איך האב נישט געוואלט גיין הקפות אין באמת די לחכימא ברמיזא אבער אזויווי דו שלעפסט מיר אריין אינעם רינג האב איך נישט קיין ברירה.
דו באשולדיגסט מיר מיט ווערטער פארכאפעכץ, אבער בסך הכל האב איך געענטפער אויף דיין נישט זאכליכע ענטפער פון:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וועלכע שאלה? ס'זעהט בכלל נישט אויס ווי דו האסט געליינט מיין תגובה.
איך מיין אז ס'איז יעצט גאנץ פשוט אז כ'האב זיך באצויגן צו דיין פריערדיגע תגובה אויף אונזער שאלה/דיון/ויכוח. אבער אזויווי איך זע אנציקומען אין ערגעץ דא דארף מען רעדן ברחל בתך הקטנה, דעמאלטס לאמיר נישט פארגעסן וואו איך בין אריינגעקומען דא ועל מה אנו דנין:
נהורא נפישא האט געשריבן:וואס קלערסטו האט דער רשב"ם געהאלטן דא איבער וואס חז"ל טייטשן, צו האט ער געהאלטן אז חז"ל זאגט אנדרעש פון וואס משה רבינו האט געמיינט בזדון או בשגגה ?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בפשטות האט ער געהאלטן אז משה רבינו האט געמיינט וואס ער (דער רשב"ם) זאגט, נאר וויבאלד די מנהג איז געווען אז מ'האט אריינגעלייגט דעם פרשה אין די תפילין האבן חז"ל עס אריינגעטייטשט אין פסוק בדרך דרש.
האב איך ציטירט ווי דער רשב"ם אליין איז מסביר אז ס'איז דא א פשוט פשט אין די אלע דרשות חז"ל זענען נישט פלעין "אריינגעטייטש בדרך דרש" נאר ס'איז נרמז ביתרות המקרא וואס בפשטות נעמט ער אן אז ס'איז מן השמים און משה אלס כותב התורה דאס אריינגעלייגט, און אויב אזוי איז די קושיא אויף שיטת רשב"ם מעיקרא ליתא ווייל ער האלט אויך ווי אלע אנדערע ראשונים אז משה האט געשריבן און געמיינט די דינים נאר די שרייבעכץ איז געווען ברמיזא.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אוודאי האט משה געשריבן די אלע ייתורים וכו', די שאלה איז נאר צו ער האט עס געשריבן ווייל אזוי פלעגט ער סתם אזוי שרייבן און חז"ל זענען געקומען שפעטער און אריינגעקוועטשט פשטים וואס משה האט קיינמאל זיך גע'חלומ'ט און למעשה דארפן אונז פאלגן חז"ל ווייל הלכה עוקרת משנה
אויף דעם ארויף איז מיין תירוץ:
טראכטכמוני האט געשריבן:וואס עפעס שטייען געוויסע פסוקים מיט אזאנע אינטערסאנטע לשונות? וואס עפעס שטייט אסאך מאל די זעלבע פסוק בשינויי לשון? קרי וכתיב? והאמת, מיר זענען נישט די ערשטע וואס האבן דאס אנגעמערקט. עס זענען געווען א גאנצע שטאב מבקרי המקרא וואס האבן ארויסגעגעבן דעם טריאטיז הנקרא "תלמוד" ווי זיי אקערן דורך כפי הבנתם וואס די תורה האט געמיינט מיט די זאכן און וואס עס לערנט אונז לגבי כל מיני הלכות שנמסרו למשה בכתב ובע"פ.
וע"פ זה:
טראכטכמוני האט געשריבן:איך מיין אז דיין שאלה האט נישט מיט דעם רשב"ם ציטוהן בכלל, עס איז א שאלה פאר זיך, און אפשר פאדערט זיך גאר א באזונדער אשכול דערויף
...
דו שמועס דא האט זיך ארומגעדרייט לגבי וואס די רשב"ם האלט בנוגע די פשט/דין סומאטוכע, און ס'איז קלאר אז ער האט געהאלטן פונקט ווי די אויבנדערמאנטע חכמי התלמוד אז משה האט אריינגעלייגט די ענדערונגען אויף צו מרמז זיין דינים