועט מען לאכן פון זיך אליינס אז מען האט זיך בכלל געערגערט איבער דעם.

איר האט א רבי'ן וואס גאר ווייניג האבן [צד 48 אליינס ווייסן דאס פיל בעסער ווי סיי ווער, און טאקע דערפאר האבן זיי אזא שטארקע שנאה צו צד 45, עס איז ידוע אז א שנאה וואס קומט פון קנאה איז די ערגסטע סארט שנאה, למשל ווי חז"ל זאגן, שנאת עם הארץ לתלמיד חכם], א איד וועלכער איז משכמו ומעלה גבוה, א איד וועלכער האט לעצטן דאנערשטיג נאכט, בשעת די גאנצע וועלט האט גערוישט און גע'רעש'ט איבער דעם אומדערהערטן פסק, זיך געזעצט מיט א רואיגקייט פארלערנען א שיעור פאר די בחורים אין קעמפ אוואו עס וואלט נישט געווען קיין מארגן.

יעדער צווישן אייך\אונז ווייסט ביי זיך פארוואס ער האט געמאכט דעם החלטה צו קומען צו 45, און יעדער איינער פארשטייט אז עס גייט קיינער נישט אוועק גיין אדער צוריק גיין צוליב דעם פסק, ס"ה איז עס א מאראלישער קלאפ וואס איין געלונגענע דרשה קען צושמעלצן און אוועק בלאזן ווי א זייפן בלאז.

(אה, די חיזוק איבער די זעקס מיליאן? כככ...)

גייט ווייטער מיט זיכערע טריט און די גאנצע וועלט וועט אייך מקנא זיין. וה' יהיה עמכם.

*

אחרית דבר

יעצט צום סוף וויל איך מאכן א קורצע ס"ה פון געווינער און פארלירער.

און איך וועל אנהייבן מיט די פארלירער:

פארלירער נומער איינס איז די תורה הק' און דער נותן התורה, זייער נאמען איז נתחלל געווארן מסוף העולם ועד סופו, און דוקא דורך אזעלכע וועלכע קלעימען גאר צו רעדן אין אין נאמען.

פארלירער נומער צוויי איז דער בעסדין-דין תורה ביזנעס ביים היימישן ציבור בכלליות און די דאזיגע פסק שרייבער בפרטיות.

אויב די קארופציע וועלכע האט באהערשט דעם גאנצן ביזנעס איז ביז היינט געווען באוואוסט פאר די וועלכע טוען אין דעם אדער האבן אליינס געליטן דערפון, איז עס יעצט ארויס אין גאס און יעדער איינער זעהט עס און ווייסט עס. מענטשן וועלן שווער טראכטן פארן מאכן א החלטה צו גיין צו א דין תורה.

[איך וואלט אבער קיינעם נישט געראטן צו גיין אין קאורט - און איך זאג נישט קיין להבדיל, ווייל ליידער דער קאורט טויג שוין אויך נישט - ווייל כאטש דארט איז נאך דא עפעס אקאונטיביליטי איז עס אבער אויך א סיסטעם וועלכע איז גאר ווייט פון צדק ויושר. איי וואס יא, מען זאל שטארק איינרייסן פאר ביאת משיח ווען עס וועט מקוים ווערן השיבה שופטינו כבראשונה. און ביז אהין זאל מען בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל חלילה נישט דארפן צוקומען צו דעם.]

ווידער די פסק שרייבער אליינס, זיי וועלן לעולם ועד האבן דעם פלעק צוגעטשעפעט צו זייער נאמען, מענטשן אין די גאסן וועלן זיי נאכקוקן מיט קרומע געזיכטער, און עס וועט זיך קלאר אנזעהן אין זייערע איינקונפטן (ביי באבאד אפשר ווייניגער ווייל זיין עיקר ביזנעס איז דאך השגחות, נישט דינטוירעס).

נאך א נקודה למחשבה. פארגעסט נישט אז די וועלט עק'ט זיך נישט ביי די פאר פסק שרייבערלעך, עס זענען נאך פארהאן אזעלכע גוטע חושן משפט קענער אויף די וועלט ווי זיי. עס זענען דאך דא נאך מענטשן וועלכע זענען געווען אינוואלווד אין די דינטוירע, און וואן וועי אר ענאדער גייען במשך די קומענדיגע יארן ארויסקומען פרטים (צעטלעך, קונטרסים, בלאגס וכו' וגו') איבער די דינטוירע וועלכע וועלן נאך אויפדעקן די שאנטאזש און קארופציע לעיני השרים והעמים, אז די שרייבער וועלן זיך פארשטעקן די פנים פאר בושה (וואס? הע הע, קיינמאל, זיי האבן שוין די מידה פון לאאאאנג פארלוירן, ווי זאגט מען אויף ענגליש? זיי לאכן אלל די וועי צום באנק. און סוכ"ס ווייסן מיר דאך אלע אז דאס איז די איינציגסטע וואס מאכט אויס ביי זיי, בען פרענקלין איז זייער (אפ)ג-ט. אבער פאר זייערע קינדער און אייניקלעך וועט עס קיין גרויס כבוד נישט ברענגען).

פארלירער נומער דריי, קהל באבוב45 מיט זייער רב און רבי בראשם. און זיי לייג איך ביי נומער דריי ווייל זיי האבן פאקטיש דאס ווייניגסטע פארלוירן, ס"ה איז עס א מאראלישער קלאפ, אזא וואס מען קורירט זיך אויס דערפון זייער שנעל.

און ווער זענען די געווינער?

איך זוך זיי נאך, אדרבא, אויב איינער קען מיר דא טרעפן א געווינער וואלט איך אים געוואלט זעהן.

אויב איינער, קען עס אפשר זיין ווידער קהל באבוב45, ווייל אויב וועלן זיי יעצט אויסנוצן דעם מצב ווי עס באדארף צו זיין, וועט עס זיי ברענגען געלט און מענטשן (עס איז דאך ידוע די פתגמים המחוכמים פון האדמו"ר הריי"צ מ'ליובאוויטש וועלכער האט געזאגט: "חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם", און אויך: "טויזענט חסידים קענען ברענגען אסאך גבירים, אבער טויזענט גבירים קענען נישט ברענגען קיין איין חסיד", ודפח"ח). אזוי אז סוכ"ס וועט דער פסק נאר האבן געווען א טובה פאר זיי.

און איך ענדיג צו מיט א פראגע, וועלכעס איך פרעג יעדן איינעם, אבער ספעציעל איז די פראגע געוואנדן צו די וועלכע קענען דעם אדמו"ר מ48 פערזענליך:

"יעצט נאך דעם פסק דין חד צדדי וחד משמעי, איז דער אדמו"ר מ'48 העפי און צופרידן?"



נ.ב. כל זה כתבתי בקצרה, ורק הנראה לפי עניית דעתי כפי מה שעלה בעטי (במקלדתי (נו, עברית)) אחרי העיון בהפוסקים, ראשונים אחרונים ותחתונים. אבל אם איזה מהצדדים מתנגדים ורוצים לעשות אחרת הרשות בידם ויש להם על מי שיסמוכו...
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:31 am#218458
שכח הדד!
איך האב געוואלט שרייבן טייל פון די פונקטן וואס די האסט ארויסגעברענגט, אבער איך האב נישט די רייכע פעדער וואס די פארמאגסט.

ב'ה איבער די שבת האט זיך די עולם בארואיגט, און מיר קוקן פאראויס אנצוהייבן מיט א התחדשות.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:38 am#218478
איך האב הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול. גיבטס א קוק און די ברעיקינג באבוב דין תורה אשכול האב איך דארט א שיין בריוועלע.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:13 am#218483
שיין בריוועלע נתן מנחם? ענדערש א ווילד נארישע בריוועלע. דיינע נקודות ווערן פארלוירן צווישן דע האספולע שורות
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:00 pm#218488
מיינע אבזערוואציעס!
נישטא וואס צו רעדן אז דער פסק דין האט אויפגעשאקלט דער יודישער וועלט.
מצד אחד זענען דא וואס זענען צורפרידן,מצד השני, די וואס האבן פארלוירן, שרייען עיוות הדין וכדומה...

וואס איז טאקע פשט פון דער פסק.
דער אמת איז אז כדי עס צופארשטיין דארף מען צוריק דרייען דער זייגער מיט 15 יאר, שנת תשנ"ט.

ס'איז קיינעם אין דער וועלט נישט איינגעפאלן אין דעם ווילדעסטן דמיון, אז רמ"ד, אז דער ממשיך פון די באבאווער דינאסטיע! דאס איז ברור כשמש, נישט מחוץ לבאבוב, און זיכער נישט בתוך באבוב. נישט דיר הדד, אדער עני וואן עלס. יעער האט געוואוסט, אז אדמו"ר מבאבוב שליט"א ער איז דער צוקונפטידגע ממשיך.

אבער איינעם איז עס יא איינגעפאלן, און דאס איז געווען, כ"ק אדמו"ר מוהר"ש זצ"ל, און טאקע דעריבער, האט ער געבעטן אז מען זאל ממנה זיין זיין זוהן אלס רב הצעיר לאחר מוע"ש.

ק"ק באבוב, האט לפני מטתו מכתיר געווען זיינע צוויי זוהן, כ"ק אדמו"ר מוהר"נץ זצ"ל אלס רב און כ"ק אדמו"ר שליט"א אלס רב הצעיר.

דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די 5 קריג'ס יארן. לאמיר נישט אריין גיין דערין.

י"ב אדר תשס"ה לפ"ק, האט מען מכתיר געווען דעם רב הצעיר אלס ממלא מקום אחיו ואביו, אלס באבאווער רב. ער האט עס באקומען מדין תורה, מכוח זיין "רב הצעיר". אזו ווי דער קרייזער רב האט עס גע'ירשנ'ט לדורי דורות און נישט דער שינאווער רב, און עס האט דעם שינאווער רב "זעהר" נישט געשמעקט!

פורים אווענט, האט מען מכתיר געווען שני חתני מוהר"נץ זצ"ל אלס אדמו"ר ואבד"ק באבוב.

יעצט לגופו של ענין.
אויב איז דא א געוויסע טענה "פארוואס" עס קומט זיך עפעס פאר צד א', איז עס מטעם "חתנו כבנו", און דאס איז טאקע געווען טענת צד א' אין דער דין תורה (וואס זיי האבן זיך "נאר" געשטעלט הערשט נאכ'ן לויפן אין קאורט "אן א היתר בי"ד", און דער ריכטער האט זיי בבזיון רב געשיקט צו דין תורה! בשליחות - נישט מער און נישט ווייניגער - פון אדמו"ר מוהר"ש, וואס האט מיט זיינע אויגן פאראויסגעזהן, וואס עס גייט געשעהן!). זצד א' יי האבן פארלאנט "אלעס"! אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר די צוויי חתנים.
מצד ב', האט מען גע'טענה'ט, אנטשולדיגט, אבער, אונזערע רב איז געווען רב הצעיר און מדין זה האט ער גע'ירשנ'ט "אלעס" אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר באבוב.

באבוב האט געואלט מפשר זיין, פאר 10 מיליאן דאללער. דער אנטווארט איז געווען "הכל שלי".

גלייך מתחילה איז "קיינער" נישט געווען אינטערסירט אין קיין פשרות, יעדער זייט איז געווען אזוי זיכער מיט זיך, אז יעדער האט פארלאנגט פון בית דין א "דין תורה" אין נישט קיין "פשרה".

איך קען נישט די הלכות, אבער צד א', האבן זיך בשעתו געוואנדן צו אסאך רבנים, ובכללם הג"ר מענדל שאפראן און אלע האבן זיי געזאגט אז, ענק האבן נישט קיין טשענס! חוץ איינער, דיין בערגער פון די ווייטע מאנשעסטער, און דאס איז אויך נאר געווען, ווייל ער האט נישט געואוסט אלע פרטים, מען האט פון עם פארהוילן וויכטיגע פרטים, (דיין בערגער האט שוין איינגעזעהן זיין בראך, גלייך פון אנהייב, אבער צוריק גייט א קאזעלע.)

יעצט ווען בית דין האט גע'פסקנ'ט, אז אין דער פאל איז "נישט" דא טענת חתנו כבנו, און די באבובער רבנות גייט צו אלס יורש מדין רב הצעיר, און ווי נישט ווי האבן צד א' מתחילה פארלאנגט א "דין תורה" און נישט קיין פשרה, זעהט דער דין תורה אזוי אויס. צד א' קומט זיך "גארנישט" און צד ב' "אלעס", עס אזוי איינזייטיג, ווייל צד א' האט פארלאנגט אין דין תורה און נישט קיין פשרה.

די תורה הק' זאגט: ניין! די צוויי חתנים, קומט זיך באמת גארנישט מיט נישט, און זיי האבן נישט קיין שום רעכט זיך צורופען באבוב!

זיי זענען באמת א שיינע קהלה, אבער פארוואס זאל באבוב זיי וזען דעקן. זיי האבן א פראבלעם מיט'ן רב, גיי לחיים ולשלום, אבער איך מוז דיר נישט דעקן.

איי וואס איז מיט קהלה שפרשו? דער דין וואלט ווערט געווען עפעס אויב זיי וואלטן געווען מער ווי 30 פראצענט, למעשה האבן זיי קוים אנגעצויגן 28 פראצענט, דעריבער איז די טענה אויך אוועקגעפאלן.

מצד השני באבוב איז ווערט שווערע מיליאנען, אבער! אויב דארף מען נעמען "אלע בנינים" און זיי פארקויפן, אופאיינמאל, אלס בניני מוסדות" איז די ווערט זייער ווייניג, די וועליו איז געשצאט געווארן אויף א קארגע 30, 35 מיליאן דאללער! יא, יעדער בנין פאר זיך איז ווערט מער, און אויב איז עס רעזידענשאל, נאך מער. אבער ווי עס שטייט ין גייט, האט נישט די געהאפטע צד א' שוויות, פון אזא בליק, האבן זיי באקומען א שיינע 'חתיכה' א שעקסטל פון די ווערט!

יעצט לגבי דער נאמען:
יעצט לאמיר שמועסן וועגן די צענדליגע נעמען מיט יוניפורמס.
צד א' האבן באשלאסן מיום א' "אלעס" נאכצומאכן, געפעינט די באסעס מיט די זעלבע קאלירן, אזוי אריינצונארן קינדער אין זייערע באסעס און פארדרייען א קאפ פאר די עלטערן אין די מוסדות, יעדער מוסד האט גענוצט דער זעלבער ביינאמען, די זעלבער עמבלעם. בית דין האט געזעהן דא אז מען האנדעלט דא מיט קינדערישע מענטשן, נישט אין סאטמאר נישט אין וויזניץ האט מען געזעהן אזוינס.
פארוואס דאווענען זיי שבת אין בית יעקב? ווייל סאיז לעבן באבוב.
פארוואס דאוונען יי אין א געדינגענע לאקאל? ווייל אט אט גייט באקומען א בנין פון באבוב, אונז זעמיר דאך איף די גאס. יא נישט מער אין נישט ווייניגער, וועמען נאר'ט מען דא.


יעצט וועגן דער נאמען, צד א' וויל זיך רופ'ן מיט די מאדנע נאמען באבוב45.
פארוואס איז עס מאדנע? ווי אזוי גייט ר' יהושע רובין אונטערשרייבען "יהושע רובין אבד"ק באבוב45?", וויזאוי גייט מען אויסרופען דעם אדמו"ר, מבאבוב פאריפיפט? לאחר מאה ועשרים, וועט מען ארויף קראצן אויף די מצבה "באבוב45"? כ'האב געהערט נאכזאגן פו דער באבעפאריפיפטער רבי/רב? מען קע נישט מאכ'ן קיין געהעריגע ר"ת דערויף, וואס גענוי איז די געמטריא פון באבוב45?
אלא מאי, זיי זענען גרייט זיך צו מבזה זיין מיט די מאדנע נאמען, פארוואס? גם לי גם לך לא יהיה, אזוי וואט מען רופן באבוב פאריעיט! נישט איך און נישט עם! זיצט א רבי אין א קהלה, און איז גרייט (עכ"פ אזו שטייט אינעם פסק דין פון בי"ד) זיך צוריפען מיט אזא צודרייטן נאמען, פאר איין איינציג סיבה, מיין פעטער זאל צופלאצט ווערן, יא ער איז א שר התורה, מסכים.
עם עקש תתפתל, בלי ברירה האט בי"ד געמוזט שרייבן אזויפיל סעיפים, אז ס'זאל קלאר אנזעהן מי ומי ההולכים.

9 יאר דין תורה.
איין מינוט, דער פסק איז שוין גרייט 2 יאר. פון די 7 יאר איז מען געזעצן איין וואך פער חודש, אויסער חדשי ניסן תשרי תמוז אב, און פון די איבעריגע 8 חדשים, האט זך יעדעס יאר געמאכט אז דא איז מען נישט געזיצן צוליב א שמחה ביי צד א' אדער ב' ס"ה איז מען געזעצן בע 20 צו 30 טעג א יאר, שוין גארנישט אזוי לאנג, נעמענדיג אין באטראכט, אז בי"ד מוז לאזן דעם בע"ד אויסזאגן אלע זייערע טענות, אין די טענה'ס זאגן האט אויפגענומען מיינסטנס פון די צייט.


יעצט א ווארט צו מורה מורינו הרב ר' הדד.
אויב גרויס מאכן דיין רבי'ן אויפן חשבון פון זיין פעטער מאכט דיך פילן גוט, זאל זיין אזוי.
אויב פאלגן דין תורה, וואס איז די א' ון יעדען יוד, מאכט דיין רבי'ן גרויס, זאל זיין אזוי.

אויב דיין רבי איז טאקע אזוי גרויס.
ווער האט עם געגעבן א היתר צו גיין אין קוירט אדר תשס"ה?
פארוואס וויל ער הייסן דווקא באבוב45? און נישט עפעס א נארמאלע קלאסישע נאמען ווי צאנז באבוב?

אודאי גייט ער פאלגן דער דין תורה! דו ווייסט פארוואס? ווייל די גוישע קוירט, דארט'ן ווי דיינע מנהיגים זענען געלאפען בשלוחותו תובע זיין באבוב, שלא ברשו בי"ד. און ריכטער קרעמער ע"ה, האט זיי אנגעזידלט, און פארשיקט צו דין תורה, אט די קאורט וועט זיכער מאכ'ן אז ער גייט פאלגן! מיש נישט אריין די תורה דא, ווייל אויב אויב פאלגן ענק די תורה קענען ענק נאך היינט ארויסצוען ענקערע תביעה פון קוירט! אבער ענק האבן נאכנישט....
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:20 pm#218494
הדד בן בדד האט געשריבן:
אחרית דבר

יעצט צום סוף וויל איך מאכן א קורצע ס"ה פון געווינער און פארלירער.

און איך וועל אנהייבן מיט די פארלירער:

פארלירער נומער איינס איז די תורה הק' און דער נותן התורה, זייער נאמען איז נתחלל געווארן מסוף העולם ועד סופו, און דוקא דורך אזעלכע וועלכע קלעימען גאר צו רעדן אין אין נאמען.

פארלירער נומער צוויי איז דער בעסדין-דין תורה ביזנעס ביים היימישן ציבור בכלליות און די דאזיגע פסק שרייבער בפרטיות.

אויב די קארופציע וועלכע האט באהערשט דעם גאנצן ביזנעס איז ביז היינט געווען באוואוסט פאר די וועלכע טוען אין דעם אדער האבן אליינס געליטן דערפון, איז עס יעצט ארויס אין גאס און יעדער איינער זעהט עס און ווייסט עס. מענטשן וועלן שווער טראכטן פארן מאכן א החלטה צו גיין צו א דין תורה.


ATUB @הדד בן בדד ATUB דיינע רייד זענען געוואלדיג, דאסי די עיקר פוינט וואסי נוגע סתם פאר אן עמך איד וואס האט נישט פערסענעל שייכות צו צד איטשע אדער צו צד הדד בן בדד

די דברים הנ''ל זענען בוטים כמדקרות חרב עס שטעכט אין יעדע יודיש הארץ און אין די הארץ פון כלל ישראל אזא ערשיינונג

עס איז קלאר אז ווען א שופט מיט א שווארצער כאלאטעל זאל די אלע זאכן אפשרייבן אין א פסק וואלטן ווען ווייניג יודען יעצט געקימערט פארן צד הרמ''ד
אבער דאס אז די דיני תורה און תורתינו הק' האט באקומען אזא פארלוסט דאס איז א ווייטאג פאר יעדן איד אפגעזען צו ער איז א 45/48 צאנזער/קלויזענבורגער/קראסנא/כוונת הלב/תולדות אברהם יצחק/תולדותאהרן/קארלין/ פינסק קארלין/ספרדי/ליטוואק/קיצוני/מזרחי

עס איז צום האפען אז די קהילת באבוב וועט לפחות מאכן עפעס א דראסטישע טויש יעצט אין די עתיד פון די דיני תורה'ס אין אמעריקא אז די דעת תורה זאל דיקטירען און נישט עפעס אנדערש.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:48 pm#218512
איי איי דער פראבלעם איז דאך אז סיי הדד און סיי איטשע זענען הייליג גערעכט. איי עסטו פרעגן זיי רעדן דאך קאטעגאריש פארקערט איינער פונעם אנדערן? ווייסטו וואס ביסט אויך גערעכט.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:59 pm#218518
זייער שיין געשריבן, ATUB @הדד בן בדד ATUB . אבער איבער דעם ענין פון רופן אייער קהילה "באבוב 45" בין איך איינשטימיג מיט ATUB @איטשע ATUB . "באבוב 45" איז א גאר מאדנער נאמען, און אויסצוקלויבן דעם נאמען בלויז מיט א חשבון אז קהילת האדמו"ר רב"צ וועט גערופן ווערן "באבוב 48" איז א בחינה פון תמות נפשי עם פלישתים. זענט איר טאקע גרייט צו בלייבן שטעקן מיט א מאדנעם נאמען פאר לאנגע יארן בלויז ווייל עס וועט אפשר א טראפקעלע אראפנעמען לעגיטימאציע פון רב"צ? איז טאקע דער פלאן ווייטער צו פירן א לעכערליכע מחלוקת אן קיין שום אופן וויאזוי עפעס צו פארדינען דערפון?

דאס איז חוץ דעם פאקט אז איר קענט זיין זיכער אז אלע היימישע אויסגאבעס וועלן פינקטליך אויספאלגן דעם דין תורה, און וועלן רופן רב"צ "באבובער רב" אפילו אויב אין דער גאס וועט מען אים רופן "באבוב פארטיעיטער רב". דאס זעלבע ביי יעדן אפיציעלן מעמד וועט קהילת רב"צ גערופן ווערן "באבוב" אן קיין שום צוגאבע.

ווי ביטער עס שפירט דארפט איר ארייננעמען אין קאפ אז די מחלוקת איז געענדיגט. קהילת האדמו"ר רמ"ד האט פארלוירן, און עס איז צייט איבערצומישן דעם בלעטל. איר דארפט מאכן שבת פאר זיך, פארגעסן פון קהילת רב"צ, און זיך רופן מיט א פאזיטיוון שיינעם נאמען, א שטייגער ווי "צאנז-באבוב".
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:11 pm#218522
יעצט רעדט מען איבער דעם נאמען "חסידי באבוב" וואס איז א היבשע ספין ווייל מ'קען אים נישט צונעמען דעם פאקט אז זיי זענען חסידי באבוב, און ער איז דער אדמו"ר פאר חסידי באבוב.
לויט בית דינ'ס שטוינענדע איינזייטיגקייט און בלינדע גאלאפ אונטערצורייסן און אונטערצודרוקן א קהילה קדושה בישראל פון יעדער ריכטונג אן איבערלאזן א ברעקל ארט פאר אויפריכטיגקייט איז אינטערעסאנט אז זיי האבן דאס נישט אין אכט גענומען און אויסגעשלאסן דעם נאמען חסידי באבוב.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:15 pm#218524
ראובן, איך בין מחולק, און אויב רופן זיי זיך באבוב45, אה"נ אז 48 וועט בלייבן "באבוב" וועט עס אבער בלייבן אן אייביגן פלעק אויף 48 און אויף בית דין וועלכע האבן ארויפגעקלעבט דעם אומהיימליכע נאמען אויף 45.
די שאנדע פון דעם פסק איז בעיקר אויף באבוב48 און בית דין, זאל דאס די וועלט קיינמאל פארגעסן און זאל עס בלייבן אויסגעקריצט אויף יעדער אינוויטאציע בריוול, אויף יעדן לעטטערהעד און אויף יעדער שולע-באס.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:17 pm#218525
און אפילו אזוי, איז דאס טאקע וואס קהילת רמ"ד וויל יעצט? לאז אפ, ענדיג די מחלוקת, איז טאקע ווערד זיך אנצושמירן א נארישן נאמען ווייל מ'וויל אויף יענעם ארויפשמירן א שאנדפלעק?
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:33 pm#218529
ראובן, די פוינט איז נישט אזוי ווייט ארויפצושמירן א שלעכט נאמען אויף צד 48, נאר מער צו מאכן זיכער אז אין די ענדע בלייבט צד 45 אויך "באבוב", וויבאלד ווי הדד האט ארויסגעברענגט גייט קיינער נישט רופן 45 ביים נאמען "באבוב 45", חוץ אפשר די בילדער אויסגאבעס.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:37 pm#218530
איך מיין אז אויב רמ"ד רופט זיך באבוב 45 וועט ער בלייבן מיט די 45 ענדערש ווי מיט באבוב. משא"כ אויב ער רופט זיך צאנז באבוב וועט ער ענדערש בלייבן מיט באבוב, אזוי ווי יעדער רופט אדמור מצאנז-קלויזנבורג, קלויזנבורגער רבי.
דער אמת איז אז 45 איז אויך נישט שלעכט. וואס איז דער יחוס פון א פוילישער שטעטל איבער אן אמעריקאנער גאס? עי' ערך אדמו"ר ממאשלוי, וואלאבאוט, דרייצענער, ברייטענער, קליוולאנד, ועוד.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:42 pm#218532
יידל האט געשריבן:ראובן, די פוינט איז נישט אזוי ווייט ארויפצושמירן א שלעכט נאמען אויף צד 48, נאר מער צו מאכן זיכער אז אין די ענדע בלייבט צד 45 אויך "באבוב", וויבאלד ווי הדד האט ארויסגעברענגט גייט קיינער נישט רופן 45 ביים נאמען "באבוב 45", חוץ אפשר די בילדער אויסגאבעס.

גערעכט עס האט ביז היינט געהייסען 45 אהן קיין בושה און אזוי וועט עס בלייבן מיט די זעלבע מאס בושה, אויב וועט זיך איינער שעמען דערמיט וועט עס זיין די וואס האבן אנגעדרייט די פסק און די וואס שטיצן אזעלכע זאכן.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:43 pm#218534
כוכב האט געשריבן:יעצט רעדט מען איבער דעם נאמען "חסידי באבוב" וואס איז א היבשע ספין ווייל מ'קען אים נישט צונעמען דעם פאקט אז זיי זענען חסידי באבוב, און ער איז דער אדמו"ר פאר חסידי באבוב.
לויט בית דינ'ס שטוינענדע איינזייטיגקייט און בלינדע גאלאפ אונטערצורייסן און אונטערצודרוקן א קהילה קדושה בישראל פון יעדער ריכטונג אן איבערלאזן א ברעקל ארט פאר אויפריכטיגקייט איז אינטערעסאנט אז זיי האבן דאס נישט אין אכט גענומען און אויסגעשלאסן דעם נאמען חסידי באבוב.

א שיינער געדאנק
עס איז גארנישט אנדערש ווי קהל ''חסידי ירושלים רבי''
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:45 pm#218535
אויב רמ"ד איז נישט באבובער רבי, פארוואס זענען זיינע מענטשן חסידי באבוב?
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:49 pm#218537
יאיר האט געשריבן:אויב רמ"ד איז נישט באבובער רבי, פארוואס זענען זיינע מענטשן חסידי באבוב?

Nonsense
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:50 pm#218538
יאיר האט געשריבן:אויב רמ"ד איז נישט באבובער רבי, פארוואס זענען זיינע מענטשן חסידי באבוב?



זאג נישט אויס ביזט א גיורות. סאיז א חשש גילוי.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:58 pm#218540
איך זעי אז כו"ע מודה אז רנ"ץ איז זיכער געווען די יורש פון ר"ש אויב אזוי וויל איך פארשטיין ווי זוי מ'האט דאס צוגענומען פון אים

אויב האט ער עס געירשנט איז עס זיינס אפי' די טאטע קען עס נישט צוריקנעמען פון אים ס'איז זיין חפץ ער האט דאס אפגעקויפט מיט די שטערקסטע אופני קניינים
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:05 pm#218543
הדד האט גאר שיין ארויסגעברענגט זיין זייט פון די מעשה, הערליך הערליך באשריבן זיינע געפילן און כ'האב גראדע ליב ווי א מענטש שרייבט אזוי.

לגבי די נאמען, אגרי איך מיט די חבירים דאהי וואס שרייבן אז הייסן באבוב45 איז קינדעריש, נעריש און גאר אידיאטיש! רעדט מען דא וויאזוי די גאס גייט זיי רופן? די גאס גייט זיי ווייטער רופן 48 און 45 אפילו ער גייט הייסן מכנובקה-צאנז, אדער גייט מען זיי ווייטער רופן ביי די נעמען [ר'] בנציון און [ר'] מרדכי דוד, קיינער גייט זיך נישט יעצט טוישן גארנישט, ס'איז נישט קיין כוונת הלב צו תולדות אברהם יצחק. ס'גייט ווייטער בלייבן ווי ס'איז געווען די לעצטע 10 יאר. ווען ס'זאל יעצט אויסברעכן א פייט צווישן וויזניץ און מרכז וויזניץ איז דען א שאלה אז ס'גייט בלייבן די נאמען [ר'] ישרול'טשע און [ר'] מענדעלע? א טויש אין סאטמאר גייט טוישן דאס רופן [ר'] אהרן און [ר'] זלמן לייב? כ'גלייב שווער.

נאר וואס דען, מ'רעדט דא פון די אייגענע, דאס אייגענע לאוגא, די אויפשריפטן אויף די בניני המוסדות, די באסעס, די אינוויטעישאן צו די חתונה (ווי איך פארשטיי קען רמ"ד אדער שרייבן:
מרדכי דוד אונגאר
חתן כ"ק אדמו"ר מ'באבוב זצ"ל

אדער:
מרדכי דוד אונגאר
חתן כ"ק אדמו"ר זצ"ל
מ'באבוב-45

בקיצור, ער אליינס קען זיך נישט רופן באבוב אליינס, ער קען נישט שרייבן אינערגעץ באבוב אליינס, און שרייבן 45 ווען רב"צ גייט נאר שרייבן באבוב אליינס איבעראל, וואס טוהט ער אויף?

(אפגערעדט ווי אזוי וועט ר' יושע רובין שרייבן?)

דער איד וועט זיך מסתמה אויך מוזן צושטעלן און שרייבן "באבוב" און "באבוב45", דער בלאט וועט זיכער.... די וואך קען אפשפארן... דער בליק קאווערט אים עניוועיס נישט.

סאו ווי פונקטליך גייען זיי פארדינען מיטן זיך רופן "באבוב45"? און נישט עפעס א קלאסישע נאמען וואס נאך 10 יאר, ויקם דור חדש און מ'ווייסט ניטאמאל אז ס'איז געווען א מחלוקה און צד רמ"ד האט פארלוירן.

איבערן שרעקליכן פארברעך פונעם בי"ד גייט כמעט פאר קיינעם נישט אנגיין אינעם נעקסטן דור.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:14 pm#218547
אבטולמוס האט געשריבן:זייער שיין געשריבן, @הדד בן בדד. אבער איבער דעם ענין פון רופן אייער קהילה "באבוב 45" בין איך איינשטימיג מיט @איטשע. "באבוב 45" איז א גאר מאדנער נאמען, און אויסצוקלויבן דעם נאמען בלויז מיט א חשבון אז קהילת האדמו"ר רב"צ וועט גערופן ווערן "באבוב 48" איז א בחינה פון תמות נפשי עם פלישתים. זענט איר טאקע גרייט צו בלייבן שטעקן מיט א מאדנעם נאמען פאר לאנגע יארן בלויז ווייל עס וועט אפשר א טראפקעלע אראפנעמען לעגיטימאציע פון רב"צ? איז טאקע דער פלאן ווייטער צו פירן א לעכערליכע מחלוקת אן קיין שום אופן וויאזוי עפעס צו פארדינען דערפון?

דאס איז חוץ דעם פאקט אז איר קענט זיין זיכער אז אלע היימישע אויסגאבעס וועלן פינקטליך אויספאלגן דעם דין תורה, און וועלן רופן רב"צ "באבובער רב" אפילו אויב אין דער גאס וועט מען אים רופן "באבוב פארטיעיטער רב". דאס זעלבע ביי יעדן אפיציעלן מעמד וועט קהילת רב"צ גערופן ווערן "באבוב" אן קיין שום צוגאבע.

ווי ביטער עס שפירט דארפט איר ארייננעמען אין קאפ אז די מחלוקת איז געענדיגט. קהילת האדמו"ר רמ"ד האט פארלוירן, און עס איז צייט איבערצומישן דעם בלעטל. איר דארפט מאכן שבת פאר זיך, פארגעסן פון קהילת רב"צ, און זיך רופן מיט א פאזיטיוון שיינעם נאמען, א שטייגער ווי "צאנז-באבוב".


איך שטיי און ביהמ"ד שוין זייט שבת און שריי דער זעלבע זאך, פארוואס זאל מיר אונז מאכען צו נער, א בי אז רב"צ זאל פלאצען, לאמיר גיין ווייטער און זיך רופען מיט א הייליגער נאמען וואו צאנז- באבוב, (וואס פאר מיר וואלט עס געוועהן א לכתחילה שבלכתחילה).



כוכב האט געשריבן:יעצט רעדט מען איבער דעם נאמען "חסידי באבוב" וואס איז א היבשע ספין ווייל מ'קען אים נישט צונעמען דעם פאקט אז זיי זענען חסידי באבוב, און ער איז דער אדמו"ר פאר חסידי באבוב.
לויט בית דינ'ס שטוינענדע איינזייטיגקייט און בלינדע גאלאפ אונטערצורייסן און אונטערצודרוקן א קהילה קדושה בישראל פון יעדער ריכטונג אן איבערלאזן א ברעקל ארט פאר אויפריכטיגקייט איז אינטערעסאנט אז זיי האבן דאס נישט אין אכט גענומען און אויסגעשלאסן דעם נאמען חסידי באבוב.



איך פארשטיי אז דער אפציע איז שוין אראפ פון טיש ווייל לויט דער פסק דארף עס זיין א שם עיר.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:17 pm#218564
באבובער האט געשריבן:
איך פארשטיי אז דער אפציע איז שוין אראפ פון טיש ווייל לויט דער פסק דארף עס זיין א שם עיר.


נו, דו ווייסט וויפיל "חסיד'ישע" שטעטלעך זענען געווען אינדערהיים?
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:43 pm#218571
הדד,
א הערליכע ארבעט,פון אלע זייטען.
מעגסט אפדרוקען דיין אנאליז און פארשפרייטען.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:55 pm#218573
הדר זייער זייער שין באשריבען, איטשע זאגסט א נקודה נאר איין תשובה וויל איך, ניין יאר (דו זאגסט אז ס'איז 7 יאר) האט מען געקאכט אין יוניפורמס און עמבלעמס??? וואו זענען די נימוקים פון די ד"ת??
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:28 pm#218580
איך האב נישט מיטגעהאלטן דעם דין תורה יעדן טריט און שריט, איך קען קוים נאכקומען מיינע אייגענע פאליטיק זאל איך נאך האבן צייט פאר יענעם'ס וואס איז אירעלעווענט פאר מיר..?

אבער ווי איך פארשטיי איז די באבוב'ע דין תורה יא געווען מער איבערן יורש/נאמען אישו, אדרבה געט א בליק אין וויזניץ-בני ברק אין וויליאמסבורג, כמדומה לי זענען געווען די זעלבע רבנים, דארט איז געווען א פסק טשיק-טשאק און יעדער איז מער ווייניגער צופרידן געווען, מ'האט זיך נישט גע'הרג'ט איבערן נאמען, לאוגא, וכו', נאר איבער די בנין אליינס און די ווערט דערפון, די רבנים האבן קיין געים נישט געשפילט און א פסק איז געווען אינדרויסן זייער שנעל און מ'האט באצאלט תיכף ומיד ונפרדו לשלום.

דא ווי איך האב פארשטאנען און דא געשריבן האבן ביידע צדדים געהאט זייערע צייטן ארומצושלעפן, בעיקר האט רמ"ד זיך געוואלט עסטעבלישאן מיטן נאמען.

די נאמען באבוב איז געווען די הויפט אישו, און אלע אנדערע זאכן אין דעם איז געווען וואס מ'האט דן געווען
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:38 pm#218583
הדד בן בדד האט געשריבן: און דערפאר זעה איך דאס דוקא אלס א געלונגענעם טריק פון צד 45, יא, מען גייט מן הסתם מאכן נייע לעטטערהעדס, "קהל באבוב 45", און אזוי אויך אויף די באסעס, די חוזק אבער גייט זיין יעדעס מאל באזונדער אויף דעם בעסדין און נישט אויף באבוב, יעדעס מאל וואס אזא באס וועט ארום פארן אין בארא פארק גייט עס דערמאנען פאר טויזענטער פרעמדע מענטשן דעם עוול ופשע וואס דא איז אפגעטוהן געווארן.

...



דאס ווילסטו?
אז יעדער מאהל מען זעהט דער נאמען אויף א צעטעל באס בנין וכד' זאל מען זיך דערמענין דער ביטערע פליק וואס מ'האט באקומען.
אדער זאל מען זיך ריפען עפעס נארמאל, וואס נאך א שטיק צייט וועט ווערן א דבר פשוט אז כ"ק אדמו"ר המהר"ש איז אויך געוועהן אבק"ק צאנז- באבוב וכדו'.

וואס ווילסטו? אז צו אונזערע קונדער זאל ווייטער אריבערגיין דער ווייטאג און שנאה אויף רב"צ, אדער ווילסטו א לעכטיגע פאזעטייוע חסידות?
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:22 pm#218635
עס איז דא אפאהר זאכן דא.
1 . באבוב (48 לשעבר) האט קלאר געציטערט פאר זייער לעבן, דאס האב איך מפה קדשו פון שמחה ראטה, ממילא זיי האבן ארויפגעברענגט פשרות לרוב, ווי למשל די בנין אויף 42 סטריט, מיט א צונאמען און קודם צעהן מיליאן דאללער דערנאך זענען זיי ארויף צו פופצן, זיי האבן גוט מורא געהאט פון די ענדע.
2. הוד והדר די האקסט כל דבר אסור אויפן טשאקעווער, קודם כל די הויז האט אברהם לעזער געבויעט פאר די דין תורה, איר האט אלע פון דעם געוואוסט. צווייטנס זיין זוהן איז א מגיד שיעור אין באבוב45 (אדער צאנז באבוב), ממילא אויב שוחד נאדער די האסט אויך געגעבן.
3. שוחד שטייט אויף א דיין אז "ער" טאר נישט נעמען קיין געלט פון א בעל דין, אבער זיינע קינדער, מאן דכר שמיה ווי נעמסטו אזא הלכה.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:35 pm#218640
איטשע האט געשריבן:גם לי גם לך לא יהיה, אזוי וואט מען רופן באבוב פאריעיט! נישט איך און נישט עם! זיצט א רבי אין א קהלה, און איז גרייט (עכ"פ אזו שטייט אינעם פסק דין פון בי"ד) זיך צוריפען מיט אזא צודרייטן נאמען, פאר איין איינציג סיבה, מיין פעטער זאל צופלאצט ווערן, יא ער איז א שר התורה, מסכים.


איך קען נישט גלייבן ווי שטארק דו קענסט דיך צונאר מאכן צו שרייבן אזעלכע זאצן נאך וואס מהרב"צ האט קאמאנדעוועט ניין יאר אז מ'זאל נישט לאזן רמ"ד נוצן דעם נאמען באבוב.. שרייסטו אבי דער פעטער זאל צופלאצט ווערן! ענדערש כאפ א שווייג אנשטאט צו פארשרייען דיין רעבינס קרומקייט.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:26 pm#218649
מיינע אבזערוואציעס
לכבוד מיינע ידידים מבאבוב מפלג ר' מרדכי דוד. לערנט אייך פון היסטארי. פון אנדערע חסידות. בילדינג ארויף דין תורה אראפ. נאמען ארויף יוניפארעם אראפ. סאיז אלעס גיט פאר די בחורי חמד. ווי ווייט מיר ווייסען איז ענקער מנהיג א וואוילער מנהיג מיט גאר גיטע באצואינגען צו זיינע חסידים ותלמידים. ער גיבט זיך אפ מיט די בחורים יומם ולילה. לערנט פאר שיעורים און איז עוסק מיט עניני קהלה טאג אין נאכט. זייט נישט באזארגט איר וועט אלע קלעפ אריבער טראגען. אויב די פסק מיינט א קלאפ.
קוקט וויאזוי אנדערע רבי'ס ווי בעלזא תולדות א"י וויזניץ ולאחרונה מהר"א מסאטמאר ועוד כמה וכמה האבן געליטען רדיפות מבית ומבחוץ. די אלע וואס האבן עס געמיינט אמת'דיג און געטון אלעס אין די וועלט פאר זייערע חסידים זענען היינט פון די שענסטע מנהיגים. פטור געווארען פון אלע קעץ און קרעץ. פירען די שענסטע קהילות בישראל. די אנדערע וואס אלעס איז די בלויע בעקיטשע מיט די שיינע פיאות האבן אזוינע חסידים וואס ווילן נאר וויסען וויפיל רויטע לייטס פארן נאך דעם רבי'ן אין קעמפ אדער קיין חו"ל. די קוואליטי פון ענקערע חסידים זענען ב"ה אויף א הויעכע שטאפעל זייטס גליקליך מיט ענקער מנהיג. ער איז א מתמיד עצום א גאון בתורה אאו"ו
איך זאג נישט ח"ו אז רב"צ איז נישט א מנהיג טוב לעדתו. מי אנכי צו זאגען. זיכער איז ער א אב נאמן לעדתו מיט אלע מעלות בק'. אבער קוקט פאזיטיוו. די רעדע איז יעצט פון ענקער פירער. איר האט אים נישט פארלוירען. כל זמן איר האט אים אלס רבי איז דא מיט וואס צו שטאלצירען. אן זיין צובראכען אז איר פארלירט עפעס ווייסעך וואס דורך די דין תורה.

הערט אויף מיט די העצערייען קעגען בי"ד. רוב אידן וואס ווילן נישט אריינגיין לעומק הדברים וועלן נישט נאכפארשטען מברר צו זיין אויב כנים הדברים אז בי"ד האבן געטון א אומרעכט. עס ווילט זיך ענדערש זאגן אז יא די רבנים זענען ערליך. אזוי איז דער פסק. ווישט אייך אן די נאז. קויפט א נייע בילדינג. מאכט אייך באקוועם מיט אייער באליבטער רבי. זייטס העפי!
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:45 am#218697
לאליפאפ האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:גם לי גם לך לא יהיה, אזוי וואט מען רופן באבוב פאריעיט! נישט איך און נישט עם! זיצט א רבי אין א קהלה, און איז גרייט (עכ"פ אזו שטייט אינעם פסק דין פון בי"ד) זיך צוריפען מיט אזא צודרייטן נאמען, פאר איין איינציג סיבה, מיין פעטער זאל צופלאצט ווערן, יא ער איז א שר התורה, מסכים.


איך קען נישט גלייבן ווי שטארק דו קענסט דיך צונאר מאכן צו שרייבן אזעלכע זאצן נאך וואס מהרב"צ האט קאמאנדעוועט ניין יאר אז מ'זאל נישט לאזן רמ"ד נוצן דעם נאמען באבוב.. שרייסטו אבי דער פעטער זאל צופלאצט ווערן! ענדערש כאפ א שווייג אנשטאט צו פארשרייען דיין רעבינס קרומקייט.


במחילה גדולה פון כבוד הרב לאליפאפ, אבער איטשע האט א נקודה, און דיינע רייד זענען סתם ווילד געשריבען.
טאקע גענוי דאס איז די נקודה דא. באבוב איז א קאמפאני/חסידות נאמען, ר' בן ציון וחסידיו ווילן נישט אז א צווייטע זאל דאס נוצען, אזוי ווי עס קרענקט סאטמאר אז דער אנדערע זייט רופט זיך אזוי, און עס קרענקט וויזניץ אז ר' מענדל רופט זיך אזוי, און עס קרענקט דעם בעלזער רב אז די מאכניפקער רופן זיך אזוי. גענוי אזוי קרענדט עס באבובער חסידים, אז ר' מרדכי דוד רופט זיך אזוי.
ווען נישט וואס ר' מרדכי דוד וואלט ווען געלאפן אין קאורט/בי"ד, וואלט ער געהייסן 'באבוב' עד היום הזה, און ר' בן ציון וואלט זיך געמוזט ווישן דעם נאז. און בד"א, וואלט רמ"ד אסאך בעסער אויסגעזען, הן אין דער וועלט, הן פינאנציעל, הן מיט מאראל. רב"צ האט נישט געהאט מיט וואס צו נעמען ר' מרדכי דוד צום די"ת, און פאר דער נאמען אליינס וואלט ער עס נישט געטוען. צו זיין מזל, האט ר' מרדכי דוד געמאכט די שמוציגע ארבעט פאר עם, ער איז געלאפן אין קאורט, פון דארט צו דין תורה, דין תורה האט גע'פסק'נט, אז ער מוז צולייגען א נאמען.
דער זעלבע תורה, וואס האט אזוי גע'פסק'נט, ביי תולדות אהרן, פינסק קארלין, און נאך, דער זעלבע תורה האט דא גע'פסק'נט דער זעלבע פסק.
איינער האט עפעס "קאמאנדעוועט ניין יאר אז מ'זאל נישט לאזן רמ"ד נוצן דעם נאמען באבוב"? בארואיגט אייך. רמ"ד האט תובע געווען פון באבוב "אלע געביידעס", לכבוד דעם האט רב"צ עם תובע געווען דער "נאמען". בלאז נישט אויף די באבל גרעסער ווי ס'איז.

יעצט קומט ר' מרדכי דוד מיט א געניאלן איינפאל, אמת איך קען טאקע נישט הייסן באבוב, אבער העלאו, איך גיי צופיקסן מיין פעטער. כ'גיי מיך רופן באבוב45, זאלן מען לאכן פון מיר אין די גאס, אבי מען זאל "חס ושלום" נישט רופן מיין פעטער "באבוב", אולי וועט עס מיר געלונגען, און מען וועט עם רופן "באבוב48".
וואס רב"צ האט געטוען צו רמ"ד לגבי דער נאמען אין דין תורה, איז העכסט נארמאל. יעדער נתבע, פראבירט מיט א קאונטער קלעים. און דאס איז געווען דער איינציגסטע לעווערעדזש וואס באבוב האט געהאט, און גאנץ א פארשטענדליכע.
ווידער וואס רמ"ד פלאנט צו טוען, עי' למעלה וואס דער עולם האלט.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:30 am#218699
ביי מיר איז דא איין עולה פון די פסק, און די סיבה פארוואס מ'קען עס נישט מדמה זיין צו קיין שום אנדערע פסק דין ווי תולדות אר"י, כונת הלב, פינסק, וכדומה,

רבונו דעלמא כולא! וועלכע פון די אלע אנדערע דין תורה האט זיך געשלעפט א הימלשרייענדע 10 יאר, ס'זענען דא היינט אין באבוב קינדער בר מצוה בחורים וואס זייער גאנצע לעבן איז געווען אז מ'ווארט אויף א פסק בי"ד אין משיח צדקינו, 10 איז שוין א עפאכע, א תקופה,

קומט א אינקאמפעטענט בי"ד, און נאך 10 יאר, האט די געמיינע חוצפה צו זאגן פאר א אנגעזעהנער אדמו"ר, דריי צוריק דעם זייגער, "טויש דיך די נאמען, און ביסט מחויב צו זאגן פאר יעדן אז איך בין נישט באבוב", און האט נאך דא העזה צו זאגן אז ס'ליגט חכמה דערין

האלא! ווען דער פסק קומט ווען ארויס נאך א נארמאלע צייט, א יאר צו וויפיל, וואלט דאך קיינער נישט געדארפט זאגן פאר קיינעם אז ער איז נישט באבוב, ס'וואלט זיך לכתחלה אזוי איינגעפעדעמט ושלום על ישראל...

עטס בי"ד זענט אינגאנצן שולדיג פארוואס רמ"ד איז נקרא בכל העולם אדמו"ר מבאבוב, און יעצט דארף רמ"ד זיין גאר דער וואס ברויך צוריקדרייען וואס ענק האבן אנגעווערטשאפט, פאר ענקער אינקאמעפטענטקייט זענען ענק מחייב א אדמו"ר זיך אראפציען די הויזן אין מיטן 13טע עוועניו

איך אלס א ר' אהרן סימפאטיקער, וואלט קיינמאל יעצט נאך 10 יאר פארלאנגט פון רז"ל אז ער זאל זיך יעצט טוישן די נאמען, ביליוו מי איך וואלט פראטעסטירט

דאס איז קיין שום מענטשליכקייט, קיין שום אחריות, קיין שום רעספעקט,
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:43 am#218700
Cp

סאיז דא א באוויסטע ווארט פון איינער פון די צדיקים ווי ער האט מסביר געווען (פאר) נאפאליאן פארוואס ער וועט האבן א דורכפאל, האט ער געזאגט אז ס'איז געווען א פריץ וואס האט זיך געלאזט וואילגיין און געקויפט די פיר בעסטע שוועדישע פערד, פארשטייט זיך אז זיין וואגען האט גאלאפירט מיט א מעכטיגע שנעלקייט, ביים נעקסטען באנקעט האט ער זיך שטאלצירט מיט זיינע מעכטיגע פערד.
א צווייטער פריץ האט זיך באררעכנט צי איבערשטייגען דעם ערשטען, ער האט געקויפט די בעסטע פערד פון דענמארק און פון בעלגיע און ענגלאנד און פראנקרייך, בקיצור ער האט געהאט די בעסטע פערד פון די וועלט, ער שפאנט איין די פיר פערד צום וואגן, ער שמייסט און שמייסט און גארנישט, ער איז געגאנגען פרעגן דעם ערשטן פריץ פארוואס ס'גייט נישט, האט ער אים מסביר געווען, דארפסט פארשטיין, מיינע פיר שוועדישע פערד איך שמייס איינעם און אלע שפרינגען, משא"כ דיינע פערד, די פראנצויזישע פערד גייט נישט אן אז די בעלגישע פערד כאפט שלעק, אא"ו.
האט ער מסביר געווען נאפאליאן, האט טאקע די בעסטע מיליטער, אבער ס'איז צאמגעשטעלט פון פארשידענע פעלקער, משא"כ די רוסישע מיליטער, ס'איז טאקע נישט אזוי מעכטיג, אבער ווען איינער ווער דערהאגעט ווערן די אנדערע מער אויפגעהייטערט און קאמפס גרייט.

לענינינו די ווייטאגליכע נושא פון דיני תורה, איך מיין אז די פראבלעם דערפון דארף מען נישט מסביר זיין פאר קיינעם, ובפרט נאך דעם שאנדפולן פסק פון די וואך, אוי לאותה בושה, נאר וואס דען אבל אשמים אנחנו, אידען יחידים האבן געבליטיגט פון די רשעות און הפקרות וואס איז אנגעגאנגען, סיי די געלט רויבעריי, די עינוי הדין, די לעק אוו טרענספערענסי, די זערא אקאנטעביליטי, סתם ליצנות און צייט פארברענגעריי, דאס רעדן מיט איין צד שלא בפני בעל דינו, די טוענים ובוררים פראצעדור וואס גענצליך ארויס פון הלכה'דיגן פראפארץ.

ווידער דער צוגאנג פון די רבנים און די קהלות ומוסדות צו נעמען טריקענערהייט די שטעלונג פון די דיינים, לכל אשר ידבנו לבם, פסקים סירובים עיקולים יו נעים איט, מען שמייסט דאך יענעם און איך דארף מיך נישט צוטוהן מאכען, האט מען אלע קהילות און זייערע רבנים געגעבן אביסל פון דעם מעדעצין טועם צו זיין.

מ'האלט מיר נאך די גרויסע חילול השם המכונה פסק דין אין באבאוו, וואס איז אזוי שוידערליך מיט די פסק?

1) די צייט וואס די דין תורה האט גענומען, 9 גאנצע יאר, דאס מיינט אז בר מצוה בחורים געדענקן שוין נישט וויאזוי באבוב האט אמאל אויסגעקוקט, אדער ווי בית דין אליינס שרייבט 'הסכסוך "אם זה עוד נוגע" אודות בגן...'

2) די געלט וואס די דין תורה האט אפגעקאסט - דיינים האבן באקומען צווישן 250 און 350 א שעה!, (3 דיינים, 2 בוררים, 2 טוענים, צוויי ספרא דדיינא'ס), א יעדע זיצונג האט גענומען א וואך, א קיימא לן פון איבער 90,000 דאלער, דאס איז געווען לפעמים צען זיצונגען א יאר איז קרוב צו א מיליאן דאלער יעדע יאר, און פאר 9 יאר 8 מיליאן דאלער, (פארשטייט זיך סאיז געווען נאך הוצאות, מהאט געברענגט אפרעיזלס, לויערס, געדינגן פלעצער צו זיצן וכו'.

3) די סכום שטותים וואס איז אויסגעשמועסט אין דעם פסק, די עכטע פסק די נכסים די נאמען און די געלט איז 4 סעיפים, דערנאך אנבעליוועבל איבער 20 סעיפים פון גארבידש, די אותיות 45 ווי גרויס און קליין ס'מעג זיין, די יוניפורם חלילה נישט זיין די זעלבע, די קליינע מיידלעך מיט זייער יוניפורם זענען דאך די מכריע ווער ס'איז עכטע באבוב.

די אינערליכע געפיל וואס איך האב פאר ר' מרדכי דוד איז מיינע פריוואטע נגיעות, יעדע מענטש ווען ס'פאסירט אן אומגליק ח"ו מיט א צווייטען, די ערשטע זאך וואס די מח פרובירט אויסצוחשבונן איז, אז צו מיר קען דאס נישט פאסירן, ס'האט פאסירט צו יענעם וועגן דאס און וועגן יענץ, משא"כ איך נישט, איך בין פראטעקטעד אדער איך גיי מיך פראטעקטן.

די סך הכל פון די פסק דין אז ר' בנציון באקומט אלעס! און די פאר פארשטינקענע דאלערס וואס רמ"ד באקימט יא, צוטיילט אין 20 פעימענטס אז פאר די נעקסטע 5 יאר, אויב חלילה א 45 מיידל וועט אנטוען די טארטיקובער יוניפורם, אדער איינער אין מאנטשעסטער פארגעסן צו שרייבען 45 מיט די זעלבע סייז פאנט, וועט שוין רב"צ זיין פטור פון דעם אויך, איז דאך אין קארצן געזאגט ער איז ארויס נקי מכל.

מיין מח האט נאך נישט קולט געווען פארוואס צו מיך וואלט עס נישט פאסירט, אין אנדערע ווערטער, איך זעה נאך נישט די אויפריכטיגקייט אין רב"צ'ס טענות, די איינציגסטע זאך וואס מיין ארימע שכל זעהט פאר א לעזונג איז זיך שלאגן ביז בלוט, ווייל ווער ס'וועט האבן געכאפט די מאכט דער וועט דאס האבן צום סוף, היות איך בין מזרע יעקב נישט מגזע פון הייליגן ידיים ידי עשו שפיר איך זיך הילפלאז.

לאמיך אביסל טרייען צו פארשטיין וואס איז דא באמת ראנג. אזא עקסטרעמע פסק און אזוי איינזייטיג קומט געספרינקלט מיט דברי תורה, משא"כ דער יעצטיגער פסק דין מעג מען לייענען אין בית הכסא אויך, ממילא איך אלץ ציווילע בירגער ווייס נישט מה חרי האף הגדול הזה, פארוואס קימט אים גארנישט און צד ב' אלעס, און אז די בית דין גיט נישט קיין הסברים איז דער טבע פון מענטשען אליינס צו מאכען הסברים. ס'קוקט אויס צו מיינע פליישיגע אויגן אז די סיבה פארוואס עס שטייט נישט די סיבה איז ווייל ס'איז נישטא קיין סיבה, ובפרט די נאמען באבוב פארשטיי איך שוין בכלל נישט, ס'איז דא 3 סאטמאר, 3 וויזניץ, 20 ספינקא, 40 לעלוב, 50 נאדבורנא, אפילו 2 סקווירא אויך, פלוצלינג איז געפערליך ס'מעג זיין נאר איין באבוב, ממש די קאליר מיט די נאמבער און סייז פון די פאנטס איז בהכרח פארזיגלט.

די אמת איז אז טאקע דא ליגט דער הינט באגראבן, פארוואס האט 85 פראצענט פונעם פסק דין געשטעלט אויף דעם "נאמען באבוב", אלא מאי די בית דין איז אזוי ביזי ארבעטן פאר צד ב' זיי געדענקן שוין אפילו נישט וואס די דין תורה איז אל עבאוט, די בנינים האט שוין ר' בנציון עניוועיז, די איבריגע האט מען צוגעכאפט מיטן שלייער פון פסק דין זמני וחלקי, נאר די נאמען, דאס איז זיי געלעגן אין קאפ, וויזוי מען גייט דעם נאמען צוכאפן, ממש לא נתקררה דעתם ביז זיי האבן געשריבן 20 סעיפים וועגן די נאמען, ממש א גאנצער שולחן ערוך הלכות שמות קהילות, אוי הייליגער דברי חיים מי יגלה עפר מעיניך זעהן ווי די אייניקליך זענען זיך אזוי מעמיק און שמות גיטין וקהילות.

בעצם סאטמאר איז שוין 5 יאר פריער געגאנגען אין קארט, און קיינער בלעימט זיי נישט, יעדער ווייסט פארוואס, נו פארוואס האט ר' מרדכי דוד נישט געהאט קיין שכל, אבער די אמת איז אז תשנ"ט ווען מהאט גערעדט אז די בתי דינים זענען גארנישט ווערט וכו', און מ'האט באשולדיגט אז בעלי דינים זענען קרוקס וכו' זיי פאלגען נישט וכו', די באבובער דין תורה האט ענדליך אויפגעדעקט דעם אמת די בעלי דינים זענען פיין, די דיינים זענען פארפוילט מכף רגל ועד ראש.

מען האט שוין לאנג געדארפט זוכען עצות ותחבולות אפצושטעלן די קאררופציע, איך מיין די שורש פון אלעם איז די ריזיגע געלטער, 350 דאלער א שעה מה יעשה הבן שלא יחטא? אפילו ר' מרדכי באב"ד שוין א ערליכער, ס'איז געקימען סאטמאר בארא פארקער דין תורה האט ער זיך אויפגעפירט ווי א מאפיע, איך זאג דיר צו אז פאר 25 דאלער א שעה טוט ער דאס נישט, הגם ליידער אויסער די געלט איז דא א רעיס צווישן די באב"ד ברודערס ווער ס'גייט אריינכאפן מער רבי'ס זיך צו דארפן ביקען צו זיי.

מען טאר נישט פארגעסן די הלכה פסוקה אין שלחן ערוך איז, הנוטל שכר לדון כל דיניו שדן בטלין, אלא א"כ ידוע שלא נטל בהם שכר, ואם אינו נוטל אלא שכר בטלתו מותר, והוא שיהיה ניכר לכל שאינו נוטל אלא שכר בטלתו, כגון שיש לו מלאכה ידועה לעשות בשעה שיש לו לדון, ואמר לבעלי הדין תנו לי שכר פעולה של אותה מלאכה שאתבטל ממנה, והוא שיקבל משניהם בשוה. אבל אם אינו ניכר כגון שאומר שמא יזדמן לי שכר בקניית סחורה וסרסרות ובשביל זה מבקש שכר אסור.

קאמענטארן זענען באמת איבעריג, עפ"י דין זענען זייערע פסקים נישט קיין פסק בכלל, און און לויטן דברי חיים אויב די בעלי דינים זענען נישט צופרידען מיטן פסק זענען זיי יעדע פעני מחויב צוריק צו געבן, ס'וועט נישט העלפן קיין תשובות פון מזנה צדק, און נישט פון הברי והמשומד.

די איינציגסטע וועג צו ציברעכן די קארופשען איז מאכען א קול קורא פון אלע רבנים אז מען טאר נישט נעמען מער ווי 25 דאלער א שעה, ווער ס'פאלגט נישט און נעמט יא איז זיין פסק נישט קיין פסק כמבואר בשולחן ערוך לגבי הנוטל שכר לדון דיניו בטלין.

די אמעריקאנער רבנים וועלן דאס נישט אזוי שנעל אינטערשרייבען, אבער מען דארף אנהייבן אין ארץ ישראל, רב וואזנר, רב קרליץ, די עדה, ר' חיים קניבסקי, הרב שטיינמאן, הרב אויערבאך, וכו' דערנאך די יוראפעיאר רבנים, רב פאדווא, רב שיף, רב ברייש, וכו' ר' יחזקאל ראטה, דערנאך וועלן שוין אלע אמעריקאנער אינטרשרייבען.

און לדעתי וועט דאס מאכען א סוף צו די קאררופשען, למעשה אין אדם חוטא ולא לו, פאר פארשטינקענע פאר גרייצער גייט זיך קיינער נישט פארשמוציגען.

סאטמאר, באבוב, וויזניץ, עטץ האטס געשפירט דעם טעם פון עינוי הדין און עיוות הדין, יעצט איז די צייט צו מאכען ארדענונג.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:52 am#218701
גאלד האט געשריבן:ביי מיר איז דא איין עולה פון די פסק, און די סיבה פארוואס מ'קען עס נישט מדמה זיין צו קיין שום אנדערע פסק דין ווי תולדות אר"י, כונת הלב, פינסק, וכדומה,

רבונו דעלמא כולא! וועלכע פון די אלע אנדערע דין תורה האט זיך געשלעפט א הימלשרייענדע 10 יאר, ס'זענען דא היינט אין באבוב קינדער בר מצוה בחורים וואס זייער גאנצע לעבן איז געווען אז מ'ווארט אויף א פסק בי"ד אין משיח צדקינו, 10 איז שוין א עפאכע, א תקופה,

קומט א אינקאמפעטענט בי"ד, און נאך 10 יאר, האט די געמיינע חוצפה צו זאגן פאר א אנגעזעהנער אדמו"ר, דריי צוריק דעם זייגער, "טויש דיך די נאמען, און ביסט מחויב צו זאגן פאר יעדן אז איך בין נישט באבוב", און האט נאך דא העזה צו זאגן אז ס'ליגט חכמה דערין

האלא! ווען דער פסק קומט ווען ארויס נאך א נארמאלע צייט, א יאר צו וויפיל, וואלט דאך קיינער נישט געדארפט זאגן פאר קיינעם אז ער איז נישט באבוב, ס'וואלט זיך לכתחלה אזוי איינגעפעדעמט ושלום על ישראל...

עטס בי"ד זענט אינגאנצן שולדיג פארוואס רמ"ד איז נקרא בכל העולם אדמו"ר מבאבוב, און יעצט דארף רמ"ד זיין גאר דער וואס ברויך צוריקדרייען וואס ענק האבן אנגעווערטשאפט, פאר ענקער אינקאמעפטענטקייט זענען ענק מחייב א אדמו"ר זיך אראפציען די הויזן אין מיטן 13טע עוועניו

איך אלס א ר' אהרן סימפאטיקער, וואלט קיינמאל יעצט נאך 10 יאר פארלאנגט פון רז"ל אז ער זאל זיך יעצט טוישן די נאמען, ביליוו מי איך וואלט פראטעסטירט

דאס איז קיין שום מענטשליכקייט, קיין שום אחריות, קיין שום רעספעקט,



גערעכט דער דין תורה סיסטעם האט דער פראבלעים, אז עס נעמט זייער לאנג, דער וואס קען די סיסטעם ווייסט אז אפי' זייער א פשוטע קעיס קען נעמען חדשים אדער יארען. ווען עס קומט צו אזא קאמפלעקעטד קעיס נעמט עס אסאך מער.
בי"ד האט געהאט גאר אסאך ארבייט חוץ פון אלע מציאותן וואס בי"ד האט געדארפט מברר זיין, וואס האט גענימען זייער לאנג. איז דא די הלכהדיקע טענות וואס האט גענומען גאר לאנג, יעדער צד איז געקומען מיט לאנגע מגילות פון טענות ומענות, און דער בי"ד האט געדארפט געבען פאר יעדער גענוג צייט, עי' בספר הברי והשמה, וואס האט און דעם כמעט 300 עמודים איבער אסאך הלכדיקע נוסעים וואס דער בי"ד האט ארומגערעדט.
דער גאנצער פסק איז שוין געווען גרייט פאריאהר שבט, דאס הייסט נאך שבע וחצי שנים פון זיצען, נישט צופיל אבער עטוואס בעסער וואו ניין יאר, אבער די אנשי 45 האבען געטוהן כל מה שביכלתם און געשטיפט נאך א יאר און א האלב, אהן קיין שום מושב בי"ד. ביז בי"ד האט אראפגעלייקט די פיס.
אגב דער פינסק'ער די"ת האט דאכט זיך גענומען בערך 20 יאהר.

דער עיקר איז אז דער עולם האט טענות.
איינער פרעגט מיר, די זעהסט נישט אז דער פסק איז איינזייטיג?
האב איך אהים גענטפערט, נא פארדעהם גייט מען איון די"ת צו זעהן ווער ס'איז גערעכט.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:52 am#218712
יושב בסתר האט געשריבן:דער עיקר איז אז דער עולם האט טענות.
איינער פרעגט מיר, די זעהסט נישט אז דער פסק איז איינזייטיג?
האב איך אהים גענטפערט, נא פארדעהם גייט מען איון די"ת צו זעהן ווער ס'איז גערעכט.

:like :like
מען גייט צו דין תורה פאר א פסק, נישט פאר קיין פשרה, איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:39 pm#218744
גאלד האט געשריבן:האלא! ווען דער פסק קומט ווען ארויס נאך א נארמאלע צייט, א יאר צו וויפיל, וואלט דאך קיינער נישט געדארפט זאגן פאר קיינעם אז ער איז נישט באבוב, ס'וואלט זיך לכתחלה אזוי איינגעפעדעמט ושלום על ישראל...



דאס הייסט אז די ביסט מודה, אויב דער פסק קומט ווען ארויס א יאר שםעטער, איז א גוטע פסק.
נאר וואס, ס'איז א דורך 9 יאהר.
ווי ווייט איך געדענק האט זיך די תורה נישט געטוישט אין די לעצטע ניין יאהר, איז פארוואס פארשטייסטו אז דער פסק מוז זיך יא טוישן.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:20 pm#218772
The winner and the loosers
בהמשך צו הדד'ס שיינע אשכול, וויל איך שרייבן מיינע מיינונג/געפילן בנוגע די פסק.

על פי רוב גייט עס דינען אלס א סיכום אויף נקודות שכבר קדמוני חברי, מיט א נופך משלי בע"ה

ווער איז די געווינער און ווער איז די פארלירער. מיר מוזען פארשטיין אז יעדער איינער קען זיין סיי א געווינער און סיי א פארלירער. לגבי איין זאך א געווינער און לגבי איין זאך א פארלירער. מוז מען אויס שמעוסען אלע צדדים כדי קלאר צו שטעלן ווער איז א געווינער/פארלירער, און לגבי וואס ער איז אזוי.

קודם לאמיר צולייגן אלע צדדים פון די פאטענצאלער געווינערס אין פארלירערס.
1. די רבנים שישבו על המדון.
2. די טוען מצד רב"צ.
3. טוען מצד רמ"ד.
4. די תורה.
5. די אלגעמיינע כח בית דין.
6. בורר צד רב"צ.
7. בורר צד רמ"ד.
8. צד רמ"ד.
9. צד רב"צ.

1. די רבנים שישבו על המדון.
געווינערס: געמאכט אסאך געלט, מצליח געווען צו קומען צו א פסק (אהן א פסק וואלטן זיי געווען סאך ערגער ווי יעצט).
פארלירער: 1. ענוי הדין, 2. רשעות הדין (דאס מיינט נישט די פסק נאר וויאזוי עס איז געשריבן געווארן). זיי האבן זיך פארשמירט זייער נאמען אלס מענטשן וואס לאזן די בעל הדין הענגען פאר א סאך יארן, און זיי האבן זיך פארשמירט זייער נאמען אלס קאלטבלוטיגער רשעים וואס קענען חתמנען אויף א פסק וואס די גאנצע תוכן איז נאר כדי צו שלעכטס טוהן פאר די בעל דין. איך רעד נישט פון די למעשה פון די פסק, איך רעד פון די וועג וויאזוי זיי האבן געשריבן די פסק.
[3. עיוות הדין. איך האב נישט געוואלט שרייבן עיוות הדין, ווייל יא דאס וואס אונז טענהן עיוות הדין וואלט יעדער פארלירער געטענהט. אמת אז איך האלט און בין זיכער אז די למעשה פון די פסק איז מאטיוועטעד מיט בייעס דיינים, און לדעתי זעהט מיר אויס אז דאס איז די דעת פון רוב הקהל, מ"מ קען איך עס נישט אריין לייגן אין די סיכום צוליב דעם וואס אונז זענען נוגע, און דאס וועל איך לאזן פאר פרעמדע ניקס שכבר כתבוהו, און וועלן עס נאך שרייבן דא]

2. די טוען מצד רב"צ.
הרב גרובער איז לדעתי די געווינער דא. ער האט געמאכט אסאך געלט, ער האט דיליווערט נאך בעסער ווי עקספעקטעד. ער קען ערווארטען אסאך ביסנעס אין די פיוטשער.

3. טוען מצד רמ"ד.
פארלירער: הרב שמחה ראטה איז לכאורה א פארלירער, ער האט נישט דיליווערט, אדרבה זיין צד האט געהאט א טאטאלע דורכפאל.
געווינער: ער האט געמאכט שווערע געלטער. בנוסף צו די שעות וואס ער איז באצאלט געווארן צו זיצן און טענהן אין בי"ד, איז ער אויך באצאלט געווארן שעות אויף זיך גרייטן צו די טענות. לדעתי איז ער אויך ארויף אויף די מאפע. ער איז געווען זייער אן אומבאקאנטער טוען. און יעצט האט ער געטראגן א היי פראפייל דין תורה. כאטש ער האט שטארק פארלוירן, איז ער אבער ארויף מער אויף די מארקעט דורך די פאבליסיטי וואס ער האט באקומען.

4. די תורה.
פארלירער: קיינער וועט נישט זאגן אז דאס איז א פסק וואס ברענגט כבוד התורה. דאס וועט נישט זאגן די צד רב"צ און אוודאי נישט צד רמ"ד. דאס ברענגט נישט ארויס די דרכיה דרכי נועם. קען זיין אז צד אונזער צד איז שולדיג קען זיין אז צד רב"צ איז שולדיג, קען זיין אז בי"ד איז שולדיג, אבער קיין כבוד התורה איז נישט ארויס פון דעם.


5. די אלגעמיינע כח בית דין.
פארלירער: נזדעזע העולם ומלואה נאך וואס דער פסק איז ארויס. איינער שרייט עיוות הדין, דער צווייטער שרייט עינוי הדין, דער דריטע שרייט רשעות, הצד השוה, אז מענטשן האבן היינט ווייניגער טראסט אין די בי"ד סיסטעם ווי פאר די פסק איז ארויס.

6. בורר צד רב"צ.
געווינער: הרב גרויז א געווינער מצד די געלט וואס ער האט אריין געשארט, און ועל כלם אויף די גלונגעמע פסק וואס ער האט ארויס געריקט קעגן אונז. ער האט געטוהן א מייסטערישע מאפיאנערישער ארבעט. איך בין זיכער אז דער קעיס וועט זיין אזויווי אסאך אנדערע קעיסעס וואס ער האט געוואנען צו זיין הצלחה. איך וואלט אים געהייערט ווען איך דארף א טוען אדער א בורר. און איך בין זיכער אז רוב מענטשן וואס דארפן איינס וועלן אים וועלן ניצן.

7. בורר צד רמ"ד.
פארלירער: ער האט נישט דיליווערט. ער האט פארפירט זיין צד, פאר דיע וואס ווייסן אלס וואס איז פארגעקומען אונטער די קאליסן. ער האט נישט ארויס געהאט די קרומע מהלך פון אמעריקאנער דין תורה סיסטעם. ער האט שוואכע טשאנסען אז ער זאל ווערן געהיירט פאר א דין תורה אין אמעריקע. און איך בין זיכער אז עס וועט אים קאסטן אויך לגבי דין תורה'ס אין די גארע וועלט.
געווינער: געמאכט א סאך געלט. אויך א געווינס.

8. צד רמ"ד.
פארלירער: כמעט אלעס! (נישט ממש ער האט דאך גערנישט געהאט סייווי. נאר כמעט אלע זייערע תביעות). די בנינים, וואס יעדער איינס איז א פארלוסט פאר זיך. די נאמען פארלוירן למחצה אז ער דארף האבן א לאטע אויף די נאמען פון די חסידות. אמת מיר דארפן קלאפן סלח לנו, פארן פירן אזא צודרייטע מערכה.
געוואנען: אויב מען קען עס רופן געווינען: ביסל געלט 6.2 מיליאן, אויב ער וועט עס באקומען (איך מיין אז די געלט וועט סייווי נישט אהנקמען צו אים לויט ווי איך קען 48). באבוב מיט א צונאמען, דער וואס ווייסט ווי 48 האט זיך געשלאגן מיט ציין און נעגל אז דאס זאל אויך נישט זיין.
דער עיקר איז אז אויב אונז האבן די שכל אין ווישן זיך אפ שלינגען עס אראפ, און הייבן זיך אהן צו בויען, דאס קען זיין וועט זיי העלפן די פסק, אז חלומות וועט שוין ביי אונז נישט זיין און פון יעצט וועלן זיך בויען בכל הכוחות. למעשה אזויווי עס האבן שוין דא געשריבן כמה ניקס אז די רבי וואס אונז האבן איז א רבי וואס מיר זענען שטאלץ מיט, א אפגעהיטענע איד, וואס היט זיך די אויגן, א תלמוד חכם, א מנהיג, און אויך א טאטע וואס לייגט זיך אריין אין יעדעםס פרבלעם. א חסידישע טעם פון דער היים, וואס ברענגט מיט די נאסטאלאג'י פון דער גאליציאנער פארצייטישע צאנזער היים. דאס וועט ביי אונז בלייבן אויף אייביג, עד מאה ועשרים שנה און דאס קען קיינער נישט פון אונז צונעמן.

9. צד רב"צ.
געוינערס: נאל איין מאל געוואנען. אלעס (כמעט) בנינים די נאמען, די לעגיטימאציע. וואס נישט.
פארלוירן: זיי האבן גארנישט פארלוירן!! ניין???
אבער, זיי זענען סטאק מיט זייער רבי מיט אלע זיינע מעלות וחסרונות, וועלן זיי אים דארפן דינען עד מאה ועשרים שנה. בי"ד האט זיי מיט דעם נישט געהאלפן, אים אביסל אריין צו געבן מענטשליכקייט, און דאס גייט זיי באגלייטן לאנג נאך דער קנאק פון נצחון וועט אויסוועפן. עס וועט קומען א טאג וואס די גאנצע נושא פון די דין תורה וועט שוין כמעט אינגאנצן פארגעסן ווערן, אבער זייער רב וועט נאך אלץ זיין זייער רבי/דיקטאטאר. וואלט ער עפעס באקומען א לקח יעצט ביים דין תורה וואלט ער אפשר אביסל געווארן איידלער פון דעם זעענדיג ווי נישט אלעס גייט 'ווי ער וויל'. אבער יעצט זענען זיי סטאק מיט אים און זיי וועלן בלייבן סטאק עד יום מותו (לגבי זיינע קינדער זעה איך יעצט נישט קיין חילוק פון זיי און די רמ"ד'ס קינדער). לגבי דעם זענען זיי גרויסע פארלירערס, דאס קען מעיד זיין יעדער באבובער חסיד, און יעדער וואס האט זיך דארט געדרייט א שטיקל צייט במשך די לעצטע 50 יאר.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:28 pm#218789
איך בין נישט קיין באבוב'ער אבער איך וועל יא ענטפערן, טראץ דעם וואס דו האסט אראפגעלייגט זייער א גוטע אנאליז מצד דיין זייט...
תמימותדיגע האט געשריבן:1. די רבנים שישבו על המדון.
געווינערס: געמאכט אסאך געלט, מצליח געווען צו קומען צו א פסק (אהן א פסק וואלטן זיי געווען סאך ערגער ווי יעצט).
פארלירער: 1. ענוי הדין,

די שאלה וואס איך פרעג שוין כמה פעמים איז צו זיי זענען טאקע גאר געווען די וואס האבן געשלעפט, צו די צדדים זענען אסאך מער שילדיג דערין, צו די צוויי צדדים האבן זיך ארומגשפילט מיט די דאטומען און מיט זינלאזע לעכעריגע טענות, פשוט ארומצושלעפן און נישט פארלירן...
תמימותדיגע האט געשריבן:2. רשעות הדין (דאס מיינט נישט די פסק נאר וויאזוי עס איז געשריבן געווארן). זיי האבן זיך פארשמירט זייער נאמען אלס מענטשן וואס לאזן די בעל הדין הענגען פאר א סאך יארן, און זיי האבן זיך פארשמירט זייער נאמען אלס קאלטבלוטיגער רשעים וואס קענען חתמנען אויף א פסק וואס די גאנצע תוכן איז נאר כדי צו שלעכטס טוהן פאר די בעל דין. איך רעד נישט פון די למעשה פון די פסק, איך רעד פון די וועג וויאזוי זיי האבן געשריבן די פסק.

זיי האבן געשריבן א פסק וויי צו טוהן? זיי האבן געשריבן א פסק ווי אזוי זיי האלטן.. ס'קען זיין דו האסט נישט ליב וואס זיי האלטן, אבער זיי וואלטן סתם אזוי נישט געשריבן א פסק קעגן רמ"ד שליט"א אן דעם וואס זיי זענען פארמישט אין דעם דין תורה. די געווינער צד האלטן אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א מורא'דיגע יושר און צדקת הדין...
תמימותדיגע האט געשריבן:[3. עיוות הדין. איך האב נישט געוואלט שרייבן עיוות הדין, ווייל יא דאס וואס אונז טענהן עיוות הדין וואלט יעדער פארלירער געטענהט. אמת אז איך האלט און בין זיכער אז די למעשה פון די פסק איז מאטיוועטעד מיט בייעס דיינים, און לדעתי זעהט מיר אויס אז דאס איז די דעת פון רוב הקהל, מ"מ קען איך עס נישט אריין לייגן אין די סיכום צוליב דעם וואס אונז זענען נוגע, און דאס וועל איך לאזן פאר פרעמדע ניקס שכבר כתבוהו, און וועלן עס נאך שרייבן דא]

זאגסט גאנץ קלאר.... יעדער פארלירער שרייט דאס....
תמימותדיגע האט געשריבן:2. די טוען מצד רב"צ.
הרב גרובער איז לדעתי די געווינער דא. ער האט געמאכט אסאך געלט, ער האט דיליווערט נאך בעסער ווי עקספעקטעד. ער קען ערווארטען אסאך ביסנעס אין די פיוטשער.

3. טוען מצד רמ"ד.
פארלירער: הרב שמחה ראטה איז לכאורה א פארלירער, ער האט נישט דיליווערט, אדרבה זיין צד האט געהאט א טאטאלע דורכפאל.
געווינער: ער האט געמאכט שווערע געלטער. בנוסף צו די שעות וואס ער איז באצאלט געווארן צו זיצן און טענהן אין בי"ד, איז ער אויך באצאלט געווארן שעות אויף זיך גרייטן צו די טענות. לדעתי איז ער אויך ארויף אויף די מאפע. ער איז געווען זייער אן אומבאקאנטער טוען. און יעצט האט ער געטראגן א היי פראפייל דין תורה. כאטש ער האט שטארק פארלוירן, איז ער אבער ארויף מער אויף די מארקעט דורך די פאבליסיטי וואס ער האט באקומען.

אגרי מיט אלע ביידע שטארק!
תמימותדיגע האט געשריבן:4. די תורה.
פארלירער: קיינער וועט נישט זאגן אז דאס איז א פסק וואס ברענגט כבוד התורה. דאס וועט נישט זאגן די צד רב"צ און אוודאי נישט צד רמ"ד. דאס ברענגט נישט ארויס די דרכיה דרכי נועם. קען זיין אז צד אונזער צד איז שולדיג קען זיין אז צד רב"צ איז שולדיג, קען זיין אז בי"ד איז שולדיג, אבער קיין כבוד התורה איז נישט ארויס פון דעם.

דא קומט ווידער אריין די אישו פון "איז די א פסק זה חייב וזה זכאי" צו דארף מען טאקע אייביג ארבייטן אויף פשרות...
אויב די תורה זאגט אז מ'גייט צו דין תורה און די דיינים זאלן פסק'ענען ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, קומט נישט אריין פשרות, אלעס גייט פארן געווינער און זכאי און דער פארלירער/חייב זאל פאקן פעק און גיין לחיים ולשלום
תמימותדיגע האט געשריבן:5. די אלגעמיינע כח בית דין.
פארלירער: נזדעזע העולם ומלואה נאך וואס דער פסק איז ארויס. איינער שרייט עיוות הדין, דער צווייטער שרייט עינוי הדין, דער דריטע שרייט רשעות, הצד השוה, אז מענטשן האבן היינט ווייניגער טראסט אין די בי"ד סיסטעם ווי פאר די פסק איז ארויס.

ווענט זיך וועלכע עולם... כ'גלייב אז ס'דא וואס וועלן ווייטער וועלן גיין צו דין תורה האלטענדיג אז זיי האבן די שאנסן פון רב"צ
תמימותדיגע האט געשריבן:6. בורר צד רב"צ.
געווינער: הרב גרויז א געווינער מצד די געלט וואס ער האט אריין געשארט, און ועל כלם אויף די גלונגעמע פסק וואס ער האט ארויס געריקט קעגן אונז. ער האט געטוהן א מייסטערישע מאפיאנערישער ארבעט. איך בין זיכער אז דער קעיס וועט זיין אזויווי אסאך אנדערע קעיסעס וואס ער האט געוואנען צו זיין הצלחה. איך וואלט אים געהייערט ווען איך דארף א טוען אדער א בורר. און איך בין זיכער אז רוב מענטשן וואס דארפן איינס וועלן אים וועלן ניצן.

דעם "מאפיאנערישן" וואלט איך ארויסגענומען... נישט ווייל ער האט נישט געארבייט אזוי, נאר כך הוא דרכו של הדין תורה... ביידע צדדים... קען זיין ער קען בעסער די געים, דאס מאכט אים נאכנישט פאר א מאפיא קעגן זיין קעגנער, העכסטענס פאר א לידער פון א בעסערע גענג...
תמימותדיגע האט געשריבן:7. בורר צד רמ"ד.
פארלירער: ער האט נישט דיליווערט. ער האט פארפירט זיין צד, פאר דיע וואס ווייסן אלס וואס איז פארגעקומען אונטער די קאליסן. ער האט נישט ארויס געהאט די קרומע מהלך פון אמעריקאנער דין תורה סיסטעם. ער האט שוואכע טשאנסען אז ער זאל ווערן געהיירט פאר א דין תורה אין אמעריקע. און איך בין זיכער אז עס וועט אים קאסטן אויך לגבי דין תורה'ס אין די גארע וועלט.
געווינער: געמאכט א סאך געלט. אויך א געווינס.

אדער אנדערע וועלן זאגן אז ער האט פשוט נישטא געהאט אזא גוטע קעיס... צו נאך אנדערע זאגן אז מ'האט געקענט פארלירן 8 יאר צוריק און ער האט געמאכט א מייסטערהאפטיגע דזשאב ארומצושלעפן, אזוי האט כאטש רמ"ד געהאט א גוטע לאנגע געלעגענהייט זיך צו עסטעבלישאן..
יעצט אויב רעדסטו פון הרב בערגער, איז אזוי, אויב פארלוירן האט ער פשוט פארלוירן פארן אנטלויפן ווי א קינד, אדער טאמער איז דאס אמת אז ער גייט ארויסקומען מיט א בריוו אז די פסק בי"ד איז נישט מחייב קיינעם. האסט פארלוירן דעם קעיס? וויש דיך אפ די נאז און גיי אן מיטן לעבן, ער גייט שרייען אז די רבנים זענען קארופטירט און די צייט וואס ער פירט זיך אויף ווי א קינד...
תמימותדיגע האט געשריבן:8. צד רמ"ד.
פארלירער: כמעט אלעס! (נישט ממש ער האט דאך גערנישט געהאט סייווי. נאר כמעט אלע זייערע תביעות). די בנינים, וואס יעדער איינס איז א פארלוסט פאר זיך. די נאמען פארלוירן למחצה אז ער דארף האבן א לאטע אויף די נאמען פון די חסידות. אמת מיר דארפן קלאפן סלח לנו, פארן פירן אזא צודרייטע מערכה.

גערעכט מיטן פארלירן, אבער קלאפן? פארוואס? מ'האט געדארפט טרייען די בעסט..
תמימותדיגע האט געשריבן:געוואנען: אויב מען קען עס רופן געווינען: ביסל געלט 6.2 מיליאן, אויב ער וועט עס באקומען (איך מיין אז די געלט וועט סייווי נישט אהנקמען צו אים לויט ווי איך קען 48). באבוב מיט א צונאמען, דער וואס ווייסט ווי 48 האט זיך געשלאגן מיט ציין און נעגל אז דאס זאל אויך נישט זיין.

(במאמר המוסגר וקטן.. אזוי אויך די תורות און טעיפס פון מהרנ"ץ זצ"ל.... :האה?)
גראדע האלט איך אז צד רב"צ גייט אויסצאלן יעדע פעני, פשוט צו ווייזן אז די פסק איז א גוטע פסק און זיי נעמען עס אן בלית ברירה... בנוסף האב איך געהערט ווי א רב"צ'ס א מענטש האט זיך אויסגעדריקט מיט ווייטאג און אפשיי איבערן קוראפציע אינעם בי"ד'ס פסק... "וואס איז די 6.2 וואס מ'געט זיי?... ס'קומט זיי נישט גארנישט..." אבי מ'דרייט אז רב"צ'ס מענטשן האלטן אז ס'איז א גראדע אמת'ע פסק...
איבערן נאמען, ווי איך האב פארשטאנען די אלע יארן האבן זיי מסכים געווען אויב ער לייגט צו א שטאט נאמען בעפאר, און דאס האבן זיי באקומען, איי באבוב45? כ'האף אז עטס נעמטס דאס נישט!
תמימותדיגע האט געשריבן:דער עיקר איז אז אויב אונז האבן די שכל אין ווישן זיך אפ שלינגען עס אראפ, און הייבן זיך אהן צו בויען, דאס קען זיין וועט זיי העלפן די פסק, אז חלומות וועט שוין ביי אונז נישט זיין און פון יעצט וועלן זיך בויען בכל הכוחות. למעשה אזויווי עס האבן שוין דא געשריבן כמה ניקס אז די רבי וואס אונז האבן איז א רבי וואס מיר זענען שטאלץ מיט, א אפגעהיטענע איד, וואס היט זיך די אויגן, א תלמוד חכם, א מנהיג, און אויך א טאטע וואס לייגט זיך אריין אין יעדעםס פרבלעם. א חסידישע טעם פון דער היים, וואס ברענגט מיט די נאסטאלאג'י פון דער גאליציאנער פארצייטישע צאנזער היים. דאס וועט ביי אונז בלייבן אויף אייביג, עד מאה ועשרים שנה און דאס קען קיינער נישט פון אונז צונעמן.

:like נאדיר נאכאיינס :דאבללייק: דאס דארף זיין דיין/ענקער בליק אויף ווייטער און נאר זיך און נאכאמאל זיך בויען! בוי דיך אליינס און וועסט אטאמאטיש ווערן געבויעט ביי אנדערע!
תמימותדיגע האט געשריבן: 9. צד רב"צ.
געוינערס: נאל איין מאל געוואנען. אלעס (כמעט) בנינים די נאמען, די לעגיטימאציע. וואס נישט.
פארלוירן: זיי האבן גארנישט פארלוירן!! ניין???

ניין! נישט פארלוירן גארנישט! זילטש! נאדא! איי וועסטו ווייטער שרייבן...:
תמימותדיגע האט געשריבן:אבער, זיי זענען סטאק מיט זייער רבי מיט אלע זיינע מעלות וחסרונות, וועלן זיי אים דארפן דינען עד מאה ועשרים שנה. בי"ד האט זיי מיט דעם נישט געהאלפן, אים אביסל אריין צו געבן מענטשליכקייט, און דאס גייט זיי באגלייטן לאנג נאך דער קנאק פון נצחון וועט אויסוועפן. עס וועט קומען א טאג וואס די גאנצע נושא פון די דין תורה וועט שוין כמעט אינגאנצן פארגעסן ווערן, אבער זייער רב וועט נאך אלץ זיין זייער רבי/דיקטאטאר. וואלט ער עפעס באקומען א לקח יעצט ביים דין תורה וואלט ער אפשר אביסל געווארן איידלער פון דעם זעענדיג ווי נישט אלעס גייט 'ווי ער וויל'. אבער יעצט זענען זיי סטאק מיט אים און זיי וועלן בלייבן סטאק עד יום מותו (לגבי זיינע קינדער זעה איך יעצט נישט קיין חילוק פון זיי און די רמ"ד'ס קינדער). לגבי דעם זענען זיי גרויסע פארלירערס, דאס קען מעיד זיין יעדער באבובער חסיד, און יעדער וואס האט זיך דארט געדרייט א שטיקל צייט במשך די לעצטע 50 יאר.[/justify]

נא פארדעם האסטו דיך אפגעטיילט.... קוק נישט צוריק, דאנק דעם באשעפער אז ער האט דיך חונן דעת געווען צו אנטלויפן, אבער צו שרייען אז ער איז סטאק? ער איז צופרידן ווי ער איז, ער איז העפי מיט זיין רבי, ער האלט אים פאר זיין אורים ותומים! אים פעלט נישט גארנישט אויף דער וועלט... איי דו האלסט אנדערשט? אה דו ביסט אינטייטעלט עס צו האלטן און ער איז אינטייטעלט צו האלטן אויף זיין רבי וואס ער וויל, און אויף דיין רבי וואס ער האלט...

בכל אופן נאכאמאל, כ'האב זייער הנאה געהאט פון דיין אנאליז!
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:50 pm#218795
צו אלע וואס בעטן מיך אין אישי איך זאל ממשיך זיין: איך האלט אינמיטן, אבער איך בין אן ארבייטער, איך האב נישט קיין צייט, ווי א משוגע'נער האב איך שוין אוועק געגעבן צוויי נעכט פאר דעם. די פארגאנגענע נאכט בין איך געשלאפן ווייניגער ווי צוויי שעה ווייל איך בין ביזי געווען שרייבן צו קענען פאוסטן דא, אבער איך בין נאך נישט פארטיג און היינט איז מיר דער קאפ נישט אויפ פלאץ געהעריג ביי די ארבעט.

איך ווייס נישט צו דער אסיפה היינט נאכט קומט פאר למעשה אדער נישט, אויב יא ווייס איך נישט צו איך וועל אנקומען ארויפצושטעלן פאר דעם אסיפה, וויזוי ס'זאל נאר נישט זיין וועל איך ענדיגן מיינס און ארויפלייגן.

(אוי, הלואי וואלט איך געקענט איינעם שיקן א בילל פאר די אלע ארטיקלען מיינע)
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:54 pm#218796
קודם אויב האסטו ליב געהאט מיין אנאליז וואלסטו מיר געמעגט געבן א לייק!!! ;)
יעצט וועל איך פרובירן ענטפערן אויף געוויסע פון דיינע תשובות:
די שאלה וואס איך פרעג שוין כמה פעמים איז צו זיי זענען טאקע גאר געווען די וואס האבן געשלעפט, צו די צדדים זענען אסאך מער שילדיג דערין, צו די צוויי צדדים האבן זיך ארומגשפילט מיט די דאטומען און מיט זינלאזע לעכעריגע טענות, פשוט ארומצושלעפן און נישט פארלירן...

דאס איז נארמאל אז ביידע צדדים דורך זייערע שלוחים האבן פרובירט צו טוהן אלעס וואס מען קען צו געווינען די דין תורה אינקלאדינג שלעפן. יעדער האט/וואלט געשלעפט ווען עס איז זייער טובה.
די שאלה איז וויאזוי בי"ד האט דאס צוגעלאזט. להבדיל ביי א געריכט געבט די שופט באשטימטע צייט פאר יעדער צד צו קענען רעדן בנוגע יעדער טענה, און צט קענען ענטפערן אויב די צייט איז נישט גענוג זאגט די שופט געב עס אריין בכתב. וויאזוי האט בי"ד געלאזט 2500-3000 משפחות הענגן אין די ליפט פאר אזא לאנגע צייט. אויף צו קומען צו א פסק וואלט גענוג געווען 1-2 יאר פון זיצונגען פון 15 וואכן. די איבריגע זאלן די צדדים אריין געבן בכתב. ועל דא קא בכינא על עינוי הדין.

זיי האבן געשריבן א פסק וויי צו טוהן? זיי האבן געשריבן א פסק ווי אזוי זיי האלטן.. ס'קען זיין דו האסט נישט ליב וואס זיי האלטן, אבער זיי וואלטן סתם אזוי נישט געשריבן א פסק קעגן רמ"ד שליט"א אן דעם וואס זיי זענען פארמישט אין דעם דין תורה. די געווינער צד האלטן אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א מורא'דיגע יושר און צדקת הדין...

איך רעד נישט וועגן די תוכן פון די פסק, איך רעד פון וויאזוי עס איז געשריבן מיט אזא רשעות. די תוכן וואלטן זיי געקענט שרייבן אין איין עמוד מיט 8-9 סעיפים. עס זעהט אויס ווי 48 האט אליינס דאס געשריבן אין בי"ד האט געחתמט דאס איז ריין רשעות. ווילסט צונעמן די נאמען פארוואס צווינגסטו אונז צו מפרסם זיין אז 48 איז באבוב אין נישט איך, אין לך רשעות גדול מזה

דא קומט ווידער אריין די אישו פון "איז די א פסק זה חייב וזה זכאי" צו דארף מען טאקע אייביג ארבייטן אויף פשרות...
אויב די תורה זאגט אז מ'גייט צו דין תורה און די דיינים זאלן פסק'ענען ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, קומט נישט אריין פשרות, אלעס גייט פארן געווינער און זכאי און דער פארלירער/חייב זאל פאקן פעק און גיין לחיים ולשלום

ווענט זיך וועלכע עולם... כ'גלייב אז ס'דא וואס וועלן ווייטער וועלן גיין צו דין תורה האלטענדיג אז זיי האבן די שאנסן פון רב"צ

איך זאג נישט אז די וועלט איז גערעכט אבער אנפארטשענעטלי איז די וועלט קוקט עס אהן געפערליך. זיכער בהכרח וועלן מענטשן גיין צו דין תורה, אבער די סטאקס (וואס זענען סייווי גאנץ שוואך-פרעג עניבאדי וואס איז שוין געווען ביי א דין תורה) איז נאך מער געפאלן. וואס מיט דעם איז נתחלל געווארן כבוד התורה.

מאפיע קען זיין ביסט גערעכט אויף מיין אויסדריק. אבער פון ווייטאג קען געשען אזא זאך.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:59 pm#218799
הדד בן בדד האט געשריבן:(אוי, הלואי וואלט איך געקענט איינעם שיקן א בילל פאר די אלע ארטיקלען מיינע)


שיק א בילל צום אפיס, אונז האבן שוין געספענט אויף PR די מערסטע עני חסידות האט געטראכט פון ספענדען, כ'זעה נישט פארוואס א שרייבער ווי די זאל נישט געצאלט וווערן
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:18 pm#218807
תמימותדיגע האט געשריבן:קודם אויב האסטו ליב געהאט מיין אנאליז וואלסטו מיר געמעגט געבן א לייק!!! ;)

געגעבן!
תמימותדיגע האט געשריבן:יעצט וועל איך פרובירן ענטפערן אויף געוויסע פון דיינע תשובות:

אוי וויי! יעצט בין איך דא געווארן דיין בעל פלוגתא...?
תמימותדיגע האט געשריבן:
די שאלה וואס איך פרעג שוין כמה פעמים איז צו זיי זענען טאקע גאר געווען די וואס האבן געשלעפט, צו די צדדים זענען אסאך מער שילדיג דערין, צו די צוויי צדדים האבן זיך ארומגשפילט מיט די דאטומען און מיט זינלאזע לעכעריגע טענות, פשוט ארומצושלעפן און נישט פארלירן...

דאס איז נארמאל אז ביידע צדדים דורך זייערע שלוחים האבן פרובירט צו טוהן אלעס וואס מען קען צו געווינען די דין תורה אינקלאדינג שלעפן. יעדער האט/וואלט געשלעפט ווען עס איז זייער טובה.
די שאלה איז וויאזוי בי"ד האט דאס צוגעלאזט. להבדיל ביי א געריכט געבט די שופט באשטימטע צייט פאר יעדער צד צו קענען רעדן בנוגע יעדער טענה, און צט קענען ענטפערן אויב די צייט איז נישט גענוג זאגט די שופט געב עס אריין בכתב. וויאזוי האט בי"ד געלאזט 2500-3000 משפחות הענגן אין די ליפט פאר אזא לאנגע צייט. אויף צו קומען צו א פסק וואלט גענוג געווען 1-2 יאר פון זיצונגען פון 15 וואכן. די איבריגע זאלן די צדדים אריין געבן בכתב. ועל דא קא בכינא על עינוי הדין.

קודם ביי א געריכט איז אויך דא צייטן וואס ס'שלעפט זיך גאר לאנג, חוץ מזה, ווען א צד זעהט אז ער גייט סיי ווי פארלירן הייערט תיכף ומיד אן אפעלאט טיעם נאך אינמיטן די קאורט, און ווארט אויס אויפן פסק און גייט פארן אפיעלס, ווידעראום דא גייט נישט אזוי, דא איז נישט אנגענומען די בית הדין הרבני הגדול... יעצט האבן נעבעך (זארג נישט איך האלט נישט אזוי הונדערט פראצענט) די רבנים געמוזט אויסווארטן ווילאנג אלע צדדים זענען פערטיג מיט זייערע טענות, און קיינער זאל קיינמאל נישט קענען שרייען מ'האט מיך נישט געלאזט אויסרעדן...
תמימותדיגע האט געשריבן:
זיי האבן געשריבן א פסק וויי צו טוהן? זיי האבן געשריבן א פסק ווי אזוי זיי האלטן.. ס'קען זיין דו האסט נישט ליב וואס זיי האלטן, אבער זיי וואלטן סתם אזוי נישט געשריבן א פסק קעגן רמ"ד שליט"א אן דעם וואס זיי זענען פארמישט אין דעם דין תורה. די געווינער צד האלטן אז ס'איז געשריבן געווארן מיט א מורא'דיגע יושר און צדקת הדין...

איך רעד נישט וועגן די תוכן פון די פסק, איך רעד פון וויאזוי עס איז געשריבן מיט אזא רשעות. די תוכן וואלטן זיי געקענט שרייבן אין איין עמוד מיט 8-9 סעיפים. עס זעהט אויס ווי 48 האט אליינס דאס געשריבן אין בי"ד האט געחתמט דאס איז ריין רשעות. ווילסט צונעמן די נאמען פארוואס צווינגסטו אונז צו מפרסם זיין אז 48 איז באבוב אין נישט איך, אין לך רשעות גדול מזה

רשעות???? האלא??!!!! אויף דעם איז געווען די עיקר מחלוקה! ווען רב"צ קען ווען פארלאנגט ער ווען אז עטס קענטס ענק נישט רופן מיט א נאמען וואס פאנגט זיך אן מיט א אות ביז די אות יודעלע.... אפגערעדט אז ב' איז צו ענדליך.. ווער ווייסט צו עטס וועטס נישט מאכן די זעלבע גרויסע ב' אז מ'זאל זיך טועה זיין... סיריעס, מ'האט זיך גע'הרג'ט צו עטס מעגטס הייסן באבוב צו נישט, בי"ד האט געפסקנ'ט אז ניין! יעצט פון דארט אין ווייטער איז נאר דא איינס און יעדער מוז דאס אנערקענען
תמימותדיגע האט געשריבן:
דא קומט ווידער אריין די אישו פון "איז די א פסק זה חייב וזה זכאי" צו דארף מען טאקע אייביג ארבייטן אויף פשרות...
אויב די תורה זאגט אז מ'גייט צו דין תורה און די דיינים זאלן פסק'ענען ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, קומט נישט אריין פשרות, אלעס גייט פארן געווינער און זכאי און דער פארלירער/חייב זאל פאקן פעק און גיין לחיים ולשלום

ווענט זיך וועלכע עולם... כ'גלייב אז ס'דא וואס וועלן ווייטער וועלן גיין צו דין תורה האלטענדיג אז זיי האבן די שאנסן פון רב"צ

איך זאג נישט אז די וועלט איז גערעכט אבער אנפארטשענעטלי איז די וועלט קוקט עס אהן געפערליך. זיכער בהכרח וועלן מענטשן גיין צו דין תורה, אבער די סטאקס (וואס זענען סייווי גאנץ שוואך-פרעג עניבאדי וואס איז שוין געווען ביי א דין תורה) איז נאך מער געפאלן. וואס מיט דעם איז נתחלל געווארן כבוד התורה.
מאפיע קען זיין ביסט גערעכט אויף מיין אויסדריק. אבער פון ווייטאג קען געשען אזא זאך.

נאכאמאל, ווענדט זיך וועלכע צד.

לאמיך אביסעלע יא פארברייטערן דא, ס'איז קיין סוד נישט ווי איך באלאנג, מיר זענען אויך פארווייטאגט איבערן דין תורה פראצעדור, און אויב מאך איך נישט קיין טעות.. אויף די זעלבע רבנים און דיינים כבודם במקומם מונח... איך ווייס און פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער איך וויין מער אויף די געשלעפערי (ווי שוין באוויינט אויף איטליכע פלעצער) ווי אויף סיי וואס די פסק גייט זיין.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:40 pm#218855
לעניות דעתי זענען דא צוויי גרויסע פארלירערס דא!!!
איינער קען עס נאך אויסנוצען לטובה און זיך אויפבויען דערמיט.
ונזכה ונראה...
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:21 pm#218885
ווען בי״ד געבט פאר 45 צוויי אפציעס, איינס די יעצטיגע פסק מיט אן איידעלן שפראך, אדער 50% אבער רוף זיך מיט א נאמען אהן באבוב - וועלכע וואלט 45 אהנגענומען ? וועלכע וואלט 48 אהנגענומען ? איך מיין 45 וואלט געכאפט די איצטיגע פסק אין 48 די צווייטע פסק, ווייל די נאמען זיך צו קענען רופן באבוב איז גיווען די הארץ מחלוקת וואס 48 האט געוואלט ארויסרייסן די גאנצע קשר פין 45 צו באבוב. טאקע אין די וועלט צווישן נארמאלע מענטשן טוט מען פארשטיין אז אלעס איז געלט ממילא האט 45 פארלוירן, אבער ביי די באבובע וואס די לעגיטימאציע האט געברענט אין די בליט האט 45 שטארק געוואונען אין 48 מיאוס פארלוירן. למעשה איז דא געפסקנט אז ס׳איז דא צוויי חסידותלאך מיט די נאמען באבוב, די נאמבער 45 איז א שיינע סימן היכר, אזוי ווי קיינער וועט נישט זאגן אז צו איז איין ספינקא ווייל די אנדערע הייסט ספינקא 18, אדער איין קרעטשניף ווייל די אנדערע הייסט קרעטשניף ירושלים, אדער איין נדבורנא ווייל די אנדערע הייסט נדבורנא אשדוד, אדער איין וויזניץ ווייל איינער הייסט וויזניץ מאנסי איז די זעלבע מיט באבוב צו וועט קיינער נישט זאגן אז ס׳איז דא איין באבוב - פינטל. מוועט אלעמאהל דארפן פרעגן וועלכע וויזניץ? וועלכע סאטמער? וועלכע קרעטשניף ? אין וועלכע באבוב?!!!!
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:37 pm#218890
moshe613 האט געשריבן:אבער ביי די באבובע וואס די לעגיטימאציע האט געברענט אין די בליט האט 45 שטארק געוואונען אין 48 מיאוס פארלוירן.

זיי מוחל געב דאס צו פארשטיין פאר ב"צ חסידים, פארוואס זיי האבן פארלוירען, אדערווייל פרייען זיי זיך ווי ראזינקעס

moshe613 האט געשריבן:למעשה איז דא געפסקנט אז ס׳איז דא צוויי חסידותלאך מיט די נאמען באבוב, די נאמבער 45 איז א שיינע סימן היכר,


גערעכט גערעכט. דער משה איז א קלוגע בחור,
יעדער וואס האט געליינט די פסק האט קלאר געזעהן אז ביידע מעגן זיין באבוב נאר אלץ היכר האט מען געבעטען רמ"ד זאל זיין אזוי גוט אין צו לייגן א מספר,
יש אומרים אז מ'האט געבעטען ב"צ זאל צולייגן אלץ היכר אבער ער האט נישט געוואלט לכתחילה, האט מען געבעטן רמ"ד אין האט געזאגט נאו פראבלעם
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:49 pm#218892
די שמחה איז געלט, דאס האבן זיי געוואונען אין מיט דעם פרייען זיי זיך, פרוביר נאר צו רעדן צו דעם זעלבן בעל שמחה וועגן די נאמען וועט זיך די קאלירן אויפן פנים טוישן. איך האב עס געזעהן אין געהערט אליינס פין מיינע קרובים חסידי 48, געלט יא נאמען נישט, פרייט מען זיך, חצי נחמה איז אויכעט א נחמה, איינער האט מיר אפילו אויס געזאגט א סוד אז די רב שליט״א האט אפאהר מאל געזאגט זיינע קרובים פריוואט אז צו גייט עם נישט אהן אז זיי הייסן באבוב נאר די בניינים גייט עם אהן......
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:51 pm#218894
האלוי ביסט זיך סותה

moshe613 האט געשריבן:די שמחה איז געלט, דאס האבן זיי געוואונען אין מיט דעם פרייען זיי זיך, פרוביר נאר צו רעדן צו דעם זעלבן בעל שמחה וועגן די נאמען וועט זיך די קאלירן אויפן פנים טוישן. איך האב עס געזעהן אין געהערט אליינס פין מיינע קרובים חסידי 48, געלט יא נאמען נישט, פרייט מען זיך, חצי נחמה איז אויכעט א נחמה, איינער האט מיר אפילו אויס געזאגט א סוד אז די רב שליט״א האט אפאהר מאל געזאגט זיינע קרובים פריוואט אז צו גייט עם נישט אהן אז זיי הייסן באבוב נאר די בניינים גייט עם אהן......
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:05 pm#218899
מארקוס האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:גם לי גם לך לא יהיה, אזוי וואט מען רופן באבוב פאריעיט! נישט איך און נישט עם! זיצט א רבי אין א קהלה, און איז גרייט (עכ"פ אזו שטייט אינעם פסק דין פון בי"ד) זיך צוריפען מיט אזא צודרייטן נאמען, פאר איין איינציג סיבה, מיין פעטער זאל צופלאצט ווערן, יא ער איז א שר התורה, מסכים.


איך קען נישט גלייבן ווי שטארק דו קענסט דיך צונאר מאכן צו שרייבן אזעלכע זאצן נאך וואס מהרב"צ האט קאמאנדעוועט ניין יאר אז מ'זאל נישט לאזן רמ"ד נוצן דעם נאמען באבוב.. שרייסטו אבי דער פעטער זאל צופלאצט ווערן! ענדערש כאפ א שווייג אנשטאט צו פארשרייען דיין רעבינס קרומקייט.


במחילה גדולה פון כבוד הרב לאליפאפ, אבער איטשע האט א נקודה, און דיינע רייד זענען סתם ווילד געשריבען.
טאקע גענוי דאס איז די נקודה דא. באבוב איז א קאמפאני/חסידות נאמען, ר' בן ציון וחסידיו ווילן נישט אז א צווייטע זאל דאס נוצען, אזוי ווי עס קרענקט סאטמאר אז דער אנדערע זייט רופט זיך אזוי, און עס קרענקט וויזניץ אז ר' מענדל רופט זיך אזוי, און עס קרענקט דעם בעלזער רב אז די מאכניפקער רופן זיך אזוי. גענוי אזוי קרענדט עס באבובער חסידים, אז ר' מרדכי דוד רופט זיך אזוי.
ווען נישט וואס ר' מרדכי דוד וואלט ווען געלאפן אין קאורט/בי"ד, וואלט ער געהייסן 'באבוב' עד היום הזה, און ר' בן ציון וואלט זיך געמוזט ווישן דעם נאז. און בד"א, וואלט רמ"ד אסאך בעסער אויסגעזען, הן אין דער וועלט, הן פינאנציעל, הן מיט מאראל. רב"צ האט נישט געהאט מיט וואס צו נעמען ר' מרדכי דוד צום די"ת, און פאר דער נאמען אליינס וואלט ער עס נישט געטוען. צו זיין מזל, האט ר' מרדכי דוד געמאכט די שמוציגע ארבעט פאר עם, ער איז געלאפן אין קאורט, פון דארט צו דין תורה, דין תורה האט גע'פסק'נט, אז ער מוז צולייגען א נאמען.
דער זעלבע תורה, וואס האט אזוי גע'פסק'נט, ביי תולדות אהרן, פינסק קארלין, און נאך, דער זעלבע תורה האט דא גע'פסק'נט דער זעלבע פסק.
איינער האט עפעס "קאמאנדעוועט ניין יאר אז מ'זאל נישט לאזן רמ"ד נוצן דעם נאמען באבוב"? בארואיגט אייך. רמ"ד האט תובע געווען פון באבוב "אלע געביידעס", לכבוד דעם האט רב"צ עם תובע געווען דער "נאמען". בלאז נישט אויף די באבל גרעסער ווי ס'איז.

יעצט קומט ר' מרדכי דוד מיט א געניאלן איינפאל, אמת איך קען טאקע נישט הייסן באבוב, אבער העלאו, איך גיי צופיקסן מיין פעטער. כ'גיי מיך רופן באבוב45, זאלן מען לאכן פון מיר אין די גאס, אבי מען זאל "חס ושלום" נישט רופן מיין פעטער "באבוב", אולי וועט עס מיר געלונגען, און מען וועט עם רופן "באבוב48".
וואס רב"צ האט געטוען צו רמ"ד לגבי דער נאמען אין דין תורה, איז העכסט נארמאל. יעדער נתבע, פראבירט מיט א קאונטער קלעים. און דאס איז געווען דער איינציגסטע לעווערעדזש וואס באבוב האט געהאט, און גאנץ א פארשטענדליכע.
ווידער וואס רמ"ד פלאנט צו טוען, עי' למעלה וואס דער עולם האלט.


טאמער ATUB @איטשע ATUB (בעל 14 תגובות) האט נישט קיין צווייטע אפפרעג צו מיינע ווערטער נאר צו אריינברענגען דעם ניק ATUB @מארקוס ATUB (בעל 4 תגובות) און איבערשרייבן גענוי די זעלבע נאנסענס, בין איך לכאורה אריינגעקומען גאנץ שטארק מיט מיין הערה..
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:48 pm#218923
@שעפטל דו ביזט געװארן פריש מיט דער באבוב׳ער מחלוקה. אײן מאל די נײנציג טעג אר אװער מוז
מען טרעפן א נײע (אדער אלטע) מחלוקה. ;)
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:52 pm#218924
איטשע האט געשריבן:מיינע אבזערוואציעס!
נישטא וואס צו רעדן אז דער פסק דין האט אויפגעשאקלט דער יודישער וועלט.

אוודאי אזוי, עוד רד ישראל עם אל

איטשע האט געשריבן:מצד אחד זענען דא וואס זענען צורפרידן,

נו וואדען

איטשע האט געשריבן:מצד השני, די וואס האבן פארלוירן, שרייען עיוות הדין וכדומה...


נו אוודאי שרייען זיי, וואס דען זאלן זיי טוען. און עס איז אמת אויך. יעדער חדר אינגל זעהט עס. לייען אפ מיינע שורות אויבן וועסטו זעהן.
צו קומען און שרייבן באבע מעשיות וואס זיי האבן געמיינט מיט זייער פסק, זאכן וועלכע שטייען נישט דארט (וואס דו שרייבסט דא באלד ווייטער און איך בין מבאר, כמובא להלן) איז שיינע פשט'לעך, אבער אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות. איך ליין אפ דעם פסק און דער עיוות הדין שטייט געשריבן פאר מיינע אויגן. נו אוודאי שרייט מען, אז עס טוט וויי שרייט מען.

איטשע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון דער פסק.


נו אדרבא, פארצייל אונז, מיר ווארטן אויף אן ערקלערונג.

איטשע האט געשריבן:דער אמת איז


נו אוודאי דעם אמת, אבער נאר דעם אמת.

איטשע האט געשריבן:אז כדי עס צופארשטיין דארף מען צוריק דרייען דער זייגער מיט 15 יאר, שנת תשנ"ט.


אקעי, צוריק געדרייט...

איטשע האט געשריבן:ס'איז קיינעם אין דער וועלט נישט איינגעפאלן אין דעם ווילדעסטן דמיון, אז רמ"ד, אז דער ממשיך פון די באבאווער דינאסטיע! דאס איז ברור כשמש, נישט מחוץ לבאבוב, און זיכער נישט בתוך באבוב. נישט דיר הדד, אדער עני וואן עלס. יעער האט געוואוסט, אז אדמו"ר מבאבוב שליט"א ער איז דער צוקונפטידגע ממשיך.


איטשע'לע, איך בין שוין אין באבוב פון אסאך פאר תשנ"ט. סאו וויפיל פאר תשנ"ט ווילסטו איך זאל צוריק גיין. איך קען גיין ביז פאר תשט"ו, דעמאלס איז נאך נישט געווען קיין אנדערער אויסער מהרנ"ץ. און פאר די נעקסטע צוואנציג פינף און צוואנציג יאר איז דאס אינגאנצן נישט געווען קיין מדובר.

סאו ווען יא? אפשר אלס אינגערמאן דאס ערשטע מאל, אפשר אלס גרוש, אדער גלייך נאך די חתונה? כ'מיין פון ווען רעדסטו דא אז עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן?

אוודאי איז נישט בייגעפאלן. דעמאלס איז די וועלט נאך נישט געווען אזוי משוגע ווי היינט, אז נאך פאר א רבי ווערט רבי דרייען זיך שוין זיינע קינדער (און צוקונפטיגע חסידים) מיט פייגעלעך אין קאפ. דער נושא איז נישט געווען קיין מדובר איך באבוב ווייל דער רבי מהר"ש האט געלעבט און מען האט זיך מתענג געווען מנועם זיוו, מען האט נהנה געווען מזיו השכינה, מען איז נישט ביזי געווען מיט די שטותים. ביז ווען? ביז איינער האט עס געמאכט פאר א מדובר. און דער וואס האט עס געמאכט פאר א מדובר האט זיכער געמאכט אז דער מדובר איז אז ער גייט זיין דער ממשיך און מ"מ פון זיין ברודער.

און דער עולם? דעם עולם איז נישט אנגעגאנגען. אפשר זאגסטו מיר יעצט ווער עס גייט זיין ממלא מקום פון רב"צ, אדער פון רמ"ד? עס איז אלעס פוסטע חלומות.

ואם לתשנ"ט קאתינן, האב איך גרויס נייעס פאר דיר. תשנ"ט האט מען שוין אין גרויסן גערעדט איבער דעם. ערגעץ אין יענע תקופה האב איך אריינגעכאפט איינס פון איינע פון זושא פאללמאנ'ס קינדער אז איך מאך מיך ווי איך בין נאנט מיט בן ציון אבער אין אמת'ן אריין בין איך נישט אויף זיין זייט. מען האט שוין זייער גוט גערעדט דערפון דעמאלס.

נאר וואס דען? דער באבוב'ער עולם, וועלכע איז קיינמאל נישט געווען קיין אנשי מלחמה, זיי זענען נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע זאכן, און זיי האבן זייער גוט געקענט דעם מהר"ש'ס צווייטער זוהן, און זיי האבן געוואוסט מיט וועמען זיי האבן צו טאן, האבן זייער ווייניג מענטשן געגלייבט אז מען וועט פאקטיש קענען עפעס טוהן.

זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן שטילערהייט גערעדט פון זיך גיין זוכן א נייעם רבי'ן, (דו ווייסט גאנץ גוט אז עס זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן עס שוין געטוהן שטילערהייט), רוב עולם וואס איז היינט אין 45, און טייל אזעלכע וואס זענען אפילו געבליבן אין 48 צוליב סיי וועלכע סיבה, האבן נישט געהאלטן ביים אויפנעמען דעם אדמו"ר ד48 פאר רבי, סאו פון די וואס האבן נישט געפלאנט צו גיין ערגעץ אנדערש האבן רוב געקלערט אז בלית ברירה וועט מען מוזן בלייבן דא, אז עס איז נישט דא ווי צו גיין גייט מען נישט.

און ווידער אן אנדערע קבוצה, גאנץ א שיינעם מספר, האבן און קלאר גערעדט פון אויפנעמען די קינדער פון מהרנ"ץ. סאו אין קיין ווילדע דמיונות טאקע נישט, אבער אין מציאות'דיגע פלענער יא.

איטשע האט געשריבן:אבער איינעם איז עס יא איינגעפאלן, און דאס איז געווען, כ"ק אדמו"ר מוהר"ש זצ"ל, און טאקע דעריבער, האט ער געבעטן אז מען זאל ממנה זיין זיין זוהן אלס רב הצעיר לאחר מוע"ש.


אזוי גאר? ער האט געבעטן, ווי, ווען, ביי וועלכע מסיבה, איז עס געווען א מלוה מלכה, א ראש חודש טיש, צו אפשר שושן פורים ביים רימפלען? כ'מיין, ווען און פון וועמען האט ער עס געבעטן? אפשר האט ער אראפגעשריבן בכתב. אין דיין און אין דיין רב'ס דמיון האט ער עס געבעטן. סאו קאט די קרעפלעך...

ועי' בכתב ידו של רא"ב ראזנבערג.


איטשע האט געשריבן:ק"ק באבוב, האט לפני מטתו מכתיר געווען זיינע צוויי זוהן, כ"ק אדמו"ר מוהר"נץ זצ"ל אלס רב און כ"ק אדמו"ר שליט"א אלס רב הצעיר.


נו, אז מען רעדט שוין פון דיבורים, וואס מהר"ש האט געבעטן, האט דאך מהרנ"ץ אויך געזאגט דיבורים, ער האט זייער קלאר געמאכט פאר די הכתרה פון דעם אינגערן ברודער וואס די רבנות הצעירות מיינט, "כיבודים" און גארנישט מער. א טיטל אן א מיטל.

איטשע האט געשריבן:דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די 5 קריג'ס יארן. לאמיר נישט אריין גיין דערין.


אקעי, אז דו ווילסט נישט אריינגיין וועל איך אויך נישט אריינגיין. אבער נישט פון אינדרויסן און נישט פון אינעווייניג האט עס אויסגעזעהן ווי קריגס יארן, באבוב האט זיך זייער שיין געפירט, און חוץ פון געציילטע עזות פנים'ער, וואס מען קען זיי ציילן אויף די האנט, האט קיינער נישט געמאכט קיין שום "קריגן".

אפשר רופסטו עס אן קריגס יארן ווייל איר האלט דאך אז מהרנ"ץ איז נישט געווען "עכט" רבי און זיין ווערן רבי איז געווען א קריג קעגן זיין אינגערן ברודער. אבער אויף דעם וועל איך נישט ענטפערן ווייל איך האב עס שוין געענטפערט אין מיין פריערדיגן מאמר איבער דעם ברי ושמא, און חוץ מזה קענסט אויף דעם נאכאמאל אריינקוקן אין דעם כתב יד פון רא"ב ראזענבערג.

איטשע האט געשריבן:
י"ב אדר תשס"ה לפ"ק, האט מען מכתיר געווען דעם רב הצעיר אלס ממלא מקום אחיו ואביו, אלס באבאווער רב.


ביי אים אינדערהיים. זיינע חסידים האבן אים מכתיר געווען געווען ביי אים אינדערהיים. פיין, זיי האבן רעכט אויף דעם.

איטשע האט געשריבן: ער האט עס באקומען מדין תורה, מכוח זיין "רב הצעיר".


נאכאמאל, דאס איז דיין החלטה, דו האסט מחליט געווען אז דאס איז דער דין תורה מכוח זיין רב הצעיר. איך מעג זיך דאך אבער קריגן מיט דיר. יעדע גרופע פון מענטשן קען אויפנעמען וועמען זיי ווילן אלס רבי, סיי ווען אימער, אן דעם וואס ער זאל האבן געווען א רב הצעיר ערגעץ ווי פאר דעם.

איטשע האט געשריבן: אזו ווי דער קרייזער רב האט עס גע'ירשנ'ט לדורי דורות און נישט דער שינאווער רב, און עס האט דעם שינאווער רב "זעהר" נישט געשמעקט!


דיין משל איז אינגאנצן נישט דומה לנמשל.

אבער אז דו האסט שוין דערמאנט די פרשה, לאמיך דעמאלס אויפמערקן אויף צוויי נקודות. איינס, ער איז געבליבן ידוע לדורות עולם אלס קרייז'ער רב, און נישט אלס צאנז'ער רב.

צוויי. כאטש איך גיי חלילה מיך נישט אריילייגן אין דן זיין צווישן צוויי אזעלכע הייליגע לייבן ווי דער שינאווא'ער רב און דער קרייז'ער רב, ווער פון זיי עס איז געווען גרעסער. אבער דער פאקטישער מציאות איז געווען אז אין דעם גרויסקייט און אנגענומעקייט וואס דער צאנז'ער רב האט געהאט אין די אידישע וועלט "פאר צאנז'ער חסידים", איז דער שינאווא'ער רב געווען פיל מער ממלא מקום ווי דער קרייז'ער רב, און אזוי איז עס געבליבן פארהייליגט ביי כלל ישראל ביז היינט.

און איך האב עס גראדע מרמז געווען בהבלעה אין מיינע שורות דא פריער. איך האב געשריבן אז נאך אפאר יאר וועט מען נאך לאכן פון זיך אליינס אין 45 אז מען האט זיך געערגערט אויף דעם פסק. און איך האב טאקע דאס געמיינט. ווייל בניינים מיט געלט בויעט נישט א חסידות נאר א רבי בויעט א חסידות. איך מיין אז קיין ראיות דארף איך נישט ברענגען.

היסטאריע האט נאך אלעמאל ריכטיג אפגעלערנט די זאך. סאו איך האב צייט. און איך בין זייער קאנפידענט מיט דעם.

איטשע האט געשריבן:פורים אווענט, האט מען מכתיר געווען שני חתני מוהר"נץ זצ"ל אלס אדמו"ר ואבד"ק באבוב.


נישט ריכטיג. די זעלבע צייט וואס מען האט ביים אינגערן ברודער אין שטוב געמאכט א הכתרה פאר אים, האט מען ביים רב ז"ל אין שטוב געמאכט א הכתרה פאר זיינע קינדער. מען האט נאר נישט אפגעמאכט וויאזוי די הנהגה וועט גיין, מען האט געוואלט זיי זאלן עס צווישן זיך מחליט זיין. און פורים ביינאכט האט מען מפרסם געווען די החלטה אז ער איז רב און ער איז רבי.

איטשע האט געשריבן:יעצט לגופו של ענין.
אויב איז דא א געוויסע טענה "פארוואס" עס קומט זיך עפעס פאר צד א', איז עס מטעם "חתנו כבנו", און דאס איז טאקע געווען טענת צד א' אין דער דין תורה


דאס איז געווען איינס פון די טענות

איטשע האט געשריבן:(וואס זיי האבן זיך "נאר" געשטעלט הערשט נאכ'ן לויפן אין קאורט "אן א היתר בי"ד", און דער ריכטער האט זיי בבזיון רב געשיקט צו דין תורה! בשליחות - נישט מער און נישט ווייניגער - פון אדמו"ר מוהר"ש, וואס האט מיט זיינע אויגן פאראויסגעזהן, וואס עס גייט געשעהן!).


מען האט געטרייט צו קומען צו א פארשטענדעניש צו גיין צו דין תורה, אבער צד 48 האט ניטאמאל געוואלט מכיר זיין אז עס איז דא נאך א צד און האבן זיך פלעין אויסגעלאכט. דעריבער האט מען מחליט געווען אז אנשטאט א לאנגען שפיל מיט הזמנות און נאך הזמנות און אהין און צוריק, אז מען גייט גראד אין קאורט און מען וועט דארט בעטן אז מען וויל א בוררות. זאל דער קאורט זיי צווינגען.

איטשע האט געשריבן:זצד א' יי האבן פארלאנט "אלעס"! אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר די צוויי חתנים.

מצד ב', האט מען גע'טענה'ט, אנטשולדיגט, אבער, אונזערע רב איז געווען רב הצעיר און מדין זה האט ער גע'ירשנ'ט "אלעס" אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר באבוב.


צד 45 האט גע'טענה'ט אז אזוי ווי זיי זענען די יורשים פון דעם רב ז"ל ממילא קומט זיך זיי אלעס, אבער אויב דער אינגערער ברודער וויל זיך אויך רופן באבוב'ער רב אדער רבי, ע"ש אבותיו הק', האבן זיי נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, זיי זענען אפילו געווען גרייט אויף א פשרה איבער די נכסים, כאטש זיי האבן גע'טענה'ט אז ע"פ תורה קומט זיך זיי אלעס.

ווידער צד 48 האט גע'טענה'ט אז כאטש ער איז נישט יורש, אבער היות ער האט געהאט א טיטל (אן א מיטל) רב הצעיר, ממילא איז דאך דאס א בפירוש'ע ראי' אז זיין ברודער האט מסכים געווען אוועקצוגעבן זיין ירושה פאר אים אנשטאט פאר זיינע אייגענע קינדער.

ולא עוד, נאר צד 48 האט אויך גע'טענה'ט אז צד 45 האט אינגאנצן נישט קיין זכות קיום, זיי זענען קוים 15 - 18 פראצענט פון באבוב. און זיי טארן זיך נישט רופן באבוב, און זיי דארפן נאך באצאלן פאר דעם שאדן פון זיך רופן באבוב בגניבה פאר די אלע יארן.

סאו ביידע האבן גע'טענה'ט כולו שלי, נאר איינער האט געזאגט: כולו שלי, אבער איך בין גרייט דיך צו לאזן לעבן אויך, און דער צווייטער האט גע'טענה'ט כולו שלי, און דו גיי קיין עזאזל.

איטשע האט געשריבן:באבוב האט געואלט מפשר זיין, פאר 10 מיליאן דאללער. דער אנטווארט איז געווען "הכל שלי".


צד 48 האט פאר די לוי', ווען זיי האבן נאך נישט געוואוסט איך יפול דבר, געשיקט א שליח אז זיי ווילן געבן געלט אז מען זאל זיך אפטראגן. וויפיל עס איז געווען ווייס איך נישט און דו אויך נישט (חוץ אויב דו ביסט אברהם אהרן לעזער אליינס), ווייל לויט געוויסע אינפארמאציע וואס איך האב (וואס איך קען דיר אויך נישט צוזאגן אז עס איז אמת) האט מען געאפערט פיל ווייניגער, איך האב געהערט פינף און פון אנדערע האב איך געהערט גאר אז דריי. און דאס אויך איז געקומען מיט א תנאי אז צד 45 טאר זיך נישט רופן באבוב.

ווידער צד 45 האט געבעטן גיב מיר צען מיט א בנין, און לאז מיך זיך רופן באבוב און איך גיי. אבער צו דעם האט צד 48 נישט מסכים געווען.

איטשע האט געשריבן:גלייך מתחילה איז "קיינער" נישט געווען אינטערסירט אין קיין פשרות, יעדער זייט איז געווען אזוי זיכער מיט זיך, אז יעדער האט פארלאנגט פון בית דין א "דין תורה" אין נישט קיין "פשרה".


סתם געהאקט אין קאפ אריין. צד 45 איז פון די ערשטע רגע אן געווען גרייט אויף א פשרה.

(איטשע, קום לאמיך דיך אויסלערנען. מען דארף טענה'ן אזוי אז עס זאל זיין מתקבל על השכל, מען נישט סתם אויסטראכטן זאכן ככל העולה על הרוח. צד 45 איז געזעצן אויף די גאס, אן גארנישט, זיי האבן נישט געהאט וואס צו פארלירן. טרייסטו איינעם איינצורעדן אז זיי זענען נישט געווען גרייט אויף פשרות? אויב דו מאכסט שוין מעשיות, מאך כאטש גוטע)

איטשע האט געשריבן:איך קען נישט די הלכות, אבער צד א', האבן זיך בשעתו געוואנדן צו אסאך רבנים, ובכללם הג"ר מענדל שאפראן און אלע האבן זיי געזאגט אז, ענק האבן נישט קיין טשענס!


אזוי גאר? לא מיני' ולא מקצתי'. עד היום הזה זענען דא צענדליגער רבנים וועלכע האלטן בכל התוקף אז צד 45 איז אינגאנצן גערעכט. עס איז נישט אזוי שווער זיי צו טרעפן. דאס יא, אסאך רבנים האבן געווארנט אז מיט די אמעריקאנע בתי דין און מיט אזא שווערן בר פלוגתא, האט עטץ נישט קיין טשענס, ליידער זענען זיי געווען גערעכט.

איטשע האט געשריבן: חוץ איינער, דיין בערגער פון די ווייטע מאנשעסטער,


איך האב דיר שוין געזאגט, נישט איינער, עס זענען דא גאר אסאך, און נישט נאר ניין יאר צוריק, נאר עד היום הזה. איך קען כמה וכמה פון זיי, איך האב עס אליינס געהערט פון זיי. פון אלע שיכטן און קרייזן. די סיבה פארוואס מען האט גענומען בערגער פון מאנשעסטער איז ווייל ער האט שוין געהאט עקספיריענס מיט עטליכע אזעלכע סארט דיני תורה.

און בד"וו, וואס איז אז מאנשעסטער איז ווייט? מיינט דאס שוין אז ער איז נישט קיין גוטער דיין?

איטשע האט געשריבן:און דאס איז אויך נאר געווען, ווייל ער האט נישט געואוסט אלע פרטים, מען האט פון עם פארהוילן וויכטיגע פרטים,


ער האט זייער פיין געוואוסט, מען האט גארנישט פארהוילן. וואס עס איז יא געווען פארהוילן פון אים, זענען די פרטים איבער די קארופציע צווישן די אזויגערופנע רבנים און בתי דין דא אין עמא ריקא.

איטשע האט געשריבן:(דיין בערגער האט שוין איינגעזעהן זיין בראך, גלייך פון אנהייב, אבער צוריק גייט א קאזעלע.)


אריינגעווארפן נאך אפאר ווערטער לענגער צו מאכן די תגובה, פארוואס נישט? עס קאסט דאך נישט קיין געלט (און אויב יא וועט שוין איזי באצאלן). זאג נאר דו ביסט טאקע אויפן קאפ געפאלן? ער האט שוין געזעהן זיין בראך גלייך פון אנהייב? און דאך איז ער געבליבן זיצן אזויפיל יאר אויף דעם קעיס. הייסטעס אז ער האט פשוט נישט וואס צו טאן מיט די צייט זיינע נאר צו פארברענגען מיט אזעלכע געשמאקע מענטשן ווי יודל גרובער און יחיאל באבאד.

יא, אוודאי, דעם בראך פון דעם הרכב, דעם בראך פון די פאברעכער מיט וועמען ער זיצט צוזאמען. דעם בראך האט ער אפשר איינגעזעהן. פארוואס האט ער נישט אונטערגעשריבן דעם פסק. גיי קאלל אים אן און פרעג אים וואס ער האלט, נאכדעם קום צוריק דא און שרייב עס.

איטשע האט געשריבן:יעצט ווען בית דין האט גע'פסקנ'ט, אז אין דער פאל איז "נישט" דא טענת חתנו כבנו, און די באבובער רבנות גייט צו אלס יורש מדין רב הצעיר,


אזוי האבן זיי גע'פסק'נט? ווען? ווי האבן זיי דאס געשריבן? איך האב אפגעליינט דעם גאנצן פסק, עס שטייט נישט דארט דערמאנט קיין זכר פון וואס דו זאגסט דא.

איטשע האט געשריבן: און ווי נישט ווי האבן צד א' מתחילה פארלאנגט א "דין תורה" און נישט קיין פשרה,


וויפיל מאל דארף איך שרייען. שקר, צד 45 איז אגאנצן צייט געווען גרייט אויף א פשרה.

איטשע האט געשריבן: זעהט דער דין תורה אזוי אויס.


יא יא, צו דעם האב איך גארנישט צוצולייגן.

איטשע האט געשריבן: צד א' קומט זיך "גארנישט" און צד ב' "אלעס",


תיקון טעות: צד א' באקומט גארנישט און צד ב' באקומט אלעס. יחי ההבדל הקטן.

איטשע האט געשריבן:עס אזוי איינזייטיג, ווייל צד א' האט פארלאנגט אין דין תורה און נישט קיין פשרה.


עס איז אזוי איינזייטיג ווייל צד א' זענען געווען נאאיווע בטלנים און געלאזט נוגעים בדבר, רודפי שוחד ולוקחי שלמונים זיצן אויף דעם קעיס.

איטשע האט געשריבן:די תורה הק' זאגט: ניין! די צוויי חתנים, קומט זיך באמת גארנישט מיט נישט, און זיי האבן נישט קיין שום רעכט זיך צורופען באבוב!


די תורה הק' זאגט? וועלכע תורה הק' זאגט דאס? נישט די וואס מיינע עלטערן האבן באקומען אויפן בארג סיני. דארט שטייט אזוי: ואיש כי ימות ובן אין לו והעברתם את נחלתו לבתו.

זאג נאר, לאמיך דיך פרעגן א תמימות'דיגע שאלה, דו האסט אמאל געהערט פון אזא מושג ווי שוחד? דו ווייסט אויך אז די תורה אסר'ט דאס? דו ווייסט פארוואס? לאמיך דיר פארציילן, דער תורה זאגט דארט אזוי: כי השוחד יעוור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים. דו הערסט גוט? עס שטייט נישט כי הכסף יעוור עיני טיפשים ויסלף דברי רשעים. עס שטייט שוחד, ווייל שוחד מוז נישט זיין דוקא געלט, עס קען אויך זיין א דירה, א השגחה, א פריינטשאפט, און עס שטייט דירעקט עיני חכמים ודברי צדיקים, ווייל אפילו ביי חכמים און צדיקים טוט שוחד ווירקן אז זיי זאלן פסק'ענע שלא כדין תורה, און אוודאי ביי אזעלכע וועלכע זענען גאר ווייט פון חכמים און צדיקים.

סאו נישט יעדעס מאל וואס מען זעצט זיך צו א דין תורה איז אויטאמאטיש די פסק ע"פ תורה. ליידער ליידער זענען מיר זייער באקאנט מיט דעם פענאמען פון פסקים וואס זענען דירעקט נוגד די תורה הק' אבער זענען ארויסגעקומען לדאבונינו פון אזויגערופענע דיני תורה. דאס אז א רב זיצט אויף א דין תורה מאכט נאך נישט אויטאמאטיש זיינע ווערטער תורה. עס איז תורה נאר אויב ער פסק'עט אזוי ווי די תורה הייסט.

און סתם א קליינע הערה'לע, האסט פארגעסן אז אפילו לויט דעם סדום פסק האבן זיי נאך אלס א רעכט זיך צו רופן באבוב, נאר מיט א צונאמען. דיין שנאה און די נוסחאות וואס מען האט אריינגעפילעוועט אין דיר די לעצטע ניין אהאלב יאר שרייען ארויס, און לאזן זיך הערן איינמאל אין נאכמאל, און ווייזט וואס עטץ האטס באמת געוואלט, און ווי צופרידן איר זענט מיט דעם פסק.

איטשע האט געשריבן:זיי זענען באמת א שיינע קהלה,


אזוי? ווען איז דאס געשעהן, זייט ווען זענען זיי אזא שיינע קהילה? באלד צעהן יאר וואס איך הער גאר אן אנדערן ניגון, פלוצלינג זענען זיי געווארן א שיינע קהילה. חחח

איטשע האט געשריבן:אבער פארוואס זאל באבוב זיי וזען דעקן.


ווער דען זאל זיי דעקן, אפשר פאפא, מונקאטש, אדער אפשר גאר סטריקוב?

איטשע האט געשריבן:זיי האבן א פראבלעם מיט'ן רב,


נישט מיטן רב, מיט דעם אדמו"ר דצד 48

איטשע האט געשריבן:גיי לחיים ולשלום,


פארוואס עפעס זאל איך גיין. עס איז מיינס, עס געפעלט דיר נישט גיי דו.

איטשע האט געשריבן:אבער איך מוז דיר נישט דעקן.


דו מוזט טאקע נישט, דו ביסט בארעכטיגט אליינס זיך אויפצושטעלן א קהילה און יענס דעקן.

איטשע האט געשריבן:איי וואס איז מיט קהלה שפרשו?


מיינסט אפשר צו זאגן קהילה שנזרקו?

איטשע האט געשריבן: דער דין וואלט ווערט געווען עפעס אויב זיי וואלטן געווען מער ווי 30 פראצענט,


נייע הלכה, אין וועלכן שולחן ערוך שטייט דאס?

איטשע האט געשריבן: למעשה האבן זיי קוים אנגעצויגן 28 פראצענט,


נאך א שקר. די נומערן זענען געווען צווישן 44 און 31 פראצענט. נאך וואס צד 48 האט מיט צוואנג אוועק געשניטן יעדן וואס האבן געקענט, מיטן ציהל אנצוקומען צו דעם מעדשיק נומער אונטער דעם 30, ווייל אזוי האט יודל אונטערגרובער זיי געזאגט, אז צו דעם נומער מוזן זיי אנקומען, האט מען נאך אלס געהאלטן ביי 31, אבער צד 48 האט נאך אלס מחליט געווען צו פארשפרייטן אז צד 45 איז נאר אנגעקומען צו 28.

אבער ווי נישט ווי איז דאס אויך א דערגרייכונג, ווייל ביז אהין האבן זיי דאך געשריגן אז עס איז קוים פופצן פראצענט, בקושי אכצן.

איטשע האט געשריבן:דעריבער איז די טענה אויך אוועקגעפאלן.


ווידער א מעשה, פון ווי נעמסטו דאס? עס שטייט נישט אין פסק. סתם אריינלערנען דארט דאס וואס דו ווילסט קען דאך יעדער איינער.

איטשע האט געשריבן:
מצד השני באבוב איז ווערט שווערע מיליאנען,


אמת

איטשע האט געשריבן: אבער! אויב דארף מען נעמען "אלע בנינים" און זיי פארקויפן, אופאיינמאל, אלס בניני מוסדות" איז די ווערט זייער ווייניג, די וועליו איז געשצאט געווארן אויף א קארגע 30, 35 מיליאן דאללער! יא, יעדער בנין פאר זיך איז ווערט מער, און אויב איז עס רעזידענשאל, נאך מער. אבער ווי עס שטייט ין גייט, האט נישט די געהאפטע צד א' שוויות,


זאג נאר איטשע. זאג מיר אויס דעם סוד. דו מיינסט אפשר אז די לייענער פון דיינע ווערטער וואוינען אין אפריקע, ערגעץ צווישן דשיבוטי און מאדאגאסקאר?

כ'מיין, וועמען טרייסטו דא זיך איינצורעדן אז זיי קויפן די לאקשן? רוב לייענער דא קענען זייער גוט בארא פארק. דו טרייסט מיר [אדער אפשר גאר דיך] איינצורעדן אז אויב גייט מען פארקויפן די פאר בניינים וואס באבוב פארמאגט אין בארא פארק גייט די ריעל עסטעיט אזוי פאלן אז די שוויות גייט אראפגיין מיט פיר אדער פינף הונדערט פראצענט?

באבוב פארמאגט אפשר דריי הונדערט בניינים אין בארא פארק?

פליז, דריי נישט קיין ספאדיק. זעץ זיך אויף און הייב אן רעדן ווי א גרויס אינגל.

דער בנות ציון קאמפלעקס אליינס איז ווערט אזויפיל. איז אויב גייט מען צולייגן אלע אנדערע בניינים קומט נישט צו קיין שום שוויות? ריעלי?

איך האב עקספעקטעד פון דיר א בעסערן דשאב פון דעם.


איטשע האט געשריבן:פון אזא בליק, האבן זיי באקומען א שיינע 'חתיכה' א שעקסטל פון די ווערט!


איך ווייס נישט וואס א שעקסטל איז, אבער איך שטעל זיך פאר אז דו האסט געמיינט צו שרייבן א זעקסטל. אויב איז דאס וואס דו האסט געמיינט איז עס נאך אויך גאר ווייט, אפילו פון דיינע אייגענע נומערן, האסט דאך געזאגט אז זיי האבן אנגעצויגן 28 פראצענט, 6.2 פון דרייסיג פינף און דרייסיג איז ווייניגער פון 28 פראצענט.

איטשע האט געשריבן:יעצט לגבי דער נאמען:
יעצט לאמיר שמועסן וועגן די צענדליגע נעמען מיט יוניפורמס.


אקעי, געגאנגען...

איטשע האט געשריבן:צד א' האבן באשלאסן מיום א' "אלעס" נאכצומאכן, געפעינט די באסעס מיט די זעלבע קאלירן, אזוי אריינצונארן קינדער אין זייערע באסעס און פארדרייען א קאפ פאר די עלטערן אין די מוסדות, יעדער מוסד האט גענוצט דער זעלבער ביינאמען, די זעלבער עמבלעם.


איטשע, האסט פארגעסן פון דעם כלל פון חז"ל, במילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי אינשי. מילא ביי אנדערע ליגנטס איז אפשר אביסל שווער אויפצואווייזן, אבער דא האסטו זיך פאררעדט. אלע בארא פארקער אידן ווייסן אז די קאליר פון די באסעס איז נישט די זעלבע. (מ'קען מיינען אז צד 45 שטייט נעבעך און ווארט אויף קינדער פאר זייער מוסד אז זיי דארפן פשוט מאכן טריקס אז קינדער זאלן ווערן אריינגענארט אין זייערע באסעס. גראו אפ איטשע)

ווידער לגבי די אנדערע זאכן, וויל איך דיך פרעגן א קשיא: אויב האב איך א סעמסאנג סעל פאון געלעקסי 3, און איינער גנב'עט עס מיר צו, און איך גיי און איך קויף א נייעם, דעם זעלבן מין. האב איך נאכגעמאכט יענעם גנב?

צד 45 האט געהאלטן אז צד 48 האט די אלע זאכן גענומען בגניבה און דעריבער האבן זיי - נישט נאכגעמאכט, נאר - פשוט אנגעהאלטן די אלע זאכן וואס זיי האבן געהאט ביז יעצט.

איטשע האט געשריבן: בית דין האט געזעהן דא אז מען האנדעלט דא מיט קינדערישע מענטשן, נישט אין סאטמאר נישט אין וויזניץ האט מען געזעהן אזוינס.


וואס בעסדין האט געזעהן ווייס איך אויך. זיי האבן געזעהן בען פרענקלין. ווידער אין סאטמאר און אין וויזניץ איז רוב מאל נישט געווען אזא מציאות. און דארט ווי יא האט מען פונקט אזוי געטוהן.

איטשע האט געשריבן:פארוואס דאווענען זיי שבת אין בית יעקב?


ווייל עס איז די איינציגסטע זאל וועלכע איז גענוג גרויס (גראדע שוין נישט) זיי צו קענען אקאמאדירן, און איז גלייכצייטיג געווען גרייט זיי צו פארדינגען. (טראץ וואס צד 48 האט שווער געארבעט עס אפצושטעלן)

איטשע האט געשריבן:ווייל סאיז לעבן באבוב.


איטשע, איך פיל זייער שלעכט פאר דיר, עס איז נישט גרינג צו לעבן מיט אזעלכע געפיהלן. אבער איך האב אן עצה. גיי צו א דאקטער און זאג אים אז הדד בן בדד האט דיר געזאגט אז דו דארפסט א באהאנדלונג אויף פאראנאיע. (איטשע, איך זאג דיר וועסט זיך שפירן בעסער נאך דעם. איך וועל דיר נישט שיקן קיין ביל פאר די עצה).

איטשע האט געשריבן:פארוואס דאוונען יי אין א געדינגענע לאקאל?


ווייל זיי האבן נאך נישט קיין אייגענעם. און פארוואס טאקע נישט?

איטשע האט געשריבן:ווייל אט אט גייט באקומען א בנין פון באבוב,


פון וועמען? פון בעסדין. באבוב האט אלע יארן געהאפט אז די בעסדין וועט פסק'ענען ע"פ תורה און זיי געבן א בנין. פון צד 48 האט מען קיינמאל נישט גע'חלום'ט צו באקומען גארנישט. זיי זענען טאקע בטלנים אבער נישט אזעלכע בטלנים.

איטשע האט געשריבן:אונז זעמיר דאך איף די גאס. יא נישט מער אין נישט ווייניגער, וועמען נאר'ט מען דא.


מען נארט קיינעם נישט, דאס איז די אמת, נו וואס האסטו געוואלט מיט דעם?

איטשע האט געשריבן:יעצט וועגן דער נאמען, צד א' וויל זיך רופ'ן מיט די מאדנע נאמען באבוב45.


הייבצעך נישט אן. צד א' וויל זיך רופן מיט דעם נאמען וואס זיי זענען. באבוב. נאר ווען זיי האבן ענדליך איינגעזעהן מיט וועמען זיי האבן דא צוטוהן, האבן זיי מחליט געווען אביסל צופאכען צד 48 מיטן בעסדין אינאיינעם. זיי האבן געזאגט אז זיי ווילן ענדערש באבוב 45 ווי א אנדערע צונאמען. פארוואס? איך האב זיי נישט געפרעגט, אבער מיינע השערות און הסברים קענסטו ליינען אין מיינע אבזערוואציעס.

איטשע האט געשריבן:פארוואס איז עס מאדנע?


זייער פשוט, ווייל עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך, א חסידות נאמען מיט א נומער צוגעטשעפעט. אבער די פסק שרייבער זענען געווען אזוי פארבלענדעט פון זייער שנאה און איינזייטיגקייט, אז זיי האבן אפילו אזא פשוט'ע זאך פארזעהן.

איטשע האט געשריבן:ווי אזוי גייט ר' יהושע רובין אונטערשרייבען "יהושע רובין אבד"ק באבוב45?",


איך ווייס נישט, קענסט אים אנרופן און פרעגן, מיינע השערות האב איך שוין געשריבן.

איטשע האט געשריבן: וויזאוי גייט מען אויסרופען דעם אדמו"ר, מבאבוב פאריפיפט? לאחר מאה ועשרים, וועט מען ארויף קראצן אויף די מצבה "באבוב45"? כ'האב געהערט נאכזאגן פו דער באבעפאריפיפטער רבי/רב? מען קע נישט מאכ'ן קיין געהעריגע ר"ת דערויף, וואס גענוי איז די געמטריא פון באבוב45?


זעהט אויס אז אויסער פאראנאיע ליידסטו אויך אויף די שמיעה (אדער ראי'ה) איך האב דאך דיר שוין געזאגט אפאר מאל, לייען אפ מיינע אבזערוואציעס. איך האב דאס אדרעסירט דארט.

איטשע האט געשריבן:אלא מאי, זיי זענען גרייט זיך צו מבזה זיין מיט די מאדנע נאמען, פארוואס? גם לי גם לך לא יהיה, אזוי וואט מען רופן באבוב פאריעיט! נישט איך און נישט עם!


עוד הפעם, איך האב דאס שוין מסביר געווען, גיי צוריק צו אנהייב פון דעם אשכול ושם תמצאנו.

איטשע האט געשריבן: זיצט א רבי אין א קהלה, און איז גרייט (עכ"פ אזו שטייט אינעם פסק דין פון בי"ד) זיך צוריפען מיט אזא צודרייטן נאמען, פאר איין איינציג סיבה, מיין פעטער זאל צופלאצט ווערן, יא ער איז א שר התורה, מסכים.


ער האט זייער א קליינער פראבלעם מיטן קליינעם פעטער זיינעם, ער דארף אים נישט מאכן פלאצן ווייל ער פלאצט סייווי. אבער ער האט עס געטוהן ווייל דאס איז זיין איינציג געווער.

לאמיך דיר עפעס זאגן ר' איטשעלע. וואלט איך ווען געווען יעצט אויפן בענקל פון דעם אדמו"ר פון צד 45 וואלט איך געזאגט: איך האב גע'חתמ'עט שטרי בירורין פאר א דין תורה, נישט פאר אזא פסק דין מעוות ומקולקל. אצינד, נאך אזוי פיל געלט און בלוט שפייען, זייט מיר געזונט און שטארק. איך קען אייך נישט און פערטיג. איך וואלט ווייטער געגאנגען ווי גארנישט וואלט פאסירט.

ולהוי ידוע אז איך האב שוין אזאנס געטוהן. איך בין געווען אינוואלווד אין א קעיס, א סכסוך צווישן צוויי אידן, וועלכע איז אנגעקומען צו אן אזויגערופענעם דין תורה, און איך בין געווען ביי די דין תורה (נישט אלס דיין אדער טוען, נאר אלס העלפער און פריינט פאר איינעם פון די צוויי צדדים), מען האט גע'חתמ'עט שטרי בירורין און געגאנגען. במשך דען גאנצן דיון און די זיצונגען האט געשטינקען דארט פון שוחד אז עס איז געווען א שרעק, און דער סוף פסוק איז געווען ווי ערווארטעט, א פסק אינגאנצן ווי יענער האט געוואלט, און נאך מיט א שמיץ אריבער.

אבער דאס גרעסטע ליצנות איז געווען אז צווישן די שורות פון דעם פסק האט זיך קלאר ארויסגעזעהן אז דער בעסדין האט ניטאמאל זיך גענומען די מי אויסצוהערן געהעריג די טענות. נעמען און מציאות'ן זענען געווען נישט ריכטיג און פארמישט. עס האט זיך זייער קלאר אנגעזעהן וואס עס ליגט אונטער דעם פסק.

איך האב אנגעזאגט דעם איד וועמען איך האב געהאלפן ער זאל בשום אופן נישט אויספאלגן דעם פסק. ווען יענער האט געסטראשעט מיט מסירה האב איך אים קלאר געמאכט אז איך האב וואס צו מסר'ן אויף אים אויך, ער האט געסטראשעט אהער און געווארנט אהין, רבנים מיט סירובים, אבער איך האב אים קלאר געגעבן אנצוהערן אז עס וועט נישט ארבעטן און אז פאר יעדע אקציע וועט זיין א רעאקציע.

איך האב אים געגעבן צוויי אפציעס, איינס. מען וועט אפשרייבן אלע טענות און תביעות, ביז ביידע צדדים וועלן מסכים זיין אז זיין צד איז געווארן גוט ארויסגעברענגט, מען וועט צולייגן אלע דאקומען (וואס מען האט ניטאמאל געברענגט אין בעסדין) עס וועט נישט שטיין קיין נעמען, נאר צד א' און צד ב'. מען וועט אריינגיין צו א בית דין וואס קען נישט קיין איינעם פון אונז און באצאלן פסק געלט זיי זאלן אפליינען דעם צעטל און ארויסגעבן א פסק.

אדער האב איך אים געזאגט אז ער קען קומען פארהאנדלען מיט מיר. פארשטייט זיך ער האט קיין איינס נישט געוואלט. אבער ווען די צייט איז געלאפן און ער האט געזעהן אז ער האט גארנישט האט ער זיך שיינערהייט אראפגעזעצט מיט מיר זיך מפשר זיין.

(סתם שוין צוצוענדיגן, ער האט באקומען טייל פון וואס ער האט געוואלט, אבער לבסוף איז ער ארויס דערפון מיט גרויס שאדן. דער אויבערשטער האט דאס שוין געזארגט, עס האט גארנישט געהאט מיט מיר אדער מיט דעם צד)

איטשע האט געשריבן:עם עקש תתפתל,


אה, קענסט דאך יא לשון קודש. דאס איז דאס, עם עקש תתפתל. מיט אזעלכע עיקשים ווי די פסק שרייבער און די וועלכע האבן זיי געדרייווט איז נישט דא קיין ברירה נאר צו גיין בדרך פתלתול און זיך אנהענגען אין דעם נאמען באבוב45, אויף אן אופן וואס עס וועט סייווי נישט בלייבן, און אלעס (אדער כמעט אלעס) וועט אויסקוקן ווי ביז היינט (חוץ די נייע בניינים וואס צד 45 וועט בעז"ה אויפבויען (פארשטייצעך, נאר אז דער פעטער זאך פלאצן)), און אפשר, טאקע נאר גאר גאר א גרויסער אפשר, אבער דאך עפעס א פראצענט איז דאך דא, אז אפשר אזוי, אז 48 וועט ענדליך איינזעהן אז די פרענדס זייערע זענען סוכ"ס נישט געווען בכח זיי צו דעליווערן דעם טויט קלאפ פאר קארטשין וואס זיי האבן אזוי ערווארטעט, אפשר וועלן זיי דעמאלס זיך אליינס צאמזעצן און אנקומען צו עפעס א טאלק און זיך מפשר זיין ביושר.

איטשע האט געשריבן:בלי ברירה האט בי"ד געמוזט שרייבן אזויפיל סעיפים, אז ס'זאל קלאר אנזעהן מי ומי ההולכים.


אוודאי בלי ברירה, ווייל אז מען איז משוחד האט מען נישט קיין ברירה, מען פארלירט די בחירה און מען מוז בהכרח שרייבן אזא פסק מיט אזויפיל סעיפים אז מען זאל זעהן מי ומי ההולכים נגד חוקי התורה.

איטשע האט געשריבן:9 יאר דין תורה.
איין מינוט, דער פסק איז שוין גרייט 2 יאר. פון די 7 יאר איז מען געזעצן איין וואך פער חודש, אויסער חדשי ניסן תשרי תמוז אב, און פון די איבעריגע 8 חדשים, האט זך יעדעס יאר געמאכט אז דא איז מען נישט געזיצן צוליב א שמחה ביי צד א' אדער ב' ס"ה איז מען געזעצן בע 20 צו 30 טעג א יאר, שוין גארנישט אזוי לאנג, נעמענדיג אין באטראכט, אז בי"ד מוז לאזן דעם בע"ד אויסזאגן אלע זייערע טענות, אין די טענה'ס זאגן האט אויפגענומען מיינסטנס פון די צייט.


אויף דעם האב איך סתם נישט קיין געדולד זיך צו באציען צו די קלוגע הסברים. בלייב גערעכט. עס האט טאקע געדארפט געדויערן אזוי לאנג...

איטשע האט געשריבן:יעצט א ווארט צו מורה מורינו הרב ר' הדד.


יא רעב איטשע, איך בין גרייט צו הערן, פתח פיך ויאירו דבריך

איטשע האט געשריבן:אויב גרויס מאכן דיין רבי'ן אויפן חשבון פון זיין פעטער מאכט דיך פילן גוט, זאל זיין אזוי.


ווי איך האב שוין געשריבן באריכות אין מיין ערשטן מאמר, איז ר' מרדכי דוד נישט מיין רבי, אבער איך האב גענומען דעם צד פון 45. און איך דארף אים נישט גרויס מאכן אויף חשבון פון זיין פעטער. ער איז גרויס גענוג פאר זיך. איך וויל נישט גיין פערסאנעל, אבער ביי די וואס קענען די צוויי יודן פערזענליך און זענען נישט קיין צד אין די פרשה, זענען דיינע ווערטער א געלונגענער וויץ.

איטשע האט געשריבן:אויב פאלגן דין תורה, וואס איז די א' ון יעדען יוד, מאכט דיין רבי'ן גרויס, זאל זיין אזוי.


פאלגן א "דין תורה" איז טאקע פון די ערשטע יסודות פון א יעדען איד. אבער פאלגן א פסק וואס איז זייער קלאר קעגן די תורה איז נישט דא קיין שום ענין צו פאלגן.

צו ער גייט פאלגן צו נישט ווייס איך נישט. איך האב דיר שוין געשריבן פריער וואס איך וואלט געטוהן. וואס ער גייט טוהן בלייבט איבער צו זעהן. עס קען זיין ער וועט פאלגן, עס קען זיין ער איז א בעל מדריגה, אפשר גאר א גרויסער בעל מדריגה, איך קען אים נישט גוט גענוג איך זאל דיר קענען זאגן אויף דעם א אמת'ער שאצונג ווייל אויסצופאלגן אזא פסק דארף מען זיין אדער א שוידערליכער שוטה, אדער גאר גאר גאר א גרויסער בעל מדריגה.

אלזא, איך ווייס נישט. קען זיין ער וועט זיך א נאמען געבן צאנז באבוב*, [אזוי ווי איך זעה איר ווילט זייער שטארק, כאטש אמאל האט איר צו דעם אויך נישט מסכים געווען, און מיט א שטיק צייט צוריק ווען מען איז געוואר געווארן אז בעסדין פלאנט צו הייסן צולייגן 45 האט איר נישט אויפגעהערט צו לאכן פון דעם דשאוק, אבער פלוצלינג האט איר געכאפט אז די דשאוק איז אויף אייך האט איר אויפגעהערט צו לאכן און אנגעהויבן רעדן שיין: צאנז באבוב, עס איז דאך אזא שיינעם נאמען בלא בלא בלא...] אויב יא הייב איך מיין היטל פאר אים, (אפשר וועט ער נאך ווערן מיין רבי) דאס איז גאר א גרויסע מדריגה, און אפשר וועט ער אינסיסטן צו בלייבן באבוב 45, און אפשר וועט ער סתם אזוי זאגן איך פייף אריין אין דיר.

אלזא, אויב פאלגט ער דעם פסק דאן איז ער זייער גרויס.

*איך וויל סתם אנמערקן אז איך געדענק נאך אסאאאך יארן צוריק פלעגט שטיין אויף די באסעס צאנז באבוב.

איטשע האט געשריבן:אויב דיין רבי איז טאקע אזוי גרויס.
ווער האט עם געגעבן א היתר צו גיין אין קוירט אדר תשס"ה?


איך האב שוין געשריבן וועגן דעם פריער

איטשע האט געשריבן:פארוואס וויל ער הייסן דווקא באבוב45? און נישט עפעס א נארמאלע קלאסישע נאמען ווי צאנז באבוב?


לייען איבער די לעצטע פאר שורות דא.

איטשע האט געשריבן:אודאי גייט ער פאלגן דער דין תורה!


איך בין נאך גארנישט אזוי זיכער

איטשע האט געשריבן:דו ווייסט פארוואס?


אדרבא, פארצייל מיר

איטשע האט געשריבן:ווייל די גוישע קוירט, דארט'ן ווי דיינע מנהיגים זענען געלאפען בשלוחותו תובע זיין באבוב, שלא ברשו בי"ד. און ריכטער קרעמער ע"ה, האט זיי אנגעזידלט, און פארשיקט צו דין תורה,


בלא בלא
(אפשר קינדיש, אבער איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן)

איטשע האט געשריבן:אט די קאורט וועט זיכער מאכ'ן אז ער גייט פאלגן!


אהההה, איטשע, יעצט האסטו מיך סורפרייזד. יו קאהט מי אףף גארד. ביז יעצט האב איך געמיינט אז 45 זענען די נאאיווע און 48 זענען די געריבענע, דערווייל האסטו מיר דא אזאנס אריינגעווארפן? אזוי נאאיוו צו זיין? עס פאסט נישט פאר 48.

איטשע לאמיך דיר זאגן. איך גיי נישט דא אריינגיין אין קיין אריכות'ן איבער דעם, אבער האק זיך דאס שוין ארויס פון קאפ. דאס גייט נישט פאסירן. (דו מוזט נישט אבער איך גיב דיר אן עצה טובה, עס וועט זיין בעסער פאר דיין געזונט)

ערשטנס, אויב גייט מען צוריק אין קאורט איז דא גרויסע שאנסן אז דער גאנצער פסק זאל ווערן ארויסגעווארפן. איך האב שוין מיטגעהאלטן מערערע קעיסעס ווי א קאורט האט צונישט געמאכט א קארופטירטן פסק. צווייטנס, לאמיר שוין זאגן אז דער קאורט גייט יא מחליט זיין צו ענפארסן דעם פסק (נאך אפאר יאר און נאך אפאר מיליאנען פאר לויערס) קענען זיי נישט צווינגען יעדן פריוואטער מענטש צו שרייבן אויף זיין אינוויטעישאן 45 און עס איז פשוט נישט מעגליך נאכצוגיין יעדן פרט און סעיף קטן ווי עס וועט נישט שטיין דער 45 און שלעפן דעם קאורט זיי צווינגען צו טוישן.

און די מוסדות און בתי מדרשים וועלכע נישט אין אמעריקא?

סאו פון דעם זאלסטו שוין פארגעסן.

איטשע האט געשריבן:מיש נישט אריין די תורה דא, ווייל אויב אויב פאלגן ענק די תורה קענען ענק נאך היינט ארויסצוען ענקערע תביעה פון קוירט! אבער ענק האבן נאכנישט....


איך מיש דוקא יא אריין די תורה דא, ווייל דאס איז וואס באלאנגט דא.

ווייל אין די היינטיגע וועלט זענען דא רביס און רבנים וועלכע מאכן די תורה ללעג ולקלס לעיני השמש ואין פוצה פה ומצפצף. קיינער האט נישט מורא פון קיינעם. דער חילול ה' איז איום ונורא און שרייט מסוף העולם ועד סופו ואין איש שם על לב. קיינעם טוט נישט וויי די צער פון די שכינה הקדושה. יעדער קוקט נאר אויף די אייגענע כבוד. ערשט לעצטענס איז נפטר געווארן די זווילע רביצין, דארט האט אויך דער אינגערער ברודער מצליח געווען ארויסצוקאפען דעם עלטערן ברודער אינגאצן, פון די מוסדות וואס ער האט געבויט מיט בלוט און שווייס (סאונדט אפשר באקאנט?). אבער דאס איז נישט גענוג געווען פאר דעם אינגערן ברודער, נאר ביי די לוי' פון די מאמען האבן זיינע חסידים אנגעשלאגן דעם עלטערן ברודער - וועלכער איז גאנץ א שיינער רבי און בויעט זיך צוביסלעך שיין אויף - בפניו, אינפראנט פון זיין נאז, און ער איז געזעצן און זיך צוגעקוקט, געקוואלן און הנאה געהאט און קיין ווארט נישט געזאגט אפצושטעלן די פעטש.

איך בין געווען זיכער אז די רביס וועלן זיך שעמען ארויפצוגיין מנחם אבל זיין דעם שלעגער. אבער וואס, אבערוואז, יעדער איז געלאפן אויף אלע פיר, מיט די גבאים און שמשים, די קעמרעס האבן געבליצט און די שיינע פיקטשערס זענען ערשינען אין די אלע מאגאזינען, און די שכינה האט פארבראכן מיט די הענט און געוויינט, קלני מראשי קלני מזרועי.

נעם זיך עס גוט אין קאפ אריין. די סארט רע-בנים וועלכע גיבן ארויס אזעלכע פסקים און האבן געמאכט די גאנצע תורה אלס קרדום לחפור בה ועטרה להגדל ולהתעטר בה. זיי מאכן דאס פאר א ביזנעס - עשאוני בני כפלסתר - די האבן אראפגעפירט און דערנידערט דעם כבוד התורה עד לעפר. עס איז היינט הפקר פעטרישקע, יעדער קען טוהן וואס ער וויל וכל דאלים גבר און קיינער קערט נישט. קיינער גייט נישט אפשטעלן א גרויסע רבי מיט אסאך חסידים פון זיך אנפייפן אויף די תורה און אויפן רבונו של עולם.

פון ווי ווייס איך?

לאמיר צוריק גיין צום אנהייב פון דיין תגובה. דו שרייבסט פון די הכתרה פון דעם אדמו"ר מ48, גלייך גייסטו צו פורים ביינאכט און די הכתרה פון דעם אדמו"ר ואבד"ק מ45.

זעהט אויס אז אויפן זכרון ליידסטו אויך, האסט שוין פארגעסן וואס איז געוען אינצווישן.

וועל איך דיך דערמאנען. איז ווי איך האב שוין געשריבן, האט מען אויפגענומען די קינדער פון דעם רב ז"ל אלס ממלאי מקומו אין די זעלבע צייט וואס די חסידים פון דעם אח הצעיר האבן אים אויפגענומען. דעם נעקסטן צופרי זענען די ממלאי מקומו פון דעם רב ז"ל געקומען אין דאווענען אין בית המדרש ווי זיי זענען יעצט די מנהיגים, אבער פלוצלינג זענען אנגעקומען פאליציי און זיי ארויסגעטראסקעט פון דארט.

און דיין רב איז געקומען ווי א אינגעלע צו לויפן, אינמיטן די שבעה (קעגן די הלכה), שנעל זיך זעצן אויפן ארט פון זיין ברודער, כדי צו ווייזן אז ער איז יורש.

אלזא, פארשטיי גוט. דיין רבי איז געווארן אויפגענומען אלס רבי ביי זיך אינדערהיים דורך זיינע חסידים, אבער די בניינים האט ער באקומען נישט בכח התורה נאר בכח הזרוע, די פאליציי פון 66 פריסינקט זענען די וואס האבן דיין רבין געמאכט פאקטיש פאר רבי.

און זאג מיר, איין שיינער איד האט זיך אפגעהאלטן פון קומען אים מנחם אבל זיין? ער האט אפשר נישט געהאט א געפאקטן אויבן אן מיט שיינע אידן כ"ה ניסן? כאטש ער האט אקארשט ארויסגעטראסקעט אן עדה אידן דורך פאליציי אין די גאס, כגרועים שבאומות.

און לאמיך דיר זאגן איטשע, עס וואלט געווען פיל בעסער און גרינגער ווען דו הערסט אויף זיך צו נארן און די ביסט מכיר דעם אמת. דו וועסט נישט זיין דער איינציגסטער אין 48 עס זענען דא אזעלכע אין 48 וועלכע רופן אן דעם קינד ביים נאמען. איך האב א חבר - גראדע פון די שיינע אידן דארט - אין 48, ער זאגט מיר שטענדיג: פארוואס ביסטו געגאנגען צו די לוזערס, האסט געדארפט קומען צו אונז, מיר זענען די חברה לייט, מיר האבן געוויסט וויאזוי צו מאכן קשרים מיט די פאליציי און מיר זיצן דא.

איך האב גערעדט מיט אים יעצט נאכן פסק, ער זאגט אפן און גראב, מיר טויגן, מיר האבן זיכער געמאכט צו האבן א רוב אין דעם בעסדין וואס מיר האבן געוואוסט וואס זיי האלטן און פערטיג. ער טרייט נישט זיך צו פארענטפערן און פאבריצירן מעשיות אדער אריינלייגן אין דעם פסק זאכן וואס שטייט נישט דארט. ער זאגט אפן און גראב דעם אמת. און דערפאר טאקע קען איך זיין גוט מיט אים, ווייל ער זאגט דעם אמת.

אבער פון דעם זעסטו וואס איך האב דיר געזאגט. נישט אז מען דארף צו דעם אנקומען, מען זעהט עס ליידער אין די גאנצע וועלט, רביס און רבנים פייפן זיך אריין אין קודשא בריך הוא ושכינתי', טוען וואס זיי ווילן, גייען אין קאורט, שלאגן האקן, ברעכן און פארברענען, זיי ערקלערן זיך אלס אפגעטער - אני אמלוך - און אלס איז פיין און וואויל, קיינער בויקאטירט זיי נישט, קיינער הערט זיי נישט אויף צו געבן געלט.

די רבנים קומען דאך צו לויפן סיי ווי עס איז נאר דא אן אויבן אן, די גבירים קומען דארט ווי מען קען זיי דעליווערן אסאך כבוד, וזהו.

אלזא, אויב איז דא איינער וועלכער פאלגט יא א פסק בית דין, אפילו אויב עס איז יא גע'פסק'ט ע"פ תורה, קומט זיך אים קרעדיט, ער טוט עס נאר ווייל אזוי הייסט די תורה. און אוודאי און אוודאי, קל וחומר בן בנו של קל וחומר אויב איינער קען זיך מתגבר זיין און פאלגן אזא פאסקודנעם פסק נאר כדי צו גיין ווייטער איז ער א איש צדיק תמים בדורותיו.

און יעצט איטשע, א ווארט פערזענליך צו דיר. איך האב דיר דערמאנט דא מיין חבר וועלכער זאגט אפן און גראב דעם אמת. ווי איך זעה אבער זענען רוב באבוב'ער חסידים נאך נישט אזוי פארגרעבט, און דו און רוב אנדערע באדערט יא די סארט הנהגה, מען שעמט זיך דאך אביסל, ערגעץ ווי אונטערן באוואוסזיין נאגט אביסל דאס ווערימל פון ערליכקייט. דער אמת וויל נישט אינטערקיין און קיין שום קאמפף אין מוח פון א איד.

דערפאר טרייט איר זייער שטארק צו דעקן דעם פסק, מען פאבריצירט מעשיות, מען לייגט צו זאכן צו דעם פסק וואס עס שטייט נישט דארט וגו' וכו', דער עיקר, מען טרייט זיך אליינס איינצורעדן, איינצורעדן דעם געוויסן אז פאר עפעס א סיבה איז דער פסק יא אקעי.

דער אמת איז אבער, אז די פסק שרייבער האבן אליינס געהאט דעם ברירה אריינצושרייבן די אלע זאכן, קיינער האט זיי נישט אפגעהאלטן. נאר וואס דען? השנאה מקלקלת השורה, אזוי זאגן חז"ל. און צולייגן גארנישט צום פסק, נאר פלעין אפליינען די טרוקענע שורות שפריצט די האס און פיינטשאפט פון יעדן שורה.

די איינציגסטע פלאץ ווי דו קענסט זעהן אביסל, א מעט מן המעט פון די אמת'ע טענות און סברות וואס מען האט אויפגעברענגט און געהאלטן אין בעסדין קענסטו זעהן אין דעם כתב יד פון רא"ב ראזענבערג. קוק עס גוט איבער און נאך דעם מאך זיך א חשבון הנפש. בארעכן זיך גוט. זעה וואס דו האסט זיך איינגעקויפט. אמת, גאר שיינע בניינים און קעמפס, אבער א הנהגה...

ולסיום איטשע וויל איך דיר איבערלאזן מיט אפאר ווערטער, חומר למחשבה. הרה"ק מהרנ"ץ מ'באבוב האט געפירט די מוסדות אין באבוב לאנג פאר זיין קליינער ברודער איז אפילו געווען עניטינג (חוץ א זינגער אויף רעקארדס) אין באבוב. ער האט געהאט אסאך געלעגענהייטן צו פארשרייבן בניינים און פראפערטיס אויף זיין נאמען, און זיכער מאכן אז עס ליגט אין די הענט פון זיינע מענטשן.

אבער ער איז געווען צו ערליך און דערהויבן דאס צו טאן, ער איז געווען א צדיק אמת, אזאנס וואס וואלט געפאסט אין פריערדיגע דורות. און טאקע צוליב דעם ערליכקייט און תמימות האט זיין קליינער ברודער געקענט אויסנוצן די מצבים און זיך באפעסטיגן און פארכאפן אלס פאר זיך.

דעריבער, ווען פרעמדע מענטשן הערן ווי די חסידי 48 רעדן און באציען זיך צו מהרנ"ץ מיט ביליגקייט און זלזול נעמט עס זייער נישט גוט אויס און עס מאכט אייך אויסזעהן ווי אומערצויגענע ברואים. אזוי אויך, ווען מען זעהט אז די ביסל וואס איז נאך געבליבן פאר דעם עלטערן ברודער נאכן ארויסווארפן זיינע יורשים און חסידים אויף די גאס ווי הונט, דער נאמען באבוב אויף וועלכען ער האט זיך מוסר נפש געווען, און איז די איינציגסטע זאך פון זיין רבי'סטווע וואס איז געבליבן ביי זיינע קינדער, ווען אויך דאס גייט אייך אין לעבן צוצונעמען פון זיי, מאכט עס אייך אויסזעהן ווי חיות און גאסן אינגען, בארבארן אן קיין שום געפיל און מענטשליכקייט.

אלזא, איך גלייב נישט אז איר גייט זיי שוין לאזן זיך רופן באבוב (איי עס מאכט אייך אויסקוקן בעסער, אבער וועמען גייט עס אן, איך האב דאך דאס יעצט מסביר געווען, אמת?), אבער כאטש זאלט איר רעדן פון אים מיט כבוד און דרך ארץ.
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:34 pm#218949
נאכ'ן ליינען די טענות ומענות דא אויף קאווע שטיבל הייב איך אן צו כאפן פארוואס די דין תורה האט גענומען ניין יאר :).