Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » דער אייוועלט אשכול

דער אייוועלט אשכול

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
165 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 215 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7514
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:17 am#418237
די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...

דאס צביעות שרייט עד לב השמים
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:37 am#418238
פארוואס?
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 5:00 am#418245
תנחום האט געשריבן:חכמי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען מטכס עצה צו זיין ווי אזוי זיך צו ספראווענען מיט'ן קאווע שטיבל שוואגער ביים חנוכה פארטי

דאס איז פאר אונז א חיזוק אז ק"ש לעבט אויף אלע באקן (?)
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 7:46 am#418254
שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...

דאס צביעות שרייט עד לב השמים

פאר דיין אינפארמאציע, ראבינאוויטש האט בעיקר געהאקט אויף 'סמארטפאונס', נישט אזוי ווייט אויף אינטערנעט.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:16 am#418255
איסר האטלקי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...

דאס צביעות שרייט עד לב השמים

פאר דיין אינפארמאציע, ראבינאוויטש האט בעיקר געהאקט אויף 'סמארטפאונס', נישט אזוי ווייט אויף אינטערנעט.



דאס איז ווייל סמארטפאנס ניצט מען צו כאפן בילדער פין רעביס ווען זיי עסן.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:20 am#418256
שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...

דאס צביעות שרייט עד לב השמים

געפעלט מיר ווי איינער דארט שרייבט אז איינער וואס ניצט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה קען טאקע ליידער נישט פארשטיין די גדלות פון ראבינאוויטש..... און דאס שרײבט יענער אויפן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה....
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 12:07 pm#418268
איסר האטלקי האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:די עושה מעשי זמרי'ניקעס דארטן באוויינען די פטירה פון ראבינאוויטש און אז ער האט געראטעוועט דעם דור ווען באותו זמן באניצן זיי זיך מיטן אינטערנעט...

דאס צביעות שרייט עד לב השמים

פאר דיין אינפארמאציע, ראבינאוויטש האט בעיקר געהאקט אויף 'סמארטפאונס', נישט אזוי ווייט אויף אינטערנעט.

זיין עיקר מערכה איז געווען קעגען די טעקס מאשינען.
איינמאל האט ער גערעדט ביי מיין מנין קעגן טעקס און כבין אזוי מתפעל געווארן אז אויפן ארט האב איך ארויסגענומען מיין טעקס מאשין און צובראכען. נישטא קיין טעקס מער!
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:02 pm#418280
איי וועלט ציטאט
יידישע קהילות האט געשריבן:לאמיך אראפברענגען עטליכע פון זיינע פנינים. נאר די לייכטערע.
- "נישטא קיין שום סיבה אנצוהאלטן מנהגים בלויז ווייל פריערדיגע האבן זיך אזוי ג'פיהרט. זיי האבן ג'טוהן זאכן וואס איז זיי געווען געשמאק, מיר טוהן וואס איז אונז געשמאק"
- "איך וואלט נישט גקענט מקריב זיין א קרבן, נעמען א אומשולדיגע בהמה און הרג'ן ווייל איך וויל אזוי?"
- "דער רבי ר'... (זי"ע - איינער פון די גרויסע חסידישע ריזן פון דריטן דור תלמידי הבעש"ט זי"ע) איז אין מיינע אויגן גארנישט מער און גארנישט ווייניגע ווי דער ר.... רבי שליט"א פון ירושלים און און דער ס... רבי שליט"א פון בארא פארק. (ער מיינט נישט אז די צוויי היינטיגע רבי'ס זענען אזוי גרויס ווי יענער, וק"ל.
- "אסאך פארצייטישע רבי'ס זענען געווען עמיהארצים גמורים!"
- "קיין שום עוולה צו לערנען ספרים פון מזרחי'סטישע רבנים, זיי זענען פונקט אזוינע ערליכע יידן ווי דו און דיינע רבי'ס. די גאנצע מחלוקה איז איבער כבוד און געלט".
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:07 pm#418281
נאך יארן וואס אונז האבן דא דעם אייוועלט אשכול, האבן זיי דערלעבט א קאווע שטיבל אשכול! שהחיינו.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:40 pm#418283
עס קיקט מיר אויס ווי די זעלבע מענטשען שרייבען אויף אייוועלט און קאווע שטיבעל. דארט שרייבט מען פרום און דא שרייבט מען אויפגעקלערט
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 2:52 pm#418284
m https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=450 m

א זיסע דיסקוסיע איבער ליפא׳ס אינטערוויא אין די עמי.
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:41 pm#418318
שוין לאאאנג פארמעקט...
זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:58 pm#418320
ס'האט גענימען לאנג פאר די הנהלה צו כאפן ווייל די אשכול איז געווען פארשטעקט אינעם עמי אשכול
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 4:32 pm#418403
די יאבלונה אשכול
די שרייבערס דארט אינעםאשכול וואס שפיגלט אפ קר"י ווב"ס וכו', ווייסן נאר ארויסצונעמען די 'דורכפאל' פון יאבלונה רבי, און נאך מיט א 'קרעכטץ אריבער' א רחמנות...

אבער ווער זאל נעמן די מיה צו שרייבן א אשכול אין אייוועלט וועגן דעם דעם גרויסן עסקן וצדיק רבי יצחק גרשטנקורן זצ"ל וואס האט אויך געטוהן די זעלבע און האט מעכטיג מצליח געווען, געבויט א הערליכע בני ברק (היינט נעמען עס שוין באלד איבער ר' יצחק'ס מתנגדים... אזוי ווי ס'געשען צו מאה שערים)

אייכם??? וואו איז מען? איז דען די גאנצע גבורה פון די אידן אראפצורייסן ווער ס'האט פרובירט צו בויען אידישקייט און ס'איז אנגעקומען שווער?

קען מיר איינער זאגן למעשה וואס האט ר' יצחק אנדערש געטוהן? כאילו ר' יצחק האט נישט זיך געדרייט מיט די שישקעס? כאילו אייועלט מענטשען קענען בויען זייערע מוסדות און קריות אן זיך מתחבר זיין לרשעים? עס איז גאר גאר האקעל, און נאכדעם איז שוין יעדער קלוג צו וויסן פארוואס ער האט נישט מצליח געווען, כאילו אלע אייוועלטערס האלטן יעצט אינמיטן שוויצן אויפצו בויען א הייליג מקום אין ארץ ישראל, און מ'גיט זיך אכטונג וואו נישט אדורכצופאלן...

ר' יצחק שרייבט אין זיינע זכרונות אז טאקע די אמרי אמת האט אים געטרויט אויפצובויען ב"ב אנדערט ווי די יבלונער, אבער די אייוועלטער בימים ההם האבן ר' יצחק אויך אראפגעריסן זייענדיג א תלמיד מובהק פון הרב ריינס זי"ע! איי די חזו"א ועוד ועוד האבן הערליך מיטגעארבעט מיט אים, נו תיקו...

ו
ובזה יצאנו ידי מעכאעה!
דינסטאג פעברואר 12, 2019 12:57 pm#424307
Buddy האט געשריבן:די שרייבערס דארט אינעםאשכול וואס שפיגלט אפ קר"י ווב"ס וכו', ווייסן נאר ארויסצונעמען די 'דורכפאל' פון יאבלונה רבי, און נאך מיט א 'קרעכטץ אריבער' א רחמנות...

אבער ווער זאל נעמן די מיה צו שרייבן א אשכול אין אייוועלט וועגן דעם דעם גרויסן עסקן וצדיק רבי יצחק גרשטנקורן זצ"ל וואס האט אויך געטוהן די זעלבע און האט מעכטיג מצליח געווען, געבויט א הערליכע בני ברק (היינט נעמען עס שוין באלד איבער ר' יצחק'ס מתנגדים... אזוי ווי ס'געשען צו מאה שערים)

אייכם??? וואו איז מען? איז דען די גאנצע גבורה פון די אידן אראפצורייסן ווער ס'האט פרובירט צו בויען אידישקייט און ס'איז אנגעקומען שווער?

קען מיר איינער זאגן למעשה וואס האט ר' יצחק אנדערש געטוהן? כאילו ר' יצחק האט נישט זיך געדרייט מיט די שישקעס? כאילו אייועלט מענטשען קענען בויען זייערע מוסדות און קריות אן זיך מתחבר זיין לרשעים? עס איז גאר גאר האקעל, און נאכדעם איז שוין יעדער קלוג צו וויסן פארוואס ער האט נישט מצליח געווען, כאילו אלע אייוועלטערס האלטן יעצט אינמיטן שוויצן אויפצו בויען א הייליג מקום אין ארץ ישראל, און מ'גיט זיך אכטונג וואו נישט אדורכצופאלן...

ר' יצחק שרייבט אין זיינע זכרונות אז טאקע די אמרי אמת האט אים געטרויט אויפצובויען ב"ב אנדערט ווי די יבלונער, אבער די אייוועלטער בימים ההם האבן ר' יצחק אויך אראפגעריסן זייענדיג א תלמיד מובהק פון הרב ריינס זי"ע! איי די חזו"א ועוד ועוד האבן הערליך מיטגעארבעט מיט אים, נו תיקו...

ו
ובזה יצאנו ידי מעכאעה!

א שפיל געווארן...
114397