Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא

תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8831
זונטאג מאי 10, 2015 11:47 am#273689
תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
שוין יארן לאנג וואס די קשיא קוועטשט מיר, און כ'האב נאך נישט געהערט א תשובה מספיקה דערויף, ס'איז ידוע אז אין חז"ל איז דא פשט ודרש, וואס איז נוגע דרש זענען פארהאן דרשות וואס ווערן אין חז"ל בעצם נישט פאררעכענט ווי דרשות לצד הפשט נאר די דרשות זענען בעצם מגלה די פשט הפשוט אזוי איז דאס מיט די אלע מדרשי הלכה וואס זענען מברר די פשט הפשוט לאור די י"ג מדות שהתורה נדרשת, אין די פאל פון מדרשי הלכה איז א דבר פשוט אז ס'איז טאקע נישט שייך די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו, ווייל די פשט וועט סותר זיין די דינים און הלכות וואס די תורה לערנט, און אט דאס איז געווען מיט די צדוקים וואס זיי האבן חולק געווען אויף די קבלה און דרכי הדרש און דערפאר האבן זיי געלערנט דוקא לפי פשוטו של מקרא און דערפאר האבן זיי חולק געווען אויף די דיני המצוות וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט.

ווען ס'קומט אבער צו מדרשי אגדה (ובאמת שייך לפעמים גם לגבי מדרשי הלכה) דאן איז שייך צו זאגן דעם חילוק פון "זהו פשוטו של מקרא ורבותינו דרשו וכו'" ווייל יא מ'קען לערנען יעדען פסוק בשבעים פנים און מ'קען דאך פון יעדן פשט ארויסלערנען עפעס א לימוד אדער הוראה אין מחשבה און פנימיות, און דאן איז פארשטייט זיך גילטיג דער כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו.

טייל פרשני התורה פון די גאונים און ווייטער האבן -ווייזט אויס בהשפעת הקראים- אנגעהויבן עוסק זיין און מפתח זיין דעם דקדוק המקראי וואס איז ביז דאן נישט געווען פורמאליזירט און האבן למעשה אויך אנגעהויבן מפרש זיין לפי פשוטו של מקרא אויף א ראדיקאלן אופן.

די אבן עזרא איז מפורסם אז מערערע מאל איז ער מפרש שלא על פי הקבלה, טייל מאל פארשלייערט מיט רמזים און סודות, ווידעראום טייל מאל קערט ער וועלטן דוקא זיך מבטל זיין לדעת המעתיקים באגלייט מיט שטעך ווערטער קעגן די מפרשים שלא על פי הקבלה.

ס'איז דא עטליכע המלצות אויפן אבן עזרא צובש"פ דאס וואס די חיד"א איז מוכיח אז פון דעם וואס די רמב"ן איז דוקא נישט משיג אויף זיין גאר קאנטראווערסיאלע שטיקלעך איז מוכח שלא היה למראה עיני הרמב"ן וידי זרים שלטו בה, למעשה איז די טענה אן אינטערסאנט טענה, אבער זעט נישט אויס אז ס'זאל דוקא נתקבל ווערן, והא ראיה ס'איז קיינעם נישט בייגעפאלן דורכצוזיפן דעם פירוש פון אבן עזרא.

ס'איז דא נאך א מהלך וואס מ'נעמט, און דאס איז וואס די מהרש"ל ברענגט אז דער אבן עזרא איז טאקע געווען אן ענק רוח א גדול בשירה ופיוט און מדקדק, אבער איז דאך נישט געווען קיין "תלמודי" ס'הייסט ער איז פשוט נישט געווען קיין ת"ח (דרך אגב, א שפראך וואס איז פרעמד אין די אכשר דרא'דיגע חרדישע וועלט)

די קשיא איז אבער אזא איינער ווי די רשב"ם (ובאמת יש עוד דוגמאות) וואס איז לכל הדעות יא געווען א תלמודי, ער איז דאך פון די בעלי תוספות און פרשנים אין מערערע מסכתות בש"ס, און ווי ווייט איך ווייס איז נישטא וואס טענה'ן אז ידי זרים שלטו בה (נאר אין די אנפאנג סדרות) וויאזוי קען ער מפרש פסוקים זיין נגד הלכה, מילא אז ער איז מפרש וקשרתם לאות על ידיך והיו לטוטפת בין עינך בדרך אלגוריה, נישט געפערליך ווייל די פשט הפשוט איז נישט סותר די מצווה פון תפילין, לכל היותר טוט עס נישט שטיצן די מצווה, און אזוי איז דא אנדערע דוגמאות.

איך וויל זיך אבער באציען צו עטליכע פסוקים אין די פארגאנגענע וואך פרשה, שטייט אין פסוק ויאמר השם אל משה אמר אל הכהנים בני אהרן ואמרת אלהם לנפש לא יטמא בעמיו, כי אם לשארו הקרב אליו לאמו ולאביו ולבנו ולבתו ולאחיו ולאחתו הבתולה הקרובה אליו אשר לא היתה לאיש לה יטמא, לא יטמא בעל בעמיו.

לויט די פשט פון חז"ל וואס רש"י ברענגט טאקע מעג א כהן זיך מטמא זיין לאשתו, און זיי לערנען אז שארו זו אשתו, און דאס וואס ס'שטייט לא יטמא בעל בעמיו, באציט זיך דוקא באשתו פסולה, די פשט איז זיכער נישט לפי פשוטו של מקרא, (אויך אין יחזקאל ווערט נישט אויסגערעכנט אשתו צעווישן די וואס מ'מעג זיך מטמא זיין)

דער אבן עזרא שרייבט כי אם לשארו הקרוב אליו. היה נראה לנו כי פירושו כמו איש איש אל כל שאר בשרו שם כלל ואחר כן פרט לאמו ולאביו: וטעם בעל בעמיו. שלא יטמא הבעל באשתו וכאשר ראינו שהעתיקו רבותינו כי יטמא לאשתו ושמו לשארו כדרך אסמכתא כאשר פירשתי במלת לעם נכרי ואמרו כי פירוש בעל גדול שהעם ברשותו כמו בעליו אין עמו בטל הפירוש הראשון.
זעט מען ווי דער אבן עזרא ברענגט טאקע קודם די פשוטו של מקרא אבער ווארפט אים אפ וויבאלד ס'איז סותר די פירוש המקובל פון חז"ל.

ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?
זונטאג מאי 10, 2015 11:51 am#273691
ס'הייסט אז פרשנות איז בעצם א פאליטישע שפיל און דער רשב"ם האט זיך נישט צוגעשטעלט?
זונטאג מאי 10, 2015 11:54 am#273692
דו פרעגסט צו דו ענטפערסט ?
זונטאג מאי 10, 2015 11:59 am#273693
כ'ענטפער מיט א פראגע.
זונטאג מאי 10, 2015 12:05 pm#273696
זייט אייך בעסער מסביר.
איך פארשטיי נישט לגבי וואס איז נוגע די מאטיוון פון חז"ל, איך האב בכלל נישט גערעדט פון דעם, איך האב סך הכל גערעדט פון דעם פאקט אז חז"ל זענען לאו דוקא מפרש ע"פ פשוטו של מקרא, ווייל זיי נעמען אויך אריין די דרכי הדרש מגלה צו זיין די פשט.
זונטאג מאי 10, 2015 12:38 pm#273707
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?

די צוועק הייסט אמת, און ער האט געהאלטן אז דער אמת'ער פשט איז פשוט פשט. עס דארף נישט האבן קיין "לימוד" צו זיין אמת און דער אגענדע דארף נישט זיין רעאקציאנעריש. איי ס'איז זיך סותר חז"ל? אלא מאי ער האט געהאלטן אז הלכה איז הלכה און אמת פשט איז אמת פשט, און איינס איז נישט סותר די צווייטע.
זונטאג מאי 10, 2015 3:58 pm#273754
יידל, צום באדויערן האסטו געליינט צו שנעל און נישט געכאפט וואס איך האב געוואלט באווארענען אינעם אויבנדערמאנטען ציטאט, וואס איך האב געמיינט, איז פשוט מחלק זיין פון אנדערע סארט פלעצער ווי די רשב"ם למשל איז מפרש שלא ע"פ מדרש הלכה, לדוגמא וקשרתם לאות על ידיך וגו' לויט די קבלה באציט זיך די פסוק צו די מצוה פון תפילין פונדעסטוועגן האט דער פירוש הפשוט א לימוד און הוראה ע"ד המוסר וע"ד שאמר שלמה קשרם על לוח לבך ענדם על גרגרותיך און דאס האט נישט קיין הגבלות פון לילה ושבת לאו זמנו ממילא איז דא א געוויסע לימוד לצד די דרש, משא"כ דא איז דאך נישטא קיין שום לימוד אדער הוראה סיידן דאס פארקערטע ווי די הלכה און טאמער איז די פשט הפשוט אמת דאן איז אוממעגליך פארן דרש צו זיין אין די זעלבע צייט אמת.
זונטאג מאי 10, 2015 6:17 pm#273815
שאלה גדולה שאלת בכלליות לגבי פשטני המקרא וכבר רמזת בדבריך ש''פשוטו של מקרא'' של הראב''ע ורשב''ם נובע מיסודות וכללים שהעמידו הקראים

[ ובניגוד להרמב''ם, אבן-כספי, רלב''ג, ומקצת מן הגאונים שפירשו המקרא על אדני הפילוסופיה שאע''פ שלפעמים דבריהם נוגדים דברי חז''ל , אינו דומה כלל, ואינו אלא על דרך אמרם ז''ל ''קבל את האמת ממי שאמרו'' , (דבר שא''א לומר על הקראים, והבן) וכמו שכבר כתב הגאון רבי שמואל בר חפני (הובא ברד''ק שמואל-א כח כד) וז''ל אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחיתה האשה את שמואל, לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.
(וכמובן אי אפשר לומר כן על הקראים, וכנ''ל)

דרך אגב יצוין מש''כ עליו חתנו רב האיי גאון בתשובה (תשוה"ג ליק צט) שלא האמין בשום דברים על-טבעיים כניסים וכישוף זולת מה שמוכרח מן הכתוב .

כן יש לציין שהראב''ע בהקדמתו על התורה מגנה את פירושו של רבינו שמואל ]

והדברים ארוכים ומה גם שלא עלה בידי לסדר דברים ברורים ממילא לא אעלה מצודתי כאן על שולחן מלכים

אבל מה שהביא לדוגמא על זה
נהורא נפישא האט געשריבן:
ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?

לא קשה כל כך, דיש לומר דסבירא ליה כשיטת הרמב''ם הלכות אבל פ''ב הלכה ז
אשתו של כהן מתטמא לה על כרחו ואינו מטמא לה אלא מדברי סופרים, עשאוה כמת מצוה, כיון שאין לה יורש אלא הוא לא תמצא מי שיתעסק בה . עיי''ש

הרואה יראה שגם הרמב''ם פירוש הפסוקים האלו כהרשב''ם אלא שחז''ל שינוי את דינו של תורה מחמת ההכרח .

ודברי רבינו הרמב''ם ז''ל כאן הם יסוד גדול למבינים
זונטאג מאי 10, 2015 7:08 pm#273848
מור וקציעה, הפלא ופלא די רמב"ם וואס דו צייכענסט צו, לויט ווי איך דענק טאקע באנוצט זיך די רמב"ם מערערע מאל מיטן אויסדרוק דברי סופרים אויף דינים שאינם מפורשים במקרא, לפ"ז קען מען אפשר מעיין זיין אז פשוטו של מקרא בלייבט אלס דער אמת'ר פשט און אלע דרשות חז"ל זענען בעצם אסמכתות, אין מערקט ווי דער אבן עזרא ריפט דאס אויך אן אן אסמכתא, לויט דעם דארף מען נאך פארענטפערן וואס עס מיינט מדאורייתא וואס מ'געפינט גענוג אין גמ' אויף דינים שאינם מפורשים במקרא, ווי אויך איז שוין דערמאנט אין גמ' זעלבסט א חילוק צעווישן א דרשה גמורה אין אן אסמכתא, ולהעיר אז בעצם זענען די מחלוקת פון די פרושים און צדוקים קיינמאל נישט איבער דינים שנלמדו מדרשה רק שחלקו על הפירוש המקורי של "ממחרת השבת" " לא תבערו אש ביום השבת" או בשאר גזירות ותקנות, וואס דאס איז אפשר א שטיקל ראייה אז חז"ל האבן אויך באטראכט די דרשות ווי נישט ממש קיין גילוי לפשוטו של מקרא נאר אלס א געוויסע אסמכתא, ממילא האט דאס נישט איבערגעלאזט פלאץ פאר מחלוקת, ס'איז א געוואגטע חידוש ועדיין צריך בירור.
מאנטאג מאי 11, 2015 9:38 am#273979
נהורא נפישא האט געשריבן:יידל, צום באדויערן האסטו געליינט צו שנעל און נישט געכאפט וואס איך האב געוואלט באווארענען אינעם אויבנדערמאנטען ציטאט, וואס איך האב געמיינט, איז פשוט מחלק זיין פון אנדערע סארט פלעצער ווי די רשב"ם למשל איז מפרש שלא ע"פ מדרש הלכה, לדוגמא וקשרתם לאות על ידיך וגו' לויט די קבלה באציט זיך די פסוק צו די מצוה פון תפילין פונדעסטוועגן האט דער פירוש הפשוט א לימוד און הוראה ע"ד המוסר וע"ד שאמר שלמה קשרם על לוח לבך ענדם על גרגרותיך און דאס האט נישט קיין הגבלות פון לילה ושבת לאו זמנו ממילא איז דא א געוויסע לימוד לצד די דרש, משא"כ דא איז דאך נישטא קיין שום לימוד אדער הוראה סיידן דאס פארקערטע ווי די הלכה און טאמער איז די פשט הפשוט אמת דאן איז אוממעגליך פארן דרש צו זיין אין די זעלבע צייט אמת.

ניין, איך האב נישט שנעל געליינט. כ'האב מלכתחילה נישט מסכים געווען צו דיין הנחה אז פשוטו של מקרא קען מען נאר דרש'ענען אויב עס איז דא א לימוד אדער הוראה. איך בין אויך מחולק מיט דיין פאלגנדע הנחה:
טאמער איז די פשט הפשוט אמת דאן איז אוממעגליך פארן דרש צו זיין אין די זעלבע צייט אמת.

די דרש איז אמת ווייל דאס איז וואס חז"ל לערנען אונז און חז"ל האבן די סמכות צו קובע זיין די פשט להלכה. אין די זעלבע צייט איז דאס אבער נישט דער אמת'ער פירוש פון די ווערטער וואס שטייט אין די תורה. ומקרא מלא דרשו חז"ל "וכפטיש יפוצץ סלע מה פטיש זה נחלק לכמה ניצוצות אף כל דיבור ודיבור שיצא מפי הקב"ה נחלק לשבעים לשונות" הייסט דאס אז עס מעגליך אז איין דיבור זאל האבן עטליכע אמת'ע פירושים אפילו ווען איינס איז סותר דאס אנדערע, וידוע מחלוקת הראשונים בענין אלו ואלו דברי אלוהים חיים, אויב עס איז שייך לגבי סתירות בפסק. דער רשב"ם האט ווייזט אויס געהאלטן אז עס איז שייך אפילו ווען די צוויי זענען סתירות.
מאנטאג מאי 11, 2015 10:05 am#273987
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
אווי יידל זאגט, מהיכי תיתי אז לגבי הלכה איז דער דרש די פשט אין פסוק? כמדומני פשוט שלא היה ולא נברא. פשט איז פשט, והדרש תדרש. הן לגבי הלכה הן לגבי אגדה. מ'דארף וויסן וואס פונקטליך די מימרא "אין מקרא יוצא מידי פשוטו" קומט זאגן, צי דאס איז א כלל, א רול אין דרש אז דער דרש מוז זיין מתואם מיטן פשוטו של מקרא, כ'מיין אז נישט דאס איז די כוונה.

ואגב, דאס מפרש זיין לפי פשוטו של מקרא איז דוקא רש"י דער פיאנער, און עס איז שווער צו זאגן אז דאס איז געקומען אונטערן איינפלוס פון די קראים. (אוודאי ברענגט ער דרשות חז"ל, און איז לכתחילה מעדיף - אפילו לגבי אגדה - א פשט פון חז"ל ווי לאנג עס קען נאך גיין, אבער אויב זעט ער עס גייט נישט זאגט ער וואס ער האלט לפי הפשט. און דער רשב"ם ברענגט שוין בשמו אז אויף דער עלטער האט ער אים געזאגט אז מען דארף ווען מאכן דעם פירוש נאך מער לפי הפשט).
מאנטאג מאי 11, 2015 10:15 am#273993
די קשיא וואס איך פרעג איז מרפסין איגרא און קיינער האט דאס נאכנישט פארענטפערט, אנשטאטס האט מען פארקירעוועט דעם שמועס צו סימענטיקס, צו די ערשטע פשט אין רשב"ם גייט אריין אין די דעפעניציע פון וואס חז"ל וואלטן געריפן פשט, און אז די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו איז גילטיג, אז איר ווילט זייער אז יא, האט איר נאכאלטץ נישט געענטפערט וואספארא תועלת האט א פשט וואס איר איינציגע ציל איז סותר זיין הלכה, און וואס קומט מיר די כלל פון אין מקרא יוצא מידי פשוטו זאגן דא.
מאנטאג מאי 11, 2015 10:33 am#273994
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
מור וקציעה האט געשריבן:שאלה גדולה שאלת בכלליות לגבי פשטני המקרא וכבר רמזת בדבריך ש''פשוטו של מקרא'' של הראב''ע ורשב''ם נובע מיסודות וכללים שהעמידו הקראים

[ ובניגוד להרמב''ם, אבן-כספי, רלב''ג, ומקצת מן הגאונים שפירשו המקרא על אדני הפילוסופיה שאע''פ שלפעמים דבריהם נוגדים דברי חז''ל , אינו דומה כלל, ואינו אלא על דרך אמרם ז''ל ''קבל את האמת ממי שאמרו'' , (דבר שא''א לומר על הקראים, והבן) וכמו שכבר כתב הגאון רבי שמואל בר חפני (הובא ברד''ק שמואל-א כח כד) וז''ל אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחיתה האשה את שמואל, לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.
(וכמובן אי אפשר לומר כן על הקראים, וכנ''ל)

דרך אגב יצוין מש''כ עליו חתנו רב האיי גאון בתשובה (תשוה"ג ליק צט) שלא האמין בשום דברים על-טבעיים כניסים וכישוף זולת מה שמוכרח מן הכתוב .

כן יש לציין שהראב''ע בהקדמתו על התורה מגנה את פירושו של רבינו שמואל ]

והדברים ארוכים ומה גם שלא עלה בידי לסדר דברים ברורים ממילא לא אעלה מצודתי כאן על שולחן מלכים

אבל מה שהביא לדוגמא על זה
נהורא נפישא האט געשריבן:
ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?

לא קשה כל כך, דיש לומר דסבירא ליה כשיטת הרמב''ם הלכות אבל פ''ב הלכה ז
אשתו של כהן מתטמא לה על כרחו ואינו מטמא לה אלא מדברי סופרים, עשאוה כמת מצוה, כיון שאין לה יורש אלא הוא לא תמצא מי שיתעסק בה . עיי''ש

הרואה יראה שגם הרמב''ם פירוש הפסוקים האלו כהרשב''ם אלא שחז''ל שינוי את דינו של תורה מחמת ההכרח .

ודברי רבינו הרמב''ם ז''ל כאן הם יסוד גדול למבינים

לא הבנתי למה הקראים לא נכללים בכלל זה של קבל את האמת וכו'.

ולגבי דברי הרמב"ם, דברי סופרים רופט ער דאך אייביג אן אלע דרשות, כאטש ער אליין לשיטתו אין ספר המצוות האלט אז תורה חתומה ניתנה און אלע פרטים און הלכות זענען מקובל מסיני און שפעטערדיגע חכמים קענען נישט מחדש זיין קיין דאורייתות לויט א דרש אין פסוק, נאר מאקסימום ברענגען אסמכתות אז זייער דין המקובל איז גערעכט. עכ"פ ווען ער זאגט דברי סופרים מיינט ער דברי תורה ממש. איז טאקע אינטערעסאנט ווייל דא איז דאך עס בעיקר א טריק כאילו, נישט דער דין המקובל אזוי.

בכל אופן, לכאורה האט ער נישט געלערנט די פשוט.פשט אין פסוק לא יטמא בעל בעמיו אז מען טאר זיך נישט מטמא זיין צו די ווייב, ווייל דאן וואלטן חז"ל נישט געגאנגען עוקר זיין דעם מפורש'ן לאו דאורייתא מיט א טריק.

ולגבי עצם הדברים, דער רמב"ם איז ווייט נישט דער איינציגסטער ראשון וואס לערנט דעם מהלך, איך מיין אז דאס איז דער מהלך וואס קומט אויס פון כמה גמרות, נאר רש"י כדרכו ברענגט ער דעם פשוט'סטן דרש, אבער איך מיין אז למעשה איז מער אנגענומען די מהלך וואס דער רמב"ם זאגט.
מאנטאג מאי 11, 2015 10:59 am#274000
אגב איז רש"י אוודאי נישט די ערשטע בייצופאלן מפרש צו זיין וואס מער קרוב לפשט ס'האט שוין א טראדיציע מזמן הגאונים, רב סעדיה, דונש, אבן ג'נאח, מנחם, און נאך פילע מדקדקים.
מאנטאג מאי 11, 2015 2:55 pm#274063
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
@נהורא, די רשב''ם האט לכאורה געהאלטן אז אין תורה איז דא עטליכע רבדים, וואס יעדע פאר זיך האט זיין מהלך און איז אמת פאר זיך, איינס איז פשוטו של מקרא און א אנדערע איז ע''פ דרשת חז''ל און ביידע זענען אמת,
א דוגמא צו דעם איז פירש''י אויף שה''ש ווי די משל מיט די נמשל זענען אסאך מאל צוויי אנדערע מהלכים צו לערנען די פסוקים,
מאנטאג מאי 11, 2015 2:58 pm#274064
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישא האט געשריבן:אגב איז רש"י אוודאי נישט די ערשטע בייצופאלן מפרש צו זיין וואס מער קרוב לפשט ס'האט שוין א טראדיציע מזמן הגאונים, רב סעדיה, דונש, אבן ג'נאח, מנחם, און נאך פילע מדקדקים.

אין זיינע מקומות איז רש''י געווען א מחדש מיט'ן לערנען קרוב אל הפשט, בעיקר איז דארט געווען פארשפרייט די מהלכים ווי ר' משה הדרשן ודומיו,
רשי איז אנדערש ווי ר' סעדיה און די אנדערע וואס דו האסט אויסגערעכנט אז אפי' ווען ער לערנט פשט איז ער משועבד צום דרש,
מאנטאג מאי 11, 2015 3:34 pm#274075
גראדעמעכעלע, איך בין ממש ערשטוינט וויאזוי מ'קען ליינען און ליינען און פארזעהן אז דאס וואס די ענטפערסט יעצט ווערט שוין דא איבערגעקייט צום ווייסעך וויפלטן מאל, יא דאס אז די רשב"ם ברענגט די ערשטע פשט איז קענטליך אז ער איז זיך מתחשב מיט פשוטו של מקרא, אבער אויף דעם האב איך געפרעגט א קשיא וויאזוי קען ער האלטן פון א פשט וואס די איינציגע הוראה וואס דער פסוק קומט אינז זאגן דערמיט איז נגד הלכה, ווען איז פארשטענדליך אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו, דאס איז דאן ווען די פשט איז נישט סותר דעם דרש און זאגט אן אנדערע הוראה וואס איז נוגע, אבער א פשט וואס די תוצאות פון די פשט קומט אינז זאגן נאר אן הוראה וואס איז נישט אמת "להלכה" אין וואספארא זין קען דאן די פשט זיין אמת ? יעצט קוק איבער וואס די האסט מיר געענטפערט.
מאנטאג מאי 11, 2015 4:08 pm#274090
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
אויף דעם פרובירט מען דיר צו ענטפערן אז לשיטת הרשב''ם איז דא א מהלך אין לימוד התורה פון אפלערנען די פסוקים אליבא דפשוטו של מקרא אע''פ עס שטימט נישט מיט'ן דרש, די תכלית אין די הוראה דערפון איז לימוד התורה אליבא דאמת ע''פ רובד הפשט של המקרא,
מאנטאג מאי 11, 2015 4:14 pm#274092
איז מען מקיים מצות לימוד התורה מיטן לערנען ממחרת השבת, שבת בראשית ?
עפטער אלל שטימט דער פשט ע"פ דקדוק הלשון ס'איז נאר נגד המסורה והלכה
מאנטאג מאי 11, 2015 4:53 pm#274105
עיין כאן ומע' 21 שם
מאנטאג מאי 11, 2015 4:53 pm#274106
די תכלית פון א פירוש פשוט איז פרשנות. אמת תכלית לימוד להביא לידי מעשה, אבער ס'איז דא אזא סארט אקאדעמישע געפיל זיך צודעגרונטעווען צום אמת. און דער אמת איז, לפי הפרשנים, אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די כונה פונעם מחבר, ד.ה. הקב"ה, איז געווען כפטיש יפוצץ. און שוין.
אגב, צדוקים האבן יא געגלייבט אין קבלה, נאר נישט אין די קבלת סופרים ופרושים. זיי האבן געהאט זייער אייגענע.
מאנטאג מאי 11, 2015 5:19 pm#274111
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישא האט געשריבן:איז מען מקיים מצות לימוד התורה מיטן לערנען ממחרת השבת, שבת בראשית ?
עפטער אלל שטימט דער פשט ע"פ דקדוק הלשון ס'איז נאר נגד המסורה והלכה

טעארעטיש קען זיין אז יא,
נאר איך מיין אז יש לחלק צו חז''ל האבן מקבל געווען אז דאס איז דער טייטש וואס דעמאלטס קען מען נישט לערנען אנדערש, ווייל.זיי האבן מקבל געווען אז דאס איז דער פשט,
אבער ווען חז''ל לערנען הלכות ע''פ י''ג מידות קימט אויס אז לויט זיי איז אויך דער פשט נישט ווי די דרש נאר ע''פ דרש ווייסט מען די הלכות, דעמאלטס קען מען לערנען ווי די פשט הפשוט,
מאנטאג מאי 11, 2015 5:32 pm#274115
יעצט לאמיר מסכם זיין אלעס וואס מ'האט געענטפערט ביז יעצט.
די קשיא איז געווען "לויטן רשב"ם" וואס האט לכאורה -אלס א תלמודי- געגלייבט ביחס צו די שאלה אויב א כהן מעג זיך מטמא זיין לאשתו, אז ער מעג זיך יא מטמא זיין ושלא כפשטות הכתוב, און פונדעסטוועגן האלט ער אז לפי הפשט, וואס ער האלט לכאורה לעגעטים, שטייט גאר אין די תורה אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין, וואספארא תועלת האט די רשב"ם געקענט האלטן אז די תורה האט פון זאגן א פסוק, עפעס וואס נישט אז ס'זאגט נישט קיין שום הוראה, וואס דעמאלטס וואלט די קשיא נישט געווען אזוי גרויס, אבער מ'רעדט דאך דא פון א פשט וואס זאגט גאר אן הוראה נגד הלכה.
יידל- ווייל ס'איז אויך אמת אז א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין פאר זיין פרוי, כאטש להלכה איז עס טאקע נישט אמת אבער ל...... איז עס יא אמת
גראדעמעכעלע- כדי צו געבן א געלעגנהייט אז מ'זאל קענען מקיים זיין די מצווה פון לימוד התורה (און אה"נ די תורה וואלט געקענט שרייבן אז מ'מעג גנב'נן, און נישט אז ע"פ הלכה מעג מען נאר כדי מקיים צו זיין די מצווה פון לימוד התורה)
עזריאל- כדאי צו געבן פארן מענטש אן אקאדעמישע געפיל.
מאנטאג מאי 11, 2015 7:22 pm#274146
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
די קשיא איז א שטארקע און עס פלעגט מיר באדערן. למעשה קען איך רילעיטן צו עדיאל'ס מהלך, איך פיל אויך אזוי ביי א פשט אין פסוק אדער ווען די גמ' זעצט איין א דוחק'דיגן פשט אין א משנה, א.א.וו. איז דא אזא נייגונג צו וועלן לערנען דעם אמת'ן פשט כאטש שלא אליבא דהילכתא.
מאנטאג מאי 11, 2015 7:27 pm#274150
וואס מיינסטו מיטן אמת'ן פשט, אין וועלכע זין איז עס אמת להמאמינים במסורה ?
און דרך אגב אקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.
מאנטאג מאי 11, 2015 7:28 pm#274152
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
עדיאל, וואס דו שרייבסט וועגן די צדוקים איז גאר אינטערעסאנט, ווייל אויב אזוי נאך וואס האט מען זיי פארשריגן און מפיק געווען
מבי מדרשא? לויט ווי דו זאגסט איז דאך עס א לעגיטימע מחלוקה פונקט ווי שמאי און הלל.
מאנטאג מאי 11, 2015 7:31 pm#274155
נהורא נפישא האט געשריבן:איז מען מקיים מצות לימוד התורה מיטן לערנען ממחרת השבת, שבת בראשית ?

אודאי! וואס איז די הווא אמינא אז נישט? (כמובן שלומדים את זה כפירוש הפשט, ולא להלכה).
מאנטאג מאי 11, 2015 7:32 pm#274156
די רמב"ם שרייבט טאקע מכח דעם ערגעץ אז די צדוקים האבן נישט געגלייבט אין תורה שבכתב אויך נישט, זיי האבן נאר געגלייבט לפנים אז מ'זאל מקבל זיין זייער פאליטישע פירערשאפט,
מאנטאג מאי 11, 2015 7:34 pm#274157
אקעי יידל, אבער צו וואס פאר א תועלת זאגט אינז דאס די תורה לפי הפשט ?
מאנטאג מאי 11, 2015 8:03 pm#274174
נהורא נפישא האט געשריבן:אקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.

זייער זייער נישט ריכטיג, זיי זענען נאר מיט איין מטרה צו אוועק מאכן די געטליכקייט פון תורה, גארנישט אקאדעמיש, כידוע.
מאנטאג מאי 11, 2015 8:39 pm#274198
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישא האט געשריבן:וואס מיינסטו מיטן אמת'ן פשט, אין וועלכע זין איז עס אמת להמאמינים במסורה ?
און דרך אגב אקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.

איך מיין נישט דעם אמת'ן פשט לאמיתה, נאר דעם אמת לויטן מרוצת ודקדוק הלשון. ס'איז א תאוה אזא.
מאנטאג מאי 11, 2015 9:00 pm#274214
יא אוודאי ווייס איך וואס דו מיינסטו, מיין שאלה איז צו די רשב"ם גיט זיך אויס דא א תאווה כאטש ער האלט אז ס'איז נישט ריכטיג פשט
מאנטאג מאי 11, 2015 9:15 pm#274229
להודיע לברואים רצון הבורא על פי פשט. (להגדיל תורה ולהאדירה? להלכה ולא למעשה? רצה הקב" לזכות את ישראל וכו'?)

אגב, כ'בין נישט זיכער כ'בין מסכים מיט דיין הנחה אז אלעס אין די תורה מוז האבן א דעפענירטער תועלת.
מאנטאג מאי 11, 2015 9:16 pm#274230
געוואלדיג האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:אקאדעמיש זענען די מבקרי המקרא, מער אקאדעמיש.

זייער זייער נישט ריכטיג, זיי זענען נאר מיט איין מטרה צו אוועק מאכן די געטליכקייט פון תורה, גארנישט אקאדעמיש, כידוע.

לא ידוע בכלל. כ'קען עטליכע מבקרים וועלכע האבן נישט די מטרה, אדרבה.
מאנטאג מאי 11, 2015 9:18 pm#274231
כ'מיין אז די דראפעט'סט זיך אויף גראדע ווענט.
וואס מיינט רצון הבורא ע"פ הפשט.
מאנטאג מאי 11, 2015 9:31 pm#274234
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נהורא נפישא האט געשריבן:יא אוודאי ווייס איך וואס דו מיינסטו, מיין שאלה איז צו די רשב"ם גיט זיך אויס דא א תאווה כאטש ער האלט אז ס'איז נישט ריכטיג פשט

קענסט פרעגן אייביג אין אונזער גאנצע אוצר הספרים, ווען עס שטייט 'לולי דבריו הייתי אומר' וואס איז די פשט?

איינער וואס ליגט אין דרוש און אין פלפול וועט זיך קיינמאל נישט צוריק האלטן פון שרייבן עפעס וואס איז הונדערט פראצענט נישט ריכטיג, צומאל מצד התוכן עצמו און על פי רוב מצד די מקורות וואס זענען סותר דעם גאנצן בנין, ווייל ער גלייכט די הברקה, די רעיון. די זעלבע זאך איז מיט א פרשן פשטן, ער גלייכט דעם גלאטן פשט.
מאנטאג מאי 11, 2015 10:37 pm#274248
די שאלה איז, אפשר טאקע ווארפט די רשב"ם אפ דעם ערשטן פשט אזויווי דער אבן עזרא טוט קלאר, אבער ס'איז פארט נישט משמע אזוי.
דינסטאג מאי 12, 2015 12:53 pm#274413
יידל האט געשריבן:להודיע לברואים רצון הבורא על פי פשט. (להגדיל תורה ולהאדירה? להלכה ולא למעשה? רצה הקב" לזכות את ישראל וכו'?)

אגב, כ'בין נישט זיכער כ'בין מסכים מיט דיין הנחה אז אלעס אין די תורה מוז האבן א דעפענירטער תועלת.

דאס איז שוין ממש אבסורד, ווייל אויב באטראכט'סטו די תורה (על סמך אז ס'איז א געט'ליכע דאקומענט) אלס אזוינס וואס דו דארפסט נישט ערווארטן אז די ווערטער זאלן מאכן סענס און מ'קען פארדייען צו לערנען א פשט און אין די זעלבע צייט האלטן אז עכ"ז וויל השי"ת פארקערט, דאן וואספאר א שאיפה האסטו בכלל צו ערווארטן אז די תורה זאל האבן א פשט און לאגיק לויט די מענטשליכע גראמאטיק און פסיכיק, מיט אזא מהלך וואלסטו דער ערשטער ווען געדארפט זיך מייאש זיין צו לערנען ע"ד הפשט.
וכמובן איז די שאלה נישט וואס מיר פערזענליך האלטן, די שאלה באציעט זיך דא וואס די רשב"ם האט געקענט האלטן.
דינסטאג מאי 12, 2015 1:04 pm#274418
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
נישט דאס מיינט די דרש אויף כפטיש יפוצץ סלע?
דינסטאג מאי 12, 2015 1:06 pm#274422
ניין. ס'מיינט אז פון איין דיבור קען מען זאגן צענדליגע דרשות און מכוונים אדער א מחלוקה פון בעלי סמכות, אבער נישט אזוינס וואס איז נגד הלכה אליבא דכו"ע.
גראדע דער פסוק זעלבסט פון הלא כה דברי כאש, אויף דעם מכוון, איז שלא על פי פשוטו של מקרא, ס'איז דרך דרש.
דינסטאג מאי 12, 2015 1:41 pm#274428
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
עס קען זיין איינמאל די מהלך פון פשט איז א לעגטימע מהלך צוליב א תועלת אין געוויסע פעלער, איז עס שוין לעגעטים אויף די גאנצע תורה אפי' אויף געציילטע פסוקים האט עס נישט קיין תועלת,
דינסטאג מאי 12, 2015 2:15 pm#274439
נהורא נפישא האט געשריבן:ניין. ס'מיינט אז פון איין דיבור קען מען זאגן צענדליגע דרשות און מכוונים אדער א מחלוקה פון בעלי סמכות, אבער נישט אזוינס וואס איז נגד הלכה אליבא דכו"ע.
גראדע דער פסוק זעלבסט פון הלא כה דברי כאש, אויף דעם מכוון, איז שלא על פי פשוטו של מקרא, ס'איז דרך דרש.

דאס איז שוין ממש אבסורד, ווייל אויב באטראכט'סטו די תורה (על סמך אז ס'איז א געט'ליכע דאקומענט) אלס אזוינס וואס דו דארפסט נישט ערווארטן אז די ווערטער זאלן מאכן סענס און מ'קען פארדייען צו לערנען א פשט און אין די זעלבע צייט האלטן אז עכ"ז וויל השי"ת פארקערט אליבא דמאן דאמרי, דאן וואספאר א שאיפה האסטו בכלל צו ערווארטן אז די תורה זאל האבן א פשט און לאגיק לויט די מענטשליכע גראמאטיק און פסיכיק?
דינסטאג מאי 12, 2015 2:18 pm#274440
גראדעמעכעלע, די שאלה איז נאך אלס נישט פארענטפערט, לויטן רשב"ם אויב די פשט איז טאקע ריכטיג, צו וואס האט טאקע די תורה געשריבן ע"פ פשט אזאך וואס איז נגד האמת, און דערפאר זאגט טאקע דער אבן עזרא בטל פירוש הראשון.
דינסטאג מאי 12, 2015 2:20 pm#274441
יידל, נישט ריכטיג ווייל איך האלט נישט אז די רשב"ם האלט אז ס'קען זיין א לעגעטימע פשט וואס איז סותר הלכה, און דאס איז טאקע מיין פראגע ?
יעדער מאן דאמר האלט דאך אז ער האט מכוון געווען להלכה.
משא"כ די רשב"ם האלט נישט אז די פשט איז נוגע להלכה, ווייל ס'איז נגד הלכה.
דינסטאג מאי 12, 2015 2:37 pm#274443
לאמיך אביסל בעסער מסביר זיין, ווען א פייטן זאגט "די ביימער זענען געווען ביזן הימל" וואס מיינט דאס על דרך הפשט, אפילו דער מכוון איז דא אלעגאריש, מעג איך נאך מתרגם זיין ווערטערליך דעם גענויעם אפטייטש.
למשל, ביי עין תחת עין, מאכט סענס איבערצוטייטשן א אויג פאר א אויג, ווייל אפי' איך בין מקבל די הלכה, האט עס א פאעטישן אפעקט, דאס זעלבע ביי ועבדו לעולם, איז פונקט אזויווי איינער זאל זאגן it's taking already forever.
אבער דא, איז פשוט און פראסט איבערגעדרייט, לפי הפשט אסור ליטמא לאשתו, ולפי הדרש מותר.
דינסטאג מאי 12, 2015 6:00 pm#274527
תורה -כל חלק שבו- הוא מלשון הוראה.
התועלת בפשט (גם כ)שסותר את ההלכה הוא בה"יינה של תורה" שבו (סוד שבהפשט, נעוץ תחב"ס וכו) עיי"ש באריכות
דינסטאג מאי 12, 2015 6:03 pm#274529
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'איז דא נאך א מהלך וואס מ'נעמט, און דאס איז וואס די מהרש"ל ברענגט אז דער אבן עזרא איז טאקע געווען אן ענק רוח א גדול בשירה ופיוט און מדקדק, אבער איז דאך נישט געווען קיין "תלמודי" ס'הייסט ער איז פשוט נישט געווען קיין ת"ח (דרך אגב, א שפראך וואס איז פרעמד אין די אכשר דרא'דיגע חרדישע וועלט).

דער אבן עזרא אליין שרייבט דאס, אז ער איז נישט בקי בתלמוד. (פרעג מיך נישט ווי ווייל איך געדענק נישט)
מיטוואך מאי 13, 2015 1:40 pm#274738
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
מור וקציעה האט געשריבן:ו

אבל מה שהביא לדוגמא על זה
נהורא נפישא האט געשריבן:
ווידעראום די רשב"ם שרייבט לא יטמא בעל בעמיו. שום בעל בעם הכהנים לא יטמא לאשתו: להחלו. שהרי מתחלל מכהונתו, ולפי דברי חכמים. לא מטמא לאשתו פסולה וחללה אבל מטמא לאשתו כשירה.
דאס הייסט אז ער ברענגט פשוט צוויי פירושים, איינס די פשוטע פשט וואס בלייבט ביי אים לעגעטים, און דערנאך ברענגט ער וויאזוי חז"ל לערנען פשט.
מיין שאלה איז יעצט אויף וואספארא צוועק גיט די רשב"ם לעגיטימיטעט צום ערשטן פשט וואס האט נישט קיין שום לימוד סיידן דאס זיך קלאר סותר זיין צו די פשט המקובל ?

לא קשה כל כך, דיש לומר דסבירא ליה כשיטת הרמב''ם הלכות אבל פ''ב הלכה ז
אשתו של כהן מתטמא לה על כרחו ואינו מטמא לה אלא מדברי סופרים, עשאוה כמת מצוה, כיון שאין לה יורש אלא הוא לא תמצא מי שיתעסק בה . עיי''ש

הרואה יראה שגם הרמב''ם פירוש הפסוקים האלו כהרשב''ם אלא שחז''ל שינוי את דינו של תורה מחמת ההכרח .

ודברי רבינו הרמב''ם ז''ל כאן הם יסוד גדול למבינים

עס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מאכסט עס, עס קען זיין די רמב''ם ריפט אן יעדע דרש וואס איז נישט מפורש בקרא דברי סופרים אע''פ ער האלט אז עס האט א דין דאורייתא ,
מיטוואך מאי 13, 2015 3:48 pm#274768
גראדעמעכעלע האט געשריבן:

לשיטתך , ''עשאוה כמת מצוה'' , ווער האט עס געמאכט פאר א מת מצוה ? און פארוואס ?
מיטוואך מאי 13, 2015 5:29 pm#274804
Re: תמיה על כוונת הפרשנים שפירשו ע"פ פשוטו של מקרא
גערעכט, כ'האב פארזען די ווערטער,