פארומס › פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

2,017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:43 pm#318108
מיט די נייעס אז פעילין גייט אינדארסן טראמפ, ווארפט דאס א שטיקל ליכט פארוואס די אמעריקאנער וויילער האבן געדאמפט די מעקעין-פעילין טיקעט.. נאר א שטאקיגע בהמה קען דאס טון.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 8:10 am#318200
בייסיגער קעפל

מיטוואך יאנואר 20, 2016 2:12 pm#318235
דעס איז געווען זיין בעסטע וועג שוואך צו מאכן קרוז

די טאקטיק פון לאו ענערזשי וכדו' האט ביי קרוז נישט געארבעט

קען זיין אז ווען ער ווייסט ווען פאראויס אז דער אייאווע גאווערנער גייט מאכן דעם זשאב מיט קרוז וואלט ער אפשר נישט געטאטשט שרה פעילין
מיטוואך יאנואר 20, 2016 4:37 pm#318250
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 4:33 pm#318416
New CNN poll in Iowa
Trump 37
Cruz 27

Sanders 51
Clinton 43
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 5:06 pm#318421
די עלעקשאן פולווער איז יעצט סופער הייס

פאולס גייען ארויף און אראפ

היינט איז ער העכער און דער דארונטער און מארגן פארקערט

די עכטע פיקטשער וועט זיך הערשט ארויס זעהן נאך נוי העמפשיר פריימעריס

די איינציגע שאלה וואס מ'גייט פושט זיין אין אייאווע איז אויב איינער און ווער ס'וועט זיין דער איינער וואס גייט נעמען פון דארט א שטארקע מאמענטום קיין נוי העמפשיר

און נאך נוי העמפשיר וועט זיך אנהייבן אויסקלארן ווער און ווער ס'גייען זיך פייטן פאר די נאמעני

די רעיס איז נאך אפען פאר טראמפ קרוז רוביא און אפילו פאר בוש, אנדערע ווי למשל קעיסיק איז נאך צו נידריג אין אנדערע סטעיטס אבער מ'קען קיינמאל וויסן
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 5:08 pm#318423
ליפא
New CNN poll in Iowa
Trump 37
Cruz 27

Sanders 51
Clinton 43

טראמפ איז העכער מיט 4 ווי די פאריגע CNN poll און קרוז איז ארויף מיט 6
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 10:45 pm#318464
📎 uploadfromtaptalk1453434336022.jpg
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 10:47 pm#318465
וועט זיי גארנישט העלפן. אויב עפעס וועט עס העלפן טראמפ
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 11:23 pm#318475
באצויבערנדן קאמפיין עד פארן סאנדערס קאמפיין.
Wow! Magical!!
https://youtu.be/2nwRiuh1Cug

@שבת אחים וואו זענט איר , אייער טרוים ווערט פארווירקליכט.
פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:09 am#318485

📎 IMG_20160122_020758.jpg
פרייטאג יאנואר 22, 2016 2:09 am#318486

מוצ"ש יאנואר 23, 2016 10:46 pm#318668
Outrage as Donald Trump Retweets Creator of Pic Showing Bernie Sanders Sent to Gas Chamber

http://forward.com/opinion/331449/that- ... item-img-3
מאנטאג יאנואר 25, 2016 10:09 am#318880
ריק פערי פון טעקסעס האט אינדאורסט טעד קרוז
מאנטאג יאנואר 25, 2016 12:01 pm#318890
כ'האב א געפיהל @שבת אחים איז אפגעפלויגן קיין אייווע וואלנטוירן פאר סענדערס. נישטא קיין צייט פאר ק"ש.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 7:26 pm#319098
IOWA: Donald Trump says during a news conference he “probably won’t bother doing the GOP debate” on Fox News in Des Moines Thursday night.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:23 am#319296
בערני סענדארס דרייט איבער אייווא מיט כמעט 20,000 וואלונטירן אין אייווא אליינס. @שבת אחים ?

בערני ראלי אין אייווא
https://www.youtube.com/watch?v=wHOdeum9juQ
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:15 pm#319348
ווי און ווען קען מען מיט האלטן די דיבאטע היינט נאכט?
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:31 pm#319354
http://www.foxnews.com/live-coverage/fo ... gop-debate
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:34 pm#319415
רעפאבליקאנער דעבאטע:
http://www.foxnews.com/live-coverage/fo ... gop-debate

טראמפ וועטראנס ראלי:
http://www.cbsnews.com/live/?ftag=CNMe94798
פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:38 am#319442
טראמפ'ס ראלי איז געוועהן אסאך בעסער ווי די דעבאטע

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:39 am#319443
📎 uploadfromtaptalk1454045952472.jpg

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
מוצ"ש יאנואר 30, 2016 7:17 pm#319537
Probably the last poll before the Iowa vots 📎 uploadfromtaptalk1454199453545.jpg
מוצ"ש יאנואר 30, 2016 7:30 pm#319539
Not probably
מוצ"ש יאנואר 30, 2016 10:00 pm#319554
איך מיין אז טראמפס נישט קומען צום דיבעיט איז געווען זיין בעסטע מאוו, ער איז א שוואכער דיבעיטער, עס איז ממש פאר די ערשטע וואלען, ער קען נישט עפארדען א פלאפ יעצט, אז ער קומט נישט איז ער כאטש אין די נייעס און קיין פלאפ ביים דיבעיט קען ער נישט האבן.
מוצ"ש יאנואר 30, 2016 10:07 pm#319555
בנוסף צו דעם האט ער דארט געלאזט קרוז זיין עיקר קעגנער אויפן פעלד אלייינס פארציקט ווערן פון די וועלף.
מוצ"ש יאנואר 30, 2016 10:09 pm#319556
די לעצטע אנקעטע פון אייאווע'ס גרעסטע צייטונג ווייזט טאקע אז רוב האבן נישט געקערט אז טראמפ איז נישט געגאנגען צום דעבעיט.
זונטאג יאנואר 31, 2016 12:34 pm#319617
מייקל פאראדעי
בערני סענדארס דרייט איבער אייווא מיט כמעט 20,000 וואלונטירן אין אייווא אליינס. @שבת אחים ?

בערני ראלי אין אייווא
https://www.youtube.com/watch?v=wHOdeum9juQ

יא יא איך בין דא אין מארשעלטאון אייאווא איך האלט עס מיט פון די נאנט.
זונטאג יאנואר 31, 2016 12:47 pm#319620
רויטע וואנצעס
כ'האב א געפיהל @שבת אחים איז אפגעפלויגן קיין אייווע וואלנטוירן פאר סענדערס. נישטא קיין צייט פאר ק"ש.

האסט צוגעטראפן אז איך בין טאקע אין אייאווע, אבער די סיבה פארוואס כהאב נישט גע׳שטיבלט לעצטענס איז פאר א אנדערע סיבה אינגאנצן. א לעבדיגע גריס פון מארשעלטאון אייאווא ווי עס איז יעצט דא א ראללי פאר לאטינאוס פאר בערני, באלד גייט זיין א סענדארס ראללי אין Des moines
ווי בערני גייט אטענדען.
זונטאג יאנואר 31, 2016 12:50 pm#319622
סא ק''ש האט א לעבעדיגע רעפארטער אין אייאווע??, we need to take advantage of this
זונטאג יאנואר 31, 2016 5:31 pm#319667
ליפא
סא ק''ש האט א לעבעדיגע רעפארטער אין אייאווע??, we need to take advantage of this

איך האב יעצט געהאט די זכי׳ צורעדן מיט בערני פאר בערך א האלבע מינוט. ווען ער איז ארויסגעקומען פון א ראלי אין Waterloo גייענדיג צו זיין קאמפיין באס,האב איך געשאקלט זיין הענט און אים געזאגט אז איך בין געקומען אלל די וועי פון ניו יארק צו קאמפיינען פאר אים, און איך בין געוועהן זיין ספארטער נאך פאר ער איז געלויפן פאר פרעזידענט ער האט זיך אויסגעדרייט צו מיר און געזאגט טענק יו מיט א שמייכל און געזאגט "we are gonna win!" און דערנאך האט אים א ריפארטער אפגעשטעלט און גערעדט צו אים פאר פינף מינוט און איך בין געשטאנען אין די זייט און זיך צוגעהערט און געכאפט א ווידעא, דערווייל האט ער נאך נישט קיין שום סעקיורטי און יעדער קען צוגיין צו אים, אין די נייעס איז היינט געוועהן אז ער גייט באקומען סיקרעט סערוויס פראטעיקשאן, זעהט אויס אז ס׳איז נאכנישט אין אפעקט, יעצט גיי איך פארן צום הויפט שטאט דעס -מוניאס אייאווא (115 מייל פון דא )ווי ס׳גייט זיין א גרויסע ראללי מיט די באטיילונג פון בערני!

דערווייל דארף ער גרויס רחמים צו געוואונען אייאווע אפילו ס׳איז דא אסאך אנטוזיעזים פאר אים איז עס נאך אלץ מעהר ווייניגער א רעכטע סטעיט ווי ליבעראל פאליסיס איז נישט אזוי פאפוילער, מעסטער פרעדיקטעאר Nate silver פון 538.com געט זייער א שוואכע טשענס פאר בערני צו געוואונען איייווא, רוב פאולס געבן הילערי 2-3 פוינטס העכער ווי סענדארס, כהאף אז זיי זענען ראונג און בערני וועט יא געוואונען אייאווע און לאמיר האפן אז די קוויניעפעק פאול איז גערעכט און סענדארס וועט געוואונען, אויב נישט איז צרות אבער נאכנישט אינגאנצן אווער, ער קען דעס אויך איבערקומען און געווינען אין אנדערע סטעיטס, וועלן מיר זעהן מארגן נאכט וואס די רעזולטס גייט זיין! דערווייל איז נישטא וואס צורעדן אז ס׳איז א טייט רעיס צווישן קלינטאן און סענדארס.
זונטאג יאנואר 31, 2016 5:44 pm#319669
שבת אפשר לייגסטו ארויף דעם ווידואו וואס דו האסט גענומען פון ר' בערניו ?
זונטאג יאנואר 31, 2016 7:54 pm#319677
שבת אפשר שאפסטו אונז אן עקסקלוסיוו אינטערוויו, ספעציעל פאר קאווע שטיבל? אויף אידיש פארשטייט זיך
זונטאג יאנואר 31, 2016 8:09 pm#319679
דערווייל בין איך געוועהן פארנומען זוכן פארקינג צו די ראלי היינט נאכט אין גרענדוויו קאלעזש אין דעס מאוניס שוין מעהר ווי א שעה צייט אלע פארקינג לאטס ארום די קאלעזש זענען פארנומען, הונדרעטער פארקינג ספעיסעס פון אפאר פארקינג לאטס זענען פול, אלע געסלעך ארום און ארום זענען אנגעשטויסן אזש ביז דריי מייל אוועק בלי גוזמא, טויזענטער מענטשען דארפן צו זיין אינעווענדיג, איך גיי יעצט אריינגיין וועלן מיר זעהן וואס טוט זיך. די היינטיגע נאכט ראללי איז געמאכט דורך די דעמקראטישע ליבעראלע ארגענזאציע moveon.org, איך וועל בלינ״ד ארויפלייגן בילדער און ווידעאס נאכן טריפ אדער שפעטער ביינאכט.
מאנטאג פעברואר 1, 2016 6:25 pm#319816
פאר in depth coverage פון היינט אין אייאווע אויף די ראדיא וועט זיין אויף wnyc אנגעהויבן פון 8 אזייגער
מאנטאג פעברואר 1, 2016 9:07 pm#319835
לייוו:

http://go.cnn.com/?stream=cnn

http://www.cbsnews.com/live/?ftag=CNM647193a
מאנטאג פעברואר 1, 2016 9:09 pm#319836
[ציטאט אראפגענומען]

כ'בין מסכים. א שאד די שאו זאל נישט אנהאלטן לענגער. ער האט נאך ניו העמשער נעקסטע וואך, אבער דערנאך איז צרות.
מאנטאג פעברואר 1, 2016 9:16 pm#319838
נאך נישט זיכער דער נאמבערס ריקען זיך נאך.
מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:01 pm#319840
מארטין אמאלי טרעט ארויס פונעם קאמפיין. מזל טוב!
מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:24 pm#319841
עס זעיט ווארשיינדלעך אויס אז טעד קרוז האט איינגענימען אייאווע
#הכנות
מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:30 pm#319842
יא, קרוז געווינט אייאווע. טראמפ האט זיך נישט ליב היינט נאכט, ער האט נישט ליב לוזערס.

מייק האקאבי ארויס. ביי ביי.
מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:31 pm#319843
📎 uploadfromtaptalk1454383910844.jpg
מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:33 pm#319844
די מצב ווערט שמעילער און שמעילער
די פרעזידענצקע באהאלט זיך אין קעילער.
📎 uploadfromtaptalk1454384025289.jpg
מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:37 pm#319845
מאדנע.. הילערי געווינט 122 וואטס דורך א coin פליפ.

http://theweek.com/speedreads/602890/hi ... -coin-toss
מאנטאג פעברואר 1, 2016 10:48 pm#319846
.Trump had a HUUUUGE loss tonight' almost as big as the CHINA wall he wants to build on the Mexican border
דינסטאג פעברואר 2, 2016 2:06 am#319882

📎 IMG_20160202_020616.jpg
דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:58 am#319917
דער טראמפ איז ווייט פון פארטיג. אין נוי העמפשיר האט ער אפילו נישט קיין קאמפעטישען
דינסטאג פעברואר 2, 2016 1:12 pm#319944
בלויע רעקל
דער טראמפ איז ווייט פון פארטיג. אין נוי העמפשיר האט ער אפילו נישט קיין קאמפעטישען

אויב דעס איז געבעיסט אויף די זעלבע פאולס ווי אייאווע דעמאלט האב איך דיר גרויס נייעס..........

חוץ מזה האב מיר נאך א וואך ביז נוי העמפשיר
דינסטאג פעברואר 2, 2016 7:55 pm#320025
גאנצל
בלויע רעקל
דער טראמפ איז ווייט פון פארטיג. אין נוי העמפשיר האט ער אפילו נישט קיין קאמפעטישען

אויב דעס איז געבעיסט אויף די זעלבע פאולס ווי אייאווע דעמאלט האב איך דיר גרויס נייעס..........

יא יא אויב די נוי העמפשיר פאלס זענען מיט 5 פאונטס אוועק געריקט איז טראמפ דער קלארער געווינער
דינסטאג פעברואר 2, 2016 8:23 pm#320026
כהאב נישט געוואוסט ווי גרויס די היימישע חרדישע מידיע איז! באמת! כהאב דא געטראפן אין אייאווע א פארפלייצונג פון היימישע זשארנאליסטן, פון די עמי מאגאזין האב איך געטראפן א חשובע פיינע געשמאקע אינגערמאן וואס רופט זיך ״טורקס״ (אין קורצן פאר טערקילטויב) און פול מיט אנדערע, יתד, המודיע, דזשאויש וויק, און נאך. און אפילו אפאר פון ארץ ישראל! איך האב אייביג געמיינט אז די חרדישע מידיע פלאגירט נאך פון אנדרע נייעס קוועלער און כהאב נישט געחלמט אז זיי האבן אייגענע רעפארטערס. ווען איך האב געלייענט היימישע צייטונגען איז עס באשטאנען פון די איד, די צייטונג, דאס אידישע ליכט, און דער יפה בעתו. דאס אלעס!

טורקס האט מיך געשלעפט צו פארשידנע ראלליס און ער האט מיר אפילו געגעבן א פרעס-פאס וואס מיט די קארטל קען מען פרעגן קשיות פון די קאנדידאטן און ער האט מיך געשלעפט צו דעם ריפוביליקאנער בהמה טעד קרוז ראלי און צו א הילערי ראלי כהאב געמאכט א בילד מיט הילערי און כהאב געהאט די זכי צו מאכן א בילד מיט די געוועזענע פרעזידענט ביל קלינטאן, צו א טראמפ ראלי האב איך שוין נישט געוואלט גיין(אלעס האט א שיעור! און כבין נישט נייגעריג אים צו זעהן)

בקיצור די טריפ קיין אייאווע איז געוועהן אסאך Fun און כ׳וועל אפשר באשרייבן די דיטעילס און היילייטס פון די טריפ איין טאג! און איך בין זייער העפי מיט דעם אז בערני האט כמעט געוואונען, איך האב פרידיקטעט (דא אויף קאווע שטיבל) אז ער גייט פארלירן מיט אפאר פוינטס, און דערווייל האט ער כמעט געוואונען אזש אז מ׳האט געדארפט פליפן קוינס אויף אפאר פלעצער! דאס איז א שטארקע מעסעדזש צי די דעמקראטישע עסטעבלישמענט און הילערי קלינטאן
!Don't Under estimate bernie sanders

אין ניו העמפשיר און אין נעוואדא גייען מיר זיכער געוואונען און איך פרידיקט אז בערני סענדארס גייט אין די ענדע געוואונען די דאמקראטישע נאמינאציע! מיטן אייבערשטינס הילף און מיטן רבינ׳ס כוח שטייצעך 😛