מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 9:19 pm#301812
א גמר חתימה טובה און א גוט יאר, שתהא שנה זו אם שחונה תהא גשומה וכו'

וועטערבאריכטא גוטע וואך , אין א גוטען ערב יום טוב, די גוטע נייעס איז אז עס זעט אויס ווי דער ערשטער נאכט אין אויך דער ערשטען טאג מיטאג סעודה זעט אויס צו בלייבען טרוקען, עס קען זיין showers נאכמיטאג אויף די ערשטע טאג אין דערנאך בלייבט א chance פאר showers פאר די צווייטער נאכט אין טאג. פון מיטוואך חול המועד ביז שבת זעט אויס צו ווערען טרוקען אין קילער. לויט טייל מאדעלס ווי דער euro איז דא ווייניג chances פאר רעגען ביז דינסטאג נאכט ווען א קאלד פראנט קומט אדורך , אבער א שטורם קען דעוועלאפען אין קומען נאנט פאר די ענדע פון די וואך. לויט די אמעריקאנער מאדעל איז מער רעגענדיג מאנטאג אין דינסטאג אבער טרוקען דערנאך ביז סוף וואך.
אינז וועלען מיר דערווייל אנעמען די מידדעל גראונד, מיט chances פאר רעגען פון מאנטאג נאכמיטאג ביז דינסטאג נאכט אבער האלטען א קילערע אין טרוקענע forcast פאר מיטוואך ביז שבת חול המועד.
דא האט איהר די וועטער באריכט פאר׳ן קומענדיגער וואך הבעל״ט.
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט אין קיל , ארום 58.
ערב יום טוב - טייל זיניג אין באקוועמט, ארום 72. מערסטענס פארוואלקענט אין קיל ביינאכט , ארום 62.
מאנטאג (א׳ סוכות) - מערסטענס פארוואלקענט אין ווארעמער , א chance פאר showers נאכמיטאג , ארום 78. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 67 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ סוכות) -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אין ווארעם , ארום 78 בייטאג . Showers אין אווענט , דערנאך ווערט קלאר אין קיל , ארום 65 ביינאכט.
מיטוואך - (א׳ חול המועד)-מערסטענס זיניג אין באקוועמט , ארום 72. קלאר אין קיל , ארום 58 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת - מערסטענס זיניג אין קילער, ארום 65 בייטאג . ארום 55 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט אין קיל , ארום 57.
ערב יום טוב - מערסטענס פארוואלקענט אין באקוועמט, ארום 74. מערסטענס פארוואלקענט אין קיל ביינאכט , ארום 64.
מאנטאג (א׳ סוכות) - מערסטענס פארוואלקענט אין ווארעמער , א chance פאר showers נאכמיטאג , ארום 78 . מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ סוכות) -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אין ווארעם , ארום 78 בייטאג . Showers מעגליך , ארום 62 ביינאכט.
מיטוואך - (א׳ חול המועד)-מערסטענס זיניג אין באקוועמט , ארום 72. קלאר אין קיל , ארום 55 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת - מערסטענס זיניג אין קילער, ארום 68 בייטאג . ארום 52 ביינאכט.
וועטער מאנסי אין מאנרא-
מוצאי שבת- מערסטענס פארוואלקענט אין זייער קיל , ארום 48.
ערב יום טוב - זיניג אין באקוועמט, ארום 68. מערסטענס פארוואלקענט אין קיל ביינאכט , ארום 55.
מאנטאג (א׳ סוכות) - מערסטענס פארוואלקענט אין ווארעמער , א chance פאר showers נאכמיטאג , ארום 75. מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers , ארום 60 ביינאכט.
דינסטאג (ב׳ סוכות) -מערסטענס פארוואלקענט מיט א chance פאר showers אין ווארעם , ארום 76 בייטאג . Showers אין אווענט , דערנאך ווערט קלאר אין קיל , ארום 55 ביינאכט.
מיטוואך - (א׳ חול המועד)-מערסטענס זיניג אין באקוועמט , ארום 68. קלאר אין זייער קיל , ארום 48 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת - מערסטענס זיניג אין קילער, ארום 62 בייטאג . זייער קיל ארום 45 ביינאכט.
אויב איר פארט אין די קעצטקילס פאר יום טוב, זעט אויס מערסטענס זיניג ערב יום טוב אין אויך א גוטע chance פאר רעגען פון מאנטאג ביז דינסטאג נאכט . פון מיטוואך ביז שבת ווערט שענער אין טרוקען אבער גאנץ קיל בייטאג אבער קאלט ביינאכט. טעמפרעטורס וועלען זיין ארום 70 ערב יום טוב אין ביידע ערשטע טעג , נעכט וועלען זיין קיל ארום 50. חול המועד וועט ווערען קילער אין די low 60s בייטאג אין די low 40 s ביינאכט .
די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי יום טוב , א גוטע וואך אין א פרייליכע יום טוב. (איך וועל אפדעיטען אי״ה, אויב עס פעלט אויס מארגען ערב יו״ט)
בעל מדותוועטערבאריכט די ביזט עפעס פיינע נייעס, מיט א פראפעסיאנאלע פינקטלעכקייט ביזטו דא טעגליך, האסט דיין שריפט, דיין קאליר, און דיין שניט וואס איז נישט דא אינערגעץ, איך ווייס נישט צו די אנערקענסט אז טויזענטער באלעקן זיך מיט דיינע באריכטן, איך האב שוין געהערט פון עטליכע אז זיי קומען ארויף דא נאר צוליב די וועטערבאריכטן.
יעדער דארף אמאל א גוט ווארט, איך קען דיר נאר זאגן אריין אין אויער חזק חזק ונתחזק, איך מיין אז אפילו די וועטער רעכנט זיך מיט דיין מיינונג.
אין אייוועלט פלעגט אמאל זיין עמיצער קנ"א וועטער וואס איז געווען די איינציגסטע גוטע זאך אין אייוועלט און האט אויך מיינעך אפגעטראגן פון דארט דערנאך וואס מען האט אים נישט עפרישיעט און אפילו קריטיקירט ברבים.
עס וואלט געווען געשמאק אמאל צו הערן פון דיר אין די שכנות'דיגע אשכולות אויך ווארום ביזט דאך א מענטש צווישן מענטשן און דיין מיינונג איז רעספעקטירט.
געוואלדיג@וועטערבאריכט וואס גייט פאר אז איך קען נישט זעהן דיינע לעצטע צוויי בילדער, איז די פראבלעם ביי מיר, אדער דו האסט עפעס געטוישט?
געוואלדיגלעפטאפ

וועטערבאריכטאיך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך לייג ארויף די גרעפיקס היינט ווייזט עס א קעסטעל וואס מען מיז קליקען אויף דעם עס צו זען, עס האט עפעס צו טוהן מיט קאווע שטיבעל. ואתכם סליחה.
געוואלדיגדיין לעצטע גרעפיק זעה איך יא געהעריג.
#גייוויייס


וועטערבאריכט
[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
סביב העולםוועטערבאריכט
[emoji297]️[emoji299]️[emoji298]️וועטערבאריכט [emoji300][emoji295]️[emoji296]️️
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט ווא דא שטייט אויב איך מעיג בעטן וואס שטייט דא? אין וויזוי ליינט מען די דאזיגע שטריכן?
.

