Re: אמעריקע'ס גאט טעלענט
לאמיך פריוון צו מאכן א שטיקל סך הכל
מיר האבן זינגער'ס ברייען דזשאסטען קראם, מיט גאר שטארקע שאנסען צי געווינען, ווייל ער האט א שיינע סטארי, און ווען ער זינגט א ניגון רילעיט דער עולם מיט זיין סטארי, ווייל ער איז מיטגעמאכט שטארק זייענדיג א געי מאן, אבער זינגט הערלעך און זייער לייקעבל.
גרעיס ווענדערווייל וועט אזוי צי אזי האבן א גיטן פיוטשער, זי איז א היט פון א זינגערן, זי איז געפערלעך טאלאנטפול מיט די ניגונים וואס זי זינגט, נעמלעך זי מאכט אליין און שרייבט אליין אירע ניגונים, אבער אלעס וועט זיך ווענדען און וואס פאר א ניגון זי וועט זינגען. עס איז איר'ס צי פארלירן.
סאל וועלענטעטי א טיפיקאל איטאליענע זינגער, פיל מיט גאווה, ער זינגט אלטע ניגונים, ער איז שטאלץ דערמיט, אבער איך קלער אז די שיף איז שוין פארפארן פון די אלטע דזשאני קעש און בילי דזשאול, דער וועלט איז מען היפ מיט פאפ, ווי אלטע קלעסיקס.
לינקאלן ברידזש, זענען טאלאנטפול אבער לכאורה נישט געניג צי געווינען, זיי האבן שוין געניג געווינען מיט זיין אויף די פיינעל'ס.
לארע ברעטאן די אפערע חזן'טע, אוי איז זי פיינע נייעס, א שטים פין גין גאלד, שטארקע טשאנסען, געקנויטן פון געווינער קוואלעטי,
דערנאך אנדערע טאלאנטען, די קלערוואויען'ס, זענען זייער מיסטיש, אבער פאר ווער עס פאלאוט מעדזשיק פארשטייט און זעט די זעלבע זאכן נאכט נאך נאכט אויף פען ענד טעלער, זיי זענען נישט קיין חידוש, אפילו זיי באווייזן צי מיסטעפייען אפילו דעם הארטן שמעון קאול, די זעלבע גייט פאר דעם באל שפילער דזשאן דרענבאוס, ער איז בכלל נישט אזוי מורה'דיג, וואס זיכט ער אויף די פיינעל'ס, נאר ווייל ער איז באל שפילער מסתם.
דער דזשאגלער וויקטאר קי, וואס זעט אויס ווי פון קבר ארויס, באשמירט פון זיין נוז ביז זיין אות ברית קודש, איז בכלל נישט טאלאנטפול, מיין צען יעריגס דזשאגעלט מיט פינף, בשעת ער האט נאך נישט בארירט דזשאגלינג ווייטער פון פיר, און אפילו דאס האט ער אראפ געלאזט, און זיך נישט געקענט באכלעפטשען, ער האט נישט קיין שאנץ בכלל,
טעיפ פעיס, במחילת כבודו הרמה, פאר ווער עס האט אים שוין אמאל געהערט רעדן, איך האב, און נאך איין מזל ער האט קאטש טעיפ, ווייל ווען ער רעדט וועין וואלט ער באקומען אלע עקסעס ביי די אדישן'ס, און ארויס מיט בזיונות, איך זאג נישט ער האט נישט קיין טאלאנט, יא זיין טאלאנט איז אז ער האט נישט קיין טאלאנט, און וועט בלייבן שטעקן דאהו.
וועם האב איך איבערגעלאזט פאר לעצט, דאס איז דאס מיידל ברוין, זי האט אייזערנע טשאנצען, איר ניגון מעיק איט רעין, האט מיך ממש באצויבערט, זי איז לכאורה הויעך אויף מיין פראדיקשן ליסט.