זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:37 am#243755
הרב ישראל אייכלר שליט''א
פריש פונעם וועכינטליכע שיעור:-ווען דרעי און ישי וואלטען געהאט א טראפעלע שכל וואלטן זיי נישט געפירט די גאנצע חרדישע כח אין דער ערד.
-יעצט איז די מדינה אינגאנצען באזארגט אז די אראבער וועלן נישט קענען אדורך גיין דעם אחוז, און דאס העט זיין געפערליך פאר די מדינה. אבער אלעס לוינט זיך זיי אינס ארויס צי ווארפען..
-דער וואס האט געוועלט אין בית שמש בהוראת שעה -ווייל מ'קען נישט וואוינען דארט- זאל וויסען אז מ'קען נישט וואוינען אין די מדינה אן א כח אין כנסת..
-איך קען אויך זיצען אין ארצה''ב און שרייען אקעגן די ציונים..
-די מדינה געט מער נישט קיין געלט פאר די חרדים וואס 'די ווייב ארבעט נישט' ווייל זיי ווילען אפהאלטען די חרדים פון האבען קינדער, זיי זענען אליין מודה. כ'האב געזאגט אין כנסת אז זיי זענען ערגער ווי די כינעזער, וויין זיי לאזען כאטש דאס קינד לעבן, און די נעמסט דאס ברויט ארויס פון מויל.
-זיי ענטפערען מיר 'מי שנותן להם את התורה, הוא יתן להם את הקמח'.. עפרא לפימיהם!
-יעצט האט מען באשולדיגט לינקע וואס האבן זיך פאררעדט אז מ'דארף הרג'ענען די רעכטע, מוט 180שח. און ווען ס'איז געווען אזא סיפור אקעגן די פרומע האבן זיי אינס גע'קנס'עט מוט 150,000שח!!
-ס'איז ממש א שרעקליכע מצב.