כנור האט געשריבן:איז דאך יא! נישט ניין! ווילסט אז קודם זאל באבוב 45 געבען אלעס וואס 48 וויל (און נאך באקומען א קאפע דערצו אויך), און ערשט נאכדעם גייט עטץ באשליסען צו עטץ ווילט בכלל שלום; און אויך נאר וואס צו ענק מיינט שלום. מען קען זיך שוין פארשטעלען!
איך האב מורא אז
past performance is indicative of future results
יעצט לאמיר ענק איין מאל פאר אלעמאל זאגען ווי עטץ שטייט.
קודם דער פסק.
לויט דער פסק זענען ביידע באבובער רבי'ס און בייידע (אלע דריי) באבובער רעבעצין'ס; און דאס גייט זיך נישט טוישען וויפיל עטץ וועט בריקען. דער פסק פאדערט א "היכר" און א היכר איז דא און וועט זיין. דעטס אול; עס וועט קלאר זיין א היכר וועליכע רבי, רב, רעבעצין, ראש ישיבה, מנהל, און קוימען קערער מען רעדט פון. רעבעצין שטייט נישט אין פסק, אבער לאמיר דאס שוין אויך דיר געבען (לא מעלה ולא מוריד); דער לעטערהעד וכו' וועט שוין זאגען אז עס מיינט באבוב 45 און נישט 48 און קיינער אפילו די, וועט נישט מאכען א טעות פון ווי און פון וועם מען רעדט.
פליאה דעת ממנו נשגבה לא אוכל לה, וויפיל מאל א מענטש קען שריבען גראבע שקר, נישט ביי א מילתא דעבידא לגלויי, נאר א דבר גלוי ממש.
דער פסק שטייט "לווי" נישט "היכר"! א לווי איז א שינוי השם נישט א "היקר"! איז מאך נישט קיין חוזק פון דיך אליין ביים איבערשרייבען פעם אחר פעם דבר כזובים!
דאס אשכול איז געווידמעט אויף שלום וועט מען וועגען דעם רעדען צו די ווילסט יא צו נישט.
איט גאוס וויטאוט סעיאינג אז אין באבוב 45 פראוועט מען דער אלטע אויסגעטרויטענע באבובער חסידות (און נישט א נייע חסידות) און די חסידים דארטען זענען עכטע באבובער חסידים וואס גייען אין דרך פון באבוב מיט אלע פיטשיווקעס ווי אלע זענען מעיד.
אוודאי זענען די באבובער חסידים אין 48 אויך באבובער חסידים; אבער דיע פון דארטען וואס זענען ממשיך אין מחלוקת (און נאר די) זענען באבובער אין נעים אנלי, און האבען גארנישט קיין שייכות מיטען באבובער דרך וואס איז דער דרך השלום. מיט דער צייט (א קארצער צייט) וועט שוין קיינער זיי נישט באטראכטען מער פאר באבובער נאו מעטער ווי פראוד און שטאלץ זיי האלטען זיך פאר ריין ראסעדיגער באבובער. דער דעת הקהל, ליגט נישט אין טאש פון 48, כאטש זיי האבען פרובירט מיט אלע כוחות עס ארויף צו צווינגען אויף דער וועלט מיטען פאלשען פסק.
סברותת כרסיות.
למעשה איז דא א עיקול אויפען פסק; פון הרב לעווין, הרב גראסמאן, הרב שלעזינגער, און פון סאטמארער דיין פון אנטווערפען. אויך דער דעת פון גדולי ישראל איז אז דער פסק איז אפגעפרעגט מעיקרא, און דער דעת פון הרב מענדל שאפראן איז אז עס האט נישט קיין האפט. עס זענען דא א סאך מער פון די עיני העדה וואס האלטען און האבען געזאגט אזוי, אבער דאס איז איבער גענוג.
נאך א שקר, סיי מצד הרב מענדל שאפרן און סיי די אנדערע רבנים שנתבאר באריכות בכמה מקומות.
קומט אויס אז מצד הדין איז נישט דא קיין פסק; און אפילו לשיטתם פעילט דאך דער פיפטע חתימה וואס מיינט אז קיין פסק לויט ענק איז אויך נישט דא. וויפילט עטץ וועט פרובירען צו זאגען אז דער פיפטער דיין איז מחויב צו חתמענן (ווייל מקבל קנין געווען, בלא בלא), האט ער למעשה נישט געחתמעט, און אפילו נאכען אפערען אים א מיליאן דאלער האט ער אויך נישט געחתמעט, איז ממילא דער פסק לויט ענק אפילו לשיטתכם נישט קיין פסק.
פארשטייט זיך אז אן א פיפטע חתימה האט עטץ מיט גארנישט צו גיין אין קארט. עטץ האט נישט קיין ארביטרעישען ראולינג און עטץ קענט עס נישט אינפארסען אין קארט (וואס עטץ וואלט געלאפען ווען עטץ קענט); און אפילו אין דינא דמלכותא דינא האט עטץ אויך גארנישט.
נאך א שקר במילתא גלוי, האסט געזען די שטרי בירורין ווי ס'שטייט אז נישט אלע דארפען חתמנען, און קאורט פסקנ'ט לפי וואס שטייט און arbitration agreement
אבער דער באבובער רבי פון 45 איז פארט גרייט פאר שלום; און אפילו נאך דעם וואס מען האט אים באראבעוועט מיט א הינדרעט דאלער בנינים איז ער נאך אלץ גרייט אויף שלום, און אפילו אויב א סאך פון זיינע חסידים האט עס נישט געשמעקט האט ער מיט א מוראדיגער שטארקייט גענומען דער דרך השלום און צוגעלייגט דער "45", און וויל טאקע באמת שלום.
איז, נישט נאר וואס ער האט לפנים משורת הדין (אפילו ער דארף נישט) זיך צוגעגעבען דער היכר "45", און פאדערט אז אלע זיינע מוסדות און בתי מדרשים זאלען אזוי טוהן, איז וועל איך דיר מגלה סוד זיין (אזוי האט מיר איינער אויס געזאגט) אז ער איז גרייט אויף א סאך מער ווי דעם, אבער נאר למען השלום.
לאמיר זען אז קודם זאל ער אויספירען די בעיסיקס פון די פסק דין, פאר'ן פארקויפען סודות פון לפנינם משורת הדין
עטץ דארפט אים נישט מיעטען העף ווועי, אפילו א ביסעל איז אויך גוט, אבער עטץ דארפט טאקע באמת מיינען שלום.
דער נסיעה קיין לאנדאן האט געוויזען אז עטץ האט מער נישט קיין קארטען צו שפילען, און קענען שוין נישט מער זיי באגנבענען; און ועל כולם אז עטץ קענט מער נישט מאכען די רולס.
די רולס זענען ווי פאלגענד; שלום שלום שלום!
אויב עטץ וועט גיין אויף דעם אלטען אויס געטרויטענע וועג פון שלום, דער באבובער דרך; וועט עטץ בליען און זיין א שטאלץ פאר באבוב; אבער טאמער נישט, וועט "בלייבען" נאר איין באבוב. באבוב קען נאר זיין ווער עס גייט אין דרך פון באבוב.
no two ways about it
דער באל איז אין ענקער קארט.
הער מיך אויס, אז די ווילסט האבען א משהו רעספעקט בעיני הקהל, (אדערווייל קוקסטו נישט אויס ווי א גרויסע מומחה און דער תחום). פרוביר זיך צו האלטען אביסעל צו דער פאקטען, נישט זאגען ליגענט און אפענע מפורסמ'דיגע זאכען.
אבער אויב די ווילסט צוליב טוהן צד באבוב, keep up your good work