רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפאר טעג צוריק בין איך געגאנגען שפאצירן אין עפעס א שטעטל, אינמיטן וועג האב איך אנגעטראפן אזא כמו הייל. אזוי זייענדיג אינעווייניג קומט אריין א גרופע אפריקאנער, אויף די ערשטע סעקונדע האב איך מיך דערשראקן, אבער זעענדיג אז איינער פון זיי טראגט א קייטל מיט א קרייץ, זעט אויס אז ער איז א שטיקל מאמין וועט ער מיר נישט טשעפען סתם אזוי, האב איך מיך בארואיגט.
שפעטער האב איך מיך געכאפט ווי זאכן האבן זיך געטוישט מקצה אל הקצה, שטעל זיך פאר ווען מיינע אור-עלטערן זאלן אנטרעפן א גוי מיט א קרייץ, הערשט דאן וואלטן זיי זיך גענומען ציטערן.
ביי חסידים איז ידוע אז דער בעש"ט הק' זי"ע האט נישט געוואלט פארן מיט א גוי'ישע בעל עגלה נאך וואס ער האט געזען אז דער גוי ציילעמט זיך נישט כמנהג העכו"ם ביי אלע שתי וערב'ס וואס מ'פאהרט אדורעך אויפן וועג, ואמר הטעם ווייל א גוי וואס גלייבט אין גארנישט איז דאס ארגסטע און איז אסאך מער עלול אויף שפיכות דמים ווי א גוי א מאמין.
געדענק נישט יעצט פונקטליכע מקור, כך שמעתי און אויך געזען אמאל אין א קובץ, אם אמצא אודיע אי"ה.