Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אמעריקע'ס גאט טעלענט

אמעריקע'ס גאט טעלענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
170 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 281 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9023
דאנערשטאג יוני 04, 2015 4:56 am#280452
אמעריקע'ס גאט טעלענט
איינע פון די גאר אויפגעכאפטע אינטערטעינמענט שוי'ס אין די געשיכטע וועלכע ווערן געשפילט אין די גאנצע וועלט, איז די גאר באליבטע און פענאמענאלע "גאט טעלענט" געדאנק וואס די גאנצע שוי איז געווידמעט פאר מענטשן צו ווייזן זייערע קענטעניסן, און טאלאנטן, און סיי וואספארא זאך עס נעמט ארויס מענטשן פון גלייכגעוויכט, א שטייגער ווי קונצן, טענצעריי, שיינע ניגונים, און אפטמאל גאר מאדנע און אוואנטוריסטישע טאטן וועלכע ווערן געשפילט און דערנאך אויסגעקליבן א געווינער.
צוערשט האט איר די וויקיפידיע בלאט פון די שוי .
(טראץ וואס די בריטישע גאט טעלענט איז אויך ריזיג און פאדערט א באזינדערן ארטיקל וועל איך אלץ אן אמעריקאנער ווי פארשטענדליך באשרייבן די שוי פון דא אין לאנד).

אמעריקא'ס גאט טעלענט באקאנט מיטן אקראנים אלץ agt איז אן אמעריקאנע רעאליטעט טעלעוויזיע סעריע וואס שפילט אויף די ען. בי. סי. טעלעוויזיע נעטווארק און איז א אפטיילונג פון די גלאבאלע "בריטיש גאט טעלענט" קייט שוי אדער .B.G.T (באקאנט אלץ פרענטשייס בלע"ז) זי איז א טאלאנט שוי וועלכע נעמט אויף יעדע מענטש וואס האט אינטערסאנטע טאלאנט צו אויפשפילן ווי און אנדערע פערפארמער'ס פון אלע יארגענג, ווי זינגער'ס, קאמידיען'ס, טאנצער'ס און קינצלער'ס אלע קאנקורירן פארן עדווערטייזטן טאפ פרייז פון א מיליאן דאלער! וועלכע ווערט באצאלט במשך פון 40 יאר.

די שוי האט די ערשטע מאל געשפילט אום june 2006 פארן זומער סעזאן.

אויסער די פרייז פון א מיליאן דאלער איז פאראן נאך א ריזיגע באנוס פון באקומען צוגעשטעלט א ריסיגע קאנצערט אין לאס וועגאס, די היימשטאט פון אלע שוי'ס (אין בריטן באקימט מען די פריוויליגיע פון זיך אויפשטעלן פאר די קעניגן וועלכע ברענגט צו אז אסאך מענטשן אין לענדער מיט אייגענע טאלאנטן שוי'ס זאלן מאכן זייער וועג דוקא צו בריטן, {אדער צו אמעריקא פאר די וועגאס שוי} ווענדט זיך וועלכע זאך מען וויל שטערקער)

די שוי האט עטליכע מעלות ווי דאס אז זי לאזט אומבאקאנטע מענטשן ארויסגעבן זייערע באהאלטענע טאלאנטן און גרויס ווערן.

בשעת מעשה זיצן ביים שוי טויזענטער מענטשן (דריי טויזנט צו זיין מער פינקטלעך) און פיר ריכטער וועלכע זיצן בעפארן אודיענץ אויף א באזינדער מערקבארע טישל.

די בריטיש גאט טעלענט האט זיך ארגינעל געעפנט מיט א אנדערן נאמען און געטוישט נאך א יאר (צוליב וואס די קאנטראקט איז דורכגעפאלן) די אמעריקאנע שוי איז געווען די ערשטע נאכצומאכן די בריטישע און מאכן די שוי פאר א קייט, (די ארגינעלע שוי גרינדער באקומט אראפ א פראצענט פון די פארדינסט).


אין לויף פון די יארן האבן זיך די ריכטער געטוישט.

די סיסטעם פון די טאלאנטן שוי'ס זענען יעדע מאל אנדערש און צווישן די לענדער איז עס אפטמאל הימל און ערד.

די שוי פארוואלטונג נעמט צוערשט אויף די פילצאליגע יחידים און גרופעס, שטערנ'ס און וואנעבי'ס טאלאנטפולע און קוריאזן, און מען באשליסט ווער עס גייט ווייטער.

די גרויסע שוי' הייבט זיך אהן די פיר ריכטער און שטאב לאזן זיך ארויס איבער די פאראייניגטע שטאטן אפהאלטנדיג דעם שוי יעדע וואך אין א צווייטע ארט און דאס איז וויאזוי א טיפיקל שוי גייט צו.

די פיר ריכטער זיצן רוהיג ווען עמיצער אדער א גרופע שפאצירן אריין, א גוטן וויאזוי הייסטו ווערט ער אויסגעפרעגט, נאכן זיך אנגעבן דערציילט ער וואס זיין טאלאנט גייט זיין, ווען די געווענליכע גרין לייט צו גיין ווייטער וועט זיין די באקאנטע סלאגאן, ...פיין די פלאטפארמע איז דיינס ווייז וואס די קענסט.

די אקט הייבט זיך אהן אויב איז עס צום זאך הייבן די מאסן פארזאמעלטע אהן צו אפלאמאדירן מיט הילכיגע אפלאמידיסטן און געשרייען און אויב איז עס עפעס וואס אנליין וואלט מען עס גערופן "טרויל'ליכע האבן די ריכטער די אפציע פון דרוקן א רויטע קנעפל וועלכע באווייזט א גרויסן עקס X העכערן קאפ פונעם ריכטער און זיין נאמען דערויף, אויך טוט די גערויש פון א עקס געבן א היבשן טרייסל אין זאל מאכנדיג א שטארקע גערויש און אויב אלע פיר דרוקן זייער רויטן קנעפל מוז דער אקטיאר אויפהערן זיין אקט און ארויסגיין פון זאל.
אויב האט ער דריי עקסעס, און איינער וואס איז יא צופרידן קען ער בלייבן טוהן זיין אקט, (געווענליך וועט די המון עם אנהויבן שרייען און ווייזן עקס מיט די האנט אויב איז די אקט קורני וכדומה')

די עקס וועט נאר סטאפן משיגעים און זייגער'ס אבער וועט נישט דעצידירן די אויסגאנג נאר עס וועט ווערן אפגעהאלטן וואלן צווישן די פיר ריכטער וואס קענען אפמאכן צו דער יעניגער איז ווערד צו גיין ווייטער, קודם לאזט מען אים ענדיגן און אויב איז ער גוט באקימט ער א יא אדער א ניין פון די פיר ריכטער, אפטמאל טרייבן די ריכטער גרויזאמע לצנות פון די אומשולדיגע (אדער אפטמאל שולדיגע) אקטיארן און עס איז א גרויסע דערגרייכונג צו באקומען די "יעס" פון אלע פיר.


דאס געט די געלעגענהייט צו גיין צום פרישן סעסיע ווי דאסמאל זיצן די פיר ריכטער אליין אנעם אודיענץ אדער זייטיגע מענטשן און די געווינער פון דארט קענען גיין זיגרייך צום לייוו שוי וועלכע ווערט אפגעהאלטן און געוויזן אויף טיווי לעבעדיג בשעת מעשה.

איין וועג איז דא צו קענען אויסקרויזן די אומבאקוועמע סעסיע פון זיצן נאר מיט די ריכטער און דאס איז די "גאלדן באזער" וועלכע יעדע ריכטער האט איינמאל די ערלויבעניש צו דרוקן די קנעפל און געשעט געווענליך ווען א ריכטער גייט ארויס פון התפעלות פאר א געוויסע אקט א שטייגער ווי דא דורך סטערן אדער דא דורך האווי.

די לייוו שוי איז דינסטאג, און מיטוואך קען די גאנצע לאנד אריינרופן אפגעבן שטימען, מען קען שטימען דורך די טעלעפאון און מען קען רופן פון א נומבער ביז צען מאל, מען קען אויך ריטוויעטן אויף טוויטער די געווינער'ס נאמען און נאך פארשידענע וועגן וויאזוי מיליאנען מענטשן פענס פון דעם שוי קענען אריינגעבן זייער שטימע.
די פארגאנגענע יאר האט "מעט פרענקא" א קונצלער געווינען די שוי מיט זיין באקאנטע "אייפאון קונץ"

די פיר ריכטער זענען אין קורצן,
"האווערד סטערן" א מאדנע אבער גאר באליבטע דזשאדזש צוליב זיין גראדע מהלך המחשבה (באקאנט אין ק"ש אלץ שמעקעדיג...) ער איז א איד ליידער און קוקט אויס ווי די אידן פון וועם די נאציס האבן אפגעשפעט.
"מעלל בי." א פרוי מיט וועם די פריערדערמאנטע קונץ איז געווארן אויסגעפירט.
"היידי קלום" אויך א פרוי וואס איך וועל נישט מאריך זיין איבער איר.
און דאן דער גאר אינטערסאנטער "האווי מאנדעל" א קאנאדיש אפשטאמיגער מאדנע פערזאן מיט א גוטע סענס אוו יומאר וועלכע ער האט אגב געטוען פאר פרנסה בעפארן גרויס ווערן, ער איז וועלטבאקאנט מיט זיין מאדנע o. c. d. און שרעק פון דזשערמס צוברענגענדיג אז ער זאל קיינמאל נישט געבן די האנט פאר אנדערע מענטשן און גייט אפגעשוירן פון קאפ ביז פוס אויסער דא ווי א ווינדערליכע היפנאטיזירער האט אים היפנאטייזט!

די שוי האוסט און מיטארבעטער וועלכע איז אויך א גרויסע אקטיווע אנטיילנעמער אין די שוי (מיטן מעגליכקייט פון דרוקן דעם גאלדן באזער) איז דער פלאטפארמע מענעדזשער "ניק קענאן" א בעסערע אינגערמאן, א שווארצער מיט א כאריזמע (מיט א צעדרייטע פעשן פון גיין אנגעטוען מיט טייערע קליידונג ווי א שיך פון א מיליאן דאלער און זייגער'ס פון א פערטל מיליאן)
פולע אינטערסאנטע גרופעס קומען באשיינען אויפן פלאטפארמע, מענטשן ריזיקירן מיט די לעבנ'ס פארנט פון טויזענטער מענטשן אלעס צו פארדינען דעם מיטל פון די געווינער פון שושנים... אופס אנטשולדיגט די טעלענט שוי.

די שוי ווערט געשפילט היינט צוטאג'ס אין יעדן לאנד אריינגערעכנט אויסטראליע, קאנאדע, אוקראינע, פראנקרייך, מדינת ישראל, און אפילו אין די אראבישע וועלט, ווען מענטשן האבן א ארט ווי צו אויסגעבן די טאלאנטן, און אנדערע האבן הנאה צו זען טאלאנטן,
צווישן אנדערע אינטערסאנטע שוי'ס האבן שוין מענטשן ארויפגעברענגט הונט, חזרים, און נאך אינטערסאנטע באשעפענישן אדער אביעקטן, און קונצן וואס פאדערן די גאס באקומען ספעציעלע צייטן ווען די ריכטער גייען ארויס אונטערן הימל.
דער דא נעמט ארויס מילך פון זיינע אויגן! ....פאנטאסטיש! האלט אינאיין האווארד איבערזאגן...
אומגלויבליך איז אונטערגעשאצט! ער עסט געלט, באלב'ס, און מאכט אומנאטירליכע קונצן.

ציטיילן א מענטש אין האלב? דער דא טוט עפעס אזוי מיט היידי!...

העלל'ס נאו!!! דער דא מיט א "ברענעדיגע" טשאנס זיך צו אויפרייסן!..

מענטשן פליען אין די ליפטן!

אידן זענען אויך אסאך אויפן פלאטפארמע מיט אינטערסאנטע טאלאנטן, און אויך היימישע אידן זיצן ביי לייוו שוי'ס באדאנקענדיג השם יתברך אויף די פולע קאלירן וואס די טבע באזיצט.

***אזהרת נשים*** קוקט אויף אייער אייגענע אחריות.
דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:01 am#280482
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
הערליך הערליך באשריבען!!!
וואס איז דען א מיליאן דאללער צוטיילט אין 40 יאהר? די שאו קען נישט עפארדען עס צו געבן אויף איין מאל?
דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:25 pm#280564
זייער שיין.

אויך האווי איז א איד.
דאנערשטאג יוני 04, 2015 1:34 pm#280570
זייער שיין באשריבן!!
איך האב אמאל אמאל געזעהן קורצע קליפס פון די שאו, אבער כ'האב קיינמאל נישט ארויסגעהאט ווי אזוי עס ארבייט.
אגב, דו לייגסט אריין יוטוב קליפס אין די לינקס, און טעפעטאלק ווייזט די קליפ אנשטאטס די ווארט וואס דו לייגסט דארטן אריין, און ס'איז אביסל צעמישענד. ס'וואלט גוט געוועהן אויב דו וואלטסט עמבעדעד די אלע יוטוב קליפס אנשטאט ס'זאל זיין לינקס.
דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:00 pm#280589
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
שכויעך. שוין לאנג געוואלט וויסן מער איבער דעם שוי. הערליך באשריבן.

כ'האב נאכנישט געקוקט אלע יו טוב לינקס אבער דא האט איר א אידישע אינגעל וואס רופט זיך א קאמידיען. ער האט געמיינט אז ער'ז מאחורי.
m https://www.youtube.com/watch?v=lFVQqcz22L4 m
דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:01 pm#280592
א דאנק פאר דער שיינער באשרייבונג.

בעל מדות האט געשריבן:אידן זענען אויך אסאך אויפן פלאטפארמע מיט אינטערסאנטע טאלאנטן, און אויך היימישע אידן זיצן ביי לייוו שוי'ס באדאנקענדיג השם יתברך אויף די פולע קאלירן וואס די טבע באזיצט.

פאראיאר איז אן ארטאדאקסיש בחור'ל געווען אין די נייעס נאכדעם וואס ער האט זיך פארגעשטעלט ווי א קאמעדיאנט און האט געווארפן שמוציגע וויצן...

---
נופת האקט דאס זעלבע.
דאנערשטאג יוני 04, 2015 2:42 pm#280610
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
זייער שיין באשריבן, בעל מידות.

א זייטיגע הערה נאר: סיי לכבוד שמעקעדיג און סיי לכבוד הרב שטערן שפיר איך א פליכט מוחה צו זיין אויף דעם צוגלייך וואס איז זייער נישט אין פלאץ אדער נאנט צו זיין אקוראט.

ר' האווערד איז ברייט באקאנט צווישן דער אמעריקאנער גאס – און נישט צוליב'ן זיין א ריכטער.

אגב, אז דו דערמאנסט זיין נאז; ס'איז ניטאמאל אריגינעל. זיין פרצוף בכלליות און די נאז בפרט איז שוין אריבער א פארווייטאגטע עוועלוציע מיט פלאסטישע-כירורגיעס איינמאל און נאכאמאל.
פרייטאג יוני 05, 2015 11:29 am#280837
ראשעקאל האט געשריבן:הערליך הערליך באשריבען!!!
וואס איז דען א מיליאן דאללער צוטיילט אין 40 יאהר? די שאו קען נישט עפארדען עס צו געבן אויף איין מאל?



The company saves money. It's also better for the contestant. A lot of times, when people make a lot of money in one shot they spend it like drunken sailors.
פרייטאג יוני 12, 2015 9:43 am#282274
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
שכוח פארן אזוי רייך באשרייבן איך האב זייער ליב דעם שאו און איך האלט עס מיט פון אנהייב ביזן סוף!
פרייטאג יוני 12, 2015 9:56 am#282277
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ווי קען מען עס מיטהאלטן? אויף יאטאב איז נאר דא קליינע שטיקלעך
פרייטאג יוני 12, 2015 10:31 am#282288
בעל מדות האט געשריבן:איינע פון די גאר אויפגעכאפטע אינטערטעינמענט שוי'ס אין די געשיכטע וועלכע ווערן געשפילט אין די גאנצע וועלט, איז די גאר באליבטע און פענאמענאלע "גאט טעלענט" געדאנק וואס די גאנצע שוי איז געווידמעט פאר מענטשן צו ווייזן זייערע קענטעניסן, און טאלאנטן, און סיי וואספארא זאך עס נעמט ארויס מענטשן פון גלייכגעוויכט, א שטייגער ווי קונצן, טענצעריי, שיינע ניגונים, און אפטמאל גאר מאדנע און אוואנטוריסטישע טאטן וועלכע ווערן געשפילט און דערנאך אויסגעקליבן א געווינער.
צוערשט האט איר די וויקיפידיע בלאט פון די שוי .
(טראץ וואס די בריטישע גאט טעלענט איז אויך ריזיג און פאדערט א באזינדערן ארטיקל וועל איך אלץ אן אמעריקאנער ווי פארשטענדליך באשרייבן די שוי פון דא אין לאנד).

אמעריקא'ס גאט טעלענט באקאנט מיטן אקראנים אלץ agt איז אן אמעריקאנע רעאליטעט טעלעוויזיע סעריע וואס שפילט אויף די ען. בי. סי. טעלעוויזיע נעטווארק און איז א אפטיילונג פון די גלאבאלע "בריטיש גאט טעלענט" קייט שוי אדער .B.G.T (באקאנט אלץ פרענטשייס בלע"ז) זי איז א טאלאנט שוי וועלכע נעמט אויף יעדע מענטש וואס האט אינטערסאנטע טאלאנט צו אויפשפילן ווי און אנדערע פערפארמער'ס פון אלע יארגענג, ווי זינגער'ס, קאמידיען'ס, טאנצער'ס און קינצלער'ס אלע קאנקורירן פארן עדווערטייזטן טאפ פרייז פון א מיליאן דאלער! וועלכע ווערט באצאלט במשך פון 40 יאר.

די שוי האט די ערשטע מאל געשפילט אום june 2006 פארן זומער סעזאן.

אויסער די פרייז פון א מיליאן דאלער איז פאראן נאך א ריזיגע באנוס פון באקומען צוגעשטעלט א ריסיגע קאנצערט אין לאס וועגאס, די היימשטאט פון אלע שוי'ס (אין בריטן באקימט מען די פריוויליגיע פון זיך אויפשטעלן פאר די קעניגן וועלכע ברענגט צו אז אסאך מענטשן אין לענדער מיט אייגענע טאלאנטן שוי'ס זאלן מאכן זייער וועג דוקא צו בריטן, {אדער צו אמעריקא פאר די וועגאס שוי} ווענדט זיך וועלכע זאך מען וויל שטערקער)

די שוי האט עטליכע מעלות ווי דאס אז זי לאזט אומבאקאנטע מענטשן ארויסגעבן זייערע באהאלטענע טאלאנטן און גרויס ווערן.

בשעת מעשה זיצן ביים שוי טויזענטער מענטשן (דריי טויזנט צו זיין מער פינקטלעך) און פיר ריכטער וועלכע זיצן בעפארן אודיענץ אויף א באזינדער מערקבארע טישל.

די בריטיש גאט טעלענט האט זיך ארגינעל געעפנט מיט א אנדערן נאמען און געטוישט נאך א יאר (צוליב וואס די קאנטראקט איז דורכגעפאלן) די אמעריקאנע שוי איז געווען די ערשטע נאכצומאכן די בריטישע און מאכן די שוי פאר א קייט, (די ארגינעלע שוי גרינדער באקומט אראפ א פראצענט פון די פארדינסט).


אין לויף פון די יארן האבן זיך די ריכטער געטוישט.

די סיסטעם פון די טאלאנטן שוי'ס זענען יעדע מאל אנדערש און צווישן די לענדער איז עס אפטמאל הימל און ערד.

די שוי פארוואלטונג נעמט צוערשט אויף די פילצאליגע יחידים און גרופעס, שטערנ'ס און וואנעבי'ס טאלאנטפולע און קוריאזן, און מען באשליסט ווער עס גייט ווייטער.

די גרויסע שוי' הייבט זיך אהן די פיר ריכטער און שטאב לאזן זיך ארויס איבער די פאראייניגטע שטאטן אפהאלטנדיג דעם שוי יעדע וואך אין א צווייטע ארט און דאס איז וויאזוי א טיפיקל שוי גייט צו.

די פיר ריכטער זיצן רוהיג ווען עמיצער אדער א גרופע שפאצירן אריין, א גוטן וויאזוי הייסטו ווערט ער אויסגעפרעגט, נאכן זיך אנגעבן דערציילט ער וואס זיין טאלאנט גייט זיין, ווען די געווענליכע גרין לייט צו גיין ווייטער וועט זיין די באקאנטע סלאגאן, ...פיין די פלאטפארמע איז דיינס ווייז וואס די קענסט.

די אקט הייבט זיך אהן אויב איז עס צום זאך הייבן די מאסן פארזאמעלטע אהן צו אפלאמאדירן מיט הילכיגע אפלאמידיסטן און געשרייען און אויב איז עס עפעס וואס אנליין וואלט מען עס גערופן "טרויל'ליכע האבן די ריכטער די אפציע פון דרוקן א רויטע קנעפל וועלכע באווייזט א גרויסן עקס X העכערן קאפ פונעם ריכטער און זיין נאמען דערויף, אויך טוט די גערויש פון א עקס געבן א היבשן טרייסל אין זאל מאכנדיג א שטארקע גערויש און אויב אלע פיר דרוקן זייער רויטן קנעפל מוז דער אקטיאר אויפהערן זיין אקט און ארויסגיין פון זאל.
אויב האט ער דריי עקסעס, און איינער וואס איז יא צופרידן קען ער בלייבן טוהן זיין אקט, (געווענליך וועט די המון עם אנהויבן שרייען און ווייזן עקס מיט די האנט אויב איז די אקט קורני וכדומה')

די עקס וועט נאר סטאפן משיגעים און זייגער'ס אבער וועט נישט דעצידירן די אויסגאנג נאר עס וועט ווערן אפגעהאלטן וואלן צווישן די פיר ריכטער וואס קענען אפמאכן צו דער יעניגער איז ווערד צו גיין ווייטער, קודם לאזט מען אים ענדיגן און אויב איז ער גוט באקימט ער א יא אדער א ניין פון די פיר ריכטער, אפטמאל טרייבן די ריכטער גרויזאמע לצנות פון די אומשולדיגע (אדער אפטמאל שולדיגע) אקטיארן און עס איז א גרויסע דערגרייכונג צו באקומען די "יעס" פון אלע פיר.


דאס געט די געלעגענהייט צו גיין צום פרישן סעסיע ווי דאסמאל זיצן די פיר ריכטער אליין אנעם אודיענץ אדער זייטיגע מענטשן און די געווינער פון דארט קענען גיין זיגרייך צום לייוו שוי וועלכע ווערט אפגעהאלטן און געוויזן אויף טיווי לעבעדיג בשעת מעשה.

איין וועג איז דא צו קענען אויסקרויזן די אומבאקוועמע סעסיע פון זיצן נאר מיט די ריכטער און דאס איז די "גאלדן באזער" וועלכע יעדע ריכטער האט איינמאל די ערלויבעניש צו דרוקן די קנעפל און געשעט געווענליך ווען א ריכטער גייט ארויס פון התפעלות פאר א געוויסע אקט א שטייגער ווי דא דורך סטערן אדער דא דורך האווי

די לייוו שוי איז דינסטאג, און מיטוואך קען די גאנצע לאנד אריינרופן אפגעבן שטימען, מען קען שטימען דורך די טעלעפאון און מען קען רופן פון א נומבער ביז צען מאל, מען קען אויך ריטוויעטן אויף טוויטער די געווינער'ס נאמען און נאך פארשידענע וועגן וויאזוי מיליאנען מענטשן פענס פון דעם שוי קענען אריינגעבן זייער שטימע.
די פארגאנגענע יאר האט "מעט פרענקא" א קונצלער געווינען די שוי מיט זיין באקאנטע "אייפאון קונץ"

די פיר ריכטער זענען אין קורצן,
"האווערד סטערן" א מאדנע אבער גאר באליבטע דזשאדזש צוליב זיין גראדע מהלך המחשבה (באקאנט אין ק"ש אלץ שמעקעדיג...) ער איז א איד ליידער און קוקט אויס ווי די אידן פון וועם די נאציס האבן אפגעשפעט.
"מעלל בי." א פרוי מיט וועם די פריערדערמאנטע קונץ איז געווארן אויסגעפירט.
"היידי קלום" אויך א פרוי וואס איך וועל נישט מאריך זיין איבער איר.
און דאן דער גאר אינטערסאנטער "האווי מאנדעל" א קאנאדיש אפשטאמיגער מאדנע פערזאן מיט א גוטע סענס אוו יומאר וועלכע ער האט אגב געטוען פאר פרנסה בעפארן גרויס ווערן, ער איז וועלטבאקאנט מיט זיין מאדנע o. c. d. און שרעק פון דזשערמס צוברענגענדיג אז ער זאל קיינמאל נישט געבן די האנט פאר אנדערע מענטשן און גייט אפגעשוירן פון קאפ ביז פוס אויסער דא ווי א ווינדערליכע היפנאטיזירער האט אים היפנאטייזט!

די שוי האוסט און מיטארבעטער וועלכע איז אויך א גרויסע אקטיווע אנטיילנעמער אין די שוי (מיטן מעגליכקייט פון דרוקן דעם גאלדן באזער) איז דער פלאטפארמע מענעדזשער "ניק קענאן" א בעסערע אינגערמאן, א שווארצער מיט א כאריזמע (מיט א צעדרייטע פעשן פון גיין אנגעטוען מיט טייערע קליידונג ווי א שיך פון א מיליאן דאלער און זייגער'ס פון א פערטל מיליאן)
פולע אינטערסאנטע גרופעס קומען באשיינען אויפן פלאטפארמע, מענטשן ריזיקירן מיט די לעבנ'ס פארנט פון טויזענטער מענטשן אלעס צו פארדינען דעם מיטל פון די געווינער פון שושנים... אופס אנטשולדיגט די טעלענט שוי.

די שוי ווערט געשפילט היינט צוטאג'ס אין יעדן לאנד אריינגערעכנט אויסטראליע, קאנאדע, אוקראינע, פראנקרייך, מדינת ישראל, און אפילו אין די אראבישע וועלט, ווען מענטשן האבן א ארט ווי צו אויסגעבן די טאלאנטן, און אנדערע האבן הנאה צו זען טאלאנטן,
צווישן אנדערע אינטערסאנטע שוי'ס האבן שוין מענטשן ארויפגעברענגט הונט, חזרים, און נאך אינטערסאנטע באשעפענישן אדער אביעקטן, און קונצן וואס פאדערן די גאס באקומען ספעציעלע צייטן ווען די ריכטער גייען ארויס אונטערן הימל.
דער דא נעמט ארויס מילך פון זיינע אויגן! ....פאנטאסטיש! האלט אינאיין האווארד איבערזאגן...
אומגלויבליך איז אונטערגעשאצט! ער עסט געלט, באלב'ס, און מאכט אומנאטירליכע קונצן.

ציטיילן א מענטש אין האלב? דער דא טוט עפעס אזוי מיט היידי!...

העלל'ס נאו!!! דער דא מיט א "ברענעדיגע" טשאנס זיך צו אויפרייסן!..

מענטשן פליען אין די ליפטן!

אידן זענען אויך אסאך אויפן פלאטפארמע מיט אינטערסאנטע טאלאנטן, און אויך היימישע אידן זיצן ביי לייוו שוי'ס באדאנקענדיג השם יתברך אויף די פולע קאלירן וואס די טבע באזיצט.

***אזהרת נשים*** קוקט אויף אייער אייגענע אחריות.


ציטירט לכבוד עטליכע טעותים ביי די לינקס.
מאנטאג יוני 15, 2015 9:42 am#282723
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
יעצט פאנגט זיך אהן אין ארץ ישראל די צווייטע סיזען פון עקס פעקטאר
מיטוואך יוני 17, 2015 8:17 pm#283378
פון בריטענ'ס גאט טעלענט - א הונט וואס היפנאזירט.

מיטוואך יוני 17, 2015 9:03 pm#283384
וויאזוי מאכט מען די אלע קונצן? נו, קיינער פון די חכמים דא וואס פארשטייען די בריאה קען דאס נישט אויספיגערן?
דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:32 am#283467
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
וועסט אביסל נישטערן ביי YouTube וועסטו טרעפן די סוד פון אסאך פון זיי
דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:38 am#285050
האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 2:27 pm#296954
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
בילד
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:02 am#297090
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
האסט א פראבלעם דערמיט?
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:24 am#297093
חילול השם
ראובן האט געשריבן:א דאנק פאר דער שיינער באשרייבונג.

בעל מדות האט געשריבן:אידן זענען אויך אסאך אויפן פלאטפארמע מיט אינטערסאנטע טאלאנטן, און אויך היימישע אידן זיצן ביי לייוו שוי'ס באדאנקענדיג השם יתברך אויף די פולע קאלירן וואס די טבע באזיצט.

פאראיאר איז אן ארטאדאקסיש בחור'ל געווען אין די נייעס נאכדעם וואס ער האט זיך פארגעשטעלט ווי א קאמעדיאנט און האט געווארפן שמוציגע וויצן...

---
נופת האקט דאס זעלבע.

ממש א פחד. א קליינע יונגל מיט א לויזע צונג איז (לדעתם) קיוט. Where is his naughty father?
יעצט איז ער א קליינע מנוול און ווען ער וואקס אונטער וועט ער זיין א גרויסע מנוול.
כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנום (אף השומע ושותק), פשוטע גיהנום איז נישט גענוג פאר דעם.
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:29 am#297095
ליפא האט געשריבן:האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

בחלום שלך
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:45 am#297122
ראשעקאל האט געשריבן:ווי קען מען עס מיטהאלטן? אויף יאטאב איז נאר דא קליינע שטיקלעך


Nbc.com
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:04 pm#301164
דער געווינער:

דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 10:10 pm#301166
קאצקע ציקער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

בחלום שלך


איך האב אויך געהערט דערפון, לויט מיין אינפא האט ער זיך שוין געזעגנט ביים שוי.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:41 pm#301174
בעל מדות האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:האווערד שטערן ציט זיך ארויס פון דעם פראגראם

בחלום שלך


איך האב אויך געהערט דערפון, לויט מיין אינפא האט ער זיך שוין געזעגנט ביים שוי.


דברי פרידה

m https://www.youtube.com/watch?v=CJ_T8e5FGc0 m
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:11 pm#349894
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
וואס איז פשט דער זכר ניק קענען מיט א טורבאן, ער זעט אויס ווי א אראבישער מולע
בילד
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 2:49 pm#349901
כמיין אז ער טויגט גאנץ פיין פאר די פאזיציע אפגעזעהן וויאזוי ער גייט אנגעטון, ער מאכט זייער באקוועם פאר די וואס זענען אויף די סטעיזש וכדו'
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 4:44 pm#349920
גר ותושב האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:מעזשיק איז סטופיד און מ'קען זייער לייכט אויספיגערן אלע טריקס, א ביישפיל פון וואו ווייסט זי וויקטאר געבורט דאטום, זייער פשוט ווייל ער זעט עס אויף די דרייווערס און דער וועג וויאזוי ער פארמולירט זיינע ווערטער איז אויסגעשטעלט אז זי זאל כאפן אז ער רעדט פון מאי 12 ופשוט הוא.

דא איז איינער מסביר ווי אזוי עס ארבייט

https://youtu.be/t2JMSdCWtx0


איך בין אביסעל מחולק אז מעיזשיק איז סטופיד ''ווייל'' מקען עס אויסגעפינען, נאכען זעהן די יוטוב קליפ האב איך סאך מער פארשטאנען די קונץ וואס עס ליגט אונטער די מעיזשיק, און סאיז נישט צום פארשטיין ווי גוט זיי האבן עס אראפגעלייגט,

אבער ווי די מיינונג דא האלט איך אויך: אז סאיז סתם א שאד מהאט צוזאמגעשטעלט אלע סארטן מינע טאלאנטן
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 7:35 pm#349947
פליקער האט געשריבן:אזוי ווי איך האב פראדיקטעד, גרעיס ווענדעווייל איז דער געווינער, איך בין נישט דער ערשטער צי ריפארטען, אבער דער ערשטער צי פראדיקטן.
זי איז עס ווערט ודי למבין.

זי האט טאקע אלע מעלות אבער וואס איז מיט איר הייזעריק קול? איז נישט די קול די עיקר?
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:12 am#349998
פליקער האט געשריבן:וואס איז פשט דער זכר ניק קענען מיט א טורבאן, ער זעט אויס ווי א אראבישער מולע
בילד

זעט אויס אז ער איז געפאלן אויפן קאפ.
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:33 am#350692
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
m http://www.billboard.com/articles/news/ ... ia-records m

Sent from my SM-G930T using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:17 am#350707
זי איז מיין געווינער, כ'האב נאר נישט די מיליאן דאלאר איר צו געבן.

מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:24 pm#350740
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
טעילאר סוויפט האט געשיקט בלומען פאר
וועינדערוואל און ווען מסירטשט פאר גרעיס קומט ארויף די פיקשער פון טעילאר....
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:27 pm#350787
די פארגלייך פון סוויפט צו ווענדערהאל איז בזיונות פאר סוויפט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:46 pm#350839
ודי למבין האט געשריבן:די פארגלייך פון סוויפט צו ווענדערהאל איז בזיונות פאר סוויפט.


בכלל נישט. זעה דא, ווי זי איז מסביר וואס סיימון, האט געמיינט דערמיט.

m https://www.youtube.com/watch?v=QnYyqL-kfsk m

דא איז איר וועריפייד טשענעל, אויף יוי טוב.

m https://www.youtube.com/channel/UC2qc1K ... pysqVEaNbw m
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 1:13 pm#350846
ודי למבין האט געשריבן:די פארגלייך פון סוויפט צו ווענדערהאל איז בזיונות פאר סוויפט.

פארוואס?
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:39 pm#350870
שלום עליכם בעל מידות, איך פריי זיך דיר צו זעען
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:46 pm#350872
וועלקאם בעק ATUB @בעל מדות ATUB שוין נישט געזעהן באלד דריי חדשים.

וויאזוי איז געווען זומער?
דינסטאג פעברואר 28, 2017 7:23 pm#364180
א באקאנטער פרענקער פרענקט בריטענס גאט טעלענט אלץ א רבי'נישער רעפפער
m https://www.youtube.com/watch?v=EdwjEk38Bc0 m
פרייטאג מערץ 17, 2017 2:45 pm#365901
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
עס איז גאר גאר א אלטע נייעס.... איך האב אינזינען געהאט עס צי שרייבן אבער אז קיינער שרייבט נישט נעם איך די פענע, די עולם דא אין שטיבל וואס ווארט אויף די נעקסטע אמעריקע'ס גאט טאלאנט... עס איז א שאד.... Nick cannon האט זיך אפגעזאגט פונעם שאו פאר א חודש צירוק נאך א געפעכט מיט NBC אין איינער אנדערש האט איבערגענומען זיינע לייצעס. א פרוי האט עם איבערגענומען, די שאו וועט שוין נישט זיין די זעלבע.
פרייטאג מערץ 17, 2017 3:26 pm#365903
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
טרויבן88 האט געשריבן:עס איז גאר גאר א אלטע נייעס.... איך האב אינזינען געהאט עס צי שרייבן אבער אז קיינער שרייבט נישט נעם איך די פענע, די עולם דא אין שטיבל וואס ווארט אויף די נעקסטע אמעריקע'ס גאט טאלאנט... עס איז א שאד.... Nick cannon האט זיך אפגעזאגט פונעם שאו פאר א חודש צירוק נאך א געפעכט מיט NBC אין איינער אנדערש האט איבערגענומען זיינע לייצעס. א פרוי האט עם איבערגענומען, די שאו וועט שוין נישט זיין די זעלבע.

ווען הייבט זיך אן די סעזאן?
פרייטאג מערץ 17, 2017 4:05 pm#365908
טרויבן88 האט געשריבן:די שאו וועט שוין נישט זיין די זעלבע.


מ'האט געזאגט די זעלבע ווען דזשערי ספרינגער האט פארלאזט די שאו און קענאן (דעמאלטס איז ער געווען א פשוט'ע ראדיא האוסט) האט איבערגענומען. גיב איר א טשאנס.
פרייטאג מערץ 17, 2017 4:14 pm#365909
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
הוגה האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:די שאו וועט שוין נישט זיין די זעלבע.


מ'האט געזאגט די זעלבע ווען דזשערי ספרינגער האט פארלאזט די שאו און קענאן (דעמאלטס איז ער געווען א פשוט'ע ראדיא האוסט) האט איבערגענומען. גיב איר א טשאנס.

ספרינגער איז געווען אזוי כאריזמאטיש ווי קענאן?
פרייטאג מערץ 17, 2017 4:36 pm#365910
בכלל נישט, אבער מ'האט דעמאלטס נאכנישט געוויסט וואס קענאן קען.
מוצ"ש מערץ 18, 2017 9:22 pm#365920
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
זייט ער האט זיך געטראפן מיט די טורבאן האב איך מסכים געווען ער זאל זיך גיין פונעם שאו.
מוצ"ש מערץ 18, 2017 11:31 pm#365946
ווען הייבט זיך די שאו אן
זונטאג אפריל 23, 2017 12:49 pm#368828
דזשאסט אין קעיס ATUB @יתרו ATUB ווייסט נישט... די "בריטיש גאט טאלאנט" 2017 האט זיך שוין אנגעהויבן.
מ'קען זעהן אויף טעלעגראם די גאנצע מעשה.
זונטאג אפריל 23, 2017 12:50 pm#368829
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
Link?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk
זונטאג אפריל 23, 2017 12:52 pm#368830
פייער אפפער האט געשריבן:Link?

Sent from my SM-G930T using Tapatalk


קליק אויף דעם לינק, אין סירטש גאט טאלאנאט
מיטוואך אפריל 26, 2017 9:23 am#369120
נעגעל וואסער האט געשריבן:דזשאסט אין קעיס @יתרו ווייסט נישט... די "בריטיש גאט טאלאנט" 2017 האט זיך שוין אנגעהויבן.
מ'קען זעהן אויף טעלעגראם די גאנצע מעשה.


די אמעריקאן ווירזשאן הייבט אויך שוין אן. ס'ראנט די זעלבע צייט?