דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:35 pm#308664
אויב פאר דיר איז עס נישט שווער דאן זיי ממשיך דיין נוצבארע ארבייט.
וועטערבאריכטדערווייל איז זייער מילד דער נאוועמבער און עס זעט נישט אויס ווי קאלטער וועטער קומט אין די נעקסטע 7-10 טעג. א מילדער אקטובער אין נאוועמבער "קען" מיינען אז דער ווינטער וועט נישט זיין א קאלטער, אבער א guarantee איז עס אויך נישט. עס איז דא ווינטערס וואס הייסען front loaded, וואס דער אנטפאנג איז שטארק קיל אין שנייעדיג. אין ווינטערס וואס זענען back loaded ווי לעצטער יאר, ווערט קעלטער אין שנייעדיג אין יאניאר אין פעבעיאר וכו׳. עס קען זיין אז דאס וועט זיין די מעשה דאס יאהר. מיט א שטארקער El-nino קען אויך זיין זייער א מילדער אין שניילאזער יאהר. טיים וויל טעל אי"ה.



Kool manטייערער וועטער באריכט,
די ביסט פאר אונז א שיין און א ליכט,
לויב געפילן צו דיר ליגט מיר כסדר אויף די געדאנקען,
כ'אב פשוט נישט גענוג ווערטער דיך צו באדאנקען,
די מורא'דיקע סערוויס פאר'ן ציבור,
די וועטער מיט אלע פרטים דו לאזט גארנישט איבער,
צו זוכען וועטער ערגעץ אנדערש איז כלל נישטא קיין רייץ און פיבער,
ס'יז אלעס דא אויפ'ן פלאץ געהעריג לכתחילה אריבער,
זאלסטו געזונטערהייט קענען מיט דיין עבודת החסד ווייטער אנגיין,
און גארנישט זאל דיר אין וועג שטיין,
אפילו וען דו וועסט דעהם לאטערי געווינען,
זאלסטו נאך צו ראפארטירען דעהם וועטער צייט געפינען..
ישראל קאפקעאויב זענט איר אין ניו יארק סיטי גייט שוין ארויס כאפן בליק אויפן זון אונטערגאנג!



















