Update hurricane now moving well out to sea
די לעטעסט אפדעיט ווייזט אז דער שטורם רוקט זיך שוין נארטוועסט אין וועט מאכען דער turn צו נארט , נארטאיסט , אין וועט ארויסגיין מיט מער פון 500 מייל פון די איסט קאוסט. דער רעגען אין ווינט היינט אין שבת אינדערפרי איז פון אינזער קאלד פראנט אין א nor'easter וואס האט זיך דעוועלאפט אין רוקט זיך ארויף אויפן פראנט. די האריקעין האט געקענט זיך ציזאמנעמען מיט אט דער שטורם אין פראנט אבער ב״ה לא קרוב זה לזה , דעריבער פארט דער האריקעין ארויס out to sea.
ווינטיג מיט רעגען אין זייער קיל צו קאלט פאר די נעקסטע 24-36 שעה, דערנאך גייען מיר צוריק צו מער seasonable וועטער מיט זון אין 60s פאר די לעצטע טעג פון יום טוב. אינטערסאנט אז נאך אזוי פול ווארעמע וועטער איז געווארען אזוי קיל, עס איז נאנט צו 50 יעצט אינדערפרי אין עס וועט אריינפאלען אין די 40s היינט נאכט וואס דאס האבען מיר שוין נישט געזען זייט לעצטער may.
📎 image.gif