דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:43 pm#241839
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויף שטיקער. איך קען נישט קומען צו זיך.
פארוואס?
ענק קענען נישט ענטפערן קיין איין פראגע וואס עס ווערט געשטעלט, צו דער דאך.
אלעס ווערט דורך ענק געענטפערט מיט סארקאזם.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אויף שטיקער. איך קען נישט קומען צו זיך.
פארוואס?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער @מארקוס איז א גוטע ארבעטער פאר מתנגדים. ווי קען א מענטש ווייטער בלייבען חסידיש נאכ'ן זעהן וואס ער איז גרייט צו בארעכטיגען? ביי איהם איז דאס פארשטענדליך אז ער און זיין רעבע זאלען טרעטען אויפ'ן תורה און נישט וויסענדיג מאכען פון גאנץ שלחן ערוך, ווייל 'יענער האט מיר ערשט געשלאגען'. און דערצייל נישט אז רמ"ד איז פונקט אזוי שלעכט. מסתמא איז עס אזוי, אבער דאס אליינס אז ער דארף עס לייקענען איז דער לעצטע האפענונג וואס אידישקייט האט געהאט פאר חסידים. אז זיי מוזען מאכען אן אנשטעל כאילו תורה גייט זיי עפעס אן. אבער דו הרב"צ וכל שום וחניכא דאית ליה, וואס דו שעמסט זיך נישט אויסצורופען אז תורה איז דיר נישט ווערט א פייג, ביסט טאקע שוין דערנאך.
קענסט האבען וויפיל פונט פלייש ביי דיין רעבע'ס שפילעריי, קענסט האבען אוצרות קרח\ענגלאנדער, קענסט בויען בניינים נישט ווייניגער ווי דור הפלגה, בלייבען בלייבסטו ווייט פון תורה און אידישקייט.
כנור האט געשריבן:איך בין אויך א דרויסענדיגע, אבער א שטארקער לוחם פאר דער אמת און כבוד פון האדמו"ר רבי נפתלי צבי זצ"ל,
הדד בן בדד האט געשריבן: מיט גרויס סייעתא דשמיא (וברוב שבח והודי' לאל הטוב) האב איך מיר קיינמאל נישט אנגעטוהן מיט דעם סטיריאוטייפ "באבוב'ער".
מאיר הערש האט געשריבן: איך בין נישט קיין 45 און אויך נישט קיין 48, אבער איך ווייס יא וואס די גאס שמועסט .
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער מענטש וואס ער האלט נישט אז דער רב"צ איז אין גאנצען גערעכט מוז זיין א חסיד פון דער רמ"ד? ס'איז נישט מעגליך צו זיין א זייטיגער מענטש וואס האט אפאר חשן משפט הערות. דער גאנצע מעשה יעצט איז צו ווייזען פאר'ן גאס ווער איז גערעכט און ווער נישט. אינעווייניג מאכט עס נישט קיין שום חילוק. איז איך בין פון די מענטשען פון דער פרעמד וואס מ'וויל יעצט איבערצייגען,
בארא פארקער האט געשריבן:@כנור, פשוט אלץ קליין קאפ וואס די האסט וויל איך דא אויפמערקזאם מאכן א נקודה, אזוי אויך וועט עס שוין דינען פאר ענקערע גאנצע כת
די האלסט אין איין דרשנען "זיך טרעפן" "גיין שמחות" בלא בלא בלא
שלום מיינט מער ווי זיך געבן די האנט ביי א חתונה, אין ס'זאל זיין א בילד אויפן קאווער אין די צייטונג.
טאמער קנאקט מען זיך אונטער די טיש אין מ'האט זיך פיינט אין מ'ריפט אין קאורט אבער מ'געבט זיך די האנט ביי א שמחה, מיינט דאס שלום?? ס'מיינט זירא, נישט אפי' א ערשטע קאזען צו שלום
אפשר ביי פאלטשע מענטשן וואס טוען אלץ פארקערט מיינט עס שלום והמבין יבין
שלום מיינט, מ'קומט זיך אדורך, מ'פאלגט א פסק דין, מ'הערט אויף רופן אין קאורט
אין א פועל יוצא פון שלום איז זיך געבן די האנט ביי שמחות
ענק שרייען ענק ווילן די פועל יוצא פון שלום, מאך שלום וועט זיין די פועל יוצא פון שלום, מ'קען נישט נאר וועלן די פועל יוצא.
בארא פארקער האט געשריבן: למשל א רבי מאכט א גרויסע יארצייט סעודה
א געוויסע חסידות קען די גאנצע מעמד לויפן ארום די בילדער, מ'שטעלט אויס די פארענטשעס אז די פאטאגרעפעס זאלן כאפן קנאקעדיגע בילדער, אין די בליק זאל זיין די קימעדיגע וואך אויפן פארנט קאווער א בילד פונעם עולם
א צווייטע חסידות מאכט זיכער פאר א מעמד אז אלץ זאל קלאפן גענוי, געבט א רייכע סעודה, מאכט זיכער ס'דא גענוג פלאץ פאר יעדער צו מיטהאלטען, אבער בילדער? שוין א שטיקעל דגוש באט דעטס איט,
גאליציאנער האט געשריבן:נ.ב. מארקוס איז משוכנע אז ליטוואק איז ראש כבש, אבער איך לייג אויך אריין כנור און דער חבריא, ווייל ביי אלע דריי קלעבט נישט קיין איין וארט צום צווייטער.
היוצא לנו מזה,א בלאפע,א אינגאטש,א געלט פרעסער,א שקרן
moshe613 האט געשריבן:היסטאריע קען מען נישט פארדרייען אפילו וועסט עס איבערשרייען 1000 מאל מיט טויזענטע ניקס.
moshe613 האט געשריבן:באבוב 48 האט געעפענט אסאך אקאוטס אויף טוויטער שפילנדיג ווי באבוב 45 אין פארקויפן שטותים. אפשר איז דיין שאלה א חלק פין ענקערע פארדרייעניש, אויכעט נישט פארגעסן ביטע בעסער צו חוזק מאכן פין באבוב 48 אין ברענגען דא א לינק אין שרייען אז 48 וויל פשוט נאר אז 45 זאל זיך אפלאזן פין זיי.