Under maintenance
הויפט זייט » בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע

בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8118
דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:28 pm#247747
בד"ה: הרב הצדיק ר' מיכל'ע מ'זלאטשוב זי"ע
רבי מיכל מנתניהו זצוק''ל
דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:33 pm#247749
מיינסט עס אמת'דיג? כ'גליב מיר נישט די אויגן!!
ברוך דיין האמת!!!
אזא זעלטענער צדיק!! אבידה שאין לה תמורה!
דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:40 pm#247751
בילדער פון די רבי זצ"ל
דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:43 pm#247753
ברוך דיין האמת!
ער איז געוועהן איינס פון די לעצטע "אמת'דיגע" צדיקים.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:47 pm#247755
:cry: א גרויס ווייטאג אבידה שאין לה תמורה וכל בית ישראל יבכו וכו'
דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:52 pm#247756
אוי וויי אוי וויי א ערליכער אפגעהיטענער צדיק געווען א משמח אלוקים ואנשים. פיל יודן דערציילן אז זיי האבן געזעהן דורך אים ישועות. דער איד איז געווען א שטיק הארץ פאר א צווייטען יוד. חבל על דאבדין ולא משתכחין. זיינע תפלות, זיינע ברכות געווען מיט אזא אש קודש כולו יראת שמים. א חידוש נפלא אין אונזער דור צוצוקומען צו אזא עלטער אזוי אויסגעארבייט, דאס דארף אונז אלע מחייב זיין. סדא אסאך צו דערציילן אויף דעם טייערען יוד. זאל ער זאל א מליץ יושר פאר אונזער דור וואס ער האט גוט פארשטאנען צו איר.
:(
דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:08 pm#247763
.
.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:14 pm#247765
כ'רייב מיך די אויגן דא. דער עולם מיינט עס אמת'דיג אדער מ'מאכט ליצנות?

ר' מיכלע ז"ל איז געווען א זיסער אידל מיט אן אמאליגן געשמאק, וואס האט געהאט זיינע שוואכקייטן און נארישקייטן. מיט זיין פטירה פארלירן מיר דעם אייגנארטיגן מוכיח בשער קעגן טעלעוויזיע, און זיסער דערציילער פון סיפורים תמוהים.

פון דער אנדערער זייט, אז מענדעלע ח. איז נהפך געווארן צו אן איש מופת, איז דאך ר' מיכלע גארנישט ווייניגער ווי א רשכבה"ג.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:28 pm#247770
ראובן האט געשריבן:פון דער אנדערער זייט, אז מענדעלע ח. איז נהפך געווארן צו אן איש מופת, איז דאך ר' מיכלע גארנישט ווייניגער ווי א רשכבה"ג.

וד''ל.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:29 pm#247771
וואס איז געוועהן זיין ראלע ביי די אסירי יאפאן סומאטוכע?
דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:35 pm#247772
הרב ווייס פון אנטווערפן האט זיך דערקלערט א מאמין אין ר' מיכלע'ס קדושה, און האט מחליט געווען אים אריבערצוברענגען קיין יאפאן אז זיין קדושה זאל מגין זיין. פארשטייט זיך אז ר' מיכלע האט נישט געהאט די יכולת פון ארויסהעלפן אין דעם קאמפיין מיט געלט אדער סטראטעגיע און פלאנירונג.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:37 pm#247773
רייב דיר ווייטער דיינע אויגן ראובן ביז סוועט דיר קומען טרערען און מיטוויינען מיט די יודן וואס האבן יא געקענט אט דעם גרויסן צדיק הדור דער פועל ישועות וואס איך אליינס האב מיטגעהאלטן עטליכע מופתים פון אים און איך אליינס האב געהערט פון עטליכע שטובער ווי דער יוד איז איינגעשטאנען און ער האט זיך "קיינמאל" נישט אריינגעלייגט אין בעט. און איך אליינס האב געהערט פון עפעס א רבילע וואס האט געטראפן רבי מיכעלע אין לאנדאן גיין נאך געלט און רבי מיכעלע פרעגט דעם יוד וואס טוט איר דא זאגט ער כבין געקומען נאך געלט. כמאך חתונה און סאיז מיר שווער. האט רבי מיכעלע מיט א פשטות אריינגעלייגט זיינע ביידע האנט אין די בעקיטשע טאש און ארויסגעשלעפ יעדען דאלער וואס ער האט דארטן אריינגעלייגט פון 6 צופרי וואס ער איז אליינס געגאנגן נאך געלט. אזוי קען איך דיר דערציילן אן א שעור. דער יוד איז געווען די ריעל דיעל א פארצייטישער אפגעהיטענער צדיק און בעל חסד כחד מקמאי. תנצבה. זי"ע
דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:40 pm#247774
ביים ווייזענדיג זיין אריינגעקריצטע נומערן פון די שואה, צו אדמור מניקלשבורג.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 7:25 pm#247788
איך וועל פארציילן א מעשה וואס איך ווייס פון כלי ראשון, ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א פארטי און גריוסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם,
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין גאלדע ע ארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט (א אמעריקאנער איד) און ער האט געמאכט א רעטעך, ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גענצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט...
דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן
ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער מעג פאר קיינעם דארט נישט פארציילן
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון אינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים
דער עושר יענה עזות
"איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעהטן נאך איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות דו ביסט א גנב און א שקרן וכו' אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זיע"א
דינסטאג יאנואר 13, 2015 7:37 pm#247789
ווען איז די לוויה איינער ווייסט?
דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:45 pm#247793
אין בלאט דע וואך אין "ציבור" דף 24 ביי "מי הוא זה?" איז רבי מיכעלע ז"ל איינער אין בילד, ער איז דער צווייטער פון לינקס, דאס קיקט אויס צי זיין מיט בערך 40 יאר צריק,
דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:46 pm#247794
וואס איז דאס מי הוא זה?
דינסטאג יאנואר 13, 2015 8:50 pm#247797
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואס איז דאס מי הוא זה?

"מה הוא זה"
דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:06 pm#247798
הרה"ק מנתניה איז געוועזן א גוטער איד פון די אמאליקער טיפ. רבי מיכל'ע איז נישט געווען קיין אמפעריע רבי ווי די היינטיקע רביס. רבי מיכלע איז געווען אן עובד השם בתמימות, א מוכיח בשער, אן אוהב ישראל, אן עוסק במצוות, און אידן פלעגן קומען צו אים פאר ישועות.
ס'דא וועלכע וועלן אפחוזקן פון אים, אוועקמאכן זיינע געפועלטע ישועות, זיין צדקות, עבודה, און זיינע מדרגות. נו מילא. לאז זיך דער סקעפטיקער סקעפטיזירן. אבער זיך אנצורעדן אז ער איז נישט געווען ווי אמאל, אז זיין התנהגות און הלוך ילך איז געווען משונהדיג אנדערש ווי, א שטייגער, זיין עלטער זיידן רבי מיכלע, רבי לוי יצחק, אדער רבי פנחסל איז פאלש. אזויווי רבי מיכלע איז געווען, אזוי איז אמאל געווען א גוטער איד.
רבי מיכלע האט נישט געפירט קיין מחלוקותן, נישט ארגאניזירט קיין עצרתן, און נישט געפארן אויף קיינע דאטשעס. רבי מיכלע האט געדינט דעם אייבירשטן און געהאלפן אידן.
וי אבדה נפש.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:17 pm#247799
געוואלדיג האט געשריבן:איך וועל פארציילן א מעשה וואס איך ווייס פון כלי ראשון, ר' מיכעלע איז אמאל געפארן קיין וויען נאך געלט און זייער גוט מצליח געווען מען האט געמאכט פאר איהם א פארטי און גריוסע עשירים האבן דארט געגאסן געלט פאר איהם,
אויפצומארגנס אין ביהמ"ד זעהט ער א איד אינגאנצן צובראכן, ר' מיכעלע מיט זיין גאלדע ע ארץ גייט צו צום איד און פרעגט איהם וואס עס גייט פאר, ער האט נישט געוואלט קודם ענטפערן אבער צום סוף פארציילט ער פארן רבי'ן אז ער איז אויך געקומען דא נאך געלט (א אמעריקאנער איד) און ער האט געמאכט א רעטעך, ר' מיכעלע רופט איהם אין א זייט און געבט איהם איבער די גענצע געלט וואס ער האט דארט געמאכט...
דער איד האט דאס אוודאי נישט געוואלט נעמען אבער האט נישט געקענט זיך קעגן שטעלן דעם רבי'ן
ר' מיכעלע האט איהם געווארנט אז ער מעג פאר קיינעם דארט נישט פארציילן
אויפצומארגנס זעהט דער איד ווי ר' מיכעלע בעהט פון אינע פון די גבירים געלט פאר שפעזן אהיים
דער עושר יענה עזות
"איך האב דיר קוים אייער נעכטן באגאסן מיט געלט און שוין קומסטו בעהטן נאך איך האב געמיינט אז דו ביסט אנדערש ווי אלע אנדערע רבי'ס און יעצט זעה איך אז איך האב געמאכט א טעות דו ביסט א גנב און א שקרן וכו' אזוי האט ער איהם מבזה געווען אינמיטן ביהמ"ד ווען ר' מיכעלע ענטפערט איהם נישט קיין ווארט
זיע"א

דאס איז נאך די גרעסטע מעלה. אזוי ווי ביים טשערנאבל'ער מגיד. וועלכער איז אמאל געגאנגען צוזאמנעמען געלט פאר פדיון שבויים. ער האט אבער נישט געוואלט אז מ'זאלל איהם משבח זיין דערפאר. האט ער מתפלל געווען אז ער זאל האבן בזיונות. צום סוף האט מען איהם חושד געווען אז ער האט געמאכט א גניבה... און מ'האט איהם אריינגעווארפן אין תפיסה. למחרת ווען מ'האט איהם אויסגעלייזט, האט ער זיך אנגערופן...איך האב מתפלל געווען אז איך זאלל האבן בזיונות. אבער אויף אזעלכע גרויסע בזיונות האב איך מיך נישט געראכטן...!...זי"ע
דינסטאג יאנואר 13, 2015 9:18 pm#247800
חבל על דאבדין. א שטיק היסטאריע גייט אוועק מיט'ן רבי'ן ר' מעכעלע. אויב איך האב זיך אמאל געוואלט פארשטעלן ווי אזוי א פארצייטישער ליבליכער רבי'לע וועלכער איז ארומגעגאנגען מחזק זיין אידן האט אויסגעזען, האב איך זיך מצייר געווען א בילד פון ר' מעכעלע.
איינער וואלט אפשר געקענט איבערגעבן זיין ביאגראפיע? עס איז מיר אויסגעקומען געצייילטע מאל אים צו זען, אבער איך האב ניטאמאל געוואוסט למשל אז ער איז געווען א האלאקאוסט איבערלעבער.
דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:47 pm#247822
כל המוסף גורע

רבותי ר' מיכעלע איז געווען א "פארצייטישע ערליכע איד". די דריי ווערטער זאגן אסאך און ס'פעלט נישט אויס צוצולייגן אנדערע נערישקייטן.

חבל על דאבדין ולא משתכחין.

ווער ס'ווייסט זיין היסטאריע זאל ביטע מיטטיילן מיט'ן ציבור
דינסטאג יאנואר 13, 2015 11:57 pm#247826
כפי השמועה האט ער זיך נישט אזוי פארטראגן מיט ר' הערשעלע קרעטשניפער, די מעשה גייט צוריק ווען זיי זענען נאך געווען אינגעלייט און ר' הערשל ארויסגייענדיג פון כולל האט אים געבעטן צו זיין זיין שומר ווייל ער פלעגט גיין אויפן גאס מיט פארמאכטע אויגן, ר' מיכלע פלעגט אבער אויך גיין פארמאכט, גייט נישט אריבער צו לאנג און ר' הערשל האט אריינגעזעצט אין א ווייסע קאטשע, זייט דעמאלט פלעגט אייביג זיין אנגעצויגן צווישן די ביידע הויפן.
מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:02 am#247828
אריין אין צימעס
מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:39 am#247830
שמעקעדיג האט געשריבן: אבידה שאין לה תמורה!

יש תמורה.
פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:28 am#248410
קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ
פרייטאג יאנואר 16, 2015 11:48 am#248412
האב איך היינט געהערט א זיסע מילתא דבדיחותא בשם ר' מיכל'ע זצ"ל, וואס ער פלעגט כדרכו בקודש נאכזאגן ביי שמחות, א סארט ווערטל וואס פאסט זיך פאר זיינע סארט וויצן,

ויחד יתרו, זאגט רש"י 2 פשטים, איינס אז יתרו האט זיך געפרייט, און די צווייטע אז עס איז געווארן חידודין חידודין, ובלשונו המתוק, "שטעכעלעך שטעכעלעך"...
אין וואס ווענדט זיך די 2 פשטים?

האט ער מסביר געווען אז עס האט צו טאן מיטן פריערדיגן פסוק, "ויספר משה לחותנו".
אויב טייטשט מען 'ויספר' ער האט געציילט פון די סחורה (געלט), דאן מיינט 'ויחד' ער האט זיך געפרייט;
אבער אויב מען טייטשט 'ויספר משה' אז משה האט אפגעשוירן זיין שווער, דאן איז 'ויחד' טייטש נעשה בשרו חידודין חידודין, ווייל ווען מען שערט די האר שטעכט עס...
וכאן פרץ בצחוק קדוש ונורא......
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:01 pm#248418
לית דין בר נש האט געשריבן:מעג איך פארשטיין פארוואס מען ווארט צו עפענען אשכולות ביז יענע איז שוין נישט דא?
וואס זאל איך יעצט טוהן? איך האב פארפאסט זיך צו באקענען מיט אזא קדוש וטהור.

איך וויל בעטן ווער עס קען נאך אזא איד זאל ביטע יעצט עפענען א אשכול און יעדע זאל פארציילן זייער מעשיות וואס זיי האבן אליין געהאט און אליין גיזעהן און אליין גיהערט. איך זאל כאטש נישט זיין א צועק לשעבר.
יישר כח


הן בקדשיו לא יאמין

רש"י פ' ויצא

ואלקי יצחק. אף על פי שלא מצינו במקרא שייחד הקב"ה שמו על הצדיקים בחייהם לכתוב אלקי פלוני משום שנאמר הן בקדושיו לא יאמין כאן ייחד שמו על יצחק לפי שכהו עיניו וכלוא היה בבית והרי הוא כמת ויצר הרע פסק ממנו.
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:07 pm#248421
דריידל האט געשריבן:איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

איך קוק עס אן אלץ א שוואכקייט וואס ער האט געהאט אז ווען ער האט רחמנות געהאט אויף איינעם האט ער זיך נישט געקענט קאנטראלירן און געטון זאכן וואס זענען נגד השכל והלכה. ס'האט אים מסתמה געגעבן א סעטיספעקשאן וויסענדיג אז ער האט געטון כל מה שביכלתו צו העלפן א צווייטן.

איי וועסטי פרעגן אז די צאנזער רב האט דאך אויך אזוי געטון? אויף דעם איז די תירוץ אז נאכדעם וואס מ'ווייסט אויף איינעם אז ער איז דבוק בה' ובתורתו און זיינע אלע מעשים זענען געוואיגן און געמאסטן, מוז מען ענטפערן אז ער האט געהאט א ספעציעלע כוונה דערביי. אבער צו ברענגן א ראי' אויף איינעמס גדלות פון דעם, איז אבסורד.

די שווערסטע זאך איז זיך אויפצופירן נארמאל. ס'איז אסאך מאל גרינגער צו טון אויסטערלישע זאכן און האבן געוואלדיגע חומרות ווי איידער צו טון פשוט וואס מ'דארף.

פליז דאנט געט מי ראנג; הלוואי וואלט דאס געווען מיין גרעסטע עבירה, אבער איך דולד נישט ווען מענטשן כאפן התפעלות אן אריינטראכטן ווי וואס און ווען.

דריידל, "ביי די בוקס" ביסטו אפשר גערעכט, אבער טאקע דאס איז א גדלות, קענסט מסתמא די טייטש פון דעם מאמר חז"ל ביים חורבן ביהמ"ק "על שהעמידו דבריהם על דין תורה", און אויב צב"ש אן ארעמאן האט זיך געבעטן פאר א שטיקל ברויט האט מען יענעם רואיג איגנארירט, ווייל איך האב דאך שוין געגעבן מיין חומש פאר צדקה, זאל יענער אויסגיין...

וואס כ'מיין צו זאגן, מ'זעהט אזעלכע מעשיות ביי רבי ר' זושא און אנדערע צדיקים וואס האבן נישט געמאכט קיין חשבונות, ער האט גארנישט פארלאנגט פאר זיך, אלעס אוועקגעגעבן פאר יענעם אפילו דאס אייגענע העמד, דאס רחמנות און געטריישאפט פאר א צווייטן איד וועמען מען קען ניטעמאל, דאס ווייזט א ספעציעלע ווארעמקייט, א מדריגה אין אהבת ישראל, און איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען זאגן אויף אזעלכע מעשי צדקה אז מען קוקט עס נישט ארויף... איך גיי ארויס פון התפעלות, און כ'בין זיכער אז מ'וועט אים נישט שמייסן דארט אויבן פארן עובר זיין דעם חז"ל און מבזבז געווען יותר מחומש, אדרבה, עס האט זיכער אדורכגעבראכן די שערי רחמים...
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:18 pm#248424
שמעון וואלף האט געשריבן:קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ


איינס געבינדן מיט'ן צווייטן וד"ל
איך מיין נישט לגנאי פונעם קאלובען רבי'ן שליט"א נאר לגנאי פון די מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו אלטע אדער שוואכע רבי'ס
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:39 pm#248431
גאנצל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:קאלוב רבי פון וויליאמסבורג.
שוין אויך ליידער נישט געזינט איז לעצטענס געווארן א געלויפעכץ


איינס געבינדן מיט'ן צווייטן וד"ל
איך מיין נישט לגנאי פונעם קאלובען רבי'ן שליט"א נאר לגנאי פון די מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו אלטע אדער שוואכע רבי'ס


לפי רש"י הנ"ל שטימט עס זייער גוט ווייל אז א צדיק איז אינוואליד ל"ע איז די פשט אז דער מענטש איז ווי ער האט נישט קיין יצה"ר און איז מער בטוח אז ער וועט זיין עומד בצדקו.
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:45 pm#248432
סקווירא רבי פון ב"פ שליט"א לאיו"ט.
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:52 pm#248434
הוגה האט געשריבן:סקווירא רבי פון ב"פ שליט"א לאיו"ט.

זיין גבאי האפמאן ס'נעמט אים א יאר מיט א דינסטאג צו שרייבן א קוויטל. איך פרוביר צו גיין אייביג אינמיטן טאג ווען דער אנדעררע שטוב מענטש זיצט דארט, אריין און ארויס א מחיה.
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:59 pm#248435
אויב זוכט מען אן ערליכער איד פארוואס מוז ער האבן א קאמפאני נאמען. איך גיי צו א געוועזענער מגיד שיעור, א טייערער איד. אן ארבעטער אין די גראסערי א גאר איידלער יונגערמאן, און אן עלטערע האלאקאוסט סורווייווער א שכנטע, גאר א תמימות'דיגע און וואוילע, און עפעס א קאזין, א יונגערמאנטשיק מלא חסד. די מיט די קאמפאני נעמען זענען שוין בחשש קארופטירט דורך די איבעריגע כח וואס מען געט זיי
פרייטאג יאנואר 16, 2015 1:29 pm#248442
עזריאל האט געשריבן:בקיצור יעדער לייגט ארויס פון ווען מ'איז א חסיד...........

ניין! יעדער שרייבט (עכ"פ איך) זיין אפיניען ווער עס איז א עהרליכער איד און שפעטער ווען עס וועט זיין 'גרויסע אשכולות פון די דאזיגע אידען' וועט מען פרעגען פאר וואס האט מען נישט געזאגט ווען עס איז נאך געוועהן וואס צי טוהן! איז אלזא מיין אפיניען וואס איך האב געזאגט, און אנדערע האלטען אז פאפא אדער סקווירא מב"פ וכדו' גייט מען באוויינען פאר נישט אריינכאפען בעוד מועד.... נו זאל יעדער אויסקלייבען וואס ס'שמעקט אים דאס בעסטע!
פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:05 pm#248457
ניקעלשבורגער רבי פון ב״פ
פרייטאג יאנואר 16, 2015 3:23 pm#248460
בקיצור סקווירא בפ פאפא ניקלשבורג און איך בין נישט גערעכט. איז נישט!
מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:36 pm#248522
ובא השמש וזרח השמש
מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:50 pm#248526
איך זע א וזרח ההבדלה
מוצ"ש יאנואר 17, 2015 11:39 pm#248553
וואס פארגלייכסטו דא? די טאטע איז געווען א איד מיט א געשמאקע צורה ס'האט ווי געשפריצט קאטשעניו מיט געפילטע פיש, דער זון דא קוקט אויס ווי א זויערער איגריקע.
זונטאג יאנואר 18, 2015 11:23 am#248627
נא וואז'שע זאל ער טאהן? מאכען א פלאסטישע סורג'ערי?
זונטאג יאנואר 18, 2015 1:49 pm#248662
שמעקעדיג האט געשריבן:האב איך היינט געהערט א זיסע מילתא דבדיחותא בשם ר' מיכל'ע זצ"ל, וואס ער פלעגט כדרכו בקודש נאכזאגן ביי שמחות, א סארט ווערטל וואס פאסט זיך פאר זיינע סארט וויצן,

ויחד יתרו, זאגט רש"י 2 פשטים, איינס אז יתרו האט זיך געפרייט, און די צווייטע אז עס איז געווארן חידודין חידודין, ובלשונו המתוק, "שטעכעלעך שטעכעלעך"...
אין וואס ווענדט זיך די 2 פשטים?

האט ער מסביר געווען אז עס האט צו טאן מיטן פריערדיגן פסוק, "ויספר משה לחותנו".
אויב טייטשט מען 'ויספר' ער האט געציילט פון די סחורה (געלט), דאן מיינט 'ויחד' ער האט זיך געפרייט;
אבער אויב מען טייטשט 'ויספר משה' אז משה האט אפגעשוירן זיין שווער, דאן איז 'ויחד' טייטש נעשה בשרו חידודין חידודין, ווייל ווען מען שערט די האר שטעכט עס...
וכאן פרץ בצחוק קדוש ונורא......

די ווארט הגם עס איז גוט איז געזאגט געווארן דורך א בדחן אין מאנסי על דעת אז ר' מיכעלע וואלט דאס ווען געזאגט...
זונטאג יאנואר 18, 2015 4:13 pm#248697
חבל על דאבדין. הגה"צ ר' מיכלע זצ"ל איז געווען א ריכטיגער ביישפיל פון א תמימות'דיגער ערליכע איד. ניין, ער איז נישט געוווען דער אויסגערופענער חכם, אבער ער האט געדינט דעם אויבערשטן מיט תמימות ללא כחל וסרק ע"ד אבותינו ורבותינו. אפילו זיין ראביסטעווע איז געווען באופן ענווה אן קיין שום חשיבות אין די אייגענע אויגן, נאר וויסנדיג אז ער איז מהנה אידן מיט שמחה און התעוררות.
זכותו יגן עלינו.
זונטאג יאנואר 18, 2015 4:57 pm#248710
ווער עס געדענקט, האט ר' מיכעלע פארקויפט ספרים וואס ער האט געוואלט פארשפרייטען, בין איך געווען ביי אים ווען ער האט באקימען א שיפמענט פין פריש געדריקטע ספרים, ער האט געדארפט באצאלען פאר דע גוים פאר דעליווערי האט ער זיי געגבען פ"ס, זיי קיקן עם אן מיט ווינדער וואס ער גיט זיי, זיי האבען אזא געלט קיינמאל נישט געזען,זאג איך עם אז זיי נעמען נישט קיין פ"ס, זאגט ער מיר איך זאל זיי זאגן אז דאס איז גיט געלט, ער האט נישט פארשטאנען פארוואס זיי נעמען דאס נישט,
מיטוואך יאנואר 21, 2015 6:49 pm#249298
ירח בן יומו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך זעה נישט די גדלות פון איינער וואס גיט אוועק זיין גאנצע געלט. די משנה אין עירוכין זאגט "אל יחרים אדם כל נכסיו" אויך די גמרא אין כתובות "המבזבז אל יבזבז יותר מחומש" (און אזוי איז געפסקנט אין שו"ע.)

אין תניא שטייט אז א בעל עבירה וואס זוכט א כפרה כמש"כ וחטאך בצדקה פרוק, מעג אוועק געבן אלעס וואס ער פארמאגט, כל אשר לו יתן בעד נפשו.
ח"ו איך מיין נישט ר' מיכל'ע, אבער אונז קענען נאך נוצן די עצה.

נו ר' מיכל'ע איז דאך דער "בעל התניא" אליין.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 6:58 pm#249302
אן אינטערעסאנטע אינטערוויאו האב איך געהערט אויף קול מבשר פון זיינס א חבר פון דערהיים. ער זאגט אז ווען הרה"ק ר' מעכעלע איז געקומען קיין ארץ ישראל און ער נישט געהאט קיין פרנסה, האט ער זיך שואל עצה געווען ביי איינעם און יענער האט אים גע'עצה'ט צו ווערן א רבי. וכך הוה.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 7:14 pm#249304
דער יענער וואס האט אים גע'עצה'עט צו ווערן א רבי איז געווען מהרי"צ דושינסקי זצ"ל.
פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:15 am#249671
איך ווייס נישט און ס'איז נישט נוגע ווער עס האט אים געהייסען אדער גע'עצה'ט וואס! אין פאקט איז ער געוועהן א איש צדיק וקדוש און צי דעם אויך א פועל ישועות וואס איך קען פערזעדליך מעיד זיין דערויף!
פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:26 am#249723
שלמה המלך האט געשריבן:איך ווייס נישט און ס'איז נישט נוגע ווער עס האט אים געהייסען אדער גע'עצה'ט וואס! אין פאקט איז ער געוועהן א איש צדיק וקדוש און צי דעם אויך א פועל ישועות וואס איך קען פערזעדליך מעיד זיין דערויף!