Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
160 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 263 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8688
זונטאג אפריל 19, 2015 5:42 pm#267461
אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעדזש!
מיר האבן אן אינדוסטרי פון מעשיות. תהילים כולל האט מעשיות צו דערציילן, כולל חצות האט מורא'דיגע אפענע מופתים, דורך צניעות זעט מען ישועות און רפואות. הארראר סטאריעס פון אינטערנעט הערט מען יעדן טאג. מיר האבן סיפורי צדיקים בימים ההם ובזמן הזה. זענען די מעשיות אויפגעבאקן? ווי גרינג איז צו באקן א מעשה אז עולם גולם זאל עס גלייבן? ווי גרינג איז "מעורר" צו זיין מענטשן דורך נארישע אויסגעטראכטע מעשיות? אויב די מעשה האט א עכטע נאמען פון א מענטש נעמט איינער די מיה עס נאכצוקוקן? איינער קעירט נאכצוגיין א מעשה צו פרעגן אויב עס איז אמת פאר'ן עס דרוקן פאר'ן פאבליק?

צוויי חדשים צוריק האב איך געהאט די טענה'ריי מיט א חבר. ער האט געזאגט אז די מעשיות זענען מסתמא עכט. ס'מאכט נישט קיין סענס אז מ'באקט מעשיות, האט ער גע'טענה'ט. פארשטייט זיך אז מיין חבר האט מודה געווען אז אפילו אויב די מעשיות זענען עכט מיינט עס גארנישט, אבער מיר האבן זיך גע'טענה'ט אויף די עצם נקודה צי מ'קען פארדרייען מענטשן א קאפ מיט פאלשע מעשיות. כ'האב אים געזאגט אז כ'גיי מאכן אן עקספערימענט, און אים ווייזן ווי גרינג מ'קען משוגע מאכן מענטשן מיט נארישע פאלשע מעשיות.

אומר ועושה, כ'האב מיך געזעצט טוהן די ארבעט און געמאכט אן עקספערימענט. פאלגענד זענען די רעזולטאטן.
***

אין "דער איד", דער נומער פון פרשת צו, שבת הגדול, תשע"ה, איז ערשינען א מורא'דיגע מעשה. אן ערשטהאנטיגע ערצעהלונג וועגן דעם שרעקליכן חורבן פון קאמפיוטער און אינטערנעט. אויף צוויי עמודים האט דער ארטיקל דערציילט ווי אזוי אינטערנעט האט חרוב געמאכט א אידישע שטוב, געברענגט א בחור צו גיין אראפ פון דרך, גורם געווען לוקימיע פאר א טאכטער און געברענגט שרעקליכע צרות ברוחניות ובגשמיות פאר די גאנצע פאמיליע.

אידן איבער די וועלט האבן געליינט די מעשה, מענער פרויען און קינדער האבן מיטגעשאקלט מיט'ן קאפ וויסענדיג אז די מעשה באשטעטיגט טאקע אלעס וואס אונזערע רבנים און עסקנים זאגן אונז וועגן אינטערנעט. אפילו מיט פילטערס איז א אידישע שטוב נישט באשיצט!! מ'טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אפילו אונטער שלאס און ריגל, האט די מעשה אויפגעוויזן קליפ און קלאר.

דער ברסלבער משפיע פון א"י הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז ציטירט געווארן אין דעם מעשה מיט דראמאטישע שרעקעדיגע רייד: "מיאוס'קייט, טומאה, די רוח הטומאה, קען מען נישט איינשליסן מיט שלעסער. ווען דאס איז איינגעשפארט אין לעדל בלייבט עס נישט דארט... דאס גייט ארויס פון דעם שיפלאד, ארויס פון דעם שטוב, און פילט אן דעם גאנצן הויז." ממש א פחד!

אט דא ליינט די מורא'דיגע מעשה פון "דער איד":
בילד
בילד




דער ארטיקל האט געהאט א געוואלדיגן אפקלאנג און איז די נעקסטע וואך אויך געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" אין דעם פסח נומער.

בילד
בילד



נאך ליינער זענען נתעורר געווארן, אזש ביז ס'האבן זיך געיאוועט עסקנים וואס האבן מחליט געווען אז אזא געוואלדיגע ארטיקעל איז דאך א שאד אז ס'זאל נאר געליינט ווערן דורך די ליינערס פון די צייטונגען, און האבן לכבוד שבת פרשת שמיני אפגעדרוקט די מעשה אין א שיינעם גליון און פארשפרייט אין די בתי מדרשים.

בילד


איין פראבלעם מיט די מעשה איז: עס האט קיינמאל נישט פאסירט. דאס האב איך אליין אויסגעזויגן פון פינגער פון אנפאנג ביז'ן סוף. קיין איין ווארט פון די מעשה איז נישט אמת.

כ'האב אריינגעשיקט די מעשה דורך אימעיל צו "דער איד" און "דער בלאט" און זיי האבן עס אפגעדרוקט כמו שהוא (דער בלאט האט ארויסגענומען די נאמען פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער און אנשטאטס דעם געשריבן "א צדיק ומשפיע"). נישט דער איד און נישט דער בלאט האבן אינטערסירט אויב די מעשה איז אמת אדער נישט. זיי האבן מיך ניטאמאל געענטפערט אין אימעיל. די עסקנים וואס האבן געדריקט די גליון און פארשפרייט אין בתי מדרשים האבן עס געליינט אין די צייטונגען און האבן אויך קיינעם נישט געפרעגט אויב די מעשה איז אמת, נאר געגאנגען פארקויפן שטרוי אנצושרעקען נאך מענטשן.

איך אליין האב געהערט מענטשן אין ביהמ"ד נאכדערציילן די מעשה, נישט חלום'ענדיג אז דער בעקער זיצט נעבן זיי... מיין חבר, וואס מיט אים האב איך געמאכט די עקספירעמענט, האט געדארפט זיצן אין זיך איינהאלטן פון געלעכטער ווען זיין טאטע האט דערציילט די מעשה ביי א חול המועד סאפער...

אבער ווי אזוי קען איך אייך איבערווייזן אז דאס האב איך טאקע אויסגעטראכט? כ'האב געוואלט זיכער מאכן אז איך זאל קענען איבערווייזן אז איך האב די מעשה אויסגעטראכט. האב איך אין די מעשה אריינגעלייגט א באהאלטענע מעסעדזש, וואס די אלע וואס האבן געדרוקט און געליינט די מעשה האבן נישט גע'חלום'ט אז די מעסעדזש אין באהאלטן...

אויב נעמט מען די ערשטע אות פון יעדע זאץ דורכאויס די גאנצע מעשה אנפלעקט זיך די פאלגענדע מעסעדזש:

די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער
אויסגעזויגן פון פינגער
פתי יאמין לכל דבר
אינטרנט הוא כלי מחזיק ברכה למרות מסע האיומים והפחדות
(דער אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה טראץ די טעראר און שרעק קאמפיין)
ישמע חכם ויוסף לקח ונבון תחבולות יקנה (משלי א:ה, דער חכם זאל פון דעם זיך לערנען א לעקציע, און דער פארשטענדליכער זאל קונה זיין תחבולות זיך ארויסצודרייען פון די נארישקייטן וואס מ'פארקויפט אונז)
תהיה חכם חזק ועצמאי (זיי קלוג, שטארק, און זעלבסטשטענדיג)
אמן.

בילד
בילד

יא, אמת, כ'האב אנגעשראקן מענטשן מיט א פאלשע מעשה, ס'איז א עוולה, אבער מיר ווערן באמבאדירט מיט אזעלכע פאלשע מעשיות טאג נאך טאג, צי פאר פינאנציעלע סיבות צי אויף צו פראפאגאנדירן יושבי חושך סטאנדארטן. האב איך מחליט געווען דאס צו טון דאס איינע מאל פאר די greater good צו דעמאנסטרירן און ברענגען צום אויפמערקזאמקייט ווי אזוי מ'קען אין אונזער געזעלשאפט פארקויפן טפשות און לאקשן.

והחי יתן אל לבו.
זונטאג אפריל 19, 2015 5:48 pm#267463
איינס און א גוטס. כ'האב א געפיל דאס דא גייט גיין וויירעל.
זונטאג אפריל 19, 2015 5:49 pm#267464
MY GOSH!!!
זונטאג אפריל 19, 2015 5:52 pm#267466
אנפריקענבעליעוועבעל! צו ס'איז אמת צו ס'איז נישט אמת, לויט די "בייבעל קאוד גלויבן" איז דאס תורת משה מסיני...

וויאזוי האסטו געוויסט אז די רעדאקטארן פון דער איד גייען עס נישט עדיטען און פארלירן דיינע באהאלטענע מעססעדזשעס?
זונטאג אפריל 19, 2015 5:53 pm#267467
זייער אינטערעסאנט.
איך ליין נישט קיין צייטונגען, אבער איך נעם אראפ יעדע וואך גליונות פון לדעת, און די וואך האב איך אויך אראפגענומען דעם גליון, איך האב עס געליינט און געשפירט אז עס איז נישט אמת, עס איז ארויסגעזויגן פון פינגער, נכרין דברי שקר. און איך האב הנאה צו זען אז כ'האב ריכטיג צוגעטראפן.
ווען איך ליין אן אמת'ע מעשה טאטשט עס מיין הארץ, און די מעשה האט עס נישט געמאכט.
m http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20150418&gil=1977 m
זונטאג אפריל 19, 2015 5:58 pm#267468
זאג ,דו ביסט ראובן'ס נייע ניק? אדער איז דער שפיצל גאר דער סיבה פאר דיין נייע ניק?
זונטאג אפריל 19, 2015 5:58 pm#267469
פארוואס קען איך נישט זיען דע בילד?

אינטערסאנט בשעתן ליינען האב איך גלייך אפגעמאכט אז עס איז נישט אמת ווייל זייער א ענדליכע מעשה איז ארויס געקימען און איינע פין דע סקווירא בלעטער, און עס איז געווען זייער פאני אז פינק האט זיך איבערגעחזרט דע זעלבע מעשה

אבער באמת'ן איז נישט קיין שום עולה פין זייערע זייט זיי זיכען אנצפילען גאנצע בעלטער איז פארוואס זאלען חושש זיין אז איינער מאכט דער גענאר פין זיי, כ"ש ווען יעדער ווייסט אז זיי שרייבען אפענע שקרים ווען עס נויטיגט זיך פאר דע פארטייאישע אינטערעסען
זונטאג אפריל 19, 2015 6:01 pm#267470
רבוש"ע!! מיין רב האט דערציילט די מעשה ביי די שבת הגדול דרשה. ער האט געזאגט אז ער האט עס געהערט פון א "מקור ראשון".... (ער האט עס געמוזט ליינען אין דער איד ווייל כ'זעה אז ס'איז הערשט געווען אין דער בלאט נאך שבת הגדול)
זונטאג אפריל 19, 2015 6:03 pm#267472
איך קוילער מיר פאר געלעכטער דא. דו ביזט זיס ווי צוקער און דיין שטיקל איז געוואלדיג. מען קען אבער פון דעם נאכנישט ארויסנעמען אז זיי אליינס לייגן אריין בשאט נפש פאלשע מעשיות. עס צייגט אבער יא אויף די שרעקליכע קאליבער סחורה און ארבייט וואס די חברה פרעזענטירן פארן עולם. אויך לערנט עס אונז קיינמאל צו גלייבן מעשיות.

דער עולם האקט אין גרויסן...


.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:07 pm#267473
אבער פארוואס זאל א צייטונג וואס בעט 1000$ צו מער פאר א פעידזש פארוואס זאלן זיי אריינלייגן 2 גאנצע בלעטער וואס איינער עפעס מיט א אימעיל אדרעס שיקט אריין?
זונטאג אפריל 19, 2015 6:07 pm#267474
אויב די קלאגעס זענען אמת דאן שטייגט די סקאנדאל איבער די פארווארדס פלאגיארזים סטאנדאל פי כמה. דאס איז נישט קיין זשורנאליזם סומעטאכע אבער בעצם א סקאנדאל איבער די סאמע יסוד פון אינפארמאציע און אמת אינערהאלב די חסידישע לאגער.

עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?
זונטאג אפריל 19, 2015 6:08 pm#267475
די פראבלעם איז אז די בלאט ניצט זייערע אינוועסטגעטינג שטאב נאכצוגיין אויב די מצה אין אריזאנא איז טריקענער ווי אין בודאפעסט, און צו די ווארדיינע דיין פון פלעטבוש איז געוון ביי כ"א כסליו. בלייבט נישט איבער צייט פאר זיי נאכצוגיין א יעדע מעשה.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:08 pm#267477
ביבער האט געשריבן:אבער פארוואס זאל א צייטונג וואס בעט 1000$ צו מער פאר א פעידזש פארוואס זאלן זיי אריינלייגן 2 גאנצע בלעטער וואס איינער עפעס מיט א אימעיל אדרעס שיקט אריין?


דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט, דאס איז אן אומזינסטע ארטיקל פאר זיי. פארקערט, זיי שפארן זי פון באצאלן פאר זייער אומפערלעסליכע שרייבער און דריקן עס אומזינסט פון אן אומפארלעסליכן אימעיל.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:09 pm#267478
משונה'דיג שטיקל
רבונו דעלמא כולה
דו ביסט גוט משוגע, מר. ATUB @עקפערימענטירער ATUB ...
זונטאג אפריל 19, 2015 6:10 pm#267479
.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:12 pm#267482
וואנצי אוי זאגסטו נעבעך גוט.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:13 pm#267483
ב"ה ס'פארט שוין ארום אויף וואטסעפ.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:15 pm#267484
ווי פלעג ר' יענקעלע זאגן, אויב ס'וואלט נאר געקענט זיין אמת איז שוין...
זונטאג אפריל 19, 2015 6:20 pm#267485
אויב איז די גאנצע שפיל, וואס די האסט אנגעבליך אנגעדרייט, א הוכחה אז מ'קען דרייען מענטשען א קאפ, און זיי איינרעדן וואס סלאזט זיך [ הגם איך דארף נישט דיין הוכחה, סאיז פשוט אזוי ]. נא, אז איך בין שוין משוכנע, אולי איז דיין גאנצע ארטיקל אויף קאווע שטיבל אויך נישט מער ווי א 'סאשיל עקספירימענט' און די די דרייסט דא כפרות מיט אונז.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:23 pm#267486
יואליש האט געשריבן:וויאזוי האסטו געוויסט אז די רעדאקטארן פון דער איד גייען עס נישט עדיטען און פארלירן דיינע באהאלטענע מעססעדזשעס?

כ'קען זייער מענטאליטי און כ'האב געוויסט אז זיי גייען עס נישט צופיל טאטשן. א זאך וואס כ'האב געהאט א הוה אמינא אז זיי גייען מעגליך וועלן טוישן האב איך געלייגט נאר אינמיטן א זאץ. למשל דעם נאמען פון ר' יעקב מאיר שעכטער האב איך נאר געלייגט אינמיטן א זאץ כדי ס'זאל נישט פארדרייט ווערן אויב זיי וועלן נישט דרוקן דעם נאמען, ווי ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט מיט דעם בלאט.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:25 pm#267488
אחד העם האט געשריבן:אויב איז די גאנצע שפיל, וואס די האסט אנגעבליך אנגעדרייט, א הוכחה אז מ'קען דרייען מענטשען א קאפ, און זיי איינרעדן וואס סלאזט זיך [ הגם איך דארף נישט דיין הוכחה, סאיז פשוט אזוי ]. נא, אז איך בין שוין משוכנע, אולי איז דיין גאנצע ארטיקל אויף קאווע שטיבל אויך נישט מער ווי א 'סאשיל עקספירימענט' און די די דרייסט דא כפרות מיט אונז.

Nothing is certain but death & taxes.

m http://en.wikipedia.org/wiki/Death_%26_Taxes m
זונטאג אפריל 19, 2015 6:28 pm#267490
כ'האב באקומען אן אימעיל אז מ'האט יעצט אנגעפרעגט ביי ר' יעקב מאיר שעכטער און ער האט באשטעטיגט די ווארהייט פון די מעשה. ר' יעקב מאיר האט זיך זייער שארף אויסדעדריקט קעגן די וועלכע פרובירן צו לייקענען די מעשה. דער באקאנטער משפיע האט אויסגעפירט אז אויב מ'וועט ליינען די ארטיקל אויף צוריקצווועגס און ארויסנעמען יעדע 49'סטע אות, כנגד האינטערנעט מ"ט שערי טומאה, וועט מען זעהן באשיינפערליך אז דאס איז אמת ויציב כחותמה של הקב"ה.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:28 pm#267491
יואליש האט געשריבן:עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?
זונטאג אפריל 19, 2015 6:29 pm#267492
יואליש האט געשריבן:אויב די קלאגעס זענען אמת דאן שטייגט די סקאנדאל איבער די פארווארדס פלאגיארזים סטאנדאל פי כמה. דאס איז נישט קיין זשורנאליזם סומעטאכע אבער בעצם א סקאנדאל איבער די סאמע יסוד פון אינפארמאציע און אמת אינערהאלב די חסידישע לאגער.

עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?

כ'ווייס נישט וואס מ'האט פון די סקרין שאט, אבער דא איז עס גערן.

כ'האב געשיקט צו ביידע צייטונגען כמעט די זעלבע נוסח.
זונטאג אפריל 19, 2015 6:31 pm#267493
עקפערימענטירער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:אויב די קלאגעס זענען אמת דאן שטייגט די סקאנדאל איבער די פארווארדס פלאגיארזים סטאנדאל פי כמה. דאס איז נישט קיין זשורנאליזם סומעטאכע אבער בעצם א סקאנדאל איבער די סאמע יסוד פון אינפארמאציע און אמת אינערהאלב די חסידישע לאגער.

עקספערעמענטירער, קענסט לייגן א סקרינשאט פון דיין אימעל צו דער איד און דער בלאט?

כ'ווייס נישט וואס מ'האט פון די סקרין שאט, אבער דא איז עס גערן.

כ'האב געשיקט צו ביידע צייטונגען כמעט די זעלבע נוסח.


עפען אויך די דאטום און די רעסיפיענט אימעל אדרעס.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:02 pm#267544
ניין, סנאך אלס א גוט שטיקל...
זונטאג אפריל 19, 2015 8:11 pm#267551
רבותי, כאפט'ס אריין ווייל אין די נעקסטע פאר שעה ווערט די אשכול פארשלאסען דורך די טרויריג בארימטער קינה לאסף, זייט געווארענט.
מוועט דערנאך זאגען אז עס קומט פון גרויס דרוק פון די צייטונג רעדאקטערס אין מנהלי המוסדות אין תשלומין פון די אומגעלונגענע אפריל 1 נארישע ויץ.
ועוד ייתכן אז מיין תגובה זעלבסט גייט ווערען אויסגעמעקט.
ראו הוזהרתם.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:17 pm#267552
גאט בלעס עקפערימענטירער, גאט בלעס קאווע שטיבל, די גאס שטונקט, דער עולם לאכט.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:19 pm#267553
די מעשה איז זיס, אבער ס'איז נישט קיין ראיה אז אלע מעשיות זענען געבאקן. ס'איז זעלבסט-פארשטענדליך אז רוב, אויב נישט אלע, מעשיות פון תהלים-כולל, כולל חצות, דער איד און דער בלאט זענען אויסגעזויגן פון פינגער, אבער איך פארשטיי נישט וואס מען זעט פון דא.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:23 pm#267554
דאס איז משוגע צו ווערן. איך שטיי פארגאפט פאר דעם עקספעראמענטירער'ס ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט דא. איך וואלט געזאגט לפחות 15 שעה ארבעט, דאס אויפטראכטן די מעשה, אראפשרייבן, רעדאגירן, זיכער מאכן די סיקרעט קאוד שטימט אריין און זאל נישט ווערן עדיטעד ביי די צייטונגען, ארומשיקן, וכו', אלעס מיט מסירות נפש כדי צו ווייזן אין וואסערע עולם השקר מיר לעבן.

כה לחי!
זונטאג אפריל 19, 2015 8:24 pm#267555
אפטעמיסט האט געשריבן:די מעשה איז זיס, אבער ס'איז נישט קיין ראיה אז אלע מעשיות זענען געבאקן. ס'איז זעלבסט-פארשטענדליך אז רוב, אויב נישט אלע, מעשיות פון תהלים-כולל, כולל חצות, דער איד און דער בלאט זענען אויסגעזויגן פון פינגער, אבער איך פארשטיי נישט וואס מען זעט פון דא.

מען זעט ״באשיינפערליך״ (אן אפטע גאסט ווארט אין די עיתוני תמרים) אז ״אלסדינג״ ווערט געדריקט. מען דריקט דאס מיט פארמאכטע אויגן. און אויב טייל זענען געזויגן ווייסט מען שוין נישט די חילוק פון א אמת׳ע מעשה און א פאבריצירטע. ״מען קען שוין גארנישט גלייבן אפילו די ״מעתיקי שמועה און די מקורות הראשונים.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:25 pm#267556
פרייוויליג האט געשריבן:
וכדומה.. האט געשריבן:מצטמק, זייער גוט געזאגט!

אויב עפעס איז פון דעי מעשה א ראיה אז צייטונגען מאכען נישט אויף קיין זאכען!!

אז איינער שיקט א פערזענליכע אימעיל מיט א מעשה וואס האט מיט אים פאסירט איז דא עני ריזען צו חושש זיין אז יענער שמירט אריין מיט א אויסגעטראכטע מעשה?? און אז די מעשה זעט אויס צו גוט און אביסל צוגעפיצט, נו דאס איז דאך די ארבעט פון א צייטונג!!

איך זע נישט קיין שום עולה וואס די צייטונג איז דא באגאנגען, די איינציגסטע זאך וואס קען אפשר זיין א פראבלעם איז א עכטע נאמען וואס מהאט אריינגעלייגט, נו האט דאך די בלאט געטון צום זאך און ארויסגענומען די נאמען אויפן שאנס אז סאיז ארויסגעזויגן פון פינגער

איים סארי אבער זייער א קינדערישע זאך לענ"ד וואס ווייזט נישט אויף גארנישט

איינער זאגט מיר אז אין די קומענדע טעג גייט מען זען א אויפשטייג פון פרושע ניקים ווארשיינליך רעדאקטערס פון די עיתוני תמרים צו דיפענדען זייערע מיאוסן דורכפאל.


לאמיר זאגן איך קום פון א צייטונג נעמט עס נישט אוועק די פוינט, איך ווייס נישט וואס דער עולם ווערט אזוי עקסיידעט פון דעי מעשה

אז איינער זאל אריינשיקן א בריוו צום "פון פענע צום בלאט" און די ראשי תיבות פונעם בריוו איז איך ווייס וואס .. 'דער בלאט איז נאריש'. וואו!! ער האט אויסגעשפילט די וועלט און סאיז נאך א ראי' אז בריוון וואס משיקט אריין צו דעם אפטיילונג איז פאלש והא ראי קוק אויף די ר"ת פון מיין בריוו

נער וואב דו ביסט, יא אזוי ארבעטן די צייטונגען מענטשען שיקן אריין זייער מעשה'ס און מדריקט עס! וואס, זיי זענען מחויב נאכצוגיין זען אויב די פאקטען פון די מעשה זענען אמת נאכדעם וואס איינער שיקט אריין א פערזענליכע בריוו?!

און ספציעל אויף דעי מעשה וואס איז א טיפיקעל וועכענטליכע מעשה וואס ערשיינט אין דעי צייטונגען יעדע צווייטע וואך מיט אביסעל אנדערע דיטעילס, און די געדאנק איז אזאך וואס מהערט נישט אויף צו פארפירן און דעי צייטונגען וואס די מוסר השכל ברענגט דעי מעשה ארויס צו ס'אמת צו נישט,
זונטאג אפריל 19, 2015 8:26 pm#267557
אבטולמוס האט געשריבן:הערליך און גוט שטיקל ארבעט.

אבער א רגע! עק[ס]פערימענטירער איז מודה אז ער איז אן אנדרייער. האט איינער בודק געווען צי די געשיכטעס זענען טאקע ערשינען אין די צייטונגען?

קען זיין אז דער בלאט דרייט נאר אן קעגן אונז
זונטאג אפריל 19, 2015 8:28 pm#267558
בין איך דער איינציגסטער וואס זעט דא א געוואלדיגער עוולה פון @עקספערימענטירער'ס זייט?

גאט איז מיין עדות ווי שטארק איך האס די סארט מעשהלעך, די גאנצע סגולה אינדוסטריע, פון תהילים כולל און חבורת מהרחי"ו, ביז כולל חצות און סגולות השרב"י. און ווען איך האב ווען די מעגליכקייט וואלט איך געלייגט א שנעלע ענדע צו די גאנצע אינדוסטריע. און לגבי מיין בליק אויף אינטערנעט און פילטער'ס קענען גענוג פון מיינע תגובת עדות זאגן וואס מיין מיינונג איז.

אבער די שפיצל פון אויספאפן די מענטשהייט מיט נישט געשטויגענע געשיכטעס 'דזשאסט טו פרואוו עי פוינט' (barely) איז בכלל נישט קיין חכמה. בסך הכל האט איינער מיט א גוטן פעדער אויסגעפאפט די גאנצע ליינער-קרייז פון די צוויי הויפט אידישע צייטונגען (מיר נישט, איך ליין נישט די מעשה'לעך, נישט די קליינע און נישט די לאנגע און ברייטע, סאו איך רעד נישט פון ווייטאג). האסט נישט אויפגעדעקט די פאלשקייט פון די צייטונגען ווייל יעדער מיט אביסל שכל ווייסט שוין לאנג אויף וועלכע סטאנדארט די אידישע צייטונגען זענען, און אז זיי האבן נישט קיין סטעף וואס גייט נאך אויב די מעשה'לעך זענען וואר. אויך צייגט דאס נישט אויף די קראנטקייט אדער פאלשקייט פון אלע אנדערע מעשה'לעך ווייל עס ווייזט נאר אז אויב איינער וויל דווקא אונטערשטעלן א פאלשע געשיכטע 'קען' ער דאס טון.

מער ווי דו האסט אויסגעפאפט די צייטונגען (נאט די ליעסט ארויפשווינדלען דיין עקספערימענט אויף צוויי זייטן אין א פריוואטע פאר-פראפיט פובליקאציע וואס רעכנט א באשטימטע פרייז פער זייט) האסטו אויסגעפאפט א רבים. פאר יעדן אינגערמאן וואס גייט אויסגעפונען אז ער איז געווען די ציל פון א שפיצל גייען זיין פינף אינגעלייט און צוואנציג פרויען און קינדער וואס גייען קיינמאל נישט אויסגעפונען. אלס כדאי זיך צו קענען אונטערהאלטן עטליכע שעה און אפנעמען אביסל אויפמערקזאמקייט און עטליכע קאמפלימענטן.

ווען מען פארגלייכט עס צום גימיק וואס די פראדוצירער פון 'מאירה און פיליקס' האבן געטון וואלט איך געזאגט אז צווישן די צוויי איז זייער מוחאה-אנאנס פיל מער אננעמבאר. זיי האבן נישט גענומען קיין עטווענטידזש פון קיינעם, און כאטש ארויסגענומען (מעגליך) א ריוח פון שפילן דעם עולם פאר נארנים.

איך וואלט געזאגט אז עס איז אוממאראליש ביז אן עקסטרעם און ווייזט אויף א קינדישקייט (און פון די רעאקציע דא, נישט נאר אויפן עקפערימענטירער).
זונטאג אפריל 19, 2015 8:28 pm#267559
וכדומה.. האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
וכדומה.. האט געשריבן:מצטמק, זייער גוט געזאגט!

אויב עפעס איז פון דעי מעשה א ראיה אז צייטונגען מאכען נישט אויף קיין זאכען!!

אז איינער שיקט א פערזענליכע אימעיל מיט א מעשה וואס האט מיט אים פאסירט איז דא עני ריזען צו חושש זיין אז יענער שמירט אריין מיט א אויסגעטראכטע מעשה?? און אז די מעשה זעט אויס צו גוט און אביסל צוגעפיצט, נו דאס איז דאך די ארבעט פון א צייטונג!!

איך זע נישט קיין שום עולה וואס די צייטונג איז דא באגאנגען, די איינציגסטע זאך וואס קען אפשר זיין א פראבלעם איז א עכטע נאמען וואס מהאט אריינגעלייגט, נו האט דאך די בלאט געטון צום זאך און ארויסגענומען די נאמען אויפן שאנס אז סאיז ארויסגעזויגן פון פינגער

איים סארי אבער זייער א קינדערישע זאך לענ"ד וואס ווייזט נישט אויף גארנישט

איינער זאגט מיר אז אין די קומענדע טעג גייט מען זען א אויפשטייג פון פרושע ניקים ווארשיינליך רעדאקטערס פון די עיתוני תמרים צו דיפענדען זייערע מיאוסן דורכפאל.


לאמיר זאגן איך קום פון א צייטונג נעמט עס נישט אוועק די פוינט, איך ווייס נישט וואס דער עולם ווערט אזוי עקסיידעט פון דעי מעשה

אז איינער זאל אריינשיקן א בריוו צום "פון פענע צום בלאט" און די ראשי תיבות פונעם בריוו איז איך ווייס וואס .. 'דער בלאט איז נאריש'. וואו!! ער האט אויסגעשפילט די וועלט און סאיז נאך א ראי' אז בריוון וואס משיקט אריין צו דעם אפטיילונג איז פאלש והא ראי קוק אויף די ר"ת פון מיין בריוו

נער וואב דו ביסט, יא אזוי ארבעטן די צייטונגען מענטשען שיקן אריין זייער מעשה'ס און מדריקט עס! וואס, זיי זענען מחויב נאכצוגיין זען אויב די פאקטען פון די מעשה זענען אמת נאכדעם וואס איינער שיקט אריין א פערזענליכע בריוו?!

און ספציעל אויף דעי מעשה וואס איז א טיפיקעל וועכענטליכע מעשה וואס ערשיינט אין דעי צייטונגען יעדע צווייטע וואך מיט אביסעל אנדערע דיטעילס, און די געדאנק איז אזאך וואס מהערט נישט אויף צו פארפירן און דעי צייטונגען וואס די מוסר השכל ברענגט דעי מעשה ארויס צו ס'אמת צו נישט,

נאר אריינגעשיקטע מעשות? רוב פון די צייטונג זענען פון מענטשן. עדיטאריעל, אנאליזן, ציטאטן, עפיזאדן, מיינונגען. אלעס איז הבל און פאנטאזיע. קאפירט און פאנטאזירט, מען רויבט און צעחושט טויזענטער ליינער. אלעס, אלעס פון די צייטונג איז א שלל פון בלאזעריי!!!!!
זונטאג אפריל 19, 2015 8:28 pm#267560
בכל אופן וויי איז פאר וועם די אלע קרישקעלעך און מעשה'לעך זענען ביי איהם א פאקטור אין עבודות השם.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:30 pm#267561
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
מצטמק ויפה האט געשריבן:דו ביסט גוטע נייעס, אבער פונקטלעך וואס דו האסט געוואלט ווייס איך נישט. שיקט א איד אריין א הארציגן בריוו צום רעדאקטער, פארוואס זאל ער צווייפלען אונעם ווארהייט פונעם ארטיקל.
און אפילו ווען עס איז ווען דא א טענה אז זיי וואלטן געדארפט נאכגיין די ווארהייט פון די מעשה. איז באמת נישט שייך נאר אנצירופן דעם בעל המעשה און פרעגן אויב עס איז וואר, נו וואס פאר א פנים וועט עס האבן ווען איך נעם די מיה און שרייב שווער אראפ מיין פערזענליכע געשיכטע, און נאכדעם רופט מען מיך אן ״זאג נאר דיין געשיכטע איז אמת?!....״

בעצם ביסטו גערעכט אבער זיי וואלטן עכ''פ געדארפט שרייבן אז איינער האט דאס זיי געשיקט א בריוו נישט לייגן אן ארטיקל כאילו זיי שרייבן דאס פון זייער ידיעה,
זונטאג אפריל 19, 2015 8:31 pm#267562
אבטולמוס האט געשריבן:הערליך און גוט שטיקל ארבעט.

אבער א רגע! עק[ס]פערימענטירער איז מודה אז ער איז אן אנדרייער. האט איינער בודק געווען צי די געשיכטעס זענען טאקע ערשינען אין די צייטונגען?

sure i saw it
זונטאג אפריל 19, 2015 8:38 pm#267565
פרייוויליג האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:אבער פארוואס זאל א צייטונג וואס בעט 1000$ צו מער פאר א פעידזש פארוואס זאלן זיי אריינלייגן 2 גאנצע בלעטער וואס איינער עפעס מיט א אימעיל אדרעס שיקט אריין?

דאס איז די טויזענט דאלער פארוואס די מענטש באצאלט א רעקלאמע. א טויזענט דאלערדיגע רעקלאמע אין די שויבן פון א ארויסגעזויגענע צייטונג.


וואסערע נערישע טענה איז דאס??

מצאלט 1000 דולר ווייל טויזענטער מענטשען ליינען דאס , צו די מעשיות וואס מפארקויפט דארט איז יא אמת צו נישט
זונטאג אפריל 19, 2015 8:39 pm#267566
no body pays $1000, period
זונטאג אפריל 19, 2015 8:46 pm#267570
וואס ווייזט אונז די מעשה? חוץ די אבוויעס לעקציעס, אז אונזערע צייטונגען קען מען נישט טראסטען און ווי גרינג ס'איז צו באקן א מעשה און פארשפרייטן איז די עיקר לעקציע ווי פאלגענד:

די מעשה איז נישט סתם א מעשה קעגן אינטערנעט, פון די מעשה קומט ארויס אז אפילו איינער איז אן ערליכער איד, ער האט אינטערנעט בהיתר, ער פארשפארט עס מיט קאודס, פילטערס און פיזישע שלעסער, וועט זיין בחור נאך אלץ אפפארן און זיין טאכטער וואט נאך אלץ באקומען לוקימיע!!

מר. בלאט און איד, ביסט אינגאנצן משוגע?! האסט איין רגע געטראכט וואספארא רשעות דאס איז אנצושרעקן מענטשן מיט אזעלכע צעדרייטע מושגים?! אמת, אינטערנעט איז א טשעלענדזש וואס מ'דארף טרעפן עצות דערפאר, אבער דאס געט דיר א היתר פאר fear mongering? נאר ווייל דו האסט א צייטונג וואס טויזענטער מענטשן קויפן מעגסטו דרוקן יעדע שטיק עקסטרעמע צואה וואס קומט דיין וועג?!

די פרשה דעקט אויף אז די רבנים/עסקנים/צייטונג-שרייבערס וואס ארבייטן צוזאמען צו מאניפולירן פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין שום חשבון און סטאנדארטן. זיי וועלן אנשרעקן און אנזייען פחד מיט וואספארא געצייגן זיי קענען נאר. חז"ל האבן אונז געזאגט אם אין דעת הבדלה מנין. אנשטאט ס'זאל זיין מעסיגע מענטשן וואס ווייסן ווי איין און ווי אויס, זעען מיר ליידער אזוי אויס.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:49 pm#267572
אויב איינער האלט זיך ביי אידישקייט וועגען אזא מין מעשה, אמת אדער נישט, ביזטו גערעכט. אפשר דיין אידישקייט ביז די 16 יאר איז געווען געבויעט אויף אזעליכע מעשיות וועגן דעם האלסטו דארט ווי די האלסט היינט.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:50 pm#267573
הייסט מענטשען דערשרעקן זיך פון אזא מעשה, ממש, נעבעך , א רחמנות,

אויב אזוי זענען זיי טאקע נישט געמאכט פאר די אינטערנעט זאלן זיי עס אויפגעבן
זונטאג אפריל 19, 2015 8:52 pm#267574
ישראל קאפקע דו האסט א פוינט, און עס איז ווערד צו אדרעסירן.
וואס איך האב געטוהן איז נישט קיין לכתחילה, אבער כ'האב געפילט אז עס וועט אויפטוהן מער גוטס ווי שלעכטס. אזעלכע מעשיות זעט מען סיי ווי יעדע צווייטע טאג, אז עולם גולם זעט נאך א מעשה און גלייבט עס איז נישט עק וועלט. ער/זי האט נעבעך געגלייבט די הונדערטער אנדערע נארישע מעשיות וואס זענען שוין געדרוקט געווארן. פון די אנדערע זייט די אלע וואס זעען דעם אמת איבער דעם ארטיקל איז די מוסר השכל זייער גרויס, און ב"ה אז ס'האט א געוואלדיגע פאזיטיווע אפקלאנג איבער די וועלט.

איך דארף געבן קרעדיט פאר די אינספיראציע פאר דעם שטיקל פאר דזשעימס רענדי, וואס ער האט דורך אויס זיין לעבן געטוהן ענליכע שטיקלעך טאקע כדי צו ווייזן די פאלשקייט פון שווינדלערס וכדומה. ווען רענדי האט געטוהן זיינע שטיקלעך זענען אויך געווען וואס האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן, און ס'איז א לעגיטימיע טענה וואס איך מאך נישט אוועק. אבער לענ"ד וועגט די פאזיטיווע חלק איבער די נעגאטיווע חלק פי כמה.
זונטאג אפריל 19, 2015 8:57 pm#267576
ברויכסט נאר שרייבן "מעכטיגע זעלטן פאזיטיווע אפקלאנג אויף דער גאנצער אלוועטליכער אידנטום" און דו האסט א פערטיגער 'דער איד' העדליין...
זונטאג אפריל 19, 2015 8:58 pm#267577
עקפערמינעיטער; דער עולם דא איז נייגעריג צו זען די אימעילס וואס די איד און בלאט שיקן דיר אצינד, נאכן אויסגעפינען אז די מעשה איז געזויגן פון פינגער... וואס שרייבן זיי דיר?

גיב ארויס...
זונטאג אפריל 19, 2015 8:58 pm#267578
פיינע נייעס keep up your good work עקספערימענטירער!!!!
זונטאג אפריל 19, 2015 8:58 pm#267579
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
@קאפקע כ'גלייב נישט אז אויף איינעם האט די מעשה געמאכט א רושם זיך צו טוישן, די תמימותדיגע ווייבער וואס האבן עס געגלייבט און ווייסן נאכנישט און וועלן אפשר קיינמאל נישט געוואר ווערן אז די מעשה איז שקר, האבן שוין פארדעם אויך געוואוסט די שעדליכקייט פון אינטערנעט.
נאר וואס יא, די וואס האבן ביז יעצט געטרייבערט זייערע מענער וועגן זייערע סמארטפאונס וואך איין וואך אויס מיט א פרישע מעשה פון די זשורנאלן ווי שעדליך עס איז, וועלן יעצט אייננעמען א שטילשווייגעניש, דער מאן וועט זיי צוריק לאכן אין פנים מיט א אפענע ראיה אז אלע מעשיות וואס מען פארקויפט זענען אועסגעזויגן פון פינגער.
זונטאג אפריל 19, 2015 9:04 pm#267581
Re: אויפדעקונג: איד און בלאט דרוקן באהאלטענע אינטערנעט מעסעד
ב. ד. וו. עקספירעאמענטאר אפשר לייגסטו ארויף די מעשה אין טקסט פארמאט, איך ליין פון א פאון און עס איז מער שווער צו ליינען דערויף א אומקלארע קאפי פון א צייטונג
זונטאג אפריל 19, 2015 9:15 pm#267587
ATUB @ישראל קאפקע ATUB :
"ווען מען פארגלייכט עס צום גימיק וואס די פראדוצירער פון 'מאירה און פיליקס' האבן געטון וואלט איך געזאגט אז צווישן די צוויי איז זייער מוחאה-אנאנס פיל מער אננעמבאר. זיי האבן נישט גענומען קיין עטווענטידזש פון קיינעם, און כאטש ארויסגענומען (מעגליך) א ריוח פון שפילן דעם עולם פאר נארנים."

I disagree. A bunch of my facebook friends posted a picture of the poster, using it as an instrument to poke fun at chassidim. Although some people commented that it's doubtful that rabbanim would put up a poster like this, for the most part, my secular fb friends believed that the idiot chassidim printed and hung these posters. Why is that better than fooling readers of a chassidishe paper? Their benefitting monetarily doesn't lessen the injustice or wrongness of it. If anything, Ekperimenter at least had an intellectual objective in posting this fabulous story; in the film's case, their objective was just mercenary. And intellectual trumps mercenary anytime