מאנטאג אפריל 11, 2016 5:01 pm#328756
דינסטאג אווענט- פרשת מצורע- וועטערבאריכט
א גוטען אווענט , נאך אביסעל רעגן איז דער זון ארויסגעקומען נאכמיטאג און עס איז געווען מילד היינט. היינט נאכט קומט א קאלד פראנט נענטער און רעגן קומט צוריק קודם אין אפסטעיט פארטאגס און ביי דינסטאג צופרי אין שטאט. מארגען וועט זיין רעגענדיג ווי אויך ווינטיג אבער די פראנט גייט אדורך שנעל איון ביי נאכמיטאג קען זיך דער רעגן ענדיגען פון וועסט ביז איסט. פון מיטוואך ביז מאנטאג קומט גוטע נייעס. די cut off שטורם בלייבט ווייט געניג און מערסטענס זיניגע און נארמאל קילע וועטער איז ערווארטעט. אנהויב נעקסטע וואך קען שוין ווערען אפילו גאנץ ווארעם מיט אפאר 70s מעגליך, אוועק פון די ים. די מיטטען פון נעקסטע וואך ביז פסח איז מער אומקלאר. אבער דערווייל קומען א שיינע פאר טעג אנהויבענדיג מיטוואך אי״ה.דא האט איהר די וועטער פאר די נעקסטע וואך הבעל״ט.
וועטער -נאו יארק סיטי-
מאנטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, showers מעגליך פארטאגס,ארום 52 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן פארמיטאג, ארום 58. טייל פארוואלקענט , קילער ,ארום 40 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג און קיל , ארום 55 בייטאג. קלאר און קיל ,ארום 42 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת - מערסטענס זיניג און מילד, 55-60 בייטאג. 45-50 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער מילד, 65-70 בייטאג. ארום 50 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
מאנטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, showers מעגליך פארטאגס,ארום 52 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן , ארום 62 . טייל פארוואלקענט , קילער ,ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג און קיל , ארום 55 בייטאג. קלאר און קאלט ,ארום 35 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת - מערסטענס זיניג און מילד, 55-60 בייטאג. 40-45 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער מילד, 65-70 בייטאג. ארום 45 ביינאכט.
וועטער מאנסי און מאנרא-
מאנטאג נאכט- מערסטענס פארוואלקענט און מילד, showers מעגליך איבערנאכט ,ארום 48 ביינאכט.
דינסטאג- מערסטענס פארוואלקענט מיט רעגן פארמיטאג, טייל זיניג נאכמיטאג ,ארום 55. טייל פארוואלקענט , קעלטער ,ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך- זיניג און קיל , ארום 52 בייטאג. קלאר און קאלט ,ארום 32 ביינאכט.
דאנערשטאג ביז שבת - מערסטענס זיניג און מילד, 57-63 בייטאג. 35-40 ביינאכט.
זונטאג און מאנטאג- מערסטענס זיניג און זייער מילד, 67-72 בייטאג. ארום 45 ביינאכט.
די נעקסטע וועטער באריכט אי״ה דינסטאג נאכט. א גוטען אווענט.
📎 image.jpeg








