דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:01 am#236556
וויל ער טאקע שלום?
אזוי ווי איך זעה אויף אונזער וועב-זייטל ווי ס'שרייבן געמיינע פערזאנען מיט צעמישטע דעות, וואלט איך געוואלט נעמען דאס ווארט און שילדערן וואס ס'האט זיך דא טאקע אנגעשפילט, און מאכן אויפמערקזאם די פאקטן צו עפענען אביסל די פארגלייזטע אויגן פון די אלע וואס ווילן זען "דברים כהווייתן".
רמ"ד מבאבוב45 האט נעכטן ביי א "קינות" געזאגט אז די גאנצע מטרה פון פאלגן די פסק איז נאר צוליב "שלום". דאס איז שוין א המשך צו זיין באקאנטן שמועס וואס ער האט געגעבן צו זיין עולם אין דעם פארגאנגענעם ר"ח אלול, נאך דעם וואס ער האט געזען כי כלתה אליו הרעה, און האט זיך געפילט ווי פארלוירן, האט ער שוין דעמאלט געזאגט, וזלה"ק: "דאס ווענדט זיך נישט אין אונז, מיר וועלן דאס לאזן פאר די גדולי ישראל, אבער מיר וועלן גיין מיט'ן דרך פונ'ם שווער און פון זיידן, וואס דאס איז די וועג פון שלום", און זיך אויסגעדריקט מיט'ן וועלט-אויפגעגעכאפטע מימרא "אני שלום"!
איך ווייס נישט מיט וועלכע לשונות זיך צו באנוצן, אבער צו יעדע וואס האט נאר אביסל שכל בקדקדו הערט זיך דאס לעכעריג, שקר, ליצנות, וכדו' וכדו'.
לאמיר צונעמען אביסל וואס דא איז פארגעגאנגען אין די לעצטע תקופה. ס'איז פאר יעדער גאר גוט באקאנט ווי אזוי דער אדמו"ר מ45 וכת דיליה האט זיך אויפגעפירט אין די פארגאנגענע 90 טעג. אנהייבנדיג מיט'ן ארום לויפן צו יעדן רבי, רב, דיין, מו"צ, תלמיד חכם, יודע ספר, ועוד ועוד, אלעס כדי צו זוכן אן אויס-וועג פון דעם ביטערן פיל וואס ב"ד האט אויף אים ארויף געצווינגען אראפצושלינגען.
נאכדעם וואס ער האט געזען אז ער איז נישט מצליח מיט'ן סתם ארום גיין און בעטן פאר דעקונג אויף נישט צו פאלגן - ווי פארשטענדליך, ווייל וועלכע נארמאלע בר דעת וויל זיך דען אריין מישן בריב לא לו, ספעציעל ווען ער האט נאר געהערט פון דעם פארלוירענעם צד - איז כת 45 געגאנגען א טריט ווייטער, און ארויס געגעבן דעם הערליכן תוכן'דיגע ספר וואס איז קראנט און נקי מ"חשש" לשון הרע ורכילות, אבער טאקע "ריין" לשון הרע און רכילות, און וואס גרויסע תלמידי חכמים האבן דאס איבערקוקט, דעם "וזאת התורא", און מיט דעם געהאפט אויפצוקלערן אפאר פאר'תם'טע קעפ, און אפשר אזוי מצליח זיין נישט צו דארפן פאלגן דעם שווערן פסק.
ווי פארשטייט זיך האט יעדער וואס האט נאר גענומען דעם "ספר" אין די האנט, געזען אז מ'רעדט דא סתם פון עפעס א צעהיצטע פאליטיקאנט, וואס האט געהאט אסאך צייט צו קאלעקטן די קראנטע מקורות'דיגע מימרות, און אויסגעבראכן דעם גאנצן בויך וויי וואס קרענקט שוין דעם כת 45 די לעצטע צען יאר, און דאס פרובירט אויפצושרייבן מיט טינט אויף פאפיר, און ממילא פארשטייט יעדער וואס פאר א "שטארקע איינדרוק" דאס האט געהאט ביי די אלע לייענערס פון דעם בוך (דרך אגב, דער וואס דארשט צו זען דעם פאשקעוויל, קען עס נאך קויפן אויף עמעזאן).
זענדיג אז מיט דעם האט מען נאך אלס נישט מצליח געווען, דארף מען בלית ברירה צוריק גיין צום פריערדיגן מיטל, אבער דאס מאל מיט כח, פרובירן ארויסצוגליטשן פון אונטער די האנט, בריוולעך מיט חתימות פון אזעלכע אנגעזעענע רבנים און גדולי ישראל. און דא האט זיך אנגעהויבן די שווערע קאמפ פון "דאס וועלן מיר לאזן פאר די גדולי ישראל".
זיי האבן ב"ה זוכה געווען נישט אויסצולאזן קיינעם און צו דעקן יעדן רב וואס איז נאר, און וועט אמאל ארויף קומען אויף גוגל, זייט דעם סורטש-ענדזשן איז נאר פאבראצירט געווארן, און געזוכט ווער עס וועט זוכה זיין אינ'ם גורל צו פארדעקן זייער לאך.
"ויחפש בגדול החל ובקטן כלה", אנהייבנדיג ביים עדה החרדית פון י"ם, ביז צום קלענסטן רב לעווין. זיי האבן טאקע מצליח געווען ארויס צו באקומען א בריוו פון הרב משה שטערנבוך, וואס לאמיר נישט אריין גיין אין קיין פרטים אז מ'האט אים פארקויפט פשוט שקר, אזוי ווי ער אליין שרייבט אין דעם בריוו, אז מ'האט גע'חתמ'ט שטרי בירורין אויף א פשרה. יעדער וואס האט געזען דעם שטרי בירורין קען קלאר זען אז עס שטייט אז עס דארף נישט זיין דוקא ע"פ פשרה. דאס איז נאר איין קליינע ראיה אויף וואס פאר א שקר מ'האט אים פארקויפט. איך רעד שוין נישט אז ער האט בכלל נישט געהערט קיין שום זאך פונ'ם צווייטן זייט.
דעם צווייטן בריוו וואס זיי האבן מצליח געווען צו באקומען איז געווען דעם גרויסן גאון ואדיר און נישט פוסק (אזוי ווי ער שרייבט, אז ער מישט זיך נישט אין חו"מ שאלות) הרב חיים קנייבסקי שליט"א, וואס איך ווייס נאך נישט גענוי וואס דעם צד 45 האט געקענט ארויס קוועטשן פון זיינע קארגע פאר שורות, און בפרט נאכדעם וואס באבוב האט מצליח געווען אז ער זאל צושרייבן די פאר שורות אז מ'דארף קלאר יא אויספאלגן דעם פסק און נישט מערער זיין אויף דעם, האט די גאנצע בריוו פארלוירן דעם האלבן גלאנץ וואס ס'האט נישט געהאט.
צום לעצט האט דער אויבערשטער געהאלפן אז צד 45 האט יא געטראפן דריי "חשובע אנגעזעענע רבנים", וואס קענען זיך גוט אויס אין דין תורה'ס פאר די לעצטע צענדליגע יארן, און בפרט ווען עס קומט צו אזעלכע גרויסע דין תורה'ס וואו עס האנדלט זיך וועגן א קהלה ווי באבוב, האבן זיי געשריבן אן עיקול און מזמין געווען די רבנים וואס זענען געזעצן אויפ'ן קעיס קנאפע צען לאנגע יאר נאך איבערדרייען יעדעס שטיינדל פון קהלת באבוב מיום הוסדה, און אזוי פרובירט אפצוהאלטן דעם פסק און עס נישט דארפן מקיים זיין ווילאנג עס האט דעקונג פון דעם אזוי גערופענעם עיקול.
אבער אזוי ווי עס האט זיך היינט אויסגעשטעלט, האט שוין איינער פון די רבנים צוריק געצויגן פון זיין חתימה, נאכדעם וואס האט אים פארקויפט לאקשן מיט פעפער, ועוד ידם נטוי' פון צד באבוב אז די אנדערע צוויי וועלן אויך צוריק ציען בקרב הימים.
און דאס איז די סיבה פארוואס דער הזמנה ועיקול איז ארויסגעקומען אין די לעצטע שעות פאר'ן "קינות". ווייל אויב וואלט עס ארויסגעקומען מיט אפאר שעה פריער, וואלט עס געווארן צוריק געצויגן נאך פאר'ן "דבר ד' ברמה" דרשה אז "מיר האבן אן עיקול".
נאך א שטעקן איז געווען אין די הענט פון צד 45, אז "הרב מענדל שאפראן שליט"א האט מיר אליין געזאגט אז מ'קען גיין אין ערכאות, און ווען איך האב אים געפרעגט צי איך קען עס אויפכאפן אויף א טעיפ-רעקארדער, האט ער מיר געזאגט אז יא, און ווען איך האב אים געפרעגט צי איך קען עס נאכזאגן בשמו, האט ער געזאגט אז יא".
היות איך גלייב נישט קיין איין זאך פון צד 45, אזוי ווי זייער היסטערי ווייזט אויף, האב איך ליב צו זען א כתב מיט א חתימה אויף דעם, און היות דעם צד 45 האט נישט באוויזן קיין שום כתב אויף דעם, און אויך נישט אויפגעשפילט דעם טעיפ וואס איז נישט דא, ממילא איז שווער צו גלייבן אז אזא גדול האט געזאגט אזא זאך, כאטש אדמו"ר מ45 שליט"א האט אים אליינס גערופן בכבודו ובעצמו. און גראדע מאחורי הפרגוד הערט מען אז ער האט געזאגט אז מ'האט מיר געפרעגט צי א ב"ד וואס האט גענומען שוחד דארף מען מקיים פסק זיין, און אויף דעם האב איך געענטפערט, אז מ'קען גיין אין ערכאות...
און דא קומט די שפיץ. בלית ברירה מוז מען ליידער אננעמען דעם ביטערן פסק און פאלגן, און ווי אזוי געט מען זיך אן עצה. ב"ה אז מ'האט אויף דעם אויך אן אויסוועג. מ'קען מלבש זיין די גאנצע זאך אין "שלום" און אויסטייטשן די גאנצע זאך אויף להיפוך. "איך בין אן איש שלום, און כ'האב ח"ו נישט ליב קיין מחלוקת, און אויך מיין קהלה האט דאס נישט ליב, און ממילא וועט מען פאלגן דעם פסק נאר צוליב שלום, אבער נישט ווייל מ'דארף, ווייל די בתי דינים זענען היינט ליידער נישט שטארק, און "אלע" גדולי ישראל האבן געזאגט כל מיני לשונות אויף דעם "פלא'דיגן" פסק, און ממילא דארף איך בעצם נישט פאלגן, נאר צוליב שלום וועל איך יא פאלגן און אננעמען דעם 45 אלס א "העקער" און נישט אלס שם לווי (ווי עס שטייט געשריבן אינ'ם פסק וואס מ'דארף נישט פאלגן), און אזוי וועל איך ארויסגיין א העלד אז איך האב געפאלגט, כאטש איך דארף נישט, און אויך א אוהב שלום ורודף שלום, און גאר דעם צד שכנגד זענען די בעלי מחלוקה".
ווי שעמט מען זיך נישט אזוי צו רעדן. שלום? דו האלטס אין איין אריין שלעפן די מחלוקה טיפער און טיפער. דו טוסט יעדע פעולה בעולם נישט צו דארפן פאלגן דעם פסק. זוכסט יעדע מיטל אויף וואס דו קענסט דיך אנהענגען אפצושפעטן דעם ב"ד, און דאס הייסט ביי דיר שלום? דאס איז געווען דעם שווער'ס דרך? דאס איז געווען דרך באבוב ווי דו האסט געזאגט?
"שלום" מיינט ביי איהם "לאז מיך גנב'ענען געלט, ספרים, בענקל פון רב ז"ל, נאמען, קינדער פון זייערע טאטעס, ספרי תורה, בית המדרש אין מאנסי". שלום מיינט רופען א פעטער אין קאורט און אין בית דין כמה פעמים, רופן אן אנדערע פעטער אין ישראל'ישע געריכט. שלום ביי רמ"ד מיינט שטער מיך נישט פון טוהן העולה על רוחי.
צעהן יאר מיט ניינציג טעג האט ער אנגעזייט א וויסטע שנאה, ווען ער שטייט מיט א ביקס צו זיין קאפ, ס'איז כלו כל הקונצען, שרייט ער מע מע מע, איך וויל שוין שלום. אבער דו ווילסט נישט "געבן" שלום. דו ווילסט "נעמען" שלום. שרייסט שלום און דו באהאלסט דער 45 ווי א נישט כשר קינד? שרייסט שלום און דו געבסט נישט צוריק די ספרי תורה? שרייסט שלום און דו שיקסט בו ביום הזמנות צו די דיינים? שרייסט שלום און דו הרג'סט אוועק באב"ד'ס ביזנעס? שרייסט שלום און דו ספענדסט געלט אויף דיקע גרינע בוקס? וואס האקסטו אין קאפ מיט שלום?
כ'גיי נישט אריין גיין אין דעם חלק ווי אזוי ס'פאסט פאר א רבי צו רעדן אזוי ביליג אויף רבנים ווייל זי האבן נישט גע'פסק'ט גענוי ווי ער וויל. נאר איך וויל אביסל צונעמען דעם "שלום".
יעדעס קינד ווייסט אז 45 אלץ א צו-נאמען איז ממש א חוכא וטלילא, און זייט חסידות איז געגרינדעט געווארן איז קיין רבי בעולם נאך נישט גערופן געווארן מיט א נומבער, ס'איז די ערשטע מאל אין היסטארי (און מן הסתם די לעצטע מאל) וואס א חסידות זאל קלויבן זייער אפיציעלע נאמען צו זיין מיט א נומבער.
נאר וואס דען. די דעת פון צד 45 איז געלאפן אויף א גאנץ אנדערע וועג. אונז גיי'מיר אויספאפן די סיסטעם און זיך רופן באבוב45, און מיט דעם וועלן מיר שיסן אפאר פייגלעך מיט דעם איינע קויל. קודם כל אז אונז רופן זיך באבוב45 איז האפענטליך דא א ברירה אז ס'גייט איין טאג אראפפאלן אינגאנצן, ווייל א נומבער קלעבט זיך דאך נישט געהעריג צו צו א חסידות. נאך דערצו, אז טאמער אונז גיי'מיר זיך רופן באבוב45 וועט דאך אוטעמאטיש באבוב ווערן צו באבוב48. און טאמער גייען אונז טון נאך א געלונגענעם שטיקל צוצופיקסן ב"ד און באהאלטן די 45 צווישן א קרוין, וועט עס דאך ממש אויסזען ווי באבוב, און אזוי וועלן אונז בעזר השם מצליח זיין צוריק צו באקומען דעם אלטן גע'גנב'עטע נאמען "באבוב".
קודם כל, פאר דער וואס האט נאך נישט פארשטאנען פארוואס די פסק איז געשריבן געווארן אזוי ברחל בתך הקטנה, פארשטייט דאס יעצט זייער גוט, אזוי ווי רש"י זאגט נעקסטע וואך אין די סדרה, אז דער פאפער לבן האט מען געזאגט "ברחל בתך הקטנה", און מיט דעם אלעם האט דער פאפער לבן אויסגענארט יעקב.
ס'זעט יעדער מיט בלינדער אויגן מיט וועמען מ'האט דא צו טון, און דאס האט ב"ד צוגעזען באלד פון ערשטן טאג, וואס זייער פערפעשענאל טוען איז געקומען מיט מעשיות וואס מ'האט אויפגעוויזן פאר ב"ד תוך כדי דיבור אז ס'איז שקר מוחלט, און פארדעם האט ב"ד אזוי ארויסגעשריבן אזוי קלאר וואס זייער מיינונג איז. און מיט דעם אלעם האבן זיי אויסגעפאפט די ב"ד, הא-הא-הא, אונז וועלן באשטעלן א גוטע גרעפיק-דיזיינער וואס זאל אריין שמעלצן די 45 אין א קרוין, און קיינער זאל דאס נישט קענען אפילו באמערקן. לאמיר נישט פארגעסן אז "אונז טו'מיר אלעס כדי ס'זאל זיין שלום". און לענ"ד איז דאס די הייליגע כוונה פון אדמו"ר מ45 מיט זיין ליבליכן אויסדרוק "והמבין יבין".
לאמיר זיך פארשטעלן וואס א תמימות'דיגע ערליכע איד וואס זוכט טאקע צו זיין בשלום מיט אנדערע וואלט געטון ווען ער איז ליידער אריינגעשלעפט געווארן אין א סכסוך, און ב"ד האט גע'פסק'נט נגד רצונו וטובתו. וואלט ער דען געטון איין פעולה אנדערש ווי די ב"ד האט גע'פסק'נט? וואלט ער ארום געלאפן צו רבנים זאלן זיך אננעמען אויף אים נגד דעם דעת פון ב"ד? וואלט ער זיך גערופן מיט א נאמען וואס די בגימטריא דערפון מיינט "נאר מחלוקת"?
טאמער מיינט דער אדמו"ר מ45 טאקע נאר שלום, איז פארוואס האט ער נישט געקליבן זיך צו רופן "צאנז באבוב"? א נאמען וואס וואלט אפשר געהאט א ברירה צו פארקלענערן די שנאה און טאקע ברענגען שלום. א נאמען וואס פאסט יא פאר א חסידות? א נאמען וואס ווייזט נישט אז אונז טראכטן נאר פונ'ם צד שכנגד? א נאמען וואס וועט זיך יא האלטן אלע יארן? א נאמען וואס איז א נאמען, און נישט קיין פורים? א נאמען וואס מ'האט יא געהערט אין חסידות'ן?
נאר וואס דען, א פארלוירענע וואס זוכט נישט קיין שלום, וועט אייביג זוכן וועגן ארויסצוגיין כאטש מיט א צייטווייליגע געווינס, און צו פארדעקן דעם אמת מיט א לבוש וואס וועט זיך גוט אנקלינגען ביי מענטשן וואס ווייסן נישט בחייכון ווי אזוי מ'שרייבט "באבוב". און איך מוז טאקע זאגן אז ס'איז אים טאקע געלונגען לעת עתה, אבער די אמת וועט נאך ארויף שווימען און וראו כל עמי הארץ כי שם ד' נקרא על באבוב, און ס'וועט נאך נתקדש ווערן דעם שם שמים דורך אויספאלגן די דעת תורה פון די חשובע רבנים, און טאמער זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו פאלגן א ב"ד, וועלן זיי בע"כ פאלגן א דזשאדזש, און מלכות באבוב וועט ווייטער וואקסן און בליען אן קיין שום שטער פון פרעמדע צוגעטשעפעטע וואס דארשטן דאס איינשלינגען, און מ'וועט ווייטער קענען זאגן: "יא, דאס איז באבוב"!
דיסקלעימער: די ארטיקל איז געשריבן געווארן דורך א חשוב'ע ניק וואס שרייבט טאג טעגליך דא אין שטיבל אבער גאר זעלטן אין צימעס, ממילא האט ער מיר געבעטן ארויפצולייגן דעם ארטיקל. איך שטים נישט צו און איך שטים נישט קעגן קיין שום שטעלונג אין דעם ארטיקל. פליז נישט אטאקירן אויף די אגענדעס. לאלי