Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » דער אייוועלט אשכול

דער אייוועלט אשכול

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
165 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 215 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7514
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:11 am#232675
דער אייוועלט אשכול
שלום.

מיין וויזיע פאר א אייוועלט אשכול דא וואלט אויסגעזען ווי למשל אן אמעריקאנער עמבעססי אין א פרעמד לאנד, מ'גייט אריין דערין און מ'איז פראטעקטעט. אין די אשכול וועלן זיך אויסגעבן יעדער וואס שפירט אז ער גייט אריין אין א אייוועלט געמוט, א פרומע מחאה, א פוי, א שיינע קאווער אפ מעשה, א לעצטיגע מצבה בילד, דאס גאר לעצטעגע רכילות פון איין טמא'נעם פאליטישאן אויפ'ן צווייטן, און זיכער אויך טיילן פון די גרינע.וואס מ'וועט אבער מוזן געדענקען, און ס'וועט זיכער זיין פון דו שווערסטע זאכן פון די כללים דא אין דעם אשכול איז אז לייקס זענען פארבאטן! ס'דארף זיין אלעס גענוי ווי דארט, דא איז א ווינקל פאר אידן וואס כאפט זיי אן א אייוועלט מינוט אבער ווילן נישט אהינקריכן קיין אייוועלט צוליב די איסור פון הרב וואזנער שליט''א וואס איז קלאר קעגן די נעט! בעט מען יעדער זאל זיך האלטן דערצו, איך וועל פרובירן צו קאנטראלן דא אז מ'זאל זיך האלטן צו די רולס.

יויש זאגסטו גוט קעגן!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:18 am#232676
נאדער א גרינעם...:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:32 am#232678
א טראגישער אינצידענט האט היינט פאסירט ווען א גוי איז געשטארבן ווען ער האט דעליווערט שיטראק אין דזשערסי סיטי צו א פופציג שטאק בנין וואס האלט ביים פארענדיגט ווערן, א טעיפ מעזשער האט זיך ארויסגעגליטשט פון א קאנסטראקשען ארבעטערס בעלט וועלכע איז געשטאנען גאנץ אויבן און איז געפאלן אויף זיין קאפ ארויף! ממש השגחה פרטית, מ'הערט כמעט נישט אזא מעשה. זעט אויס אז ער האט אויסגעפירט זיין שליחות פון דעליווערן די מאטריעל פאר דעם בנין וואס וועט נאך זיכער אמאל באנוצט ווערן דורך אידן, און דערנאך האט ער שוין געקענט שטארבן.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:33 am#232679
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:35 am#232680
סיז אזוי שיין צי זעין א אידישע שמחה ווען איך קים איצט פין א חתונה, נאר אריין געגאנגען געיבן א מזל טוב, ווייל פערצופאל האב איך באקימען א איינלאדעניגס בריוו, און ב"ה מיט הילף פון אלע געטרייע שליחי דרחמנא האבן זיי מיך מזכה געוועין מיט די גלארייכע מצוה פון צדקה, די אלע וועלט בארימטע זאמלער וואס זאמלען שווערע געלטער פאר צדקה, נאכט נאך נאכט, ווען זיי רייסן זיך אוועק פון זייערע טייערע צייט, און מאכן זיכער נישט אויסלאזן קיינעם, יעדער מיז זיין זוכה ליקח חבל, אויב נישט האט מען חלילה א דין ווי א קרקפתה דלא מנח, ר"ל, דער רבי זאל שומר ומציל זיין, ממש און די צוויי מיניט ווייניגער ווי א שיעור ייחוד שנעלער ווי א הארט קען איי ווערן, האב איך געהאט די זכיה צי פארטיילן איבער דרייסיג טולר ב"ה, זיי האבן געלאקערט אויף מיר זיכער מאכן אז איך באמערק די הייליגע שליחי ציבור, אית מאן דפרע ואית מאן דמקבל מי שפרע, איטליכע ווי האבן נישט אויסגעפיעט מיך צי כאפן אינעם זייל ציליב מיין קארצע באזיך, האבן מיך דעריאגט אינדערויסן פון זייל ב"ה, אה א נחת, מי כעמך ישראל איך בין זיי שטארק דאנקבאר, כן ירבו,
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:37 am#232681
כא כאכא פליקער, יויש. מיין שכן פרעגט צו אלעס איז אקעי מיט מיר! נאדיר :like
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:39 am#232682
זייער נישט שיין דא צי לינקען צי טריפה צייטונגען גיי דיר קיין קא.איל לע לא וי איז סאכדעס, דער רבי זי"ע האט דאך אויף דעים פארגאסן טייכן בליט.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:46 am#232685
אשפגתי
יוש האסטוי מיר געמאכט לאכן א גיטס
שוין לאנג נישט געלאכט אזוי
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:52 am#232687
פליקער האט געשריבן:סיז אזוי שיין צי זעין א אידישע שמחה , ר"ל, דער רבי זאל שומר ומציל זיין, ממש און די צוויי מיניט ווייניגער ווי א שיעור ייחוד שנעלער ווי א הארט קען איי ווערן, האב איך געהאט די זכיה צי פארטיילן איבער דרייסיג טולר ב"הכן ירבו,


א איי קימט פין א נקבה נישט איידל
מנהלים ביטע פארמעקן
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:54 am#232688
קאסטנער איז גערעכט. סנישט דאס פלאץ דא פאר אזא שפראך
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:22 am#232693
נישט אלץ דארף מען מוחה זיין!
#האבן_מיר_פארלוירן_אונזער_טאטש?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:00 am#232698
יין שרף האט געשריבן:נאדער א גרינעם...:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

:mrgreen: :mrgreen:
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:02 am#232699
כ'האב אבער נישט קיין כח צו רעדאגירן ממש יעדע תגובה דא, ATUB @שעפטל ATUB ווילסט מיר העלפן?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:28 am#232700
קאסטנער האט געשריבן:אשפגתי

לויט די נייע תקנות המקום טאר מען נישט רעדן די טריפה'נע שפראך פון מקומות שאין רוח אייוועלט נוחה הימנו.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:40 am#232704
שמעקעדיג :like
איך האלט ער איז דא זיך צו רייצן.

איינער האט די נומבער פון תורתך שעשועי?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:40 am#232711
ליקי, קיקי, פיקי,נעקי, און פעקי עטס זענטס אלע פיינע נייעס!, שרייבטס אפטער... :mrgreen: :like

פרינטער פרינט
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:40 am#232750
ווייסט איינער וועלכע פ. ס. אפיס גיט די בעסטע קאסטומער סערוויס?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:56 am#232754
וואס איז זיכרו נאמבער?
#קרעטשמע 411
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:09 pm#232756
אלס גבאי גלעגער יויש האב איך געדארפט מעקן און מעקן גאנצעטע בלעטער דא, דער עולם האט זיך צולאזט און געמיינט זיי זענען אין די טריפהנע ק"ש. און דא וויל איך ווארענען אויב נאך איין מאל דאס וועט פאסירן וועט מען קלאר אויסשפארן דעם ניק. ניין אנטשולדיגט נישט אויסשפארן מען וועט מפרסם זיין פאר יעדען זיך צו היטן פון יענעם און נישט רעדן מיט אים כדי מקיים צו זיין די מצוה פון מוחאה און נאך מצות. און ביים צווייטען מאל וועט פארקומען א ריינע גילוי ווייל סייווי סיי ווייסן מיר פונקטלער ווער יעדער קאל"ב )מלשון קולמוס( חחח סשרייבט דא
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:19 pm#232759
געלעגער שם טוב :like
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:42 pm#232765
טעפל דו האסט געלייקט ביבער, אקעגן די תקנות פון דעם אשכול. וואו זענען די אחראים? א פארדארבענער האט זיך דא אריינגעכאפט!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:44 pm#232781
קעגן די נעט האט געשריבן:שלום.

מיין וויזיע פאר א אייוועלט אשכול דא וואלט אויסגעזען ווי למשל אן אמעריקאנער עמבעססי אין א פרעמד לאנד, מ'גייט אריין דערין און מ'איז פראטעקטעט. אין די אשכול וועלן זיך אויסגעבן יעדער וואס שפירט אז ער גייט אריין אין א אייוועלט געמוט, א פרומע מחאה, א פוי, א שיינע קאווער אפ מעשה, א לעצטיגע מצבה בילד, דאס גאר לעצטעגע רכילות פון איין טמא'נעם פאליטישאן אויפ'ן צווייטן, און זיכער אויך טיילן פון די גרינע.וואס מ'וועט אבער מוזן געדענקען, און ס'וועט זיכער זיין פון דו שווערסטע זאכן פון די כללים דא אין דעם אשכול איז אז לייקס זענען פארבאטן! ס'דארף זיין אלעס גענוי ווי דארט, דא איז א ווינקל פאר אידן וואס כאפט זיי אן א אייוועלט מינוט אבער ווילן נישט אהינקריכן קיין אייוועלט צוליב די איסור פון הרב וואזנער שליט''א וואס איז קלאר קעגן די נעט! בעט מען יעדער זאל זיך האלטן דערצו, איך וועל פרובירן צו קאנטראלן דא אז מ'זאל זיך האלטן צו די רולס.

יויש זאגסטו גוט קעגן!


דער אשכול האט נישט קיין זכר פון אייוועלט אויב קיינער ציטירט נישט.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:40 pm#232802
אוי איז דאס גוט געווען א פיינע מקוה, געמאכט שי טבילות, אבער דער בהמה נעבן מיר מיינט ער מוז אזוי שפרינגן און אויפשאקלען דאס גאנצע וואסער! חחחח שיגענער וואס ער איז! מ'האט געשמועסט אין מקוה אז נוט גינגריטש איז עפעס אומגעפאלן און זיך צובראכן א ריפ? האב געקאלט קולמע זיי מעלדן גארנישט! איינער קען עס באשטעטיגן? אקעי לאמיר נישט רעדן פונעם גוי פארן דאווענען, לשם יחוד!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:48 pm#232808
בשבילי! האט געשריבן:טעפל דו האסט געלייקט ביבער, אקעגן די תקנות פון דעם אשכול. וואו זענען די אחראים? א פארדארבענער האט זיך דא אריינגעכאפט!


וואס מיינט לייקן?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:52 pm#232809
ראשעקאל האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:טעפל דו האסט געלייקט ביבער, אקעגן די תקנות פון דעם אשכול. וואו זענען די אחראים? א פארדארבענער האט זיך דא אריינגעכאפט!


וואס מיינט לייקן?

:like :lol:
טיף!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:02 pm#232812
וואס טאקע טוט די עולם וועגן הייקינד? ס'דאך למעשה א פראבלעם זיין ציונות. ס'דא א נארמאלע בירור אז מ'זאל מעגן וואוט'ן פאר אים??
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:14 pm#232816
די חזון איש מייניך האב איך דאכציך געזעהן אין מושיען של ישראל האט מתיר געווען לאקאלע וואלן.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:18 pm#232817
ראשעקאל האט געשריבן:וואס טאקע טוט די עולם וועגן הייקינד? ס'דאך למעשה א פראבלעם זיין ציונות. ס'דא א נארמאלע בירור אז מ'זאל מעגן וואוט'ן פאר אים??


וואס פאלט דיר איין אז ראביי קארל קאלער איז נישט קיין ציוני, איך זעי ער האט דאך א שטיץ בארדע
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:26 pm#232822
מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז אי"ה גאר בקרוב וועלן מיר צולייגן און איבערבויען דאס גאנצע סייט, מיר וועלן אי"ה מעלדן מער אין די קומענדיגע טעג.

דערווייל קעט איר גיין צו די גאר לעבעדיגע פארום'ס


איך וויל צום וויפילטן מאל בעטן די מנהלים אז אי"ה בקרוב ביים בנין השלישי צו מאכן א לייק קנעפל, איך וואלט געלייקט כמעט יעדע תגובה דא,
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:30 pm#232824
די פושעים אין אפיקורסים אין דער אנדערע פארום וואס איך וויל אפילו נישט ארויסזאגן, האבן געעפענט א אשכול אפצוחוזקן פון אונז. באמת וואלט איך עס אפילו נישט געוואלט ארויפברענגן, אבער איך וויל נאר ארויסברענגן ווי גליקלעך מיר זענען צו זיין דא אויף דעם ערליכן אידישן סייט, ריין פון די אלע דעות כוזבות, ליצנות, עבודה זרה, און אוודאי ציונות. פוי.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:37 pm#232828
פליקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:וואס טאקע טוט די עולם וועגן הייקינד? ס'דאך למעשה א פראבלעם זיין ציונות. ס'דא א נארמאלע בירור אז מ'זאל מעגן וואוט'ן פאר אים??


וואס פאלט דיר איין אז ראביי קארל קאלער איז נישט קיין ציוני, איך זעי ער האט דאך א שטיץ בארדע

קנאות איז נישט ווילד, עס גייט מיט שכל. למעשה איז קאלער שטעלט זיך ניטש ארויס ווי אציוני קען מען אים שטיצן. אבער הייקינד איז דאך קלאר אז ער איז פון זייערע ר''ל
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 6:48 pm#232873
דריידל האט געשריבן:
קעגן די נעט האט געשריבן:שלום.

מיין וויזיע פאר א אייוועלט אשכול דא וואלט אויסגעזען ווי למשל אן אמעריקאנער עמבעססי אין א פרעמד לאנד, מ'גייט אריין דערין און מ'איז פראטעקטעט. אין די אשכול וועלן זיך אויסגעבן יעדער וואס שפירט אז ער גייט אריין אין א אייוועלט געמוט, א פרומע מחאה, א פוי, א שיינע קאווער אפ מעשה, א לעצטיגע מצבה בילד, דאס גאר לעצטעגע רכילות פון איין טמא'נעם פאליטישאן אויפ'ן צווייטן, און זיכער אויך טיילן פון די גרינע.וואס מ'וועט אבער מוזן געדענקען, און ס'וועט זיכער זיין פון דו שווערסטע זאכן פון די כללים דא אין דעם אשכול איז אז לייקס זענען פארבאטן! ס'דארף זיין אלעס גענוי ווי דארט, דא איז א ווינקל פאר אידן וואס כאפט זיי אן א אייוועלט מינוט אבער ווילן נישט אהינקריכן קיין אייוועלט צוליב די איסור פון הרב וואזנער שליט''א וואס איז קלאר קעגן די נעט! בעט מען יעדער זאל זיך האלטן דערצו, איך וועל פרובירן צו קאנטראלן דא אז מ'זאל זיך האלטן צו די רולס.

יויש זאגסטו גוט קעגן!


דער אשכול האט נישט קיין זכר פון אייוועלט אויב קיינער ציטירט נישט.

גערעכט.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:05 pm#232879
איינער ווייסט פון א כשר'ע וועבסייט אדער טוויטער אקאונט וואו מ'קען מיטהאלטן די וואלן רעזאלטס רגע צו רגע אפדעיטס? איך האב שוין געקענסלט מיין חברותה פאר היינט ביינאכט.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:14 pm#232881
וואס עלמיר האבן פון וויסן די נייעס, לאמיר זאגן תהלים אז דער ציוני זאל נישט געווינען דאס וועט זיין מעכטיגע פרסומים אפצושלאגן דעם שרעקליכן חילול ה'

א - כ"ה

ווער נאך, גרויזי? זאלצי?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:42 pm#232884
בר דעת האט געשריבן:וואס עלמיר האבן פון וויסן די נייעס, לאמיר זאגן תהלים אז דער ציוני זאל נישט געווינען דאס וועט זיין מעכטיגע פרסומים אפצושלאגן דעם שרעקליכן חילול ה'

א - כ"ה

ווער נאך, גרויזי? זאלצי?

:like :lol: :lol:
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:45 pm#232886
יין שרף האט געשריבן:נאדער א גרינעם...:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

:mrgreen: :mrgreen: :D
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 8:38 pm#232894
שוין לאנג נישט גערעדט דערפון אבער ההכרח לא יגונה....

#גילוי אלערט.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:13 pm#232898
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די פושעים אין אפיקורסים אין דער אנדערע פארום וואס איך וויל אפילו נישט ארויסזאגן, האבן געעפענט א אשכול אפצוחוזקן פון אונז. באמת וואלט איך עס אפילו נישט געוואלט ארויפברענגן, אבער איך וויל נאר ארויסברענגן ווי גליקלעך מיר זענען צו זיין דא אויף דעם ערליכן אידישן סייט, ריין פון די אלע דעות כוזבות, ליצנות, עבודה זרה, און אוודאי ציונות. פוי.

זיי דארטן אויף דעם טמא'נעם וועבזייטל, וואס איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן זייער נאמען, זענען מלא אפיקורסות, מינות (פרעיג מיך נישט וואס איז די חילוק. אזוי איז עס) וציונות. זיי האבן דארט עטליכע שטארקע ציונים. וועלכע פרעידיגן ציונות טאג און נאכט. ספעציעל איז דא דארטן איינער א געפערליכער ציוני. ה"ה ער רופטצעך בערל בעל עגלה. דער האט שוין געשריבן אזויפיל ציוניסטישע דיעות כוזבות. און ער האקט אויף אלע ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו (מיט א ואו) כרעו לבעל הציוני. ווי למשל הרב הצאדיק ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון (ואנחה) עלינו. און אויף הרב ישראל מעם סופר, המכונה מנשה פליפ-פלאפ. אויך ביניך חושד אז ער (דער בעל עגלה) איז א שטיקל ארוני, ר"ל מהאי דעתא. זיי (דארט ביי די וועבזייטל פונ'ם ס"ם אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט) האבן נאך א סאך ציונים, ווי אתא קלילא, טיטאניק, ז"ל, איש עברי, עפ"ל און נאך ליידער. אינז ערליכע אידן פלאנען ארויסצוגיין אין א גרויסע מחאה. ביי דעם וויליאמסבורג'ער כיכר השבת, וואו ס'קומט פאר דער גרויסער קידוש השם, לכה"פ צוויי מאל א יאר. ווען מ'פארברענט דעם טמא'נעם פאן פון די פארשאלטענע ציונים, ימ"ש. ל"ג בעומר און פורים, דורך די מסירת-נפש'דיגע ערליכע אידן פון די נטורי חרתא. אינז וועלן האבן אינזערע אחים לדיעה, ווי הרב הצדיק, ר' עמרם בלוי בדורנו, הגה"ק מרנא ורבני ר' יואל צימערמאן שליט"א.
בחדא מחתא (מאכטע) וועלן מיר אינז אויכעט מוחה זיין אקעיגן דעם געפערליכן ציוני דוב הייקינד, וועלכער איז מקיים (אדער עובר) התגרות באומות, רח"ל מהאי דעתא. אינז זעמער מוסר מודעה אז אינז (עולם ביצה( שטיצן דעם צדיק ואיש אמת הרב קארל, המכונה נחמן קאללער שליט"א...!
החותם מתוך צער על גלות השכינה, ה"ק יאסל דער אינטערשמייסער... (שר כמעט חמשה אלף תגובות(...!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:31 pm#232901
ראשעקאל האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:וואס טאקע טוט די עולם וועגן הייקינד? ס'דאך למעשה א פראבלעם זיין ציונות. ס'דא א נארמאלע בירור אז מ'זאל מעגן וואוט'ן פאר אים??


וואס פאלט דיר איין אז ראביי קארל קאלער איז נישט קיין ציוני, איך זעי ער האט דאך א שטיץ בארדע

קנאות איז נישט ווילד, עס גייט מיט שכל. למעשה איז קאלער שטעלט זיך ניטש ארויס ווי אציוני קען מען אים שטיצן. אבער הייקינד איז דאך קלאר אז ער איז פון זייערע ר''ל

די עסקנים געבן דאך איבער אז ער קיקט אויס ביי שומענעסרע, און מיר ווייסן אז דעיס איז נישט געוועין דעים רבין'ס דרך
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:36 pm#232905
א רחמנות אויף די וואס שרייבן אין זיי אליין ווייסן אז עס גייט געמעקט ווערען כחכחכחחכח

מרעד דא פערזענליך א קעגן מענטשן
געדענקט תקנת המקום ביטע נישט שווער מאכן פאר די מנהלים
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:37 pm#232906
און מ'לייקט זיך איינער דמ'צווייטן. סארי דאס איז נישט וויי וועלט!
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:44 pm#232907
געוואוט פאר No Tziony, ויה''ר שיתקדש שם שמים על ידינו
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:48 pm#232909
לייקן? אה די מיינסט דעס פין יענע חברה?
שוין ווייסט דאך איך קיק קיינמאל נישט דארט בעצם מיין פילטער לאזט עס במילא נישט אדארך, איך האב סיג לחכמה פילטער. וואס די נישט? איך ווייס נישט צי איך מעג בכלל רעדן מיט דיך. בקיצור מיין חבר איך מיין מאן חברס חבר האט אריין געבליקט דארט זאגט ער מיר אז עס איז דא אזא זאך ווי לייק.. וואס ? ניין יענע חבר גייט שוין היינט מיט אזא סריגי קאפעלע ככככככחחחחחח
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:55 pm#232910
געפערליך! איך קען טאקע נישט לייקן דא ווייל מיין פילטער לאזט עז נישט דורך, אבער איך קען זען אנדערע לייקס און איך פאל דורך. איז שייך א שטערקערע פילטער פון משומד?
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:30 pm#232948
קרעדיט ק''ש

#ווער געדענקט נאך?
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:36 am#232981
בשבילי! האט געשריבן: א שטערקערע פילטער פון משומד?

נאדיר א רויטע :lol:
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 1:46 pm#233066
קעגן די נעט האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:נאדער א גרינעם...:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

:mrgreen: :mrgreen: :D
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:14 pm#233070
#67889
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:24 pm#233071
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:#67889


דאס איז דאך א באקאנט בילד
אגב די רבי פלעגט פארציילען די סיפור הדברים יעדע יאר ביי די ליגעדיגע תורה
ווי אויך זאגט מען נאך אז די סיבה פאר די שרעקליכע מעשה איז ווייל מאיז געגאנגען אין יענעם שטאט מיט קורצע קליידער
(איך שטעל מיך פאר אז דאס איז נישט געווען זייער איינציגסטע חטא...)
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:32 pm#233077
קאסטנער האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:#67889


דאס איז דאך א באקאנט בילד
אגב די רבי פלעגט פארציילען די סיפור הדברים יעדע יאר ביי די ליגעדיגע תורה
ווי אויך זאגט מען נאך אז די סיבה פאר די שרעקליכע מעשה איז ווייל מאיז געגאנגען אין יענעם שטאט מיט קורצע קליידער
(איך שטעל מיך פאר אז דאס איז נישט געווען זייער איינציגסטע חטא...)

יא נעבעך, יענע יארן אין אמעריקע, אן ארץ לא זרועה במלוא מובן הפדיון הבן. אי לאו האי יומא וכו' וכו'