Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
160 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 263 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8688
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:09 am#267740
מיי גאד! דעס איז אנריעל! דע מעשה האט מיר געמאכט איבלען ביז אפאר טעג נאכן ליינען.
דזשי.... פיינע עקספרימענט , עס אבער גיט ארויס די פוינט ווי גרינג עס איז צו אנווארעמען און דערשרעקן די יושבי חושך ביים היימישען עולם.
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:12 am#267742
נכרים דברי אמת איז א פאקט פאר די וואס האבן עררייכט דעם חוש. ווער ס׳פעהלט עם דעם חוש זאל קיין שרייבער זיין. און אויב דאס האלט וואהר ביי שרייבערס איז די זאך פיהלפאכיג אזוי ביי מנהיגים. עולם גולם דארף ריקלעימען זייערע מוחות און מיט העק אויפברעכן די שלעסער פון גלות הדעת וואס פיהל פון אונז פארמאגן ליידער. לך משוך חזק וקני!
מאנטאג אפריל 20, 2015 12:39 pm#267763
סאו! והנה ! אפילו אונזער פותח האשכול איז אויך מודה אז די גאנצע עולה באשטייט נאר פון דעם אז די צייטונגען האבן נישט געטארט אזוי אנשרעקן מענטשן. אין אנדערע ווערטער זיי וואלטן געדארפט זיין מער סענסיטיוו פאר'ן שרייבן אזא ארטיקל זיי וואלטן געדארפט אינאכט נעמען אז אפצושרייבן די מעשה ווי אזוי ס'איז וועט אויסקומען אז אפילו די ערליכע מענטשן וואס האבן פילטערס וועלן זיך דערשרעקן. און מ'טאר נישט אזוי אפשרעקן מענטשן

דעס איז בעצם א טענה אויף די צייטונגען ווי האבן זיי די רעכט צו נעמען קליינע נייעסן שפעקולאציעס פון פאליטישע פירער מיט פאליטישע חשבונות און מאכן דערפון די שרעקעדיגסטע נייעס ? אז פרויען און עלטערע קינדער זאלן נישט קענען שלאפן אפאר נעכט ווייל אייסיס איז שוין מארגן אין טעקסעס און פון דארט ביז נוי יארק איז דאך בלויז א שטערעקע און פון נוי יארק גייען זיי דאך נישט גיין אין ערגעץ נאר גלייך צו מיין הויז ! פון ווי האבן זיי אויף דעם א רעכט נאר וואס דאס איז א צייטונג איך גלייב אז דער טייפסעטער וואס האט אהער געשטעלט די מעשה האט אויך געטראכט ביי זיך איין מינוט סאמטינג פישי מיט די גאנצע סטארי. אבער היות ס'איז א גוטע מעשה ברענענדיגע שטאף איז דאך עס פונקט גוט פאר מיין צייטונג ס'איז ציענד ס'איז אינטערסאנט ס'איז דא וואס צו ליינען און שוין
מאנטאג אפריל 20, 2015 2:15 pm#267790
ווי איך האב שוין פריער געשריבען האלט איך אז דע גאנצע זאך איז נישט אזא געפערליכע עולה מצד הצייטונגען, נאר אזוי פיל האט עס אויפגעטיען פאר א פאר פראצענט מענטשען וואס זייער גאנצע אידישקייט איז געבויט אויף דער בלאט\איד, זיי זאלען וויסען נישט אלעס וואס שטייט און א צייטונג איז שוין א פאקט כתורה מסיני

@מרדכי פאר דיר וועל איך איבער חזרן דע זעלבע ווערטער וואס @געפילטע פיש האט געשריבען כאטש איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע זיינע ווערטער אבער מיט דעים פרט איז ער 100% גערעכט "מיט שקר קען מען קיין אידישקייט נישט בויען" רוב חרבנות וואס קימט היינט ארויס איז נישט וועגעו אינטערנעט נאר וועגען דע וועג פין שקר וואס מען האט מחנך געווען דע אינגווארג, פין איין זייט זאגט מען אז מען טאר נישט גנב'ענן פין דע אנדערע זייט גנב'עט מען ווי מען קען, און נאך אזעלכע 100 זאכען ווי וויי טיען א צווייטען וכדומה, ער וואקסט אויס פיל מיט סתירות ומה יעשה הבן שלא יחטא

איך האב פערזענליך געלערענט מיט עטליכע בחורים אין ישיבה, און מסתמא דו אויך, און יעדער האט געהאט אזעלכע בחורים אין ישיבה, וואס זענען ליידער געלעגן ראשם ורובם אין שמוץ, איינער אזא חבר האב איך וואס האט זיך אנגעגעסן מיט כל מיני חזיריי, די אינטערנעט האט נאכנישט עקזעסטירט דעמאלס, עכ"פ נישט אין ישיבה, אבער מאגאזינען, בילדער, ס'גייט מיר אדורך א סקורך נאר טראכטענדיג דערוועגן, אבער היינט איז דער איד איינער פון די עמודי הוראה בדורינו! און די אנדערע יונגעלייט זענען חשובע בעלי תורה, האבן אויפגעשטעלט ערליכע חסידישע, און אפילו חניוקישע שטובער, אויפן שענסטען פארנעם. סא זאגן אז אביסל שמוץ אלס בחור הארגעט עפעס אף איז דמיונות

@געפילטע פיש איך וואלט הנאה געהאט ווען עפענסט א נייע אשכול איבער דעין ענין ווייל איך האב אסאך צי זאגען
מאנטאג אפריל 20, 2015 2:24 pm#267792
סארי ס'איז א גרויסע ספק צו די עפיזאד הייסט געבויעט אידישקייט אויף שקר ס'איז העכסטענס א טעות אויסערדעם אזא מעשה איז ביסודו אמת צו דוקא אויף דעם פארום דאס איז שוין א צווייטע שאלה ודו"ק
מאנטאג אפריל 20, 2015 2:37 pm#267798
גאנצל האט געשריבן:סארי ס'איז א גרויסע ספק צו די עפיזאד הייסט געבויעט אידישקייט אויף שקר ס'איז העכסטענס א טעות אויסערדעם אזא מעשה איז ביסודו אמת צו דוקא אויף דעם פארום דאס איז שוין א צווייטע שאלה ודו"ק

אפילו א זאך וואס איז ביסודו אמת אבער דע עצם זאך איז שקר טאר מען נישט זאגען, שאל אביך ויגדך ווי ווייט ערליכע אידן האבען מדקדק געווען אויף יעדע מעשה וואס זיי האבען נאכדערציילט נישט צי זאגען קיין ווארט שקר אפילו דע מעשה איז ביסודו אמת
מאנטאג אפריל 20, 2015 3:11 pm#267816
טאמער דו מיינסט עס טאקע אזוי ערנסט ווי דו שרייבסט עס דעמאלט האסטו א פינטל
מאנטאג אפריל 20, 2015 3:47 pm#267841
ולשמריהו היתה אורה m http://failedmessiah.typepad.com/failed ... y-234.html m
מאנטאג אפריל 20, 2015 3:54 pm#267844
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
דער אוממעגליכקייט פון 'בויען אידישקייט' איז נישט דער נושא.
שקר איז גרויליג, עקעלהאפטיג, מאוס בתכלית המיאוס. דער וואס פארשטייט נישט אזוי, פעלט איהם אין אידישקייט און אין מענטשליכקייט. אוודאי קען מען גארנישט בויען דערויף, אבער דאס איז אגב.
און כמדובר למעלה, דער מענטש מיט א פארשלאסענע געפילטערטע אינטרנט, מיט ישמרעיני וכו' לצורך פרנסה, האט קיין שום עוולה נישט געטוהן. זיי זענען 'מחזק' א זאך וואס איז נישט אמת.
איך האב אמאל געהאלפען א ארצישראל'דיגע איד גייען נאך געלט. ער האט געלערנט בהתמדה א האלבע טאג אין כולל און ממילא האב איך געפיהלט עפעס איהם צו העלפען. אכלל, גייענדיג מיט איהם האט ער מיר פארציילט אז ער פלעגט האבען א קאמפיוטער ווי זיין ווייב האט אביסל גע'ארבעט. איינמאל האט ער געוואלט מכבד זיין א איד (טאקע דער וואס פארשפרייט ווידע'אויס פון זיך פארברענען קאמפיוטער'ס) מיט סנדקאות פאר א קינד. יענער האט געמאכט א תנאי אז ס'איז נישט דא קיין קאמפיוטער אין שטוב, אפילו אן אינטערנעט. ער האט געפאלגט און ארויסגעווארפען. דער איד איז א ספרד'ישע בעל תשובה, ער ווייסט נישט ווי און וואס. וואס קען ער טוהן? וואס זאל איך איהם זאגען? טאקע פאר דעם איז דער 'רב' א פארברעכער, פאר'ן נישט נעמען אין חשבון דער אקטו'עלע מציאות פונ'ם קאמפיוטער און מענטש, און דאס איז דער עוולה פון דרוקען קאטשקערייען צו 'מחזק' זיין אידען זיך צו פייניגען על לא דבר.
מאנטאג אפריל 20, 2015 4:12 pm#267848
אפטעמיסט האט געשריבן:ולשמריהו היתה אורה http://failedmessiah.typepad.com/failed ... y-234.html

Filed under 'crime'...?l
מאנטאג אפריל 20, 2015 4:13 pm#267849
יא... ס'האט מיר אויך געקאסט א שמייכל
מאנטאג אפריל 20, 2015 4:36 pm#267853
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
ווער איז דער נער וואס שיקט עס זיי אריין?
מאנטאג אפריל 20, 2015 5:37 pm#267867
מיינע דריי צענט..

1. שיין וועלען די צייטונגען אויסקוקען אויב זיי וועלען שטעלען א גאנצע שטאב מיט אינוועסטיגעיטערס אויף יעדע מעשה, ביידע צייטונגען האבען צענדליקער ארטיקלעך יעדע וואך, און ביז היינט האט מען נאך נישט געהערט פון אזא סארט טוויסטעד מיינד וואס זאל מאכען די גענאהר פון טויזענטער מענטשען צו באקומען אפאר לייקס און קענען אביסעל טרייבען שפאס אויף די מערכה קעגען די אינטערנעט, מעהגליך אז דאס גייט זיך טוישען זעענדיג וועלעכע סארט ברואים זענען דא אויף די וועלט, גרייט משוגע צו מאכען אזויפיהל מענטשען.

2. איך בין נאכנישט איבעגצייגט אז עקספערימענטער האט טאקע געשיקט די מעשה צו די צייטונגען, ס'קען זיין ס'האט אים פשוט פארמעקט צו טרייבען שפאס פון די קאווע שטיבעל ליינער, אין איינוועגס אפשפעטען פון די אינטערנעץ מערכה, דערווייל שטייט א פארווייטאגטע יוד אונטער די ארטיקעל, וואס ס'האט ביי אים טאקע פאסירט.

3. מיין באבע האט מיך אויסגעלערענט אז אלעס וואס די צייטונגען שרייבען זענען גאנץ אדער האלב ליגענט, חוץ די פרייז אויפען דעקעל. דעריבער איז מיר גארנישט קיין חידוש אויב מ'כאפט א צייטונג מיט ליגענט.
מאנטאג אפריל 20, 2015 6:02 pm#267877
Kool man האט געשריבן:מיינע דריי צענט..

1. שיין וועלען די צייטונגען אויסקוקען אויב זיי וועלען שטעלען א גאנצע שטאב מיט אינוועסטיגעיטערס אויף יעדע מעשה, ביידע צייטונגען האבען צענדליקער ארטיקלעך יעדע וואך, און ביז היינט האט מען נאך נישט געהערט פון אזא סארט סוויסטעד מיינד וואס זאל מאכען די גענאהר פון טויזענטער מענטשען צו באקומען אפאר לייקס און קענען אביסעל טרייבען שפאס אויף די מערכה קעגען די אינטערנעט, מעהגליך אז דאס גייט זיך טוישען זעענדיג וועלעכע סארט ברואים זענען דא אויף די וועלט, גרייט משוגע צו מאכען אזויפיהל מענטשען.

2. איך בין נאכנישט איבעגצייגט אז אינפילטערעיטער האט טאקע געשיקט די מעשה צו די צייטונגען, ס'קען זיין ס'האט אים פשוט פארמעקט צו טרייבען שפאס פון די קאווע שטיבעל ליינער, אין איינוועגס אפשפעטען פון די אינטערנעץ מערכה, דערווייל שטייט א פארווייטאגטע יוד אונטער די ארטיקעל, וואס ס'האט ביי אים טאקע פאסירט.

3. מיין באבע האט מיך אויסגעלערענט אז אלעס וואס די צייטונגען שרייבען זענען גאנץ אדער האלב ליגענט, חוץ די פרייז אויפען דעקעל. דעריבער איז מיר גארנישט קיין חידוש אויב מ'כאפט א צייטונג מיט ליגענט.


דו פראווסט דאך די עיקר נקידה: אז אזעליכע אדיאטן וועלן ווייטער פארן אין וואנט אריין!
מאנטאג אפריל 20, 2015 8:52 pm#267947
איך קען נאך אלץ נישט צו מיר קימען פון די מורא'דיגע שטיקעל. מ'פרעגט דא וואס די אויפטוה פון די שפיצעל איז, לאמיך זאגן ווי אזוי איך זעה עס פון מיין פרעספעקטיוו. איך האב אייביג פארשטאנען אז די מעשיות זענען נארישקייטן, (איך האב אפילו געענפענט דא א אשכול חוזק צו מאכן פון די תהלים כולל מעשיות), אבער זעענדיג יעצט שווארץ אויף ווייס ווי אזוי מ'קען דאס טוהן אזוי גרינג האט מיך באמת שאקירט. מ'ליינט די מעשה און עס איז געשריבען פונקט ווי אלע אנדערע אינטערנעט האראר סטאריס, אלע הארציגע און הייליגע לשונות, און מ'קען נישט חלום'ען אז דאס האט א לץ געשריבן. נאכדעם קיקט מען אויף די שארפע רמז אין די ערשטע אותיות און די אמת פאטשט אין פנים -יא א גוטע שרייבער קען דאס טוהן און קען מאכן פון יעדע די גענאר.

איך גיי פון היינט און ווייטער זייער אנדערש קיקן אויף די צייטונגען און בלעטער. עקספערימענטער גייט מיט שטיין פאר די אויגן לאנגע לאנגע יארן. די לעקציע וואס איך האב דא געלערענט גיי איך נישט אזוי שנעל פארגעסן.

און די לעקציע איז געזעהן געווארן דורך טויזענטער מענטשן. א רעקארד פון פינעף און א האלב טויזענט מענטשן זענען היינט געוועהן דא אין קאווע שטיבעל צו זעהן דעם שפיצעל. צו וועם איך האב נאר היינט גערעדט האט געהערט פון דעם און כמעט יעדער האט געזאגט אז דאס האט זיי ממש גע'שאקט און געטוישט זייער פרעספעקטיוו אויף אייביג.

דאס איז א היסטארישע לעקציע און ישר כוח פאר עקספערימענטער פאר'ן דאס אהערשטעלן
מאנטאג אפריל 20, 2015 9:33 pm#267966
דו האסט קיינמאל נישט געוויסט? - מיר האט דערציילט א חבר, א שרייבער, אז ער באקט מעשיות פאר איינע פון די ישועות ארגאניזאציעס, איך וויל נישט פורס בשמם זיין, נישט צו שאדן פאר מיין חבר די פרנסה, אבער יא, דאס איז זיין פרנסה, פון באקן די מעשיות פאר די חברה.

עכ"פ, איך ווייס דאס ערשט-האנטיג, אן דארפן מעשיות מיט רמזים פון עקספערמינעיטער.
מאנטאג אפריל 20, 2015 9:37 pm#267968
דעוועלאפינג
א ארבעטער און איינע פון די צייטונגען זאגט מיר יעצט אז זיי האבן באקומען די לעצטע פאר שעה עטליכע גוטע מעשות, ווי סקוקט אויס פלאנירען נאך אפאר יודן צו מאכן העדליינס
מאנטאג אפריל 20, 2015 9:38 pm#267969
חקרן, דיר דארף איך גלייבן. עקספרימענטער האט עס אויפגעוויזען שווארץ אויף ווייס.
וואס איז אמאל געווען א שמיעה איז יעצט א פאקט
מאנטאג אפריל 20, 2015 9:38 pm#267970
נאך א אינטרעסאנטע באמערקונג, אנפאנג האט זיך איינער געזארגט אז בלויז 20 30 פראצענט איד /בלאט ליינער וועלן געוואר ווערן אז עס איז געווען פאלש, דערווייל איז ארויסגעקומען אז מער באזוכער זענען דא געווען ווי אלע איד און בלאט ליינער צוזאמען.
מאנטאג אפריל 20, 2015 9:44 pm#267973
@עקספערעמענטער ביטע שיק אריין א מעשה צו ר' זכרי וואלענשטיין איך קען דיר געוואויר ווערן זיין אימעיל אדרעסס
מאנטאג אפריל 20, 2015 10:24 pm#267991
סאבסיטוט האט געשריבן:פארפאלן, יא ריכטיג נישט ריכטיג, א קנאקעדיגן פרענק איז דאס לויט אלע דיעות.

כ'מיין די לעצטע אזא גוטן געלונגענעם פרענק וואס איך געדענק (צווישן אונז היימישע יודן) איז געווען מיטן אינטערוויו פון א בחורל פון מאנרא ישיבה מיט משה גבאי'ן... וועלעכער איז דאן געגאנגען ווייראל,

איינער געדענקט דאס דא? (בערך אזא פינעף יאר צוריק-כ'מיין אז ס'איז נאך געווען די הייד-פארק צייטן)

אהער דערמיט..

וואו קען מען עס הערן??
מאנטאג אפריל 20, 2015 10:39 pm#267997
Kool man האט געשריבן:מיינע דריי צענט..

1. שיין וועלען די צייטונגען אויסקוקען אויב זיי וועלען שטעלען א גאנצע שטאב מיט אינוועסטיגעיטערס אויף יעדע מעשה, ביידע צייטונגען האבען צענדליקער ארטיקלעך יעדע וואך, און ביז היינט האט מען נאך נישט געהערט פון אזא סארט סוויסטעד מיינד וואס זאל מאכען די גענאהר פון טויזענטער מענטשען צו באקומען אפאר לייקס און קענען אביסעל טרייבען שפאס אויף די מערכה קעגען די אינטערנעט, מעהגליך אז דאס גייט זיך טוישען זעענדיג וועלעכע סארט ברואים זענען דא אויף די וועלט, גרייט משוגע צו מאכען אזויפיהל מענטשען.

2. איך בין נאכנישט איבעגצייגט אז אינפילטערעיטער האט טאקע געשיקט די מעשה צו די צייטונגען, ס'קען זיין ס'האט אים פשוט פארמעקט צו טרייבען שפאס פון די קאווע שטיבעל ליינער, אין איינוועגס אפשפעטען פון די אינטערנעץ מערכה, דערווייל שטייט א פארווייטאגטע יוד אונטער די ארטיקעל, וואס ס'האט ביי אים טאקע פאסירט.

3. מיין באבע האט מיך אויסגעלערענט אז אלעס וואס די צייטונגען שרייבען זענען גאנץ אדער האלב ליגענט, חוץ די פרייז אויפען דעקעל. דעריבער איז מיר גארנישט קיין חידוש אויב מ'כאפט א צייטונג מיט ליגענט.

קאאל מען: איך בין מסכים מיט דיין אפשאצונג 100%. איך האב א פיעלינג אז דער עקספערימענטירער פיהרט די קאווע שטיבל ליינער און שרייבער אין באד אריין. נישט די צייטונגען. ס'גנב'ט זיך מיר אריין אזא געדאנק. אז ער האט געזעהן די מעשה אפגעדרוקט און ער האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם. נישט אז די מעשיות וועלכע ווערן געברענגט אין די ליטעראטור פון די וועלכע האבן אן אגענדא אקעיגן אינטערנעט זענען נישט רובם ככולם אויסגעטראכט און אויספאנטאזירט. אבער ער איז נישט דער וועלכער האט מחבר געווען און אריינגעשיקט די ארטיקל צו די צייטונגען...!
דינסטאג אפריל 21, 2015 6:37 am#268085
געוואלדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
דינסטאג אפריל 21, 2015 3:48 pm#268226
This is absolutely genius! Thank you so much Experimentirer for this wonderful project.
דינסטאג אפריל 21, 2015 5:25 pm#268289
נאך שעות שווערע ארבעט צו ברענגען פרנסה אין שטוב, אין נאך זיצען לאנגע שעות אין קאווע שטיבעל [מיט'ן אלטען ניק - שטייצעך], דורעכלויפען אלע נייעס סייטס אויפען שפיץ גאפעל, און נאך פרובירענדיג אויפצוכאפען מיט אלע גאר וויכטיגע וואצעפ מעסעזשעס אויפען וועג צום שטוב, עקפערימענטירער קומט אהיים ביינאכט, אפגעמוטשעט און ערשעפט, און ער זעהט די ווייב זיינע באטראפעצט און באמאכט, וואס גייט פאהר מיין טייערע עקרת הבית? האט איינער דיך וויי געטוהן? אבער זי רעדט נישט! זי שווייגט מיט פארביסענע ליפען, ווען פון אירע אויגעלעך רינען שנירלעך מיט טרערען, א שכן? א קינד? א אומגליק? אז דו זאגסט מיר נישט וואס גייט פאהר רוף איך הצלה! נאך לאנגע הפצרות איז זי מסכים צו פארציילען, בתנאי אז ער איז גרייט איר צו העלפען ארויסקריכען. נו, אוודאי, אבער רעד שוין!

אוקיי מיין טייערע מאן, זעץ דיך אויפען קאוטש און ליין דורעך דעהם ארטיקעל אין דער איד!

בלית ברירה, ער ליינט דורעך יעדעס ווארט פון דעהם הארצרייסענדען געשעהניש וואס האט באטראפען א משפחה וואס האט זיך געראנגעלט מיט נסיון האינטרנעט, ער הייבט אהן שוויצען, און די ווייב שטייט נעבען איהם מיט בליטשקעדיקע בעהטעדיגע אויגען, דער מאן הייבט אהן טופען מיט די פוס, איך גלייב נישט קיין איינציג ווארט וואס דא שטייט! דאס האבען די פרומע פריקריקים אויפגעמאכט, ס'איז גוזמאות, ס'קעהן נישט זיין, לאמיך אפ! אלעס גלייבסטו, איך בין צוגעבינדען מיט מיין פאון פאר-עווער!

די ווייב בעהט זיך בדמעות שליש, לאמיר דראפען די טריפה'נע סעלפאונס, אפשר וועגען דעהם האט פעסעל'ע באקומען אסטמא און מיט יענקע'לע לויפט מען ארום צו דאקטוירים וועגען זיינע שרעקליכע עלערזשיס, און די מעשה אין חדר מיט מוישי, האב רחמנות אויף דיר אויף מיר און איבער אלעם אויף דיינע אייגענע קינדער, און לאמיר פארמאכען די טריפה'נע אינטערנעט........

עקפערימענטירער'ס קאפ הייבט אהן שווינדלען, ער איז נישט גרייט אויפצוגעבען די באליבטע סמארט פאון מיט די אפענע רייכע אינטערנעט, א כפרה משפחה מוישי יענקי, לעט מי ליוו מיי לייף! נאו וועי, נאיאיווע פרוי גלייבט אלע וואס די צייטונגען שרייבען, מיט א אויפגעשטורעמטע מאגען הייבט ער אהן עסען די נאכטמאהל אהן אפעטיט, ווי א סעודת המפסקת ערב ת"ב, ס'הייבט זיך אהן א מלחמה אינסייד אוט, א וואך פון אנגעצויגענקייט, א מלחמה זאנע ביי איהם אין שטוב, ביז איין נאכט ווען די ווייב ברענגט איהם מיט א נצחון צו שלעפען א בלאט, קוק! אפילו דיין הייליגע בלאט שרייבט עס אויכעט! שוין לאמיר טוהן צו די זאך, בעפאר ס'איז צו שפעט..

זיין קאפ הייבט אהן פיבערען, ס'איז צרות, וויאזוי קען מען די גאנצע חברה אנפראקען איינס און א גוטס, ער פאלט אויף א געניאלע המצאה, ער גייט צו קאמפיוטער, ס'ווערט גאר גיך באשאפען א גאר נייע ניק עקפערימענטירער, און די פינגערס הייבען אהן ווילד קלאפען אויף די כלי, והנה און ס'ווערט באשאפען א קאנספיראציע, די אויווען ארבעט אויף כוח, די קוימענס שפייען וואלקענעס פון רויעך, און ער הייבט זיך נישט אויף ביז די מעה איז פיקס פארטיג אפגעבאקען, מיט יעדע ספרינקעל און טשאקלעט טשיפ אין פלאץ, ס'איז געלונגען, ארויפגעשאסען אויף קאווע שטיבעל, רוב קאווע שטיבעל זיצערס קויפען עס אפ תורת לאקשען, ס'איז געבאקען נאך פסח תשע"ה, ס'שמעקט גוט, און ס'רייסט נאך אראפ די סיסטעם אויך, געוואלדיג! און ער מאכט דערנאך דערפון א כאילו- אימעיל און פרינט עס ארויס פאר זיין ווייב, און מיט איין קויל האט ער צוגעפיקסט פון רבי מתתיהו ביז סקולענער רבי ביז די בכור השפחה אונטערען טיש, און אלע אינדערמיט, און איבער אלעם זיין נארישע ווייב, און ס'איז יו"ט אינדערוואכען, והנה חלום! און דער עולם קויפט עס אפ.

:shock:
דינסטאג אפריל 21, 2015 9:23 pm#268378
лпم iοوԴ האט געשריבן:פריער אין די אשכול האט עקספערימענטירער אויסגעמעקט זיין אימעיל אדרעס פון די סקרין שאט פון זיין אימעיל צו דער איד. קוקט אויס אז ער וויל עס יא באהאלטען. כ'האף אז נישט.

קאן זיין אז פון יענע אימעיל קען מען זעהן זיין ריכטיגע ניק...
דינסטאג אפריל 21, 2015 9:40 pm#268383
קען איינער לויפען די בייבעל-קאוד פראגרעם אויף די מחאה נמרצה?
דינסטאג אפריל 21, 2015 10:39 pm#268400
אויב עמיצער קען מיר דא אויסקלארן. אין די גליון וואס איז געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים איז אויף די לעצטע זייט געווען א באקסל מיט די אדרעס און טעלעפאן נומער פון TAG. מיינט דאס אז TAG האט פארשפרייט דעם גליון אדער די עסקנים האבן סתם ארויפגעלייגט די אינפארמאציע פון TAG?
מיטוואך אפריל 22, 2015 9:23 am#268480
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
מיטוואך אפריל 22, 2015 11:56 am#268535
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
דער שאולזון קען נישט שרייבען דער אמת אפילו ווען ער וויל. אזא פשוט'ע מעשה מוז ער פארגרייזען אויך
מיטוואך אפריל 22, 2015 12:02 pm#268536
די בריוו איז מסתמא פון די עסקנים ארויפגעלייגט דער יוד און דער בלאט וואס זיי האבן מסתמא געגעבן זייער הסכמה דערצו
מיטוואך אפריל 22, 2015 12:13 pm#268538
ישמעאל הכהן האט געשריבן:הייסט דו זאגסט אז די באהאלטענע קאוד איז א צופאל?


וועלכע באהאלטענע קאוד? לייכט מיר אויף
מיטוואך אפריל 22, 2015 12:19 pm#268540
גאנצל האט געשריבן:די בריוו איז מסתמא פון די עסקנים ארויפגעלייגט דער יוד און דער בלאט וואס זיי האבן מסתמא געגעבן זייער הסכמה דערצו

און די עסקנים שרייבן נישט קיין שלעכט ווארט אקעגן קאווע שטיבל? סתם א אומזיסטע אדווערטייזמענט?
מיטוואך אפריל 22, 2015 12:59 pm#268557
Kool man האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:הייסט דו זאגסט אז די באהאלטענע קאוד איז א צופאל?


וועלכע באהאלטענע קאוד? לייכט מיר אויף

ליין איבער דעם אויפדעקונג אשכול פון אנפאנג,
דיע בריוו האט א קאוד דערויף לכאורה ליגט אין דעם בריוו שעות ארוכות ארבעט,

מיינע 2 סענט'ס איבער די בריוו
ס'איז א גוטע זשאוק 'באט נאטינג' מעיזדשער, ווען די צייטונגען רופן אים ווען אן קאנפירמען די מעשה וואלט ער ווען געזאגט אז די מעשה איז 100 פראצענט אמת, אויב אזוי וואס וואלט דעמאלט געווען די חסרון פון אריינלייגן דעם בריוו?
עני אלגעמיינע גויאישע נייעס וואס וואלט קאנפירמד די מעשה מיט די בריוו שרייבער וואלט עס אריינגעלייגט און טאמער וואלט עס געווען א גוטע ארטיקל 'קעגן אדער חוזק מאכן פון אידן' וואלטן זיי עס ניטאמאל קאנפירמד,

געפילטע פיש האט געשריבן:
דאס וואס דו זאגט אז אינטערנעט, אדער שמוץ, הארגעט אוועק, פארשטאפט די קאפ, איז סתם הוילע דמיונות. איך האב פערזענליך געלערענט מיט עטליכע בחורים אין ישיבה, און מסתמא דו אויך, און יעדער האט געהאט אזעלכע בחורים אין ישיבה, וואס זענען ליידער געלעגן ראשם ורובם אין שמוץ, איינער אזא חבר האב איך וואס האט זיך אנגעגעסן מיט כל מיני חזיריי, די אינטערנעט האט נאכנישט עקזעסטירט דעמאלס, עכ"פ נישט אין ישיבה, אבער מאגאזינען, בילדער, ס'גייט מיר אדורך א סקורך נאר טראכטענדיג דערוועגן, אבער היינט איז דער איד איינער פון די עמודי הוראה בדורינו! און די אנדערע יונגעלייט זענען חשובע בעלי תורה, האבן אויפגעשטעלט ערליכע חסידישע, און אפילו חניוקישע שטובער, אויפן שענסטען פארנעם. סא זאגן אז אביסל שמוץ אלס בחור הארגעט עפעס אף איז דמיונות, דאס איז היומען נאטור, די הארמאנען אלס בחור זענען הויך, מ'בארויגט זיך נאך אפאר יאר, און אויב זינדיגט מען האט אונז דער באשעפער ברוב רחמיו וחסדיו געגעבן די מתנה וואס הייסט תשובה. מ'טוט תשובה, מ'ווישט זיך אפ, און מ'גייט ווייטער אין עבודת השם.

מאך נישט דעם אינטערנעט פאר אזא בוגימען, די דזשאוק איז אווער, די אינטערנעט איז העיר טו סטעי, בעסער לערן אויס דיינע קינדער וויאזוי עס צו נוצן אחריותדיג, זאלסט נישט זיין קיין צועק לשעבר.

איך ווייס נישט וועלכע ישיבה דו האסט געלערנט אבער אין מיין ישיבה ווי איך האב געלערנט (??...) איז שוין געווען אין די אינטערנעט עפאכע און ס'דא גאר ווייטאגליכע רעזולטאטן פון רוב בחורים וואס האבן געהאט אינטערנעט אין אונזער ישיבה בתוכם גרושים וואס האבן פרובירט זייערע עקספירימענטן פון דארט אינדערהיים... און זייערע ווייבער האבן זיי צוריקגעשיקט אהין... און אנדערע וואס זענען אפגעפארן פון ישיבה ארויס און קיינמאל נישט חתונה געהאט און זיי זענען שוין היינט 26-27 יאר אין זיי האלטן נאך בכלל נישט אויפן וועג אראפ,
און צווייטענס דו זאגסט אויכעט אז ס'איז נאכנישט געווען קיין אינטערנעט דעמאלט סאו וויאזוי פארגלייכסטו מאגאזינען צו אינטערנעט שמוץ בכלל???

אפענע אינטערנעט איז זיכער א קיללער פאר א בחור (און פאר א "פרישע" יונגעמאן וואס איז געווען פארמאכט אלס בחור גארנישט ווייניגער)
מיטוואך אפריל 22, 2015 2:00 pm#268572
די אינטערנעט אליינס הרגעט נאכנישט

סהעלפט אבער אסאך צו פאר איינער וואס האט שוין פייגעלעך אין קאפ
מיטוואך אפריל 22, 2015 2:12 pm#268578
עקספערימענטער, וויפיל אימעילס האסטו שוין באקומען פון ווען די מחאה האט ארויסגעגעבן דיין אימעל אדרעס?
מיטוואך אפריל 22, 2015 2:39 pm#268587
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
@ארבעט שווער איך בין שטארק נייגעריג אין וועלכע ישיבה דו האסט געלערנט
מיטוואך אפריל 22, 2015 3:54 pm#268627
ארבעט שווער האט געשריבן:רוב בחורים וואס האבן געהאט אינטערנעט אין אונזער ישיבה בתוכם גרושים וואס האבן פרובירט זייערע עקספירימענטן פון דארט אינדערהיים... און זייערע ווייבער האבן זיי צוריקגעשיקט אהין


אנטשאלדיג פין דיינע ווערטער פארשטיי איך אז די ביסט גארנישט אזוי נאיוו, די האסט אויך שוין טועם געוען דעים עץ הדעת פינעם אינטערנעט, און די ווייסט פינקליך וואס מען זיעט דארט

לאמיר דיר זאגען איין זאך איך בין נישט איינשטימונג מיט @געפילטע פיש מיט אלעם, אבער דיעס וואס די זאגסט אז זיי האבען זיך וועגען דעים גע'גט, זאלסטי מיר זייער מוחל זיין, זיי האבען זיך גע'גט פאר איין סיבה ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין מינדעסטע הדרכה וואס א ווייב מיינט, ווייל טאמער יא וואלט דער אינטערנעט קיין שום פראבליעם געווען
מיטוואך אפריל 22, 2015 4:26 pm#268650
עקספערימענטער, דעק אויף די אימעיל אדרעס, צו איז עס טאקע ריכטיג.
מיטוואך אפריל 22, 2015 6:28 pm#268695
א איד האט געשריבן:@ארבעט שווער איך בין שטארק נייגעריג אין וועלכע ישיבה דו האסט געלערנט

אין א "גאר פיינע" ישיבה אין בארא פארק (כ'קען נישט שרייבן קיין נאמען כמובן) כ'בין נישט מגזם קיין איין ווארט וואס כ'האב געשריבן

הבא ללמד האט געשריבן:
אנטשאלדיג פין דיינע ווערטער פארשטיי איך אז די ביסט גארנישט אזוי נאיוו, די האסט אויך שוין טועם געוען דעים עץ הדעת פינעם אינטערנעט, און די ווייסט פינקליך וואס מען זיעט דארט

כ'האב נישט גערעדט פון מיר כ 'האלט מיר נישט ביים דוסקוסן דא אבער אזויפיל יא אז ב"ה איך בין ארויסגעקראכן קאמפלעט, זעהט אויס אז כ'בין נאכנישט געווען גענוג איינגעטונקען
הבא ללמד האט געשריבן:לאמיר דיר זאגען איין זאך איך בין נישט איינשטימונג מיט @געפילטע פיש מיט אלעם, אבער דיעס וואס די זאגסט אז זיי האבען זיך וועגען דעים גע'גט, זאלסטי מיר זייער מוחל זיין, זיי האבען זיך גע'גט פאר איין סיבה ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין מינדעסטע הדרכה וואס א ווייב מיינט, ווייל טאמער יא וואלט דער אינטערנעט קיין שום פראבליעם געווען



צו זיי האבן יא באקומען גוטע הדרכה אדער נישט ווייסעך נישט אבער די אינטערנעט האט געשפילט א גרויסע פאקטאר אין זייער ירידה און פון מאגאזינען פון וואס @געפילטע פיש רעדט וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעקומען דארט,
לעט'ס געט טו די פאונט אינטערנעט איז נישט אזא קליינע באגא ווי מ'וויל אים מאכן
נישט אז מיר גייט עס אן איך ענדשוי די אינטערנעט גאר גאר אסאך און כ'האלט בכלל נישט פון די אלע מוחאות דערקעגן ווייל פאר א געסעטעלטע אינגעמאן זעה איך גארנישט ראנג דערמיט
נאר אויסצושמועסן אז פאר א בחור וואס האט נישט קיין אנדערע זאכן וואס זאלן אים אינטערטעימען און האט נישט קיין פת בסלו אינדערהיים איז עס דענזדשרעיז
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:20 pm#269071
לרבים השואלים, די אימעיל אדרעס וואס איז נתפרסם געווארן איז טאקע מיין אימעיל אדרעס. אבער פארשטייט זיך אז מפרסם זיין מיין אימעיל אדרעס גייט מיר גארנישט אפטוהן ווייל איך בין געווען גענוג פארזיכטיג צו מאכן א ספעציעלע אימעיל אדרעס.

געוויסע זענען נתעורר געווארן פון דעם "מחאה נמרצה", און האבן מיר געשיקט אימעילס מוחה צו זיין. אבער ווי איראניש אז איך האב באקומען אסאך אסאך מער חיזוק בריוון ווי מחאה בריוון!

דערווייל האלט עס ביי 5 מחאה אימעילס און איבער 40 חיזוק אימעילס.

פאלגענד זענען אלע מחאה אימעילס:
איך בין שטארק מוחה איבער די שאנדליכט אקט פון מאכן אזא מין מעשה וואס די איינציגסטע מטרה איז חוזק מאכן פון אידישקייט און פון די וויכטיגע מערכה. איך האב רחמנות אויף אייך וויפיל שמוץ איר האט שוין געמוזט אנזעהן אויף דער אינטערנעט אז איירע מוח זאל זיין אזוי פארשטאפט צו שפילען אזוינע זאכען חוזק מאכן פון די מערכה. איר מיינט עס איז א נפקא מינה אויב א מעשה איז יא אדער נישט געשעהן בראשי תיבות אדער בסופי תיבות? דער עתיד פון אונזערע דורות איז וויכטיגער פון דעם. איך האף אז מען וועט שנעל מגלה זיין ווער איר זעהט און זיכער מאכן אז דאס גייט נישט אריבער בשלום.


פוי!! ימח שמך!!
גיי אין די ערד!!


א גוטן,
איר זעט מיר אויס צו זיין א טאלאנטפולער מענטש, און אייער שטיקל איז צום באוואונדערן. איך מוז אבער אויסדרוקן מיין מחאה. איך פארשטיי אייער ווילן צו ווייזן אז מ'קען נישט טראסטן די צייטונגען, אבער למעשה דארפט איר נעמען אין באטראכט אז א ריזיגער ציבור נעמט זייער חיזוק (בוסט בלע"ז) פון די היימישע בלעטער, און ווערן נתעורר אין אידישקייט דורך סיפורי צדיקים און דברי התעוררות. פיין, איר האט איבערגעוויזן אז מ'דארף נישט גלייבן אלעס וואס מ'ליינט אין די צייטונגען. אבער וואו גייט עס גיין ווייטער פון דעם? נעמט איר אחריות אויף די ווייטערדיגע מחשבות פון א בחור'ל אדער יונגערמאן וואס וועט טראכטן, 'מיט וואס נאך נארט מען מיך אויס?' וואס נאך איז נישט אמת? דאס קען חלילה האבן שווערע עפעקטן, פיל ווייטער ווי איר קענט זיך נאר פארשטעלן.
א שטיקל וואס מ'מאכט פאר אזא גרויסן ציבור דארף מען טראכטן ווייט און טיף, וואו דאס קען אנקומען.
הצלחה.


split your head


מיר פארדאמען דיין ליידיגקייט אין זלזול אין כבוד הבריות
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:22 pm#269072
דא זענען טייל פון די חיזוק אימעילס

א גרויסן ישר כח פאר אייער געוואלדיגע אקציע. נאר אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן ארויסצוראטעווען אידישקייט פון די לאפעס פון די וואס האבן איר גע'קידנעפ'ט.
Tons of kisses!!



Good Morning

In the name of my friends and I, we are applauding you for your brave act and masterpiece you delivered to Klal Yisruel over the past few weeks. מיר שעטצען די שווערע אין קונטצליכע ארבייט, די האסט א ניצוץ נשמה פין א פארטצייטישע פייטן

כה יתן וכה יוסיף.

ובזכות האמת וצדק נזכה לביאת הגואל בקרוב.
בשם שלומי אמוני ישראל



חזק חזק ונתחזק
קודם וויל איך דיר קאנגראטאלירן פארן מקדש ש"ש זיין און אויפדעקן די פנים פון דע עוקרי הדת. אבער איך וויל דיר מעורר זיין אז אזוי ווי איך זע דו האסט כשרון דערצו ממילא האלט איך אז עס ליגט א חוב קדוש אויף דיר אויסצוניצן דיין טאלאנט און אנדרייען נאך אסאך אזאנע שפיצלען. אויב דו ברויכסט געדאנקן קען איך דיר מעגליך העלפן. ישר כח און דיין זכות איז גרויס!

ליידער זענען אונזערע מיילער פארשטאפט, און מיר קענען נישט רעדן. אייער שפיצל האט אפגעקלינגען איבער די גאנצע וועלט, און יעדער האט געזעהן די מיאוס'ע פנים פון די היימישע צייטונגען און די נארישע טפשות'דיגע מערכה קעגן אינטערנעט.



YOU ROCK


דו ביסט א פארטיזאנער!!

אט אזוי. אויב וועלן נאך זיך אנשליסן אין די שטילע רעזיסטענץ וועט בקרוב זיין א ישועה.


חן חן על היוזמה המבריקה והמוצלחת.
שאו ברכה


הקב"ה ישלם לכם שכרכם, בשפע טוב עד ביאת הגואל. איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו באדאנקען.



איך שרייב בשם 8 בחורים אין ישיבה ..........
א ישר כח א ישר כח פאר די געלינגענע פרענק. די באגלייבטשאפט פון ערוואקסענע איז שוין לאנג א שמועס ביי אונז, און ס'איז גוט אז מיר האבן יעצט געלערענט אז מ'דארף אייביג ניצן די אייגענע שכל


עס איז נישט דא קיין ווערטער אייך צו דאנקן
קיין שריפטשטעלער בין איך נישט אבער פטור בלא כלום אי אפשר
פאר אייך וויל איך ווינטשן אלע זיסע ברכות עד עולם
עס זאל אייך נשפע ווערן אלעם גוטן אייביג
ראטעווען וועט איר אידישקייט פון די הענט פון די אינטערגראבערס
יא, איר האט די טאלאנט און איך האף אז איר וועט עס ווייטער ניצן
מורא'דיגע לעקציעס האט איר אונז געלערנט
עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס איר האט געוויזן קליפ און קלאר
נישטיג און נאריש זענען די אלע פראפעגאנדע קאנאלן
טריפה זענען זייערע קעפ, און פארדארבן זענען זייערע השקפות
יהי ה' עמכם אז איר זאלט ווייטער העלפן אידן
רב ברכות וכל טוב וסייעתא דשמיא
עס זאל פליסן השפעות טובות פאר אייך פון אויבן
ריכטיגע אידן זאלן קענען מקבל זיין די פנים פון משיח



כה לחי!
ה' עמכם גיבור חיל!


כ'ווייס נישט צי איר ווייסט ווי ווייט אייער שפיצל האט אפגעקלינגען איבער די וועלט. איך האב באקומען לינקס צו אייער אשכול אין קאווע שטיבל פון חברים אין אלע עקן פון די וועלט - ענגלאנד, א"י, אויסטראליע, בעלגיע. די לעקציע וועט געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן. איר גייט אריין אין די לעגענדע פון יהדות החרדית אלס דער וואס האט אראפגעצויגן די מיאוס'ע מאסקע פון די היימישע פראפאגאנדע אפאראטן.


האסט זיי אראפגעצויגן די הויזן און אנגע'קטן'ט!! יע!!!
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:34 pm#269082
בעת איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די עצם שפיצל, וויל איך זיך א מינוט אפשטעלן צו די כת המוחאים,
א טייל שרייבן נארמאל כאטש זיי גיבן א גוטן פסק, די איבריגע האבן צימערמאן סארט קללות, וואס אויסער שעלטן נידריגע פוסטע קללות ווייסן זיי נישט צופיל פון אידישקיייט.
איך ווייס נישט וואו מען האט אויסגעלערנט אזוי שעלטן א צווייטן איד (עכט ווייסעך יא...), בפרט ווען סך הכל האט ער חוזק געמאכט פון צייטונגען.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:34 pm#269083
Split your head

:lol: :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:35 pm#269084
סא מיינט דאס אז יענע מחאה איז טאקע יא ארויס דורך די צייטונגען? נאר זיי ווייסן דאך דעם אימעיל
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:17 pm#269099
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
עקספערימענטירער איז דער צווייטער וואס ווייסט עס.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:20 pm#269102
מען קען דאך נישט וויסן מיט דעם ATUB @עקפערימענטירער ATUB
אפשר וויל ער ווייזן אז מען טאר נישט גלייבן אזוינע מחאות אין קאמפלימענטן אויך נישט
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:43 pm#269111
איך ווייס אז די צייטונגען האבן דאס נישט געשריבן, איך האב קאמפערמט.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:13 pm#269131
מחאה #3 איז מיינס.
דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:43 pm#269139
און איך קען נאר צושטימען צו מחאה #5, מינוס ווארט נומער 4 און 5.