פארומס › אמעריקע'ס גאט טעלענט

אמעריקע'ס גאט טעלענט

279 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9023
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג יולי 28, 2017 8:03 pm#380718
טעיפ פעיס גראדע איז געווען א קינצלער און אינטערטעינען מייסטערהאפטיג און אלע ביטס האבן געדטימט פראנאויס אפילו ער העט אלס געהאט וואלענטירערס, און געהאלטן דעם עולם אין סאספענס אפילו ווען ער האט אויסגערוילט א טישו ראול און אנגעטון דעם דזשאדש א סקיסע.

אבער פאדל זינגט דאך, על כן איז עס א סתירה מיטן זיין א שותק, און קייכט יומם ולילה, סך הכל זעי איך נישט ווי ער קען אנקומען, ווייל זיין שטימע איז פיין אפילו מיט א שניפצל, ער מיז נישט פארפירן ס'עולם מיט זיין א זויערער אפגעפארענע קלאwן
מוצ"ש יולי 29, 2017 10:25 pm#380721
די פאריגע דזשאדט קאטס איז געווען א דיזעסטער מקען זאגן פלעין אין פשוט אז עס האט נישט געהאט קיין טאלאנט וואט-סא-עווער, די סעזאן איז אביסל בעסער ווי די פריערדיגע אבער בעסער מיינט בכלל נישט אז ס'איז גוט, אמאל איז געווען בעסערע טאלאנט, סתם אזוי זע איך אז יעדער פרובירט אריינצודרשנען פשעטליך אין יעדע עקט פארוואס ס'איז טאלאנט, ווי למשל טעיפ פעיס ווייסט יעדער אז דאס האט גארנישט מיט טאלאנט, נאר כך היא דרכו של אדם צי דזשוסטיפייען אסאך וויבאלד ס'איז "שוין" פארגעקומען... וואס איז? א טעלעוויזיאן שאו האט עס געוויזן, איז וואס??? אויב דאס איז טאלאנט האט אמעריקא נישט קיין טאלאנט... און בכלל פאר זינגען איז שוין דא א שאו וואס הייסט "עקס פעקטאר" (x factor) און אויב איינער קען זינגען זאל ער גיין דארט, אין מיינע אויגן האט די שאו פארלוירן די עכטע סיבה (אויב עס איז אמאל געווען...) פארוואס עס שטייט, עס איז נישט ווי כאילו עס איז א פלאטפארמע פאר מענטשן וואס האבן עפעס ספעציעל וואס קיינער האט נאכנישט געזען, ווי למשל די פרוי מיט די טשיקנס, צי די הינט וואס טאנצט, צי די באבע'ס וואס טאנצן וכו' וואס אזאלכע זאכן איז נישט דא אין די עפענטליכקייט, איז דא דערפאר א שאו... עס איז בסך הכל א גוטע קאמידיען\זינגער\טאנצער שאו,
מוצ"ש יולי 29, 2017 10:56 pm#380724
אוי נעבעך די פרוי מיט די טשיקן'ס אוי האטזי געפלאפט.. איך העט ווען אראפ גענימען דעם האן'ס קאפ אויפן פלאץ.
מוצ"ש יולי 29, 2017 11:04 pm#380725
בכלל האב איך לעצטנס באמערקט אז די שאו איז געשפילט, למשל: מעל בײ פרעגט פון די טאנצערס פון ארגענטינע אויב ס'איז דא צווישן זיי קאָפל'ס ענפערן זיי אז יא 4 קאָפל'ס, יעצט גיי רעד מיר איין אז זי האט נישט געוויסט בעפאר... רוב שאלות זענען פארגעלייגט צי פרעגן, עס איז נישט שאלות פון נייגער ארויס,
זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:33 pm#381456
א דיסאפוינטינג שאו געווען די לעצטע דזשאדשעס קאט. שוואכע טאלאנט, שוואכע געסט ריכטר/ין און גאר שוואכע אויסגאנג.

פאר וואס גייט אסקער הערענדעס ווייטער???
זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:27 pm#381458
ודי למבין האט געשריבן:א דיסאפוינטינג שאו געווען די לעצטע דזשאדשעס קאט. שוואכע טאלאנט, שוואכע געסט ריכטר/ין און גאר שוואכע אויסגאנג.

פאר וואס גייט אסקער הערענדעס ווייטער???

איך האב מיך שוין מייאש געווען פון די שאו, קאָן זיין אז דאס איז די לעצטע מאל איך וואטש די שאו
זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:04 pm#381464
טרויבן88 האט געשריבן:בכלל האב איך לעצטנס באמערקט אז די שאו איז געשפילט, למשל: מעל בײ פרעגט פון די טאנצערס פון ארגענטינע אויב ס'איז דא צווישן זיי קאָפל'ס ענפערן זיי אז יא 4 קאָפל'ס, יעצט גיי רעד מיר איין אז זי האט נישט געוויסט בעפאר... רוב שאלות זענען פארגעלייגט צי פרעגן, עס איז נישט שאלות פון נייגער ארויס,

נעוואדען האסטו געמיינט? די פראדאסערס און די שופטים ווייסן פון פאראויס יעדע מעגליכע שאלה אויף דיר ביז זיבן דורות צוריק. עס איז אמאל געווען א א לינק צו איינער וואס לייגט אראפ לייוו די גאנצע פראסעס, אויב געדענק איך גוט האט די נתקבל פארעם 400 שאלות! ,און דאס איז נאר שלב ב עס איז אויך דא שלב א און ג.

אזוי ווי אלע 'ריאליטי' שאויס איז עס איין שטיק הוילע בלאף.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:11 pm#381465
מםתמא מיינסטו ביי בריטען גאט טעלענט - רעפפינג רעביי
זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:20 pm#381466
יא גערעכט.
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:18 am#381941
איצט אז די קאטס זענען פארטיג, קען מען שוין לכאורה פראדיקטן ווער ס'וועט זיין די געווינער, איך וואלט פראדיקטעד אז די געווינער וועט זיין די 9 יעריגע מיידל ענדזשעליקע העיל.
וואס איז אייער פראדיקשן
איך קעו מעגלעך זיין נישט גערעכט, ווייל ווי מיר וויסן שוין דא אז אלעס איז סטעידזשד גארנישט איז נישט וואר, אבער זי איז נישט נארמאל טאלאנטפול, עפעס העכערע זאכו, און איר פרשה מיט די קידני טרענספלענט וועט איר נאר צוהעלפען, הגם די עראפלאן קראך איבערלעבער וואס זעיט אויס ווי א וואלקען בראך, און איך וואלט געלייגט איר פראפארמענץ אין די אשכול וואס האט מיר געברענגט טרערן, ווייל עס זינגט אויך גאר גוט, און די שטימע און אויך א גאלדען באזער, קומט עס נישט צו צי די נאטראלקייט און אטענטישקייט פון די פיצי מיס העיל.
מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:24 pm#382642
צווישן דארסי לינן און ענדזשעליקע העיל.
מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 11:11 pm#383430
איך וויל פעטישענען אג"ט צו ראנען א ספליט סקרין דורכאויס די גאנצע שאו, מיט איין קעמרא פאוקסד בלויז אויף מעל בי
דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 10:53 am#383819
די גאנצע שאו איז נישט עפעס מוראדיג, די לעצטע שאו איז נישט געפערליך, קיין מוראדיגע טאלאנט, די מענטעליסט מיט די מערדעריי פון סיימאן קאוועל האט נישט גערעדט צי מיר, איך האב געפילט אביסל מאדנע מיט די גאנצע זאך נישט עפעס אינטערעסאנט צי מיר,

אבער צום לעצט איז ארויפגעקומען "קעטשי" די פרוי וואס האט איבער געלעבט א פליגער קראך, אוי נישט דא קיין וועג צי באשרייבן מיינע געפילן, איין שטיק אינספיראציע, יעדע שטיק וואונד אויף איר קערפער איז א שטיקל שיינקייט, א פרוי מיט אזאנע וואונדן האט די שטארקייט ארימציגיין, נישט קיין ווערטער צי באשרייבן, איין שטיק אינספיראציע, א פרוי מיט א סורווייווער טראומא אז נאר זי האב איבערגעלעבט גייט אן מיט איר לעבן, מוראדיג מוראדיג,
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:13 am#384315
ערשט נעכטן האט עוי קלער געצויגן געניג שטימען אריין צו גיין צו די פיינעלס נאכן דורכשוויצען דעם גרויזאמען דאנקין וואוט, נאכן אראפ לייגן א שטיקל וואס האט געמאכט שמעון קאול נידערן א טרער, און איצט קומט אריין די נייעס אז איר פאטער האט אויסגעהויעכט זיין נשמה
m http://www.deseretnews.com/article/8656 ... inale.html m
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 11:30 am#384323
האט איינער נאך א ספק בכלל אויב דארסי לין וועט זיין די געווינער? חוץ אויב זי האט א פלאפ אין די פיינעלס איז זי די געווינער. זי האט די מערסטע טאלאנט.
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 4:38 pm#384345
זי חנפ'ט זיך גיט מיט די judges מיטן זינגן פאר זיי ניגונים
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:44 pm#384354
הוגה האט געשריבן:האט איינער נאך א ספק בכלל אויב דארסי לין וועט זיין די געווינער? חוץ אויב זי האט א פלאפ אין די פיינעלס איז זי די געווינער. זי האט די מערסטע טאלאנט.


איי עגרי. קעניינעהארע וואס די מיידעלע קען...

אבער איך מוז נאכאמאל זאגן וואס כהאב געזאגט אנפאנג סעזאן אז די טאלטנט היי יאר איז שוואכער ווי פאראיאר. איינער קען מיר מסבירן וויאזוי עריק דזשאנס האט עס געמאכט צו די סעמיס ווען זיינע טריקס זענען שרעקליך סלאפי און מען זעט קלאר זיינע שטיק. ער שטייט מיילן ווייטט פונעם פאריעריגן דזשאן פון די ען עף על.

האנאסטלי, די איינציגסטע עקטס וואס איך בין לאאקונג פארווארד פאר איז ענדזשעליקע אין די סעמיס, און דארסי אין די פיינעלס - אפשר אויך די באחנטע בחורל טשעיס.

למעשה האבן זיי די העכסטע רעיטינגס עווער אין זיי דאמינאירן יעדע נאכט וואס זיי שפילן. סאו וואס ווייס איך?
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:48 pm#384355
שרעקליכע נייעס, פליקער. די סילווער ליינונג איז אז א דאנק זיין פריצייטיגע פטירה האט זיך עוי לכאורה פארזיכערט א פלאץ אין די טאפ פייוו.
פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 5:51 pm#384356
נאך א זאך וואס איז זייער אנויאינג איז טיירע בענקס. אלץ איינער וואס האלט שוין מיט די שוי פאר 7-8 יאר בין איך זייער דיסאפוינטעט אין אחר ארבייט און איך בענק זיך געפערליך נאך ניק
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 3:48 pm#385082
מיט די פיינעלי אראונד די קארנער, דאס איז די סדר וויאזוי איך גלייב און האלט אז עס וועט און דארף גיין.

1. דארסי
2. ענדזשעליקע העיל
3. מענדי הארווי
4. דיאוועלא
5. טשעיס גארינג
6.לייט באלאנס
7. פריטשער
8. שרה מיטן הונט
9. די יתומה עווי
10. קעטשי

עס איז אלעמאל דא א קליינע טשאנס פאר מיינער טשענדזשעס בעיסד אן די לעצטע פערפארמענס, אבער איך גלייב אז דאס איז בעיסקלי איט...
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:11 pm#385087
לדעתי, צופיל זינגערס אין די פיינעל. בכלל דארף מען ארויס נעמען זינגערס פון די פארמעסט, כמעט אייביג באקומען זיי גאלדן באזזערס ווייל מוזיק פארשטייט יעדער און עס רעדט צום הארץ.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 4:20 pm#385088
יש זינגער ויש זינגער. 3 פון די 5 זינגער פיינעליסטן זענען נישט נאר זינגערס נאר סאמטינג ספעשל. איך עגרי אז עווי און קעטשי זענע נאר דא צוליב זייער סטארי
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 5:36 pm#385094
איך וואלט ארויפגערוקט 4, 5 און 7 צו 3 4 5. 8 וואלט איך געלייגט ביי 10 אדער אפילו ווייטער.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 7:33 pm#385100
איך קען בשום אופן אראפריקען מענדי - זי איז געפערליך טאלאנטפול און איך האב אפילו העזיטעטיעט איר צו לייגן אויף נומער 2. פריטשער האב איך געלייגט זיבן ווייל כאטש איך קאלער זיך פאר געלעכטער פאר ער עפענט זיין מויל פארשטיי איך אבער נישט קיין ווארט וואס ער רעדט... שרה האב איך געלייגט אכט נאר ווייל איך האלט אז 9 און 10 זענען נאך שוואכער און זיי זענען נאר דא צוליב זייער סטארי
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:17 pm#385110
יעצט איז שוין קיין ספק נישט געבליבן. דארסי לין ביי פאר!! Wow! What a performance!!

זי האט טאלאנט פון אלע זייטן. זי זינגט, זי איז פאני, זי איז א ריכטיגע פערפארמער.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:35 pm#385111
עגרי.

צווייטע פלאץ גייט פאר מענדי אדער לייט באלאנס.
פריטשער איז לכאורה אראפ טיפער און איך מיין אז העיל איז נאר נומבער 4.
די יתומה האט זיך לכאורה ארויף געריקט מיט די היינטיגע פערפארמענס און די הינטל האט זיך נאך מער אראפגעריקט.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:49 am#385379
און די געווינער איז!!

m https://youtu.be/ZqP2EhOwI4k m

WOW WOW just amazing
זונטאג נאוועמבער 12, 2017 7:45 pm#389029
די נעקסטע וואס ATUB @ארי נוהם ATUB האט געוואלט איז אמעריקא'ס גאט טאלאנט, די סדר איז פון סעזאן 12 צי די ערשטע, איז דא האט איר סעזאן 12, 24 עפיזאדן, 22 גיגאבייט סעזאן 12

(עס האללט נאך אינמיטן ארויפלאדענען)

ווארענונג: אנהאלט פרויען און קול באשה
מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 8:36 am#389217
געענדיגט ארויפלייגן סעזאן 11, 23 עפיזאדן, 17 גיגאבייט, סעזאן 11
דינסטאג אפריל 03, 2018 12:30 am#398869
אמעריקען איידעל- הארפער גרעיס זינגט אן אריגינאל.
יעצט נומבער דריי טרענדינג.
m https://youtu.be/ZANqw73F9Pw m
מיטוואך אפריל 04, 2018 6:30 am#398923
לעצטע חודש האט זיך אנגעהויבן בשעה טובה ומוצלחת די ישראל'ישע ווערסיע "ישראל גאט טעלענט".
עס איז גאנץ געשמאק צו הערן און זעהן די אידישע טאלאנטען און א היימישע שפראך. די טאלאנטען אליין איז יש ויש.
דינסטאג יוני 12, 2018 10:22 pm#405854
m https://youtu.be/gPHVLxm8U-0 m

13 יעריג מיידל שאקירט דעם עולם!
דינסטאג יוני 12, 2018 10:38 pm#405856
איך וועל אנפאנגען ארויפלייגן אמעריקע'ס גאט טאלאנט פארן ציבור בקרוב
מיטוואך יוני 13, 2018 6:32 pm#405931
ניסים דער רעפער?

eegfews (2).jpg
מיטוואך יוני 13, 2018 7:11 pm#405935
ונבנתה העיר האט געשריבן:ניסים דער רעפער?

eegfews (2).jpg


קענסט צוצייכענען ביי וועלכע מינוט דער סקרינשאט איז גענומען געווארן און פון וועלכע עפיזאד?
מיטוואך יוני 13, 2018 7:18 pm#405937
3. בערך ביי 16 מינוט.
מאנטאג יוני 25, 2018 1:25 pm#407119
טרויבן88 האט געשריבן:איך וועל אנפאנגען ארויפלייגן אמעריקע'ס גאט טאלאנט פארן ציבור בקרוב
??
דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:09 pm#407496
דא איז די לינק פון אמעריקע'ס גאט טאלאנט סעזאן 13

סעזאן 13

אנטשולדיגט פאר די וואס האבן געווארט... איך האב פארגעסן
דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:44 pm#407517
איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.

לאמיר אביסל צולייגן די פאקט: ס'איז דא א עקס פעקטאר, אמעריקען איידאל, און די וואויס, וואו יעדער וואס וויל זינגען איז העפליך געלאדענט צו קומען זינגען און פרובירן זייערע קוואליפיקאציעס אין דעם פעלד. דאס אז גאט טעלענט געט בכלל א אפציע אויך צו זינגען דארט, איז שוין א שטיקל פראבלעם הגם מקען עס מסביר זיין אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר א אפציעלע זינגען קאנטעסט. אבער פון דא ביזן געבן פאר זיי די גאלדען באזער איז שוין יא א שטיקל עוולה.

נאכמער פון דעם, די זינגערס - לפחות היי יאר - זענען נישט געווען עפעס ספעציעלע אויסגעצייכנטע עילוישע זינגערס, און אויף סיי וועלכע זינגען קאנטעסט זענען דא פילע בעסערע זינגערס, און פון די אנדערע זייט זענען אפטמאל געווען פיל בעסערע טאלאנטן אויפן סטעדזש ווי די זינגערס, און דאך האט קיין איין טאלאנטפולע מענטש נישט באקומען קיין גאלדען באזער, נאר די פארהעלטנמעסיג שוואכערע טאלאנטן = זינגערס.


איך ווייס פארוואס זיי האבן פאקטיש באקומען די גאלדען באזער: ווען איינער זינגט, דערצו מיט רגש, דערצו אומגעראכטן, דערצו ווען יענער האט א שיינע מעשהלע (געווען געבוליעט, העלפט אנדערע), איז עס מעורר די הרגשים ביי די דשאדזשעס און ווען סאיז לב שליט על מח געט מען א דרוק אראפ דעם גאלדענעם קנעפעלע פאר איינער וואס האט למעשה נישט אזא שטארקע טאלאנט ווי אנדערע.

נאך א סיבה קלער איך, וויבאלד זיי האבן געווענליך די שענסטע בעקראונד מעשיות, און וויבאלד מענטשן ווערן מער מרוגש פון א הארציגע לידעלע ווי פון גאונישע טאלאנטן, מאכן די דזשאזשעס א פשוטע רעיטינג חשבון און טיילן די גאלדען באזער פאר די מענטשן וואס זיי קלערן אז זיי וועלן ציען די מערסטע אנגעהענגערשאפט.



אזוי צי א שטרוי, איז אן עוולה אז דווקא דאס יאר ווען סיימאן קאוועל (און די אנדערע דזשאזשעס אויך) הערט נישט אויף צו פארפירן אז ס'דארף נאר גיין העכער, און פילע טלאנטפולע מענטשן פליען פון דארט וויבאלד ס'איז נישט עפעס ניי און ספעשל פאר יארע 2018, געבן זיי די גאלדען באזער פאר נישט אזעלכע טאלאנטפולע מענטשן נאר צוליב נארישע רגש אדער רעיטינג.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 3:00 pm#407519
הנני מצטרף להנ"ל. עס באדערט מיר יעדעס יאר נאך אמאל.
דאנערשטאג יוני 28, 2018 6:53 pm#407548
ארי נוהם האט געשריבן:איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.

לאמיר אביסל צולייגן די פאקט: ס'איז דא א עקס פעקטאר, אמעריקען איידאל, און די וואויס, וואו יעדער וואס וויל זינגען איז העפליך געלאדענט צו קומען זינגען און פרובירן זייערע קוואליפיקאציעס אין דעם פעלד. דאס אז גאט טעלענט געט בכלל א אפציע אויך צו זינגען דארט, איז שוין א שטיקל פראבלעם הגם מקען עס מסביר זיין אז נישט יעדער איז געאייגענט פאר א אפציעלע זינגען קאנטעסט. אבער פון דא ביזן געבן פאר זיי די גאלדען באזער איז שוין יא א שטיקל עוולה.

נאכמער פון דעם, די זינגערס - לפחות היי יאר - זענען נישט געווען עפעס ספעציעלע אויסגעצייכנטע עילוישע זינגערס, און אויף סיי וועלכע זינגען קאנטעסט זענען דא פילע בעסערע זינגערס, און פון די אנדערע זייט זענען אפטמאל געווען פיל בעסערע טאלאנטן אויפן סטעדזש ווי די זינגערס, און דאך האט קיין איין טאלאנטפולע מענטש נישט באקומען קיין גאלדען באזער, נאר די פארהעלטנמעסיג שוואכערע טאלאנטן = זינגערס.


איך ווייס פארוואס זיי האבן פאקטיש באקומען די גאלדען באזער: ווען איינער זינגט, דערצו מיט רגש, דערצו אומגעראכטן, דערצו ווען יענער האט א שיינע מעשהלע (געווען געבוליעט, העלפט אנדערע), איז עס מעורר די הרגשים ביי די דשאדזשעס און ווען סאיז לב שליט על מח געט מען א דרוק אראפ דעם גאלדענעם קנעפעלע פאר איינער וואס האט למעשה נישט אזא שטארקע טאלאנט ווי אנדערע.

נאך א סיבה קלער איך, וויבאלד זיי האבן געווענליך די שענסטע בעקראונד מעשיות, און וויבאלד מענטשן ווערן מער מרוגש פון א הארציגע לידעלע ווי פון גאונישע טאלאנטן, מאכן די דזשאזשעס א פשוטע רעיטינג חשבון און טיילן די גאלדען באזער פאר די מענטשן וואס זיי קלערן אז זיי וועלן ציען די מערסטע אנגעהענגערשאפט.



אזוי צי א שטרוי, איז אן עוולה אז דווקא דאס יאר ווען סיימאן קאוועל (און די אנדערע דזשאזשעס אויך) הערט נישט אויף צו פארפירן אז ס'דארף נאר גיין העכער, און פילע טלאנטפולע מענטשן פליען פון דארט וויבאלד ס'איז נישט עפעס ניי און ספעשל פאר יארע 2018, געבן זיי די גאלדען באזער פאר נישט אזעלכע טאלאנטפולע מענטשן נאר צוליב נארישע רגש אדער רעיטינג.
דאס איז נעבעך די מיסטעיק... די שאו איז געמאכט פאר געלט געלט און נאכאמאל געלט, מענטשן נעבעך מיינען אז געווען איז דאס און ער איז יענץ, שטותים והבלים אלע פיר זענען אויפגענומען צי רעפרעזענטירן אפאר פערסאנאליטעטן און דעטס איט
זונטאג יולי 01, 2018 12:17 am#407635
געענדיגט ארויפלייגן די ערשטע 5 עפיזאדן
מאנטאג יולי 02, 2018 7:35 pm#407785
ארי נוהם האט געשריבן:איין נארישקייט וואס באדערט מיך אינעם גאט טעלענט, איז די פאקט אז יעדע גאלדען באזער איז געגאנגען פאר זינגערס.


איינס פון די פיר באזערס דעם יאר איז געגאנגן פאר א טאנץ גרופע, וואס אין מיין אפיניאן האבן זיי א שטארקע שאנס צו געוואונען היי יאר. איך האלט אזוי (דערווייל) ווייל די אנדערע דריי באזערס זענען געגאנגן פאר זינגער וואס מ'האט שוין געהערט אזאנס. מ'דארף נאך צואווארטן און זעהן ווער גייט זיין די פינפטע גאלדען באזער.

פון די 12 אג"ט געוואונער זענען האלב פון זיי נישט קיין (טיפיקל) זינגער נאר אנדערע עקטס.

די שאו איז טאקע נישט געווידמעט פאר זינגער אבער דער געוואונער דארף זיין א "מיליאן דאלער עקט", דאס מיינט אז ס'דארף זיין אינטעטעינינג גענוג צו ציען מיליאנער פענס. פאקט איז אז אויסער זינגען זענען נישט דא קיין סאך מיליאן דאלערדיגע עקטס. אין מעדזשיק איז דא אפשר צוויי דריי אין אמעריקא, ווענטריליקוויזם איז דא א צוויי דריי, אבער אין די מוזיק אינדאסטרי זענען דא צענדליגע אדער מער. נעם א עקט ווי בעלאו דער קלאון פון לעצטע סעזאן אדער זיין טאכטער פון דער סעזאן. ווי ענטערטעינינג ער זאל נאר זיין און ווי פערפעקט זיין עקט איז נאר וועט ער אבער קיינמאל נישט זיין קיין מיליאן דאלער עקט. איך גלייב אז סיימאן קאועל וואלט ענדערש גענומען א ווערייעטי עקט ווי א זינגער, אויב ער וואלט געקענט טרעפן איינס.

אז מ'רעדט שוין איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז 25% פון אג"ט געוואונער זענען ווענטריליקוויסטן. אזא obscure טאלאנט האט שוין באוויזן צו געוואונען דריי מאל! די ערשטע צוויי, טערי פעדער און פאול זורדען זענען ביידע געווארן וועלט בארימטע ענטערטעינירס.


.
דאנערשטאג יולי 05, 2018 12:02 am#408106
מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.
מיטוואך יולי 11, 2018 12:57 am#408472
עוד הפעם א זינגער
מיטוואך יולי 11, 2018 1:26 am#408473
היכי דמי האט געשריבן:מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.

וואס האט ער פונקטליך געטראכט, אז ס'וועט נישט זיין גויטעס? דערמאנט מיך פון יונתן רזאל מיט פארמאכטע אויגן
מיטוואך יולי 11, 2018 9:22 am#408483
היכי דמי האט געשריבן:מיט ניסים איז געווען א גאנצע מצב. ניסים בלאק, די גר צדק, איז גערופן געווארן דורך אמעריקען גאט טעלענט צו אויפטרעטן ביי די דרו, ארויפגייענדיג אויפ׳ן סטעידזש האט ער געמאכט א מצב אז ער קען נישט זינגען אין פאראנט פון די אומאיידעלע פרויען (די ריכטער) און ווי איך הער זענען זיי טאקע ארויס בשעת זיין פערפארמענס. זיין אקט האט זיי זייער פארדראסן, און אלס נקמה האבן זיי נישט ארויסגעגעבן קיין איין ווידעא פון אים.
לינק אדער עפעס?
דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:25 am#408566
היידי האט דיסאפוינטיד דעם עולם דורך געבן דעם גאלדן באזער פאר נאך א זינגער.
די ווידיא איז #3 טרענדינג אויף יו טוב.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:36 pm#408617
m https://youtu.be/gBYlKEIGXJs m
געוואלדיג!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 12, 2018 10:43 pm#408655
WOW