מאנטאג יולי 16, 2012 8:54 pm#24809
אפשר האבן זיי עם באצאלט שטיל צו זיין
וויאזוי פלעגט אלטער משה זאגן? מ'האט געמאכט א "קאַווער אַפ"
וויאזוי פלעגט אלטער משה זאגן? מ'האט געמאכט א "קאַווער אַפ"
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:די בילד איז געכאפט געווארן פארגאנגענע חוה״מ סוכות. ס׳זייער טערעסאנט ווייל דא זעה׳ך אז די מיידלעך גייען אנגעטוהן מיט בגדי לבנים און נישט מיט די שווארצע דאכענעס
שבת אחים האט געשריבן:אה הייסט עס אז סאיז נאר א גייסיטישע מצב, איז מה כל הרעש?
יעצט ווייס איך שוין נישט פשט אין צוויי זאכן
1)גייסיטישע מצב
2)א האלבע זונה (א גאנצע זונה פארשטיי איך וואס ס׳מיינט אבער וויאזוי איז מען נאר א האלבע זונה?)
שמואל פרימו האט געשריבן:די טאכטער איז נישט אנטלאפן... דאס איז א מוסטער פון די רשעות'דיגע ארבעט פון די שונאי ישראל והדת אין קאנאדע.
דעם רבי'נס טאכטער איז געווען אין א שווערע גייסטישע מצב, ביז מען האט איר געמוזט אריינפירן אין א גייסטישע שפיטאל. אזוי ווי עס איז היינט דער סטייל (אויך אין אמעריקע), האט מען אנגעהויבן טראכטן אויב עס איז נישט קיין אביוז פון דעם רבי'נס שטוב. די רשעים האבן דאן געארבעט אויף עטליכע פראנטן, קודם כל האט מען נישט צוגעלאזט דעם רבי'ן מיט די משפחה זען דאס קינד. די שפיטאל בעאמטע האבן נאכגעזוכט אינפארמעישן דורך אינטערנעט אויף דעם רבי'ן און די חסידים, און פארשטייט זיך אז קיין פאזעטיווע בילד האט מען נישט באקומען. דאן האט זיך אנגעהויבן א סעריע מיט איבערעדענישן פארן קינד, אז איר משפחה איז א סכנה פאר איר. זי איז דאך נישט געווען גייסטיש געזונט, האט מען איר געברעינוואשט פון שפיטאל מיט אלע שקרים און לגיונות.
סוף דבר איז געווען, אז עס איז געווען א קארט-קעיס, ווי דער דזשארדזש האט גע'פסקנ''ט אז דאס קינד טאר נישט זיין ביי די עלטערן. זי איז דאן אוועקגעפארן צו מאנסי געגנט, און דאס איז די סוף פון די פאסירונג.
פרעג איך אייך: זי וואלט געקענט אויפשטעלן א אידישע שטוב, מיט יראת שמים און צניעות. יעצט, וואו איז זי אנגעקומען? - א האלבע זונה!
רשעים ארורים!
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:מהאט געשמועסט א לאנגע צייט צוריק אז די רבי האט א ניק דא.
גראף האט געשריבן:@.
דו ביסט ערנסט אדער מאכסט נאך דולה ומשקה?
שמואל פרימו האט געשריבן: אין די בנין אויף די טרעפ, האט מען געשטעלט מחיצות, צוליב די מכשולות שבדבר.

גר ותושבא גוטן הרב שמואל פרימו איך מיין נישט קיין ליצנות איך וויל נאר וויסן פשט אין די פאלגדע קשיא.
עס האט זיך ארום געדרייט א קליפ ווי דיין רבי געט א אינטערוויו פאר א פרוי עס איז דארט געוועין נאך א יונגערמאן וואס האט גערעדט צו די פרוי וואס איך האב באוואונדערט זיין שמירת עינים און רעדן בכובד ראש אבער ביי דיין רבי האט איז ההפך נכון ער האט איר געקוקט אין פנים אריין געזעצן לעיבן איר ממש במרחק נגיעה און זיך אויף געפירט בקלות ראש.
רויטע וואנצעסוואס איז די האטליין? אפשר כאפט מען זיך אריבער ווען די ווייב איז אין די קאנטרי צו גוואנטמאלא? מ'איז מקבל דרויסענדיגע פאר א שבת?
שמואל פרימו
1) די הכנסת אורחים אויפן ארט איז ממש להפליא, גר ותושב, עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט.
2) גר ותושב, דיר האב איך נישט געענטפערט, נישט נאר ווייל איך קום נישט אן צו יעדן, נאר ווייל דיין שאלה איז במידה מסיומת לצנות...
3) כ'מיין אפשר פרעגסטו פארוואס אהרן טייטלבוים שר"י קוקט אויף פרויען און רעדט מיסע ווערטער? - אדער אפשר אויפן ליובאוויטשער פארן געבן דאלארן פאר פרויען אין די האנט אריין? - נאר אויף מיין רבי זוכסטו זיך קושיות. אבער אויב דו מיינסט עס ערנסט, ווייסטו אז עס איז געווען גדולי ישראל וואס האבן געקוקט אויף פרויען, ביים אויפנעמען קוויטלעך וכדו'? - בנוגע אונזער רבי'ן שליט"א קען איך דיר ענטפערן צוויי תירוצים, א פראקטישער מיט א העכערער...
4) פשוט איז, אלס קידוש השם, לעת הצורך, ווען עס האנדלט זיך פון פיקוח נפש און ראטעווען א קהילה שלימה בישראל, קוקט מען נישט אויף די סארט זאכן און מען טוט וואס מען קען. ווער ווייסט צי ער איז זיך נישט מתיסר בשעת מעשה...
5) אלס חסידים קען איך דיר ענטפערן, ס'איז פאראן העכערע ענינים וסודות אין די סארט זאכן, עס איז פאראן אן ענין פון שיר-השירים, סודות ודמיות בקבלה אשר אין הפה יכול לדבר ואין לך רשות להרהר אחריה, ביי צדיקים ווען זיי זענען עוסק אין די ענינים זעען זיי גאר אנדערע זאכן ווי ערדישע מענטשן... קענסט זיין זיכער אז מיין רבי שליט"א, וואס איז א קדוש אלקי, אויסגעטאן פון די סארט זאכן, טראכט נישט וואס דו טראכסט... עס איז ווי די משל הידוע, פון דער פשוט'ער מענטש וואס באקומט הרהורים ביים קוקן אויף בגדי צבעונים, און דער בעל-מדריגה וואס באקומט א התעוררות ביים קוקן אויף די תכלת פון די ציצית, וואס איז דומה לים, לשמים, לכסא הכבוד.. וקצרתי במקום שאמרו להאריך מחמת קוצר הזמן (עטליכע מינוט פאר חצות).
6) און אויב אויפן ריזשענער איז אזוי די מעשה, עאכו"כ אויפן רבי'ן שליט"א, דער קדוש אלקי.
סמבטיוןאיך בין אין א שווערע דילעמא, פון איין זייט רעדט ער ווי א פאברענטע חסיד, בעסער געזאגט ווי א פריש געמוחוואשטע פרי, פון די אנדערע זייט אויב ביזטו א טרוקענע לץ דאן טוסטו א געוואלדיגע ארבעט, איך קען נישט דיסיידן וואס דו ביזט.
א, איך האב נעכטן געשריבן פאר דער שטיין אנדריגרונוס - ס'איז א חלק פון לצנות אויף מפירי ברית ועוזבי התורה. אז דו וועסט איבערקוקן, האב איך נישט געשריבן קיין שום ניבול פה חלילה וחלילה, ה' ישמור. איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, אזוי ווי מען דארף טון מיט אזא מענטש. ועם כל זה, ווען איך האב געזען אז אפילו נאר איינער דא קוקט דערויף מיט א בליק כאילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, האב איך עס תיכף אראפגענומען מיט א התנצלות, אן דעם וואס קיינער זאל מיר דאס בעטן. ואחר כל אלו האב איך באקומען היינט זעקס ווענדונגען פון מענטשן, וואס האבן געוואלט וויסן וואס דארט איז געשטאנען (וואס דאס אליין לערנט אביסל דאס צביעות פון געוויסע מענטשן, אדער אין בעסטן פאל אז מענטשן טראכטן אזוי ווי מיר, אז מען דארף שרייבן אזעלכע סארט אופנים אויף מענטשן). בכלל, צווישן צדיקים און ספרים געפינען מיר אויך געוויסע לשונות - איז דאס חלילה נישט אויסגעהאלטן? - אזוי טראכטן אינטערנעטיסטן מיט א קאוועדיגן בליק. איינער וואס האט א ריינער השקפה, און איז פועל לויט די הוראות פונעם רבי'ן שליט"א, אזא איינער האט ריכטיגע סייעתא דשמיא, צו וויסן ווי אזוי און וואס צו זאגן, ווען.
אקעי, קבלתי דעת החברים דפה... בכלל, עס איז נישט מיין דרך אזוי צו שרייבן, איך בין נישט עוסק אין די סארט זאכן. ס'האט מיר אנגעכאפט א תאוה ארויפצוברענגען דעם נושא אויפן טיש, אבער איך ציה צוריק. איך בין נישט אזוי און איך לאז זיך נישט אראפ צו די לעוועל
מפוזריס'איז מיר א וואונדער ווי די חכמי השטיבל לאזן זיך אזוי גרינג נעמען אויף א רייד.
ס'נישט נאר דא. אין מאחורי האט איינער פארציילט סודות פון א גערער חבר און דער עולם האט פיין געגלייבט.
שמואל פרימו, כל הכבוד! יו מעיד יור פוינט.