Under maintenance
הויפט זייט » בחירות אין מדינת ישראל 2015

בחירות אין מדינת ישראל 2015

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7668
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:46 pm#238453
בחירות אין מדינת ישראל 2015
יעצט קאנפירמעד ביבי האט אפגעזאגט זיין שר האוצר יאיר לפיד און שרת המשפטים ציפי לבני.
בחירות בקרוב!
ביבי גייט רעדן 8 אזייגער א"י צייט
א אומערווארטע נצחון פאר די חרדים - די העצע פון לפיד אויף חרדים איז און פולן שוואונג פארשטייט זיך זיי זענען שילדיג אין זייער מיאוס'ן דורכפאל
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:09 pm#238454
וואס האט געפירט ביז אהין?
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 3:15 pm#238476
המלוכה והממשלה האט געשריבן:וואס האט געפירט ביז אהין?

פאליטיק איז שווער צו מסביר זיין אויף איין פיס, פרשנים וועלן דיר קענען מסביר זיין פון צוויי יאר צוריק פארוואס די איצטיגע ממשלה קען זיך נישט האלטן און די טעותים וואס ביבי האט געטון פון די ערשטע מינוט נאך די וואהלען, דורך מאכן א דיל מיט ציפי לבני גלייך נאך די וואהלען, און נפתלי בענעט האט זיך געפילט באדראעט ווייל ער איז געווען א בלוט שונא פון שרה נתניהו האט ער מורא געהאט אז ביבי וועט עם אויסשפילן איז ער געלאפן מאכן א דיל מיט יאיר לפיד וואס בעצם איז עס ווי פייער און וואסער זאלן מאכן א דיל ווייל א רעכטע מיזרחניק מיט א פרייע תל אביבער קענען זיך קיינמאל נישט פארשטיין, פאר ביידע וואלט געווען גרינגע צו זיצן מיט די פרומע, ממילא האט ביבי געמוזט זיי אריינעמען אין זיין ממשלה און לאזן די חרדים אינדרויסן וכו' וכו', וויאזוי זאכן זענען געפארן במשך די לעצטע צוויי יאר האט מען געקענט זעהן אז פריער צו שפעטער גייט געשעהן דא עקסידענטס,
אבער בקיצור אויף די שאלה וואס איז יעצט געשעהן? אין איין ווארט, ביבי האט פארלוירן קאנטראל אויף זיין ממשלה, אנגעהויבן מיט די חוק "ישראל היום"וואס איז קעגן די צייטונג פון זיין בעסט פרענד שעלדון עדלסון, און על אפו וחמתו פון ביבי איז עס אריבער מיט רוב אין כנסת דאס איז געווען א פערזענליכע פראסק אין פנים פאר ביבי, ווייטער מיט די חוק הגיור וואס ער האט געבעטן עס נישט צו ברענגן יעצט צום כנסת, און נאכדעם מיטן חוק פון יאיר לפיד חוק מע"מ אפס וואס ער האט זיך געעקשנט דווקא יעצט צו וואטן פאר דעם, און די זיך אפזאגן פון השר עמיר פרץ פון די התנועה פארטיי , די קריטיק יעדן טאג פון ציפי לבני וואס איז א חלק פון זיין ממשלה און אזוי נאך און נאך ,האט ער מחליט געווען אזוי קען איך קיין לאנד נישט פירן, נישט קענענדיג טרעפן א אלטערנאטיוו פאר יש עתיד נאכדעם וואס די חרדים האבן פאר כל הון דעלמא נישט מסכים געווען ארייצוגיין אין די ממשלה פאר בחירות און עניוועי האט אביגדור ליבערמאן נישט מסכים געווען האט ער דעסיידעט : מען גייט צו בחירות !!!!!!!!!!!!
ע"כ בקיצור.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 3:21 pm#238477
וואס איז דער חוק ישראל היום?
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 3:31 pm#238479
כוכב האט געשריבן:וואס איז דער חוק ישראל היום?

ישראל היום איז א צייטוג בחינם אין מדינת ישראל עס געהערט ווי געזאגט פאר שעלדון עדלסון, עס איז געווארן זעהר שטארק ווייל עס איז בחינם, און פארשטייט זיך עס איז רעכט מיט דעות גענויגט צו ביבי, ממילא האט איתן כבל פון די עבודה פארטיי געברענגט א חוק אז עס זאל זיין אסור עס צו טיילן בחינם ווייל אזוי האבן זיי א גרעסערע השפעה ווי די לינקע צייטונגען, די מידיע רופט אהן די חוק "חוק ישראל היום" ווייל דאס איז די איינציגסטע צייטונג וואס איז געדעמעדזשט פון די חוק, יעצט די חוק איז אריבער "בקריאה ראשונה" אין כנסת נאר דורך א חלק פון די קאאליציע וואס האבן געוואט בעד די חוק אנפייפנדיג ביבי אין פנים, דאס האט עם געמאכט קומען צו די הכרה אז ער איז נישט מער באלעבאס.
(ביי די וועי עס וועט ווארשיינליך נישט אריבערגיין צום צוייט און דריטן מאל)
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 3:42 pm#238482
ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 5:07 pm#238499
כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?

ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....

וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 5:57 pm#238504
ימי קדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?

ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....

וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.

לויט ווי דו לייגסט עס אראפ ווערט מקויים דער את"ל פון ויואל משה... :lol:
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:00 pm#238506
ימי קדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?

ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....

וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.

ס'ווערט נישט געפירט לחלוטין על ידי דת, און כלפי די ארגומענטן פון סאטמאר איז דאס נישט ממש היפך פון עקירת דת. די נקודה וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען איז אבער יא אמת – למחצה לשליש ולרביע. ס'איז דעמאקראטיש מיט דעם חלק אז די רעגירונג אפערירט אויף א דעמאקראטישן שטייגער; ס'איז איבער נישט אזוי דעמאקראטיש ווען ס'קומט צו סאציאלער גלייכהייט. א לאנד וואו געזעצן ווערט באשטימט אדער באיינפלוסט דורך רעליגיע איז אין גרויסער טייל א סתירה צו פרייהייט. און דאס איז אפילו אויב דאס רוב אין יענעם לאנד זענען אין שטיצע פון אזאנע חוקים.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 7:04 pm#238524
ימי קדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?

ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....

וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.

ס'איז דא א גרויסע חילוק פון די צייטן ווען די ויואל משה איז געשריבן געווארן - ווען די אלטע לינקע זענען געווען אין מאכט אנגעהויבן פון דער עטיאיסט בן גריון וואס זיי האבן געהאט א אידילאגיע פון טוישן דער אפטייטש פון יודישקייט - אבער היינט זענען אפילו די לינקע נישט אזוי אידילאגיש. עס איז פשוט זיי פייטן פאר דעמעקראטיע וכ"ש אז זייט יאר 77 ווען די רעכטע האבן איבערגענומען די מאכט אין דאס גאנצע אנטי דת אידילאגיע עגסעסטירט נישט ביי זייי..
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 7:56 pm#238527
לויט וויפיל איך ווייס איז בן-גוריון נישט געווען קיין אטעאיסט, כאטש ער האט זייער פיינט געהאט די ״אדוקים״.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:10 pm#238530
ימי קדם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?

ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....

וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.


וואו קומט עס דא אריין.
איך רעד פון צוימען די פרעסע צוליב פאליטישע חשבונות דאס איז ריין דיקאטאטורשאפט און ווייט נישט קיין פארגלייך צו שריים פון עניני דת וואס האבן פארמירט געוויסע געזעצן.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:22 pm#238534
אפציעל איז עס נישט קיין פגיעה אין חופש הביטוי, ווייל ער לאזט איהם ווייטער זאגן וואס ער וויל, ער זאל נאר נישט צושפרייטן אומזיסט, ווייל דעמאלס קלאפט ער אנדערע צייטונגען שלא כהוגן.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:33 pm#238559
אין משביע קלאפט די רעסטאראנטן?
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:10 pm#238585
וואס איז מיט די לעצטיגע חוק וועגן אנערקענען מדינת ישראל אפיציעל אלס א אידישע מדינה? ווי אזוי קומט דאס אריין אין בילד?
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:52 pm#238598
לפי עניות דעתי מוז די חוק ישראל היום לאו דווקא זיין אנטי דעמאקראטיע,ווייל רוב מדינה האלט אז די כח פון די שופרות פון רעכט און לינק מוזען זיין אייניג, און נישט איינער וואס האט זיך עפעס א ביליאנער פון אמעריקע זאל קענען פארשפרייטן אויף אזא אופן אז די אנדערע זאל זיך בכלל נישט קענען מתחרה זיין, און דעמאקראטיע האט עס געברענגט צום דעמאקראטישן כנסת און עס איז אריבער מיט רוב, לייען: דעמאקראטיש.

בנוגע די חוק הלאום וואס ביבי האט געוואלט יעצט ברענגן צום כנסת איז אזוי : ער האט דאס בעצם צוגעזאגט ביים אויפשטעלן די קאאליציע פאר זאב אלקין יו"ר הליכוד וואס איז דעמאלטס געווען סגן שר החוץ און נאך אז ער גייט אריבערפירן אזא חוק, און סיי ציפי לבני און סיי יאיר לפיד האבן געוואוסט אז איין טאג גייט עס אנקומען, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה נישט איינצוהאלטן זיין צוזאג אזוי ווי ער האט מקיים געווען פאר לפיד די חוק הגיוס אפילו ער פריוואט איז אבסאלוט קעגן קרימינאלע סאנקציעס - ווי ער האט היינט געזאגט קלאר צום ערשטן מאל - און אזוי ווי ער האט מקיים געווען פאר אלע אנדערע צו וואטן פאר זייערע חוקים, נאר זיי האבן געהאלטן אז נישט יעצט איז די ריכטיגע צייט- ווען עס איז אזוי אנגעצויגן מיט די אראבער און די וועלט- און נישט די ריכטיגע וועג,
ביבי מצידו האט דאס יעצט גענוצט פאר די לעצטע טריי, וועט לפיד און לבני זיך בייגן און עס דורכלאזן קען מען נאך אפשר ווייטער שטיפן די ממשלה, אבער אויב דא וועלן זיי אויך גיין ביזן סוף בין איך אויס ראש ממשלה.
און נאך וואס זיי האבן געזאגט קלאר אז זיי גייען וואטן קעגן איז דאס געווען די שטרוי וואס האט צובראכן די ריקען פונעם קעמל און ער האט מחליט געווען : לפיד ולבני החוצה!
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:07 am#238612
גיבור, איך בין נייגעריג צו דו האלטסט אויך אזוי לבני קוקט מיר אויס (הגם איך בין מחילוק מיט איר)ווי א אמתע אידילאגישער מענטש וואס האט א וויזיע און ארבעט לטובת די פאלק און נישט א ביליגע פאלאטישען וואס מיינט זיך..
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:30 pm#238652
זעהט אויס אז די ביסט ניי אין איזראעלי פאליטיק, אזא היפאקריט ווי לבני איז שווער צו טרעפן, ביי די פריעדיגע כנסת ווען זי האט געהאט רוב און זי האט געוואלט די חרדים אין קאאליציע איז זי געווען מוכן צו געבן פאר די חרדים וויפיל געלד זיי האבן געפאדערט, און עס איז באקאנט די צעטל וואס זי האט געשיקט פאר ליצמן, למעשה האט עס זיך נישט אויסגעארבעט וועגן חלוקת ירושלים און זי איז געבליבן אין די אופזיציה, א גאנצע צייט איז זי געווען ביזי צו האקן אז ביבי געבט געלד פאר די חרדים בשעת ווען זי האט געאפערט אסאך מער, אבער דאס איז א קליינע דוגמה קעגן יעדע זאך וואס זי האט געטוישט איר מיינד איינמאל זי איז געווען אין ממשלה, פארשטייט זיך ביז די מיאוסער ריס,
לעצטע שורה: זי איז די זעלבע ליגענער און פאליטיקאנט ווי יעדע אנדערע אויב נישט ערגער, מיט א באנוס פון מיאוסע נידריגע שנאה צו יעדע ערליכער יוד.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 3:11 pm#238867
לפיד האט נעכטן ביי זיין פרעסע קאנפערענץ אויסגעשריגן אז ביבי גייט נישט זיין קומענדיגע ראש הממשלה , יעצט ווייסט די מידיע צו פארציילן אז ער ארבעט אויף א איחוד פון לפיד-ליבערמאן און קאהאלאן. אויב דאס געשענט וועלן זיי קענען פראבירן צו בייקומען ביבי
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:29 am#239183
ישראל איכלר שרייט אין כנסת אז די אמת'ע סיבה פארוואס די ממשלה גייט צאמפאלען איז נישט ביבי, נישט לבני, נישט לפיד, נאר פשוט ''יד ה'' , מ'האט זיך אנגעהויבען מוטן תורה, זאגט דער אייבעשטע סאיז גענוג.. [ער האט שוין פראבירט צומאכען אזא סארט באבע מעשה דעמאלס ווען זיי האבן ביישטעטיגט די חוק הגיוס, און סאיז פונקט געפאלען א באמבע יענע וואך פון אזא, וואס דעמאלס האבן אלע צייטונגען געהאט א בילד פון א באמבע אויף איין זייט, און די כנסת אויפן צווייטע זייט, מוטן קעפל 'אם בחוקותי תלכו.. ואם לא..']. רבי, וואס דרייטסטע ביצים, וואו די באשעפער געווען ביז יעצט [די באשעפער גייט דען אריין אין א בית מינים?!?..], קאמ-אן אזוי פירט מען פאליטיק? די מיינסט די באשעפער נו פארוואס גייסטו יעצט צירוק אריין אין כנסת??
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:42 am#239185
דו דארפסט רעספעקטן אז נישט אלע גדולי ישראל האבן אנגענומען די שיטה הקדושה פון ויואל משה. אנדערע גדולים האבן זאגאר געהאלטן קלאר אז דאס גיין אין כנסת איז א מצוה פון קיום התורה והמצוות צו ראטעווען פון דער נאנט וואס מ'קען. אן נעמען א שטעלונג, איז אבער קאמיש ווען איינער לעבט זיך אין זיין אייגענע באבעל, רעדט זיך איין אז דאס וואס מ'פיטערט כל ימי חייו אין די שלש-סעודה תורות, פראטעסט דרשות, איד עדיטאריעלס, גאס פלאקאטן, הויכהילכער געקלאגעכטס, איז תורת אמת ואי אתה רשאי להרהר אחריה, ווען מצד השני, צוויי פיס ארויפציער, לעבן זיך אנדערע אין "זייער" באבעל, און רעדט זיך איין אז דאס וואס מ'פיטערט ביי שטייענדיגע / זיצענדיגע / ליגענדיגע תורה, המודיע / מחנה חרדי / הפלס / יתד עדיטאריעלס, איז די ריכטיגע דעת תורה ואי אתה רשאי להרהר אחריה!

היוצא לנו מזה, ישראל אייכלער איז נישט פון אונזער חדר. ער הערט אנדערע י"ג אני מאמין'ס פון זיינע רבי'ס און גדולים, און ער, מיט די אנדערע פאליטישאנס, זענען מכוון מיט יעדע אריינטריט צום כנסת להגדיל תורה ולהאדירה ולחזק בדקי ישראל.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:18 pm#239237
כ'העדיר זאגען, כ'בין בכלל נישט קיין סאטמערע איך האלט אז אפ' די סאטמערע אליין גלייבן שוין נישט אין זייערע אייגענע שיטה, אלעס ווענדס זיך אין געלט [זיי מאכען געלט דורך די מדינה, און תולדות אהרון-סאטמער דורך האקן אויף די מדינה], און די זעלבע זאך מוט די חרדים, געלט געלט געלט. די ווייסט אז די ידיעות האט געשריבען אז 'יאיר לפיד' האט געוואלט מאכן א הסכם מוט די חרדים אז זיי זאלען דרייען די רעדל אויף נתניהו און מוטדעם אוועק נעמען דעם חרון אף פון עם, פארדעם האט ער געהעכערט דעם בודזשעט פון 2015 לטובת די חרדים! נתניהו האט אויסגעפונען איז ער שנעל געלויפען און מבטל געווען די רעגירונג כדי לפיד זאל נישט פארכאפן די מאכט, שומי שמים! אייכלער איז אליינס מודה ביי זיין וועכינטליכע שיעור אויף קול בעלז אז 'מיר האבן שוין אויפגעגעבן אויף גיוס' כלומר: די עיקר איז געלט..
פישעל, ס'האט נישט גארנישט מוט שיטות, ס'איז אלעס ב.ס. די גאנצע חוק ישראל היום איז אויך געלט, די לינקע באדערט נאר אז זיי האבן נישט א עדעלשטיין..
הער צו ישראל אייכלער אויף קול בעלז יעדער וואך, העסט באקומען אביסל א נייע בילד. כע'נאר ברענגען איין קוואוט [פון א שיעור ער האט געזאגט גלייך נאך די גזירת הגיוס]:
''א איד פון אמעריקע, א אלטע חבר מיינע, האט מיר געפרעגט ר' ישראל, נו די עולם קומט אויף אמעריקע? ווייסט וואס כ'האב עם גע'ענפערט, געדענק אז נישט קיין חוליק וואס, עשו איז דאך נישט יעקב, א אידישע מדינה וואס האלט אויס איד'ן זאלען זיצען און לערנען שוין 60 יאר, די ישיבה'ס גייען אן, לפיד וועט אריבערגיין, מ'העט זיך בארועג'ען, מעק נישט אויס 60 יאר מוט איין נארישע חוק, די גוי [אמעריקע-ענגלאנד] העט קיינמאל נישט זיין בעסער פונעם איד..'' [וואס, אגב, כ'דינג זיך שטארק מוט עם]. עכ''ד הקדושים, וראוים הם הדברים למי שאומרם.
די פוינט איז, מיר זענען ללעג ולכלס פאר די גאנצע פרייער וועלט, אלע וויסען אז אויסער געלט איז גארנישט נוגע
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:47 pm#239246
לא להנאת גופי: איך האלט אויכעט אזוי ווי ישראל אייכלער. אז די אידן זענען אייביג בעסער ווי די גויים. טראץ די שיטה הקדושה. און ס'איז אייביג בעסער אז אידן זענען אין שלטון אין ארץ ישראל ווי סיי וועלכע אומה ולשון פון די גויים...און מ'זעהט עס בחוש. אז די אלע אידישע שונאים פון ערליכע אידן האבן נישט געהאט קיין אריכת ימים. טאקע יאיר לפיד'ס טאטע, וועלכער איז געווען אן עכטער שונא ישראל. וואס מ'קען נישט זאגן אויף איהם. און אנדערע ווי "רפול", דער געוועזענער רמטכ"ל, וועלכער האט אויכעט געמאכט א רעגירונג וואס איז געווען אקעיגן ערליכע אידן און תורה, האט געכאפט א שטארקע מפלה באלד בייים אנהויב.און זיי זענען פארשוואונדן נאך שנעלער ווי דער קיקיון דיונה. מיט'ן אייבערשטנס הילף וועלן די ערליכע אידן אויך איבערלעבן די גזירות און די אלע וועלכע האבן זיי געוואלט שטערן וועלן פארלירן די ממשלה...באו וראו את ישועת ה'. כי לא יטוש ה' את עמו ונחלתו לא יעזוב. נישט קיין חילוק וואס מ'זאגט אין סאטמאר... :lol:
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:30 pm#239277
העי דאס איז נישט די פוינט, איך ברענג נאר זיינע ווערטער רייף נאכ'ן 'שוידערליכען גזירה הנוראה אשר לא היה מהיות היתה ישראל לגוי' [לפי דברי היתד נאמן, ולפי סאטמער איז עס מוט אסאך מער scary ווערטער..], וואס יעדער וואלט פארשטאנען אז ס'קומט אז די חרדים זאלן מודה זיין אז זיי האבן איבערגעצויגען די שטריק, אבער אנשטאטס דעם גייט ער אויסלויבען די מדינה ווייל זיי געבן מער געלט וואו אמעריקע [וואס כ'ווייס נישט פארוואס ער זאגט אזוי], דאס ווייזט דיך וואו money minded מיר זענען, און מעגסט מודה זיין בערל אז ס'איז א שאנדע און שעם פאר אינס אלע, סאטמער אינקלודעט.
אינס sucken אין פאלאטיקס, און שעם אויף אינס, מיר דרייען ביצים פון א מדינה שוין 60 יאר, און 2015 איז נישט קיין אויסנאם. דאס איז לפי אלע שיטות = סאטמער, בעלז, שטיימאן, און דרעי..
[אגב בערל, די האלסט טאקע די לעבן איז דארט בעסער, ערנסט גערעדט, איך בין בכלל נישט קיין סאטמערע, איך בין קוים א איד.. באט וואס פונקטליך איז דארט בעסער?]
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:44 pm#239283
אויב מ'לעבט א לעבן פון "דיפענדענס". א יונגערמאן באקומט "קינדער געלט" און א מין רענט סובסידיע. חוץ "ביטוח לאומי". און מוסדות באקומען דארט מער פון די רעגירונג. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט מער ווי אין אמעריקע...!
אבער יאיר לפיד האט דאס אלעס געוואלט אונטערברענגען...
איך פערזענליך זעה נישט וואס איז אזוי שרעקליך מיט די גזירת הגיוס. אדער שירות לאומי. חוץ אז ס'איז ביטול תורה, וואס איז יעצט מגין אויף די גאנצע מדינה...אין בין נישט דער וואס איז ראוי צו פסקנ'ען אין די זאכן...!
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:57 pm#250814
וואס איז געווען נעכטן אין פאניוויזש?
וועם האט די פאליציי ארעסטירט, וואס זאגן די דגל מענטשן און וואס זאגן די עץ'ניקעס?
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:58 pm#250815
עס געהערט נישט אין די אשכול.
פרייטאג יאנואר 30, 2015 5:01 pm#250985
ווי עס קוקט אויס נאכן ארויס געבן די פיינעל ליסטעס זענען די מחבלים נישט אן געקומן אין ערגעץ נישט די ליטאים האבן פארהאנדעלט מיט זיי אין אויך נישט די חסידים ווי ליצמן האט פראבירט שלום אין אפילו די ספארדישע אלי ישי וואס עס איז געווען שפעקולאציעס אז ער גיט זיי עפעס פאר זייערע קולות האט זיך אויך אויס געלאזט מיט גארנישט ,
מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:28 pm#251407
ח"כ שי פירון פון די יש עתיד פארטיי האט גענוצט די פאנאוויטש ראיאטן ( ווי דערווייל איז דא צענדליגע ארעסטירטע און צענדליגע האבן געדארפט מעדעצינישע באהאנדלונגען) פאר זיין פאליטישע אגענדע ) און ער זאגט אז די פאנאוויטש בחורים דארפן גיין אין די יס"ם אפטיילונג אין די מיליטער וואס דאס איז ראיאטן פאליציי.....
מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:29 pm#251408
chusid האט געשריבן:ח"כ שי פירון פון די יש עתיד פארטיי האט גענוצט די פאנאוויטש ראיאטן ( ווי דערווייל איז דא צענדליגע ארעסטירטע און צענדליגע האבן געדארפט מעדעצינישע באהאנדלונגען) פאר זיין פאליטישע אגענדע ) און ער זאגט אז די פאנאוויטש בחורים דארפן דינען אין די יס"ם אפטיילונג אין די מיליטער וואס דאס איז ראיאטן פאליציי.....
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:24 pm#251906
הרב עובדיה יוסף איז געקומען אין חלום צו א תלמיד הייסן שטימען רק ש"ס:

הרב דניאל זר, מרבני פרדס כץ וראש מוסדות 'אור דוד', הפתיע אתמול את מאזיני שיעורו כשסיפר כי הגר"ע יוסף נגלה אליו בחלום ואמר לו שמי שיצביע ש"ס, הרי שימליץ עליו טוב בשמיים".

בשיחתו השבועית אתמול נראה הרב זר נרגש מאד כשסיפר על דבר החלום. וכך סיפר: "ביום שלישי בשנת הלילה, חלמתי שאני רואה פתאום אור גדול בסלון. אני נכנס לסלון ורואה שם את מרן. מרן אומר לי בוא בני. הוא בירך אותי. אמר לי עוד משהו אישי שבשלב זה איני רוצה לחשוף אותו, ואח"כ אמר לי תגיד לקהל שלך לכל מי שהולך להצביע, שיצביע לתנועה שלי. ש"ס. כשהם הולכים להצביע שיגידו שהם הולכים לעשות את רצוני ואמליץ עליהם טוב בשמיים".

הרב זר הוסיף: "רציתי לשאול אותו מתי ייפסקו הצרות ויבוא משיח, אך התעוררתי מהשינה. הסתכלתי על השעון והשעה הייתה עשרה לחמש".



"אני מאד מרוגש", אמר הרב, "החלום היה נראה כמו משהו מוחשי ביותר. מעולם לא חלמתי משהו כזה ברור. מעתה הסיסמא שלנו היא 'הולכים לעשות רצונו של מרן'. עם זה נלך בכל הארץ ונביא את ההמונים".

דבר החלום אירע זמן קצר לאחר שהרב דניאל זר חזר מתפילה בציונו של רשב"י במירון, כמידי חודש, אר קורא שם יחד עם תלמידיו כל האידרא רבה והאידרא זוטא. מקורבי הרב אומרים כי החלום הזכיר לרב את מה שקרה בבחירות הקודמות לפני שנתיים, שהגר"ע קרא לו למעונו וחיזק אותו על כך שהוא "נלחם נגד כל המלעיזים והמנסים לחבל בתנועה".
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:20 pm#252829
35 טעג פאר די וואוטס, א היינטיגע סקר: ליכוד-23, עבודה-23, הבית היהודי-12, יש עתיד-12, ערבים-12, כולנו-9, ש"ס-7, אגודת ישראל-7, ישראל ביתנו-5, מרץ-5, יחד-5.
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:59 pm#253258
33 טאג פאר די בחירות , א היינטיגע פאול גיבט ליכוד 27 , המחנה הציוני 23 , הרשימה המאוחדת 12 , בנט 11 , לפיד 10 ,יהדות התורה 8 !!(?) ישראל ביתנו 7 , כולנו 6 , שס 6 , מרצ 5 , יחד בראשות אלי ישי 5 (עובר את האחוז החסימה)
דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:59 pm#254257
אין א פרישע פאול היינט צייגט די נומבערס אזוי , המחנה הציוני 24 , ליכוד 23 , יש עתיד 12 , בנט 12 , יהדות התורה 7 , שס 7 , כולנו 7 , מרצ 6
למעשה ליכוד אראפ מיט 4 מאנדאטן המחנה ארויף מיט 1 מאנדאט ,

נתניהו האט צוזאם געריפען אלע מויל מאכערס צווישן זיי די חרדים , ווי ער האט קלאר געמאכט אז אין זיין קואליציה לא אתן לחרדים לישב בכלא...
למעשה פארוואס ער חנפ'ט זיך צו די חרדים דארף אן הסבר !! ווייל די חרדים גייען ממילא גיין מיט עים אין נישט מיט די לינקע , אר וואס עס קען יא זיין איז אז נתניהו האט געפערליך מורא פון זיין קאמפעטישן המחנה הציוני ממילא מיט אזא סטעיטמענט געבט ער שטאף פאר לפיד צו שטיפן זיין אגענדע מיט דעם אין אזוי וועט לפיד אוועק שלעפן וואטערס פון המחנה... דאס איז נאר א שפעקולאציע..

אדער האט ער מורא אז די חרדים גייען פארפירען וועגן די חילל שבת וואס ער האט געטון דעם פארגאנגענע יום הקדוש !!
דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:35 pm#254356
פרעימער נתניהו היינט געזאגט פאר חרדישע מאכערס אז ביי די קומענדיגע קאנדענציע וועט ער מבטל זיין די קרימינאלע סאנקציעס אויף בני תורה

לויט ווי דער יחצ"ן יהודה רובינשטיין זאגט האט נתניהו שנעל זיך געלאפן לעקן צו די חרדים מען זאל איהם נישט באשייגעצן וועגן חילול יום הקדוש

ומעשה שהיה כך היה: נתניהו האט שוין יארן פיטער אויפן קאפ אז ער באניצט זיך מיט די שטייער צאלערס געלטער וויפיל עס לאזט זיך, עס גיסט זיך געלט. ער האט געשפענדעט צענדליגער טויזענטער דאלארן אויף פאסטעשו אייזקרעם, ראמאנטישע לעכט און נאך איביריגע נארישקייטן, ער ווערט שטארק אראפגעקוקט

האט די וואך באזיכט א דעזיינער איינער מושיק גלאמין ביי איהם אין הויז און זיין ווייב די ערשטע פרוי שרה האט איהם ארומגעוויזן זייער הויז כאילו. ער וואוינט אין עפעס א פארקוועטשטע וויליאמסבורג הויז סטירט בעיסמענט, פארשימילטע ווענט אין די קאך פעלן קעבינעט טירן א.א.וו.

דער דעזיינער האט געמאכט א דראמיטישע ווידאו אז עס איז געקומען פשוט צו שוינען דעם נתניהו פאמיליע, למעשה איז די ווידאו געקומען צו חוזק נאכדעם ווי עס איז אויפגעוויזן געווארן אז די פארשימלטע קאך אין די ווידאו איז די ארבייטער'ס קאך און נתניהו פאמיליע האט א הערליכע קאך אויבן...

אזוי ואיך איז ארויסגעקומען אז נתניהו האט געהאלטן א פריוואטע עלעקטרישן און איהם גערופן און געהייסן ארבעטן אין הייליגסטן טאג פון יאר יום כיפור ה"י!

דאס וואלט דאך ארויסגענומען די חרדישע דשורנאליסטן פון די כלים און וואלטן געמאכט מטעמים דערפון מפה ועד להודעה חדשה

האט נתניהו שנעל געמאכט א פארטי פאר די חרדישע דשורנאליסטן ביי איהם אין שטוב, געכאפט 'סעלפי' מיט זיי, צוגעזאגט זאכן און אזוי זיי בארואיגט

בילד: חרדישע אקטיוויסטן און דשורנאליסטן היינט ביי א מאסיווע 'סעלפי' היינט אין הויף פון די פרעימער מיניסטאר הויז.

נתניהו עם חרדים.jpg
נתניהו עם חרדים.jpg (68.21 KiB) געזען געווארן 1981 מאל
מיטוואך פעברואר 18, 2015 3:31 pm#254464
די אויבערשטע געריכט האט געפסק'נט אז זועבי אין ברוך מרזל זענען יא אין די פארמעסט ,
זונטאג פעברואר 22, 2015 4:26 pm#255205
אין א פרישע אנקעטע היינט , יחד 4 , מרצ 5 , ישראל ביתנו 6 , יהדות התורה 7 , שס 7 , כולנו 8 , לפיד 11 , בנט 13 , ליכוד 23 , המחנה הציוני 24 ,

אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז אנשי דרעי האבן מפרסם געווען א טעיפ ווי רב מזוז שליט"א. דער רב פון דעם יחד פארטיי.ווי ער רעדט גאר שארף אנקעגן ליבאוויטש , פרובירנדיג מיט דעם צו מאכן א ריס צווישן די ליבאוויטשע וואטערס וואס גייען לכאורה מיט אלי ישי פון יחד ,
לעומת זה ווערט געהערט סטראשערייען אז זיי גייען ארויס קומען מיט א פרישע הקלטה פון רב עובדיה יוסף אנקעגן אריה דרעי .וואס עס גייט שטעלן אין שאטן די פריערדיגע הקלטה. אין אז די נייע הקלטה קען מונע זיין 2 בענקלעך פון שס אין זיי שטעלן ביי דעם אחוז החסימה !!
דינסטאג מערץ 03, 2015 12:27 am#256856
Any updates?
זונטאג מערץ 08, 2015 6:02 pm#257484
די מיינונג פון חרדישע זאך קענער
1) קובי נחשוני פון ynet : שס 6. יהדות התורה 6. יחד 4
2) אריה יואלי פון סרוגים : ש"ס 6. יהדות התורה 7. יחד 4.
3) חיים גרידינגר פון מעריב : שס 7 יהדות התורה 6 יחד 4
4) אהרן קליגר פון בקהילה : שס 7 יהדות התורה 6 יחד 5
5) צביקה גרוניך פון ככר הש' : שס 7 יהדות הת' 7 יחד 0
6) ישי אדמקר פון וואלה : שס 7. יהדות התורה 7. יחד 4
7) יאיר אטינגר פון הארץ : שס 7. יהדות התורה 7. יחד 4
8) אבי שיף פון בחדרי חרדים : שס 7/8 יהדות הת' 7. יחד 4
9) איציק הלפרין פון ערוץ 1 : שס 7. יהדות התורה 7. יחד
10) אריה ארליך פון משפחה : שס 8 יהדות התורה 6 יחד 4
11) שלהבת חסדיאל פון קול ח' שס 8 יהדות התורה 6 יחד 4
12) ישי כהן פון ככר השבת : ש"ס 8. יהדות התורה 7. יחד
13) משה גלסני פון קול ברמה : שס 8 יהדות הת' 6 יחד 5
14) מני גירא פון קול חיי : ש"ס 8. יהדות התורה 6 יחד 5
15) ישראל כהן פון ככר : ש"ס 8. יהדות התורה 7 יחד 5
16) מוטי סגל : ש"ס 8 יהדות התורה 7 יחד 5
17)ינון פלאח פון קו עיתונות : שס 8/9 יהדות 7 יחד 3
18) גועל ועקנין פון קול חיי : שס 9 יהדות הת' 6 יחד 0
19)ארי גלהר : שס 9 יהדות התורה 6 יחד 0
20) איתו גדסי פון קו עיתונות : שס 9/10 יהדות 6 יחד 0
21) דוד חכם פון קול חיי : שס 9 יהדות התורה 7 יחד 0
22) אבי גרינצוויג פון בחדרי : שס 9 יהדות הת' 7 יחד 4
23) בצלאל קאהן פון קול חיי : שס 9/10 יהדות 7 יחד 4

לאמיר זען ווער עס וועט למעשה זיין די מערסטע אקוראט . ונזכה ונחיה ונראה.. (קרעדיט ב"ע)
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:58 am#257943
מדינת ישראל קאכט און דא איז טויט, מען האלט זעקס טעג צום בחירות, די לעצטע סקרים זענען שוין ארויסגעקומען, די נשיא רובי רובלין האט שוין געטרייעט איבערצורעדן די וואס ווילן נישט וואוטען יא צו גיין וואוטען, בקיצור עס איז לעבעדיג און אנגעצויגן, מען באשמיצט זיך איינער דעם צווייטן און מען קען קוים ווארטן צו זעהן צו ביבי בלייבט אדער פליעט,
איך בעט ענק ממש איבער אבער איך האב ממש נישט קיין צייט צו שרייבן לעצטענס, מען בעט ווער עס ווייסט וואס טוט זיך זאל עס ביטע ברענגן צום עולם, ותבוא עליו ברכה.
מיטוואך מערץ 11, 2015 12:22 pm#257955
אודאי איז דא טויט אז די שרייבסט נישט ווער יא?
מיטוואך מערץ 11, 2015 12:25 pm#257962
במקום שאין איש השתדל להיות.....
מיטוואך מערץ 11, 2015 5:34 pm#258075
איינע פון די גרויסע זאכן דא אינעם פאליטישן שטורעם איז צו וועט ישי פעסן דעם אחוז החסימה און אויב יא ווי שטארק. אבער ניין.
איך האב שוין דא אויבן אראפ געברענגט די מיינונג פון רוב חרדישע זאך קענער , און לפי יענע באריכט איז לויט 12 ציט ער אן ביים גרעניץ 4. און לויט זיבען אנאליסטן ציט ער נישט אן מער ווי 0 (אקעי. דאס איז שוין סתם שנאת עם הארץ לתלמיד חכם..)
יעצט די שאלה איז וואס איז טאקע ריכטיג ?
דאס איז קלאר אז נישט אלע (עכ"פ פון אנהייב) האבן גערעכנט אז די אראבישע פארטייען ציען אן דאס מאל גאנץ שטארק דהיינו 13 בענקלעך !! וואס דאס הייבט אטומאטיש די פרייז פון א בענקל. און מען מיז האבן היפש מער צו אריבער שפרייזן דעם אחוז החסימה!! וואס דאס שטעלט און א געפאר אלי'ס אחוז.

יעצט וואס איז גיטע נייעס פאר זיי איז אז אין א פאול דורך געפירט וויפיל פראצענט וויילער זענען פארזיכערט און זייער שטימע. האט יחד באקומן 100% וויילער !!! (והסיבה לכך פשוט היא)

יעצט לאמיר גיין צו זייער חשבון פארוואס זיי ציען אן דעם אחוז החסימה און אפילו א 5'טע בענקעל (ובחלום א 6'טע..) און די חשבון איז אזוי..
ר' ברוך מרזל : 70.000 קולות. (בחירות 2013)
רב מזוז : 20.000 קולות. נכלל בזה תלמידיו ויהדות תנזיה,
הרב אבורג'ל : 20.000 קולות. נכלל בזה 7.000 תלמידי הכוללים ומשפחותיהם.
הרב אבינר : 10.000 קולות. תלמידי עטרת כהנים
הרב טאו : 10.000 קולות. תלמידיו למעלה מ'50 שנים.
הרב רפאל כהן - צפת :1.000 קולות.
הרב ברדא - אשקלון : 2.000 קולות.
משפחת מרן הגראש"ל ר' מרדכי אליהו ז"ל : 10.000 קולות.
משפחת הרב יעקב יוסף ז"ל : 5.000 קולות.
תלמידי מרכז הרב : 5.000 קולות.
דאס איז א טאטעל פון 153.000 קולות !!!
ובנוסף קומט נאך צו א 25.000/30.000 קולות פון פארשידענע אנדערע ירקות אנדעסיידעט וואטערס עמך אידן. וכן אנדעסיידעט מענטשן פון שס .ג' א דוגמא וואס צוליב די געפעכטן אינערהאלב די פארטייען. איז מעגליך אז זיי גייען דאס מאל אפ געבן זייער שטימע פאר יחד ,
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:59 am#258256
איך וויל דא איבער געבן א הארציגן דאנק פאר אינזער גיבור@ וואס האט אינז געהאלטן אין איין אפדעיטען איבער די בחירות ביז אהער. ובחדא מחתא מיט א בקשה ביטע "קיפ אס אפדעיטעט" אין די קומענדיגע קריטישע טעג.
מיט דאנק הקטן ה'געוואגטער אינגל !
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:25 pm#258258
נעכטען איז פארגעקומן א כינוס רבתי און בני ברק פארופן דורך דגל התורה.ווי עס האבן זיך באטייליגט א געשאצטע 100.000 מענטשן !!! מתחילה האט געהייסן אז דאס גייט זיין דורך "גימל" דהיינו אויך די חסידים. למעשה האבן זיי ארויס געבעקט און די לעצטע מינוט , די גערער האט מתחילה שוין פארלאנגט אז עס זאל זיין צוטיילט און איטליכע עצרת'ן מיטן הסבר אז א גרויסע פארזאמלונג אויפן גאס אינטערן פרייען הימל מאכט מען נאר ביי גאר גרויסע גזירות.
למעשה האבן אלע אדמורי"ם ארויס געבעקט און די ענדע. דעם גערער'ס חשבון איז אז ער האלט נישט ביים זיין ביי אן עצרת ווי מען גייט אומאפציעל פריש מחרים זיין די מחבלים. און מיט א קליין ביסל חכמה מיטן זיי צוווארפען א ביינדל דהיינו רוטיציה אויף דעם 7'טע בענקל וואלט מען פארדינט זייער 25.000 קולות ובנוסף נישט פארלירן די וואטערס וואס גייען אוועק צוליב זייער קאמפיין " רק לא ג ",און דער וויזניצער איז אויך פשוט ביי דעם געדאנק נישט צו פארווארפן די אוירבך'ניקעס , געבליבן איז נאר דער בעלזער וואס האט געקענט באשטיין צו גיין זיך באטייליגן מיט דגל (פארגעסט נישט ער איז דאך אלע יארן צוליב פאליטישע חשבונות געגאנגן מיט דגל ...) נאר נישט ווילענדיג זיין די איינציגסטע האט ער אויך ארויס געבעקט אבער ער האט געשריבן א בריעף וואס איז געווארן פארגעליינט דורך ח"כ ישראל אייכלר.
למעשה איז עס געווען א גרויסע סוקסעס!!, אבער משום סיבות שונות האבן זיך די חסידים פארהוילן פון באריכטן דעם עצרת. המבשר האט באריכטעט עטוואס אבער די המודיע האט ממש נישט באריכטעט דעם נעכטיגן עצרת ,
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 12:29 pm#258260
לויט ווי כ'זעה איז ביבי אויף געהאקטע צרות. איז עס אמת? אלע פאולס ווייזן אז ער פאלט אונטער הערצאג
העסט מיר זאגן אז בודזשי גייט זיין קומענדיגע ראה"מ?? .....
וויאזוי זאכן טוישן זיך
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 1:23 pm#258267
אין פאליטיק קען אלעס פאסירן, אז אבאמא האט געקענט ווערן פרעזידענט, קען ענטעני ווינער אויך ווערן פרעזידנט... אבער לויט וויאזוי עס זעט אויס וועט ביבי בלייבן זיצן. ער איז צו א פיפיגער פאליטישען און כיטרע פארשוין צו ווערן ריפלעסט. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישטא קיין בעסערע קאנדידאט פון אים. וויאזוי האט הארץ געשריבן: איזראליס גלייכן נישט ביבי, אבער האבן מער מורא פון א ריפלעסמענט.
דאנערשטאג מערץ 12, 2015 2:31 pm#258274
יא דאס איז אמת אז ביבי איז אויף געהאקטע צרות. ער שטייט ביי 21 (און געוויסע האלטן אז עס איז אפילו ווייניגער צוליב איטליכע סיבות) אין בוזשי האלט ביי 24!

יעצט ווער עס וועט עס מאכן אין די ענדע ? איך האב נישט קיין נביאה איך בין נישט קיין שוטה !!(הע..נחתומו מעיד על עצמו...) אין טאמער האב איך יא די נביאה גיי איך נאך אלטץ נישט זאגן.ווייל איך וויל נישט זאלסט זאגן אז איך בין א שוטה!! אבער יעצט מיט אזא קליגן חשבון בין איך זיכער נישט קיין שוטה..במילא האב איך נישט די נביאות.אבער אז איך זאג דיר אויס דעם חשבון בין איך שוין ווייטער צוריק א טיפש..איך בין שוין אינגאנצן צומישט. אבער אידער וועי ווייס איך /זאג איך. נישט

עס זענען אבער למעשה דא איטליכע פאקטורן וואס וועלן שפילן א ראלע און צוזאם שטעלן א קואליציה, דהיינו סיי די אראבישע פארטייען אין סיי לאפיד האבן נישט געמאכט א "הסכם עודפים" , און דאס אליינס אז די אראבישע פארטייען האבן נישט געמאכט א הסכם עודפים מיט מרצ (ווי מען האט שפעקעלירט) וויבאלד עס איז א ציוניסטישע פארטיי !! ווייזט אז זיי זענען נישט גרייט אויף א צוזאם שטעל.וואס די ביידע חלקים זענען שלעכט פאר בוזשי.

יעצט אויב יחד וועט יא פעסן דעם אחוז החסימה גיבט עס א שטארקע כח פאר ביבי צי פארמירן א קואליציה.
פרייטאג מערץ 13, 2015 6:05 pm#258521
די לעצטע אנקעטעס פאר די בחירות קומענדיגע דינסטאג כ"ו אדר
דאס זענען 2 פון די לעצטע אנקעטעס .פון זינטאג טאר מען שוין נישט קאמפיינען געבן אינטערוויא'ס א דוגמא גארנישט ,

איינס איז פון וואלה דורך טלסקר , המחנה 25 , ליכוד 23 , אראבישע פארטייען 12 , לפיד 12 , בנט 11 , כולנו 9 , שס 7 , יהדות התורה 7 , ליברמן 6 , מרץ 4 , יחד ,
נאך 2 שאלות און די אנקעטע. וועמען ווילסטו פאר ראש הממשלה ? נתניה 48% , בוזי הרצוג 28%,
וואסערע רעגירונג ווילסטו האבן אין די קומענדיגע קאדענציע ? רעכטס 36% , אינדערמיטן (א זאך וואס ביבי זאגט קלאר. איך גיי נישט אויף א רוטציה מיט בוזשי !!!) 19% , לינקס 27% ,

אנקעטע פון ערוץ 2 דורך מינה צמח ( וואס ער הייסט אפציעל גאנץ אקוראט ) המחנה 26 , ליכוד 22 , (ארויף פון 21) אראבישע פארטייען 13 , לפיד 12 , בנט 11 , כחלון 8 , שס 7 , יהדות התורה 6 , ליברמן 5 , מרץ 5 , ישי/יחד 5 ,

עס איז צום האפן אז ישי זאל אריין קומן שטארק אזוי וועלן די חרדים קענען זיצן אין א רעכטע רעגירונג,

א ריפארט פון גלובס גיבט היינט איבער אז שס/דרעי קען אנציען אזוי שטארק ווי 9 בענקלעך !! (זייער לעצטע וואפן גייט זיין מוצאי שבת דורך די יאזדים שיעור ) שטארק מעגליך אז שס גייט איבערראשען דעם ציבור !! (כאטש בלויז 3% זאגן אזוי ,
זונטאג מערץ 15, 2015 1:14 am#258604
בעפאר א יעדע בחירות זענען דא שטארקע שפעקולאציעס אז דער וואס קומט אריין צווייטע וועט ענדערש קענען פארמירן א קואליציה ווי דער געווינער. איינער נעמט עס לענגער און איינער שנעלער אבער צום סוף בלייבט דער געווינער אלעמאל מיט די ראשות ממשלה (אויסער דער איין רוטציה רעגירונג). אויב געווינט דער ליכוד ערשטע פלאץ וועט ביבי זיין ראש ממשלה, אויב נישט גייט ער ריטייערען.


.