מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:45 pm#240266
@ישראל קאפקע איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)
יין שרף@ישראל קאפקע איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)
ישראל קאפקעיין שרף@ישראל קאפקע איך בין נייגעריג פאר וועם דו וואלסט געשטימט... (לו יהא אז דו מיזט)
איך ווייס נאך נישט גענוג איבער די איצטיגע קאמפיין, אבער צוויי יאר צוריק האב איך געהאפט אויף עבודה, (ח''ו נישט געשטימט, נאר אויב איך קען ווען אליין אויסוועלן די פרעמיער מיניסטער פון מ.י. וואלט איך אריינגעשטעלט שעלי יאכימאוויטש 😎 ).
לא להנאת גופיגיבור
יעצט למעשה זעה איך נישט די פראבלעם פון צו גיין טאקע זיצן מיט זיי, קודם כל נאכן זעהן וואס אונזערע "רעכטע" ברידערס האבן פאר אונז אנגעמאכט צרות יגון ואנחה מיין איך אז ווילאנג די לינקע וועלן זיך צושטעלן צו די פרימע דארף דאס נישט צו זיין א פראבלעם, צו זיצן מיט די פרומע איז זייער גרינג, ווייל זיי בעטן קלייניקייטן וואס איז גרינג נאכצוגעבן,
1) טשעפע מיר נישט - דאס הייסט לאז מיר לעבן ווי אזוי איך וויל, לערנען וויאזוי איך וויל, נישט גיין אין צבא וכו' , דאס איז גרינג נאך צוגעבן ווייל זיי דארפן דיר באמת נישט האבן און עס איז זיי אסאך בעסער צו מוותר זיין אויף דעם ווי נאך צוגעבן די רעכטע קאפריזן ווי הר הבית און התנחלות
אמ''ג איך קען נישט גלייבן אז די זאגסט עס אן ווערן רויט.
#1 גרינג נאכצוגעבען??? אז מ'זאל איבערנעמען גאנצע שטעט [ווי למשל בית שמש ווי מ'ווארפט ארויס פרייער פון זייערע פובליק סקולס] און מוחה זיין מער און מער?
פלאוויוסס'איז אמת אז ס'איז זייער גרינג צו האנדלען מיט די חרדים, פשוט וויבאלד זיי לעבן נישט אויף קיין שום אידעאלאגיע שבעולם, אויסער אויף דעם איינעם ערך וואס רופט זיך "ממון". מיט אזעלכע קען מען שטענדיג האבן א גרינג פעלד...
chusidישי האט יעצט געמאלדן אז ער עפענט א נייע פארטיי אוןער רישט זיך צו האבן מער ווי 10 זיצן
סמייליI think that the whole story about the screaming on yishay by his press conference, made it look better for him
אויסגערוטכ'האב נישט געוויסט אז דער גזירות גיוס איז בטל געווארן...
גיבורער איז טאקע געווען זייער ארנטליך אלע יארן ווען ער איז געווען יושב ראש, אבער הרב עובדיה זצ"ל האט צוגעזאגט פאר אריה דרעי אז ווען ער וועט קענען וועט ער עם צוריק געבן די הנהלה פון די פארטיי וואס ער האט אויפגעשטעלט, ער האט געהאלטן ווארט און פאר 2 יאר צוריק האט ער צוריק געמאכט אריה דרעי פאר נאמבער 1, עס איז זייער זייער שווער פאר א מענטש וואס איז אזויפיל יאר נאמבער 1 צו זיך בייגן און זיך מכניע זיין פאר יענעם , בפרט ווען ער האלט אז אריה דרעי האט עס ארויסגענומען מיט כח פון הרב עובדיה זצ"ל שלא ביושר, און דאס אומפארמיידבארע מינוט איז אנגעקומען, זה הכול.
לא להנאת גופיישראל אייכלער אין זיין וועכנטליכע שמועס אויף קול בעלז. שעלט צאם אלי ישי. ער זאגט בינתיים בזה''ל: 'ווער האט אינס ארויסגעשלעפט פון דער שרעקליכען גזירת הגיוס?? ווער?? נאר די כח הרבים. און די אויסערגעווענליכע השגחה וואס פירט, די הבטחה פון לא ימש מפיך. אבער נאר מוטן כח הרבים. כח האחדות. מיר טארען נישט פארלירען די אחדות, אינזער איינציגסטע כח.'
הדד בן בדדבערל, דרעי האט נישט געגרינדעט ש"ס, ער איז שוין געקומען צום גרייטן, און האט געטראסקעט די גרינדער...
הדד בן בדדבערל, דרעי האט נישט געגרינדעט ש"ס, ער איז שוין געקומען צום גרייטן, און האט געטראסקעט די גרינדער...
גיבורדי רבני תקומה פון אורי אריאל'ס פארטיי זענען זיך היינט צוזאמגעקומען צו מחליט זיין צו מען גייט ארויס פון הבית היהודי אדער מען בלייבט,
נפתלי בענעט פאדערט א ענטפער ביז סוף וואך.
סתם צו ווייזען אז סקרים מיינען גארנישט און ווי עס טוישט זיך יעדן טאג, א היינטיגע סקר:
ליכוד-23, עבודה-23, הבית היהודי-16, ישראל ביתנו-9, כולנו-9, יש עתיד-8, ש"ס-8, יהדות התורה-7, מרץ-6, די אראבישע פארטייען-11, ישי-2 דאס הייסט ער גייט נישט אריבער די אחוז החסימה.