פארומס › עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל

254 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7583
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:24 am#235484
דער קאנטעקסט פונעם וויכוח איז גאנץ. איינפאך - צו ברענגען די ראיות וואס איך האב געהערט דעם חכם ונבון ר' אביגדור מילער זצ"ל, - וועלכער האט איבערצייגט אויף 100 פראצענט אז עוואלושן איז א האוקס.

פאר דעם צוועק האב איך געברענגט מערערע קשיות, וואס כדי זיי צו ענטפערן שפילסטו FAST & LOOSE. איבער די אינפינעט מאנקי טעארעם ענטפערטסו אז נעטרול סעלעקשאן פטר'ט דעם פראבלעם - לאפוקי - נישט רענדאום מיוטעישאנס.
ווען איך האב דיר געברענגט א דיסקוואער מאגאזין פון 2014, וועלכע שרייבט אז נעטרשול סעלעקשאן איז נישט מוכרח, איז שפילט א קליינע ראלע (אויב עפעס) - האסטו געגעבן א שיפט - און געזאגט אז ביידע מוזן שפילן א ראלע.
און דאס איז קעגנזאץ צום דעם יאפאנעזער פראסאר וועלכער האט נישט קיין פראבלעם אז דארווינס שיטה ארבעט נישט מיט נעטרול סעלעקשאנס - עס קען נישט פאסירן זאגט ער! - דו ביזט נאר אזוי פאנאטיש אז דו וועסט האקן קאפ און וואנט, אן א שרעד אוו עווידענס און אן שכל.

ווען אן אנדערער האט אויפגעברענגט די "גאלדילאקס זאון" - שפילסטו דאם. וואס מיינט עס? וואס איז אזוי אייגנארטיג מיט די בריאה. - וואו איז דאס אזוי פיין-טונד?

האב איך דיר געברענגט 8 פאני זאכן. און דו ביסט אינווייטעד צו ענטפערן. און אויב דיינע ענטפערס וועלן עכט מאכן סענס, און שטימען מיט'ן מציאות - וועל איך דיר מודה זיין!

גענוג קלאר?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:25 am#235485
יידל
קום אריין קלארער. וואס בין איך "מודה", און וואס זענען די ערשטע צוויי גאלדי לאקס אישוס וואס זענען נוגע נאכן באשאף פונעם צעל?

ווער האט גערעדט פון קענען ענטפערן? אין סיי וועלכע וויכוח איז מן הנימוס אז דער ויכוח זאל זיין אין א קאנטעקסט, ווייל אז נישט וועט מען צוזאמשלעפן יעדע מיינונג וואס דער קעגנער אין ויכוח האט און מ'וועט אים פארווארפן דערויף. פונקט ווי מיר גייען זיך יעצט נישט נעמען טענה'ן אויף די ישיבה סיסטעם למשל, אזוי אויך קומט דא דער גאלדילאקס אישו נישט אריין. אויב ווילסטו אדער ישראל אריבעררוקן דעם ויכוח צו א צווייטער דאמעין, קיין פראבלעם. נאר אז ישראל האט מיך ציטירט און דערויף געשריבן א מענה פון גאלדילאקס זאון, האב איך געשריבן אז כ'פארשטיי נישט וויאזוי דאס באציעט זיך צו אונזער ויכוח. בתקוה להבנה.

@יידל
איך האב דיר נישט, עקזעקטלי, ציטירט,
אזויווי די אשכול רעדט פון עוואלושן, אינטעלידזשענט דיזיין, בתורת ר' אביגדור מילער ז''ל, האב איך געפרעגט מיין פראגע, וואס איז בכלל נישט געווען געווענדעט צו דיר ספעציפיש,
וואס צו דעם האסטו רעאגירט אז דו פארשטייסט נישט מיין שאלה, אן אויף דעם האב איך דיר ציטירט, ארויסצוברענגען מיין שאלה קלארער,
עניוועי, איך פארשטיי וואס דו האסט געענטפערט, און ניין מען דארף נישט אריבער רוקן מיין שאלה צו א צווייטע לאקאל, אזויווי מיין שאלה איז נוגע לעוואלושן ואינטעלידזשענט דיזיין.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:50 am#235491
אהא, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו פרעגן אויף וואס כ'האב דארט געשריבן.

צו ענטפערן דיין פראגע מער אין כלליות'דיגע טערמינען: ווען מיר רעדן פון "רענדאם" ווערסוס אינטעלידזשענט דיזיין, רעדט מען נישט פון נישט באשעפער יא באשעפער. רענדאם מיינט נישט לאפוקי אז עס איז דא א באשעפער, וועמען דו קענסט רופט אינטעליזשענט דיזיינער אויב אזוי שמעקט דיר. דער מחלוקת איז אויף דער פראצעדור *וויאזוי* דאס פאסירט. לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל.

וויאזוי רעגנט? מען קען זאגן צוויי מהלכים. איין מהלך איז אז דער וואסער סייקל מאכט רעגענען. די צווייטע מהלך איז אינטעליזשענט דיזיין וועלכע מאכט רעגן פאסירן יעדע מאל ס'רעגנט. איז מהלך א' א סתירה מיט א באשעפער? בכלל נישט. איז עס רענדאם? יא, ווייל עס איז תלוי אין א גאנצע ליסטע פון וועריעבלס, ווי לאנג דער זון האט געשיינט אויף וואסער, וויפיל וואסער איז דא אין די לופט, אין אזוי ווייטער (זע דא פאר א סימפל הסבר וויאזוי דער וואסער סייקל ארבעט).

הוא הדין מיט ביג בענג, עוואלושען, קאסמאדזשאני וכו' ווערסוס אינטעלידזשענט דיזיין. די פראצעדורן זענען פילייכט רענדאם, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען געשען פון זיך אליינס, דאס מיינט נאר אז דער פראצעדור אליינס לויפט אויף א סיסטעם וועלכע נוצט רענדאם עלעמענטס. דער אינטעלידזשענט דיזיין לאידך גיסא זאגט אז ניין, עס איז נישטא קיין פראצעדור, עס איז נישטא קיין סיסטעם נאר אלעס וואס געשעהט איז די דירעקטע ארבעט פון דעם דיזיינער.

יעצט צו דיין פראגע ספעציפיש:

פארוואס זאל איך אננעמען אז די פאקט אז אונזער פלאנעט האט פונקט די ריכטיגע קאנדישנס פאר לעבן צו עקזיסטירן/זיך אנטוויקלען, אלס רענדאם, און נישט אינטעלידזשענט דיזיין

ווייל אלע סימנים צייגן אז עס איז געווען א פראצעדור, און דער פראצעדור ארבעט רענדאם, נישט מיט קיין פונקטליכער הסבר. אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז כ'האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו ערקלערן וויאזוי דער וועלט געפונט זיך אינעם גאלדילאקס זאון, מוז מען על כרחך זאגן אז דער דייזינער האט עס אריינגעלייגט אינעם זאון. סייענס טענה'ט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס ארבעט. לאמיר נאכאמאל מדגיש זיין: צו דער סייענטיפישער פראצעדור איז דיזיינד געווארן דורכ'ן רבוש"ע צו נישט איז בכלל נישט דער ויכוח דא. דער ויכוח איז דא *וויאזוי עס האט פאסירט. מיט א ספעציפישן פראצעדור (וואס לויפט "רענדאמלי"), אדער אן קיין שום פראצעדור נאר דער דייזינער איז געווען אינוואלווד אין יעדן סטעפ.

אבער אזויווי 'עס איז פאראן' מיליארדן פלאנעטן, און עס איז נישט (דערווייל) פאראן פלאנעטן מיט לעבן חוץ אונזער פלאנעט איז נאך פיל מער (כמעט אומגלויבליך) פאנטאסטיש צו זאגן אז די קאנדישנס וואס ערמעגליכן לעבן אויף פלאנעט ערד איז ראנדאם

דאס איז טאקע א שטארקע קושיא אויף דער סייענטיפישער טעאריע. אבער דער ענטפער איז נישט מולטיווערס, נאר דער ענטפער איז עקסאפלאנעטן. עס זענען דא מיליאנע אדער אפשר ביליאנע פלאנעטן איבער דער אוניווערס וועלכע זענען אין די גאלדילאקס זאון פון זייער שטערן. דער סייענטיפיק מיינונג איז אז עס זענען טאקע יא דא לעבן אויף אסאך פון די מיליאנע פלאנעטן. דער פראבלעם איז אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז נישט מעגליך צו וויסן אויב מיקראבן אדער אפילו חיות, לעבן אויף יענעם פלאנעט. אפילו אויב ס'דא דארטן ספישיס מיט אינטעלידזשענס איז אויך א גאנצער געטואכטס צו מ'וואלט עס יא אדער נישט געקענט דיטעקטן. סוף דבר, אויב ביסטו קאנווינסט אז עס איז נישטא לעבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ אין די אוניווערס, דאן האסטו א גוטע פירכא אויף דער סייענטיפישער טעאריע פון קאסאמדזשאני. רוב סייענטיסטן זענען נישט קאנווינסט, וויבאלד זייער טעאריע האט שטארקע ראיות, און דאס אז מיר ווייסן נישט פון קיין לעבן אויף אנדערע פלאנעטן איז נישט מער ווי א חסרון ידיעה, עפעס וואס מיר האבן נאך נישט די מעגליכקייט מברר צו זיין, און דערפאר איז עס נישט קיין ראיה לפירכא.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:17 pm#235502
זוכער

4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?

יא, דאס איז זייער פאני. בעיקר איז עס פאני ווייל איעדע יאנואר איז די זון 91 מיליאן מייל אוועק אין איעדע יולי איז עס מער ווי 94 מיליאן מייל. און אינטערעסאנט, רוב מענטשן וועם איך קען לעבן נאך.

(לידיעה בעלמא, האסט דא אראפ געברענגט א צומישעניש פון האלבע און גאנצע שקרים און אפאר אמיתים אריינגעמישט כדאי לערבב את השטן.)

לגבי די גאלדילאקס זאון בכלליות:
געווען אמאל א יוד, ר' ישראל האט ער געהייסן, וואס איז געגאנגען שפאצירן מיט א חבר. קומען זיי אן צו א וואסערל וואס איז איבערגעבליבן אין א לאך נאך א רעגן (puddle פאד"ל בלעז).

מה רבו מעשיך השם! רופט ר' ישראל אויס מיט עקסטאז.

וואס איז? פרעגט דער חבר.

וואס הייסט? קוק נאר אן ווי דער אייבישטער האט אויסגעפארעמט די לאך פונקט גענוי און די זעלבע פארעם ווי די פאדל!! וואלט די לאך געווען נאר א משהו אנדערש וואלט די פאדל נישט געקענט עקזיסטירן דארט בכלל!!

המממממ, זאגט דער חבר. מיר קוקט אויס אנדערש. איך מיין אז די לאך איז גענוי ווי די פאדל ווייל די פאדל איז אריינגערונען אינ'ם לאך, נישט פארקערט.

די נערישער מענטש! זאגט ר' ישראל היציג. מילא דער פאדל, אבער קוק אויף אלע אנדערע פאדלס! איעדער איינציגער פון זיי האט א לאך אויסגעפארעמט פונקט גענוי ווי זיין פארעם!! איז דאס אלעס א צופאל, רענדאמלי??????...

בקיצור, ס'געווען א לאנגער וויכוח, אבער סוף איז געווען אז ר' ישראל, פון דעמאלטס אן, פלעגט גיין שפאצירן אליין. ספעציעל נאך א רעגן.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:18 pm#235503
יידל
אהא, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו פרעגן אויף וואס כ'האב דארט געשריבן.

פארוואס זאל איך אננעמען אז די פאקט אז אונזער פלאנעט האט פונקט די ריכטיגע קאנדישנס פאר לעבן צו עקזיסטירן/זיך אנטוויקלען, אלס רענדאם, און נישט אינטעלידזשענט דיזיין
ווייל אלע סימנים צייגן אז עס איז געווען א פראצעדור, און דער פראצעדור ארבעט רענדאם, נישט מיט קיין פונקטליכער הסבר. אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז כ'האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו ערקלערן וויאזוי דער וועלט געפונט זיך אינעם גאלדילאקס זאון, מוז מען על כרחך זאגן אז דער דייזינער האט עס אריינגעלייגט אינעם זאון. סייענס טענה'ט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס ארבעט. לאמיר נאכאמאל מדגיש זיין: צו דער סייענטיפישער פראצעדור איז דיזיינד געווארן דורכ'ן רבוש"ע צו נישט איז בכלל נישט דער ויכוח דא. דער ויכוח איז דא *וויאזוי עס האט פאסירט. מיט א ספעציפישן פראצעדור (וואס לויפט "רענדאמלי"), אדער אן קיין שום פראצעדור נאר דער דייזינער איז געווען אינוואלווד אין יעדן סטעפ.
נא. דער וויכוח דא איז צו עוועלושען, מיט וועלכע נעמען דו רופסט עס איז א ווארקינג מאדעל - אנשטאט בראשית ברא אלקים. פינטל.
אויב דארווין קען נישט עקספלעינען די אסטראנאישע פיינ-טונד גאלדילאקס זאון - איז טייטש אז עוואלושן איז א האוקס! דאוקינס זאגט אנדערש. די וועלט איז סימפל, גארנישט פיינטונד! עס איז אזוי בעיסיק און זעט נישט קיין שום חידושים. דארווין האט די זעלבע זאך געהאלטן אז די צעלס זענען סימפל. און אלעס אויף די וועלט איז סימפל.
אבער אזויווי 'עס איז פאראן' מיליארדן פלאנעטן, און עס איז נישט (דערווייל) פאראן פלאנעטן מיט לעבן חוץ אונזער פלאנעט איז נאך פיל מער (כמעט אומגלויבליך) פאנטאסטיש צו זאגן אז די קאנדישנס וואס ערמעגליכן לעבן אויף פלאנעט ערד איז ראנדאם
דאס איז טאקע א שטארקע קושיא אויף דער סייענטיפישער טעאריע. אבער דער ענטפער איז נישט מולטיווערס, נאר דער ענטפער איז עקסאפלאנעטן. עס זענען דא מיליאנע אדער אפשר ביליאנע פלאנעטן איבער דער אוניווערס וועלכע זענען אין די גאלדילאקס זאון פון זייער שטערן. דער סייענטיפיק מיינונג איז אז עס זענען טאקע יא דא לעבן אויף אסאך פון די מיליאנע פלאנעטן. דער פראבלעם איז אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז נישט מעגליך צו וויסן אויב מיקראבן אדער אפילו חיות, לעבן אויף יענעם פלאנעט. אפילו אויב ס'דא דארטן ספישיס מיט אינטעלידזשענס איז אויך א גאנצער געטואכטס צו מ'וואלט עס יא אדער נישט געקענט דיטעקטן. סוף דבר, אויב ביסטו קאנווינסט אז עס איז נישטא לעבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ אין די אוניווערס, דאן האסטו א גוטע פירכא אויף דער סייענטיפישער טעאריע פון קאסאמדזשאני. רוב סייענטיסטן זענען נישט קאנווינסט, וויבאלד זייער טעאריע האט שטארקע ראיות, און דאס אז מיר ווייסן נישט פון קיין לעבן אויף אנדערע פלאנעטן איז נישט מער ווי א חסרון ידיעה, עפעס וואס מיר האבן נאך נישט די מעגליכקייט מברר צו זיין, און דערפאר איז עס נישט קיין ראיה לפירכא.[/quote]

לאמיר זאגן אז עס איז דא טרליאנען עקסאפלאנעטן. זאל זיין סעקסיליאן פלאנעטן מיט מענטשן (BS ביי די וועי). - אבער יעדע איינציגע עקסאפלאנעט און יעדע יוניווערסי מוז זיין פיינטונד. אז א קאר זאל פאר'ן מוז עס זיין פיין-טונד. אז א קווארטס זייגער זאלן ווייזן די צייט, מוז עס זיין פיין-טונד.

די 8 פאני זאכן שרייען פאר א ענטפער! אויב דו האסט נישט - האסטו פארלוירן די דעבאטע - גאנץ סימפל.
איך האב יא אן ענטפער. גאט האט אזוי דיזיינט.

איך רוף אויס צו אלעמען, ביטע העלפט ארויס אייער פריינט אין נויט! אפשר האט איינער פון אייך אן פאסיגן ענטפער אויף די 8 פאני זאכן? ווער איז גרייט צו פארענטפערן די גע'פגר'טע - אפגעפרעגטע - און צעדרייטע דארווין שיטה!

@יידל, @יאיר, @שבת אחים, @יתרו, @קול דודי, @יואב, @אחד העם, @געפילטע פיש, @איחוד פעלד, @מאטי,
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:28 pm#235507
''ווייל אלע סימנים ווייזן אז עס איז געווען א פראצעדור'',
''סייענס טענהט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס איז געווארן''

דאס איז געווען מיין פראגע, זאגן אז זיי טענהן אז זיי האבן א הסבר איז זייער שיין, אבער זאגן אז דו האסט אן ענטפער, איז נאכנישט קיין ענטפער אויף מיין פראגע,
דאס אז זיי 'האלטן' אז עס איז דא לעבן אויף ווייטע פלאנעטן זאגט מיר גארנישט,
נאר אז זיי מוזן אזוי איינזעצן ווייל אויב זאגט מען רענדאם, איז צו ערווארטן (אדער מוז מען זאגן) אז עס איז דא לעבן אויף אנדערע פלאנעטן,
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:35 pm#235509
קול דודי
זוכער

4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?

יא, דאס איז זייער פאני. בעיקר איז עס פאני ווייל איעדע יאנואר איז די זון 91 מיליאן מייל אוועק אין איעדע יולי איז עס מער ווי 94 מיליאן מייל. און אינטערעסאנט, רוב מענטשן וועם איך קען לעבן נאך.

איך זעה אז פארשטייס נישט. ווען איך מסביר זיין בעסער. אויב די זון וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק - וואלטן מיר געפרוירן געווארן - פארוואס? ווייל ווינטער וואלטעס דאך געווען נאך קעלטער - (כאטש ווינטער איז עס נענטער) - דאס זעלבע אויב ס'וואלט געווען נאר 92 מיליאן מייל ווייט, וואלטן מיר זומער צעשמאלצן געווארן (כאטש זומער איז עס ווייטער) - ביי די וועי, זענען דיינע נאמבערס נישט ריכטיג.

(לידיעה בעלמא, האסט דא אראפ געברענגט א צומישעניש פון האלבע און גאנצע שקרים און אפאר אמיתים אריינגעמישט כדאי לערבב את השטן.)

איך בין זיכער אז דו שוינסט מיך אפ. ביטע לייג ארויס אלעס וואס איז נישט ריכטיג, און לאמיר זיך פארהערן.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:05 pm#235524
זוכער
קול דודי
זוכער

(לידיעה בעלמא, האסט דא אראפ געברענגט א צומישעניש פון האלבע און גאנצע שקרים און אפאר אמיתים אריינגעמישט כדאי לערבב את השטן.)

איך בין זיכער אז דו שוינסט מיך אפ. ביטע לייג ארויס אלעס וואס איז נישט ריכטיג, און לאמיר זיך פארהערן.

ס'ארבייט נישט אזוי. די (אדער ריכטיגער געזאגט, דיינע רבי'ס) זויגן אויס האלבע און גאנצע שקרים פון פינגער אין אנדערע זאלן זיין פארנומען דאס צו פארעכטן? טוביה חטה וזיגוד מינגד?

אגב, וואס די זאגסט לגבי די וועלט איז נאך אלס שקר אליבא דרוב תלמידי חכמים:
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstellar_habitable_zone#Solar_System_estimates">http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstel ... _estimates</a>

אבער באמת איז בכלל נישט אינטערעסאנט זיך צו טענה'ן מיט ר' ישראל פון מיין משל אפילו אויף די פאר דברים אמתיים וואס די האסט געברענגט. והמבינים הנמשל יבינו.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:11 pm#235526

אגב, וואס די זאגסט לגבי די וועלט איז נאך אלס שקר אליבא דרוב תלמידי חכמים:
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstellar_habitable_zone#Solar_System_estimates">http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstel ... _estimates</a>

אבער באמת איז בכלל נישט אינטערעסאנט זיך צו טענה'ן מיט ר' ישראל פון מיין משל אפילו אויף די פאר דברים אמתיים וואס די האסט געברענגט. והמבינים הנמשל יבינו.

ענטפער נישט פאר מיר. ענטפער פאר דיר. אבער צו דער זאך ביטע. נאר דאס בעט איך:

1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן? וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן די אלע ביליאנען יארן איידער די בריסטן פון די מאמע זענען געוואקסן? וויפיל יאר האט דאס ארימע קיטען געזויגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך אויב דארט איז בכלל נישט געווען קיין מילך? - נישט פאני?

2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?

איך האף אז די צוויי סימפל זאכן, גייען אריין אין דיין קאפ. און וועסט מיר קענען געבן א נארמאלע תשובה, פארוואס דארווינס שיטה קען האלטן איין אונץ וואסער.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:31 pm#235542
אנטשולדיגט, כ'האב נישט דאס געדולד פון הלל הזקן. פונדעסטוועגן:

זוכער

1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?

מ'ברויך נישט בריסטן צו זייגן.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Platypus">http://en.wikipedia.org/wiki/Platypus</a>
אבער די קשיא ווייזט אז די פארשטייסט נישט עוואלאשן בכלל. ס'קיינמאל נישט געווען קודם א קעצעלע אן ביסטן און נאכדעם בריסטן.

זוכער

2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען.

נאך אזאך אויסגעזויגן פון פינגער. ווי סאך איז דער "טראפ" דיקער?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:42 pm#235547
קול דודי
אנטשולדיגט, כ'האב נישט דאס געדולד פון הלל הזקן. פונדעסטוועגן:

זוכער

1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?

מ'ברויך נישט בריסטן צו זייגן.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Platypus">http://en.wikipedia.org/wiki/Platypus</a>
אבער די קשיא ווייזט אז די פארשטייסט נישט עוואלאשן בכלל. ס'קיינמאל נישט געווען קודם א קעצעלע אן ביסטן און נאכדעם בריסטן.

אזוי. די ערשטע קעצעלע איז מעולם אן געבוירן מיט בריסטן און מיט מילך! אה, טאקע פון א פיש? טעטראפאד?

איך פארשטיי טאקע נישט עוואלושען. איך זאג עס בקול רם. עוועלושען איז א BS. אבער דו חכם עתיק יומין, פארשטייט עס יא. זיי מסביר פארוואס האט דאס קעצעלע געזויגן די מאמעס בריסטן מיליאנען יאר איידער דארט איז בכלל עפעס געווען אונטער'ן בויך (דאס איז נישט מיין קשיא, ס'איז רבי אביגדור'ס. יעצט קענסטו שעלטן מיר און אים!

זוכער

2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען.

נאך אזאך אויסגעזויגן פון פינגער. ווי סאך איז דער "טראפ" דיקער?[/quote]

איין ממ!
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:43 pm#235548
נאך איינע פון די נפלאות הבורא איז אז די דיקקייט פון האר איז פונקט גוט צו קרייזלען די פיאות דערמיט. אויב ס'וואלט געווען איין משהו דיקער וואלטן זיי געווען שטענדיג צעפלאשעט, און אויב ס'וואלט געווען איין משהו דינער וואלטן די פיאות געווארן איינגעדרייט אין א קנויל לעולם ועד. מה רבו מעשיך ה'.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:45 pm#235550
יאיר
נאך איינע פון די נפלאות הבורא איז אז די דיקקייט פון האר איז פונקט גוט צו קרייזלען די פיאות דערמיט. אויב ס'וואלט געווען איין משהו דיקער וואלטן זיי געווען שטענדיג צעפלאשעט, און אויב ס'וואלט געווען איין משהו דינער וואלטן די פיאות געווארן איינגעדרייט אין א קנויל לעולם ועד. מה רבו מעשיך ה'.

@יאיר א קניפ אין בעקל פאר דיין פקחות. (דו האסט מסתם געווארן פיטשעס פאר'ן טיטשער, נישט עפל)
איך האב געפרעגט איבער בריסטן און איבער אן אייעלע. דאס אלעס.
אויב עס שטימט אין דיין קאפ, זיי עס פליז מסביר פאר מיר.

א חסרון און הסברה איז א חסרון אין הבנה האט מיין רבי געזאגט.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:03 pm#235556
זוכער

איך פארשטיי טאקע נישט עוואלושען. איך זאג עס בקול רם

נו, און די פארלאנגסט מ'זאל דאס לערנען מיט דיר על רגל אחת? און אויב נישט, וועסטו פראקלאמירן אז דאס איז BS וויבאלד די פארשטייסט דאס נישט? זאג, קוואנטום מעקאניקס און רעלאטיוויטי פארשטייסטו יא? די קרעבס סייקל פארשטייסטו? איז דאס אלעס BS?

זוכער

(דאס איז נישט מיין קשיא, ס'איז רבי אביגדור'ס

און טאקע פאר אזעלכע קשיות האט איהם קיינער נישט גענומען ערענסט.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:07 pm#235558

רעלאטיווי ווענדט נישט אפ בראשית ברא אלקים.
קוואנטאם פיזיקס ווענדט נישט אפ בראשית ברא אלקים.
קיין שום לאו פון טערמעל-דיינעמיקס איז נישט קיין סתירה צו בראשית ברא אלקים.

דו ביסט דאך א דארוויניסט, און דו לייקנסט אין גאט - דו פארשטייסט אז דו שטאמסט פון א מאנקי-ענסעסטאר. - אלזא, ביך אין דיך מכבד מסביר צו זיין דין שיטה בטטו"ד. - @יידל האט שווער געטרייט, איך געב אים קרעדיט. ער האט געמוזט טוישן זיין ליניע 4-5 מאל.
יעצט אז ער האט אויפגעגעבן, יעמוד רבי @קול דודי און פראביר מסביר זיין וויאזוי די בריסטן פון די מאמע קעצעלע זענען צושטאנד געקומען - איידער די בעיבי האט געסאקט דערויף, צי ביליאנען יאר נאכ'ן זייגן?

א סימפל קשיא, דארף א סימפל תירוץ
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:15 pm#235561
גוגעל האט ליידער נישט קיין סאך מאטעריאל איבער די עוואלושן פון ברעסט-פידינג, ממילא זענען אונזער מאלפע-אייניקלעך שטיל! וואס א שאנדע.

איך האב די שטארקקייט מודה צו זיין אז דאס אריינלייגן וויטאמיענען און די ברוסטן פון די מאמע אז דאס קינד זאל האבן צו עסן אין די רגע ווען ס'ווערט געבוירן, האט גאט אזוי דעזיינט = פיין טונינג. עס איז נישט קיין שום מיסטעיק. @יידל ס'מאכט סענס?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:25 pm#235566
<a class="postlink" href="http://jbiol.com/content/8/4/37">http://jbiol.com/content/8/4/37</a>

און דא <a class="postlink" href="http://link.springer.com/article/10.1023/A:1022896515287">http://link.springer.com/article/10.102 ... 2896515287</a> במקור)
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:26 pm#235568
כ'האב געטוישט? כ'האב אויפגעגעבן? כ'האב נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט. ביטע הער אויף אריינלייגן ווערטער אין מיין מויל.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:06 pm#235590
יידל
http://jbiol.com/content/8/4/37

און דא <a class="postlink" href="http://link.springer.com/article/10.1023/A:1022896515287">http://link.springer.com/article/10.102 ... 2896515287</a> במקור)

לויט זייערע חלומות איז שוין געווען מילך אין די בריסטן נאך איידער די מעמעל עפאכע. קומט אויס אז איז געוואקסן פאר די ענסעסטארס פון די מעממעלס - בריסטן מיט מילך און וויטאמינען דערין, אנצוגרייטן פאר די שפעטערדיגע דורות פון מיליאנען יאר שפעטער.

עס דאכט זיך אז עוואלושען קען עקטן ווי א גאט, וואס זארגט פאר די דורות הבאים! און דו גלייבסט באמת אין די נאנסענס?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:18 pm#235597
"Oftedal suggests that these glands evolved from providing primarily moisture and antimicrobials to parchment-shelled eggs to the role of supplying nutrients for offspring. Fossil evidence indicates that some of the therapsids and the mammalia-formes, which were present during the Triassic period more than 200 million years ago, produced a nutrient-rich milk-like secretion."
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:34 pm#235605
יידל
"Oftedal suggests that these glands evolved from providing primarily moisture and antimicrobials to parchment-shelled eggs to the role of supplying nutrients for offspring. Fossil evidence indicates that some of the therapsids and the mammalia-formes, which were present during the Triassic period more than 200 million years ago, produced a nutrient-rich milk-like secretion."

@יידל איך עקספעקט נישט קיין עווידענס. נאך אלעם איז נאר א "סודזשעסטשן" - Oftedal suggests שטייט דא.
דער פראבלעם איז אז זיי האבן נישט קיין שום פאסילס פון די מעמערי גלענדס ממילא מוזן זיי אלעס באקן. ווייל נאך אלעם האט דארווין אויך פאבריצירט אז די מעמערי גלענד האט איוואלווד פון די די ברוד טישו, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש. (אין דעם לינק וואס דו האסט צוגעברענגט).

אז ס'איז נישטא קיין פאסילס, מוז מען סודזשעסטשן. כאטש עס מאכט נישט קיין טראפ סענס, פארוואס זאל נעטרול סעלעקשאן באשאפן גלענדס מיט מילך פאר א גלענד וואס איז בכלל נישט יוזפול פאר די סורווייוועל, איידער די מעממעלס זענען בכלל דא געווען?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:35 pm#235606
וועגן דעם סודזשעסט ער אז ס'איז יא געווען יוזפעל. איך וועל איבערחזרן נאכאמאל: נעטשורעל סעלעקשאן באשאפט נישט, נעטשורעל סעלעקשאן סעלעקט. מיוטעישאנס באשאפט.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:44 pm#235610
יידל, יעצט כאפט ער שוין! ער האט געמיינט אז נעטשרעל סעלעקשאן באשאפט!
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:45 pm#235611
יידל
וועגן דעם סודזשעסט ער אז ס'איז יא געווען יוזפעל. איך וועל איבערחזרן נאכאמאל: נעטשורעל סעלעקשאן באשאפט נישט, נעטשורעל סעלעקשאן סעלעקט. מיוטעישאנס באשאפט.

ער האט נישט קיין שום עווידענס - ער מאכט אן הייפעסעס אז מסתם האט עס געגעבן נוטרישאן און אזוי איז עס געוואקסן. די עווידענס איז נישטא, און שכל'דיג מאכט עס נישט. ווייל נאר מעממעלס זייגן, סאו וויאזוי איז עס דארט געווען איידער די מעמעלס זענען בכלל איוואלווד געווארן.
דאס איז איינע פון די לעכער פון עוואלושן. וואס א בלעק האל קען אריינגיין דערין.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:46 pm#235612
יאיר
יידל, יעצט כאפט ער שוין! ער האט געמיינט אז נעטשרעל סעלעקשאן באשאפט!

@יאיר. אן כעס.
ליין איבער, דאס האט @יידל נעכטן ארגומענטירט. פליז טשעק די פעקטס.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:53 pm#235616
זוכער
יידל
וועגן דעם סודזשעסט ער אז ס'איז יא געווען יוזפעל. איך וועל איבערחזרן נאכאמאל: נעטשורעל סעלעקשאן באשאפט נישט, נעטשורעל סעלעקשאן סעלעקט. מיוטעישאנס באשאפט.

ער האט נישט קיין שום עווידענס.

"Fossil evidence indicates that some of the therapsids and the mammalia-formes, which were present during the Triassic period more than 200 million years ago, produced a nutrient-rich milk-like secretio"
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:55 pm#235618
עווידענס פאר עוואלוציע איז דא לרחצה. עווידענס פאר עוואלוציע בכלליות זאגט אז א מעמארי גלענד דארף האבן הסבר, און דערויף איז ער מציע א הסבר. האסט א סתירה אדער פירכא אויף זיין הסבר? דאס איז חוץ די פאקט אז ער האט גראדע יא פאסיל ראיות פאר זיין הסבר, ווי קול דודי האט ציטירט.

און ליין נאכאמאל יענער פאפיר, ער'ז מסביר בטוט"ד וויאזוי ס'האט עוואלווד. וואס איז די ענין אין פרעגן דאמירן בעלמא?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:55 pm#235621
קול דודי
זוכער
יידל
וועגן דעם סודזשעסט ער אז ס'איז יא געווען יוזפעל. איך וועל איבערחזרן נאכאמאל: נעטשורעל סעלעקשאן באשאפט נישט, נעטשורעל סעלעקשאן סעלעקט. מיוטעישאנס באשאפט.

ער האט נישט קיין שום עווידענס.

"Fossil evidence indicates that some of the therapsids and the mammalia-formes, which were present during the Triassic period more than 200 million years ago, produced a nutrient-rich milk-like secretio"

וויקיפעדיע זאגט אז ס'איז שווער צו טרעפן פאסילס:

The evolution of the mammary gland is difficult to explain; this is because mammary glands are typically required by mammals to feed their young. There are many theories on how mammary glands evolved, for example, it is believed that the mammary gland is a transformed sweat gland, more closely related to apocrine sweat glands.[37] Since mammary glands do not fossilize well, supporting such theories with fossil evidence is difficult.

<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Mammary_gland#Evolution">http://en.wikipedia.org/wiki/Mammary_gland#Evolution</a>
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:57 pm#235622
יידל
עווידענס פאר עוואלוציע איז דא לרחצה. עווידענס פאר עוואלוציע בכלליות זאגט אז א מעמארי גלענד דארף האבן הסבר, און דערויף איז ער מציע א הסבר. האסט א סתירה אדער פירכא אויף זיין הסבר? דאס איז חוץ די פאקט אז ער האט גראדע יא פאסיל ראיות פאר זיין הסבר, ווי קול דודי האט ציטירט.

און ליין נאכאמאל יענער פאפיר, ער'ז מסביר בטוט"ד וויאזוי ס'האט עוואלווד. וואס איז די ענין אין פרעגן דאמירן בעלמא?

זיראו עווידענס - טעאריעס איז דא. עווידענס איז טייטש קלארע באווייזן. זילטש.
די טריליאנען טראנזישאנעל פארמעס דארפן נאך אפיר קומען. געב נישט אויף. זוך ווייטער!

נישטא גארנישט!
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 3:59 pm#235627
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפן?

יאיר
זוכער,
אז מיר האבן דא א תלמיד פון ר' אביגדור מיללער, האב איך א שאלה ווי פאלגנד (@אנאנים נייג אויך צו אן אויער):
איך האב נישט געלערנט קיין סאך פון זיינע ספרים, און איך האב נישט די צייט דערצו, ממילא בעט איך איר זאלט מיר ארויסהעלפן מיט א מראה מקום.
כדרכן של המתוכחים, איז דער סדר אז מען ברענגט קודם ארויס די טענות פון די קעגנער, דערנאך ענטפערט מען דאס אפ און מען שטעלט ארויס טענות אויף פארקערט. ממילא זוך איך אן ארט וואו ר' אביגדור איז מסביר ברחל בתך הקטנה וואס די סייענטיסטן זאגן בנוגע עוואלוציע, וואס זענען זייערע הוכחות, וואס זענען זייערע הסברים, און פארוואס זיי האלטן אז עס מאכט סענס אז קאמפליצירטע ברואים זענען באשאפן געווארן פון נישט קאמפליצירטע ברואים.
צווישן אנדערן, וויל איך וויסן וואו ר' אביגדור מיללער ערקלערט די פאלגנדע טערמינען בטוב טעם ודעת, וואס זענען ניטאמאל די א' ב' פון עוואלוציע. ואלו הן:
natural selection
Artificial selection
mutation
Darwin's finches
Peppered moth evolution
Vestigials

מעגליך אז ער דערמאנט די אלע טערמינען נאר איך האב עס דערווייל נישט באמערקט. איך בין באמת אומוויסנד. ביטע זייט אזוי גוט און זייט מיר מודיע וואו/אויב ער רעדט דערוועגן. איך בין נייגעריג ווי אזוי ער לייגט עס אראפ.
א גרויסן דאנק, תזכו למצוות

@אנאנים @זוכער @אנאנים ביטע העלפט מיר ארויס.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:01 pm#235629
איך וועל אי"ה ארויפשטעלן עטליכע טעיפס, נאך היינט אי"ה, אין וועלכן ער מאכט דאס גענאר פון אלע דארוויניקעס.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:47 pm#235698
איך האב ארויפגעשטעלט איין שיעור פון החכם ר' אביגדור מיללער ז"ל, אין וועלכען ער קוואוט צענדליגער עוואלושיניסט און פעיליענטאליגסטן וועלכע זענען "מודה" אז מ'טרעפט נישט קיין שום פאסילס פון פיש ענסעסטארס.

נאך קוואוט ער אז אלע פיש סטראטא וואס מ'טרעפט זענען פון פול-פארמד פיש, נישט קיין סימנים פון פיש אין די פריע סטעידזשעס - א קלארער צייכן צו גאטס בריאה אלץ א פארטיגע מין.

מארגן וועל איך אויפשטעלן נאך א שיעור אין וועלכן ער גייט אריין אין די קושקעס פון נעטרול סעלעקשאן / רענדאם דזשין מיוטעישאן, פאנקטועטיוו עקוויליביריום און מאכט שאך-מאט מיט דארווין און גאולד - אלעס מיט קוואוטס פון זייערע ביכער.

שמעו ותחי נפשכם!
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:42 pm#235706
[ציטאט אראפגענומען]

עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:04 pm#235715
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז דער נאטורליכער דראנג פון יעדן סייענטיסט צו זיין א כופר.

1) ווייל ער וויל נישט אננעמען תורת משה! ער וויל נישט גלייבן אין א מבול. ווייל א מבול ארבעט נישט מיט די געזעצן פון נאטור. ממילא מוז ער אלעס לייקענען - וועט ער זיך דראפען אויף גראדע ווענט.

2) מענטשן האבן אן EVIL אינקלינעישאן (יצר הרע) - אויב איז נישטא קיין גאט איז לית דין ולית דיין! און איך בין פינקט ווי א מאנקי. קיין עפטער-לייף, קיין דין וחשבון און קיין שום מאראלישע געזעצן עקזעסטירן נישט.

דער אטעאיסט און פילאזאף סיר אנטאני פלו האט מיט קארגע 10 יאא צוריק ארויסגעגעבן א בוך "עס איז דא א גאט", און האט רינאנונסדט זיין עוואלושען ביליף פון 70 יאר.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:09 pm#235719
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.

עוואלושען זאגט אז מען איוואלווד נאר ארויף... פארוואס זענען האבן מיר נישט דעם כח פון לייבן, טיגערס, אדער אפילו פון די עיפ פאמיליע ווי טשימפס אדער גורילאס, וועלכע זענען בערך 20 מאל אזוי שטארק ווי מענטשן?

איך דארף נישט קיין תירוץ! ווייל עס איז א האוקס, און עוואלושען איז BS.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:11 pm#235720
יאיר
[ציטאט אראפגענומען]

עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.

@יאיר, וועלכע הרב מיללער רעדסטו? אפשר מיללער ביער?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:39 pm#235741
יאיר האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר

עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.

זענען די פייגלעך נישט א חלק פין די עוועלושענערי בוים פינעם מענטש?
וואס מיינט פארשווענדעט פארוואס מוז די מח גיין אויפן חשבן פין די פיזישע כוחות?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:51 pm#235743
ס'מוז נישט אבער ס'איז אזוי געשען. בד"וו פארוואס האבן פייגלעך נישט עוואלווד אינטעליגענץ?
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:55 pm#235748
מאטי האט געשריבן:ס'מוז נישט אבער ס'איז אזוי געשען. בד"וו פארוואס האבן פייגלעך נישט עוואלווד אינטעליגענץ?

ווייל גאט האט נישט געוואלט!
עפטער אלל, HE IS THE BOSS
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:28 am#235759
זוכער האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:זוכער, ווי אזוי ביסטו מסביר אז ביליאנע מאמינים זעען איין די אמת פון עוואלושען אפילו ס'שטימט נישט 100 % מיט רעלגיע , אבער עס איז נישט דא קיין איין כופר וואס האלט אז עוואלושען איז א אויסגעטראכטע זאך??

עס איז דער נאטורליכער דראנג פון יעדן סייענטיסט צו זיין א כופר.

1) ווייל ער וויל נישט אננעמען תורת משה! ער וויל נישט גלייבן אין א מבול. ווייל א מבול ארבעט נישט מיט די געזעצן פון נאטור. ממילא מוז ער אלעס לייקענען - וועט ער זיך דראפען אויף גראדע ווענט.

2) מענטשן האבן אן EVIL אינקלינעישאן (יצר הרע) - אויב איז נישטא קיין גאט איז לית דין ולית דיין! און איך בין פינקט ווי א מאנקי. קיין עפטער-לייף, קיין דין וחשבון און קיין שום מאראלישע געזעצן עקזעסטירן נישט.

עס איז א נאטורליכע דראנג פון יעדן וואס איז נישט קיין סייענטיסט צו זיין מאמין
א ] ווייל ער מוז אנעמען תורת משה! ער ער דריקט זיך צו גלייבען און א מבול, און ווייל די מבול שטימט נישט מיט די געזעצען פון נאטור וועט ער לייקענען די געזעצן און ער וועט זיך דראפענען אויף גראדע ווענט און נישט גלייבען און די געזעצן.
ב ]מענטשען האבען א GOOD אינקלינעישאן ( יצר טוב ) אויב איז דא א גאט איז אית דין ואית דיין סאיז דא עפטער-לייף, און מקען זיך אריינרעדן אז מאראלישע געזעצן עקזעסטירן.
דאס איז לשיטתך דער דיפערענץ פון כפירה און אמונה, און די די יידישע אמונה האט לדבריך וואס די האסט געשריבען קיינע ראציאנאלע איבערווייזונגען, און האט נישט קיין אינטעלעקטואלע יסודות, עס איז נאר געבויעט אויף עפעס אזא מין שפיל, איך גלייב און תורת משה גלייב איך נישט און נאטור, גלייב איך נישט און תורת משה גלייב איך יא און נאטור, די סיבה פאר וואס תורת משה איז אמת ביי מיר, איז נאר אויב טו איך מיר אן א טלית איבערען קאפ און איך שריי סייענטיסטען כופרים שקרנים נואפים, און די סיבה פארוואס איך לייקען תורת משה ווייל איך בין א מציץ מן החרכים, אזאנע כפירה האב כ'שוין לאנג נישט געהערט, ברח מן הארי ופגע בדוב, אנטלויפסט פון די שרעליכע כפירה פון עוועלאציע, און די שטויסט זיך מיט כפירה באמיתות תורת משה.
מורינו הרמב"ם האט מחבר געווען א גאנצע חיבור וואס זאגט פונקט להיפך, תורת משה שטימט מיט וואס חכמים און פילעזאפען און אויך סייענטיסטען זאגען, א גאנצע חיבור וואס ער זאגט קלאר און דייטליך ווען איך גלייב און תורת משה איז דאס נישט קיין סיבה צו לייקענען וואס די מציאות ווייזט קלאר, ונקטינן הלכה כמותו בפרט בעניני דיעות, וכן רבים וטובים האבען מפרש געווען דארוועניזעם און עוועלאציע על פי תורה, וכן תלמידו של הנשר הגדול ותלמידו של החוזה האלוקי רבי גדליה נדל ז"ל, האט גענומען עוועלאציע און איר אריינגעטייטש און בראשית ברא, בזה יצאתי ידי חובתי למחות על האי מלגלג על תורתינו תורת אמת.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:32 am#235760
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר

עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.

זענען די פייגלעך נישט א חלק פין די עוועלושענערי בוים פינעם מענטש?
וואס מיינט פארשווענדעט פארוואס מוז די מח גיין אויפן חשבן פין די פיזישע כוחות?

ניין.
אזוי ארבעט עוואלוציע. עס קען זיך נאר ספראווען מיט די כלים וואס עס פארמאגט, עס קען נישט באשאפן קיין נייע איברים פון דינע לופט, נאר טראנספארמירן די איברים אויף אן אנדער אופן. אויב מען פארנוצט ענערגיע אויפ'ן מח, מוז דאס דער מענטש נעמען פון ערגעץ. נאר א בורא קען באשאפן יש מאין.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:34 am#235761
אחד העם האט געשריבן:

א דאנק פאר דיין ווארימע מחאה. איך בין זיכער אז עס מאכט א רושם אדיר ווי ס'דארף.

יעצט דארף איך איין זאך: ברענג מיר איין גדול וואס נעמט אן אז עוואלושען איז נישט קייןסתירה מיט בראשית ברא אלקים.

ביטע ווער נישט אנטרינען יעצט.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:37 am#235763
יאיר האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב א שטיקל קלאץ קשיא, פארוואס האט נעטשרול סעלעקשן אראפגענימן די פליגלען פונעם מענטש וואלט ער נישט געווען מער אויסגעשטעלט צי סורווייווען מיט פליגלען?
וכן פארוואס איז דער מענטש ארויסגעקימן פין נעטשרול סעלעקשן אזוי שוואך אין קלאמזי וואלט ער נישט געווען בעסער מיט די פלינקייט אין שטארקייט פין זיינע פארגייערס?
איך בין טאקע זייער אימוויסנד דא קעגן די גרויסע חכמים אבער ביטע טיטס א טובה אין זייטס מיר מסביר

עוואלושען האט נישט אראפגענומען פליגלען פון דעם מענטש; עס האט ארויפגעלייגט פליגלען אויף פייגלען, אינזעקטן, און פלעדער מויזן. (כ'מיין הרב מיללער טענה'ט ערגעץ אז ס'נישט מסתבר אז פליגלען זאלן זיך עוואלוון דריי מאל באזונדער).
דער מענטש האט פארשווענדט זיין ענערגיע אויף זיין מוח, וואס האט אים געגעבן א סאך גרעסערער עדווענטעזש איבער זיינע קאנקורענטן ווי פיזישע כוח.

זענען די פייגלעך נישט א חלק פין די עוועלושענערי בוים פינעם מענטש?
וואס מיינט פארשווענדעט פארוואס מוז די מח גיין אויפן חשבן פין די פיזישע כוחות?

ניין.
אזוי ארבעט עוואלוציע. עס קען זיך נאר ספראווען מיט די כלים וואס עס פארמאגט, עס קען נישט באשאפן קיין נייע איברים פון דינע לופט, נאר טראנספארמירן די איברים אויף אן אנדער אופן. אויב מען פארנוצט ענערגיע אויפ'ן מח, מוז דאס דער מענטש נעמען פון ערגעץ. נאר א בורא קען באשאפן יש מאין.

@יאיר, ווער איז מילער?

2) פארוואס איז א מענטש נישט אזוי שטארק ווי די עיפס, (וואס לויט די דארוויניסטן קומען מענטשן פון זיי)? עיפס /נען 20 מאל שטערקער פון מענטשן.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:02 am#235788
זוכער האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:זוכער, ווי אזוי ביסטו מסביר אז ביליאנע מאמינים זעען איין די אמת פון עוואלושען אפילו ס'שטימט נישט 100 % מיט רעלגיע , אבער עס איז נישט דא קיין איין כופר וואס האלט אז עוואלושען איז א אויסגעטראכטע זאך??

עס איז דער נאטורליכער דראנג פון יעדן סייענטיסט צו זיין א כופר.

1) ווייל ער וויל נישט אננעמען תורת משה! ער וויל נישט גלייבן אין א מבול. ווייל א מבול ארבעט נישט מיט די געזעצן פון נאטור. ממילא מוז ער אלעס לייקענען - וועט ער זיך דראפען אויף גראדע ווענט.

2) מענטשן האבן אן EVIL אינקלינעישאן (יצר הרע) - אויב איז נישטא קיין גאט איז לית דין ולית דיין! און איך בין פינקט ווי א מאנקי. קיין עפטער-לייף, קיין דין וחשבון און קיין שום מאראלישע געזעצן עקזעסטירן נישט.

די ביסט ממש געפערליך!! כ'האב דיר יעצט געענדיגט זאגן אז ביליאנע מענטשן וואס זענען גלויביגע אין רעלגיע זעען איין אז עוואלושען איז אמת. זיי גלייבען עניוועי אין רעלגיע ,פארוואס זאלן זיי האבן א נגיעה צו גלייבן אין עוואלושען??!!

פון די אנדערע זייט ,א כופר מוז נישט גלייבן אין עוואלושען כדי צו זיין א כופר. ביז דארווין זענען אויך געוועהן כופרים. אבער דאך איז נישט דא קיין איין כופר וואס זאגט אז עוואלושען איז אפגעפרעגט וועגן די געוואלדיגע קושיות וואס ר' אביגדור האט געגאנבעט פון קריסטליכע גלחים. הלא דבר הוא!! וואס איז פשט אז נאר די מענטשען וואס האלטען אז עוואלושען פרעגט אפ זייער רעלגיע "זעען איין" אז עוואלושען איז אפגעפרעגט ,אבער ביי מענטשן וואס האבן נישט קיין נגיעה לכאן או לכאן (צום ביישפיל רעלגיעזע מענטשען וואס האלטען אז עוואלושען איז נישט קיין סתירה צו זייער רעלגיע אדער כופרים וואס האלטען אז מ'קען זיין א כופר אהן עוואלושען) איז נישט דא אפילו איינער וואס האלט אז עוואלושען איז אפגעפרעגט??!!

זוכער האט געשריבן:דער אטעאיסט און פילאזאף סיר אנטאני פלו האט מיט קארגע 10 יאא צוריק ארויסגעגעבן א בוך "עס איז דא א גאט", און האט רינאנונסדט זיין עוואלושען ביליף פון 70 יאר.

די ביסט א פשוט'ע שקרן וואס חזר'ט איבער די זעלבע שקר נאכאמאל און נאכמאל. ענטאני פלו האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון עוואלושען. ער האט נאר צוגעלייגט אז ער גלייבט אז ס'איז דא א כח עליון.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:15 am#235795
שריי נישט, ווייל איך הער דיין ווייטאג!

פלו האט ארויסגעגעבן א בוך: יא עס איז דא א גאט!
דאס מיינט אז ער לייקנט אין עוואלושען.

נעם עס דיר אין קאפ -דארווינס עוואלושען מיט א גאט איז א סתירה!

קלאר?
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:25 am#235796
הער ר' אביגדור'ן ווי ער איז מסביר פארוואס די וועלט נייגט צו עוועלאושן. די מידיא, און די רעגירונג פאנדינג, די קאלעדזשעס, אלע ארבעטן אלל די וועי פאר עוואלושען.

נאכאמאל קיין איין אנערקענטער רב איז נישט מודה צו דארווינס עוועלאושן. אין גם אחד.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:11 am#235810
זוכער, שכוח פאר אונז אויפדעקען [ווער זענען] די רשעים פונעם פורום. אבער, לא יחפוץ כסיל בתבונה כי אם בהתגלות לבו
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:20 am#235829
זוכער האט געשריבן:נאכאמאל קיין איין אנערקענטער רב איז נישט מודה צו דארווינס עוועלאושן. אין גם אחד.

הרב שמשון רפאל הירש.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:51 am#235834
יידל האט געשריבן:
זוכער האט געשריבן:נאכאמאל קיין איין אנערקענטער רב איז נישט מודה צו דארווינס עוועלאושן. אין גם אחד.

הרב שמשון רפאל הירש.

@יידל מוזט ברענגען פרוף פון זיינע ספרים וואס ערהאט ארויסגעגעבן. סליפקין איז א פראוד!

ער האט געשריבן אסאך בחייו. א וועלט מיט רעקארדס איז דא פון אים. כאטש איינמאל ווי "ער" שרייבט עס געב איך זיך אונטער.

דערווייל איז נישטא קיינער. זילטש. נאדא.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:01 am#235841
diff האט געשריבן:זוכער, שכוח פאר אונז אויפדעקען [ווער זענען] די רשעים פונעם פורום. אבער, לא יחפוץ כסיל בתבונה כי אם בהתגלות לבו

@diff ניין. זיי זענען נישט קיין רשעים, זיי זענען אומוויסנדע יונגעלעך וואס ווילן ציין אז זיי זענען נישט צוריקגעשטאנען. - זיי זענען נישט גלויביג און פאנאטיש! זיי זענען פון די אויפגעקלערטע סייענטיפישע ראסע

רעדענדיג מיט אלע פון זיי בין איך געקומען צו די הכרה אז זיי הייבן נישט אן צו וויסן וואס זיי רעדן. זיי באמבלען נאך טערמינען און באגריפן און פארשטייען בכלל נישט וואס זיי זאגן נאך!

מיסטער מילער גלויב איך האט דעם ישרות'דיגן, עמקות'דיגן און פשוט"ן מהלך זיי צו שטעלן גראד.

נאכאמאל, זיי זענען נישט קיין קיין רשעים.