Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קהל'ס נער
שקויעך פאר די עצה, כ'האב געטרייט צי ניצן די עצה די פראבלעים איז אז כ'קען ניט קיין ליטוויש יודיש, זאגן זיי ברודער אדער ברידער, קים אדער קום, געפינען אדער געפונען.
ס'דערמאנט מער פון ההוא גברא, מען האט עים געפרעיגט מיט וואס ער ארבעט, האט ער געזאגט אז ער ארבעט פאר זיין פעטער, אויפן שאלה ווי זיין פעטער ארבעט האט ער גענטפערט אז זיין פעטער זיכט א דזשאב. 😛
'ברודער' איז פאר א יחיד (מיין ברודער).
'ברידער' איז פאר א רבים (מיינע ברידער).
'קום'.
'געפונען' אויף עבר (איך האב געפונען).
'געפינען' אויף הווה (געפינען מיר אין די פרשה).
די לעצטע בין איך נישט זיכער אבער אזוי מיין איך..
(בד''וו:
צו, נוצן, אים, וואו, זוכט. ווי אויך לייגט מען נישט צו א יו''ד, אפילו ביי ווערטער וואס מ'זאגט ווי די אות A ווי 'געפרעגט' אדער 'פראבלעם')