זונטאג דעצעמבער 5, 2021 10:58 am#487318
כ'בין א סטודענטקע אין איינע פון די ניו יארק'ע קאלעדזשעס. כ'פארמאג מערערע אמביציעס מיט וואס כ'טוה מיך באשעפטיגן, צב"ש, ארט פאטאגרעפיע, שרייבן, מוזיק. אבער מיין האפענונג און ציל איז דאקטעריי אין די מעדיצינישע וועלט.
היות כ'קום פון א חסידיש בעקגראונד און אידיש איז פון שטענדיג אן געווען מיין ערשטע שפראך, און איז לעצטענס מיר גאר שטארק צוניץ געקומען צוליב פארשידענע סיבות. וויל איך אויסבעסערן מיין אידיש, סיי די חלק פון רעדן סיי די חלק פון שרייבן און אלעס ארום די אידישע קאלטור. ספעציעל נאך וואס אין לעצטערע יארן איז יידיש געווארן א היפשע אויפגעכאפטע שפראך אפילו ביי נישט פרומע אידן און ווי אויך ביי גוים צוגלייך.
און היותמיין טאטע פארציילט מיר אסאך פון ק"ש און שטענדיג שיקט ער מיר אינטערעסאנטע ארטיקלעך וועלכע זענען מיר זייער אינטערעסאנט סיי די חלק ה'וויסענשאפט שבו און סיי די חלק ה'גראמאטיק. דערפאר האב איך אפגעמאכט צו ווערן א חלק פונעם שטיבל.
דורכ'ן טאג קומט מיר אויס צו פארברענגן מיט מערערע סטודענטס און סטודענטקעס פון אלע מינע קאלטור'ן און ראסעס, פראפעסארן פון אלע ווינקלעך אין לעבן, און כ'קען ענק זאגן איין זאך, אז ס'פעהלט נישט אידישע טאלאנט! ספעציעל דא אין קאווע שטיבל. האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן און ווערן א חלק פון די קאווע שטיבל געמיינדע. און דא בין איך!