Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » אמעריקע'ס גאט טעלענט

אמעריקע'ס גאט טעלענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
170 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 281 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9023
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:33 pm#385100
איך קען בשום אופן אראפריקען מענדי - זי איז געפערליך טאלאנטפול און איך האב אפילו העזיטעטיעט איר צו לייגן אויף נומער 2. פריטשער האב איך געלייגט זיבן ווייל כאטש איך קאלער זיך פאר געלעכטער פאר ער עפענט זיין מויל פארשטיי איך אבער נישט קיין ווארט וואס ער רעדט... שרה האב איך געלייגט אכט נאר ווייל איך האלט אז 9 און 10 זענען נאך שוואכער און זיי זענען נאר דא צוליב זייער סטארי
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:17 pm#385110
יעצט איז שוין קיין ספק נישט געבליבן. דארסי לין ביי פאר!! Wow! What a performance!!

זי האט טאלאנט פון אלע זייטן. זי זינגט, זי איז פאני, זי איז א ריכטיגע פערפארמער.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:35 pm#385111
עגרי.

צווייטע פלאץ גייט פאר מענדי אדער לייט באלאנס.
פריטשער איז לכאורה אראפ טיפער און איך מיין אז העיל איז נאר נומבער 4.
די יתומה האט זיך לכאורה ארויף געריקט מיט די היינטיגע פערפארמענס און די הינטל האט זיך נאך מער אראפגעריקט.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:49 am#385379
און די געווינער איז!!

m https://youtu.be/ZqP2EhOwI4k m

WOW WOW just amazing
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 7:45 pm#389029
די נעקסטע וואס ATUB @ארי נוהם ATUB האט געוואלט איז אמעריקא'ס גאט טאלאנט, די סדר איז פון סעזאן 12 צי די ערשטע, איז דא האט איר סעזאן 12, 24 עפיזאדן, 22 גיגאבייט סעזאן 12

(עס האללט נאך אינמיטן ארויפלאדענען)

ווארענונג: אנהאלט פרויען און קול באשה
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 8:36 am#389217
געענדיגט ארויפלייגן סעזאן 11, 23 עפיזאדן, 17 גיגאבייט, סעזאן 11
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:30 am#398869
אמעריקען איידעל- הארפער גרעיס זינגט אן אריגינאל.
יעצט נומבער דריי טרענדינג.
m https://youtu.be/ZANqw73F9Pw m
מיטוואך אפריל 04, 2018 6:30 am#398923
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
לעצטע חודש האט זיך אנגעהויבן בשעה טובה ומוצלחת די ישראל'ישע ווערסיע "ישראל גאט טעלענט".
עס איז גאנץ געשמאק צו הערן און זעהן די אידישע טאלאנטען און א היימישע שפראך. די טאלאנטען אליין איז יש ויש.
דינסטאג יוני 12, 2018 10:22 pm#405854
m https://youtu.be/gPHVLxm8U-0 m

13 יעריג מיידל שאקירט דעם עולם!
דינסטאג יוני 12, 2018 10:38 pm#405856
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
איך וועל אנפאנגען ארויפלייגן אמעריקע'ס גאט טאלאנט פארן ציבור בקרוב
מיטוואך יוני 13, 2018 6:32 pm#405931
ניסים דער רעפער?

eegfews (2).jpg
מיטוואך יוני 13, 2018 7:11 pm#405935
ונבנתה העיר האט געשריבן:ניסים דער רעפער?

eegfews (2).jpg


קענסט צוצייכענען ביי וועלכע מינוט דער סקרינשאט איז גענומען געווארן און פון וועלכע עפיזאד?
מיטוואך יוני 13, 2018 7:18 pm#405937
3. בערך ביי 16 מינוט.
מאנטאג יוני 25, 2018 1:25 pm#407119
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
טרויבן88 האט געשריבן:איך וועל אנפאנגען ארויפלייגן אמעריקע'ס גאט טאלאנט פארן ציבור בקרוב
??
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:09 pm#407496
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
דא איז די לינק פון אמעריקע'ס גאט טאלאנט סעזאן 13

סעזאן 13

אנטשולדיגט פאר די וואס האבן געווארט... איך האב פארגעסן
דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:44 pm#407517
שיר של זה"ב
איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.

לאמיר אביסל צולייגן די פאקט: ס'איז דא א עקס פעקטאר, אמעריקען איידאל, און די וואויס, וואו יעדער וואס וויל זינגען איז העפליך געלאדענט צו קומען זינגען און פרובירן זייערע קוואליפיקאציעס אין דעם פעלד. דאס אז גאט טעלענט געט בכלל א אפציע אויך צו זינגען דארט, איז שוין א שטיקל פראבלעם הגם מקען עס מסביר זיין אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר א אפציעלע זינגען קאנטעסט. אבער פון דא ביזן געבן פאר זיי די גאלדען באזער איז שוין יא א שטיקל עוולה.

נאכמער פון דעם, די זינגערס - לפחות היי יאר - זענען נישט געווען עפעס ספעציעלע אויסגעצייכנטע עילוישע זינגערס, און אויף סיי וועלכע זינגען קאנטעסט זענען דא פילע בעסערע זינגערס, און פון די אנדערע זייט זענען אפטמאל געווען פיל בעסערע טאלאנטן אויפן סטעדזש ווי די זינגערס, און דאך האט קיין איין טאלאנטפולע מענטש נישט באקומען קיין גאלדען באזער, נאר די פארהעלטנמעסיג שוואכערע טאלאנטן = זינגערס.


איך ווייס פארוואס זיי האבן פאקטיש באקומען די גאלדען באזער: ווען איינער זינגט, דערצו מיט רגש, דערצו אומגעראכטן, דערצו ווען יענער האט א שיינע מעשהלע (געווען געבוליעט, העלפט אנדערע), איז עס מעורר די הרגשים ביי די דשאדזשעס און ווען סאיז לב שליט על מח געט מען א דרוק אראפ דעם גאלדענעם קנעפעלע פאר איינער וואס האט למעשה נישט אזא שטארקע טאלאנט ווי אנדערע.

נאך א סיבה קלער איך, וויבאלד זיי האבן געווענליך די שענסטע בעקראונד מעשיות, און וויבאלד מענטשן ווערן מער מרוגש פון א הארציגע לידעלע ווי פון גאונישע טאלאנטן, מאכן די דזשאזשעס א פשוטע רעיטינג חשבון און טיילן די גאלדען באזער פאר די מענטשן וואס זיי קלערן אז זיי וועלן ציען די מערסטע אנגעהענגערשאפט.



אזוי צי א שטרוי, איז אן עוולה אז דווקא דאס יאר ווען סיימאן קאוועל (און די אנדערע דזשאזשעס אויך) הערט נישט אויף צו פארפירן אז ס'דארף נאר גיין העכער, און פילע טלאנטפולע מענטשן פליען פון דארט וויבאלד ס'איז נישט עפעס ניי און ספעשל פאר יארע 2018, געבן זיי די גאלדען באזער פאר נישט אזעלכע טאלאנטפולע מענטשן נאר צוליב נארישע רגש אדער רעיטינג.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 3:00 pm#407519
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
הנני מצטרף להנ"ל. עס באדערט מיר יעדעס יאר נאך אמאל.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:53 pm#407548
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
ארי נוהם האט געשריבן:איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.

לאמיר אביסל צולייגן די פאקט: ס'איז דא א עקס פעקטאר, אמעריקען איידאל, און די וואויס, וואו יעדער וואס וויל זינגען איז העפליך געלאדענט צו קומען זינגען און פרובירן זייערע קוואליפיקאציעס אין דעם פעלד. דאס אז גאט טעלענט געט בכלל א אפציע אויך צו זינגען דארט, איז שוין א שטיקל פראבלעם הגם מקען עס מסביר זיין אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר א אפציעלע זינגען קאנטעסט. אבער פון דא ביזן געבן פאר זיי די גאלדען באזער איז שוין יא א שטיקל עוולה.

נאכמער פון דעם, די זינגערס - לפחות היי יאר - זענען נישט געווען עפעס ספעציעלע אויסגעצייכנטע עילוישע זינגערס, און אויף סיי וועלכע זינגען קאנטעסט זענען דא פילע בעסערע זינגערס, און פון די אנדערע זייט זענען אפטמאל געווען פיל בעסערע טאלאנטן אויפן סטעדזש ווי די זינגערס, און דאך האט קיין איין טאלאנטפולע מענטש נישט באקומען קיין גאלדען באזער, נאר די פארהעלטנמעסיג שוואכערע טאלאנטן = זינגערס.


איך ווייס פארוואס זיי האבן פאקטיש באקומען די גאלדען באזער: ווען איינער זינגט, דערצו מיט רגש, דערצו אומגעראכטן, דערצו ווען יענער האט א שיינע מעשהלע (געווען געבוליעט, העלפט אנדערע), איז עס מעורר די הרגשים ביי די דשאדזשעס און ווען סאיז לב שליט על מח געט מען א דרוק אראפ דעם גאלדענעם קנעפעלע פאר איינער וואס האט למעשה נישט אזא שטארקע טאלאנט ווי אנדערע.

נאך א סיבה קלער איך, וויבאלד זיי האבן געווענליך די שענסטע בעקראונד מעשיות, און וויבאלד מענטשן ווערן מער מרוגש פון א הארציגע לידעלע ווי פון גאונישע טאלאנטן, מאכן די דזשאזשעס א פשוטע רעיטינג חשבון און טיילן די גאלדען באזער פאר די מענטשן וואס זיי קלערן אז זיי וועלן ציען די מערסטע אנגעהענגערשאפט.



אזוי צי א שטרוי, איז אן עוולה אז דווקא דאס יאר ווען סיימאן קאוועל (און די אנדערע דזשאזשעס אויך) הערט נישט אויף צו פארפירן אז ס'דארף נאר גיין העכער, און פילע טלאנטפולע מענטשן פליען פון דארט וויבאלד ס'איז נישט עפעס ניי און ספעשל פאר יארע 2018, געבן זיי די גאלדען באזער פאר נישט אזעלכע טאלאנטפולע מענטשן נאר צוליב נארישע רגש אדער רעיטינג.
דאס איז נעבעך די מיסטעיק... די שאו איז געמאכט פאר געלט געלט און נאכאמאל געלט, מענטשן נעבעך מיינען אז געווען איז דאס און ער איז יענץ, שטותים והבלים אלע פיר זענען אויפגענומען צי רעפרעזענטירן אפאר פערסאנאליטעטן און דעטס איט
זונטאג יולי 01, 2018 12:17 am#407635
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
געענדיגט ארויפלייגן די ערשטע 5 עפיזאדן
מאנטאג יולי 02, 2018 7:35 pm#407785
ארי נוהם האט געשריבן:איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.


איינס פון די פיר באזערס דעם יאר איז געגאנגן פאר א טאנץ גרופע, וואס אין מיין אפיניאן האבן זיי א שטארקע שאנס צו געוואונען היי יאר. איך האלט אזוי (דערווייל) ווייל די אנדערע דריי באזערס זענען געגאנגן פאר זינגער וואס מ'האט שוין געהערט אזאנס. מ'דארף נאך צואווארטן און זעהן ווער גייט זיין די פינפטע גאלדען באזער.

פון די 12 אג"ט געוואונער זענען האלב פון זיי נישט קיין (טיפיקל) זינגער נאר אנדערע עקטס.

די שאו איז טאקע נישט געווידמעט פאר זינגער אבער דער געוואונער דארף זיין א "מיליאן דאלער עקט", דאס מיינט אז ס'דארף זיין אינטעטעינינג גענוג צו ציען מיליאנער פענס. פאקט איז אז אויסער זינגען זענען נישט דא קיין סאך מיליאן דאלערדיגע עקטס. אין מעדזשיק איז דא אפשר צוויי דריי אין אמעריקא, ווענטריליקוויזם איז דא א צוויי דריי, אבער אין די מוזיק אינדאסטרי זענען דא צענדליגע אדער מער. נעם א עקט ווי בעלאו דער קלאון פון לעצטע סעזאן אדער זיין טאכטער פון דער סעזאן. ווי ענטערטעינינג ער זאל נאר זיין און ווי פערפעקט זיין עקט איז נאר וועט ער אבער קיינמאל נישט זיין קיין מיליאן דאלער עקט. איך גלייב אז סיימאן קאועל וואלט ענדערש גענומען א ווערייעטי עקט ווי א זינגער, אויב ער וואלט געקענט טרעפן איינס.

אז מ'רעדט שוין איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז 25% פון אג"ט געוואונער זענען ווענטריליקוויסטן. אזא obscure טאלאנט האט שוין באוויזן צו געוואונען דריי מאל! די ערשטע צוויי, טערי פעדער און פאול זורדען זענען ביידע געווארן וועלט בארימטע ענטערטעינירס.


.
דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:02 am#408106
מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.
מיטוואך יולי 11, 2018 12:57 am#408472
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
עוד הפעם א זינגער
מיטוואך יולי 11, 2018 1:26 am#408473
היכי דמי האט געשריבן:מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.

וואס האט ער פונקטליך געטראכט, אז ס'וועט נישט זיין גויטעס? דערמאנט מיך פון יונתן רזאל מיט פארמאכטע אויגן
מיטוואך יולי 11, 2018 9:22 am#408483
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
היכי דמי האט געשריבן:מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.
לינק אדער עפעס?
דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:25 am#408566
היידי האט דיסאפוינטיד דעם עולם דורך געבן דעם גאלדן באזער פאר נאך א זינגער.
די ווידיא איז #3 טרענדינג אויף יו טוב.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:36 pm#408617
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
m https://youtu.be/gBYlKEIGXJs m
געוואלדיג!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 12, 2018 10:43 pm#408655
WOW
מיטוואך יולי 18, 2018 9:49 pm#409252
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
זעקס זיבן אכט וועלן בקרוב זיין אוועילעבעל אויף די זעלבע לינק
מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm#412046
לכבוד חודש אלול האט ר' שימעלע געלאזט פאלן אפאר טרערלעך. זעה דא.
פאר ווער עס קען דער הארטע ניסל איז דאס א חידוש נפלא מאד.

מוסר השכל פאר אונז צו לאזן די געפילן אונזערע אביסל לויז און אריין טראכטן פירוש המלות ביים קומענדיגע יום הדין.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:04 am#412495
איך שטים פאר דעם אקט, און דעם אקט.

נאך איינער האלט מיט?
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:07 pm#412628
בת קול האט געשריבן:איך שטים פאר דעם אקט, און דעם אקט.

נאך איינער האלט מיט?

לכאורה די פרויען ניקות.
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:41 am#412672
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
בת קול האט געשריבן:איך שטים פאר דעם אקט, און דעם אקט.

נאך איינער האלט מיט?
די zurcaroh גרופע איז עפעס שלא מעלמא הדין, איך האב עס שוין געוואטשט עטליכע מאל און איך ווער נאכאלץ איבערגענומען.
די angel city chorale איז אויך געוואלדיג. זיי זענען נאך אינעם פארמעסט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:05 am#412763
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
בת קול האט געשריבן:איך שטים פאר דעם אקט, און דעם אקט.

נאך איינער האלט מיט?

Wow די פיזישע כוחות פון די צוויי איז עפעס אנבעליוועבעל. איינער ווייסט אפשר זייער נאמען? איז דא נאך קונצען פון זיין?

דרך אגב, איך בין מסופק צי איך גלייך עס אזוי שטארק צי איבערקוקן ווייל איינע איז א פרוי, אדער צוויי מענער וואלט איך עס אויך אזוי געגליכן. למאי נפק"מ? צי מען דארף תשובה טון
פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 6:40 pm#412863
איך זעה נישט א וועג וויאזוי קארטני האדווין געוואונט נישט די היי יעריגע פארמעסט. זי האט מורא'דיג פערפארמד די וואך און אויך ביי יאר אודישען. וואס זאגסטו ATUB @ודי למבין ATUB ?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:12 am#412873
נו גוט, איך קען אבער נישט סובל זיין איר משונהדיגע פרצופים און תנועות, זי איז עפעס נישט בסדר.
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:20 pm#413181
איך בין געווען ראנג מיט מיין פרעדיקשאן. יעצט וועלן מענטשן קענען אויפהערן קאמפלעינען אז נאר זינגער געוואונען.

עס איז געווען פיינע טאלאנט דער יאר.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:10 am#413280
מיינע געדאנקען איבער גאט טעלענט



*מוקדש לידידי הרב ATUB @הוגה ATUB .


הערשט יעצט קען מען קאמפלעינען.

די מאס איגנאראנץ וואס ווייזט זיך ארויס מדי גאט-טעלענט ב'גאט-טעלענט, איז איום ונורא. ס'גיבט אונז א שטיקל פארשטאנד וויאזוי אזא פערד ווי טראמפ קען גאר ווערן פרעזידענט. מענטשן נוצן אזוי ווייניג די קאפ, און פארלאזן זיך אזויפיל אויף עמאציעס וואס די מידיא שטופט אריין, אז ס'כאפט א פחד.

אנשטאט אדורכגיין יעדע טאלאנטפולע מענטש דורכאויס די קאמפעטישאן וואס האט עס נישט אדורכגעמאכט צו די פיינעלס, לאמיר ענדערש א קוק טאן אויף די צען מענטשן וואס האבן עס יא אדורכגעמאכט, על פי סדר נצחונם:

1. דער געווינער, Magician -Shin Lim.
2. צווייטער צום געווינער, די אקראבאטישע גרופע Zurcaroh
3. דער שווארצער עלעקטראנישער פידלער Brian King Joseph
4. דער טורעט-סינדראם קאמעדיען Samuel J. Comroe
5. דער זינגער - טאטע צו עטליכע שטיף-קינדער, Michael Ketterer
6. די יונגע בריטישע מיידל, ראקנראול זינגערין Courtney Hadwin
7. דער אפערע זינגער Daniel Emmet
8. די מאן און ווייב אקראבאטיקער Duo Transcend
9. די מאמע זינגערין Glennis Grace
10. די גראבע פרוי קאמעדיען Vicki Barbolak

אויפן פלאץ שטעלט זיך גאר א שווערע פראגע: וויאזוי קען זיין אז די בריטישע פערצן יעריג מיידל, וואס האט אויפגעשאקלט די וועלט מיט איר זינגען, טאנצן און ווילדקייט ווס. נאטירליכע שעמעוודיגקייט, זאל ניטאמאל אריינגיין אין די טאפ פייוו.

פיין, יעדער פרעגט די קשיא.
סאו איך וועל פרעגן אנדערע קשיות.

*


וויאזוי קען זיין אז אזא דורכשניטליכע קאמעדיען ווי Samuel J. Comroe, וואס איז ניטאמאל אזוי פליסיג און געמאכט פון קאמישע מאטעריאל ווי די לעצטע פון די צען - מרת וויקי, זאל גאר זיין אין די טאפ פייוו? נאכמער, איך האב שוין געוואטשט גענוג יארן גאט טעלענט, און אין זייער היסטאריע זענען געווען פיל בעסער קאמעדיענס וואס האבן עס ניטאמאל געמאכט אזוי ווייט ווי אים. ס'קומט אים אויסדריקליך נישט.

נעקסט. גלעניס גרעיס, די טונקעלע פרוי - הגם פון די נעדערלענדס, מיט א זון וואס האט מיר געשיינט צו רעדן ספאניש... גיי פארשטיי - וואס האט געזינגען אזוי הויך, שיין, און אפילו הארציג, מיך דערמאנענדיג אין הרבנית הצדקנית Whitney Houston ע"ה, איז געווען די ניינטע פון צען, און דער מאנסביל זינגער - אבי הבנים החורגים - Michael Ketterer האט עס געמאכט צו די טאפ פייוו, ווען ער האט לכל הדעות נישט א פערטל אזויפיל קראפט און יכולת אין זיין שטימע, און האט אפילו געקראצט עטליכע מאל, אריינגערעכנט ביים לעצטן פערפארמענס. לא זו אף זו, אפילו דער אפערע זינגער האט עס געמאכט העכער איר, ווען זיין יכולת אין אפערע איז בכלל נישט אזוי גוט און דא אויך האט שוין גאט טעלענט געזען בעסערע אפערע זינגערס אין איר היסטאריע, אריינגערעכנט די קליינע דרייצן יעריג מיידל צוויי יאר צוריק.

ווייטער, דער פידלער ברייען קינג. אום גאטס ווילן, וואס זוכט ער בכלל אין די פיינעלס, און די טאפ פייוו, און גאר דער דריטער? פאר א שווארץ יאר, ער איז אן אקעי פידלער, אבער אונזער היימישער דניאל אהביאל קען אים נאך צו פראסקען זיין צורה מיט זיין יכולת. ער איז בכלל נישט אזוי געלונגען, און געוויס איז ער נישט גאטס מתנה פאר מענטשהייט ווען ער שפילט נאר אויף אן עלעקטראנישן פידל. צווישן די צען פיינעליסטן זענען געווען פיל פיל מער געלונגענע מענטשן, פון די קאמעדיען וויקי ביז די אקראבאטישע קאפעל, וואס וואלטן באמת געמעגט זיין פיל העכער אין ראנג ווי אים.

אזוי קען מען שטיין און מדייק זיין אין יעדן איינעם, און ווייזן ווי קרום דער עולם האט זיי אריינגעוואויט. שוין אפגערעדט אויב מ'קען גיין נאך פריער, און דערמאנען Voices of Hope, Angel City, The Savitsky Cats, Noah Guthrie, Flau'jae און נאך.

*


אבל האמת יורה דרכו, אז אין כאן אמת כלל. ברייען קינג איז א ביטערע רחמנות, זיינע הענט (און גאנצע גוף) האלטן אינמיטן גיין א גאנג און מיט זיינע לעצטע כוחות און מיט ביטערע יסורים זעצט ער פאר צו שפילן אויפן פידל. דאס גייען מיר זען אינעם ווידעאו איידער ער שפילט צום ערשטן מאל, און פון דעמאלט אן - בעפאר יעדן פרישן פידלעריי.

דאס זעלבע איז מיטן צדיק אחד בסדום וואס גאט האט אראפגעשיקט פאר מענטשהייט, הגה"צ ר' Michael Ketterer, וואס לא די ר' שמעון קאוועלער האט אים געגעבן דעם גאלדענעם באזער וואס אדאנק אים גייט גאט טעלענט מוזן צושטעלן אלסדינג שייך אז ער זאל עס מאכן ביזן סוף, אריינגערעכנט דאס שתדל'ן און באווייזן אז בראאקס זאל אים גאר שרייבן און פרעדוסן א ברענד-ניו סאנג פאר זיין לעצטן פערפארמענס - און אומדערהערטע זאך אין די היסטאריע פון גאט טעלענט. נאר מיר גייען יעצט הערן נאך און נאך שיעורים איבער דעם מידת החסד וטובת הלב פון ר' מיכאל דער קעיטערער, אזוי אז אלע זאלן ווערן עמאציאנאל און טון פארקערט ווי דער מח זאגט: וואויט פאר א "זינגער", נישט א "בעל חסד"!

דער טורעט סינדראם קאמעדיען איז דאך ליידער א טורעטס געשלאגענער, וואס געט אים זיכער א גרינלייט גראד צו די טאפ פייוו פיינעליסטן. ער איז נישט אזא גוטע קאמעדיען, און וויקי די גראבע פלונית'טע איז פיל וויציגער און געאייגנט דערצו, אבער וואס זאל מען טון אז זי איז נישט געשלאגן מיט קיין מחלה, זי קומט אייביג אריין מיט א שמייכל, און לא זו אף זו איז זי נישט יונג און דאר, נו, אונזערע חעלעמע חכמים וועלן אריינוואויטן א רחמנות, א טורעטס קראנקער, ווי דער וואס האט יכולת. כמובן וועט די שאו מיטשפילן מיט דעם, פאר וויקי וועט מען געבן א נארישע סצענע ווי זי פרעגט שאלות פון א צווייטן אויף וואס יענער ענטפערט [נארישע] וויצן, און פאר הרב טורעטס וועט מען געבן א גאנצע שפיל ווי ער האט פאן מיט די דזשאדזשעס, און טוישט זיץ פלעצער מיט Mel B.

ווידער די גרעסטע חידוש פון גאט טעלענט היי יאר, א פערצן יעריג מיידל מלא חידושים, די בריטישע Courtney Hadwin האט עס נישט געמאכט צו די טאפ פייוו. זי איז שטיל, שעמעוודיג, און געוויס אויך מאדנע. מענטשן וועלן ענדערש אפיליאירן מיט א רחמנות ווי מיט א צוריקגעצויגן מיידל, הגם איר מוזיק, טאנץ און צעקה איז עפעס רעוואלוציאנעריש און וואלט פארדינט ערגעץ אן אויבנאן.

Glennis Grace איז די שענסטע זינגערין היי יאר, אבער איז נאר נומער ניין. אפילו די פאקט אז זי איז דאר און שיין האט נישט געהאלפן בייקומען דעם טרויעריגן פאקטאר, אז זי איז ליידער נישט קראנק, זי איז נישט געווען געבוליעט אלס מיידל אזויווי מעל בי'ס גאלדען באזער היי יאר (איינער געדענקט נאך איר נאמען?), זי האט סך הכל א יונגל - נישט קיין אמעריקאנער - און דאס איז נישט גענוג גאנגבארע ווארע פאר איינער וואס זוכט ארויסצוקוועטשן נאך א טרער'ל. איי מ'זוכט דאך טאלאנט? זי האט די מערסטע טאלאנט צווישן די "פיר" זינגערס/זינגערינס וואס האבן עס געמאכט צום פיינעל. אבער זי איז נישט קיין רחמנות!

און אז מ'רעדט שוין, האט דער אפערע זינגער דניאל איש האמת באקומען א העכערע רעיטונג ווי איר. הלמאי? ער איז פיל א שוואכער זינגער? אבער ער איז דאך א מיטגעמאכטע נשמה. ר' שמעון מקאוולע האט אים געהייסן טוישן ניגונים, ער האט געכאפט פסקים, ער האט פארלאזט טרערן ברבים אפאר מאל. אבער גלעניס האט אלץ געגלאנצט, איר קול ווי אירע ווידעאוס, אן קיין עמאציאנאלע ערציילונגען איבער וואספארא רחמנות זי איז. נו, מיר זוכן דאך טאלאנט. אה אנטשולדיגט, רחמנות'ן.

*


כ'וויל גראדע דערמאנען נאך איין נקודה לשמצה פון גאט טעלענט. גלעניס - מיין פעיוואריט זינגערין דאס יאר, איז נישט קיין פלונית'טע וואס איז יעצט ארויס פון די קלאזעט. זי איז שוין א זינגערין פאר גאר אסאך יארן. שוין פערצן יאר זינט זי איז געווען אין יוראוויזיאן מטעם די נעדערלענדס!

כהנה די העלדישע אקראבאטישע גרופע Zurcaroh (אגב, קודאס פאר זיי. און אויך קודאס פאר טיירא בענקס פארן פארשטיין זייער פאטענציאל און שענקן איר גאלדען באזער. ס'איז לדעתי איר ערשטער געלונגענע עסק אויף גאט טעלענט...), איז שוין געווען אויפן פראנצויזישן גאט טעלענט און דארט אנגעקומען אין די פיינעלס.

איינער געדענקט נאך די ביטשי מכשפה ריענע? זי איז גאר געווען די געווינערין אויף אזיע'ס גאט טעלענט!

דאס זעלביגע מיט שין לים - אונזער העלדישער געווינער, וואס איז אויך שוין פריער געווען אויף פיל שאו'ס איבער מעדזשיק, וואו ער האט געווינען עטליכע מאל.

איינער געדענקט נאך ווי אל גאור איז געלאפן פאר פרעזידענט? מיר דארפן צוריקדרייען דעם זייגער ביזן יענעם עפאכע, ווען אין יארע 2000 האט די הארציגע Angel City כאר געזינגען ביים דעמאלטדיגן דעמאקראטישער נאציאנאלער קאנווענשאן. זיי זענען שוין יאאאאאאאארן אין די ביזנעס.

אזוי קען איך אדורכגיין אן א שיעור קאנדידאטן.


פאר אונז זאגט מען דאס אלעס נישט. מיר זעען נאר טרערן, מיר לייענען נאר איבער רחמנות'ן און קראנקע, מיר הערן מענטשן מיטן מיינונג אז מיר האלטן אינמיטן אנטדעקן טאלאנט.
א נעכטיגן טאג! די טאלאנטן האבן שוין גרויע צעפ, מ'נארט אונז אויס מיטן איינרעדן אז זיי זענען נייע טאלאנטן. איז גאט טעלענט אזוי שוואך אז מ'דארף אימפארטירן אלטע טאלאנטן, וואס זענען שוין אויספרובירט געווארן אין אנדערע ערטער? האלב פון זייערע קאנטעסטענס זענען שוין אנשים ידועים בעלי שם!

אפילו דאס, פאקוסירט מען אויף זייער בעקראונד און מעשיות ווי איידער אויף זייער טאלאנט. ס'טייטש, ס'ברענגט דאך העכערע רעיטונגס!

חברה, מ'שפילט די שאו אויף אונז, מ'נארט אויס דער וואס זעט עס, וזהו.



"נאכן זען עטליכע מאל דעם ריאליטי-שאו, פאטשט מיר דעם ביטערן רעאליטעט אין פנים" (ארי נוהם)







.
(די פינטל דא, איז אויך מוקדש לידידי הוגה... :D )
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:20 am#413299
יישר כח פאר די אינטערעסאנטע תגובה און נאך א גרעסערע ש'כח פארן שרייבן "צום פינטל". :)

איך בין מסכים צו אלע דיינע נקודות, איך וועל נאר מוסיף זיין אפאר פון מיינע.

ערשטענס, אויב האבן מיר געמיינט אז די פראדוסערס שטופן די אגענדע פאר וועם די עולם זאל וואוטען, האט מען היי יאר געזעהן אז ס'נישט אזוי. די שאו האט אויסדריקליך געשטופט די אגענדע אז העדווין זאל געוואונען און אז נישט זי, זאל עס כאטש זיין מייקל קעטערער, ולא עלתה בידם.

שין לים, כאטש ער איז בכלל נישט קיין נייע אינעם עולם הטאלאנט (ער איז געווען איינס אדער צוויי מאל אויף Penn & Teller Fool Us), דאך איז ער א חידוש בעולם הכישוף. זיין סלייט אוו הענד איז עפעס שלא מעלמא הדין. אפילו אויב דו ווייסט וויאזוי ער טוט עס, וועסטו קיינמאל נישט זעהן ווען ער טוט עס. עס איז זיכער קיינמאל נישט געווען א בעסערע מעדזשיק טאלאנט אין אלע 14 סעזאנס.

אין אלגעמיין האלט איך אז היי יאר איז געווען שוואכערע טאלאנט ווי פריערדיגע יארן. איך זאג דאס נישט ווייל איך האב מיך אוועקגעזעצט און קאמפעירד טאלאנט צו טאלאנט, נאר פשוט ווייל איך בין געווען היבש bored ביים וואטשען היי יאר. קען זיין עס איז פשוט אז איך בין אביסל עלטער געווארן וזהו? אפשר.


.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:25 am#413305
//
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 7:19 pm#413344
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
m https://people-com.cdn.ampproject.org/v ... iolence%2F m

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 10:10 pm#413410
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
איך בין געפערלעך סארפרייזט אז קעטערער האט תיקף ומיד נאכן פארלירן דעם פארמעסט אהיים געגאנגען און אנגעריסן זיין אשת חבר, און זי האט געריפן פאליציי אויף אים, און איז געשמידעט געווארן אין קייטן, איצט איז ער אויף בעיל, פיפציג אלפים.
געמיינט האט אמעריקע אז מען האט געפינען דא דעם גרעסטען חסיד צווישן די פעלקער, דערווייל שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר ווייט דערפון.
גארט ברוקס האט אים געהאט געליידענט קיין נויטרעדעם צו זינגען זיין ניגון פאר פינף און אכציג טויזענט מאן, האט אים נאך די נייעס געשיקט א לא נתקבל קארטל, פשוט געשיקט ליפטערן.
זעט אויס אז אמעריקע האט עס פארט געהאט רייט.
מיילא שין לים איך ווער פשוט פאריקט פון אים נאך פון זיין ערשטע פענען טעלער פארשטעלונג. איך קוק אים אלע מאל, זייער א טייערער אינגערמאן, ביז ער ווען אונרייסן זיין פייאנץטע.
דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 11:08 pm#413412
13 יעריגע קענעדי האלמס מיט א מעכטיגע אודישאן אויף די וואויס. איך ווער משוגה איבער איר שטימע און וואויס קאנטראל.
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:21 pm#419444
פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:36 am#419472
Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
SNL האט געהאט אפאר וואכן צוריק א גוט שטיקל אויף אמעריקע גאט טעלענט, איך האב עס געוואלט ברענגען אבער עס איז פארשוואונדן געווארן פון יוטוב.
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:05 pm#421519
The champion season began, a short over view of the 50 contestants who will appear on the show
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:06 pm#421520
Sword Swallower
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:07 pm#421521
Contortionist
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:09 pm#421524
Mind-Readers
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:11 pm#421525
Preacher Lawson: Comedian
דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:13 pm#421526
Vicki Barbolak: Comedian