לית דין בר נששבת אחיםאון וואס איז שלעכט אז מ׳איז א שוואנץ? יא איך בין א שוואנץ פאר בערני סענדארס און איך בין שטאלץ דערמיט! (ממש נוסח באבוב 😂 ) איינער איז א שוואנץ פון פוטבול איינער פון בעיסבול איינער פון דשאוסטין ביבער איינער פון די קארדעישאונס וכו׳ וכו׳ און איך בין א שוואנץ פון בערני סענדארס און איך זעה נישט וואס איז ראונג מיט דעם! ... און יא איך בין שטאלץ צוזיין זיין שוואנץ! קענסט עס ארויף שרייבן אויף מיין מציבה ״מחסידי בערני סענדארס״ זאלן מיינע אייניקלעך וויסן אז זייער זיידע איז געוועהן אויף די ריכטיג זייט און געפייט פאר איקוואלטי פאר יעדעם!
#איךביןאשטאלצעשוואנץפןןבערני
אמת גארנישט ראנג צו זיין א שוואנץ
אבער איך וואלט געמיינט אז איינער וואס איז גיוועהן א וויזשניץ'ע שוואנץ און א קאסוב'ע שוואנץ און דערנאך גיזעהן (עכ"פ אין דיינע אויגן) אז די גאנצע זאך איז פורים לנו און געשיקט אלעס ליפטערן, וואלט זיך גימעגט נעמען א מהלך אז א שוואנץ גיי איך שוין צו קיינעם זיין! יא די מעגסט האלטן ער איז די ריכטיגע פערזאן צו פירן אונזער מדינה אבער שוואנצן? דו ווייסט דען מה ילוד יום? אולי וועסטו נאך איין טאג האבן אזעלכע בזיונות אויף דיין מציבה אז די ביסט גיוועהן מחסידי בערני. אזוי ווי די בזיונות וואס די וואלסט געהאט ווען די צורייסט נישט דיין צוואה וואס האסט געשריבן אין שיעור ה' אז אויפן מציבה זאל שטיין "איך בין גיוועהן די גרעסטע שוואנץ פון הגה"צ ר' שרגא הגר שליט"א"
איך הער וואס דו זאגסט, אבער ס׳איז דא א ריזיגע פונדעמענטעלע חילוק פון זיין א וויזשניצער/קאסובער שוואנץ צו א בערני סענדארס שוואנץ. ווייל ווען איך בין אויפגעוואקסן האט מען מיך געפראגרעמט צו זיין א חסידישע שוואנץ און ביי דיפאולט בין איך געוועהן א וויזשניצע שוואנץ אן אליינס אריין טראכטן און צוקומען צו די מסקנה, משא״כ בערני סענדארס איז מיין אייגענע מסקנא אן אריינמישן פערזענליכע געפילן פון מיין בעיקראונד און קולטור. איך בין נישט קיין בערני סענדארס חסיד ווייל מיין טאטע און זיידע און עלטער זיידע זענען געוועהן סענדארס חסידים איך בין זיין חסיד ווייל איך אליינס האלט אזוי אן קיין אינפלאוענס פון קיינעם, א מענטש דארף טוהן וואס מאכט אים גיט פילן ביי איינעם איז עס ספארטס ביי א צווייטן איז עס געמבלען וועלכע פערד ס׳גייט לויפן שנעלער, ביי א דריטן איז עס גיין זיך סקיען און זיך גליטשען אויף אייז ביי מיר איז דעס איינע פון מיינע ספארטס.
ביזט אבער למעשה גערעכט אז מ׳טאר טאקע קיינמאל נישט זיין קיין שוואנץ. די עכטע דעפינישאן פון א שוואנץ מיינט אז דער מענטש וועם דו קוקסט ארויף איז אייביג גערעכט און נישט קיין חילוק וואס דער רבי אדער דער סעלעבערטי טוט איז עס קדוש קדשים, ווען בערני סענדארס זאל מארגן זאגן עני זאך מיט וואס איך אגרי נישט גיי איך אים נישט שטיצן מיט די זאך, דערווייל האט ער נישט געזאגט קיין איין זאך מיט וואס איך אגרי נישט מיט אים! און וואס מעהר איך באקען מיך מיט אים ווער איך נאר מעהר נתפעל פון אים אבער איך בין נישט קיין בלינדער חסיד וואס פאלגט נאך דעם רבין אפילו ער גייט אריין גראד אין וואנט אריין, אז בערני גייט עפעס זאגן וואס איך האלט נישט אזוי וועל איך זיין דער ערשטער דיר עס צוזאגן!
פארשטייסטע?