Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » דער אייוועלט אשכול

דער אייוועלט אשכול

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
165 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 215 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7514
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:08 pm#236470
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:43 pm#237896
ווייסט איינער וויאזוי מען קען קלינען א פיש גערוך, סיי קארפ פיש און סיי הערינג.
נישט אז חלילה עפעס איז שלעכט מיט חסידישע מאכלים, עס איז א האר נישט בעסער ווי פיצא, אבער משום נקיות.
איינער האט מיר געזאגט אז מען קען אפשפרעכן די גערוך אבער איך ווייס נישט אויב דער אפשפרעכער האט היימישע השקפות
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:25 pm#237901
מען פארציילט אז ביים מיטעלן רב איז איינער פון די חסידים זיך געקומען אפרעדן אז זיין שווער קען נישט פארנעמען דאס וואס ער עסט פיש מיט די הענט, עס פאסט נישט, עס לאזט איבער א שווערע גערוך.
האט אים דער רב געזאגט אז ער זאל בשום אופן נישט משנה זיין ווייל עס איז נישט די פיש וואס באדערט אים, עס איז דאס בעלז וואס באדערט אים, ודו"ק.
מנהלים, ביטע פארמעקן דעם אשכול וואס חוזקט אפ מכל הקודש לנו.
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:28 pm#243668
דאס עס טון ביים לוי' איז לכאורה מיטן חשבון צו ווייזן עהרע פאר דעם פגר, דורך'ן זיין דיסרעספעקטפול פאר דער שולדיגער
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:22 pm#243686
איך געדענק אין הערן פון עלטערע יידן משרידי דור הישן אז רבי יאקל זשמארלינגער איז געווען אן איידעם בזיווג ראשון ביים 'חיים משבולת', נישט ביי רבי נחום פון אנטעווקע. לויט דעם קומט אויס אז די היינטיגע יאראקנאוויטש משפחה פון וויליאמסבורג זענען אייניקלך פון די זעלבע זיידע צוויי מאל, איין מאל פון די באבע'ס זייט און איין מאל בן אחר בן. אינטערסאנט אז די היינטיגע מאדערענע אזוי-גערופענע חוקרים אין ייחוס זענען בכלל מפקפק אז רבי יאקל האט געהאט חתונה געהאט ביפאר ער איז געפארן קיין אונגארן. וואס ווייסן זיי
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:21 am#243699
ווייסט איינער פון א גוטע קראצער פאר די פיס? אזאנס וואס קראצט עד זוב דם אבער נישט עד בכלל?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:12 pm#243794
נאך איינמאל די פרעגסט ווי סאיז נעלם געווארן די 20 בלעטער וועגן די מאנרא באס קאמפעניס ארויפגיין מיט די פרייזן, וועט מען דיך חוסם זיין אזוי ווי מהאט זיך שוין עטליכע הונדרעט מאל פריער חוסם געווען פאר אזעלעכע קלאץ קשיות. סאיז גזירה הוא ואין לך רשות להרהר

#
אוי האט זיך געטאן היינט א געמעקאכץ
מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:25 pm#245956
פון אייוועלט היינט

פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה

גראפיק פארמעסטן זענען שוין פארגעקומען פילצאליגע מאל דא אינעם וועלטל, מיט א גרויסע סוקסעס. יעצט וואלטן מיר געוואלט - מיט די צושטימונג פון נאך אפאר טייערע חברים – פראקלאמירן א פאעזיע פארמעסט!

די ארט פון פאעזיע דארף איך נישט מסביר זיין, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין נאר דורך פאעזיע אליינס, ער קען ארויסברענגען געפילן וואס מען קען נישט מסביר זיין און פארשטיין אן דעם, ער קריכט אריין אין די טיפע סטרונעס פונעם מענטש.

מיר געבן נישט קיין ספעציפישע איידיע, נאר יעדער קען נעמען א נושא מכל מה שלבו חפץ, וואו ער פילט אז זיינע סטרונעס וועלן פליסן, ארויסברענגען מיט ווערטער די טיפעניש פון זיין הארץ, און צולייגן די געפילן אויף א פאעזיטשן ריטעם

ב"ה אז די וועלטל איז פיהל מיט געלונגענע פאעזיטער. ווילן מיר בעהטן פון יעדן איינעם, מארגן איז ניטל, ווען מען טאר סיי ווי נישט לערנען, האט מען צייט. און ליתר שאת, וועלן מיר געבן נאך א וואך, ביז קומענדיגע וואך ד' וארא.

ביטע אריינשיקן צו iveltpoetry@gmail.com
מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:42 pm#245966
לעצטענס איז "בייגעפאלן" פאר געלעגער א מורא'דיגע געדאנק. צו עפענען א אשכול צו מעלדען וועגן פארמעקטע אשכולות. פארשטייט זיך אז ער האט נישט געגעבען קרעדיט פאר ק''ש ווי די אשכול איז שוין דא פון אנפאנג
l viewtopic.php?p=34741 l
מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:26 pm#245985
אפשר דארף ק"ש געבן קרעדיט פאר אייוועלט פאר די געדאנק פון האבן א חרדישע פורום אין אידיש?
דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:57 am#246183
לית דין בר נש האט געשריבן:פון אייוועלט היינט

פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה

גראפיק פארמעסטן זענען שוין פארגעקומען פילצאליגע מאל דא אינעם וועלטל, מיט א גרויסע סוקסעס. יעצט וואלטן מיר געוואלט - מיט די צושטימונג פון נאך אפאר טייערע חברים – פראקלאמירן א פאעזיע פארמעסט!

די ארט פון פאעזיע דארף איך נישט מסביר זיין, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין נאר דורך פאעזיע אליינס, ער קען ארויסברענגען געפילן וואס מען קען נישט מסביר זיין און פארשטיין אן דעם, ער קריכט אריין אין די טיפע סטרונעס פונעם מענטש.

מיר געבן נישט קיין ספעציפישע איידיע, נאר יעדער קען נעמען א נושא מכל מה שלבו חפץ, וואו ער פילט אז זיינע סטרונעס וועלן פליסן, ארויסברענגען מיט ווערטער די טיפעניש פון זיין הארץ, און צולייגן די געפילן אויף א פאעזיטשן ריטעם

ב"ה אז די וועלטל איז פיהל מיט געלונגענע פאעזיטער. ווילן מיר בעהטן פון יעדן איינעם, מארגן איז ניטל, ווען מען טאר סיי ווי נישט לערנען, האט מען צייט. און ליתר שאת, וועלן מיר געבן נאך א וואך, ביז קומענדיגע וואך ד' וארא.

ביטע אריינשיקן צו iveltpoetry@gmail.com


עס איז דארט אפישעלי ערלויבט אריבערצוברענגען געדאנקען פון ק''ש קיין אייוועלט?
דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:58 am#246184
דריידל האט געשריבן:אפשר דארף ק"ש געבן קרעדיט פאר אייוועלט פאר די געדאנק פון האבן א חרדישע פורום אין אידיש?

אפשר דארף מען טאקע
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 2:12 am#246827
א בריוו וואס האט מיך צוריקגעקערט מיין אמונה
» מיטוואך ינואר 07, 2015 9:34 pm

איך לייג דא פאר די בריוו עס קען זיין אז איינער אויף דער וועלט וועט הנאה האבן דערפון אל תמנע טוב מבעליו,


צו מיין טייערע "געוועזענע" באליבטע חבר,
אזוי ווי עס איז מיר באוויסט אז דיין הנאת הנפש איז חכמה וואס חכמה איז א טיפע זאך און ווי טיפער אלץ ווערט מען געוואויר חדשות און אמאל קען איין קליינע טיפע חכמה עפענען א נייע וועלט און א נייע בליק אויף אלעמען,

און אזוי ווי עס איז דא חכמה דקליפה וואס דאס איז אויך טיף עמוק עמוק ווי דו ביסט אריינגעגאנגען, אבער ווען דער באשעפער וועט נאכאמאל מאכן אזוי ווי ביי מתן תורה וואס יעדער האט געזען כי ה' הוא האלקים און יעדער וועט באקומען אזא כח החכמה אז אלע אנדערע חכמות פון די קליפה וועלן בטל ווערן און עס וועט זיין יכירו וידעו כל יושבי תבל ויקבלו כולם את עול מלכותך און מען וועט איבערגעצייגט ווערן מיט אלע חושים און מיטן גאנצן נפש די ריינע אמונה וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה דעמאלטס וועט מען זען ווי נאריש און ביטער די חכמה דקליפה איז,

אבער וויבאלד די חכמה דקליפה איז זייער גרויס און די הסתרת פנים פון חכמה דקדושה איז געוואלדיג באהאלטן דערפאר ווען איינער קריכט אריין אין די חכמה דקליפה איז זייער שווער ער זאל זיך ארויסזען פון דעם ווייל דאס זעט אים אויס אמת און אלעס חוץ דעם פאר שקר און דערפאר איז די תשובה דערפון זייער שווער ווייל עס איז שווער צו טוישן א קאפ וואס איז אויסגעבויט מיט חכמה דקליפה און דערפאר איז כל הפורש ממינות מיית

אבער מיר געפונען אין די ספרים הקדושים אז מיט א שטארקע תשובה מיט מסירות נפש קען מען יא תשובה טון אפילו אויף כפירה און מינות
און מיט סייעתא דשמיא איז מען זוכה צו תשובה טון באמת און דעסטוועגן זאל מען קענען בלייבן לעבן אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו
(עי' דברי יואל שובה דף רי"ג)
און כאטש דו האסט נישט לויט דיין חכמה קיין שום טראכט צו האבן מסירות נפש אויף א זאך וואס דו האלטסט אז דאס איז שקר, אבער האב רחמנות אויף דיר אליינס זיך נישט צו מאכן "מוזרעבל" א גאנץ לעבן, האב רחמנות אויף דיין זיידע און באבע, האב רחמנות אויף דיין טאטע און מאמע, האב רחמנות אויף דיין שווער און שוויגער, האב רחמנות אויף דיין ווייב,האב רחמנות אויף דיין צוקונפטיגע איידים, האב רחמנות אויף דיינע זיסע קינדערלעך, עס וועט דיר זיין זיס און גוט ווען דו וועסט מיט א שטארקייט זאגן פאר דיינע חברים איך זאג אפ ענקערע טעקסט, ווען דו וועסט יעדן טאג זאגן די ווערטער "פארשאלטן זאלן זיין די אלע משכילים רבונו של עולם העלף מיר איך זאל געראטעוועט ווערן פון זיי"

אדרבה זאלסטו ווייזן א סעמפל וויאזוי מען קען זיין א העלד און זיך שלאגן מיט די גרעסטע כח הטומאה ברעך דאס דורך און טו העלפן אנדערע ארויסקריכן פון די חכמה דקליפה
אדרבה מען מוטשעט זיך זייער אין הילף פון נפשיות'דיגע פראבלעמען פרנסות, שלום בית, תאוות פראבלעמען, חכמה דקליפה פראבלעמען, זיי דו דער וואס וועט העלפן אנדערע אידן אין די פראבלעם פון חכמה דקליפה,

באקומסט דאך זיכער עפעס א הרהור תשובה אמאל אמאל, !!הלואי וואלט איך נישט אריינגעפאלן אין די חכמה דקליפה!! נאר עס ווערט תיכף אוועקגעשטויסן, נא דאס איז דאך די בת קול וואס השי"ת שיקט אריין אין דיין הארץ שובו בנים שובבים און דו ביסט דאך מחויב צו תשובה טון אויף כפירה און מינות ד.מ. אז השי"ת זאגט דיר, עס איז טאקע שווער צו תשובה טון אויף כפירה און מינות אבער דו דארפסט און דו קענסט און דו ביסט מחויב צו טון אלעס מעגליך צו תשובה טון אויף דעם (דברי יואל שבת שובה דף רי"ג)

יעדע קלייניגקייט איז היינט ווי מסירות נפש די פאר קליינע זאכן וואס דו וועסט טון השתדלות די עיקר אפהאקן מיט די אלע אויפגעקלערטע און גיין מיט "תמימות" אזוי ווי אברהם אבינו דער גרעסטער פילוסוף אבער מיט עקשנות און תמימות התהלך לפני והיה תמים נישט מיט קיין איין ווארט ליצנות איז ער אנגעקומען,
גיב נישט אויף אפילו נאך מיליאן מאל פרובירן אז דו וועסט טון וועט דיר השי"ת העלפן,

געדענק אפילו ווען איינער האט זיך זיין נשמה אויפגעטוישט מיט א נשמה פון ערב רב אדער מיט א נשמה פון זרע עמלק אבער מיט די כח פון טראכטן אסאך מאל "איך וויל זיין ערליך" "איך גיי פרובירן צו טון וואס השי"ת וויל" "איך גיי פרובירן צו האבן ריינע אמונה אין חז"ל און נבואה", די מחשבות פון תשובה וועלן איבערטוישן די נשמה צו א נשמה קדושה

ליין איבער די בריוו יעדן טאג מיט תמימות אן קיין איין משהו ליצנות אבער די בריוו זאלסטו נישט פארפאסן צו ליינען קיין איין טאג ביז דו וועסט חתונה מאכן דיינע קינדער על דרך ישראל סבא
דיין געוועזענע חבר ... און האפט צו זיין נאכאמאל דיין חבר נאכן זיך אויסרייניגן

עצה טובה קמ"ל פאר צו רבי ר' אלימלך זי"ע כ"א אדר וויין דיך אויס פאר השי"ת עס קען דיר אסאך העלפן
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 2:20 am#246829
אזעליכע גיטע עצות פאר א געוועזענער חבר ! פאָרן צו ר״ר אלימלך :like

אינטערעסאנט ס׳איז נאך קיינעם נישט איינגעפאַלן אזא גיטע עצה ביז היינט!!! :o :? :שמייכל
מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:30 am#249166
איינער שרייבט דא פריער א שבח אויף א נפטר אז ער האט מעביר סדרה געווען פרייטאג צו נאכט נאכן דאווענען, און נישט אהיימגעגאנגען בעפאר ער האט נישט דורכגעלערנט חסידישע ספרים.
במחילת כבודו, דאס טאר מען נישט שרייבן, עס איז לשון הרע אויף א בר מינן!
אין שלחן ערוך שטייט "יקדש מיד", קיינער קען נישט און טאר נישט זיין קלוגער.
אויב האבן צדיקים געפירט טיש שפעט, און געדאוונט שפעט, איז עס הויכע זאכן.
מיר טארן עס נישט נאכמאכן, און אוודאי נישט דערמאנען אלס מעלה און שבח אויף א נפטר.
זאל אים "דער" זכות נישט ביישטיין אויף יענע וועלט.
ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
זונטאג מאי 17, 2015 1:53 am#275719
דער עולם קען דא אויפהערן רעדן אויף די רבנים? מנהלים וואו זענט איר? שטעלט אייך פאר ווען נישט דאס ביסל כוח התורה וואו מיר וואלטן אויסגעזעהן ? א דאך איבערן קאפ האבן מיר נישט און דאס כוח הרבנות ווילט איר אויך אוועקנעמען????
דינסטאג יוני 16, 2015 2:49 pm#283038
את חטאי אני מזכיר

כ'האב נארוואס פראבירט צו כאפן א בליק וואס אונזערע אייוועלט ברידער דיסקאסירן און אט איז וואס האט זיך באוויזן אויפ'ן סקרין

1040 באניצער אויף איינמאל!
דינסטאג יוני 16, 2015 3:26 pm#283048
חחח...
דינסטאג יוני 16, 2015 3:27 pm#283049
אוי, אנטשולדיקט פאר די פריערדיגע תגובה, כ'האב געמיינט איך בין אין אייוועלט יעצט
דינסטאג יוני 16, 2015 4:02 pm#283058
Re: דער אייוועלט אשכול
שמעון וואלף האט געשריבן:את חטאי אני מזכיר

כ'האב נארוואס פראבירט צו כאפן א בליק וואס אונזערע אייוועלט ברידער דיסקאסירן און אט איז וואס האט זיך באוויזן אויפ'ן סקרין

1040 באניצער אויף איינמאל!


ס'נישט וויפיל באניצערס אויף אמאל, ס'עפעס א ערראר קאוד
פרייטאג יוני 10, 2016 12:55 pm#337580
א ניק פון אייוועלט האט זעט אויס געהאט א אייניקל. מזל טוב!
''אלימלך שווארץ בן ר' חחחחחחחחחח.... (א גרינע? :P )
IMG_20160610_125111.jpg
פרייטאג אוגוסט 05, 2016 2:07 pm#344678
Re: דער אייוועלט אשכול
איך האב באקומען נעכטן א טעקסט פון א נאנטע ידיד welcome to ivelt איך רוף עים אן איך פרעיג עים וואס איז די דזאוק זאגט ער איך זעי האסט זיך איינגעשריבן אויך אויף איי וועלט וויל איך מגלה דעת זיין אז איך האב נישט קיין ניק אויף אייוועלט טאמער איינער באנוצט זיך דארט מיט די זעלבע נאמען וואס איך האב דא זאל מען וויסן עס איז נישט מיר.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:10 pm#348425
אויף אייוועלט האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער עוואלוציע און די ביג בענג טעאריע די הנהלה האט נישט געקענט דערהייבן אזעלעכע האקעלע (כלשונם) ענינים און פארשפארט דעם אשכול.
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=31287 m
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:12 pm#348426
עס וועט מסתמא אינגאנצן פארמעקט ווערן האב איך קאפירט.

פילאזאפיע: א טערמין וואס איז פון א גריכישער ליטעראלער אפטייטש אויף "ליבע צו וויסנשאפט" פארוואנדלט געווארן צו א טיטל פאר כל אשר נשמה באפו וואס שטודירט סיי וואספארא נארישן טעמע אריינרעכנדיג די פארפוילטע אמעריקאנע פאליטיק, מלחמות, און אלע וויסטע ליבעראלע טעמעס אזש עס זענען פארהאן 'פילאזאפן אויף עניני סאציאלע-מידיע' וואס שפענדן זייערע טעג צו פארשן די הוילקייטן פון די בלאגגערס און טוויטעריסטן.

וויסנשאפטלער: א טיטל וואס האט געפאסט בלויז פאר איינער וואס טוט אין וויסנשאפט, ווי די נאמען לויטעט, האט מיט א נייעם שלייער זיך פארדעקט, יעדער וואס גלייבט אין אן אידעע אדער אילוזיע און באשרייבט דאס אין אן עססעי מיט לאטיינישע אויסדרוקן יעדע דא און דארט, ווערט געשאנקן דורך די אקעדעמיקער מיטן צונאמען 'וויסנשאפטלער'.

א רעזולטאט פון אבאנדאנירטע פארשטאנד און נאכגעלאזטע פארשונג וואס איז ווי פארשוואונדן פון די אקעדעמישע קעפ.

האלקים עשה את האדם ישר: א מענטש איז נאטורליך באשאנקען מיט הארץ, שכל, געפיל און פארשטאנד און דאס האט געזאלט פירן די מענטש אויפן דרך האמת, דורך זוכן און פארשן דעם אויבערשטן, און אזוי איז געווען פאר לאנגע יארן.

והמה בקשו חשבונות רבים: אין לויף פון די יארן האט מאטריאליזם איבערגענומען די ראלע פונעם מח און הארץ, די אינערליכע נאטורליכע חכמה ובינה איז פארדעקט געווארן מיט די טעכנישע וועלט, און די פינף חושים האבן איבערגענומען קאנטראל אויף דעם מענטשנס לעבן אנשטאט די נפש.

די שארפסטער קאנטראסט איז מערקנד אין די צוגאנג צו די 5776-יעריגן שאלה: (אדער גאר 15.3- ביליאן-יאר...) וואו און וואס, ווער און ווען איז די באשאף פון די יקום אין וואס מיר זענען א קליינטשיגן חלק דערפון? אין די פריע יארן האט זיך אלעס געדרייט ארום רעליגיע און גלויבן, דער זאגט דגון האט באשאפן דער וועלט, יענער טענה'ט גאר אז בעל איז דער אלס-באשאפער, א דריטער שרייט חי וקים אז דער טלה איז פאראנטווארטליך אויפן וועלט באשאף, דער איד גלייבט און ווייסט אז השי"ת איז דער בורא הכל, און דער אנאלפאבעט האלט אז די וועלט איז אלס געווען.

נייע ווינטן האבן אבער געבלאזן אויפן וועלט, רעליגיעס און גלויבונגען האבן געשפראצט ווי שוואמען נאך א רעגן און אנטוישט אלע זייערע נאכפאלגערס, מענטשן זענען געווארן פרוסטרירט פון גלייבן אן זיין ערלויבט צו פרעגן שאלות, פון בעטן אן קיינע רעזולטאטן, פון טון אן וויסן פארוואס און פארוועם, דאס מענטשהייט האט רעוואלטירט אין הנחות וואס זענען beyond די זעהבארער עקזיסטענץ, מצמצם געווען די וועלט אין מאטעמאטיק, פיזיקס, ארכעאלאגיע, און אסטראנאמיע, און לייקענען איז געווארן א שיטה און א פאך.

אין אנפאנג פונעם ניינצנטן יאר-הונדערט האבן אסטראנאמער רעאליזירט אז די גאנצע universe צושפרייט זיך, דהיינו די שטערנס רוקן זיך אוועק איינע פון די אנדערע אלס מער און מער, אין יאר 1859 האט טשארלס ראבערט דארווין – אן ענגלישע ביאלאגיסט און נאטור פארשער, ארויסגעגעבן א בוך וואס באזירט אויף די אנדעקונג קומט ער צו די החלטה אז די גאנצע יקום האט זיך אנגעהויבן פון איין קליינעם מיסטעריעזער אביעקט וואס האט עקספלאדירט און האלט זיך אין איין אויסשפרייטן, און דאס גאנצע עקזיסטענץ איז אן צופעליגער אויסקום נאך יארן לאנג פון גאז מישונגען, גענעטישע מיוטעישאנס, ארגאניזמס און מאלעקיולן וואס האבן זיך ספאנטאן געפארעמט אין לויף פון די אויסשפרייטונג פראצעס ביז עס האט זיך אנטוויקלט אין די וועלט וואס מיר קענען, און לויט זיינע חשבונות איז די רגע וואס די קליינער אביעקט האט זיך גענומען פארשפרייטן אין רעזולטאט פון אן עקספלאזיע וואס ווערט גערופן the big bang געווען אומגעפער 15.3 ביליאן יאר צוריק (פון וואו ער נעמט די 3. ווייס איך נישט...) דאס ווערט אנגערופן אין די ענגלישע שפראך "the theory of evolution" (די טעאריע פון עוואלוציע) אדער מער ספעציפיש "natural selection".

די טעאריע איז געווארן די אוניווערסאלער שיטה אין וועלט-באשאף וואס רוב פון די סעקולארע וועלט גייט ביי די מיינונג, און אין לויף פון די יארן זענען געפונען געווארן אסאך 'ראיות' און 'הוכחות' לדעתם אז די וועלט איז טאקע עלטער פון בלויז 5000 יארן און איז אריבער אסאך פאזעס, א שטייגער ווי די עיפ-מאן, פאססילס, (וואסטע געזאגט?...) ווילד פרעמדע און גרויסע ביינער, וואס דייטן אן אז עס זענען געווען אסאך מינים וואס עקזיסטירן מער נישט (אזא שאד...), און לויט די טעאריע זענען די היינטיגע מענטשן, חיות, און פויגל אפשטאמיגע פון יענע אומבאקאנטע מינים, און סתם ארכעאלאגישע געפינסן וואס לאבערטאריעס האבן פעסטגעשטעלט (טאקע!?) צו זיין מיליאנען יארן אלט וואס ווייזט אז די וועלט איז גאר עלטער ווי די ביז-דאן אנגענומענע טויזענטע יארן.

די טעאריע וואס איר איינציגסטע שטאנדהאפטיגע באזע איז דארווינס אויסגעקראכענע קאפ... ווערט אין אלגעמיין געזען ווי א סתירה צו די תורה וואס שטעלט אוועק אז פאר 5776 יאר צוריק האט ה' באשאפן א קאמפלעטע וועלט אין 6 טעג, און הרבה דרכים למקום וויאזוי צו באשאפן די וועלט און וויי וואלט אונז געווען ווען ער פרעגט ווען דעם נידריגן אנגעגעסענעם באבערדלטע הארלאזער דארווין אויף אן מהלך וויאזוי צו עקזעקיוטן דעם וועלט-באשאף, און צו גלויבן אז א העכערע כח איז פאראנטווארטליך אויפן יצירה איז אויבנאויף א קעגנזאץ צו דארווינ'ס -וואס, איז געווען אן אטעיסט, (היינט גלייבט ער שוין איינמאל....)- טעאריע אז זאכן האבן נאך ביליאנע יארן נאטורליך זיך אויסגעשטעלט אויף דעם אופן, און רוב ערליכע אידן פון אלע דורות אונגארישע, חסיד'ישע, ליטווישע און תימנע צוגלייך האבן געהאלטן אז ס'איז אסור אנצונעמען די טעאריע פון עוואלוציע טראצדעם וואס די וויסנשאפטליכער וועלט קלעבט שטארק צו די שיטה, און נישט געזוכט צוצושטעלן די תורה צו סייענס, אויך אסאך אידישע אינטעלעקטואלן ווי הרב זמיר כהן פון הידברות, הרב יוסף מזרחי, הרב מרדכי נוגרשל, שטעלן אוועק די טעאריע אלס אן אומגלויביגע סאלושן צו די שאלה פון וועלט-באשאף, ווי אויך הרב אמנון יצחק, ר' אביגדור מילער, האדמו"ר מליובאוויטש רייסן שטארק אראפ די טעאריע אלס כפירה אינעם ערשטן אני מאמין.

פון די אנדערע זייט זענען דא אידישע דענקער און אפילו רבנים וואס זעען נישט אין די תורה קיין שום ווידערשטאנד צו די טעאריע, אסאך טרעפט מען די מהלך ביי די דייטשע און מזרחי'סטישע רבנים ווי למשל ר' שמשון רפאל הירש, רב קוק, ר' אריה קפלן און אנדערע אידישע פיזיקער און עפ"י רוב ביי די מחזירים בתשובה ווי למשל הרב מרדכי בעכער פון די gateway ארגעניזאציע, הרב אורי זוהר פון ערכים, און אנדערע "תורה ומדע" חברה וואס די סייענטיפישער וועלט איז ביי זיי ארויפגעקוקט באופן גזירה הוא ואין להרהר, זיי זענען מסביר אז די טעאריע איז נישט מוכרח תורה'דיג און אויך נישט סותר די תורה עס איז בלויז א נוטראלער טעאריע וואס האט מיטן תורה קיין שייכות מטוב עד רע, אויך גדולי תורה ווי די מהר"ץ חיות, דער נצי"ב, ר' גדליה נדל – מגדולי תלמידי החזון איש, האלטן אז תורה איז קיין סתירה צו עוואלוציע, מאנכע זאגן אז אין ספר תכלת מרדכי להמהרש"ם מברעזאן אנפאנג פרשת בראשית זעהט מען אזוי. און ס'דא וואס טענה'ען גאר אז די טעאריע איז ממש די תורה'דיגער וועג וויאזוי חז"ל האבן דאס פארשטאנען, אזש ס'געווען גאר חוקרים וואס האבן נישט געוואלט אננעמען די טעאריע פון עוואלוציע ווייל 'עס קוקט אויס צו שטארק ווי גאט'... ווי ראבערט דשעסטראו -א אידישער אסטראפיזיקער און שטארקער אדעפט פון די דארווין טעאריע- שרייבט, אז די ערפינדער פון עוואלוציע זענען ווי א גרופע בארג-קריכער וואס האבן זיך ארויסגעלאזט אויף אן עקספעדיציע צו זיין די ערשטע גרופע ארויפקריכן די וועלטס העכסטער קליף (cliff), אנגעפאנצערט מיט העק און שטריק האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויפן journey, נאך צענדליגע שווערע יארן פון קריכן און פאלן, זיך דראפען און מוטשען, קומען זיי ענדליך אן צום שפיץ, פארסאפעטערהייט, קוים מיטן אטעם גייען זיי די לעצטע טריט, אנקומענדיג אויבן ענטפאנגט זיי א גרופע אידישע רבנים און פרעגן זיי: "וואס האט אייך גענומען אזוי לאנג?...".

דריי שאלות בלייבן שווער לויט די אידישע עוואלוציע-גלויבערס:
1) וויאזוי קען זיין אז מ'טרעפט פאססילס און סקעלעטן וואס זענען לויט די לאבארטאריעס מיליאנען יארן אלט בעת וואס לויט די תורה איז די יקום נישט עלטער ווי 5776 יאר? אויף דעם איז דא פילע הסברים,
1- עס ווערט מבואר אין ספרים הק' אז די ששת ימי הבריאה זענען געווען 6 תקופות וואס איז נישט קלאר ווי לאנג יעדער תקופה האט זיך פארצויגן,
2- הרב דעסלער ברענגט א גר"א אז צייט איז געווארן צאמגעצויגן נאך די חטא פון עץ הדעת, ענליכס שרייבט ר' שמעון שוואב,
3- לויט איינשטיינס טעאריע פון רעלאטיוויטעט קומט אויס אז אנפאנג פון די בריאה ווען גראוויטי איז געווען פיל שטערקער ווי היינט איז צייט אויטאמאטיש געווען פיל לענגער, ווי פראפעסאר דזשעראלד שראוידער האט געמאכט די קאלקולאציע אז 15 ביליאן יאר פון היינטיגע טעג איז ווי 6 טעג אנפאנג פון די בריאה,
4- די מבול האט פארעלטערט די וועלט מיט מיליאנען יארן פונקט ווי א מענטש וואס גייט דורך א שוועריגקייט ווערט פארעלטערט,
5- דער תפארת ישראל אין דרוש אור החיים [געדרוקט אין משניות נאך מסכת סנהדרין] שרייבט אז דאס וואס שטייט 'הקב"ה היה בונה עולמות ומחריבן' איז געווען פיזישע layers אויף דעם פלאנעט וואס מיר וואוינען דערויף און די געפינסן זענען טאקע אזוי אלט, נאר פון א פריערדיגע וועלט, (דער מנחת אלעזר אין די תשובות (חלק א סימן סד) איז זייער ברוגז אויף דעם תפארת ישראל און שרייבט אז דאס איז ממש כפירה, אזוי אויך דער ליובאוויטשער רבי (אגרות קודש חלק טו) און ר' אביגדור מילער (ספר רננו צדיקים ועוד))
6- פונקט ווי ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א חשבון אז אויב א 15 יעריגער מענטש וואקסט בערך א אינטש א יאר קומט דאך אויס אז א 50 אינטשיגער מענטש איז לויטן חשבון 50 יאר אלט, ווייל א מענטש אנטוויקלט זיך אין די ערשטע יארן פון זיין לעבן אויף פיל א שנעלערן טעמפא ווי שפעטער, אזוי אנטוויקלט זיך די וועלט היינט שטייטער ווי אמאל און די אלע חשבונות זענען לויט די היינטיגע שנעלקייט וואס איז נישט אקוראט.

די צווייטע שאלה איז שווער אויך שכל'דיג, וויאזוי קען אזא שיינע מסודר'דיגע וועלט באשאפן ווערן פון ספאנטאנע מישונגען און אומאויסגערעכנטע געשעענישן? אויף דעם איז נישטא קיין צופרידנשטעלנדע תירוץ ווי דזשאן פעלקינגהארן – א פיזיקער אין קעמבריזש יוניווערסיטי שרייבט: "נאכן שטודירן די בריאה זעה איך אז דאס איז נישט געשעהן, דאס האט מען געטוהן". און דארווין אליינס שרייבט: "הגם ס'איז מיר שווער צו גלייבן אין א גאט, איז מיר אפטמאל שווערער צו גלייבן אז קיינער שטייט נישט אונטער די בריאה". אויך פרענסיס קריק – נאבעל פרייז געווינער פארן אנטדעקן די געבוי פון DNA זאגט אז נאכן שטודירן ביאלאגיע איז אוממעגליך צו גלויבן אז דאס איז א רעזולטאט פון ספאנטאנע טוישונגען, וויאזוי האט יענער געזאגט? דארווין האט בכלל נישט געשריבן די בוך איבער עוואלוציע, אפאר זיברעס האבן זיך צוגעזעצט צו א טייפרייטער און געהאקט, און נאך אזויפיל יארן פון רענדאם האקערייען איז ארויסגעקומען די בוך...

דריטנס, וואס האט געברענגט די אזויגערופענע נאטורליכע עוואלוציע? די ביג בענג, ווער האט געשאפן די אויפרייס? וואס האט אויפגעריסן? ווער האט באשאפן די ערשטע אטאם? אהההה! דער באשעפער, נו, וואס פעלט דעמאלס אויס די גאנצע עוואלוציע תורה?... ס'קומט מיר פאר ווי די אינדיאנער וואס גלייבן אז די וועלט שטייט אויף פיר גרויסע שטאנגען, אויף וואס שטייען די שטאנגען? אויף פיר גיגאנטישע עלעפאנטן, אויף וואס שטייען די עלעפאנטן? אויף א גרויסע טשעראפאכע, נו, אויף וואס שטייט די טשעראפאכע? עס שווימט אין א ריזיגער ים, אויף וואס האלט זיך דער ים?
אאאאםםםםםםםם..... ס'האלט זיך פון זיך אליין.....

און דאס זענען וואס ווערן היינט אנגערופן "דענקער"... בושות....
הדא הוא דכתיב: ואבדה חכמת 'חכמיו', ובינת 'נבוניו' תסתתר.
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:18 pm#348428
איינער האט דארט ערנסטע פראבלעמען היתכן דער שרייבער שרייבט נישט ימ"ש נאכן דערמאנען הרב קוק.

בדרך אגב עס איז שוין געווען פארמעקט אינגאנצן נאר די מנהלים האבן עס צוריקגעלייט (מיט א שלאס) לבקשת הציבור
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=325 m
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:39 pm#351089
עמערדשענסי קאמפיין - נישט קיין געלט.

אזויווי יעדער ווייסט קומט היינט נאכט פאר א דיבאטע צווישן די נעקסטע פרעזידענט און זיין/איר קעגנער. איך וויל דא מאכן אן עמערדשענסי אפיל. היות מען האלט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די טעג פון סליחות – און איינע פון די צדדים איז א פרוי, וואס גייט מן הסתם נישט גיין מיט קיין "פאלם טייץ". און עס איז כמעט אוממעגליך במשך פון א שעה א האלב נישט צו באטראכטן אירע באוועגונגען וכדו', וואס דאס איז אן איסור מדאורייתא. זאל מען זיך אונטערנעמען נישט מיטצוהאלטן די דיבאטע לייו, נאר אויפן רעדיו.

אין שו"ע שטייט אז אין עשרת ימי תשובה זאל מען נישט עסן קיין פת עכו''ם (אפילו איינער וואס עסט א גאנץ יאר.) הגם אז ביי די סעודה פון מוצאי יו''כ וועט ער ווייטער עסן פת עכו''ם איז אבער דא אן ענין פון זיך פירן מער פרום אין די טעג.

כתובה וחתימה טובה!

נ.ב. עס וועט זיין א גורל פאר אלע וואס שרייבן זיך איין אין די קאמפיין. ווער עס געווינט וועל איך דאונעיטן $18.00 צו זיין קאמפיין, הילערי אדער טראמפ.
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 1:26 pm#351095
כמיין אז קלינטאן אליין ארקענט אויך די הארבקייט פון אנטפלעקן איר פיס וועגן דעם גייט זי אייביג מיט ברייטע צניעותדיגע הויזן...
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 1:59 pm#351098
אינטערסאנט אז קיין איינער האט נאך נישט געשריבען דארטען אז זיי קענען נישט קוקן אפילו אויב זיי וואלטען געוואלט ווייל זיי האבן א פילטער, און ווייל מ'טאר נישט נוצן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 2:14 pm#351100
"די צייטונג" האט שוין צוגעגרייט א פולע שטאב פון מעקער פאר די דעבאטע קאווערזש. די רעדאקציע איז נאר אין א סיכסוך וואס צו לייגן אנשטאט הילערי. טייל זאגן א מילך קעסטל, אנדערע זאגן א קאטשקע.
מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:34 am#353405
אין אייוועלט האט א נייע ניק @ אוהב שלום געשריבן א לאנגע ארטיקל וועגן אויפגעקלערטקייט, פארשטייטזיך מיר ווייסן שוין די אויספיהר, אבער ער רירט אן שיינע נקודות

לאזט אויס די אלע סקריבלערייען קוקטס פאר @אוהב שלום m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=31742 m
מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 2:33 pm#353425
אדער איז דער אוהב שלום א געוואלדיגע לץ, אדער א געוואלדיגע שוטה. איין זאך זיכער, ער איז א געוואלדיגער שרייבער.

מ'זעט דער צביעות זייערע דארט. מ'מעג באשמוצען אלע פולישע און רוסישע רבי'ס, נאר נישט שרייבען 'זכרוינע לברוכע' אחוץ מיט א תירוץ.
די סקריבעלעריי איז אויך מורא'דיג. די חברה גלויבען טאקע אין וואס זיי שרייבען?
מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 4:38 pm#353430
די שמיעס דארט קיקט אויס ווי א ישיבה קטנה פארברענג.

ווען איך האב געזעהן אויפן קעפל "אויפגעקלערט" האב איך געטראכט פון עפעס א אנדערע אויפגעקלערטקייט רעדט מען...
מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 5:13 pm#353434
איך האלט ביי דף 5 און איך פארפעהל צו זעהן דארט ישיבה קטנהקייט אדער טיפשות, כ'וואלט אפילו געזאגט עס איז פון די נארמאלסטע אשכולות דארט (כמובן רעד איך נישט פון פרידן און אפשר נאך איינצעלנע באקאנטע דשיהאדיסטן.)
זונטאג נאוועמבער 13, 2016 10:22 am#354401
.
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:46 pm#359630
איינער אויף אייוועלט שרייבט ''Whorehouse IN NJ 1500 SF'' עס מיז זיין א גוטע ביזנעס... איינער בעהט עם ''Privet massage me''

אינטרעסאנט אז ווען מען קליקט אויפן אשכול קומט אויף ''Looking for warehouse In NJ 1500 SF'' אבער אינעם אשכול שטייט נאך אלס ''I am looking for a 1,500 SF whorehouse in NJ and i want it to be ''
דינסטאג מערץ 14, 2017 1:23 pm#365436
ווייסט איינער צו עס איז שייך צו האבן וועיז אויף א Time Out?
דינסטאג מערץ 14, 2017 2:16 pm#365449
איך אויך האט געשריבן:איינער אויף אייוועלט שרייבט ''Whorehouse IN NJ 1500 SF'' עס מיז זיין א גוטע ביזנעס... איינער בעהט עם ''Privet massage me''

:lol: :lol: :lol:
מיטוואך מערץ 15, 2017 12:13 pm#365588
נו? דארף מען פאר דעם 1500 סקווער?

א ד' על ד' איז מער ווי גענוג.
מאנטאג מאי 15, 2017 9:53 am#371045
א אשכול איבער קויפן פילן אנליין פאר ED און PE.
מאנטאג מאי 15, 2017 3:07 pm#371090
Re: דער אייוועלט אשכול
איך אויך האט געשריבן:א אשכול איבער קויפן פילן אנליין פאר ED און PE.

פאר כ''ג, וואס מיינט דעס?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מאנטאג מאי 15, 2017 3:44 pm#371095
כוח גברא= erectile dysfunction.
מאנטאג מאי 15, 2017 6:12 pm#371126
וואו זיצט מען שבעה?
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:10 am#384950
דער עוילעם אין אייוועלט איז ווילד. סנישט דא קיין מעגליכקייט צו קויפן טיקעטס צום אונטערן שפיל.

צוקערמאן סטראשעט מיט סועסייד.
קיקיון זאגט אז ער וועט זיי ווייזן, און נישט ברענגען זיין אור אייניקלעך.
מיללער זאגט אז טאמער וועלן זיי אדווערטייזן זיין מוירעישעס, וועט ער זיין אויף זייער זייט אזויווי ביי די מאמענט.
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:32 pm#385027
@מנשה פארפירט דארט אז מטארניש גיין צו פליעס אלס חוקת הגוי
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 12:10 am#385049
אויב קקיון ברענגט נישט אלע זיינע איר-אייניקלעך - וואס אגב האט ער יעדן מאנטאג נאכאיינס - זענען זיי טאקע אויף צרות
פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 1:03 am#418181
חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי
פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 4:00 am#418182
דער אשכול האט שוין צוויי בלעטער איך זאג נביאות ביי מארגן איז שוין דא אכט בלעטער
פרייטאג דעצעמבער 07, 2018 7:26 am#418186
תנחום האט געשריבן:חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי

כ'האב געבראכן קאפ וועלכע שוואגער ס'איז געווען דער מחוצף...
מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 6:05 pm#418204
תנחום האט געשריבן:חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי


וואס איז דען דא צו דעבאטירן? הלעיטהו לרשע וימות, הקהה את שיניו, מעלין ולא מורידין, דינו בשריפה, סטראשע דעם שווער אז טאמער קומט יענער קום איך נישט. פעלט עצות?
מוצ"ש דעצעמבער 08, 2018 7:44 pm#418206
עס איז דא א ניק דארט, לכאורה א לץ, מיט'ן נאמען 'מתון מתון', עיי"ש.