זונטאג דעצעמבער 21, 2014 1:03 pm#242151
גן של שושנים
הנה ימים באים, שטורעמישע טעג זענען ערווארטעט אין שמעקעדיגסוויל, די מאסן וועלן שטראמען צו די שטום בודקעס, נישטא קיין לעקערייען און חנופה'לעך, קיין פראטעקציעס און ראסיזם, אלעס איז הונדערט און צוויי פראצענט אויסגעהאלטן מ'גייט אט אט אויסוועלן א געווינער פון צווישן די הערליכע רויזן וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ימי חנוכה.א שווערער באשלוס ערווערט אונז אלע, צווישן אזעלכע פאעזיעס ווען יעדעס איינס איז א געווינער איז באמת שווער צו קלויבן, ס'איז דא ממש א בחינה פון כשושנה בין שושנים.
ס'איז דא אזויפיל אויף וואס צו קוקן ביים וועלן א געווינער, די קונסט, די ארט, די געפילישקייט, וויפיל עס איז נוגע למעשה, ווער ס'פראקט דעם נאקעטן לייב, די מליצות, די פארשטענדליכקייט, די אומפארשטענדליכקייט, די וואקאבלואר, די פונקטליכקייט, די גראמען, די אויסשטעל, די בליציגקייט, די הומאר, וכהנה וכהנה. שטארק וועט מען שוויצן ביים אויסקלייבן דעם אחד יחיד המיוחד וואס קומט צו געווינען דער גרויסארטיגער פארמעסט.
ובכן, כדי צו פארגרינגערן די חשוב'ע וויילער, טו איך דא צוזאמעננעמען אלע פאעזיעס לפונדק אחד אזוי, אז מ'זאל אלעס האבן אין איין אשכול און קענען מעסטן און וועגן, שמעקן און ציילן ביז מ'וועט אויסוועלן א פרי עץ הדר אלס קאנדידאט צו געווינען.
אויך שטעל איך דא א לינק צו איטליכער פאעזיע, און אויב איר האט הנאה, אדער איר ווילט קאמענטירן, זייט מוחל, גיט א קוועטש דעם קנעפל, שפאצירט אריין אינעם אריגינעלן אשכול און גיט אפ דעם אנערקענונג פאר'ן חשוב'ן פארפאסער.
אלזא, די טעג זענען געציילטע, מאכט אייך גרייט, די שושנים וואלן זענען נענטער ווי ווייטער, היו נכונים!