פארומס › פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

2,017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג יאנואר 03, 2016 5:55 am#315753
גר ותושב האט געשריבן:http://youtu.be/xlHlonUyV1A
Ted Cruz פארציילט א מעשה וואס איך מיין מען זאגט עס נאך פון ר יעקב מילער

טוה מיר איין טובה יענקיל מיללער איז כאטש עפעס הומאריסטיש און פאוני ער איז ווייט פון פאוני און ער מאכט בכלל נישט קיין סענס, וואס איז פשט פון די מעשה? ס׳זעט אויס ווי א זעקס יעריג יונגל רעדט.
זונטאג יאנואר 03, 2016 7:05 am#315757
נייע וויזניצע ניגון :P
Bernie Sanders "Bern It Up" Remix
m https://www.youtube.com/watch?v=vBg2c-vId64 m
זונטאג יאנואר 03, 2016 8:27 am#315760
שבת אחים האט געשריבן:Al-Shabaab recruit video with Trump excerpt: U.S. is racist, anti-Muslim

http://www.cnn.com/2016/01/02/middleeas ... deo-trump/

פארטייט זיך הילערי האט זיי געגעיבן די אידיע
זונטאג יאנואר 03, 2016 10:37 am#315765
שבת אחים האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:http://youtu.be/xlHlonUyV1A
Ted Cruz פארציילט א מעשה וואס איך מיין מען זאגט עס נאך פון ר יעקב מילער

טוה מיר איין טובה יענקיל מיללער איז כאטש עפעס הומאריסטיש און פאוני ער איז ווייט פון פאוני און ער מאכט בכלל נישט קיין סענס, וואס איז פשט פון די מעשה? ס׳זעט אויס ווי א זעקס יעריג יונגל רעדט.

עס איז זייער א זיסע מעשה! שטארק הנאה געהאט!
זונטאג יאנואר 03, 2016 10:59 am#315769
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:http://youtu.be/xlHlonUyV1A
Ted Cruz פארציילט א מעשה וואס איך מיין מען זאגט עס נאך פון ר יעקב מילער

טוה מיר איין טובה יענקיל מיללער איז כאטש עפעס הומאריסטיש און פאוני ער איז ווייט פון פאוני און ער מאכט בכלל נישט קיין סענס, וואס איז פשט פון די מעשה? ס׳זעט אויס ווי א זעקס יעריג יונגל רעדט.

עס איז זייער א זיסע מעשה! שטארק הנאה געהאט!

אבאמא גייט ארויס פון אפיס און הילערי (אדער סענדארס האפענטליך) קומען אריין (לויט די יעצטיגע פאולס) סאו איך זעה נאכנישט פארוואס ער פרייד זיך אזוי שטארק. סבלייבט ביי די דעמעקראטן לכאורה.
זונטאג יאנואר 03, 2016 10:26 pm#315880
בד״וו די ליפט אין אמעריקע איז אז עס קומט א רעפובליקאנער פרעזידענט. ספעציעל אין מלחמה צייט. סא עס איז גארנישט אזא אמוזיסטער פרייד.

בוש האט באשיינפערליך א אגענדע ״תמות נפשי עם פלישתים״. ער האמערט יעדן טאג שרעקליכע עדס קעגן טראמפ. און די רעזאלטאטן גייען זיך שטארק אנזען ביי די פריימעריס. א שטייגער ווי אבאמא האט געטון פאר ראמני אין לויף פון זומער. בוש טראכט אז די עדס גייען גיין אין פעווער פאר אים, אבער אין ערגעסטן פאל האבן א שטיקל נחמה מיטן זיך נוקם זיין אין טראמפ, זיין בלוט שונא.
זונטאג יאנואר 03, 2016 10:55 pm#315883
פרייוויליג האט געשריבן:בד״וו די ליפט אין אמעריקע איז אז עס קומט א רעפובליקאנער פרעזידענט.

וועלכע אמעריקא? סאוט אמעריקא? ווייל וואו איך דריי מיך הער איך על פי רוב ליבעראלע רעטאריק, שטארקע עקסייטמענט פאר סענדערס און הילערי, ובעיקר איז דער עולם ביטער אנטוישט פון די דיווייסעווניס און אומקאמפיטענס אין די רעפאבליקאנער פארטיי, זייער נארישע אגענדעס פון אנטי אימיגרעישאן, אנטי אבארשען, אנטי העלטקעיר, אנטי מוסלעם, אנטי אלעס מיט גאר ווייניג פאזיטיוו. מען קען נישט געווינען אין די וועסט מיט אן אנטי געי אגענדע, נישט אין 2016.

.
זונטאג יאנואר 03, 2016 11:59 pm#315893
דאס איז אויך אמת, און זאגסט גראדע גוטע נקידות. איך האב גראדע פון א מלחמה פראספעקטיוו. געווענדליך ווען עס איז שעת מלחמה דארף מען א שטרענגע טאטע וואס זאל דערשרעקן די וועלט. אזוי קען מען זען דורכאויס די פריערדיגע מלחמות זענען געווען בדרך כלל רעפאבליקאנער.
מאנטאג יאנואר 04, 2016 2:15 am#315903
די פריערדיגע מלחמות איז געוועהן "נאר וועגן די רעפובליקאנער!" און וואס ווייניגער ריפובליקאנער אין וואשינגטאן אלץ ווייניגער מלחמות וועט זיין!, ווען מהערט וועין אויס בערני סענדארס דעמאלסט פאר די איראקע מלחמה וואלט אמעריקא און די וועלט געשטאנען יעצט אסאך בעסער אין כמעט יעדע סיטאוציע! ס'וואלט נישט געקאסט אזויפיל שווערע טריליאנען און אמעריקא וואלט קיינמאל נישט געהאט אזעלכע אסטראנאמע און געשוואלענע חובות, און צענדליגער טויזענטער יונגע סאלדאדטן וואלטן נאך געלעבט און געהאט הענט און פוס און גאנצע אברים און טויזענטער משפחות וואלט נישט פלוצלינג איבער נאכט אומגליקליך געווארן פארלירינדיג זייער באליבסטע פאר אייביג. אמעריקא'ס אימעדזש אין די וועלט און אין אייראפע וואלט נישט געוועהן אזוי אראפגענידערט, אייסעס וואלט מסתמא נישט עקזיסטירט, און מיליאנען איראקער וואלטן נישט אזוי שטארק פיינט געהאט אמעריקא, סאדאם כוסעין איז טאקע געוועהן שלעכט אבער נישט אויף אזא פארנעם אז מיר אמעריקנע זאלן מוזן אריינגיין אין א ענדלאזע מלחמה ווייט פון אונזער היימלאנד אויף א אנדערע קאנטינענט אין א לייבן גרוב איינשטעלנדיג אונזער ארמיי און די גאנצע ראאין אין כאאס, ווייל למעשה די דארטיגע איינואוינער דארפן אונז נישט האבן דארט און זיי ווילן נישט אז אמעריקע זאל מאכן סדר אין זייער היימלאנד.

און אסאך מאהל איז מען אין א catch 22 situation ווי מדארף אויסוועהלן וועלכע פון די צוויי שלעכטע אפציעס איז בעסער, לאזן א דיקטעטאר ווי סאדאם אויפן בענקל וואס ברענגט אביסל אומסטאביליטי אין די ראאין אדער גיין אין מלחמה אין א צוריקשטאנענע דריטע וועלט און אנברענגען כאאס און אומסטאביליטי און אויסהארגענען טויזענטער אומשולדיגע בירגער און זיי נאכן שלעפן נאקעט אויף די גאסן אבו גרעיב סטייל לעיני כל העמים ? אזוי ווילסטו אמעריקא זאל אויסקוקן ? דאן וועהל פאר די ריפובליקאנער דיינע "שטארקע שטרענגע טאטעס"! איך בין זיכער וועסט באקומען גלייך ריזיגע "טעקס ברעיקס" און אמעריקא וועט זיין מעהר סעיף ווי ווען אימער און אייסעס וועט צושפארן די טיהרן פון זייער ארגאנזאציע א טאג נאך טראמפ אדער קרוז איז אין די ווייסע הויז! no doubt!
מאנטאג יאנואר 04, 2016 3:12 am#315905
שבת דיינע פאקטן זענען טאקע אמת ויציב ווארט פאר ווארט. אבער מיט דעם אלעם פארפעלסטו א נקודה; מ'קען נישט קומען לאחר המעשה און פארפירן כ'האב אייך געזאגט כך וכך וועט געשען און איר האט מיר נישט אויסגעהערט. קיינער האט נישט געוואוסט אויף זיכער וואס ס'וועט זיך אויסקאכן, ס'געווען שפעקולאציעס לכאן ולכאן, אויך רעכטע נגד און לינקע בעד.
קלינטאן האט אויך פיין געטיילט מכות אויף וואס די ראדיקאל לינקע זענען אים נישט מוחל.

אונטערשטע שורה: רוב אמעריקאנער זענען געווען בעצה אחת יא צו אינוואדירן איראק, מיט גוטע כוונות. צו ווייל מ'האט געמיינט סאדאם פארמאגט פארבאטענע וואפן, צו ווייל מ'האט געמיינט ער איז פארבינדן מיט בין לאדין, אדער א טעראריסט פאר זיך, און מ'קען מער נישט נעמען קיין טשאנסן. איך שיהיה, ס'איז טאקע געווען א גרויסע טעות, אבער מ'קען נישט איבערשרייבן היסטאריע. יעדע מלחמה ענדיגט זיך אנדערש ווי געפלאנט, איידער א יעדע מלחמה איז דא יועצים וואס שפעקולירן לכאן ולכאן, ס'איז זייער גרינג צו שרייען לאחר המעשה איי טאלד יו סאו.
מאנטאג יאנואר 04, 2016 7:24 am#315909
נאכאמאל לאמיר נישט פארגעסן די פאקטן אז בוש און זיין אדמינסטראציע האבן ליגענט געזאגט ווי עס איז שוין ברייט באריכטעט געווארן איבעראל און אין קאולין פאועלס אייגענע בוך איז ער מודה אז די בוש אדמינסטראציע האט שטארק געשטיפט די מלחמה און אפען ליגענט געזאגט צו בארעכטיגן די מלחמה! און אוודאי דארף מען בלעימען זייו אדמינסטראציע וואס האט פארפירט די אמעריקאנע בירגער און געשפילט אויף זייערע שרעק זייענדיג נאך 9/11, רוב בירגער קענען נישט קיין אויסערן פאליטיק און ווייסן גאנץ קנאפ וועגן סאדאם כוסעין און צי ער האט וועפענס אף מעס דיסטראקשען צי נישט זיי פארלאזן זיך אויף וואשינגטאן, און די זעלבע איז געוועהן מיט אבא גרעיב וואס די אמעריקאנע אויפזעהערס דארטן זאגן אלע פה אחד און סאיז דא דאקומענטען וואס באשטעטיגן עס אז סאיז געקומען פון די העכסטע פלעצער אינערהאלב די בוש אדמינסטראציע צו פייניקען אומשולדיגע בירגער אויף א שרעקליכע אופן וואס איז געוועהן קעגן די גענעווא קאנווענשאן געזעצן (וואס למעשה זענען רוב פון זיי געוועהן אינגאנצן אומשולדיגע ציווילע בירגער).

עכפ אז די ריפובליקאנער וועלן זיין ביים רעדל קען מען זיך רישען אויף מלחמות ביג טיים, פוטין דארף נאר מאכן א הויכע געניץ און טעד קרוז וועט גלייך זיין גרייט מיט א דריטע וועלט מלחמה ווייל קליינע קינדער ווייסן נישט How to pick their battles.
מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:37 am#315921
אויב ליינסטו אלטע ביכער אדער עדיטאריעלס וואס דו קענסט מעגליך אנרופען קאנספערירער, וועסטו זען אז רוב מלחמות קומען דירעקט נישט אומדערעקט 'ווייל מיר זענען באדראעט". מלחמות ברענגן אויך אריין ריזיגע געלטער. און אויך איז די פאלק פאראייניגט ווייל מען איז אנגעווארעמט אדער אנגעשטרענגט וועגן די מלחמות. יעדער וויל אמעריקע זאל געווינען. והעולה על כולנא וויל אמעריקע ווייזן צו יעדן צייט מי בראש. סא מלחמות גייט זיין א אייביגע טרענד עד ימות המשיח. אפגעזען צו עס איז רעפאבליקאנער אדער דעמאקראטען.
מאנטאג יאנואר 04, 2016 11:49 am#315922
ווער עס איז זייער ענטוזיאסטיש פאר מולטי-טריליאן דאלערדיגע מלחמות קען טאקע רואיגערהייט שטימען פאר קלינטאן.
You'll get plenty of wars.
מאנטאג יאנואר 04, 2016 12:57 pm#315931
ישראל קאפקע האט געשריבן:ווער עס איז זייער ענטוזיאסטיש פאר מולטי-טריליאן דאלערדיגע מלחמות קען טאקע רואיגערהייט שטימען פאר קלינטאן.
You'll get plenty of wars.

סא וועם אינדארסירט קאפקע? ווער איז די בעסטע צווישן די אפציעס? ראן פאול? ער וועט נישט שטימען מיט דיינע אנדערע שיטות
מאנטאג יאנואר 04, 2016 1:23 pm#315940
When it comes to war on terror and foreign policy there almost no daylight between Clinton and mainstream republicans
מאנטאג יאנואר 04, 2016 3:21 pm#315966
שבת דו שרייבסט וואס ס'וואלט ווען אלס געווען ווען נישט די ריפאבליקענס אין ווייסן הויז ביי די איראקע מלחמה וואס יעדע זאך פאר זיך קען מען און איז שוין געווארן דעבאטירט

איך קען דיר זאגן וואס ס'איז געשען נאך 8 יאר פון דיין זיסע קלינטאן אין ווייסן הויז ס'איז געקומען טעראריסטן אנדעם וואס איינער האט זיי אנגערירט און אטאקירט נוי יארק און געהרגעט נאנט צו 4000 אומשולדיגע בירגער

ווען קלינטאן וואלט ווען נישט געווען אין אפיס און ס'וואלט געווען א פרעזידענט וואס פארשטייט אז מ'דארף גיין אין מלחמה ווען מ'דארף וואלט אמעריקא געווען מער מיט אפא ביליאן דאלער וואס מ'האט פארלוירן יענע צייט ביים אטאקירן די פיינענס וועלט און מיט 4000 בירגער צווישן זיי אומשולדיגע פייער וואלענטירן מער
מאנטאג יאנואר 04, 2016 3:21 pm#315967
א בחינה פון תבא אמו ותקנח
מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:27 pm#315976
גאנצל
שבת דו שרייבסט וואס ס'וואלט ווען אלס געווען ווען נישט די ריפאבליקענס אין ווייסן הויז ביי די איראקע מלחמה וואס יעדע זאך פאר זיך קען מען און איז שוין געווארן דעבאטירט

איך קען דיר זאגן וואס ס'איז געשען נאך 8 יאר פון דיין זיסע קלינטאן אין ווייסן הויז ס'איז געקומען טעראריסטן אנדעם וואס איינער האט זיי אנגערירט און אטאקירט נוי יארק און געהרגעט נאנט צו 4000 אומשולדיגע בירגער

ווען קלינטאן וואלט ווען נישט געווען אין אפיס און ס'וואלט געווען א פרעזידענט וואס פארשטייט אז מ'דארף גיין אין מלחמה ווען מ'דארף וואלט אמעריקא געווען מער מיט אפא ביליאן דאלער וואס מ'האט פארלוירן יענע צייט ביים אטאקירן די פיינענס וועלט און מיט 4000 בירגער צווישן זיי אומשולדיגע פייער וואלענטירן מער

טוה מיר א טובה! פארוואס איז קלינטאן ריספאנסיבל פאר 9/11? בוש האט באקומען דירעקטע ווארינוגען און בריפינוגס פון די סי איי עי הארט פאר די אטאקע (קענסט עס אליינס איבערליינען אויף די אינטערנעט) מיט פונקטליכע דיטעלס אז אסאמא בין לאדין גייט אטאקירן אמעריקע מיט פעסענדשער עירליין דזשעטס און ער האט גארנישט געטוהן דערצו און עס איגנארירט! ער האט ניטאמאל געהאלטן איין מיטונג מיט די קאנטער טערעראזים אין די זיבן חדשים וואס ער איז געוועהן אין אפיס אנשטאט דעם האט זיין אדמינסטראציע געשניטן פאונדיג פאר די דיפארטמענט פון קאנטאר טערעאריזים און ער איז געוועהן רוב צייט אויף וויקעישאן אין קעמפ דעיוויד און זיך ארומגעשפילט אלץ א "רענדזשאר" און זיך אפגערוהט פון זיין "שווערע ארבעט"!
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/President%27s_Daily_Brief">https://en.wikipedia.org/wiki/President%27s_Daily_Brief</a>
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/September_11_intelligence_before_the_attacks#Bush_era_reports">https://en.wikipedia.org/wiki/September ... ra_reports</a>
<a class="postlink" href="http://www.politico.com/magazine/story/2015/11/cia-directors-documentary-911-bush-213353">http://www.politico.com/magazine/story/ ... ush-213353</a>
מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:59 pm#315985
און קלינטאן האט נישט באקומען קיין איין ווארענונג הייסט ?

אסאמא בין לאדין האט זיך אויפגעוועקט א טאג נאך בוש איז געווארן פרעזידענט ? קען זיין א אסאמא האט אויך נאר אטאקירט אמעריקא ווייל ער האט געוואוסא אז בוש גייט אינוואדירן איראק

און די 93 אטאקע איז נאך נישט געווען גענוג א ווארענונג פאר קלינטאן אז דא דארף מען ערנסט עפעס טון ?

וואפארא נאן סענס שרייבסטו דא ?
מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:59 pm#315986
Trump: Hillary Was An "Enabler" For Bill Clinton

<a class="postlink" href="http://www.realclearpolitics.com/video/2016/01/04/trump_hillary_was_an_enabler_for_bill_clinton.html">http://www.realclearpolitics.com/video/ ... inton.html</a>
מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:13 pm#315991
גאנצל
און קלינטאן האט נישט באקומען קיין איין ווארענונג הייסט ?

אסאמא בין לאדין האט זיך אויפגעוועקט א טאג נאך בוש איז געווארן פרעזידענט ? קען זיין א אסאמא האט אויך נאר אטאקירט אמעריקא ווייל ער האט געוואוסא אז בוש גייט אינוואדירן איראק

און די 93 אטאקע איז נאך נישט געווען גענוג א ווארענונג פאר קלינטאן אז דא דארף מען ערנסט עפעס טון ?

וואפארא נאן סענס שרייבסטו דא ?

פארדריי נישט די שמועס מיט די 93 אטאקע יעצט! קודם האסטו געבלעימט קלינטאן פאר 9/11, האב איך דיר געפרעגט פארוואס בלעימען קלינטאן? בוש האט באקומען פול מיט ווארוניגען פון אלע זייטן אפילו פון די איזריעליס און ער האט זיך בכלל נישט צוטוהן געמאכט! יעצט פארדריי נישט די שמועס מיט די 93 אטאקע! קודם ענטפער פארוואס בלעימסטו קלינטאן אויף א זאך וואס איז געשעהן אויף בושס זייגער! די זעלבע ריפובליקאנער וואס האבן נישט אויפגעהערט האקן אין קאפ מיט הילעריס און אבאמאס דורכפאל אין בענגאזי ווי סאיז קלאר געוועהן א אומגליק אבער מקען זיך אסאך דינגען וועמענס שולד סאיז געוועהן (וואס איך בין נישט אינטערסירט אריינצוגיין יעצט דערינען) זענען שטיל ווען סקומט צו בלעימען בוש פאר 9/11 און שטעל דיך פאר ווען א דעמקראט וואלט געוועהן פרעזידענט אין9/11 וואלסטו קיינמאל נישט אויפגעהערט די ענד פון דעם ביז משיחס טאג,
מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:24 pm#315994
ווען קלינטאן זאל נעמען שריט אין צייט וואלט בוש שוין נישט באקומען קיין ווארענונג ..............

און דו ווילסט מדמה זיין בוש וואס איז קוים געווען 7 חדשים פרעזידענט און טעראר איז דעמאלט געווען א נייע און אומגלויבליכע ווילדפרעמדע זאך פאר אמעריקא

צו קלינטאן און אבאמא וואס זענען שוין געווען יארן אין מ'האט שוין געהאט קענען געלערנט די טעראריסטן און צוגאב צו דעם האבן זיי פונקט אזוי באקומען ווארענונגען איבער וואס דארט טוט זיך

די צווויי זאכן זענען ביי דיר די זעלבע ?
מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:46 pm#316003
קלינטאן האט געקענט אומברענגען בין לאדין אזוי ווי ער האט אליין מודה געווען.
911 האט גענומען יארן צו פלאנירן, מוהאמעד אטטא איינע פון די פילאטן איז געקומען צו אמעריקע זיך לערנען פליען א פליגער. ווען איז ער געקומען? אין יוני 2000 ווען קלינטאן איז געווען אין טשארדזש. און דאס איז שוין געווען דער עקסעקיושען פונעם פלאנירונג דורכצופירן 911. וואס אלעס איז פארגעקומען אויף קלינטאנס זייגער.
מאנטאג יאנואר 4, 2016 5:45 pm#316005
ליפא

סהאט נישט גענומען אזויפיל יאהרן ווי דו מאכסט עס צו פלאנירן די אטאקעס און אין ביל קלינטאנס צייטן איז ער נאכנישט געוועהן קין גרויסע פריארטי וויבאלד ער איז נאכנישט געוועהן דער ארכי טעראריסט משא"כ בוש וואס האט באקומען די קלארע פאקטן און איינצעלהייטן פון די אטאקעס און ער האט עס אינגאנצן איגנארירט!
און נאכדעם וואס ער האט שוין יא אטאקירט אמעריקע אויף א גרויסע פארנעם האט די בוש אדמינסטראציע ערמעגליכט אז בין לאדין זאל קענען אנטלויפן פון טארא בארא מיטן ווארטן א לאנגע צייט ביז זיי האבן זיך אנגערוקט קיין אפאגאניסטאן.
בוש וואלט געקענט אומברענגען בין לאדין גלייך נאך די אטאקעס אבער ער האט עס נישט געטוהן אנשטאט דעם האט ער א טאג נאך די אטאקעס ווען "קיינער" האט נישט געמעגעט פליען און אלע פליגערס זענען געוועהן געגעראונדעט, און אפילו די געוועזענע פרעזידענט בוש האט מען נישט גלאזט פליען דאמעסטיקלי האט די סטעיט דיפארטמענט געגעבן רשות פאר הונדרעטער סאודיעס אריינגערעכענט איבער צוואנציג פון די בין לאדין משפחה זאלן מעגן ארויסלויפן פון די לאנד! פאר מהאט נאך געוואוסט וואס ווען ווי זענען די בין לאדינס געוועהן ארויס פונעם לאנד אן קיין איין אינוועסטעיגעישאונס! קענסט זאגן וואס דו ווילסט אבער לייקענען היסטאריע קען מען שוין נישט היינטיגע צייטן און סאיז נעריש און נישט אקאוראט צוזאגן אז די בוש אדמינסטראציע איז נישט געוועהן ריספאנסיבעל פאר די 9/11 אטאקעס ווען ער איז שוין געזיצן כמעט א יאר אויפן בענקל און האט איגנארירט די דירעקטע טרעיטס!
מאנטאג יאנואר 4, 2016 5:51 pm#316007
ליין שטאטעליך. ווער האט וועם געווארנעט ווען...

In December 1998, the Director of Central Intelligence Counterterrorist Center reported to the president that Al-Qaeda was preparing for attacks in the USA, including the training of personnel to hijack aircraft.[13]

In late 1998 or early 1999, bin Laden summoned Khalid Sheikh Mohammed to Kandahar and gave approval for Mohammed to go forward with the plot.[14]
מאנטאג יאנואר 4, 2016 11:58 pm#316057
מיט וועלכע קאנדידאטן ביזטו דאס מערסטע איינשטימיג?
זייער אינטערעסאנטע אנקעטע.

https://t.co/lWfF56M92L

ער האט א ברייטע ליסטע פראגעס מיט דעטאלירטע ענטפערס איבער אלע אקטועלע טעמעס אין אמעריקאנער פאליטיק, העלטקעיר, עדוקעישן, אימיגראציע, גאווערנמענט עסיסטענס, וואוטינג רייטס, מינאריטעטן, עקאנאמישע פאליסיס, סאציאלע טעמעס, אויסערן פאליטיק און אזוי ווייטער.
צום ענדע שטעלט ער דיר צו אן אויספירליכן באריכט וואו דו שטייסט אויפן פאליטישן און אידעאלאגישן ספעקטרום און מיט וועלכע קאנדידאטן דו ביזט מער און ווייניגער איינשטימיג.

מיינע רעזולטאטן.

וואונדער איבער וואונדער האט ער אויסגעקליבן ניו יארק סיטי אלס די לאקאציע מיט וועלכע איך בין דאס מערסטע איינשטימיג אידעאלאגיש אן וויסן פון פאראויס וואו איך וואוין.
📎 Screenshot_2016-01-05-00-03-41-1.png
איך בין אמאל געווען פיל מער ליבערטעריען געשטימט, היינט שוין נישט אזוי ווייט.
📎 Screenshot_2016-01-05-00-21-00-1.png
צו מיין ערשטוינונג טענה'ט ער אז איך בין מער איינשטימיג מיט קלינטאן איבער אויסערן פאליטיק ווי מיט סאנדערס, זעט זיך אויס אז זי 'זאגט' ווייניגסטנס די ריכטיגע זאכן.
📎 Screenshot_2016-01-04-16-51-59-1.png
צו מיין אנטריסונג ווייזט ער אז איך בין מער איינשטימיג מיט דאנאלד טראמפ אויף פאליסי ווי מיט סיי וועלכע אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאט...
📎 Screenshot_2016-01-05-00-04-36-2.png
דינסטאג יאנואר 5, 2016 1:18 am#316064
קלינטאן האט געטאן וויפיל ער האט געקענט, ער איז געווען דער וואס האט פארפירט כסדר אז מ'דארף פון בין לאדין'ען קעיר נעמען, און ווער מיינט איר איז אים געשטאנען אין וועג, אפגע'חוזק'ט פון אים כסדר און גע'טענה'ט אז ער איז צי אבסעסט מיט בין לאדין און די געפאר פון טעראר אויף אמעריקע? די רעפובליקאנער!!

און ווי א געטרייער רעפובליקאנער, טריי צו די אידעאלאגיע אפגעזען וואס די פאקטן אויפן שטח זענען, האט זיך בוש ווייטער אויסגעלאכט פון די באלדיגע טעראר געפאר.

לשבר את האוזן: מ'זאל זיך פארשטעלן אז גלאובעל ווארמינג ברענגט איין מאל עפעס א דיזעסטער רח"ל וואס איז אומצוויידייטיג, מ'קען דאס נישט ספינען, און ס'איז נישט קיין שטייטע ביסלעכווייזע געשעעניש (וואס דאס איז די פאקטישע מציאות פון גלאבעל ווארמינג, אבער אויב זאל זיך מאכן אזא סארט געשעעניש וואס מ'קען מדמה זיין צו א טעראר אטאקע), און דער רעפובליקאנער פרעזידענט אין אמט נעמט די מייקראפאן און רעדט צו די אמעריקאנער בירגער, זייער שארף, ער דערקלערט מיט פאטאס א קריג אויף גלאובעל ווארמינג, און שרייט הלנו אתה אם לצרינו, א לאנד וואס שטעלט זיך נישט צו און וועט ווייטער פארפעסטעווען די לופט פון אונזער פלאנעט איז אויטאמאטיש אונזער שונא, און לסוף וועלן נאך די רעפובליקאנער און קאנסערוואטיווע מויל מאכער, טאלק שאו האסטס און פראפאגאנדיסטן גאר קומען אטאקירן דעם געוועזענעם פרעזידענט סאנדערס(... אין אלטעסהיים) אז ער האט נישט גענוג געטאן קעגן גלאובעל ווארמינג!!
דינסטאג יאנואר 5, 2016 1:22 am#316066
<a class="postlink" href="https://youtu.be/7DI7u-TytRU">https://youtu.be/7DI7u-TytRU</a>
דינסטאג יאנואר 5, 2016 1:37 am#316069
<a class="postlink" href="http://volokh.com/posts/1159261288.shtml">http://volokh.com/posts/1159261288.shtml</a>
דינסטאג יאנואר 5, 2016 2:42 am#316072
ס׳געפעלט מיר ווי די זעלבע מענטשען וואס האבן נישט אויפגעהערט צו האמערן אין קאפּ מיט אמעריקעס דורכפאל אין בענגאזי אפילו עס איז קלאר געוועהן אומדירעקט וועלן זיי אבער נישט מודה זיין אז בוש האט דירעקט אריינגעלייגט אמעריקא אין א אומזיסטיגע ענדלאזע מלחמה וואס די שאדן פאר אמעריקא וועט אונז באגלייטן פאר א לאנגע צייט, ווען דו וועסט פארהאלטן די ריפובליקענס פאר דעם וועלן זיי אינגאנצן ארויפלייגן די שילד אויף ביל קלינטאן אלעס איז some how קלינטאן שולדיג! משא״כ בוש איז ממש א צדיק כמיין אז איך זאל מיך גיין קוויטלן ביי אים!

די היפקראסי און בלינדקייט פון די ריפובליקענאר איז עד לב השמים, זיי זענען נעבעך קיינמאל גארנישט שולדיג! איי בוש האט זיך בכלל נישט וויסענדיג געמאכט פון די אומצאליגע ווארינונגען אז אל קאידא גייט אונז אטאקירן און דערנאך האט ער דירעקט ליגענט געזאגט פאר די אמעריקאנער בירגער און פאר די גאנצע וועלט מיט אויפמאכן א באבע מעשה אז סאדאם האט שרעקליכע שעדליכע וועפענס און דערנאך האט ער פארשמיצט אמעריקעס פנים מיט פייניקן אומשולדיגע בירגער אינקוואזיציע סטייל אין אבו גרעיב אויף א נידערטרעכטיגע אוממענטשליכע מיאוסע אופן וואס מהאט נאכנישט געהערט אזאנס אין די מעריב וועלט אין די היינטיגע צייטן!, פארדעם טאקע ווערט ער פארעכענט אלץ א דיקטעטאר א לעצטיגע אנקעטע אין אייראפע פון די הונדרעט ערגעסטע דיקטעטארס אין היסטאריע איז דאבליא בוש אריינגעקומען נומער 32 נאך אזעלכע ארכי מערדער ווי היטלער, מוסעליני, אידי אמין, קים דזשאונג איל, סאדאם כוסעין און נאך, די איידיע אז א אמעריקאנע פרעזידענט זאל בכלל זיין אויף אזא ליסטע ווייזט ווי אזוי די וועלט האט אנגעקוקט די בוש אדמינסטראציע און איז א שאנדע און א פלעק פאר אמעריקע, דא לאוקאלי אויף ק״ש און אויף קאנסערוועטיוו טאלק שוי ראדיא איז ער אפשר א העלד (פארוואס הייב איך נישט אן צו פארשטיין בכלל) אבער אין די ציוויליזירטע וועלט איז ער א דיקטעטאר אויפן זעלבע שעלף ווי קאדאפי און אידי אמין!!!, ביי מיר איז ער קלאר פארעכענט אלץ די ערגעסטע פרעזידענט אין אמעריקע'ס היסטאריע און איך האלט אין א נארמאלע סאסייעטי וואלט בוש טשעני און רייס געדארפט זיצן אין חד גדיא פאר די רעשט פון זייער לעבן און זייערע קארפטירטע פירמעס און זייער שווערע מיליאנען וואלט געדארפט קאנפארסירט ווערן און צוטיילן פאר די משפחות און די וויקטאמס פון די מלחמה סיי פון די אמעריקאנע זייט און סיי פון די איראקער זייט.

@ליפא אויב קלינטאן איז שולדיג אין 9/11 דאן איז ראנאלד רעיגאן שולדיג אין בענגאזי!
דינסטאג יאנואר 5, 2016 2:53 am#316074
דו האסט באשולדיגט קלינטאן. איך נוץ דיינע reasoning און איך ברענג פון וויקי די זעלבע אויף קלינטאן

שבת אחים

טוה מיר א טובה! פארוואס איז קלינטאן ריספאנסיבל פאר 9/11? בוש האט באקומען דירעקטע ווארינוגען און בריפינוגס פון די סי איי עי הארט פאר די אטאקע (קענסט עס אליינס איבערליינען אויף די אינטערנעט) מיט פונקטליכע דיטעלס אז אסאמא בין לאדין גייט אטאקירן אמעריקע מיט פעסענדשער עירליין דזשעטס און ער האט גארנישט געטוהן דערצו און עס איגנארירט!

ליפא
ליין שטאטעליך. ווער האט וועם געווארנעט ווען...

In December 1998, the Director of Central Intelligence Counterterrorist Center reported to the president that Al-Qaeda was preparing for attacks in the USA, including the training of personnel to hijack aircraft
.[13]

In late 1998 or early 1999, bin Laden summoned Khalid Sheikh Mohammed to Kandahar and gave approval for Mohammed to go forward with the plot.[14]
דינסטאג יאנואר 5, 2016 3:06 am#316076
און פארוואס האט בוש גארנישט געטוהן? דו לייקענסט די פאקט אז הארט פאר 9/11 האט די סי איי עי אים געווארענט? ער איז דאך דעמאלסט געוועהן קאמאנדיר אין טשיף? ניין?
דינסטאג יאנואר 5, 2016 3:24 am#316077
ליפא
דו האסט באשולדיגט קלינטאן. איך נוץ דיינע reasoning און איך ברענג פון וויקי די זעלבע אויף קלינטאן

In late 1998 or early 1999, bin Laden summoned Khalid Sheikh Mohammed to Kandahar and gave approval for Mohammed to go forward with the plot.[14]

זאג דו ביסט בלינד ל״ע? טוה מיר א טובה לויט די וויקעפידיע בלאט איז קלינטאן געווארנט געווארן אויף א דזשענראל אטאקע פון אל קאידא איינמאל במשך די גאנצע אכט יאר פון זיין פרעזידענטשאפט אין 1998 , למעשה זענען מיר נישט אטאקירט געווארן אין (כמעט) די נעקסטע פיר יאהר! טאקע גאנץ מעגליך ווייל די קלינטאן אדמינסטראציע האט זיך וויסענדיג געמאכט פון דעם און עפעס געטוהן דערוועגן, דאגעגן דיין לובלינג בוש איז געווארנט געווארן אכט מאל אין די ערשטע זיבן חדשים פון זיין פרעזידענטשאפט און ווי געזאגט נישט געהאלטן קיין איין מיטונג מיט די קאנטער טעראריזם אנשטאט דעם האט ער געשניטן זייער בודזשעט און געגאנגען פישינג אין קעמפ דעיוויד! וועק דיך אויף מיין פריינד!
דינסטאג יאנואר 5, 2016 3:30 am#316078
שבת אחים
ליפא
דו האסט באשולדיגט קלינטאן. איך נוץ דיינע reasoning און איך ברענג פון וויקי די זעלבע אויף קלינטאן

In late 1998 or early 1999, bin Laden summoned Khalid Sheikh Mohammed to Kandahar and gave approval for Mohammed to go forward with the plot.[14]

זאג דו ביסט בלינד ל״ע? טוה מיר א טובה לויט די וויקעפידיע בלאט איז קלינטאן געווארנט געווארן אויף א דזשענראל, ניין נישט א דזשענראל אטאקע, נאר א אטאקע דורך היידזשעקן עראפלאנען. אטאקע פון אל קאידא איינמאל במשך די גאנצע אכט יאר פון זיין פרעזידענטשאפט אין 1998 , למעשה זענען מיר נישט אטאקירט געווארן אין די נעקסטע פיר יאהר!, דריי יאר, זעט אויס אז אזוי לאנג האט גענומען דאס פלאנירן. טאקע גאנץ מעגליך ווייל די קלינטאן אדמינסטראציע האט זיך וויסענדיג געמאכט פון דעם און עפעס געטוהן דערוועגן, דאגעגן דיין לובלינג בוש, ניין כ'בין גראדע גאנץ א קנאפער חסיד פון בוש, איז געווארנט געווארן
דינסטאג יאנואר 5, 2016 3:39 am#316079
ישראל קאפקע
זייער אינטערעסאנטע אנקעטע.

https://t.co/lWfF56M92L

ישראל קאפקע סארבעט נישט גוט ווייל איך האב עס פראבירט און סאיז אויסגעקומען 96% הילערי 😮 און 95% סענדארס און 51% טראמפּ און היות איך בין 1000% מיט סענדארס און 0% מיט טראמפּ האלט איך אז סאיז פעלערהאפטיג און נישט אקאורט 😎
דינסטאג יאנואר 5, 2016 10:11 am#316093
ס'דארף צו שטימען זייער גוט. מסתם קענען זיי די קאנדידאטן אביסל בעסער. נאר אויב די קומסט מיט אזעלכע נומבערס ווי 0% און 1000% איז האט עס נישט מיט אידיאולוגי אינדענטיפיקאציע. מיט וואס יא ווייס איך נישט, אפשר מיט סטיריאוטייפינג, אדער גאר ראסע 😮
דינסטאג יאנואר 5, 2016 10:53 am#316094
בן אדם
ס'דארף צו שטימען זייער גוט. מסתם קענען זיי די קאנדידאטן אביסל בעסער. נאר אויב די קומסט מיט אזעלכע נומבערס ווי 0% און 1000% איז האט עס נישט מיט אידיאולוגי אינדענטיפיקאציע. מיט וואס יא ווייס איך נישט, אפשר מיט סטיריאוטייפינג, אדער גאר ראסע 😮

אוואדי האב איך נישט געמיינט 1000%, געוועהן אביסל סארקאסטיש.
דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:12 am#316096
אבער ס'ווייזט נאכאלס די פאקט אז איגאנצען מיט סענדערס/הילערי איז שוין האלב טראמפ..
דינסטאג יאנואר 5, 2016 11:24 am#316097
טראמפ איז טאקע אין פילע הינזיכטן אינגאנצן נישט קאנסערוואטיוו. דאס צייגט נאר שטערקער איבער אז א וויכטיגער טייל פון די רעפובליקאנער וואס שטיצן טראמפ טוען דאס ווייל זיי זענען ראסיסטן און ביגאטס, און נישט באזירט אויף פאליסי.
דינסטאג יאנואר 5, 2016 5:20 pm#316181
שבת אחים
ס׳געפעלט מיר ווי די זעלבע מענטשען וואס האבן נישט אויפגעהערט צו האמערן אין קאפּ מיט אמעריקעס דורכפאל אין בענגאזי אפילו עס איז קלאר געוועהן אומדירעקט וועלן זיי אבער נישט מודה זיין אז בוש האט דירעקט אריינגעלייגט אמעריקא אין א אומזיסטיגע ענדלאזע מלחמה וואס די שאדן פאר אמעריקא וועט אונז באגלייטן פאר א לאנגע צייט, ווען דו וועסט פארהאלטן די ריפובליקענס פאר דעם וועלן זיי אינגאנצן ארויפלייגן די שילד אויף ביל קלינטאן אלעס איז some how קלינטאן שולדיג! משא״כ בוש איז ממש א צדיק כמיין אז איך זאל מיך גיין קוויטלן ביי אים!

די היפקראסי און בלינדקייט פון די ריפובליקענאר איז עד לב השמים, זיי זענען נעבעך קיינמאל גארנישט שולדיג! איי בוש האט זיך בכלל נישט וויסענדיג געמאכט פון די אומצאליגע ווארינונגען אז אל קאידא גייט אונז אטאקירן און דערנאך האט ער דירעקט ליגענט געזאגט פאר די אמעריקאנער בירגער און פאר די גאנצע וועלט מיט אויפמאכן א באבע מעשה אז סאדאם האט שרעקליכע שעדליכע וועפענס און דערנאך האט ער פארשמיצט אמעריקעס פנים מיט פייניקן אומשולדיגע בירגער אינקוואזיציע סטייל אין אבו גרעיב אויף א נידערטרעכטיגע אוממענטשליכע מיאוסע אופן וואס מהאט נאכנישט געהערט אזאנס אין די מעריב וועלט אין די היינטיגע צייטן!, פארדעם טאקע ווערט ער פארעכענט אלץ א דיקטעטאר א לעצטיגע אנקעטע אין אייראפע פון די הונדרעט ערגעסטע דיקטעטארס אין היסטאריע איז דאבליא בוש אריינגעקומען נומער 32 נאך אזעלכע ארכי מערדער ווי היטלער, מוסעליני, אידי אמין, קים דזשאונג איל, סאדאם כוסעין און נאך, די איידיע אז א אמעריקאנע פרעזידענט זאל בכלל זיין אויף אזא ליסטע ווייזט ווי אזוי די וועלט האט אנגעקוקט די בוש אדמינסטראציע און איז א שאנדע און א פלעק פאר אמעריקע, דא לאוקאלי אויף ק״ש און אויף קאנסערוועטיוו טאלק שוי ראדיא איז ער אפשר א העלד (פארוואס הייב איך נישט אן צו פארשטיין בכלל) אבער אין די ציוויליזירטע וועלט איז ער א דיקטעטאר אויפן זעלבע שעלף ווי קאדאפי און אידי אמין!!!, ביי מיר איז ער קלאר פארעכענט אלץ די ערגעסטע פרעזידענט אין אמעריקע'ס היסטאריע און איך האלט אין א נארמאלע סאסייעטי וואלט בוש טשעני און רייס געדארפט זיצן אין חד גדיא פאר די רעשט פון זייער לעבן און זייערע קארפטירטע פירמעס און זייער שווערע מיליאנען וואלט געדארפט קאנפארסירט ווערן און צוטיילן פאר די משפחות און די וויקטאמס פון די מלחמה סיי פון די אמעריקאנע זייט און סיי פון די איראקער זייט.

@ליפא אויב קלינטאן איז שולדיג אין 9/11 דאן איז ראנאלד רעיגאן שולדיג אין בענגאזי!

אזא 'בלינדקייט' פון א תגובה שוין לאנג נישט געזען
מיטוואך יאנואר 6, 2016 10:56 am#316288
דאנאלד טראמפ האט אנגעהויבן צו טענהן אז קרוז איז נישט ערלויבט צו ווערן פרעזידענט ווייל ער איז געבוירן און קאנאדע דא איז דא א קליפ ווי ער זאגט אפאר חדשים צוריק אז קרוז איז יא ערלויבט צו לויפן פאר פרעזידענט.
<a class="postlink" href="http://youtu.be/Pr7YtcKWqIE">http://youtu.be/Pr7YtcKWqIE</a>
מיטוואך יאנואר 6, 2016 12:57 pm#316306
Bernie Sanders: Trump is trying to divide us

<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/videos/politics/2015/12/24/bernie-sanders-intvw-donald-trump-cuomo-newday.cnn/video/playlists/bernie-sanders-2016/">http://www.cnn.com/videos/politics/2015 ... ders-2016/</a>
מיטוואך יאנואר 6, 2016 1:04 pm#316307
בערני סענדארס נעכטען אין ניו יארק באגלייט ביי א חסיד? ווער איז דער יעניגער?
מיטוואך יאנואר 6, 2016 1:07 pm#316308
Bernie Sanders: Hillary Clinton is 'wrong' on Wall Street
<a class="postlink" href="http://www.aol.com/article/2016/01/05/bernie-sanders-hillary-clinton-is-wrong-on-wall-street/21292421/">http://www.aol.com/article/2016/01/05/b ... /21292421/</a>
מיטוואך יאנואר 6, 2016 1:09 pm#316309
Sanders on Wall Street: Greed Is Not Good

<a class="postlink" href="http://finance.yahoo.com/video/sanders-wall-street-greed-not-213402831.html">http://finance.yahoo.com/video/sanders- ... 02831.html</a>
מיטוואך יאנואר 6, 2016 1:12 pm#316310
Samuel L. Jackson Didn't Know He Was In A Feud With Donald Trump
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/samuel-l-jackson-donald-trump-feud-seth-meyers_568d139ee4b0a2b6fb6ded28">http://www.huffingtonpost.com/entry/sam ... b6fb6ded28</a>
מיטוואך יאנואר 6, 2016 1:37 pm#316312
[quote="שבת אחים"]בערני סענדארס נעכטען אין ניו יארק באגלייט ביי א חסיד? ווער איז דער יעניגער?
quote/]

זייט ווען האט ער אזויפיל חסידים...???
זיי זענען פלעינע אדורכגייערס, אדער גייען זיי שאפינג אדער נעמען זיי אביסל ריסעס פון זייער ארבייט. סעים וויט דיס חאסיד.
מיטוואך יאנואר 6, 2016 1:44 pm#316314
בן אדם
שבת אחים
בערני סענדארס נעכטען אין ניו יארק באגלייט ביי א חסיד? ווער איז דער יעניגער?

זייט ווען האט ער אזויפיל חסידים...???
זיי זענען פלעינע אדורכגייערס, אדער גייען זיי שאפינג אדער נעמען זיי אביסל ריסעס פון זייער ארבייט. סעים וויט דיס חאסיד.

גאנץ מעגליך אז סאיז סתם א ניגעריגער חסיד , אבער ס'קוקט נישט אויס אזוי, ער איז באגלייט געווארן דורך אפאר הונדרעט מענטשען און אז ער האט זיך אריינגעשטיפט אזוי נאנט צו סאנדערס איז ער לכאורה נישט געוועהן סתם אדורכגייער.

בקיצור סאיז מיר גאר א קליינע נפק"מ.
מיטוואך יאנואר 6, 2016 4:39 pm#316329
BERNIE SANDERS CHATS WITH LARRY
JANUARY 5, 2016 - SEXIST DONALD TRUMP & BERNIE SANDERS CHAT 01/05/2016
hilarious intervuew 👍
<a class="postlink" href="http://www.cc.com/video-clips/lqu1xy/the-nightly-show-with-larry-wilmore-extended---bernie-sanders-chats-with-larry">http://www.cc.com/video-clips/lqu1xy/th ... with-larry</a>
מיטוואך יאנואר 6, 2016 5:17 pm#316335
שבת אחים
בערני סענדארס נעכטען אין ניו יארק באגלייט ביי א חסיד? ווער איז דער יעניגער?

די אינגל זעהט אויך אויס ווי א איד, ניין?