פארומס › פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

2,017 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג פעברואר 2, 2016 9:31 pm#320034
שבת אחים האסט געהאט א פרעסע פעסס און נישט ערלעדיגט א אינטערוויו פאר אונז?
דינסטאג פעברואר 2, 2016 9:59 pm#320043
דעת תורה
שבת אחים האסט געהאט א פרעסע פעסס און נישט ערלעדיגט א אינטערוויו פאר אונז?


איך קען דאך נישט, וועגן גילו!, הגם יעדער צווייטער ווייסט שוין במילא ווער איך בין דא. דאך האב איך נאכנישט די קוראש אינגאנצן זיך צי מגלה זיין, בעיקר וועגן מיינע עלטערן. וואס זאל איך טוהן?
דינסטאג פעברואר 2, 2016 10:02 pm#320044
גייסט אויך מיט קיין ניו העמפשיר?
דינסטאג פעברואר 2, 2016 10:05 pm#320046
בעט דעם חבר דיינעם.

פארשטייט זיך דער אינטערוויו זאל זיין אויף אידיש, אז די חברי קאווע שטיבל זאלן קענען פארשטיין-:)

איך בין נייגעריג צי ער געדענקט נאך אידיש, דער צוקונפטיגער פרעזידענט. פרעג אים אויס איבער אידישע טעמעס פארשטייט זיך, און קענסט אים צו ווייזן קאווע שטיבל אויב וויל ער זיך אמאל אפרוען אביסל -:)
דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:11 pm#320053
געוואלדיג
גייסט אויך מיט קיין ניו העמפשיר?

ניין, איך מוז צוריק קומען קיין ניו יארק, אבער איך פלאן צו פארן קיין נעוועדא אפשר אויף א צוויי טעג פאר די וואלן דארט וואס איז דער צוואצינגסטער אין פעב.
דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:14 pm#320054
דעת תורה
בעט דעם חבר דיינעם.

פארשטייט זיך דער אינטערוויו זאל זיין אויף אידיש, אז די חברי קאווע שטיבל זאלן קענען פארשטיין-:)

איך בין נייגעריג צי ער געדענקט נאך אידיש, דער צוקונפטיגער פרעזידענט. פרעג אים אויס איבער אידישע טעמעס פארשטייט זיך, און קענסט אים צו ווייזן קאווע שטיבל אויב וויל ער זיך אמאל אפרוען אביסל -:)

לכאורה דארף ער צו קענען א גיטע אידיש, זיין טאטע האט זיכער גערעדט אידיש מיט זיין מאמע אלע אידן יענע יארן האבן גערעדט אידיש אפילו די פרייע. ווייסט וואס דאס מיינט? דער נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקא רעדט אידיש??? איך בין עקסיידטעט!
דינסטאג פעברואר 2, 2016 11:25 pm#320057
מיין חבר טורקס האט גערעדט מיט אים וועגן ארץ ישראל סהאט אויסגעקוקט ווי ער ווערט אביסל אומבאקוועם און ער איז געווארן אביסלע נערוועז, כ׳ווייס נישט צו ער האט זיך געאיילט דעמאלסט אדער צו ער ווערט אומבאקוועם וועגן ארץ ישראל, ער האט אים גראדע געזאגט שכוח פארן שטיצן אונזער מדינה!

מ׳דארף אויך פארשטיין אז יענע טאג האט ער געהאט אפאר ראלליס צו גיין און ער האט זיך שטארק געיאגט אנצוקומען צו אלע די פלעצער פון איין פלאץ צום צווייטן איז געוועהן אזא50- 100 מייל צופארן, איך ווייס באמת נישט פון ווי ער נעמט די ענערגי, אפילו איך האב עס נישט געקענט אדורכמאכן און אנקומען אין צייט צו די ראליס, ער דארף נאך האלטן א רעדע אויף יעדע פלאץ און שאקלן טויזענטער הענט און נאך יעדע ראללי באפאלט אים די מידיע, ס׳איז נישט גרינג ספעציעל אין זיינע יאהרן! קיינער פון די אנדערע קאנדידאטן סיי פון די דעמקראטן און סיי פון די רעפובליקאנער האבן נישט קאמפיינט קיין האלב אזויווי אים, און ער איז די עלצטע פון זיי אלע! You got to give him credit .
מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:40 am#320062
א קליפ פון בערני מיט א קאפל ווי ער שפילט ״ראביי״ אין 1991

m http://youtu.be/YWl6TLvlFEk m
מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:55 am#320065
ער איז בערך אזא קאמידיען ווי א זינגער :)
מיטוואך פעברואר 03, 2016 1:03 am#320067
פשי איז דער אלט. אין 1991 איז ער שוין געווען שניי ווייס!

פיינע באריכט דיינע, מיר ווארטן אויף נאך.
דער טערקלטויב/טורקס איז פיינע נייעס, א לעבעדיג בחורל.

פארוואס ביזטו אזוי זיכער אז ער גייט געווינען אין נעוואדע? ער איז נאך איבער צוואנציג פונקטן אונטערשטעליג פון איר.

איך בין שוין גרייט זיי צו פארגעבן די וואונדערליכע ערשיינונג פון קלינטאן געווינען 6/6 coin tosses
(וואס האט בלויז א 1/64 מעגליכקייט אז אזאנס זאל פאסירן) אבער וואס פארא חוצפה איז דאס נישט ארויסצוגעבן די פאפולער וואוט? וואו איז דאס געהערט געווארן, מיר וואוינען אין א דעמאקראטיע, זיי מוחל גיב ארויס די וואל רעזולטאטן!
מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:54 am#320070
דעת תורה האט געשריבן:ער איז בערך אזא קאמידיען ווי א זינגער :)


אמת, איך האב אויך געטראכט די זעלבע, הער אויס מ׳דארף נישט קיין קאמידיען און זינגערס פאר פרעזידענט, מיר דארפן א ערנסטע קאנדידאט וואס מיינט עס אמת׳דיג און איינער וואס פארטרעט די מענטשען און די בירגערס אין וואשינגטאן און נישט איינער וואס האט אנדרע אינטערעסן פון קארפערעשאונס און ביליאנערן און דאס איז בערני סענדארס געוועהן די לעצטע 30 יאהר! א אמתע שטאטסמאן וואס מ׳קען נישט פאר קיין געלט אינטערקויפן און איינער וואס האלט זיך צו זיינע פרינציפטן און איז קאנסיסטענט מיט זיינע פאליסיס. וועסט נישט טרעפן מעהר א אמתע מענטש ווי אים אין פאליטיק און אין וואשינגטאן (אויסער עליזעבעט ווארען) לדעתי.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 4:19 am#320071
ישראל קאפקע האט געשריבן:פשי איז דער אלט. אין 1991 איז ער שוין געווען שניי ווייס!

פיינע באריכט דיינע, מיר ווארטן אויף נאך.
דער טערקלטויב/טורקס איז פיינע נייעס, א לעבעדיג בחורל.

פארוואס ביזטו אזוי זיכער אז ער גייט געווינען אין נעוואדע? ער איז נאך איבער צוואנציג פונקטן אונטערשטעליג פון איר.

איך בין שוין גרייט זיי צו פארגעבן די וואונדערליכע ערשיינונג פון קלינטאן געווינען 6/6 coin tosses
(וואס האט בלויז א 1/64 מעגליכקייט אז אזאנס זאל פאסירן) אבער וואס פארא חוצפה איז דאס נישט ארויסצוגעבן די פאפולער וואוט? וואו איז דאס געהערט געווארן, מיר וואוינען אין א דעמאקראטיע, זיי מוחל גיב ארויס די וואל רעזולטאטן!


יא טורקס איז א לעבעדיג שטיקל! אינמיטן וועג האט ער זיך צופייערט און זיך גענומען זינגען וויזשניצער ניגונים צוזאמען מיט מיר אויפן וועג צו די ראליס, זיין משפחה זענען מאנסי וויזניץ און זיינע ברודער האבן געלערנט אין גיבערס, אוי ווען ר׳ מאטעלע זאל וויסן אז ער האט דא צוויי חסידים אין אייאווע וואס זינגען וויזניצע ניגונים וואלט ער אפשר געפענט דא א שטיבל און געשיקט איינע פון זיינע דריי טויזענט אייניקלעך עפענען א וועזשניצער בעיסמעדריש :lol:

וועגן נעוועדא ביסטו למעשה גערעכט, ער איז אינטערשטעליג אבער ער ארבעט שווער דארט און ס׳איז גאנץ א ליבעראלע סטעיט נישט אזויווי אייאווע דעריבער האב איך שטארקע האפונונג אז ער וועט עס מאכן, ער איז געוועהן זייער אינטערשטעליג אין אייאווע אויך פאר ער האט אנגעפאנגן קאמפיינען דארט און למעשה האט ער זיך גאר שטארק ארויפגעארבעט דארט.

די גאנצע וועג וויאזוי די קאקוסעס אין אייאווע ארבעט איז אלטמאדיש און איין שטיק ליצנות, וואס קענען מיר טוהן? מיר וואוינען דאך אין א לאנד מיט א אלטמאדישע סיסטעם. אין די לענד אף די פרי קען דאך איינער האבן די פאפיולער וואוטס און דער וואס האט ווייניגער ווערט ערוויילט פרעזידענט עיין ערך בוש דזשוניאר ספעציעל אויב דיין ברודער איז דער גאווענער פון פלארדיא און דיין טאטעס בוזעם פריינד זענען די סופרים קאורט ריכטער... דאס איז אמעריקע אלטמאדישע סיסטעם מיט אלטמאדישע געזעצן וואס זענען קיינמאל נישט אפדעיטעט געווארן צוליב דעם וואס די פאליטשאונס אין וואשינגטאן זענען ביזי 365 טעג א יאהר שנארן געלט פאר זייער קאמפיין.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 4:20 am#320072
/
מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:56 am#320083
רענד פאול סוספענד זיין קאמפיין פאר פרעזידענט, גייט ווייטער לויפן פאר סענעט.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 11:54 am#320087
l viewtopic.php?p=276576#p276576 l

רויטע וואנצעס האט געשריבן:Turx איז א בערך דרייסיג יעריגע אינגערמאן פון לעיקוואד. זיין אידיש נאמען איז אברהם יעקב טערקלטויב. ער קומט פון א וואוילע לאס אנזשעלעס משפחה, און איז א איידעם אין בארא פארק ביי הרה"ח ר' יצחק אוירבאך. אברהם יעקב שרייבט א וועכנטליכע קאלום אין עמי. די ארטיקל איז געווענדליך א נושא אויפן סדר היום געמישט מיט הומאר. א אייזערנע קאפ און א אייזערנע פעדער. כאפ אמאל א שמועס מיט אים, ער פארשטייט די וועלט און קען אויך זיין גאר ערענסט. זיין קאמעדיא קאריער האט זיך אנגעהויבן מיט אפאר יאר צוריק אויף יוטוב מיט א רייע שפאסיגע קליפס, פון דארט קיין טוויטער און פעיסבוק אין אריין אין די מעינסטרעים. זיין הומאר איז אנדערש מיט דעם אז עס איז א געמיש פון זיין בעקגראנד, חסידיש היימיש מיט אן האליוואד טעם פון זיין היים שטאט.

נאך פרטים אויף זיין linkedin אקואנט: https://www.linkedin.com/pub/jake-turx/24/339/215


שמועסט מיט קרוז.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:05 pm#320089
שוין, ס'הייבט זיך אן...

Donald J. Trump ‏@realDonaldTrump 2h2 hours ago
Based on the fraud committed by Senator Ted Cruz during the Iowa Caucus, either a new election should take place or Cruz results nullified.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 2:28 pm#320101
קרוז ענטפער צו טראמפ.
uploadfromtaptalk1454524085069.jpg
מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:24 pm#320152
זייער גיט גענטפערט! ממש בריליאנט! אבער אינטערעסאנט קרוז זאגט פאר טראמפ ער זאל זיך גיין היילן פון טוויטער אדיקשאן! גאנץ גוט! אבער קרוז טייערער, וואס איז מיט דיין אדיקשאן צו גאנס? הא? איך בין געוועהן ביי א ראללי זיינע און האלב פון דער צייט האט ער גערעדט פון זיינע "טעקסעס וועליוס" פון גאנס און נאכאמאל גאנס און נאכאמאל גאנס, "אונז דארפן פראטעקטען די סעקאונד אמענדמענט פון די ליבעראלס" האט ער געשריגן, ווי כאילו אמעריקע'ס גרעסטע פראבלעם איז גאנס! ווען ס'וואלט נאר געוועהן נאך הונדערט מיליאן גאנס אין אמעריקא וואלט אלעס געוועהן גוט! קרוז טייערער! טוויטער האט נישט געהרג'עט צענדליגער טויזענטער אמעריקאנער, גאנס האט יא! דיין שרייען אויף טראמפ ער זאל זיך היילן פון זיין טוויטער אדיקשאן איז פונקט ווי א הערעווין אדיקט שרייט אויף א כולל אינגערמאן אז ער זאל זיך היילן פון זיין אדיקשאן צו קאווע! :roll:
מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:49 pm#320170
ק'פ
גייענדיג קיין ניו העמפשיר. טראמפ טראסקעט טראץ זיין אבסעלוטן 'געווינס' אין אייווע, בעת וואס די צוויי 'פארלירעס' טייען ביידע הויך און שלעפן אים אראפ ביים גענאק.

ווי ריכטיג. נאציאנאל רעכנט מען זיך גאנץ ווייניג מיט ווער עס 'געווינט' אין אייווע.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:54 pm#320171
בוש בעהט די פארשלאפענע עולם צו קלאפן אויף זיינע פארשלאפענע ווערטער. :cry:

מיטוואך פעברואר 03, 2016 11:13 pm#320172
How can you not like this guy!

.@BernieSanders: My album "is the worst album ever recorded" #DemTownHall

https://t.co/8HnoLKt4p3


.@BernieSanders mocks @realDonaldTrump's position on climate change

#DemTownHall https://t.co/ASbmv8rYFf
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:46 am#320176
Goldman Sachs chief: Sanders's criticism is 'dangerous'

m http://www.vox.com/2016/2/3/10903404/go ... st-sanders m

ס׳וועט זיי גארנישט העלפן!, זיי פראבירן צי דערשרעקן די מענטשען מיט א וואל סטריט קראך אויב סענדארס גייט געוואונען. די אמעריקאנער וועקן זיך אויף און הייבן אן צו פארשטיין די חרבן פון אמעריקאנער קאפיטליזים און די ביליאנערן הייבן אן צו ווערן נערוועז, זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך עצה צוגעבן מיט בערני און זיין מאוומענט! ביז יעצט האט מען געשמירט די רעדער און אלעס איז געוועהן שא און שטיל, נישט מיט בערני! מיר וועלן אויפדעקן זייערע קאראפציעס און אויפקלערן די עוורידזש אמעריקאנער ווער סנעמט צו זייערע ביסן און שרויפט ארויף די קאסט פון מעדצינען און אנדערע לעבענסוויכטיגע באדערפענישן! בלויז צוואנציג מענטשען אין אמעריקא האבן מעהר רייכטום ווי גאנץ אמעריקא צוזאמען! לוד בלאנקעפיין האסטוך דערשראקען ? דעס איז נאך גארנישט! ווארט נאר ווארט! גרייט זיך צו גיטע לאויערס פאר די אלע גניבות וואס ענק טוען אפ! ס׳איז צייט צוריק צונעמען אונזער עקאנאמיע! קענסט אונז נישט אינטערקויפן! סארבעט שוין נישט די וועג!!! טוה דיך אן בלעכענע הויזן! אוי וועט מען פיקסן זיין וואגן!
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:54 am#320180
Bernie Sanders: on Hillary Clinton speeches, I've got a real problem with people making $275,000 an hour while our college kids are struggling to pay back student loans
m https://www.facebook.com/MorningJoe/vid ... 002318762/ m
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:19 pm#320210
איינער איז צאמגעפאלן ביי בערני'ס ראלי און מיט זיין נאטורליכקייט לויפט ער העלפן
m m
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 1:08 pm#320220
טראסט מיר, גארנישט איז נאטורליך ווען אלע קעמערע'ס שיינען אויף דיר
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:14 pm#320314
גאר מעגליך אז דער קאמפיין מענעזשער האט ער אנגעדרייט. ביי יעדע עלעקשאן איז דא א ענדליכע מעשה, און וואונדעליך איז דער וואס חלש'ט פיל מאל ממש נעבן די קאנדיטאט.

אויב איז עס אזוי, גלייב איך אז בערני האט גארנישט געוואוסט. די פחד אין זיינע אויגן איז צו שטארק. (די אויגן זאגן: די וואל סטריט מאפיע האט אויסגעשאסן א קויל אין מיין ריכטונג)
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:27 pm#320315
אזא געשמאקע דעבאטע נישט געזעהן אין א לאנגע צייט. בערני מיט הילערי רייסן תוכן'דיגע שטיקער איינער פון צווייטן. ביידע האבן געוואלדיגע דעבאטע טאלאנטן.

m http://www.msnbc.com/msnbc2/watch/live- ... -landscape m
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:29 pm#320321
זייט מקיים די 'מאה קולות' לויט אלע שיטות. :D

m http://trumpdonald.org/ m
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:39 pm#320322
זי זאגט דאך אזוי גוט, א שאד נאר אז דרייפערטל דערפון מיינט זי נישט ערנסט און עס זעט זיך טאקע אן...
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:41 pm#320323
סהייבט אן ארויף צו שווימען אלע שוחד געלט וואס הילערי האט גענומען במשך פון די יאהרן
!State Department reveals Hillary Clinton has
received $500K worth of jewelry from saudi king
m http://m.nydailynews.com/news/politics/ ... -1.1441301 m
פרייטאג פעברואר 05, 2016 12:10 am#320324
Sanders is an honorable man
פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:15 am#320338
די טיימס מאגאזין זאגט אז בערני האט געוואונען די דעבאטע 86% און נאר 14% זאגט אז הילערי האט געוואונען! אלע אנדרע נייעס קוועלער זאגן אויך אז בערני האט געוואונען! :like
פרייטאג פעברואר 5, 2016 2:12 am#320340
washington post calaims clinton won, and bernie loses automatically since there must be a loser too
פרייטאג פעברואר 5, 2016 4:18 am#320341
דעת תורה
washington post calaims clinton won, and bernie loses automatically since there must be a loser too

די טיימס וואס איך ברענג אראפ איז א פאול פון מענטשען וואס מ׳האט אויסגעפרעגט, די וואשינגטאן פאוסט וואס דו ברענגסט אראפ איז א ארטיקל - זייער אייגענע מיינונג,דערווייל האב איך נישט געזעהן קיין פאול וואס זאל זאגן אז הילערי האט געוואונען.
פרייטאג פעברואר 5, 2016 10:48 am#320356
די לעצטע קוויניפיאק אנקעטע איז ממש שטוינענד, און "גאר" גוטע נייעס פאר סאנדערס.
.Hillary Clinton Losing Her National Lead Over Bernie Sanders, Poll also shows he is more electable! - <a class="postlink" href="https://t.co/ClVLatn4Jr">https://t.co/ClVLatn4Jr</a> via @ABC
פרייטאג פעברואר 5, 2016 3:02 pm#320381
ווען און ווי וועט זיין די דיבאטע מוצאי שבת?
פרייטאג פעברואר 5, 2016 4:03 pm#320386
When: 8 pmEastern Saturday

Where: St. Anselm's College Institute of Politics, Manchester, New Hampshire

TV: ABC

Online: ABCNews.go.com


אגב בין איך נייגעריג וועלכע פילטער איהר האט אז איהר האט נישט צוטריט צו Google נאר צו קאוועשטיבעל.....
פרייטאג פעברואר 5, 2016 4:06 pm#320387
איך ניץ טאפעטאלק.
פרייטאג פעברואר 5, 2016 4:24 pm#320395
mevakesh
When: 8 pm




[ציטאט אראפגענומען]


8?-9?
פרייטאג פעברואר 5, 2016 4:33 pm#320396
On ABC website it says 8 but I assume it's not promptly
פרייטאג פעברואר 5, 2016 4:36 pm#320397
[ציטאט אראפגענומען]


תיקון טעות:
וואס: קאמעדי שוי-טונקעלע הומאר
ווען: מוצאי שבת 9:00 בדיוק. (נעמט אין אכט, ע"פ תקנת רבינו וועט די זמנים געהאלטן ווערן גאר פונקטליך)
ווי: סט' אנסעלם קאלידזש, מאנטשעסטער ניו העמפשער.
ווער: הויפט קאמידיען -טראמפ, קרוז, רוביא, קארסאן, בוש, קריסטי, קעיסידזש
<a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/">http://abcnews.go.com/</a>
Reviews: I watched it last time and I didn't find It to be funny it's actually very sad The humor has turned very crude and not at all funny.
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 7:24 pm#320401
די קריטיק אז בערני סענדארס איז נישט גיט ווען ס׳קומט צו ״אויסערן פאליטיק״ וואטשסט ווי בריליאנט ביל מאהר ענטפער אויף דעם!

<a class="postlink" href="http://youtu.be/cJmH2wWDze4">http://youtu.be/cJmH2wWDze4</a>

ער איז דער איינציגסטער פון אלע קאנדידאטן וואס האט פארויסגעזהן די חרבן וואס די אומזיסטיגע מלחמה אין איראק גייט ברענגן פאר די ראיאן און פאר אמעריקא! פונקטליך וואס ער האט געזאגט פארויס דאס איז געשעהן, בשעת ווען ס׳נישט געוועהן פאפיולער צי זיין קעגן די מלחמה איז ער געוועהן פון די איינציגסטער אין וואשינגטאן וואס האט געשריגן קעגן דעם יעצט קומטס מיר נישט דרייען א קאפ מיט קיין אויסער פאליטיק ווייל במשך זיין 35 יעריגע קאריער אין פאליטיקס איז ער געוועהן גערעכט מיט א יעדע פון זיינע וואוטס דערגעגן הילערי וואס האט געמאכט גענוג און נאך טעותים!
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 7:35 pm#320402
<a class="postlink" href="http://youtu.be/N0zTI_Z6VYs">http://youtu.be/N0zTI_Z6VYs</a>

😂
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 7:44 pm#320404
Bombshell Poll Shows Bernie Sanders Winning The Hearts Of Democratic Voters
<a class="postlink" href="http://www.politicususa.com/2016/02/05/bombshell-poll-shows-bernie-sanders-winning-the-hearts-of-democratic-voters.html">http://www.politicususa.com/2016/02/05/ ... oters.html</a>
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 7:49 pm#320406
שבת אחים
ווייל במשך זיין 35 יעריגע קאריער אין פאליטיקס איז ער געוועהן גערעכט מיט א יעדע פון זיינע וואוטס דערגעגן הילערי וואס האט געמאכט גענוג און נאך טעותי!

מיט יעדע וואוט? אויך זיין וואוט קעגן די ערשטע גאלף מלחמה פון '91?
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 8:11 pm#320410
ליפא
שבת אחים
ווייל במשך זיין 35 יעריגע קאריער אין פאליטיקס איז ער געוועהן גערעכט מיט א יעדע פון זיינע וואוטס דערגעגן הילערי וואס האט געמאכט גענוג און נאך טעותי!

מיט יעדע וואוט? אויך זיין וואוט קעגן די ערשטע גאלף מלחמה פון '91?

הונדרעט פראצענט! מוואלט געקענט ארויסטרייבן סאדאם כועסין פון קאוועיט מיט א אינטענעישענאלע דרוק, פארוואס מוז אמעריקא לויפן אין מלחמה יעדע דינסטיג און מיטוואך, סאדאם האט אונז אטאקירט? ס׳איז בכלל נישט אויף אונזער קאנטינאנט! פארוואס מוזן מיר זיין די וועלטס פאליציי און זיך אריינמישן אין יעדע אינטערנעשענאל געפעכט? זייט ווען דארף אונזער טעקס געלט און אונזערע יונגע קינדער פראטעקטן די וועלט? ווילסט אז דיין קינד זאל יעצט גיין קיין קאנגא צי נארט קאריעא אדער צו כ׳ווייס ווי אין די אלטע גיטע יאר פייטן פאר זייערע רעכטען און פאר מענטשען וואס ווערן אינטערדריקט עס ווי ספיק? פארוואס נאר אונז? אמעריקא עוורידזשט יעדע 10 יאהר נאך א מלחמה! פארוואס? ווען האסטו געזעהן די לעצטע מאל בעלגיע אדער שוועדן מלחמה האלטן מיט איינעם?

סאנדערס האט געשטיצט ביי די גאלף וואר א קאליציע פון לענדער וואס זאלן גיין מלחמה האלטן מיט סאדאם און אמעריקא זאל זיין איינע פון די לענדער! אז יעדער וועט זיך שמוציג מאכן די הענט וועט אמעריקא צושטייער געבן זייער חלק אויך! אבער צוגיין אליינס און אנפירן מלחמות אויף לענדער וואס האבן אונז בכלל נישט אטאקירט און זענען נישט קיין סכנה פאר אמעריקא?!

יא ער האט זייער גיט געוואוט! אויסגעצייכענט לדעתי!
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 8:18 pm#320412
אמעריקע איז געגאנגען אליינס אין יענע מלחמה ?
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 8:20 pm#320413
און ס׳איז נישט נאר א רעדע צי אונז זאלן בכלל זיין די פאליס פון די וועלט צי נישט, לאמיר זאגן אז דו האלטס some how אז יא! האב איך פאר דיר נייעס מיין פריינט, ס׳איז נישט מעגליך פאר אמעריקא דעס אליינס דורכצופירן! מיר האבן נישט די געלט און כח פאר דעם! גענוג געוועהן מיט מלחמות דעס איז איינע פון די אורזאכן פארוואס אמעריקא קוקט אויס אזויווי ס׳קוקט היינט אויס, אונזערע אלע בירגער וואלטן געוועהן אסאך רייכער און צופרידן אויב מוואלט זיך וואס ווייניגער אריינגעמישט אין די וועלטס פראבלעמען און מוואלט פראבירט צו העלפן אונזער אייגענע לאנד און אייגענע עקענאמיע און אמעריקא וואלט נישט געוועהן טריליאנען אין חובות און די אמעריקאנער גאווערמענט וואלט געקענט עפאדערן מעהר פראגרעמס פאר זייערע אייגענע בירגער!
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 8:21 pm#320415
ליפא
אמעריקע איז געגאנגען אליינס אין יענע מלחמה ?

בעסיקלי יא! אפאר חברה פון דא און דארט, אבער אוואדי האט אמעריקא אנגעפירט , אונז האבן באצאלט פאר די מלחמה מסתמא 99%
מוצ"ש פעברואר 6, 2016 8:37 pm#320417
שבת אחים
די קריטיק אז בערני סענדארס איז נישט גיט ווען ס׳קומט צו ״אויסערן פאליטיק״ וואטשסט ווי בריליאנט ביל מאהר ענטפער אויף דעם!

<a class="postlink" href="http://youtu.be/cJmH2wWDze4">http://youtu.be/cJmH2wWDze4</a>


אין די לעצטע מינוט מאכט דער אנדערע דארט א גוטע פוינט פארוואס מיר זאלן נישט זיין אזוי עקסייטעד פאר בערני.

.