mevakeshשבת אחיםSocialist takes the lead in national poll
<a class="postlink" href="http://mobile.wnd.com/2016/02/socialist-takes-the-lead-in-national-poll/#6EJFsbSUfRUGGScz.99">http://mobile.wnd.com/2016/02/socialist ... RUGGScz.99</a>
Ha interesting that you are quoting from any website who has a good word on Bernie including extreme right birther WND
ביינונז רופט מען דאס א שוואנץ....
איך ברענג דאך נישט אראפ קיין אפ-עד פון זיי. דעס איז א פאול וואס מ׳האט גענומען. ווען איך וואלט נאר אראפגעברענגט לינקע ארטיקלן וואלסטו מסתמא געזאגט דו ברענגסט דאך נאר אראפ די ליבעראלע לינקע מידיעא.
און וואס איז שלעכט אז מ׳איז א שוואנץ? יא איך בין א שוואנץ פאר בערני סענדארס און איך בין שטאלץ דערמיט! (ממש נוסח באבוב 😂 ) איינער איז א שוואנץ פון פוטבול איינער פון בעיסבול איינער פון דשאוסטין ביבער איינער פון די קארדעישאונס וכו׳ וכו׳ און איך בין א שוואנץ פון בערני סענדארס און איך זעה נישט וואס איז ראונג מיט דעם! ער איז איינעם וועם איך האב גאר שטארקע רעספעקט פאר, די איינציגסטע פאליטשאן אין וואשינגטאן וואס האט געפייט ציין און נעיגעל פאר די underdog פאר די ארימע און פאר די אלע וואס האבן נישט קיין רעפרעזענטיווס אין וואשינגטאן, ער איז פון די איינציגסטע פאליטשאונס אין וואשינגטאן וואס האב נישט אויסגעניצט זיין בענקל פאר זיינע אייגענע אינטערעסן צו אנקניפן גיטע קאנעקשאונס מיט די רייכע און עליט׳ס, ער מיט עליזאבעט ווארען זענען די איינציגסטע פאליטשאונס וואס איך טראסט! ווייל זיי ביידע קומען פון ארימע שטיבער און זיי פארשטייען די עוורידזש אמעריקאנער, ער מיט עליזעבעט ווארען האבן געטוישט די vision פון די אמעריקאנע פאלק אין אסאך זאכן, למשל אז פאליטשאונס געבן רעדעס פאר וואל סטריט קאמפאניס און באקומען 250 טויזענט דאללער דערפאר, ביז לעצטענס האבן אלע פאליטשאונס דעס געטוהן אויב זיי האבן באקומען דעם אפפער, אבער ער האט עס דימאנייזט, רוב יונגע אמעריקאנע קוקן דעס היינט אן אלץ שוחד! ער האט געטוישט הילערי און איר געשטיפט צו זאגן זאכן וואס זי וואלט אין לעבן נישט געזאגט! ער האט געמאכט אז זי און אנדרע דעמקראטן זאלן אינגאנצן טוישן זייער tone בנוגע די influence וואס רייכע אינדיווידזשילס האבן אויף פאליטשאונס! איך האב קיינמאל אין מיין לעבן נישט געהאט אזויפיל רעספעקט פאר א פאליטשאון ווי בערני סענדארס! און איך האלט אז ער גייט זיין די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקא האט נאר אמאל געהאט! און יא איך בין שטאלץ צוזיין זיין שוואנץ! קענסט עס ארויף שרייבן אויף מיין מציבה ״מחסידי בערני סענדארס״ זאלן מיינע אייניקלעך וויסן אז זייער זיידע איז געוועהן אויף די ריכטיג זייט און געפייט פאר איקוואלטי פאר יעדעם!
#איךביןאשטאלצעשוואנץפןןבערני