מיטוואך מאי 13, 2015 6:44 pm#274841
די רמב"ם איז א געוואלדיגע מציאה, און איך הייב אן קלערן אז אפשר קען מען דא זען א געוואלדיגע יסוד איבער די דרך הלימוד פונעם רמב"ם בהקדם עטליכע הקדמות.
א) די רמב"ם אויף מערערע פלעצער דרוקט זיך אויס אויף דינים הנלמדים מדרשות גמורות, אז זיי זענען מדברי סופרים, ס'איז קלאר אז די רמב"ם מיינט עפעס דערמיט און ס'איז נישט סתם נאך א וועג וויאזוי אנצוריפן א געוויסע קאטאגאריע פון דאורייתא'ס, די מפרשי הרמב"ם האבן נישט מצליח געווען לכוון דעתו ווי אויך אראפצושטעלן כללים ווען און וואספארא אופן די רמב"ם באנוצט זיך מיט די לשון.
ב) די רמב"ם'ס מהלך אין לערנען פשט אין די פסוקים, כאטש ס'איז נישטא פון אים א פירוש על התורה, זעהט מען דאס אבער קלאר פון זיין חיבור משנה תורה ווי ער איז מרחיב הדיבור מיט די דינים הפשוטים המבוארים בתלמוד, אבער אן אינטערסאנט זאך, די רמב"ם וועט קיינמאל נישט ברענגן קיין מאדנע דרשות, פארקערט גאר, די רמב"ם איז אפט מצליח מוכיח צו זיין אסאך דינים מיט פשוט'ע ראיות פון פסוקים, אסאך מפרשי הרמב"ם מיטשען זיך מיט דעם פון ווי נעמט די רמב"ם זיינע לימודים.
ג) די רמב"ם שרייבט במק"א אז די דינים ווערן נישט באמת ארויסגעלערנט פון די דרשות חז"ל, נאר פארקערט חז"ל דרש'נן דרשות צו דינים המקובלים.
לפ "ז איז זייער פארשטענדליך, די רמב"ם אנאלאזירט די פשטות הכתובים צו קענען אקאמאדירן די פילע דינים המקובלים, און די זעלבע צייט פרובירט ער עס דוקא מוכיח צו זיין פון פשט, איז קען זיין אז דארט ווי די פשטות הכתוב איז מנוגד צו די דינים המקובלים, איז דאס אליין א שטארקע הוכחה אז ס'מוז זיין מדברי סופרים.
יעצט דא ביי די דין פון א כהן ליטמא לאשתו זענען די פשטות הכתובים מורה אז נישט, און אזוי איז קלאר משמע אין ספר יחזקאל, אלא מאי מוז מען זאגן אז ס'איז א תקנת חכמים, ובתוספת נופך ס'איז דאך ידוע אז חז" ל האבן מתקן געווען צוגאב צו די תורה'דיגע התחייבות מאיש לאשתו פון שאר כסות ועונה, דאס אז א מאן איז מחוייב בקבירת אשתו אם מתה, זעט מען דאך אז די התחייבות איז דאך א דרבנ' דיגע התחייבות, און חז"ל האבן נישט געוואלט אויסשליסן א כהן פון די התחייבות.