דער קומינדיגער ווינטער , ווי אזוי זעט עס אויס ? Early look
איך לייג דא ארויף א קורצער איבערזיכט פון וואס עס קען אינז ערווארטען דער קומענדיגער ווינטער הבעל״ט. נאך א שווערער אין קאלטער ווינטער אין יעצט א הייסער טרוקענער זוממער איז די שאלה וואס קען מען עקספעקטען דער קוממענדיגער יאר. נאמבער 1 , די אמת איז עס אז עס איז שווער צו פראדיקטען א פאר טעג ווייטער אדער א חודש שפעטער, סאו you need to take any predictions פאר וואס עס איז. נאר א פראדיקטשען. Dont hold me to it 😮 .
די וועג איך זע עס דערווייל איז יעצט אינמיטען פון א שטארקע el -nino פאטטערן, וואס דאס מיינט בקיצור איז אז די פאסיפיק ים איז דא ערטער ווי עס איז אסאך ווארעמער ווי געווענטליך . דאס איז זייער קאמפלאצירט, ווי פונקטליך איז ווארעמער east based , west based וכו׳ אבער א כלל אין א שטארקע el nino יאר. איז דא צוויי כללים , די נארטוועסט, סענטראל אין רוב פון די אפסטעיט נארטאיסט איז אסאך מילדער אין טרוקענער ווי געווענטליך. דערווייל איז די סאוטאיסט קילער אין אויך אסאך מער רעגנדיג ווי געווענטליך. די מיד אטלענטיק אין אויך נאו יארק סיטי איז אין א battleground zone. דאס הייסט עס איז מער שטורמדיג ווי געווענטליך מיט נאראיסטערס אין אסאך רעגען אבער די קאלטע לופט פון קאנאדע איז שוואכער אין אזא יאר. אמאל אבער קומט די קאלטע לופט מיט א שטורם אין היסטאריקלי זענען געווען שנייעדיגער יאהרען מיט דער el nino. אין תשמ״ג איז למשל געווען א גרויסע בליזארד אויף שבת שירה אין דאס אין געקומען נאך א מילדער אין שניילאזער el nino ווינטער.
עס זענען אויך דא אנדערע factors וואס שפילען א וויכטיגע ראלע, למשל דער nao , די epo אין די ao וואס דאס זענען אלע שטיקליך פונעם פאזזעל אויב אלעס קומט צוזאם קען זיין א שנייעדיגער אין מילדער ווינטער עס דארף נישט זיין קעלטער ווי 32 צו שנייען. אויב אבער עס קומט נישט צוזאם איין וועג קען עס זיין א ווארעמער אין כמעט א שניילאזער יאר, למשל 1997-98 איז געווען אפשר אפאר אינטשעס א גאנצען ווינטער אין דאס אויך נאר אין מארטש.
איך וועל פרובירען צי האלטען אן אויג אויף די אינגרידיענס אין מיטיילען מיטען עולם ווען עס ווערט קלארער אי״ה.
דערווייל זיך איך מיט לעכט א שיינער קילע טאג אדער אביסעל רעגען....
📎 image.jpg 📎 image.jpg 📎 image.jpg