Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
וועטערבאריכטא גוטען אווענט. נאך א מילדע צופרי איז געווארען פארוואלקענט און קילער נאכמיטאג מיט אפאר לייכטע showers . ווינטער קומט צוריק פאר צוויי טעג מיט זון אבער שטארקע ווינטען מיט קאלטע וועטער. זונטאג ווערט נאכאמאל מילד מיט שיינע וועטער. ביי מיטוואך און דאנערשטאג קומט אהן א נייע שטורם וואס קען ענדלען צו די לעצטע צוויי וואכען פון רעגן , ווארעמע לופט און שטארקע ווינטען און די מיטטען פון א וואך . ווי מען זאגט אין ענגליש. Rinse and repeat.
דא האט איהר די וועטער באריכט פאר די קומענדיגע וואך הבעל״ט.
וועטער -נאו יארק סיטי-
דאנערשטאג נאכט- טייל פארוואלקענט , א shower אין אווענט,שטארק ווינטיג און קילער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- מערסטענס זיניג , ווינטיג און קיל, ארום 38 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 22 פרייטאג ביינאכט, 32 מוצאי שבת.
זונטאג ביז דינסטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 50-55 בייטאג. קלאר און קיל , 35-40 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט א chance פאר רעגן. ארום 50 בייטאג, ארום 40 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
דאנערשטאג נאכט- טייל פארוואלקענט , א shower אין אווענט,שטארק ווינטיג און קילער, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- מערסטענס זיניג , ווינטיג און קיל, ארום 40 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 22 פרייטאג ביינאכט, 32 מוצאי שבת.
זונטאג ביז דינסטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 50-55 בייטאג. קלאר און קיל , 30-35 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט א chance פאר רעגן. ארום 50 בייטאג, ארום 40 ביינאכט.
וועטער מאנסי און מאנרא-
דאנערשטאג נאכט- טייל פארוואלקענט , א shower אין אווענט,שטארק ווינטיג און קעלטער, ארום 27 ביינאכט.
פרייטאג און שבת- מערסטענס זיניג , ווינטיג און קיל, 32-37 בייטאג. קלאר און קאלט , ארום 15 פרייטאג ביינאכט, 28 מוצאי שבת.
זונטאג ביז דינסטאג- טייל זיניג און מילד, ארום 48-52 בייטאג. קלאר און קיל , 27-32 ביינאכט.
מיטוואך און דאנערשטאג- פארוואלקענט מיט א chance פאר רעגן. ארום 45 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה מוצאי שבת קודש, א גוטע נאכט און א גוט שבת.
עס זעט נאך אויס ווי עס גייט נאך שנייען דעי יאר?